וואס וויל ער שוין? אביסל טראכטן!

מחשבה, השקפה ועיון
באניצער אוואטאר
שאלתיאל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 846
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 02, 2022 1:03 pm
האט שוין געלייקט: 1634 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2228 מאל

וואס וויל ער שוין? אביסל טראכטן!

שליחה דורך שאלתיאל »

וואס וויל ער שוין דער נאריש מענטשעלע? אביסל טראכטן! קוק אים נאר אָן, ער טרעפט זיך אַן אראפגעטראסקעטע אויף א מאדנע מיסטעריעזע פלאנעט, ארום אים ווירבלט מיט צענדליגע רעליגיעס, הונדערע שטראמען, מיליאנען דעות, יעדער שרייט חי וקיים אז דער איין איינציגן אמת ליגט ביי אים אין שראנק און וואס וויל דער צעמישטע מענטשעלע? אביסל טראכטן! אקטיווירן זיין אייציגן 'וואפן' דער איינציגסטע כלי מיט וואס מען האט אים אויסגעשטאט פאר מען האט אים אריינדעליווערט אין דער קאמפליצירטע וועלט און פראוון אויסגעפינען וואס דער העל טוט ער דא, פון ווי קומט ער און צו ווי דארף ער גיין.

אבער אהא! ווי קומט מען אָן מיט טראכטן?

ער אקטיווירט דאס מוח'ל און הייבט אן נישטערן אביסל און אויף יעדער תירוץ שפראצט ארויס א יבול פון קשיות, פירכות און מהלכים. ווען ער מיינט אז ער קומט אן צו א שטיקל ענד פון א טונעל אנטדעקט ער אז עסצושפליטערט זיך צו הונדערטע עקסטענשאנס. ווי מער ער גריבלט עפנט זיך נאך און נאך הונטער-טירלעך און דער ספק וויל נישט קומען צום זעט . ווי הייבט ער אן?

און אינצווישן ווען ער מאכט שוין יא אביסל פארשריט און רוקט זיך שטייטליך, ער איז מצליח אוועקגעשטעלט אַן ארימע באלאנסירטע גרונד אונטער זיין פיס און גייט וווייטער אנטעדעקט ער אז די נעכטיגע מסקנות איז שוין נישט גילטיג היינט. עבר זמנו. ער איז קלוגער געווארן. און אויב נישט זעהט ער אז אנדערע, פיל קלוגערע פון אים זענען געקומען צו פונקט דער פארקערטע מסקנה פון אים.

און אויפן וועג, אוי גאטעניו, אויפן וועג, פארלירט ער אינגאנצן די תמימות, די התלהבות, די אינערליכע מאטיוואציע פון די יונגערע יארן ווען ער האט געגלייבט באמונה פשוטה, ווען אלעס איז געווען קריסטאל קלאר, יעדער זאך איז געווען אויף זיין פלאץ דבר דבור על אופניו און יעצט איז אלעס פארנעפלט און וואס ס'איז געליבן איז איין גרויסע פראגע צייכן.
ער קוקט אויף זיין חבר וואס שאקלט זיך מיט א פלאם פייער, כולו אש להבה, איין שטיק אינספיראציע, שעפט כוחות פון יעדער שלוש סעודה תורה פונעם רבי'ן און פון א שטיקל חסידישע ספר. אלעס לייכט, אלעס איז קלאר, ער ווייסט פונקטליך וויאזוי עס ארבעט, ווי ער דארף אנקומען און ווי ער שטייט. איז נישט געשמאקער צו זיין א נאר? האט @שמן למאור געפרעגט מיט ווייטאג.

און צווישן מיר און דיר, וואס זאל ער טון? זאל ער פארמאכן ס'קעפל, אים לייגן שלאפן און אריינשטעקן דער קאפ אין ערד ווי א בת יענה? זאל ער אנעמען אלעס וואס מען זאגט אים, שאקלען מיטן קאפ און זיך אריינשאקלען ווי א חמור ביים טיש?
זאל ער אויפגעבן אויף דער איינציגסטע זאך וואס מאכט אים מותר מן הבהמה? עס מאכט דאך נישט קיין סענס!

