ביים בארג - א נקודה

מחשבה, השקפה ועיון
אמת45
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 49
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש יולי 09, 2016 7:24 pm
האט שוין געלייקט: 46 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 313 מאל

ביים בארג - א נקודה

שליחה דורך אמת45 »

א פארוואגלט פאלק, אין מדבר וויסטעניש, זעמיר אלע, זין אפגעברענטע, מיט די קינדער אין האנט געשטאנען,
פריי פון באפעל, מיט אויגן צום בארג, אין די אייניגע מאמענטן, ביפאר תורה.

דער איד פון היינט האט נישט עקזיסטירט - דער פרומער מיטן שילד, ערליכער מיט שולד געפיל.
פרויען זענען בארוועס געגאנגען און די מענער בלויז מיט א גלויבונג.

און מיר זענען אלע אידן געווען, איינשטימיג צו נעמען דעם יאָך.

ווי עס שיינט איז דער אַטאָם פון "אידישקייט" ביפאר באפעלן, נישט פארקערט. דער "איד" נעמט אויף זיך מצוות.

וואס איז אט דער איד, דער חפשי מן המצוות וואס פארפיגט איבער אזא דראסטישן באשלוס, און מער - ווער זענען מיר בכלל?

מיר זענען געוויינט צו טראכטן אז מיט עלטער קומט שכל, און קלארקייט. ווען מ'קוקט צוריק פון פערציג אויף צוואנציג, זעהט מען נאיווע, און פילייכט שוואך געשפּענטע, יארן.

פון די אנדערע זייט אבער, מאכט מען געווענליך, דאס מערסט איינפלוסרייכע באשלוסן אין די פריע לעבנס יארן פון וואס מ'עסט פירות לעולמי עד.
בילדונג, ליבע, צו א פאַך, איז עפעס פונקט דעם יונגטליכער'ס באשלוס.

איז משמע אז יענע יארן זענען ווארשיינליך יא קוואליפיצירט דערפאר, און פארקערט, די עלטער מ'ווערט טאקע פאלט די ראטע פון עפעקטיווע באשלוסן.

מוז מען זאגן, אז דער פארשטענדליכער בן ארבעים איז נישט געאייגענט גאר, פאר דיזע מאנומענטאלע באשלוסן וואס זענען נאטורליך אויסגעשטעלט פאר די ימי נעורים.

מיר אידן אויך, אונזער שלעפּ צו גאט איז נישט זיין תורה און מצוות, אדרבה דאס מאכט עס פילייכט שווערער.
די צוציאונגס צו גאט איז דער פרייער איד ביים בארג, הנדמה לו כהר, וואס וויל טוהן ביפאר הערן, ווייל ער זוכט דעם מנהיג הבירה, דער מבדיל בין יום ובין לילה, דער מעל שמי השמים, וואס שמעלצט די אטאמ'ען און שווארצע לעכער אינאיינעם, און שטעלט לחיים.

און דער איד שטייט נאך אלץ ביים בארג, איצטערט טאקע מחופה כגיגית. ער דארף די מצוות, די וועג צו גאט, אבער די קימו וקיבלו, יונגע ליבע, איז דער פרייער איד.

א פרייע איד זאל איך אלזא גיין צום בארג.
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5784
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 12391 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל

שליחה דורך מי אני »

די סיבה פארוואס בשעת ימי הבחרות איז דא דאס "רתיחת הילדות" און ווילדקייט וכו', איז ווייל די לימבּיק סיסטעם אינעם מח, וואס איז די עמאשענאל סענטער, איז שוין גענצליך פערטיג, בשעת די פראָנטעל קאָרטעקס, וואס איז די "לאגישע" חלק פונעם מח אפצוהאלטן ווילדע שריט וכדומה, ווערט ערשט פערטיג נאך די ימי הבחרות. דר. ראבּערט סאַפּאָלסקי קלערט אז די עוואלושינערי סיבה דערצו איז, ווייל אזוי ווערט די פּריפראָנטעל קאָרטעקס די מערסטע געפארעמט לפי די סאציאלע וכו' עקספּיריענסעס פונעם מענטש, וואס דאס איז דאך וויכטיג פאר זיין סורווייוועל זייענדיג אז דער מענטש איז א סאָשׁעל מין. ווי ער שרייבט:
An oft-repeated fact about adolescents is how “emotional intelligence” and “social intelligence” predict adult success and happiness better than do IQ or SAT scores. It’s all about social memory, emotional perspective taking, impulse control, empathy, ability to work with others, self-regulation. There is a parallel in other primates, with their big, slowly maturing frontal cortices. For example, what makes for a “successful” male baboon in his dominance hierarchy? Attaining high rank is about muscle, sharp canines, well-timed aggression. But once high status is achieved, maintaining it is all about social smarts — knowing which coalitions to form, how to intimidate a rival, having sufficient impulse control to ignore most provocations and to keep displacement aggression to a reasonable level. Similarly, among male rhesus monkeys a large prefrontal cortex goes hand in hand with social dominance

Adult life is filled with consequential forks in the road where the right thing is definitely harder. Navigating these successfully is the portfolio of the frontal cortex, and developing the ability to do this right in each context requires profound shaping by experience

This may be the answer. The brain is heavily influenced by genes. But from birth through young adulthood, the part of the human brain that most defines us is less a product of the genes with which you started life than of what life has thrown at you. Because it is the last to mature, by definition the frontal cortex is the brain region least constrained by genes and most sculpted by experience. This must be so, to be the supremely complex social species that we are. Ironically, it seems that the genetic program of human brain development has evolved to, as much as possible, free the frontal cortex from genes
און דער רמב"ם שרייבט במו"נ ח"ג פכ"ז אז א גרויס חלק פון די תורה איז געגעבן געווארן לתיקון עניני מחיתם קצתם עם קצתם - די סאָשׁעל חברותא חלק זאל זיין פיין ע"ש. ולכן איז די תורה געגעבן געווארן ווען עם ישראל איז געווען אינגער, וואס דאן פארעמט זיך די פראָנטעל קאָרטעקס כדי צו דעוועלאפּירן אט די סאָשׁעל אינטעלידזשענס און ווי אזוי זיך ריכטיג צו באגיין בין אדם לחבירו.
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז...?" - יאיר
"אלס וואס איך ווייס איז אז איך ווייס גארנישט (אחוץ דעם עצם פאקט)" - סקראטוס
און אפילו אין דעם בין איך אויך נישט זיכער (וכן הלאה והלאה)
פארשפארט