צדק- בוני עולם
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 233
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 06, 2020 7:56 pm
- האט שוין געלייקט: 606 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 265 מאל
@היכי דמי תרמב האט גענפערט וועגן בוני עולם, און די רעדסט פון צדק.
בוני עולם איז קלאר ווי די געלט גייט. עי טיים מער פארוואלקענעט.
צדק: לכאורה ווייסט נאכנישט מארגערעטן ווי די געלט גייט גיין, אבער כדי צי אינטער נעמען אזא קאמפיין דארף מען האבען א קאסע, צו מען וועט דארפן דאס געלט ווייס איין באשעפער, וואס יא איך וואלט געוואלט אז ער זאל אינטערשרייבן אז נאך די קאמפיין אויב בלייבט געלט, (קאסט + קאמישען) זאל די געלט אנקומען צי בוני עולם.

- מאנשי שלומינו
- הודעות: 67
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 04, 2023 2:20 pm
- האט שוין געלייקט: 143 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 141 מאל
איך האב אמאל געהערט א מעשה איך ווייס נישט אויב עס איז אמת אבער די נקודה איז זיכער אמת,
א איד איז אמאל געקומען צו סאטמערע רבי זי"ע און אים דערציילט אז ער איז געווען אין טבריה אין ער איז איינגעשטאנען אויף שבת ביי די גבאי צדקה פון ר' מאיר בעל הנס, ער האט אראפגעלייגט וואס דארט האט זיך אפגעטון, עס איז געווען צו רוקן דארט אויף אלע באקן, עס איז אפילו געווען שמן זית צו טינקען די חלה (דעמאלטס איז דאס געווען גאר א טייערע זאך), מוצאי שבת איז דער גבאי צדקה געגאנגען ברענגען די פאסט און ער האט זיך גערעגט, פרעגט אים די איד פארוואס ער איז אזוי בייז, ענטפערט ער אז עפעס א גביר האט אים צוגעזאגט צו שיקן א גרעסערע סומה און ער האט עס נישט געשיקט,
סאטמערע רבי האט אויסגעהערט די מעשה, און געזאגט: אפילו אזוי דארף מען נאך אלץ גיבן צדקה.
אני הקטן בין מוסיף: און מאך זיכער אויך צו זיין פון די וואס האקן שמן זית

- שריפטשטעלער
- הודעות: 1677
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 2:55 am
- געפינט זיך: בגאַטקעס דרבינו־תּם
- האט שוין געלייקט: 5634 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6194 מאל
עמיצער ווייסט עפּעס מער דעטאַלן איבערן דאָזיגן סאָציאַליסטישן ביל? מ'מעג שוין הייסט עס יאָ צווינגען אינשורענס־קאָמפּאַניס צו דעקן העלטקעיר קאָסטן? כ'האָב געמיינט אַז מיט טעד קרוז קען איך יאָ שלאָפן רואיג אַז ער וועט באַקעמפן די סאָציאַליסטן, קאָמיס, און מאַרקסיסטן פון צעפירן זיך די הענט. איז דער היפּאָקריט "לייאינג טעד" טאַקע אין שטיצע פון אַזוינע פרעכע לינקע איניציאַטיוון? איז די היפּאָקריטישע היימישע געמיינדע טאַקע אין שטיצע פון אַזוינע פרעכע לינקע איניציאַטיוון? איז דער אישו פון אומפרוכפּערדיגקייט באיזה אוֹפן פאַרבינדן מיט "פּראָ־לייף?"
ווער ס'ווייסט מער זאָל ביטע אַריינקומען קלאָר. א דאַנק.
ווער ס'ווייסט מער זאָל ביטע אַריינקומען קלאָר. א דאַנק.
