דער גרינער אַנסאַמבל

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
פארשפארט
באניצער אוואטאר
יוֹנָה מָצְאָה
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 5
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 14, 2023 1:09 am
געפינט זיך: בֵּין הָאוֹר וּבֵין הַחֹשֶׁךְ
האט שוין געלייקט: 15 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 87 מאל
קאנטאקט:

דער גרינער אַנסאַמבל

שליחה דורך יוֹנָה מָצְאָה »

דער גרינער אַנסאַמבל

אַחַר כָּל יָרוֹק יִדְרוֹשׁ

דער גרינער אַנסאַמבל איז א "קאַווע־שטיבל עקסקלוסיוו" לכּבוֹד שבוּעוֹת תּשפּ"ג. דער גרינער אַנסאַמבל איז געווידמעט צו שענקען אַנערקענונג פאַר זייטיגע פּערסאָנאַזשן (characters) וועלכע ווערן דערמאַנט בלויז כּלאחר־יד אינעם שפּאָגל־נייעם דריטן קאַפּיטל פון גרינער יֵצֶר־טוֹב. הויפּט פּערסאָנאַזשן קריגן לענגערע, דעטאַלירטע באַשרייבונגען אין דער דערציילונג גופא — לייענט אויסשליסליך אין וועקער #20 הבעל"ט.



אברהם פּנחס ראָזנבערג, עי.קעי.עי. פּיני ראָזען:

א בלו־קאַלער יונגערמאַן וועלכער טראָגט אין די ימי־המעשׂה שוואַרצע העמדער, גרויע דזשינס, און העל־ברוינע שטיוול וועלכע גרייכן ביז א טפח אַנדערהאַלבן העכערן קנעכל. די סיבה פאַרוואָס פּיני מעג זיך קליידן אין פילפאַרביגע בגדים איז דערפאַר וואָס ער אינסטאַלירט עיר־קאָנדישאָנערס — א פאַך באַשיצט אין היימישער געזעלשאַפט מיט א צוֹרך־פּרנסה טראַגע־עקזעמפּשאָן. מ'מוז שוין היינט נישט טראָגן קיין בליי אויפן אויער, און מ'מוז שוין אויך נישט טראָגן קיין מעסטער אויף די הויזן. יעדער בעל־מלאכה וואָס ניצט א לייטער פון זעקס אַמוֹת און העכער איז עליזשיבל פאַר א סַסְגּוֹנָא־פּעקעזש בחוֹתמוֹ של כּהן־גדוֹל. שוואַרצע העמדער און געלע שוכבענדלעך קומען סטאַנדאַרט מיטן דאָזיגן עקזעמפּשאָן, כאָטש וואָס די ספּעציפיקאַציעס זענען בייגעוודיג צו יעדן לצוֹרך־פּרנסתוֹ. דאָס שוכוואַרג טרעפט זיך אָפט צו זיין פון א wheat פאַרב — ווייציגע שטיוול לצוֹרך־פּרנסה. מַה יָּפוּ פְעָמַיִךְ בְּמַגְפֵי־חִטָה. ס'איז אויס תּוֹרה רח"ל. א הפקר־וועלט וואו לית דין ולית דיין.

דער צוֹרך־פּרנסה קאַרד איז א דיסרופּטער שוין מתּמוֹל שלשוֹם, אַן אַלטער טראָבל־מעיקער פון וועמען יראים ושלמים ליידן זיך צוזאַם אויף טריט און שריט. דער מוזיקאַנט מעג אַריינפייפן מיט זיינע אינסטרומענטן אויף דער גאַנצער ספירה, דריי וואָכן, און י"ב חוֹדש — צוֹרך־פּרנסה. קאָמפּיוטער, אינטערנעט, מיידלעך אין אָפיס, סמאַרטפאָן, טריפּס צו די מרחקים, אַריינקניידלען די באָרד, אַרומקריכן אין מאַנהעטן, ציצית אונטערן העמד, דאַווענען אויפן באָס, תּרח'ס מנין, לייגן תּפילין ביי דער שקיעה, שעכטן בהמוֹת אין יעהופּעץ — צוֹרך־פּרנסה. דער צורך־פּרנסה צו רעכטפאַרטיגע אידן איז וואָס דער סעקאָנד־אַמענדמענט איז פאַר יעדן נאָרמאַלן אַמעריקאַנער: א ביין אין האַלדז. די הימלען וויינען טאַקע, אָבער … צוֹרך־פּרנסה. מ'קען גאָרנישט טון אויסער אַריינבלאָזן אינעם ווינט "טאָטס ענד פּרעיערס" יעדע וואָך אויפסניי.

טראַגע־עקזעמפּשאָנס קומען אָבער פאָרט מיט באַגרעניצונגען. יאָ, דער בעל־מלאכה מעג טאַקע אַרומקריכן מיט ווייציגע שטיוול פון טימבערלאַנד, דער אָפיס־אינגערמאַן מעג אַרומשמייען מיט נעצליכע סניקער פון סקעטשערס, און דער קילער אינגערמאַן מעג אין א זומערדיגן פרייטאָג אַרומשפּרייזן די גאַסן מיט טו־טאָן נייקיס, ספּעציעל אַזוי אויב קומט ער פון זשים. ווער רעדט אפילו פונעם הפקרות וואָס הערשט אום תּשעה־בּאָב: די כָּל־צָרְכִּי טאָלערירט אַלע פאַרבן און שאַטירונגען. קראָקס, פּאַפּאָטשן, און סניקער — קיינער גיט נישט קיין דעקל בין תּכלת ללבן ובין ארגמן לכּרתי. אָבער … אַריינמאַרשירן צו לְכָה־דוֹדִי מיט א פּאָר עלעגאַנטע מאַהאָגאַני שיך פון ברונעלאָו קוטשינעלי? קענסט חלוֹמ'ען. אפילו בלויז אַרומצושפּאַצירן דערמיט ביי זיך אין בעדרום טראָגט א מאַנדאַטאָרי־מינימום פון זיבן יאָר גיהנוֹם.

פּוק חזי וועמען מ'קען אַלץ טרעפן אין בית־מדרש ביי דער מערב־וואַנט. דער שניידט זיך די באָרד, א צווייטער שפּריצט זיך מיט פּאַרפום, א דריטער פאַרמאָגט סאַמעט אויפן קראָגן פון א קורצער בּעקיטשע דורכגעוועבט מיט זילבערנע פעדים, א פערטער האָט א בדידי־הווה־עוּבדא צו יעדן עַל־חֵטְא באַזונדער, און א פינפטער קלאַפּט זיך שוין נישט עַל־חֵטְא בכלל. מ'טרעפט אין בית־מדרש פּויערן, באָמעס, און שקצים פון אַלע סאָרטן — נאָר נישט קיין ברוינע שיך. א פּאָר ברוינע שיך גייט שוין נישט קיין שטריימל. ניטאַמאָל א משהו ברוין ווייניגער ווי א כּזית אַריינגעמישט אינערהאַלב פאַרצייטישע שוואַרצע לוּחוֹת־שיך — זילטש.

דער טראַגע־עקזעמפּשאָן, ווי איר זעט, גילט בלויז אויף סניקער, פּאַפּאָטשן, קראָקס, און אַרבעט־שטיוול. דער כּלל איז קלאָר: פאָרמעל = אסור. אויב ס'איז אומפאָרמעל דאַן קען מען טרעפן היתּרים. אַמאָל מער, אַמאָל ווייניגער. די זעלבע איז מיט אַנדערע טראַגע־עקזעמפּשאָנס לאו דווקא שוכוואַרג. א פילפאַרביג טישורט פון אַמאַזאָן־עסענשאַלס, א שטייגער, איז קיינמאָל נישט אַזוי האַרב ווי א געביגלט כּתוֹנת־תּשבּץ פון בורבערי אפילו חצי־ווייס. זעלטן וואָס מ'קען טרעפן א טראַגע־עקזעמפּשאָן אויף פאָרמעלער קליידונג. א יוֹצא מן הכּלל איז דער מוזיקאַנט … !duh … וואָס מעג זיך אָנטון א שניפּסל כּל זמן ס'געהערט צום אוניפאָרם פונעם אָרקעסטער — לצוֹרך־פּרנסה.

באַליבסטע פראַזע: פיינע פלוכעס.