דער דילעמע עגבערט מיך שטארק, ב"ה אז נישט נאר פאר מיר נאר פאר אסאך, קאווע שטיבל איז פיל מיט אשכולות וואס נעמען ארום אט דער דילעמע. ווי טרעפט מען די הענט און דער פיס אינעם ים פון ספיקות, ווי באלאנסירט מען צווישן דער מוח און דער לב. ווי האט אדנירם געשריבן?
אדנירם האט געשריבן: כלפי מה דברים אמורים?
@קאווע טרינקער האט געעפנט זייער א בייסיגער אשכול. א נושא וואס ציפט יעדן רעכטדענקנדן [תרתי משמע] מענטש'ס געוויסנביסן. א זאך וואס שאקלט אויף די סדרי בראשית. א טענה וואס שרייט זיך ארויס מתהומות נשיה: וואס ווילסטו גאט? מיר זוכן דיר צו פארשטיין, כדי צו זיין א מותר האדם מן הבהמה, און נאך מ'ווערט אן אדם - הייבן זיך אן די ספיקות. אלא מאי ווילסטו מיר זאלן זיין בהמות און עסן שיריים מיט א ברען?!
איך האב נישט קיין תשובה דערויף, אדרבה איך וואלט געוואלט הערן פון דער עולם. איך פירקל נאר אראפ עטליכע ריכטונגען אין וואס איך האב זיך אנגעשטויסען אין מיינע וואנדערונגען:

עס זענען דא אזוינע וואס זענען מוותר אויפן אמת. זיי באזירן זיך אויף פאסטמאדערניסטישע מהלכים אז אמת איז רעלאטיוו און ס'נישט פארהאן קיין אביעקטיווע אמת און ממילא קען מען מוותר זיין אויף די חקירות ודרישות. וואס מ'בלייבט איבער מיט איז נאר מיטן סאביעקטיוון 'זיך' און פון דארט קען מען זיך בויען יעדער לויט ווי זיין הארץ ציט. מען קען עס אפשר צוזאלצן מיט עס אראפלייגן אלץ גיין מיט דער 'נשמה'.

אנדערע מהלך וואס איך טראכט און געהערט ענליך פון ר' יצחק לאווי'ן איז צו גיין שטייט צוביסלעך, מיט ענווה און אנערקענוג אין די באגרעניצונג פונעם מענטשליכן שכל, נישט אוועקווארפן אלעס וואס מ'גלייבט דערין, ווי האט ער געזאגט? ''טשולנט האט נאך דער זעלבע טעם טראץ די חקירות''. פון דער אנדערע זייט נישט מורא האבן אראפנידערן דעם 'אמת' פון דער טראן ווי ער איז געזעצן ביז היינט און אריינלאזן געלאסענערהייט דעם ספק. צוביסלעך קען מען אנהייבן אנטוויקלן א געוויסע מהלך וואס רעדט צו דיין שכל. אמת, ס'וועט נישט האבן דער פעסטקייט און דער גלאץ פונעם 'אמונה פשוטה'דיגע אמת' אבער עס איז דווקא א מעלה, עס וועט מאכן דער מענטש מער טאלעראנט צו אנדערע שיטות און דעות און וועט דערמאנען דער מענטש אז ער איז באגרעניצט אין זיין געיעג נאכן אמת.

איך האב געהערט אמאל פון א גוטן איד על דרך 'דער הייל משל' פון אפלטון: דא אויף דער וועלט איז דא אָן א שיוער פלעצער ווי מען ווייזט דער מאווי פון לעבן, געדענק אז דו וועסט קיינמאל נישט וויסן אויף זיכער ווי ווערט געסקרינד דער ריכטיגע מאווי.
Life is not a problem to be solved, but a reality to be experienced- Soren kierkegaard
תוהו ובוהו
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 551
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2020 8:08 pm
האט שוין געלייקט: 725 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2126 מאל

שליחה דורך תוהו ובוהו »

שאלתיאל האט געשריבן: עס זענען דא אזוינע וואס זענען מוותר אויפן אמת. זיי באזירן זיך אויף פאסטמאדערניסטישע מהלכים אז אמת איז רעלאטיוו און ס'נישט פארהאן קיין אביעקטיווע אמת און ממילא קען מען מוותר זיין אויף די חקירות ודרישות. וואס מ'בלייבט איבער מיט איז נאר מיטן סאביעקטיוון 'זיך' און פון דארט קען מען זיך בויען יעדער לויט ווי זיין הארץ ציט. מען קען עס אפשר צוזאלצן מיט עס אראפלייגן אלץ גיין מיט דער 'נשמה'.
דאכצעך אז דער מהלך איז לאו דוקא געבינדען מיט קאמפליצירטע פאסט מאדערניזם.