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3266
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
- געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
- האט שוין געלייקט: 3320 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל
שוין, דער לינקער יואב מיט זיין lgbtq+ אוואטער איז שוין דא צו קריטיקירן דעם היימישן ביל מיט אונזער היימישן סענעטאר.יואב האט געשריבן:עמיצער ווייסט עפּעס מער דעטאַלן איבערן דאָזיגן סאָציאַליסטישן ביל? מ'מעג שוין הייסט עס יאָ צווינגען אינשורענס־קאָמפּאַניס צו דעקן העלטקעיר קאָסטן? כ'האָב געמיינט אַז מיט טעד קרוז קען איך יאָ שלאָפן רואיג אַז ער וועט באַקעמפן די סאָציאַליסטן, קאָמיס, און מאַרקסיסטן פון צעפירן זיך די הענט. איז דער היפּאָקריט "לייאינג טעד" טאַקע אין שטיצע פון אַזוינע פרעכע לינקע איניציאַטיוון? איז די היפּאָקריטישע היימישע געמיינדע טאַקע אין שטיצע פון אַזוינע פרעכע לינקע איניציאַטיוון? איז דער אישו פון אומפרוכפּערדיגקייט באיזה אוֹפן פאַרבינדן מיט "פּראָ־לייף?"
ווער ס'ווייסט מער זאָל ביטע אַריינקומען קלאָר. א דאַנק.
וואס פארשטייסטו נישט, קרוז האט א חרדישע נשמה פונקט ווי אונז. ווען עס קומט צו טראמפ און די קולטורע קריג, איז ער רעכט שבע'רעכט, ווען עס קומט צו האקן אויף אבאמא, איז מען קעגן אבאמאקעיר. אבער ווען עס קומט צו נעמען פראגראמען, אריינגערעכנט אין דעם די אפאדיבל קעיר עקט, זעמער גאר שטארק לינק. אוודאי זאלן די אונשורענס קאמפעניס אויסצאלן די חרדישע בילס, פינקט ווי די גאווערמענט דארף אויסצאלן אונזער פוד סטעמפס און חלק ח'.
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד
I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-
אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-
אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1677
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 2:55 am
- געפינט זיך: בגאַטקעס דרבינו־תּם
- האט שוין געלייקט: 5634 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6194 מאל
איך קריטיקיר אויסדריקליך "נישט" דעם ביל. קוֹדם, כ'ווייס דאָך ניטאַמאָל דעטאַלן דערפון, און איך בין געקומען דאָ הערן. כ'שטעל מיך אָבער פאָר אַז איך בין דווקא יאָ אין שטיצע פונעם ביל. איך האַלט דאָך אַז צוטריט צו א גוטן העלטקעיר איז א פונדאַמענטאַל רעכט פאַר יעדן מענטש. איך בין נישט געווען פאַרנומען די לעצטע דרייצן יאָר שרייען סאָשעליזם אויף אָבאַמאַקעיר.שמן למאור האט געשריבן: שוין, דער לינקער יואב מיט זיין lgbtq+ אוואטער איז שוין דא צו קריטיקירן דעם היימישן ביל מיט אונזער היימישן סענעטאר.
אָבער אַז דו ביסט מוֹדה אויף דער היפּאָקריטסטווע האַלטן מיר שוין ערגעץ. סך הכּל זאָגסטו אַז מ'זעמיר פול אָף שיט, נאָר ליגנער זעמיר נישט. כ'זע אָבער נישט דאָס לצנות דאָ. ספּעציעל אויף אַזאַ אישו ווי העלטקעיר. מענטשן אין אַמעריקע פאַרלירן זייער האָב־און־גוטס איבער די אַסטראָנאָמישע העלטקעיר קאָסטן, און מענטשן באַצאָלן קווייט־ליטערלי מיט זייער לעבן, אַלץ צוליב דעם קאַלטבלוטיגן רשעוֹת פון אונזערע גוטע "פּראָ־לייף" רעפּובליקאַנער פריינט. נישט בלויז די מלחמוֹת קעגן אַפאָרדאַבל העלטקעיר בילס, נאָר רעפּובליקאַנער גאָווערנערס, א שטייגער, האָבן פאַר יאָרן צוריקגעוויזן צו נעמען "פרייע" סובסידיעס פון אָבאַמאַקעיר אויסצוברייטערן העלטקעיר דעקונג אין זייערע סטעיטס שוין נאָכדעם וואָס ס'געלט איז דאָ געווען פאַרן דאָזיגן צוועק. וכו' וכו' וכו'. ס'איז אינגאַנצן נישט קיין פּלאַץ פאַר סאַרקאַזם דאָ, נאָר ליבערשט אַריינקוקן אין שפּיגל, זען אונזער התנהגות, און טראַכטן אַביסל פונעם ואהבת לרעך כמוך.