מערסט־באַניצטע פראַזע: דער זכר טריפּט אויף שווערער סחוֹרה.





אשר אנשיל יאַקאָבאָוויטש, עי.קעי.עי. אָשי דזשעי:

א ביר־בויך און שיינע נאָז. אינדערפרי איז ער משחד ר' שייעלע'ן מיט טשיז־דעלקעלעך, און אויפדערנאַכט איז ער משחד דעם בת־עין מיט טרי־באָן פלאַנקען. א הוֹן תּוֹעפוֹת שפּענדט ער אָפּ ביי זיינע אויפרייסערישע שׂמחוֹת, אָבער ער קלאָגט אויפן גזר־דין פון א ניו־יאָרקער רעגירונג וואָס מאַנדאַטירט א מינימום אַרבעטער־אָפּצאָל פון פופצן דאָלער פּער שעה. ער קליידט זיך אין א גרוי דריי־א־פערטל רעקל, און כאָטש וואָס די העמדער זיינע זענען ווייסע, פאַרמאָגן זיי אַלע פענצי דיזיינס, געקנעפּלט פון לינקס־אויף־רעכטס, אָפט דאָבל־קרעסטעט, און לעצטנס האָט ער זיך אפילו מתּיר געווען צו פאַרמאַכן די מאַנקעטן מיט זילבערנע שפּאָנקעס (cufflinks). שבת טראָגט ער א וואָלענעם טלית־קטן איבערן העמד, נאָר מיט ווייסע שטרייפן אַנשטאָט שוואַרצע, און אָנגעהאָנגען ביים עק מיט א שורה פּאָם־פּאָמס. ער זשעלט זיך די פּאוֹת אין די הויכע בינה־יאָרן מיטן סאַמע זעלבן אייפער און אַפּעטיט ווי צוריק ביים נעמען אויף זיך דעם עוֹל התּוֹרה והמצווֹת — בְּכָל יוֹם יִהְיוּ בְּעֵינֶיךָ חֲדָשִׁים.

אָשי קרעדיט זיין אָנגעבליכן סוקסעס אַביסל צו ר' שייעלע'ן, אָבער אויך צו סעלף־העלפּ מאָטיוואַציע־ביכער. גאָרנישט אין ווערטערבוך איז אים אַזוי באַליבט ווי דער טערמין "סוקסעס," און גאָרנישט אויסער כבוֹד און געלט קען און מעג ביי אים דעפינירט ווערן אַלס סוקסעס. מצידוֹ זאָל די ניו־יאָרק טיימס אויפדעקן יעדן איינציגן מיסברויך אינערהאַלב דער היימישער געזעלשאַפט, כּל זמן דער לייענער קען דערפון דרינגען אַז מ'רעדט פון א געמיינדע וואָס נישט בלויז איז סוקסעספול, נאָר ס'שווינדלען גופא איז גאָר א ראיה אויפן סוקסעס און גאָר א חלק פונעם סוקסעס.

אָשי האָט אַן אויפגעקלערטן חבר, א לוזער, א שוֹטה נעבעך, וואָס איז געגאַנגען אין אוניווערסיטעט שטודירן פאַרשידענע תּחומים אין וויסנשאַפט. אָשי ווייסט אַז פונעם געניאַלן טראָמפּ'ן וויל פּלוֹני נישט הערן — יענער ליידט דאָך געפערליך פון טראָמפּ־דעראַנזשמענט־סינדראָם — ממילא האַלט ער זיך צוריק פון רעקאָמענדירן צו לייענען אַרט אָף דע דיעל. ער וויל דאָך אָבער אַז זיין חבר זאָל זיין סוקסעספול, דרייט ער יענעם די ביצים צו לייענען כלערליי ביכער אינעם סוקסעס־מאָטיוואַציע־אינספּיראַציע זשאַנער. נאָר אַלע ביכער ביי אָשי'ן אין שאַנק פאַרמאָגן בערך דעם זעלבן נאָמען: פינף־און־צוואָנציג וועגן וויאַזוי זיך צו מאַכן א שבע־ברכוֹת אויף א קרוז אָן בכלל וויסן וויאַזוי מ'חתמ'ט דעם אייגענעם נאָמען.

נישט אַז אָשי איז א גרויסער לייענער — העק, נישט אַז אָשי איז אפילו א קליינער לייענער. ער, ווי טראָמפּ זעלבסט, האָט אויך נישט געלייענט אַרט אָף דע דיעל. אין פאַקט, דאָס לעצטע מאָל וואָס אָשי האָט בכלל עפּעס געלייענט איז געווען אומגעפער אַכט יאָר צוריק. געלייענט האָט ער דאַן אין א היימישער אויסגאַבע א גאָר שפּאַנענדיגע פאָרזעצונג איבער א טאָפּלטן שפּיאָן, דזשעק בי סנייפּער דזשוניאָר, וואָס האָט זיך אַרויסגעכאַפּט מיט א בלעק־האַוק העליקאָפּטער פון איראַק, עלף מייל דרוֹם־מזרח פון באַגדאַד, אונטער דער קאָמאַנדע פון א ספּעציעלער עיר־פאָרס איינהייט, אין א גאָר געוואַגטער מיסיע פאַררעכנט צווישן די מערסט "סוקסעספול" מיליטערישע אָפּעראַציעס אין דער מאָדערענער היסטאָריע. דזשעק בי סנייפּער דזשוניאָר, אָדער "דאָגלעס" ווי מ'פלעגט אים רופן אין ישיבה, איז אָפּגעקומען בלויז מיטן זיך צעברעכן ס'לינקע קנעכל און פיר ריבס. ער שילדערט שטענדיג די ניסים וואָס האָט מיט אים פּאַסירט אין יענעם גוֹרל'דיגן חמשה־עשׂר־בּאָב, וויפיל האָר גענוי ס'האָט אים געפעלט צו א זיכערן טויט, און וויאַזוי ער איז געראַטעוועט געוואָרן ממש אין לעצטער מינוט א דאַנק א ראַדיאָ־סיגנאַל פון א ביפּער, און שטאַמענדיג פון אידן, אויך א דאַנק זכוּת־אבוֹת.

באַליבסטע פראַזע: אַז דו ווייערסט מיך יעצט צוויי־דריי מאוֹת [5^10], דאַרף איך נישט וואַרטן ביז די חברה דאָרט קלערן מיר דעם טשעק.

מערסט־באַניצטע פראַזע: מינינג טו סעי ...





זאַנוול גוטמאַן, עי.קעי.עי. דאָקטאָר גוטמאַן:

א היימישער פעלדשער און וויטאַמין־גורו, באַהאַוונט אין נאַטירליכע הייל־מיטלען ווי דער טאָמלער דיין איז מיט אידישע צרוֹת. זאַנוול איז א גרויסער מתנגד צו מאָדערענער מעדיצין און וואַקסינען. די אַקאַדעמישע קרעדענציאַלן זיינע קומען גראָד פונעם הייסן מקווה־בוֹר, אַזוי אויך פון אַזויפיל ווי פיר באַזונדערע קוֹל־מבשׂר אָפּטיילונגען.

דער עם־נבוֹן פלאָשט אַראָפּ ביי זאַנוול'ן א מאַיאָנטיק אויף כלערליי שפּייז־סופּלעמענטן, אימון־בוסטערס, און דעטאָקס־רעזשימען. אַזוי אויך קויפט מען דאָרט אָרגאַנישע זכר־בונדלעך, ביאָדינאַמיק ראָזשינקעס, ברוינע אייער, קעפיר פּראָביאָטיק, עלעקטראָליט וואַסער, ציגן־מילך, זויער־טייג ברויט, הכנוֹת טרייבער, שילשל שטאָפּער, עצירות סופּאָזיטאָרי, העמאָרידן זאַלבן, פונגוס שמירעכץ, וואָרצל פּוידער, קרעץ בוימל, אויער טראָפּן, נאָז שפּריצער, האַנט קרעם, און א זאַק קרייטעכצער מיט באַדייטנדיגע קאָנצענטראַציעס פון חֶלְבְּנָה און קנאָבל — רֹקַח מִרְקַחַת מַעֲשֵׂה זאַנוול. אַלע פּראָדוקטן זיינע זענען פריי פון גענעטישע מאָדיפיצירונגען, אַנטיביאָטיק, סינטעטישע אַמינאָ־אַסיד, פּאַסטעריזירונג, פערטיליזאַטאָרן, און פּעסטיצידן למיניהם.

