עצות קעגן מיד לייף קריזיס
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1665
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 27, 2017 6:30 pm
- געפינט זיך: הלוואי ווען כ'וואלט געוויסט
- האט שוין געלייקט: 6003 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3632 מאל
עצות קעגן מיד לייף קריזיס
רעדט זיך א נאנטער חבר מיינער אפ צו מיר אז ער איז אנגעזעצט! וואסי די מעשה? פרעג איך אים אזוי מיטגעפיליש. איז ער מיר מסביר אז ער קוקט זיך אזוי אום און ער דערזעהט זיך אז ער איז נישט וואו ער האט געמיינט ער גייט זיין. ער האט געמיינט אז די וועלט גייט זיין זיינס! און ער דערזעהט זיך נאך אזויפיל יארן און מוטשענישן אז ער איז אין ערגעץ נישט אנגעקומען, די וועלט איז נישט זיינס, אפילו נישט למחצה לשליש ולרביע, קוים וואס ער זעלבסט איז זיינס...
הא! טיפיקל מיד-לייף קרייסעס!
פרוביר איך אים צו בארואיגן (און מיך אויך). כ'בין אים מסביר אז ער איז אליין שולדיג דערין... הגם כ'ווייס אויך פון דעם כלל אז קודם ברויך מען יענעם וואלידירן, אבער דא, אזויווי כ'מיין מיך אויך, בין איך גלייך צוגעטרעטן צום שמועס מיט'ן געבן עצות מיט פלייצעס. כ'בין אים מסביר אז די סיבה פארוואס ביז היינט האט ער אזוי גוט געשפירט מיינענדיג אז די וועלט גייט איין טאג זיין זיינס איז ווייל אזוי האט ער פאנטאזירט, ממש ביז זיינע פאנטאזיעס האט אים געברענגט צו א צופרידנקייט און שמחה.
דער פראבלעם איז נאר געווארן ווען ער האט אויסגעשאלטערט די פאנטאזיע דראטן, און אלל אף עי סאדן זענען זיינע פאנטאזיעס צופאלן און הופס! ער האט זיך דערזעהן מיט ריעליטי... האלא, פאנטאזיר ווייטער! אז ס'גוט געווען פאר די ערשטע פופציג יאר פון דיין לעבן, פארוואס זאל עס נישט ארבייטן פאר די נעקסטע פופציג יאר?!
איי, פרעגט ער מיך, אבער יענער?! פאר יענעם גייט עכט גוט?! שוטה איינער.. זאג איך אים, יענער פאנטאזירט פונקט ווי דו, נאר יענער האט זיך נישט אפגעשטעלט! יענער פארט ווייטער אויף די פאנטאזיע שינעס און אלס איז א מחיה. ער טוט פיינע פאנטאזיע שידוכים ווייל מיט יענעם עושר מיט וועם ער האט זיך משדך געווען פאנטאזירט אויך... אלעס פאנטאזירט!
עטץ לאכטס פון מיר, הא?! ענקער לאכן איז אויך א פאנטאזיע! קאווע שטיבל איז פאנטאזיע, דער מנהל מיט זיין מעקערייען אויך א פאנטאזיע. ליטוואק פון בודאפעסט מיט זיסע-זויערע האלעפצעס אויך א פאנטאזיע, שמן למאור מיט זיינע אידישקייט-לומד'ישע חקירות, אויך א פאנטאזיע! וואלווי מיט זיין קאנווערטיבל טו-דאר ספארטס קאר מיט די שיקסע מיט די בלאנדע האר וועלכע זיצט אין דער זייט פון אים און רייסט אראפ דעם ניינטי פייוו, אויך א פאנטאזיע! (גראדע נישט קיין שלעכטע פאנטאזיע).
