הכל מודים דבעינן נמי לכם
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3266
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
- געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
- האט שוין געלייקט: 3320 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל
הכל מודים דבעינן נמי לכם
האלב פאר מיר און האלב פאר דיר
א צעמישעניש עס הערשט אינטערן טיר
קרעימיש קעיק פון אלע סארטן
מילכיגע געבעקס און טארטן
אקדמות מיט א פלאם און ברען
קבלת התורה וואס וואו ווען
קרעפלעך דעם הארץ טוט נאגן
א קידוש ס'זאל זיין וואס צו זאגן
מגילת רות מיט פארגלייזטע אויגן
אויפבלייבן ביינאכט עס טוט נישט טויגן
א שטיקל בשר בהמה א געשמאקן
צום סעודה זיך זעצן אויף אלע באקן
תיקון ליל שבועות מיט אויגן פארקנאקטע
געטינקעכץ ביים עלות אין מקווה א געפאקטע
גראזן און פאומס עס גיבט א שטראל
שיינע בלומען געהאנגן איבעראל
לאנגע דאווענענס מגייט אראפ פון זינען
עשרת הדברות כ'בין נישט צום געפינען
א דעלקעלע איך גיב מיך א דערמאן
באלד וועט פארן טשיז-באבקע זיין די זמן
נמי לכם אדער גאר דער עיקר
ווער נעמט די פלאץ וואס איז דיקער
האלב א מלאך און האלב א גלח ממש אזוי
אויך אלע אנדערע טעג פון יאר גענוי
זאג מיר קלאר וואס וויל מען פון מיין לעבן
צושמעטערן די גוף אדער גאר אים נאכגעבן
מיר דאכצעך אז כוחות מיר טוען נישט פארמאגן
כי זה כל האדם קענען מיר זיך דען שלאגן
בין אור לחושך נישט אהין נישט אהער
אפשר אזוי קומט עס לכתחילה איך קלער
איך הער שוין אויף שלעפן די שטריק ביידע וועגן
א באלאנס פון אלוקית מיט בהמית מיר מעגן
זייער חלק מעג זיך יעדער אינגאנצן ערפילן ביטע
מיט הארמאניע צוזאמען לעבן ווי ברודער גוטע
אהה תחתונים עלזו ועליונים ששו
איי די טשיזקעיק געשמאק און דזשאוסי
א צעמישעניש עס הערשט אינטערן טיר
קרעימיש קעיק פון אלע סארטן
מילכיגע געבעקס און טארטן
אקדמות מיט א פלאם און ברען
קבלת התורה וואס וואו ווען
קרעפלעך דעם הארץ טוט נאגן
א קידוש ס'זאל זיין וואס צו זאגן
מגילת רות מיט פארגלייזטע אויגן
אויפבלייבן ביינאכט עס טוט נישט טויגן
א שטיקל בשר בהמה א געשמאקן
צום סעודה זיך זעצן אויף אלע באקן
תיקון ליל שבועות מיט אויגן פארקנאקטע
געטינקעכץ ביים עלות אין מקווה א געפאקטע
גראזן און פאומס עס גיבט א שטראל
שיינע בלומען געהאנגן איבעראל
לאנגע דאווענענס מגייט אראפ פון זינען
עשרת הדברות כ'בין נישט צום געפינען
א דעלקעלע איך גיב מיך א דערמאן
באלד וועט פארן טשיז-באבקע זיין די זמן
נמי לכם אדער גאר דער עיקר
ווער נעמט די פלאץ וואס איז דיקער
האלב א מלאך און האלב א גלח ממש אזוי
אויך אלע אנדערע טעג פון יאר גענוי
זאג מיר קלאר וואס וויל מען פון מיין לעבן
צושמעטערן די גוף אדער גאר אים נאכגעבן
מיר דאכצעך אז כוחות מיר טוען נישט פארמאגן
כי זה כל האדם קענען מיר זיך דען שלאגן
בין אור לחושך נישט אהין נישט אהער
אפשר אזוי קומט עס לכתחילה איך קלער
איך הער שוין אויף שלעפן די שטריק ביידע וועגן
א באלאנס פון אלוקית מיט בהמית מיר מעגן
זייער חלק מעג זיך יעדער אינגאנצן ערפילן ביטע
מיט הארמאניע צוזאמען לעבן ווי ברודער גוטע
אהה תחתונים עלזו ועליונים ששו
איי די טשיזקעיק געשמאק און דזשאוסי
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד
I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-
אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-
אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 208