זאַנוול'ס אַפּטייק שפּרודלט ביי זיך אין קעלער פון הייזקע וואו ער קליידט זיך אין א פּראָפעסיאָנעל בלאַס כאַלאַטל. ער רעכט אָפּ די אַרבעט צו דער שיין פון א לעמפּל וואָס ציטערט אַרויס פון נידריגן סופיט באַהאָנגען מיט שפּינגעוועב. ראָזליכע אינסולעשאָן־קישקעס וועלכע קראַצן מענטשן־הויט קוקן אַרויס פון חצי־פאַרענדיגטע ווענט־לייסטלעך. די משופּע'דיגע ערד איז איבערגעפלאַסטערט מיט א קאַלטן צעמענט אויף וועלכן ס'וואַלגערט זיך א מהפּכה פון ביזנעסוואַרג, אָנגעשטויסן מיט קעסטלעך פּסח־געשיר פאַרקניפּט אין בלויע גאַרבעזש־בעגס, א פאַרוויקלעניש פון נוי־סוכּה, פאַרפוילטע סוכּה־ברעטער מיט שטאַרציגע נעגל, פאַרהויקערטע מאַטראַצן מיט זשאַווערדיגע גריבעלעך, און איבערן זומער ליגט דאָרט פאַרפּאַקט אויך די קוטשמע וועלכע ער טראָגט דורכאויס דעם ווינטער.

זאַנוול לאַכט אין די פויסטן פון קלימאַט־טויש — א פּאָלנע מיסטיפיקאַציע מתּחילה ועד סוֹף. פאָרט אָבער איז ער מוֹדה אַז מיט יאָרן צוריק פלעגט ער דאַרפן אַרויסציען די קוטשמע פון קעלער שוין צו סליחוֹת. היינט ווידער קען נעמען ביז נאָך ותן־טל־ומטר און אפילו דעמאָלט איז די גאַנצע קוטשמע א בדיעבד. זיין קוטשמע הוֹדאה איז סימפּטאָמאַטיש אויף א טיפערער דילעמע אַרום קלימאַט־טויש וואָס פּלאָגט אנ"ש מחמישים ולמעלה. מצד אחד קען דאָך נישט זיין אַז די וויסנשאַפטלער און ליבעראַלן ווייסן וואָס זיי רעדן … מאידך גיסא, אַן אומדירעקטע קאָנסעקווענץ פון אָננעמען דאָ להד"ם איז אַז דער גלאָררייכער "בימים־ההם" צעפאַלט פאַר די אויגן. דען ווי קענען זיי זיך שמעלצן אין דער זיסער רעטראָספּעקציע פון א סיבירישער קרירה וואָס זיי האָבן נעבעך געדאַרפט סוֹבל זיין "בימים־ההם," אומבאַגרייפליכע ביטערע פרעסטן און גוזמאוֹת פון שניי וואָס זיי האָבן קוים מיט דער אייזיגער נשמה אין האַנט איבערגעלעבט צוריק אין א וועלט וואָס איז שוין נישטאָ היינט … "גיי זיי מסביר פאַר דער היינטיגער יונגט, קוים ווייסן זיי וויאַזוי איין פוס שניי קוקט אויס … דרייסיג דעגריס פאַרנהייט און ס'איז שוין אויס וועלט פאַר די שוואַכע גופים געמאַכט פון פּאַפּיר ... " איך יתקיימו שניהם? וויאַזוי לייקנט מען אין קלימאַט־טויש אָן דאַרפן ריזיקירן דעם זיסן באַיומימהוהיימיזם?

איין מהלך צו לעזן די פּראָבלעם איז מוֹדה זיין אַז אין דאָזיגן איינעם פאַל זענען די וויסנשאַפטלער יאָ גערעכט. אפילו א צעבראָכענער זייגער, זאָגט דאָך די וועלט, איז גערעכט צוויי מאָל א טאָג. נאָר אַזאַ מהלך קומט נישט באַטראַכט בשום אין פּנים אוֹפן — רעדסט מיר שוין אינגאַנצן ווי אַנויפגעקלערטער. אַן אַנדער מהלך איז מוֹדה זיין במקצת: קלימאַט־טויש איז עכט, נאָר דער אָנגעבליכער "אַנטראָפּאָזשעניק עפעקט" איז הוילער בלאָף. שמעקט נישט היימיש. איינמאָל מ'הייבט אָן נאָכצוגעבן ווערט די גאַנצע מעשׂה א סליפּערי־סלאָופּ און צום סוֹף פאַלט מען אַריין אין זייער נעץ. דער בעסטער מהלך איז ווייטער אָפּלייקענען אין קלימאַט־טויש, און ווייטער זיך באָדן אין דער פראָסטיגער נאָסטאַלגיע — סתּירה? קוש אין תּחת. זינט ווען שרעקט זיך יהדות־החרדית פון סתּירוֹת? מ'האָמיר זיך אויסגעדאָסט שוין אויף פיל גרעסערע סתּירוֹת, און נישט בלויז האָמיר זיי איבערגעלעבט, נאָר מ'זעמיר נאָך אַרויסגעקומען סך שטערקער.

מערקט אָן: זאַנוול איז טאַקע נישט קיין הויפּט פּערסאָנאַזש, אָבער צוליב זיין הויכן פּראָפיל קריגט ער אין דערציילונג מער דעקונג. אין פאַקט, די ערשטע צוויי זאַנוול־פּאַראַגראַפן דאָ איז מיט מינערוויכטיגע שינוים א ק/פּ פון דערציילונג.

באַליבסטע פראַזע: די חברה ווייסן דאָך נישט בחייכוֹן וואָס זיי רעדן.

מערסט־באַניצטע פראַזע: כ'קען דיך נישט זאָגן קיין נעמען, אָבער כ'זאָג דיך צו אַז די האָר פון קאָפּ וועלן זיך דיר אויפשטעלן פון וואָס כ'גיי דיך יעצט דערציילן.





יואל דוב עקשטיין, עי.קעי.עי. בעריש הכּהן:

ער פאָלגט וואָס מ'הייסט, חתמ'ט וואו מ'הייסט, צאָלט וויפיל מ'הייסט, און שטימט פאַר וועמען מ'הייסט. נאָר ביים פאָרן צו ר' שייעלע'ן וואַרפט ער אַראָפּ פון זיך דעם יאָך פון געזעלשאַפטליכן קאָנפאָרמיזם און דערזעצט דעם ביבער־הוט מיט א בעל־עגלה דאַשיק. שוין אַזוי פרי ווי אין לופטפעלד אויפן וועג אַהין פאַרפּאַקט ער דעם הוט מיט א האַסטיגן אימפּעט — אַמאָל אפילו מיט מחשבוֹת־זרוֹת. פאַרוואָס שלעפּט ער אפילו מיט דעם הוט? כ'ווייס נישט. אָבער אַזויפיל ווייס איך אַז דער דאַשיק מאַכט אים לייכטער אויפן האַרץ.

בסוֹד סוֹדוֹת אידענטיפיצירט זיך יואל דוב אַלס מעמבער אינעם טענק־יו השם קאָמיוניטי — קיינער וואָלט נישט גע'חלומ'ט — אָבער ער ציטערט דערווייל אַרויסצוקומען פון קלאַזעט. ער וואוינט אין וויליאַמסבורג און רעדט פון זיך מופן קיין מאָנסי אַזוי אָפט ווי זשי־ענד־זשי מאַכט אַן איינמאָליגן היסטאָרישן מאַגאַ סעיל. שוין לפּחוֹת די לעצטע צוויי שמיטוֹת הערט מען יעדן טאָג די זעלבע אויסגעדראָשענע מעשׂה. ער איז מיט א צייט צוריק געגאַנגען "קוקן הייזער" אין מאָנסי, און ער האָט שוין דעמאָלט אַריינגעטשעקט אויך אין עירמאָנט "סתם פאַר אינטערעסאַנקייט." ער בלייבט אָבער אין וויליאַמסבורג. אַמאָל איז עס ס'ווייב, אַמאָל די דזשאַב, אַמאָל די מוֹסדוֹת, אַמאָל סעקשאָן־עיט, אַמאָל די אַלערגיעס, אַמאָל דער גראָסערי נעקסט־דאָר, אַמאָל זיין טאַטע, אַמאָל די שוויגער, און היינט האַלט מען שוין ביי א מאַנגל אין דירוֹת אין מאָנסי. לעצטנס טריפּט ער אויף לעיקוואָד, אָבער ווי געזאָגט, ער בלייבט ערגעצוואו צווישן לי־גאַרדענס און בעדפאָרד־גאַרדענס.