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1322
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 29, 2020 9:28 am
- האט שוין געלייקט: 10906 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2379 מאל
קענסט עס אנקוקן מיט א גוטע בליק, אז די רעפובליקאנער רוקן זיך אין די גוטע ריכטונג מיט קליינע טריט, מ'דארף נאר האבן די ריכטיגע לאביאיסטן וואס זאלן וויסן וויאזוי צו שטופן דעם וואגן, און אויך זיכער מאכן אז מ'לאזט איבער עטליכע רעכטע טאלקינג פוינטס אז ער זאל נישט זיין קיין חוזק און דו האסט א בילל, מ'דארף ארבעטן קלוג...
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 62
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 25, 2021 11:49 am
- האט שוין געלייקט: 227 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 46 מאל
צוריק צים נושא, ס'איז נישט דא פון וואס צו רעדן, אז קיין איין ארגאניזאציע קען זיך נישט פארמעסטן מיט וואס בוני עולם טוט, (אמת ביי אנדערע פראבלעמען האט מען אינשורענס, וואס עס מאכט גרינגער פאר יענע ארגאניזאציעס... און טאקע פארדעם האבן מיר דעם אשכול היינט) בעיקר ווען ס'קומט צו געלט ענינים, ממילא האט קיינער נישט וואס אריין צו רעדן וויאַזוי זיי זאלן זיך פירן, יא, א יעדע ארגאניזאציע קען בעסער ווערן, אבער בוני עולם פראבירט דאס בעסטע.
יעצט בנוגע צדק, דארף מען צו וויסן אז דאס איז די וועג צו שתדל'ן ביי די רעגירונג, היינט מיט אזא אפענע וועלט, קען נישט קיין איין פאליטישאן זיין אליינס אין א מערכה, ממילא מיז עס זיין אויף א פול סקעיל.
ואני הקטן האלט, אז צדק דארף האבן פאר דעם צוועק א מינימום פון $10,000,000
יא, גוט געהערט, און נאר אזוי וועט מען בעזר השם אָנקומען.
יעצט בנוגע צדק, דארף מען צו וויסן אז דאס איז די וועג צו שתדל'ן ביי די רעגירונג, היינט מיט אזא אפענע וועלט, קען נישט קיין איין פאליטישאן זיין אליינס אין א מערכה, ממילא מיז עס זיין אויף א פול סקעיל.
ואני הקטן האלט, אז צדק דארף האבן פאר דעם צוועק א מינימום פון $10,000,000
יא, גוט געהערט, און נאר אזוי וועט מען בעזר השם אָנקומען.