מ'קען פשוט האמבלי אנערקענען דעם פשוט'ן פאקט אז מ'קען נישט, און מ'גייט נישט, אנקומען צו אן אבסאלוטער אמת. לאו דוקא ווייל ס'איז נישטא אזאנס - נאר ווייל אויב דיסקרעדיטיר איך היינט מיינע נעכטיגע מחשבות און קלוגערע פון מיר דיסקרעדיטירן מיינע היינטיגע, איז נישט שייך קיין מציאות אז מיין זען עפעס אלס אמת זאל אנדייטן אויף עפעס. און אפילו דעם חשבון זעלבסט וועט מעגליך איינער דיסקרעדיטירן...

און דער רגע מ'מאכט שלום מיט דעם פאקט, איז אלעס לייכטער. גארנישט איז שוין נישט קריטיש-נוגע. אלע קריטישע-עקזעסטענשל-נושאים פון נעכטן ווערן פלוצים פארוואנדלט אין אומרעלעווענטע פרשת-דרכים-דרושים וואס מ'איז עוסק דערין ווען די תאווה כאפט אן, און ס'איבריגע צייט לאזט מען זיי רוען אין שאנק און זאלן זיך אנדערע פארסמאקעווען דערמיט.

און מיט דער צייט הייבט אן דאס נישט-וויסן שיינען מיט א קלארקייט - נישט פארהאן אזא רואיגקייט ווי דער בחור'ל וואס מוטשעט זיך מיט ספיקות פאר אפאר יאר ביז ער כאפט אז גארנישט גייט ווערן אויסגעקלארט הונדערט פראצענטיג - זה מה יש! פלוצים איז ער מער נישט אין קיין געיעג. קיין שום אמת ווארט אים מער נישט אפ אראונד די קארנער. ער דארף שוין גארנישט ווארפן און גארנישט נעמען, ער דארף נישט קיין אמונה פשוטה און ציטערט נישט פון כפירה עקומה.

און יא, ער געפינט אויס אז דער טעם פון טשולנט איז גאר אייביג געקומען פון זיינע טעיסט באדד'ס.

ולסיום, אונז זענען צוגעוואוינט צו טראכטן אז 'שמח בחור בילדותך' - 'טו וואס פילט גוט', איז אזא גרינגע וועג ארויס פאר אפאר טיפשים וואס פארשטייען נישט די דברים העומדים ברומו של המוח האנושי. little do you know אז זיי האבן שוין געמאכט א פול סירקל, און דאס איז גאר די מערסט-רעלעוואנטע פילאזאפישע מסקנא וואס איז אמאל געמאכט געווארן.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 2 אום שאלתיאל, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
בְּתוֹךְ עַמִּי
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 671
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 16, 2021 11:45 am
האט שוין געלייקט: 388 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 869 מאל

שליחה דורך בְּתוֹךְ עַמִּי »

קודם כל ווילעך דיר בעטן דאס איינע זאך: האב נישט קיין טענות ח״ו צום בורא עולם פארן דיר געבן א קעפל אויף די פלייצע (ווילסט טאקע מ׳זאל דיר עס צונעמען....?). אדרבה, לויב און דאנק אים פארן דיר שענקן דעם מתנת השכל.
יעצט אויב גלייבסטו אז ער האט דיר דאס געגעבן פאר דיין טובה, דאן אבוויעסלי מיינט עס, אז ס׳איז פאר דיין תכלית זיך צו געפינען איצטער בלב ים, אינעם ים הספיקות, א שרעקעדיגע ארט ווי מען זעט נישט דעם האריזאנט....

למעשה; וואס האסטו צו טאָן איצטער? מממ.... לאמיר זעין....

• קענסט פראבירן צו פלאויטען אויפן אויבערפלאך און זיך שלאגן מיט די כוואליעס כל עוד נשמתך באפך... (דענייעל)
• קענסט פראבירן צו שווימען פאר לאנגע שטרעקעס, אפשר וועסטו טרעפן יבשה... (חקירות)
• קענסט אראפנידערן בתהומות מים רבים אולי וועסטו אנטדעקן אז דו ביזט גאר א פיש... (נשמה)
טייערע חברים. אונז אלע האמיר שוין גענוג געליטן! קשיות. ספיקות. קוועטשענישן. פחדים.
לאמיר פארברענגען לייוו איבער א גלעזל טיי און ארויסגיין מצרה לרוחה, מאפילה לאורה ומשעבוד לגאולה :)

פאר מער אינפארמאציע שיק מיר אן אימעיל: teauvent@gmail.com
באניצער אוואטאר
צקון לחש
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 682
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 27, 2021 2:09 am
האט שוין געלייקט: 1504 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1291 מאל

שליחה דורך צקון לחש »

געוואלדיג @שאלתיאל.