יואל דוב איז א זוֹלל וסוֹבא בטעם של פּעם, א פרעסער גיכער אין קוואַנטיטעט ווי איידער אין קוואַליטעט. האַלטן האַלט ער זיך אַלס א גרויסער פאַרשטייער צו אכילה, אַלס עמיצער וואָס זיצט ביים שפּיץ פונעם פרעס־פּיראַמיד, כאָטש וואָס די קולינאַרישע באַגריפן זיינע זענען ניינציג־פּראָצענט באַגרעניצט צו זיין מאַמע'ס מילך. "פאַרפאַלן!" מערקט ער אָן צו יעדער געלעגנהייט: "זאָג וואָס דו ווילסט איבער די אונגאַרישער, אָבער קיינער אין דער וועלט טויג נישט אַזוי גוט ווי זיי צו ריכטיגער גוסטאָ־סחוֹרה."

די גאַנצע אַלטערנאַטיווע עסן־וועלט עקזיסטירט ביי יואל דוב'ן אין פאַלאַפל־שוואַרמאַ ביי די איזראַעליס, מאַנאַשעוויץ מצה־וויין און קדם געפילטע־פיש ביי די אַמעריקאַנער אידן, און א נעבעכדיג טשולענט מיט אויסגעטריקנטער קישקע ביי די ליטוואַקעס. אויך האָט ער א יעקישער עלטער־מומע ביי וועמען די באַרכעס זענען נישט ראָפּאָגאָש. פרייטאָג־צונאַכטס ציט מען דאָרט אַרויס פון א פּלאַסטיק־בעג ווייכע חלוֹת מיט האַרטע אייער־פלעקן. די יעניגע חלוֹת שרומפּן איין אונטערן מעסער און לאָזן נישט פון זיך קיין ברעקלעך. סאַמאָן־פיש איז דאָרט נישטאָ. מ'עסט ווייט־פיש. פלייש קומט גראָד פון זופּ־טאָפּ אַרויס. פערפל אויפגעבלאָזן. לאָקשן־קוגל בלאַס. קאַרטאָפל־קוגל קלעבעדיג. קישקע געל־גרין. וויין אָדער מאָסט איז נישטאָ אפילו פון וואָס צו רעדן — מ'קידוש'ט אויף "גאָלד" גרעיפּ־דזשוס.

אין קאָנטרי, ביי א סיום־מסכת אין די ניין־טעג, לאָזט מען יואל דוב'ן צו צום גריל. ער שטייט דאָרט געבויגן מיטן קערעסטירער בעל־עגלה דאַשיק אויפן קאָפּ. ער קלאַפּט אַרום מיט די מִזְלָגוֹת, מִזְרָקוֹת, און קְשָׂוֹת. ער שפּריצט אויל, שיט פעפער, פליפּט אַרום די זבחים, רעדט פון באַשעפער, און רייבט זיך אַריין אין שמוציגן טלית־קטן וואָס ער שמייסט אַרויף אויף הינטערוויילעכץ — א קינצליך מאָוו וואָס זיין טאַטע'ס דוֹר האָט שוין דערפונדן צום קטנ'ען. אידן רחמנים בני רחמנים קאָמפּלימענטירן אים דאָס עסן. די גרופּע צורבא־מרבנן איז פאָרט נאָך אונטערן רוֹשם פון א מנין פּפּא־ברידער וועלכע זענען געקומען זיך באַטייליגן צו דער גרויסער שׂמחה של מצווה. ווי האָט נאָר יענער נאָרוואָס אַרויסגעמרוקעט? אָנוּ עֲמֵלִים וְהֵם עֲמֵלִים. שוין, מילא די פליגלעך, וואורשטלעך, און בורגערס … דער הרג'ט דאָך אָבער אָפּ אויך די דיקע, זאַפטיגע קאַובויס.

צוריק אין וויליאַמסבורג אויף פרישטאָג: א סענדוויטש מיט א שטיקל טאָמאַטאַ איז יואל דוב'ן קיינמאָל נישט גענוג. ער באַפעלט דעם יעניגן פון אַנדערער זייט גלאָז אַריינצויאָגן אינעם שטאָקיגן כּוֹרך אַלץ וואָס ער קען נאָר זען אָדער טראַכטן — די גלעזער ווערן אים פאַרהויכט באַלד ביים ערשטן ביס. ער צע'מזיק'ט דעם סענדוויטש ווי דער הידראָליק מאַשין אין אחוֹר פון גאַרבעזש־טראָק צעקוועטשט אַן איבערפלוס פון שבת־הגדוֹל זעק. דער קאָמפּאַקטאָר פּרעסט און הייבט זיך איינמאָל און נאָכאַמאָל. פּיקלס קראַכן, מאַטבוכאַ שפּריצט, געפּרעגלטע ציבעלע קריכט אָפּ אויף דער פריי, און כלערליי דרעסינגס גיסן זיך ביי די זוימען. ער פרעסט, כראָמטשעט, שטופּט אַריין שטאַרציגע שטיקער מיט די פינגער, און רויבט אַרויס פונעם נעפּקין־דיספּענצער א גאַנצן באַרג פּאַפּיר צו באַהאַנדלען ס'חזיריי. נאָר אויב קיינער באַמערקט נישט דאַן גייט ער האַרדקאָר במרפּקוֹ — אַז דער עלנבויגן איז גוט פאַר דער רינענדיגער נאָז, דאַן איז ער גוט אויך פאַרן שמאַלציגן פּיסק.

יואל דוב, צו זיין קרעדיט, קויפט נישט אַריין אינעם פּוסטן קניידל־הייפּ פון אחרוֹן־של־פּסח. אפשר מחמת וואָס ער איז סוֹף־כּל־סוֹף פאָרט פונעם אינגערן דוֹר.

באַליבסטע פראַזע: ברוך השם ס'איז שבת.

מערסט־באַניצטע פראַזע: האַלאָ, ס'גייט דאָרט זיין ערנסט צו בריקעווען.





יחזקאל זושא הכּהן כּ"ץ, עי.קעי.עי. הרב ר' יחזקאל זושא:

א איד וואָס פירט זיך צו עסן אייער אויך אינדרויסן פון די שולחן־עוֹרך גרעניצן. אוֹכל כּל חמש, ושׂורף בתחילת שש. ער טראָגט א ריפּסן רעקל מיט שיפע טאַשן, נאָר ביים עסן טוט ער זיך אָן א בּעקיטשע, און ביים בויען די סוכּה, אין א תּענית, ביים מאַכן היימישע מאָסט, און ווען ער פאָרט צו קברי צדיקים קליידט ער זיך אין א ישיבה־כאַלאַטל. מאַנכע שפּעקולירן אַז אויב וואָלט טראָגן שטריימל־בעקיטשע ערב־פּסח נישט געווען קיין דאוֹרייתא, וואָלט יחזקאל זושא זיך געקליידט אין ישיבה־כאַלאַטל אויך ביים אָפּוועלגערן זיינע ערב־פּסח מַצוֹת. א סימן מובהק ווען ס'איז א דאוֹרייתא צו גיין בגדי־שבת מחצוֹת ולמעלה: בימים שאין אוֹמרים בהם מזמוֹר לתוֹדה.