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3266
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
- געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
- האט שוין געלייקט: 3320 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל
סאו דאס איז די גאנצע וואס דו האסט געוואלט ארויסברענגען, אז פאליטישנס זענען פול אוו שיט? דאס געב איך דיר גערן. אוודאי פארן זיי בלויז מיט מיטן טעגליכן אגענדע, ס'איז כמעט נישטא קיין זעלבסשטענדיגע פאליטישנס וואס האבן אייגענע מיינונגען. וועסט כמעט נישט טרעפן איינער וואס ווען עס קומט צו גאנס איז ער גאר שטרענג, אבער ווען עס קומט צו אבארשן איז ער שטארק פרא-לייף, אזא איינער איז קרח מכאן ומכאן און ער קען נישט געווינען קיין עלעקשנס. (אפשר אין די אלגעמיינע וואלן איז אזא פאליטישן בעסער, אבער אין די פריימעריס געווינען די וועלכע זענען מער געטריי צום פארטיי)יואב האט געשריבן: אָבער אַז דו ביסט מוֹדה אויף דער היפּאָקריטסטווע האַלטן מיר שוין ערגעץ. סך הכּל זאָגסטו אַז מ'זעמיר פול אָף שיט, נאָר ליגנער זעמיר נישט. כ'זע אָבער נישט דאָס לצנות דאָ. ספּעציעל אויף אַזאַ אישו ווי העלטקעיר. מענטשן אין אַמעריקע פאַרלירן זייער האָב־און־גוטס איבער די אַסטראָנאָמישע העלטקעיר קאָסטן, און מענטשן באַצאָלן קווייט־ליטערלי מיט זייער לעבן, אַלץ צוליב דעם קאַלטבלוטיגן רשעוֹת פון אונזערע גוטע "פּראָ־לייף" רעפּובליקאַנער פריינט. נישט בלויז די מלחמוֹת קעגן אַפאָרדאַבל העלטקעיר בילס, נאָר רעפּובליקאַנער גאָווערנערס, א שטייגער, האָבן פאַר יאָרן צוריקגעוויזן צו נעמען "פרייע" סובסידיעס פון אָבאַמאַקעיר אויסצוברייטערן העלטקעיר דעקונג אין זייערע סטעיטס שוין נאָכדעם וואָס ס'געלט איז דאָ געווען פאַרן דאָזיגן צוועק. וכו' וכו' וכו'. ס'איז אינגאַנצן נישט קיין פּלאַץ פאַר סאַרקאַזם דאָ, נאָר ליבערשט אַריינקוקן אין שפּיגל, זען אונזער התנהגות, און טראַכטן אַביסל פונעם ואהבת לרעך כמוך.
ס'איז בערך אזא בחינה ווי אלע ארונישע דיינים וועלן 'פונקט' פסק'ענען לויט די אהרונישע אגענדע, און די זלונישע דיינים וועלן 'פונקט' פסק'ענען לויט וואס ס'איז גוט פאר זייער פארטיי... הגם די תורה דארף דאך אפיציעל צו זיין א נוטראלע זאך וואס נאר ריין דעת תורה האט אריינצורעדן אין די מסקנות...
די איינציגסטע וועג דאס צו טוישן איז אויב פארקירעוועט מען די גאנצע לופט אין גייסט פונעם פארטיי. לינזי גרעהעם האט נישט געהאט קיין פראבלעם צו טוישן פון פרא-מלחמה צו אנטי-מלחמה נאך וואס טראמפ האט געמאכט א ווינט קעגן מלחמות. נישט ווייל לינזי האט זיך באמת געטוישט זיין מיינונג איבער מלחמות, און נישט אז ער האט בכלל א מיינונג איבער דעם נושא (קען זיין אז ער פערזענליך האט יא א מיינונג, אבער ס'איז בכלל נישט נוגע) זיין דעה איז אז ער דארף געווינען נאך א טערם אין אפיס אלס סענאטאר, און אויב פארט ער נישט מיט, קען ער פארלירן זיין דזשאב.
דאס איז די ארבעט פון די לאביאיסטן, צו טוישן די רוח אין וואשינגטאן. איי נעכטן האט דער פאליטישן געשריבן אנדערש? גרויסע קשיא...