לייביששרייבער מיט זיינע שיינע מדינת ישראל'דיגע ארטיקלען, שמעלקע מיט זיינע ריב סטעיקס (ווער געדענקט נאך), יואב מיט זיינע הומאריסטישע ארטיקלעך, שמעקעדיג מיט זיינע שלום בית ארטיקלעך, אויך פאנטאזיע! (באמת, ווער האט דען א גוטע שלום בית... שוין, לאמיר רעדן פון שמחות...). פליקער מיט זיינע דיעטע ארטיקל, קרן זויות מיט זיינע מוסר'דיגע ארטיקלעך, קל וחומר מיט זיינע נפיחות און שלשול אשכול, אלעס איין גרויסע פאנטאזיע! (גראדע וואלט איך נישט געוואלט דארט שטיין אפילו אין פאנטאזיע מאוד...).
צוזאמענגעדרייט מיט זיינע פאנטאזיעס, איז דאך פשוט אז ס'איז א פאנטאזיע! צקון לחש, ערענסטגערעדט, שמחהלע קאפשטיק, שעפטאל, דיכטער, שערי יושר וכו', אלעס איין גרויסע פאנטאזיע... רביה"ק זי"ע מיט זיין בייסיגע פעדערל, מיט זיינע שדים ורוחות, א פאנטאזיע ווי אלע פאנטאזיעס. מונטסורי מיט זיין זיסע פעדערל, תוהו ובוהו מיט זיינע הערליכע פאעטישע ארטיקלעך, אויכעט א גרויסע פאנטאזיע! די צוויי צווילינגלעך ששון ושמחה מיט חתם סופר מיט זייערע בליציגע נייעס דא אין שטיבל, קאך לעפל מיט זיינע ריין אידישע ארטיקלעך, טאמבל סאס מיט זיינע קאמפיוטער ווערק ארטיקלעך, שאלתיאל מיט זיין שטרענגן פנים... אלעס איין גרויסע פאנטאזיע.
הוגה מיט זיינע באלערענדע ארטיקלעך, לעיקוואד מיט זיינע סטוטשינע תורות, שמעון וואלף מיט זיינע ליצנות, אויך א פאנטאזיע קייט. סמבטיון מיט דערהויבענע איד מיט די בעלזער חבורה דא אין שטיבל, אויך א פאנטאזיע... ר' בערל מיט זיין געלן באס וואס ער דרייווט אין ב. פ. אויך א פאנטאזיע. קהל'ס נער מיט אלע זיינע לאגישע סברות, יעקב מעקסוועל מיט זיינע ביקורת המקרא, אלעס איין גרויסע לאנגע פאנטאזיע!
אזוי קען מען אנגיין און אויסרעכענען אלע פאנטאזיעס... הזמן יוכלו והפאנטאזיעס לא יוכלו! די קונץ איז זיך צו האלטן צו די פאנטאזיע שינעס און ח"ו נישט אראפטרעטן דערפון, ווייל דאן קען מען ווערן געכאפט אין א געפערליכע שאק וואס די קאנסקעווענצן קען נאך זיין פיל ערגער ווי א שאק פון 220 וואלט דראטן.
מען זאל פארבלייבן אריינגעשאלטערט מיט די פאנטאזיע דראטן עמו"ש! העכסטענס נאכדעם קען מען זיך אויפוועקן... אדער אפשר איז יענץ אויך פאנטאזיע, הו קנאוס?!
באלד קומט מי אני אריין מיט עפעס א מאטעמאטישע פילאזאפישע חשבון מיר צו ברענגן ראיות אז מיר זענען טאקע איין גרויסע שטיק פאנטאזיע, והנה גם זה הבל, דאס איז אויך פאנטאזיע, הכל הבל...

- איך הער..
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 120
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 03, 2023 3:00 pm
- געפינט זיך: דעם אנדערען זייט סמבטוין
- האט שוין געלייקט: 316 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 300 מאל
Re: עצות קעגן מיד לייף קריזיס
גאלדענער אדלער: די ביסט אייזען ס'האט מיר געקאסט א לאך אזוי איידעלערהייט אראפגעצויגען די הויזען פינעם עולם דא..