יחזקאל זושא איז פון די גרעסטע סגולה־עקספּערימענטירער איבער דער וועלט. ער האָט זיך שוין דערוואָרבן א גלענציגע רעפּוטאַציע אַלס עמיצער וואָס האַלט וואָרט: אויב ווערט ער געהאָלפן, דאַן איז ער באַלד מפרסם אָן קיין צעגערייען. דער באָלק פון סגולוֹת איז ער מפרסם מיט איין־שורה'דיגע אַנאָנסן אין די טעגליכע ליפלעטן ווי דבר־יוֹם־ביוֹמוֹ וכדו'. דאָרט טוט ער בלויז דעם מינימום. ער דערמאַנט דעם נאָמען פון סגולה און מעלדט אַז ער איז געהאָלפן געוואָרן. קיינער ווייסט נישט גענוי וואָס, ווען, וואו, און וויאַזוי. ניטאַמאָל איז קלאָר צי ס'האַנדלט זיך פון א פערציג־טאָגיגער פּראָצעדור. אַלץ וואָס מ'ווייסט איז אַז אויף איין זייט פונעם עקוועשאָן געפינט זיך, א שטייגער, ר' מתיא בן חרש, און אויף דער אַנדערער זייט געפינט זיך א ונוֹשעתּי.

יחזקאל זושא קען זיך אָבער נישט דערלויבן גרויסע קלאַסיפיידס אויף א טעגליכן באַזיס. ער איז פאָרט אויף א בודזשעט. ס'איז דערווייל נאָכנישט פאַראַן קיין אָרגאַניזאַציע וואָס פינאַנצירט פּירסום פאַר טירט־פּאַרטי, זעלבשטענדיגע סגולה־קאָנטראַקטאָרן. אָבער מער היי־פּראָפיל סגולות, ספּעציעל אַזוי ווען עפּעס שליסט איין א חלוֹם, שיקט יחזקאל זושא יאָ אַריין עטליכע מאָל א יאָר צו גרעסערע אויסגאַבעס און צייטונגען. דאָרט קומט שוין די סגולה באַגלייט מיט א לאַנגער דראַמאַטישער אָפּהאַנדלונג, נוסח טאָמל.

באַליבסטע פראַזע:
דער רבוש"ע דאַרף נישט מיינע עצוֹת.

מערסט־באַניצטע פראַזע: אידן זעען דאָרט אָפענע זאַכן.





מאיר אליקים גאַנדל, עי. קעי. עי. מיסטער גאַנדיזל:

אַן אָלד־סקול פרומער עם־הארץ מיט פאַררויכערטע וואָנצן. זיין אַמעראַצעס, לויט באַריכטן, האָט שוין עטליכע מאָל אָנגעמאַכט א רוֹשם אין הימל. אָפיציעל דרייט ער זיך אַרויף די פּאוֹת איבער די אויערן, נאָר אַמאָל נאָכן אַראָפּנעמען ביים איינטרעטן שמוֹנה־עשׂרה בלייבן זיי שוין הענגען אַזוי ביז מאָרגן. די גראָבע שלייקעס טראָגט ער כּדי אָנצוהאַלטן די שווערע הויזן, נאָר באַזונדער טראָגט ער אויך א גראָבן פּאַסיק פּשוט כּדי צו האָבן אויף וואָס אַרויפצוקלעבן דאָס צווענגל, פלעשלייט, און פּאַק שליסלען. מאַנכע זענען אים חוֹשד אין טראָגן א ברוינעם פּאַסיק; דער אמת איז אָבער אַז דער שוואַרצער פּאַסיק איז פּשוט אַלט און אָפּגעריבן. די הויזן הייבן זיך אים אָן תּיכף אונטערן האַרץ, נוסח קאָנגרעסמאַן דזשערי נאַדלער. די הויזן איז פיל ברייטער פון שטייפן פּאַסיק, וואָס באַדייט אַז די גאַטקעס באַווייזן זיך אַרויסצושטעקן ביים קנעפּל טראָץ דעם וואָס ער פאַרשליסט געווענליך דעם זיפּער. ער טראָגט נישט קיין ר"ת, אָבער אויך נישט קיין פילפאַרביגס. א גרויסע מיסטעריע איז זיין אָנטון די שיך נאָך פאַרן אָנטון די הויזן. א גרעסערע מיסטעריע איז דער פאַקט אַז די הויזן ווערן אים נישט צעפליקט פון די שיך.

מאיר אליקים קומט שטענדיג צו שיעורים און גייט שטענדיג צו אסיפוֹת. ער האָט זיך זיין מנין, זיין שטענדער, און זיין מאָס וויפיל קאָצקע־צוקער ער נעמט פאַר א קאַווע געוואָנדן אין וועלכער אשמוֹרה פון טאָג. ער רעדט אייביג פון א צוק. גאָרנישט צעווילדעוועט אים אַזוי ווי אַן אָפענער פענצטער ווען דער עיר־קאָנדישאָנער אַרבעט.

טראַגע־עקזעמפּשאָן אַלערט: מאיר אליקים טראָגט א טונקל־בלוי העמד לצוֹרך פּרנסה. וואָס איז זיין תּירוץ? גאַנץ איינפאַך: ער איז דער אייגנטימער פון א גראָסערי. די עסן־אינדוסטריע געניסט שוין מאָז ומתּמיד פון א היתּר צו טראָגן דווקא טונקל־בלויע העמדער. למעשׂה, אַזוינע געשעפטן ווי טיוו־טאָוו, מאַרסי־טייערס, און א האַנדפול אַנדערע ריטעיל געשעפטן אינדרויסן פון דער אַכילה־אינדוסטריע פאַרמאָגן אויך דעם זעלבן פאַרצייטישן טראַגע־עקזעמפּשאָן (טיוו־טאָוו דאַכט זיך אויך אויף העל־בלוי העמדער), עפּעס וואָס מ'גיט שוין נישט אַרויס היינט אַזוי גרינג.

באַליבסטע פראַזע: כ'קאָל נישט קיינעם. איך מאַך מיך עס אַליין און פאַרטיג.

מערסט־באַניצטע פראַזע: רוף אַריין צו מיר אין אָפיס און רעד צו מיין סעקרעטערי.





נתן נטע פּאָללאַק, עי.קע.עי. "פון וואַנעט נעמסטו דעם היתּר?"

א סיקריק מיט א זון־דערבאַקענעם ביבער־הוט און א שוואַרץ רעקל אָנגעשפּרענקלט מיט קאָפּ־שופּן. א גרויסער טעות איז דאָס וואָס מענטשן באַצייכענען זיין באָרד אַלס א קמץ־בערדל. ערשטנס, מ'רעדט דאָ קלאָר פון א באָרד און נישט קיין בערדל. צווייטנס, מ'רעדט נישט פון קיין געווענליכן קמץ, נאָר דווקא א חטף־קמץ — צוויי אַנדערע וועלטן. דער חלק הקמץ איז שטייף, קאָנצענטרירט אין צענטער, און שפּיצט זיך אַרויס אין דער לופטן ווען ער בייזערט זיך. דער חטף־אָפּצווייג, מאידך גיסא, קריכט אַרויס פון באַק און אָפּערירט ווי א זעלבשטענדיגע באָרד פאַר זיך: דינער, ווייכער, הענגט אַראָפּ צו דער זייט, און לאָזט זיך גיכער פירן פונעם ווינט. מאָרפאָלאָגן פאַרדעכטיגן נתן נטע'ס אָנגעבליכן חטף אין אָריגינעל זיין אַזש א שׁוּרוּק באַהאָפטן צום קמץ ווי איידער א שווא, דערפאַר וואָס ער איז היפּש לענגער פון א דורכשניטליכן שווא, און אזוי אויך בייגט ער זיך אויף אַרויס מיט אַרום צוואָנציג דעגריס — ביז אַזש ניינציג דעגריס ווען ווינטיג.

באַליבסטע פראַזע: כ'וויל עס נישט ביי מיר אין שטוב.