בנוגע די ביל אליינס, באמת וואלט געדארפט זיין מעדיקעיר פאר אלל, און ווילאנג עס איז נישט אזוי, טוט יעדע זאך וואס מען צווינגט נאר ארויף אויף די אינשורענס קאמפעניס הייבן די פרימיומס פון די מיטל קלאס, פון ערגעץ גייען דאך די קאמפעניס נעמען די געלט צו דעקן די פרישע הוצאות. דאס קען מען זיין זיכער אז פון זייער פארדינסטן וועלן זיי עס נישט אראפציפן. סאו איך בין בכלל נישט זיכער אז איך שטיץ דעם ביל.
וואס קען נאר יא זיין איז, אז ביז היינט האבן די אידן וואס האבן זיך געמוטשעט מיט פערטיליטי געמוזט צוקומען צו בוני עולם, און בוני עולם האט געמוזט צוקומען צו די נדבות פון כלל ישראל. יעצט וועט מען מיט די ביל ארויפצווינגען די קאסטן אויף די אינשורענס קאמפעניס, און זיי וועלן נעמען די געלט דורכן העכערן די פרימיומס סיי פאר אידן און אזוי אויך פאר גוים. סאו ס'איז א שטיקל מהלך וויאזוי צו מאכן אז די גוים זאלן צאלן פאר די אידישע פורטיליטי פראבלעמען. הגם גוים האבן אויך די אישוס, און יעצט וועלן מיר מוזן צאלן פאר זייער בילס... אבער דאך קען מען אפשר טראכטן אז ביי זיי איז דא א פראצענט פון מענטשן וואס ווילן נישט האבן קיין קינדער בכלל, סאו דארטן איז די מארדזשין פון פארדינסט.
די גאנצע פשעטל שטימט אויך נאר אויב נאך וואס די ביל גייט אדורך הערן זיך אויף די בוני עולם שנארערייען.
אלנפאלס, כ'בין נישט זיכער... כ'בין גרייט צו הערן אנדערע מיינונגען אין דעם נושא.
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד
I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-
אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-
אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 67
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 04, 2023 2:20 pm
- האט שוין געלייקט: 143 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 141 מאל
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3266
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
- געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
- האט שוין געלייקט: 3320 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל
אדרבה, זיי מסביר פארוואס עס מאכט נישט קיין סענס.קורקלענד האט געשריבן:דער לייק איז פאר די ערשטע העלפט. ווען איר הויבט אן מיט די מעדיקעיר פאר אלל און ווייטער. (לדעתי) מאכסטו שוין נישט קיין סענס.
די ערשטע חלק האב איך טאקע געשריבן מיט מער זיכערקייט, ס'נישט קיין סוד פאר קיינעם וויאזוי וואשינגטאן ארבעט. בעיקר וויל איך הערן וואס דער עולם האט צו זאגן אויף די צווייטע חלק.
דו האלסט אז דיינע פרימיעמס וועלן נישט ארויפגיין אויב אזא ביל גייט אדורך? (מען רעדט דא פארשטייט זיך אויב האסטו פריוואטע אונשורענס)
נאך אבאמאקעיר איז אדורך און די אינשורענס קאמפעניס האבן זיך דערזען אז זיי וועלן מוזן דעקן פרי-עגזיסטינג קאנדישנס, זענען די פרימיעמס גאר שטארק ארויף.
מאנכע טענה'ן אז דעם היינטיגע פאנאמענאן, אז א כולל אינגערמאן מוז געהעריג דן זיין אויב לוינט זיך אים 'געלטווייז' צו גיין זיכן א געהעריגע ווייסע דזשאב, אדער ענדערש לערנען מיט בחורים און פאקן ספרים, איז צו פארדאנקן די אומגעהויערע העלט אונשורענס פרימיעמס וואס האט זיך געהויבן נאך די אפארדעבל קעיר עקט איז אדורך. ס'קען געהעריג אפקאסטן אן אלף'ל א חודש אזוי נישט מיר נישט דיר...