אבער צריק צי וואס די שרייבסט, מ'דארף טאקע אראפ ריקען וואס מען ערווארטעט פון לעבען אזוי קען מען לעבען מיט ריעליטי, נאר וויבאלד דיין שוואגער, ברידער, טאטע האט אפאר דאללער מיינט נאכנישט די גייסט האבען, קען גאר זיין אז די וועסט זיין א פאלנער שנארער קענטסט גארנשט טון, וויש דיך אפ און שלום על ישראל.

רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום איך הער.., רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
.Commen sense is not commen
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 595
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 28, 2023 6:18 am
- האט שוין געלייקט: 285 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1344 מאל
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 462
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יאנואר 14, 2020 5:25 pm
- האט שוין געלייקט: 314 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 279 מאל
נישט טראכטען וואס יענער טראכט (פון דיר) די וועלט זאגט טראכט נישט וואס די פערד טראכט ווייל ער טראכט נישט.איך הער.. האט געשריבן:גאלדענער אדלער: די ביסט אייזען ס'האט מיר געקאסט א לאך אזוי איידעלערהייט אראפגעצויגען די הויזען פינעם עולם דא..
אבער צריק צי וואס די שרייבסט, מ'דארף טאקע אראפ ריקען וואס מען ערווארטעט פון לעבען אזוי קען מען לעבען מיט ריעליטי, נאר וויבאלד דיין שוואגער, ברידער, טאטע האט אפאר דאללער מיינט נאכנישט די גייסט האבען, קען גאר זיין אז די וועסט א פאלנער שנארער וואס קען מען טון, וויש דיך אפ און שלום על ישראל.
ווי ווייניגער מען טראכט (פון יענעם) אלץ מער פראדאקדיב איז מען.
יענער האט געזאגט טראכט גיט וועט זיין גיט האט א צווייטער צוגעלייגט טראכט ניט וועט זיין נאך בעסער . טראכטען איז איינע פון די גרעסטע שונאים פון די מענטש (איך האב עס גיט דורעכגעטראכט..) עס נעמט דיך איבער דיין נאכט דיין טאג דיין לעבען = מיטלייף קריזיס
אז מען טראכט גיט אריין קען זיין אז עס גאר יא א גיטע זאך צו טראכטען אבער עס איז נישט כדאי צו טראכטען
Food for thought
יש ענין שנתהפך הכל לטובה , ריווייער יור ברעין ענד אלל וויל change.
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1665
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 27, 2017 6:30 pm
- געפינט זיך: הלוואי ווען כ'וואלט געוויסט
- האט שוין געלייקט: 6003 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3632 מאל
היינטצוטאגס פאקט מען שוין אויס דעם מענטש אסאך פריער. ווען מ'לייגט אריין די קינדער אין חדר/ישיבה, גארנישט צו טוהן מיט מיד-לייף קרייסעס.שמעקעדיג האט געשריבן:ענק זאגן פיינע סברות, נישט טראכטן פון יענעם וכדו', אבער וואס האט דאס מיט'ן מידלייף? פארוואס פונקט דעמאלסט הייבט מען אן טראכטן וואס יענער זאגט?
אולי ווייל ווען מען טוט שידוכים פאַקט מען דיר אויס אויפ'ן טיש און יעדער רעדט פון דיר?...
- פאליטיקאנט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1413
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 19, 2018 4:53 pm
- געפינט זיך: אין דמיון
- האט שוין געלייקט: 765 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1665
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 27, 2017 6:30 pm
- געפינט זיך: הלוואי ווען כ'וואלט געוויסט
- האט שוין געלייקט: 6003 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3632 מאל
יא יא. איך אין דיינע יארן האב אויך געמיינט אז ס'איז ריעל. למעשה איז עס נאר א פאנטאזיע! האלט דיך פעסט! לאז דיך נישט פון די בייזע ווינטן וואס פארגינן דיר נישט און ווילן פשוט אוועקנעמען דיין פלעזשור.מונטסורי האט געשריבן:נע, איך זאג ענק ס׳איז ריעל! עז ריעל עז איט געטס! איך בין פעסט אויפן זאטל און פשוט עטץ פארגינטס מיר נישט זאגט עטץ איך פאנטאנזיר…