מערסט־באַניצטער מאָנאָלאָג: שעמסט דיך אפילו נישט? יאָ יאָ, כ'האָב דיך שוין געזאָגט איינמאָל און כ'וועל דיך זאָגן נאָכאַמאָל און נאָכאַמאָל ביז אפשר, אולי ואולי, אפשר וועט עס אַביסל אַריינגיין אין דיין טריפה'נעם קאָפּ: דו זיי ווייטער אַן אויבער־חכם, דו טו ווייטער וויאַזוי דיין קרומער קאָפּ פאַרשטייט, דו טו ווייטער אָפּ כּל דבר אסור. נאָר קום נישט דערנאָך וויינען צו מיר ווען דער באַשעפער גיט דיך א קליין קיצל, ווען דער בוֹרא כּל עוֹלמים האָט שוין געהאַט גענוג פון דיינע שייגעץ־שטיק, און גיט דיך אַזאַ קליין דערמאַנעלע אַז יש מנהיג לבירה, אַז זיין וועלט איז נישט הפקר פאַר דיר מיט דיין כּת פון בני־בליעל דאָרט אָפּצוטון די גרעסטע טינופוֹת און שקאָצעריי מבוֹקר ועד והערב. און דו ביסטאָך נאָך נישט צופרידן. דו מוזט נאָך מוֹסיף זיין חטא על פּשע. דו לויפסט דאָך אַרום אין די גאַסן אויסשרייען וְכָל זֶה אֵינֶנּוּ שֹׁוֶה לִי. ס'דיר נישט גענוג אַז דו אַליין טינקסטיך אין די נ' שערי טומאה, ס'דיר נישט גענוג אַז דו האָסט פאַרקויפט דיין אייגענע נשמה צום שׂטן, נאָר דו מוזט זיין א מחטיא אויך, האַ? דו קענסט נעבעך נישט אַנדערש. דו מוזט מיטשלעפּן מיט דיר אין שאוֹל־תּחתּית אַריין יעדן וועמען דו קענסט נאָר, אָפּ'שמד'ן וויפיל אומשולדיגע אידישע נשמוֹת ס'געלונגט נאָר פאַר דיינע פאַרדאָרבענע תּאווֹת און גראָבן יצר־הרע. כ'מיין וואָס נאָך ווילסטו, האַ? זאָג מיך פּינקטליך וואָס נאָך דו ווילסט, אַז ס'זאָל זיין נאָך זיין חוֹטא נשׂכּר אויך? איז דאָס וואָס דו ווילסט? אפשר א גאָלדענעם מעדאַל? א קוש אין שטערן? ווען פּלאַנסטו זיך אויפצואוועקן, האַ? וואָס איז דיין פּלאַן? אויף וואָס וואַרטסטו? זאָג מיך אויף וואָס נאָך דו וואַרטסט. וויפיל נאָך דערמאַנונגען דאַרפסטו מ'זאָל דיך שיקן פון אויבן? ווען, ביי וועלכן פּונקט, גייסטו זיך אָפּשטעלן און זאָגן גענוג, עד כּאן, כ'אַנערקען און גלייב אַז אית דין ואית דיין, האַ? ווען? זאָג דו מיך ווען. שוֹטה איינער!




שמעוֹן עוֹזר וויינשטאָק, עי. קעי. עי. ר' שמעוֹן עוֹזר:

א שטאָפענער־הוט און בלוי־רעקל איד מיט א האָר־אויסשפּראָץ אויפן פּיטוּם פון נאָז. ער איז א באַלבאַטישער איד וואָס זעט זיך גופא ווי א הייבריד פון בן־תּוֹרה און בעל־הבית. ער האַלט אפילו נישט פאַר קיין סוֹד די אומצופרידנקייט זיינע פונעם אוֹפן וויאַזוי מ'לערנט דעם שיעור־עיון אין חסידישע ישיבוֹת. ער פאַרקניפּט זיך א גאַרטל איבער די לענדן נישט בלויז צום דאַווענען, נאָר אויך צו אַזוינע אינטערעסאַנטע מאורעוֹת ווי ביים שלאָגן כּפּרוֹת, שעפּן מים־שלנוּ, בדיקת־חמץ, חמשה־עשׂר בשבט, חומש־סעודה, סיום מסכת, רעדן צום דיין, און צו דער ראש־חודש סעודה וואָס ער איז מקפּיד צו פּראַווען חק ולא יעבוֹר. ראש־חוֹדש איז אים א וויכטיגער יוֹמא־דפגרא גענוי ווי א' סליחוֹת, פּסח־שני, ל"ג בעוֹמר, הכנסת ספר־תּוֹרה, רבי'שע חתונה, פּורים־קטן, תּקופת־תּמוז, און שבת־נחמוּ.

נישט בלויז געדענקט שמעוֹן עוֹזר צו לערנען משניוֹת און צינדן ליכט יעדן מאָנטאָג און דאָנערשטאָג אויף א יאָרצייט פון אַן אַנדער זיידן אָדער באַבען, נאָר ווי איר שטעלט זיך שוין מסתם אַליין פאָר, געדענקט ער אויך אַרויסצושיקן דערוועגן א טוץ נאָטיפיקאַציעס צו משפּחה־מיטגלידער. די שבת'דיגע סעודה רעכט ער אָפּ מיט דער מאַקסימאַלער מאָס קאָנפאָרמיזם. ער טשעקט ערליך אַריין יעדעס הלכה־למשה־מסיני'דיג קעסטל: מייערן אויפן געפילטע־פיש, בעבלעך צו דער זופּ, פערפל־קוגל־לעבער־צימעס צום פלייש, לעבער־גאַלע־פּעצע צו דער אייער־ציבעלע, זוֹיער־פּיקל צום טשולענט, פּלאַסטיק־לעפל צום קאָמפּאָט, אא"וו. אפילו ווען ער פאָרט אויף קברי־צדיקים און וויילט שבת אין אַניפּוֹלי, א שטייגער, פאַרלירט ער דאָס גלייכגעוויכט אויב שטעלט זיך אַרויס אַז די פערפל זענען אים נעלם געוואָרן ערגעצוואו צווישן קאָסוב און קיטוב. דער גאַנצער שבת, וואָך, חוֹדש, און יאָר איז אים צעשטערט אָן פערפל אויף שבת.

שבועוֹת טומלט ער מיט לחץ. ער קאָאָרדינירט די מילכיגע און פליישיגע סעודוֹת ווי טראַפיק ביים האָלאַנד־טונעל. דאָס איבערהיפּן סיי וועלכע סעודה אָדער עסנוואַרג קומט דאָך נישט אין באַטראַכט — ער דאַרף דאָך אַריינטשעקן קעסטלעך. אָבער די לעצטע זאַך וואָס ער דאַרף איז א רייע בשׂר־וחלב קאָמפּליקאַציעס, עסן א סעודה אויף א פולן מאָגן, אָדער פאַרפּאַסן זיין מנין אַלס רעזולטאַט. כאַאָס, אַלזאָ, מוז זיין די דעפאָלט־אָפּציע דאָ. פּונקט אַזוי האָט ער נישט קיין מנוחה אום שמיני־עצרת ביים זיך געזעגענען פון סוכּה. ווען רעדט אפילו ווען א יוֹם־טוֹב שטויסט זיך צונויף מיט א שבת — ער וואָלונטירט צו נאַוויגירן דעם כּלל דורכאויס דעם פּראָצעס פריי פון אָפּצאָל.

דאָס לאָזן זיך אָנהערן מיט צייטליכע דערמאַנונגען איבער עירוב־תּבשילין און אויסליידיגן די קעשענס איז דאָך א פּשיטא. נאָר ער פאַרמאָגט א ווילדן אימפּולס צו קאָנטראָלירן אויך דעם ליטורגישן פאַרקער. ווען צו טוישן דעם נוסח פון שבת צו יוֹם־טוֹב אָדער פאַרקערט, ווען צו צענזורירן דעם קַבָּלַת־שַׁבָּת, ווען אַריינצושמעלצן א בְּאַהֲבָה צווישן יוֹם־טוֹב'דיגע שוֹרוֹת, און ווען אַרויסצושניידן דעם מוֹדֶה־אֲנִי פון זמירוֹת; וואָס מ'לייענט, וועלכע הפטוֹרה מ'זאָגט, און וואו מ'טוישט די יוצרוֹת; רְצֵה, יַעֲלֶה־וְיָבוֹא, צעטיילן סעודוֹת, מנחה, שאַלעשידעס, טשולענט, יקנה"ז, און כאַפּן מקוואוֹת. נישט אַז ס'רוב עוֹלם קען נישט אָן זיין הילף. אפילו דער וואָס פאַרשטייט נישט קיין פּירוש־המילוֹת ווייסט אַז "מדלגים" אין סידור באַדייט "שאָרט־קאָט." נישט אַז דער בלינדער געדענקט נישט פון פאַראַיאָר. נישט אפילו אַז שמעון עוֹזר איז בעל־תפילה און פאַרמאָגט ס'רעדל אין האַנט. אפילו ס'אייגן ווייב זיינס גיט זיך אַן עצה מיטן יאָ צי נישט זאָגן שֶׁהֶחֱיָנוּ ביים ליכט־צינדן אָן זיין הילף, און אפילו די אינגלעך זיינע ווייסן אָן זיין הילף ווען מ'דאַוונט וועלכע שמוֹנה־עשׂרה, און וויפיל פָּרִים גענוי מ'איז מקריב וועלכן טאָג סוכּוֹת.