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום שמן למאור, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד
I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-
אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-
אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3266
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
- געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
- האט שוין געלייקט: 3320 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל
אבער נאר די וואס זענען עלעדזשיבל פאר מעדיקעיד, נישט אזוי? די וואס פארדינען מער וועלן מוזן גיין צו די קאמפעניס.הייליגע קאקאש קעיק האט געשריבן:די פלאן איז דאך אז די שטאט (מעדיקעד) זאל עס באצאלן, זיי האבן דאך גענוג געלט, די בארגן לימיט האט דאך נישט קיין גבול
און בכלל די אלע דאקטוירים וואס מיר היימישע אידן ניצן פאר די ענינים, נעמען לכאורה נישט קיין מעדיקעיד. מען וויל דאך ניצן גוטע דאקטוירים, וואס זיי נעמען געווענליך נאר פריוואטע אינשורענס.
אזוי פארשטיי איך, קארעקט מי איף איים ראנג.
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד
I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-
אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-
אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 67
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 04, 2023 2:20 pm
- האט שוין געלייקט: 143 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 141 מאל
וועלכע אינגערמאן שנה ראשונה האט נישט קיין מעדיקעיט??שמן למאור האט געשריבן:אבער נאר די וואס זענען עלעדזשיבל פאר מעדיקעיד, נישט אזוי? די וואס פארדינען מער וועלן מוזן גיין צו די קאמפעניס.הייליגע קאקאש קעיק האט געשריבן:די פלאן איז דאך אז די שטאט (מעדיקעד) זאל עס באצאלן, זיי האבן דאך גענוג געלט, די בארגן לימיט האט דאך נישט קיין גבול
אזוי פארשטיי איך, קארעקט מי איף איים ראנג.
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3266
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
- געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
- האט שוין געלייקט: 3320 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל
כ'בין כמעט זיכער אז די גוטע דאקטוירים וואס נעמען קער פון פערטיליטי נעמען נישט מעדיקעיד. איך זאג אזוי מסברא, אדרבה אויב איז עס נישט ריכטיג זאל מען מיר פאררעכטן.
אפילו אידן וואס האבן מעדיקעיד (וואס צאלט דאך לכאורה יא פאר קענסער טריטמענטס), ווען זיי באקומען רח"ל יענע מעשה, צאלט זיי rccs געווענליך א פרישע פריוואטע אינשורענס פלאן צו קענען אנקומען צו די גוטע דאקטוירים; כך שמעתי.
אפילו אידן וואס האבן מעדיקעיד (וואס צאלט דאך לכאורה יא פאר קענסער טריטמענטס), ווען זיי באקומען רח"ל יענע מעשה, צאלט זיי rccs געווענליך א פרישע פריוואטע אינשורענס פלאן צו קענען אנקומען צו די גוטע דאקטוירים; כך שמעתי.
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד
I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-
אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-
אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
- קורקלענד
- חבר ותיק
- הודעות: 3203
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 2:28 pm
- האט שוין געלייקט: 2383 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2624 מאל
גראדע, יענע 'טייערע' ספעציעלע אינשורענס וואס יענע 'גרויסע' דאקטוירים נעמען, געדענק איך דעקן יא אינפערטיליטי. קען זיין עס האט יך געטוישט איבער די לעצטע פאר יאר. אויב איינער ווייסט קום אריין קלאר.שמן למאור האט געשריבן: כ'בין כמעט זיכער אז די גוטע דאקטוירים וואס נעמען קער פון פערטיליטי נעמען נישט מעדיקעיד. איך זאג אזוי מסברא, אדרבה אויב איז עס נישט ריכטיג זאל מען מיר פאררעכטן.
אפילו אידן וואס האבן מעדיקעיד (וואס צאלט דאך לכאורה יא פאר קענסער טריטמענטס), ווען זיי באקומען רח"ל יענע מעשה, צאלט זיי rccs געווענליך א פרישע פריוואטע אינשורענס פלאן צו קענען אנקומען צו די גוטע דאקטוירים; כך שמעתי.