איך מיין אז אלץ הודאה על האמת דארפן מיר אנערקענען אז אידישקייט עז ווי נאו איט איז א פארגאנגענהייט.

אידישקייט איז נישט מענט טו בי קאונטער אינטואיטיוו.

איי נאסטאלגיע? יא, ס'זייער געשמאק, אזוי ווי טשולנט, אבער, ווי יענער פלעגט זאגן: בלי לחץ.
שמן למאור
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3266
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
האט שוין געלייקט: 3320 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל

שליחה דורך שמן למאור »

עס איז דא א מהלך אז קודם איז מען חוקר צו טרעפן וואס איז זיכער נישט אמת... דאס איז גרינגער ווי זיכן דעם אלטעמאטן אמת.
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד

I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-

אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
באניצער אוואטאר
טאמבל סאס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4290
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
האט שוין געלייקט: 6640 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3625 מאל

Re: וואס וויל ער שוין? אביסל טראכטן!

שליחה דורך טאמבל סאס »

''טשולנט האט נאך דער זעלבע טעם טראץ די חקירות''.
איך בין אויך נישט זיכער אז דאס איז אמת. איך האב געקענט אויסגעארבעטע אידן וואס האבן טאקע נישט געפיהלט די טעם אין א טשולנט. אדער לכה"פ נישט אזוי שטארק ווי זיי האבן עס געפיהלט אין א טעלער צמחונות..

Sent from my SM-G973F using Tapatalk
דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
באניצער אוואטאר
שאלתיאל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 846
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 02, 2022 1:03 pm
האט שוין געלייקט: 1634 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2228 מאל

שליחה דורך שאלתיאל »

תוהו ובוהו האט געשריבן: דאכצעך אז דער מהלך איז לאו דוקא געבינדען מיט קאמפליצירטע פאסט מאדערניזם.

מ'קען פשוט האמבלי אנערקענען דעם פשוט'ן פאקט אז מ'קען נישט, און מ'גייט נישט, אנקומען צו אן אבסאלוטער אמת. לאו דוקא ווייל ס'איז נישטא אזאנס - נאר ווייל אויב דיסקרעדיטיר איך היינט מיינע נעכטיגע מחשבות און קלוגערע פון מיר דיסקרעדיטירן מיינע היינטיגע, איז נישט שייך קיין מציאות אז מיין זען עפעס אלס אמת זאל אנדייטן אויף עפעס. און אפילו דעם חשבון זעלבסט וועט מעגליך איינער דיסקרעדיטירן...

און דער רגע מ'מאכט שלום מיט דעם פאקט, איז אלעס לייכטער. גארנישט איז שוין נישט קריטיש-נוגע. אלע קריטישע-עקזעסטענשל-נושאים פון נעכטן ווערן פלוצים פארוואנדלט אין אומרעלעווענטע פרשת-דרכים-דרושים וואס מ'איז עוסק דערין ווען די תאווה כאפט אן, און ס'איבריגע צייט לאזט מען זיי רוען אין שאנק און זאלן זיך אנדערע פארסמאקעווען דערמיט.

און מיט דער צייט הייבט אן דאס נישט-וויסן שיינען מיט א קלארקייט - נישט פארהאן אזא רואיגקייט ווי דער בחור'ל וואס מוטשעט זיך מיט ספיקות פאר אפאר יאר ביז ער כאפט אז גארנישט גייט ווערן אויסגעקלארט הונדערט פראצענטיג - זה מה יש! פלוצים איז ער מער נישט אין קיין געיעג. קיין שום אמת ווארט אים מער נישט אפ אראונד די קארנער. ער דארף שוין גארנישט ווארפן און גארנישט נעמען, ער דארף נישט קיין אמונה פשוטה און ציטערט נישט פון כפירה עקומה.

