די פראבלעם מיט אונזער העלט קעיר סיסטעם איז אז "מיליאנען" אמעריקאמער האבן 'בכלל' נישט קיין אינשורענס ווייל זיי קענען עס נישט אפארדן. מענטשן שטארבן פאקטיש דערפון!קורקלענד האט געשריבן:דארף מען זיך פרעגן, איז די פראבלעם מיט העלטקעיר אז די אינשורענס קאמפאני מאכט א פראפיט? איז יענע שטיקל פראפיט די שורש פון אונזער פראבלעם?
אינשורענס קאמפאניס וואס צאלן נישט לויט די געזעצן שטייען אויס קאנסעקווענצן. וואספארא קאנסעקווענצן שטייט די רעגירונג אויס ווען זיי גייען נישט מיט זייערע פארשריפטן?
קען מען טאקע נאכלויפן די רייכע פאר געלט אדער קומט עס אויס פיל ביליגער און גרינגער פאר די רעגירונג נאך צו לויפן די נישט אזוי רייכע.
אדער וועט די רעגירונג אויפהערן געבן סערוויסעס? זיי רעדן מער און מער פון שניידן מענטשן לעבן אין די עלטערע יארן....
די גאווערמענט איז זייער קאנסיסטענט מיטן צאלן זייער בילס. כ'האב נאכנישט געהערט אז איינעמס פוד סטעמפס קארטל איז נישט אנגעפילט געווארן די ערשטע פונעם חודש, אדער אז די סעקשן 8 טשעקל איז נישט אנגעקומען ווייל די גאווערמענט איז אויסגעלאפן פון געלט.