- קורקלענד
- חבר ותיק
- הודעות: 3203
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 2:28 pm
- האט שוין געלייקט: 2383 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2624 מאל
איך בין שוין גענוג אלט צו געדענקען אז ס'איז געווען אויסטערליש שווער צו פארלאזן מעדיקעיד איידער אובאמאקעיר. ס'איז נאר געווארן אזויפיל שווערער אז מ'מיינט היינט אז דעמאלטס איז עס געווען גארנישט מיט גארנישט. און ס'איז מעגליך אז אין אפאר יאר ארום (נאך די און אנדערע לעגיסלאטורישע כאזעריי) וועט מען צוריק קוקן אין זאגן אוי דעמאלט איז עס נאך געווען אזויפיל גרינגער.
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3266
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
- געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
- האט שוין געלייקט: 3320 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל
די געדאנק פון מעדיקעיר פאר אלל איז דאך אז פריוואטע אינשורענס קאמפענסי וועלן ווערן אויס און די גאווערמענט וועט אלעס באצאלן. ס'איז גאר אנדערש ווען די גאווערמענט באקומט פרישע הוצאות ווי ווען א פריוואטע פראפיט- געטריבענע קאמפעני באקומט פרישע הוצאות, ווי אונזער הייליגע קאקאש קעיק האט פריער שיין מסביר געווען. אוודאי וועט עס סוף כל סוף הייבן די טעקסעס, אבער קודם כל וועט דאך קיינער נישט באצאלן קיין פעני פאר אינשורענס, ועוד, די גאווערמענט וועט קענען צילן אז די הויעכע פארדינערס פון די טאפ איין פראצענט וועלן צאלן אסאך א גרעסערע חלק.קורקלענד האט געשריבן:איינס אויף אמאל.
די ערשטע זאך וואס האט נישט געמאכט קיין סענס איז אייער זארג אז דווקא אויף די אופן וועט מאכן די עולם זאל דארפן אריינצאלן מער. ווידער מיט מעדיקעיר פאר אלל האלט איר אז ס'וועט עפעס אנקומען בחינם. ווייסעך נישט וויאזוי.
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד
I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-
אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-
אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
- קורקלענד
- חבר ותיק
- הודעות: 3203
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 2:28 pm
- האט שוין געלייקט: 2383 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2624 מאל
דארף מען זיך פרעגן, איז די פראבלעם מיט העלטקעיר אז די אינשורענס קאמפאני מאכט א פראפיט? איז יענע שטיקל פראפיט די שורש פון אונזער פראבלעם?
אינשורענס קאמפאניס וואס צאלן נישט לויט די געזעצן שטייען אויס קאנסעקווענצן. וואספארא קאנסעקווענצן שטייט די רעגירונג אויס ווען זיי גייען נישט מיט זייערע פארשריפטן?
קען מען טאקע נאכלויפן די רייכע פאר געלט אדער קומט עס אויס פיל ביליגער און גרינגער פאר די רעגירונג נאך צו לויפן די נישט אזוי רייכע.
אדער וועט די רעגירונג אויפהערן געבן סערוויסעס? זיי רעדן מער און מער פון שניידן מענטשן לעבן אין די עלטערע יארן....
אינשורענס קאמפאניס וואס צאלן נישט לויט די געזעצן שטייען אויס קאנסעקווענצן. וואספארא קאנסעקווענצן שטייט די רעגירונג אויס ווען זיי גייען נישט מיט זייערע פארשריפטן?
קען מען טאקע נאכלויפן די רייכע פאר געלט אדער קומט עס אויס פיל ביליגער און גרינגער פאר די רעגירונג נאך צו לויפן די נישט אזוי רייכע.
אדער וועט די רעגירונג אויפהערן געבן סערוויסעס? זיי רעדן מער און מער פון שניידן מענטשן לעבן אין די עלטערע יארן....