און יא, ער געפינט אויס אז דער טעם פון טשולנט איז גאר אייביג געקומען פון זיינע טעיסט באדד'ס.

ולסיום, אונז זענען צוגעוואוינט צו טראכטן אז 'שמח בחור בילדותך' - 'טו וואס פילט גוט', איז אזא גרינגע וועג ארויס פאר אפאר טיפשים וואס פארשטייען נישט די דברים העומדים ברומו של המוח האנושי. little do you know אז זיי האבן שוין געמאכט א פול סירקל, און דאס איז גאר די מערסט-רעלעוואנטע פילאזאפישע מסקנא וואס איז אמאל געמאכט געווארן.
שטארק!

האסט אראפגענידערט דעם דראנג פון זוכן נאך א געוויסע אמת אבער די שאלה וואס בלייבט איבער איז: 'וואס יאz? וויאזוי זאל ער זיך יא פירן? זאל ער אינגאנצן מוותר זיין אויפן אמת? זאל ער אינגאנצן מוותר זיין אויפן שכל און גיין אחרי נטיות ליבו?

אין א געוויסע וועג האב איך געשריבן ענליך צו דיך אין דער צוויטע מהלך מיט דער נקודה פון אנערקענען אין די באגרעניצונג פון אונזער שכל און נישט מורא האבן לעבן אין א ספק, פון דער אנדערע זייט אבער מיין איך אז מען דארף נישט אינגאנצן מוותר זיין דערויף, עס יא פארהאן אַן אביעקטיווע אמת וואס טראץ מען קען נישט צוקומען דערצו ממש, קען מען אבער זיך יא דערנענטערן דערצו. טאקע נישט אויף הונדערט פראצענט און טאקע נישט מיט א דראנג און מיט א פרעשור ווי האסט געשריבן אבער פארט מען קען נאך אלץ פראבירן אויסטרעטן א וועג אדער לפחות א שטייגל וואס איז ריכטיג.
Life is not a problem to be solved, but a reality to be experienced- Soren kierkegaard
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5784
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 12391 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל

שליחה דורך מי אני »

שאלתיאל האט געשריבן:אין א געוויסע וועג האב איך געשריבן ענליך צו דיך אין דער צווייטע מהלך מיט דער נקודה פון אנערקענען אין די באגרעניצונג פון אונזער שכל און נישט מורא האבן לעבן אין א ספק. פון דער אנדערע זייט אבער מיין איך אז מען דארף נישט אינגאנצן מוותר זיין דערויף, עס איז יא פארהאן אַן אביעקטיווע אמת וואס טראץ מען קען נישט צוקומען דערצו ממש, קען מען אבער זיך יא דערנענטערן דערצו. טאקע נישט אויף הונדערט פראצענט, און טאקע נישט מיט א דראנג און מיט א פרעשור ווי האסט געשריבן, אבער פארט מען קען נאך אלץ פראבירן אויסטרעטן א וועג אדער לפחות א שטייגל וואס איז ריכטיג.

דאס קען מען צאמשטעלן מיט דאס וואס @שמן למאור האט דא אויבן געשריבן:
שמן למאור האט געשריבן:עס איז דא א מהלך אז קודם איז מען חוקר צו טרעפן וואס איז זיכער נישט אמת... דאס איז גרינגער ווי זיכן דעם אלטעמאטן אמת.
והיינו, ווייל, ווי באקאנט, שרייבט דער רמב"ם במו"נ (ח"א פנ"ט) לגבי זיין געדאנק אין נעגאטיווע טעאלאגיע אז מ'קען נאר משיג זיין וואס ג-ט איז נישט, אז ווי מער נעגעישאנס מ'ווייסט וואס עס איז נישט, אלס מער קומט מען דאך נענטער צו צום אמת ע"ש. און דאס איז בתוך דעם באקאנטן געדאנק פון תכלית הידיעה שנדע שלא נדעך, וואס דער נפוצות יהודה (דרוש ט) האט צאמגעשטעלט מיט חכמה, והיינו "אמת", בכלליות ע"ש. (און רעדענדיג פון שיטת הרמב"ם בזה איז כמובן אז דאס גאנצע "וואס וויל ג-ט?" איז בלשון מושאל שבמושאל. ועיין לעיל שם בפנ"ו.)

