לעצטענס האט זיך די עוז והדר קאמפאני זיך גענומען צו די ביינער אין זיי האבן זיך אריינגעלייגט אין ליינס וואס האט קיינמאל נישט באלאנגט צו זיי. ביז יעצט בערך האבען זיי געדרוקט גמרות, זיי האבען אראפגעלייגט א שיינע ארבעט אין מגיה זיין, שיינע קלארע אותיות, און געהאלטן אין איין אפדעיטן די ש"ס מיט פרישע ספרים און מפרשים.
איך מיין אז זייט זיי האבן זיך אריינגעלייגט אין די ארבעט צו מפרש זיין די תלמוד, ארויסגעבענדיג די מתיבתא כרכים, האבן זיי זיך אריינגעלאזט די פרינטיג ליין און זיי האלטן אין איין ארויסגעבן פרישע ספרים, נאך אפי' שנעלער ווי נר מצווה קומט אויף מיט פרישע פאטענטן!! וואס נישט, זיי האבן אנגעפילט מיט נאר די נעמען פון די ספרים א גאנצע לוח!! חומשים, סידורים, זמירות, א ליקוט אויף מועדים, משנה ברורה, איך געדענק נישט אלעס אויסנווייניג, און דאס איז חוץ די ש"ס, מתיבתא, און נאך. און די אלע ספרים איז דא צו באקומען אין אלערליי פארעמען און סייזעס, איינס מיט די פירוש און איינס אן. ציניקער זאגען אז נאך אביסל וועט מער נישט זיין קיין ספרים געשעפטן, עס וועט נאר זיין בעיקר עוז והדר געשעפטן וואו מען וועט קענען קויפן אלע ספרים פארן יודישען געברויך, און נאך עטליכע געשעפטן צו קענען קויפן די אלע אלטע ספרים..
איז יעצט די שאלה
איז עס א מעלה
איז איין קאמפאני א טובה
און די וואס רעדן דערקעגן איז פון קנאה
אדער ניין, מען דארף אויפפאסן
אז אן א קאנקורענט וועט פארן די פרייזן
און וואס זאגט יעדע מענטש
איבער די עוז והדר כולל אין בית שמש?
ווערט דער עולם פון די איידיע אנטציקט
אדער איז עס סתם פאררוקט?
עוז והדר געשעפטן?
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 108
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 20, 2012 3:27 pm
- האט שוין געלייקט: 37 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 76 מאל
כאשט עו"ה האט זיך אירע מעלות גייט עס אויך גוט אויף די נערווען. זייערע המתרגם איז סתם טפשותדיק. אנשטאט שרייבן וואס רש"יס פארנצויזיש מיינט אין לשה"ק (חלילה ענגליש!) שרייבן זיי נאך אמאל איבער דער ארמישער ווארט פון דער גמרא. אמאל לייגן זיי צו אבער אסאך מאל נישט. דער מוסף רש"י חזרט אסאך מאל איבער וואס עס שטייט שוין אויפן פלאץ. און זייערע הערות קענען זיין פליין קינדעריש. דער ערגסטער אין ברכות איז געווען א קשיא פון צוואת ר' יהודה החסיד. מען מעג אין אים גלייבן אבער 'קשיות' אויף אים געהערן נישט אויפן גליון און אפילו נישט פון הינטן. זיי פארדרייען אויך אסאך א קאפ מיט שינוי גרסאות וואס זענען נישט מעלה ומוריד. ווען זיי וואלט מיר געפאלגט וואלטן זיי צום מינדסטן געדארפט ברענגן אלע טייטשן פון הערוך צום בלאט אליין. פאר שבת האב איך מיר געקויפט א וואגשאל ונזכה ונחיה ונראה.
איך דארף קלאר מאכן אז איך רעד פון דער רעגולער ש"ס נישט ש"ס פאר דאמיס.
איך דארף קלאר מאכן אז איך רעד פון דער רעגולער ש"ס נישט ש"ס פאר דאמיס.
בעל מחבר פון "דער סאמע ערגסטע, גרויליגסטע, און נידריגסטע תגובה וואס איז נאר אמאל געשריבן געווארן אין דער היסטאריע פון קאווע שטיבל" (על פי דברי @אליצפן)
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 160
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 11:03 am
- האט שוין געלייקט: 14 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 48 מאל
עו"ה האט געעפנט א פעקטארי וואו מען מאכט ספרים אין לשה"ק, ארמיש, און דארטן אין די פאבריק אין בית שמש ארבעטן געלונגענע און טלאנטפולע יונגעלייט (נישט סתם סאברעס), און די קבוצה יונגעלייט זענען מלקט און מגיה און נאך אזעלכע ארבעט פון דעם סארט.
דער חידוש איז אז זיי רופן אן די א.ד. פעקטערי אין זייערע פראפעגאנדע צעטלעך כאילו עס איז א גאנצע כולל.
עס איז מיר אינטערסאנט אויב איינער ווייסט צו זאגן איבער זייער נדבן הרבני הנגיד חיים הערש פרידמאן שליט"א.
דער חידוש איז אז זיי רופן אן די א.ד. פעקטערי אין זייערע פראפעגאנדע צעטלעך כאילו עס איז א גאנצע כולל.
עס איז מיר אינטערסאנט אויב איינער ווייסט צו זאגן איבער זייער נדבן הרבני הנגיד חיים הערש פרידמאן שליט"א.
אז די פארשטייסט יא מעגסטו פארשטיין אז נישט אלעס מוזטו פארשטיין