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3266
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
- געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
- האט שוין געלייקט: 3320 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל
אויף די נקודה וואלט איך געקענט באשטיין צו באקומען קלארקייט. צאלט היינט בוני עולם פאר פריוואטע אינשורענס קאמפעניס, אדער זיי צאלן דירעקט פאר די מעדיקל בילס. (לכאורה וואלט געווען אסאך ביליגער צו צאלן פאר אינשורענס אויב וואלט געווען אזא אפציע) פון די אלע מענטשן וואס פארציילן דא זייער מעשיות איז משמע אז מען צאלט גראד פאר די דאקטוירים.קורקלענד האט געשריבן: גראדע, יענע 'טייערע' ספעציעלע אינשורענס וואס יענע 'גרויסע' דאקטוירים נעמען, געדענק איך דעקן יא אינפערטיליטי. קען זיין עס האט יך געטוישט איבער די לעצטע פאר יאר. אויב איינער ווייסט קום אריין קלאר.
ס'וואלט אויך געווען אינטערסאנט צו וויסן אויב די דאקטוירים גייען נעמען מעדיקעיד נאך די ביל גייט אדורך, כ'זע נישט פארוואס זיי זאלן דאס טון...
לויט ווי איך פארשטיי דא די גאנצע משא ומתן, צאלן די טייערער אינשורענס קאמפעניס 'נישט' פאר פערטיליטי אישוס, און די ביל צילט זיי. נאך וואס די ביל וועט אדורכגיין, וועט בוני עולם פשוט צאלן פאר אינשורענס אנשטאט פאר די גרויסע מעדיקל בילס.
ווער עס קען גוט די נושא, ווערט געבעטן אריינצוקומען.
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד
I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-
אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-
אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
- קורקלענד
- חבר ותיק
- הודעות: 3203
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 2:28 pm
- האט שוין געלייקט: 2383 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2624 מאל
לאמיר כאפן א בליק אויף די קאמפיין מיט אנדערע גלעזער. באזירט אויף די מארקעטינג, קאסט עס 42 טויזנט דאלער פאר א נצרך. איז מיין שאלה, א פּאָרל וואס וואוינט איינזאם אליינס און האט נישט קיין קאסטן אין פארגלייך צו א קינדער געבענטשט משפּחה. איז אזוי שוידערליכך צו פארלאנגן אז זיי זאלן אויפקומען מיט די קאסטן? אײנער מיט ניין קינדער בלי עין הרע, דארף אויפקומען יעדעס יאר מיט איבער א מאה אלף! נאר צו פיטערן די קינדער! אפשר זאל מען ענדשטער קודם ארלעידיגען פאר זיי ספעציעלע לעגיסלאציע?
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום קורקלענד, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3266
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
- געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
- האט שוין געלייקט: 3320 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל
אוודאי איז שווער זיך ארויסצוזען פון סיי וועלכע גאווערמענט פראגראם. אומזיסטע געלט איז זייער א געשמאקע זאך, ס'איז אויך שווער פאר א מענטש זיך אפצושאקלען פון די צוויי דריי מאות פוד סטעמפס וואס ער באקומט. אבער ווען עס קומט צו אינשורענס זענען די נומערן אבנארמאל, און ווי דו ברענגסט ריכטיג ארויס, האלט עס אינאיין שטייגן.קורקלענד האט געשריבן:איך בין שוין גענוג אלט צו געדענקען אז ס'איז געווען אויסטערליש שווער צו פארלאזן מעדיקעיד איידער אובאמאקעיר. ס'איז נאר געווארן אזויפיל שווערער אז מ'מיינט היינט אז דעמאלטס איז עס געווען גארנישט מיט גארנישט. און ס'איז מעגליך אז אין אפאר יאר ארום (נאך די און אנדערע לעגיסלאטורישע כאזעריי) וועט מען צוריק קוקן אין זאגן אוי דעמאלט איז עס נאך געווען אזויפיל גרינגער.