שמעוֹן עוֹזר שאַרט זיך צו נאָך יעדער דרשה מיט א זאַק פראַגעס און הגהוֹת צום בעל־דרשן. מאַכט נישט קיין חילוק ווער דער בעל־דרשן, וועלכע דרשה, און וואָספאַראַ שאַלוֹת — שמעוֹן עוֹזר האָט שטענדיג א דראַנג אויסצוקלאָרן קלאָרקייטן. אין יעדן שמועס וואַרפט ער אַריין וואָס עפּעס א דיין האָט אים אַמאָל געזאָגט. ער האָט שוין מער ווייניגער אָנגעפרעגט פון אַלע היימישע דיינים אַלע היימישע שאלוֹת. ער איז גענוג תּלמיד־חכם צו וויסן שטענדיג ווער ס'אסר'ט וואָס, וואו יענער איז געשטאַנען, און אין וועלכן טאָג ס'איז געווען. ער איז אָבער קיינמאָל נישט גענוג תּלמיד־חכם צו וויסן פאַרוואָס יענער אסר'ט. אַנשטאָט שטופּט ער דיך אַריין אין נאָז זיין כּשר'ן טעלעפאָן באַקלעפּט מיט אויער־וואַקס: "כ'זאָג דיך, קאָל אים יעצט אָן און פרעג אים. ער וועט דיך פּינקטליך מסביר זיין פאַרוואָס …"

פון בעל־דרשן אין בית־מדרש גייט שמעון עוֹזר גראָד צום זינגער אין חתונה־זאַל, און מיט א הייסן אָטעם זאָגט ער אַריין וויכטיגע אינפאָרמאַציע אין אויער, אינמיטן א ניגון. שמעוֹן עוֹזר'ס מוזיק־קרעדענציאַלן זענען גאָרנישט אַוועקצומאַכן. ער איז גאָר טויגליך אַריינצופלעכטן א שַׁבָּת־קוֹדֶשׁ אין סיי וועלכן ניגון, ספּעציעל אַזוי ניגונים וועלכע קומען אָריגינעל אָן קיין ליריקס. ער איז אויך דער ערשטער צו וויסן ווען א סקולענער ניגון קריגט א נייעם פאַל.

מיינט נאָר נישט אַז שמעון עוֹזר פאַרמאָגט נישט אויך א געשמאַקע זייט צו זיך. נישט בלויז וואַגט ער זיך אַריינצוכאַפּן ביים צווייטן טאַנץ אינעם בחורים־רינג, נאָר ער איז גאָר דער וואָס פאַרשיקט די קליינע אינגלעך וועלכע כאַפּן זיך דאָרט אויך אַריין. ער פּראָבירט דערמיט צו דעמאָנסטרירן אַז ער קען זיך וואויל אַדאַפּטירן צום טעמפּאָ און גייסט פון יוגנט. ס'הייסט דאָך אַז ער "פאַרשטייט צו בחורים." ער ווייסט וואו איין און וואו אויס — ער האָט קֹהֶלֶת אויף ספּיד־דייל.

רעדנדיג פון שמעוֹן עוֹזר'ן און געטענץ … ווען ער מאַכט חתונה טעראָריזירט ער יעדן חבר וואָס קומט מזל־טוֹב'ן מיטן טרויעריג־באַרימטן טענצל: "לאָמיר כאַפּן א טענצל, כ'מוז האָבן מיט דיר א טענצל, קוֹדם א טענצל, כ'מיין אַז כ'האָב מיט דיר נאָכנישט געהאַט קיין טענצל, כ'קען נישט אָן קיין טענצל, גיימיר נישט דאָ אַוועק אָן קיין טענצל, איך לאָז דיך נישט אַוועקגיין פון דאָ אָן קיין טענצל, וואָס טוטציך מיט א טענצל? כ'האָב שוין געהאַט מיט דיר א טענצל? געהאַט האָב איך שוין מיט דיר א טענצל? א טענצל האָב איך שוין געהאַט מיט דיר?"

באַליבסטע פראַזע:
ס'קומט זיך מיר א מזל־טוֹב.

מערסט־באַניצטע פראַזע:
כ'האָב מוֹרא אַז זאַכן דאָ הייבן אָן אַרויסצופאָרן פון קאָנטראָל.
יוֹנָה מָצְאָה בוֹ מָנוֹחַ - Twitter: @JonahMatz
ערנסטגערעדט
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 257
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 24, 2013 2:23 am
האט שוין געלייקט: 287 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 708 מאל

שליחה דורך ערנסטגערעדט »

אייזן!!
איך בין אביסל צומישט מיט דעם פיני ראזען, ער גייט א בלויע העמעד פיין
וואס איז אבער די פאראגראף פון לצורך פרנסה? טאקע א שווערע בראך
פיני האלט יא דערפון אדער נישט? ער גייט אמאל מיט ברוינע אקספארד שיך?
וואס טוט זיך מיט א ווייסע פאלא וואס האט שווארצע ליינס אויף די ארבלען?
ער האלט זיך פאר א חכם? ער איז אויף קאווע שטיבל? מדארף מער קאנטעקסט
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5784
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 12391 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל

שליחה דורך מי אני »

אייזן אייזן אייזן! :lol: :lol: :lol:

ייש"כ!
יוֹנָה מָצְאָה האט געשריבן:יחזקאל זושא הכּהן כּ"ץ, עי.קעי.עי. הרב ר' יחזקאל זושא:

אַלץ וואָס מ'ווייסט איז אַז אויף איין זייט פונעם עקוועשאָן געפינט זיך, א שטייגער, ר' מתיא בן חרש, און אויף דער אַנדערער זייט געפינט זיך א ונוֹשעתּי.
כמובן(?...) וועט מען מוזן זאגן אז די עקוועישאן איז א סארט סורדזשעקטיוו פאָנקשען, וויבאלד די אַוּטפּוּט איז אלעמאל ונוֹשעתּי, נאר דאס איז אין די רעינדזש, בשעת די אינפּוּט קען וועריען...
יוֹנָה מָצְאָה האט געשריבן:נתן נטע פּאָללאַק, עי.קע.עי. "פון וואַנעט נעמסטו דעם היתּר?"