הכלל העולה איז אז אזוי ווי דר. קארל סעגען האט געשריבן בנוגע סייענטיפישע פארשונגען אויף וואס מ'קען טענה'ן זענען (פון) די שטערקסטע אופני בירור המציאות והאמת: "די מעטאדעס פון סייענס ברענגען נישט צום אבסאלוטן אמת, נאר אַן אַסימפּטאָטישן אמת."

ובכלל איז ידוע אז דאס איז געווען די מהלך פון דעקארט: ארויסווארפן און ספק'ענען פּראפּאזישאנס וואס זענען נישט מבורר, און זעהן מיט וואס מ'בלייבט איבער אלס זיכער און פון דארט אָנהויבן.

דא האב איך געשריבן איבער די חילוק בזה בין מעטאפיזיקס, די ערשטע דרך דא, און עפּיסטעמאלאגיע, די צווייטע דרך דא.

און דא הא'מיר אראפגעברענגט מש"כ הרמב"ם בזה (עפ"י אריסטו) און סקראט.

ומענין לענין באותו ענין איבער זיך פארהוילן פון טראכטן וויבאלד דאס קען צוברענגען צו עפעס וואס מ'וויל נישט, זאגט דר. שׁעלי קאגאן אין די לעקציע:
Here are two stories that may help us get a feel for the oddity of trying to disregard facts. Suppose that you're on a hot date, or about to go out on a hot date, with Peggy Sue or, depending on your preferences, Billy Bob. And your roommate holds up an envelope and says, "Written in this envelope are certain facts about Peggy Sue or Billy Bob. I'm not going to tell you what these facts are yet. They're in the envelope. But I'll give you the envelope and you can open it up and read them. But I do want to tell you this one thing. It is indeed the case that if you were to read these facts, if you were to think about these facts, if you were to know the things written down in the envelope, you would not want to go out with Peggy Sue." And you say to yourself, “Well, let's see. Right now I want to go out with Peggy Sue, but if I knew these true facts I would change my mind and no longer want to go out with her.” (It's not that you think your roommate has made it up, that these are lies; these are slander. You really believe, and it is in fact the case that the things written down in the envelope are true. And so you know that if only you were to read these things in the envelope you would change your mind and no longer want to go out with her. And so what you say is, "Don't show me the envelope."

That seems odd. It doesn't seem like it makes sense. If there are things that would change your mind and you know that they would change your mind about your behavior, how can it be rational to disregard them?

Here's another story. You're about to drink a milkshake, and your roommate comes rushing in and says, "I've got the lab report. I had my suspicions about the milkshake, and so I took a sample and I rushed it down to the lab. I've got the lab report." You're about to drink it because you're thirsty, it's a hot day and you love milkshakes. And your roommate says, "Inside the envelope are facts about this milkshake that if you knew these facts, you would not drink the milkshake anymore." And you say, "Oh, thank God. Don't open the envelope," and you drink the milkshake, disregarding the facts. That seems inappropriate
און פון דעם אליין טראכט מען אויך נישט...
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז...?" - יאיר
"אלס וואס איך ווייס איז אז איך ווייס גארנישט (אחוץ דעם עצם פאקט)" - סקראטוס
און אפילו אין דעם בין איך אויך נישט זיכער (וכן הלאה והלאה)
Cheim
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 18
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 29, 2023 1:08 pm
האט שוין געלייקט: 44 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 28 מאל

שליחה דורך Cheim »

שטארקע סך הכל פון גאנץ העמק דבר..
די סך הכל איז גראדע א זאך וואס ווערט אטאמאטיש אן קיין שום ספעציעלן חשבון...

איך געדענק נאך די גאר אינגע יארן ווען איך פלעג נאך בעטן גאט ביים דאווענען (אנשטאט דאווענען) ער זאל מיך פליז מסביר זיין וואס דא גייט פאר, ווי אזוי פינקטלעך ער וויל איך זאל אוועקגיין פון מיינע מענטשליכע געברויכן פאר א געוויסע אמונה וואס איך בין פערצופאל מחנך געווארן מיט...
שפעטער פארלוירן די געפיל צו בעטן און נאכקוקן פאר אן אמת פילנדיג אז איך טאפ א וואנט און קיין איין מהלך הייבט נישט אן צו שטימען....

מען האט אנגעהויבן לעבן אין די צומישעניש ביז איך האב אויפגעהערט שפירן די צומישעניש אין געלאזט מיין לעבן מיך פירן....
אבער come on.. isn't life extremely boring??
פארשפארט