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 04, 2022 11:16 pm
- האט שוין געלייקט: 437 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 345 מאל
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 808
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 12, 2020 11:17 pm
- געפינט זיך: אויפן וועג צום קאווע שטיבל
- האט שוין געלייקט: 448 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 640 מאל
געוואלדיג
א זאטיגע הארה. איך האב שוין לאנג נישט געהאט קיין געדולד צו די ליל שבועות און די לאנגע דאווענען, איך האב עס געקאט. יום טוב איז א צייט וואס מ'דארף זיין פרייליך נישט זיך פייניגען
שמחת יום טוב איז א דארייתא, די איבעריגע איז ניטאמאל א דרבנן
א זאטיגע הארה. איך האב שוין לאנג נישט געהאט קיין געדולד צו די ליל שבועות און די לאנגע דאווענען, איך האב עס געקאט. יום טוב איז א צייט וואס מ'דארף זיין פרייליך נישט זיך פייניגען
שמחת יום טוב איז א דארייתא, די איבעריגע איז ניטאמאל א דרבנן
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום מילך טראק, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 208
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 04, 2022 11:16 pm
- האט שוין געלייקט: 437 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 345 מאל
ווי איז נאך דא אזא שמחת יום טוב ווי תיקון ליל שבועות נאכט?מילך טראק האט געשריבן:געוואלדיג
א זאטיגע הארה. איך האב שוין לאנג נישט געהאט קיין געדולד צו די ליל שבועות און די לאנגע דאווענען, איך האב עס געקאט. יום טוב איז א צייט וואס מ'דארף זיין פרייליך נישט זיך פייניגען
שמחת יום טוב איז א דארייתא, די איבעריגע איז ניטאמאל א דרבנן
- שעפטאל
- שריפטשטעלער
- הודעות: 889
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 19, 2023 6:40 pm
- געפינט זיך: אין די גרויסע דשונגל
- האט שוין געלייקט: 7215 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2418 מאל
מסכים. אוי איז דעס שמחת יום טוב!! זיך איינקארטשען אונטער די דאכענע אין א קאלטע צימער שבועות ביינאכט בשעת מ'ווייסט אז יעדער אין ביהמ"ד געהניצט און האט קאפ וויי.בעל אחריות האט געשריבן: ווי איז נאך דא אזא שמחת יום טוב ווי תיקון ליל שבועות נאכט?
מ'זינגט זיך אונטער מיט א שמחה: ניין ניין, האלט עס אליין. מיר האבן אן אנדערע מיין...
עהה, @בעל אחריות כ'בין דיך סתם מקנא
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 2 אום שעפטאל, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 208
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 04, 2022 11:16 pm
- האט שוין געלייקט: 437 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 345 מאל
איך אליין גראדע זאג געווענליך אויס די גאנצע תיקון, אבער איך מיין עפעס אנדערש, אין די ביהמ"ד וואו איך גיי איז זייער א געשמאקע מצב, מען לערנט אביסל, מען שמועסט אביסל (אסאך), מען נאשט אביסל, וואסער מעלאנע וכו', שפעטער אריין אין די נאכט ווערט די עולם אביסל אווערטייערד און מען הרג'ט זיך פאר געלעכטער פון יעדע שטות, וכו'.... יו געט די פוינט,שמעקעדיג האט געשריבן:וועלכע חלק ענדזשויסטו? די מידקייט? זאגן א דיקע בוך מיט ווערטער?בעל אחריות האט געשריבן:ווי איז נאך דא אזא שמחת יום טוב ווי תיקון ליל שבועות נאכט?
חוץ אז דו זעצט זיך לערנען מיט א געשמאק, דאן באלאנגט עס שוין נישט אין דעם אשכול...