מערסט־באַניצטער מאָנאָלאָג: שעמסט דיך אפילו נישט? יאָ יאָ, כ'האָב דיך שוין געזאָגט איינמאָל און כ'וועל דיך זאָגן נאָכאַמאָל און נאָכאַמאָל ביז אפשר, אולי ואולי, אפשר וועט עס אַביסל אַריינגיין אין דיין טריפה'נעם קאָפּ: דו זיי ווייטער אַן אויבער־חכם, דו טו ווייטער וויאַזוי דיין קרומער קאָפּ פאַרשטייט, דו טו ווייטער אָפּ כּל דבר אסור. נאָר קום נישט דערנאָך וויינען צו מיר ווען דער באַשעפער גיט דיך א קליין קיצל, ווען דער בוֹרא כּל עוֹלמים האָט שוין געהאַט גענוג פון דיינע שייגעץ־שטיק, און גיט דיך אַזאַ קליין דערמאַנעלע אַז יש מנהיג לבירה, אַז זיין וועלט איז נישט הפקר פאַר דיר מיט דיין כּת פון בני־בליעל דאָרט אָפּצוטון די גרעסטע טינופוֹת און שקאָצעריי מבוֹקר ועד והערב. און דו ביסטאָך נאָך נישט צופרידן. דו מוזט נאָך מוֹסיף זיין חטא על פּשע. דו לויפסט דאָך אַרום אין די גאַסן אויסשרייען וְכָל זֶה אֵינֶנּוּ שֹׁוֶה לִי. ס'דיר נישט גענוג אַז דו אַליין טינקסטיך אין די נ' שערי טומאה, ס'דיר נישט גענוג אַז דו האָסט פאַרקויפט דיין אייגענע נשמה צום שׂטן, נאָר דו מוזט זיין א מחטיא אויך, האַ? דו קענסט נעבעך נישט אַנדערש. דו מוזט מיטשלעפּן מיט דיר אין שאוֹל־תּחתּית אַריין יעדן וועמען דו קענסט נאָר, אָפּ'שמד'ן וויפיל אומשולדיגע אידישע נשמוֹת ס'געלונגט נאָר פאַר דיינע פאַרדאָרבענע תּאווֹת און גראָבן יצר־הרע. כ'מיין וואָס נאָך ווילסטו, האַ? זאָג מיך פּינקטליך וואָס נאָך דו ווילסט, אַז ס'זאָל זיין נאָך זיין חוֹטא נשׂכּר אויך? איז דאָס וואָס דו ווילסט? אפשר א גאָלדענעם מעדאַל? א קוש אין שטערן? ווען פּלאַנסטו זיך אויפצואוועקן, האַ? וואָס איז דיין פּלאַן? אויף וואָס וואַרטסטו? זאָג מיך אויף וואָס נאָך דו וואַרטסט. וויפיל נאָך דערמאַנונגען דאַרפסטו מ'זאָל דיך שיקן פון אויבן? ווען, ביי וועלכן פּונקט, גייסטו זיך אָפּשטעלן און זאָגן גענוג, עד כּאן, כ'אַנערקען און גלייב אַז אית דין ואית דיין, האַ? ווען? זאָג דו מיך ווען. שוֹטה איינער!
ווי אזוי דער און דכוותיה טיישטן "חטאים", געבט דאס נאך א פשט אינעם מימרא פון עקביא בן מהללאל (עדיות פ"ה מ"ו) מוטב לי להקרא שוטה כל ימי, ולא ליעשות שעה אחת רשע לפני המקום ע"ש. והיינו, ווען די סארט חברא רופן איינעם "שוטה" ווייסט מען אז קיין רשע איז מען נישט.
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז...?" - יאיר
"אלס וואס איך ווייס איז אז איך ווייס גארנישט (אחוץ דעם עצם פאקט)" - סקראטוס
און אפילו אין דעם בין איך אויך נישט זיכער (וכן הלאה והלאה)
באניצער אוואטאר
שערי יושר
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 486
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 06, 2023 5:07 am
געפינט זיך: ישיבת שערי יושר
האט שוין געלייקט: 697 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 771 מאל

Re: דער גרינער אַנסאַמבל

שליחה דורך שערי יושר »

זייער הנאה געהאט פון די כאראקטערס
לבי ובשרי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 702
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 19, 2017 10:02 pm
האט שוין געלייקט: 394 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 472 מאל

שליחה דורך לבי ובשרי »

אוי טאטע :lol: :lol: :lol: :lol:
קרעיזי
איסתרא בלגינא קיש קיש קריא
באניצער אוואטאר
הבל וריק
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 73
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2017 10:46 am
האט שוין געלייקט: 209 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 826 מאל

Re: דער גרינער אַנסאַמבל

שליחה דורך הבל וריק »

ערב חג הקציר, תשפ״ג


בשבתי פה לנופש ביער סמוך למאנטיסעלא שבסאליווען קאונטי הובא לידי ספר נפלא על שלשול הדורות, ומצאתי בו ערכים מסודרים, ידי אומן, של חידושים נפלאים, דקדוקי סופרים, תיאורים מועילים ליודעי חן, ופלאים מרפסין איגרא אשר לא שערו אבותינו, ונתעוררתי ממש״כ במד״ר בראשית ״אין לך כל עשב ועשב שאין לו מזל ברקיע שמכה אותו ואומר לו גדל״ והנה מפורש יוצא מפי המדרש שכל נקודה ונקודה מלמטה, יש לו סוד ושורש ואולי כוכב בפני עצמו אצל איזה מהגלגלים אשר סביבותנו לאין ספור, ובוודאי שגם ענין חולצות הכרתיים וכדומה יש לו סוד טמון אשר הגאון המחבר בא לגלות, ואע״כ באתי לחזק ידי עושי המלאכה, מלאכת מחשבת, שימשיכו לזכות את הרבים הלאה וד׳ יצליח את דרכם בכל ׳מילי׳ דמיטב.


הק׳ ש.ל.ה גארניש

חונה פה ברקלין ניו יורק, ומצפה לעבור למאנסי בקרוב, כבר כמה שנים.
באניצער אוואטאר
קורקלענד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3204
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 2:28 pm
האט שוין געלייקט: 2383 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2629 מאל

שליחה דורך קורקלענד »

נישטא אזא שמחות יו''ט וואו די געשמאק פון ליינען א שטיקל פון יוֹנָה מָצְאָה'ן. יוֹנָה מָצְאָה איז "בּיי פאַר" די אידישע שרייבער פונעם היינטיגן דור מיט די מערסט הומאריסטישע אויסדריקן! די קריעטיוויטי אין די שריפט איז מעכטיג! ספעציעל לעצטנס ווען זיין שפראך איז געווארן מער שטודירט און אקאדעמיש מיט ספעציעלע מאדערנע ווערטער.
באניצער אוואטאר
צוזאמגעדרייט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 568
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 03, 2022 9:27 pm
געפינט זיך: גלייב מיר דו ווילסט נישט וויסן...
האט שוין געלייקט: 1344 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1231 מאל

Re: דער גרינער אַנסאַמבל

שליחה דורך צוזאמגעדרייט »

שוין א וואך צייט און איך קען זיך נישט איבערקומען פון די "שווארצע לוחות שיך". איך לאַך נאכאלץ.
איך זוך נאָך אַ קאָו-סיינער [Co-signer]
דער גאלדענער אדלער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1665
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 27, 2017 6:30 pm
געפינט זיך: הלוואי ווען כ'וואלט געוויסט
האט שוין געלייקט: 6003 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3632 מאל

Re: דער גרינער אַנסאַמבל

שליחה דורך דער גאלדענער אדלער »

Wow כ'האב עס געליינט יו"ט שוין לאנג נישט אזוי געלאכט.
אייזן אייזן!

Sent from my SM-S911U using Tapatalk
שמחהלע קאפשטיק
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 776
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 11, 2018 12:46 pm
האט שוין געלייקט: 1399 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1005 מאל

שליחה דורך שמחהלע קאפשטיק »

בעיסיקלי רוב מנין פון חרדישע / ווילי אידעלעך קענען אריינפיטן אין די שיך פון די איינע פון די נעמען - קערעקטארס וואס @יונה מצאה האט אראפגעלייגט....
קידוש
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 234
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יוני 14, 2021 2:25 pm
האט שוין געלייקט: 213 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 389 מאל

שליחה דורך קידוש »

א לייק איז נישט גענוג!
באניצער אוואטאר
שאלתיאל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 846
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 02, 2022 1:03 pm
האט שוין געלייקט: 1634 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2228 מאל

שליחה דורך שאלתיאל »

כ'האב געליינט דער ארטיקל שבת, ס'איז קשה לחניקה פשוט כמשמעו- כ'האב זיך שיעור נישט דערשטיקט פון מיינע מיאוס'ע נאכאנאדע לאך אויסברויכן. יואב'ס-יונה מצאה'ס טאלאנט צו כאראקטעריזירן און צו 'קעפטושערן' אונזער געזעלשאפט אין אירע קערעקטערס אזוי לעבעדיג און קלאר שטעלט אים אוועק לדעתי אין איין רייע מיט שלום עליכם זעלבסט.
Life is not a problem to be solved, but a reality to be experienced- Soren kierkegaard
באניצער אוואטאר
שעפטאל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 889
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 19, 2023 6:40 pm
געפינט זיך: אין די גרויסע דשונגל
האט שוין געלייקט: 7215 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2418 מאל

שליחה דורך שעפטאל »

.
דוד שריפטליך
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 350
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 24, 2022 12:58 am
האט שוין געלייקט: 62 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 165 מאל

שליחה דורך דוד שריפטליך »

איך בין אזוי נתפעל פון די ארטיק איך האב נישט קיין ווערטער ......
עס וואלט מיר געווען אינטרעסאנט צו וויסן צו וויסן צו יונה איז אויך דער שרייבער פון דער גרינער יצר טוב
פארשפארט