ליפא שמעלצער'ס מעסעדזש (ליפא 3.0)
-
- א גאסט אין שטיבל
- הודעות: 18
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 29, 2023 1:08 pm
- האט שוין געלייקט: 44 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 28 מאל
ליפא שמעלצער'ס מעסעדזש (ליפא 3.0)
ליפא שמעלצער האט יעצט ארויסגעגעבן א נייע צמישטע מעססעטש ווי ער וויל ארויסברענגען אז ער טוישט זיך....
די מעססעטש איז 15 מיניט אבער מען פארשטייט נישט פינקליך וואס ער וויל ארויסברענגען...
ער רעדט באמת אינגאנצן פון הארץ אבער צופיל הארץ אין ווייניגער הסברה....
ווי איך פארשטיי איז אז ער האט אנערקענט ווי אסאך מענטשן אז דער מין הענשי(אין ער אויך) איז פול מיט נארישקייטן אין פאלשקייט אין ער וויל ארויסקריכן דערפון...
דאס זעט אויס ווי די תמצית הדברים
וואס ער האט נאך נישט געכאפט איז אז עס איז נישטא קיין וועג ארויס..
ער האט עס ארויסגעגעבן אין אידיש עברית ענגליש
דא האט איר די אידישע ווערסיע
https://youtu.be/yj0cNNeFyts
Sent from my Pixel using Tapatalk

רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום Cheim, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 257
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 24, 2013 2:23 am
- האט שוין געלייקט: 287 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 708 מאל
זייער צומישט, ער זאגט אליינס אז ער ווייסט נישט וואס ער וויל פונקטליך מיט די ווידיאו
אבער עטליכע פאוינטס וואס איך האב אבזערווירט
- דער גרויסער זינגער האט די זעלבע גייסטישע פראבלעמען ווי סיי ווער און מסתם נאכמער
- עס איז אקעי וויזוי זאכן זענען
- אקסעפטנס איז די שליסל פון היילונג
- ער וויל קענען טון וואס ער וויל אן טראכטן פון די עתיד
- סנישט קיין איין מאלעדיגע קראך ער גייט אייביג האבן די מחשבות און קיינמאל קענען אויספירן
- ער וויל נישט פייטן מער אבער סאיז עפעס פון וואס ער קען זיך נישט ארויסדרייען
אבער עטליכע פאוינטס וואס איך האב אבזערווירט
- דער גרויסער זינגער האט די זעלבע גייסטישע פראבלעמען ווי סיי ווער און מסתם נאכמער
- עס איז אקעי וויזוי זאכן זענען
- אקסעפטנס איז די שליסל פון היילונג
- ער וויל קענען טון וואס ער וויל אן טראכטן פון די עתיד
- סנישט קיין איין מאלעדיגע קראך ער גייט אייביג האבן די מחשבות און קיינמאל קענען אויספירן
- ער וויל נישט פייטן מער אבער סאיז עפעס פון וואס ער קען זיך נישט ארויסדרייען
-
- א גאסט אין שטיבל
- הודעות: 18
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 29, 2023 1:08 pm
- האט שוין געלייקט: 44 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 28 מאל
Re: ליפא שמעלצר'ס מעססעטש
אין א געוויסע זין כאפט דעס א יעדע מענטש איינער ביי די סטעטש אין איינער ביי א צווייטע...
אבער ווען א סעלעב ווי אים כאפט עס איז עס אטאמאטיש אסאך מער פאבליק....
ער זאגט אז דער עולם גולם דרייט זיך ארום מיט פרייליכע פניםער בשעת אינז ווייסען אלע אז יעדער איז א שטיק צמישטקייט....
אין 5 יאר ארום קימט צוריק פאללי געהיילט... מיי פאָט.
יעדער זיכט זיך זיין וועג ווי אזוי צו דורך שטיפן די וועלט..
זיין ביז יעצטיגע וועג גאט טא בארינג....
Sent from my Pixel using Tapatalk
אבער ווען א סעלעב ווי אים כאפט עס איז עס אטאמאטיש אסאך מער פאבליק....
ער זאגט אז דער עולם גולם דרייט זיך ארום מיט פרייליכע פניםער בשעת אינז ווייסען אלע אז יעדער איז א שטיק צמישטקייט....
אין 5 יאר ארום קימט צוריק פאללי געהיילט... מיי פאָט.
יעדער זיכט זיך זיין וועג ווי אזוי צו דורך שטיפן די וועלט..
זיין ביז יעצטיגע וועג גאט טא בארינג....
Sent from my Pixel using Tapatalk
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום Cheim, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
- צוזאמגעדרייט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 568
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 03, 2022 9:27 pm
- געפינט זיך: גלייב מיר דו ווילסט נישט וויסן...
- האט שוין געלייקט: 1344 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1231 מאל
Re: ליפא שמעלצר'ס מעססעטש
איך האב גאנץ קלאר פארשטאנען וואס ער זאגט.
איך זוך נאָך אַ קאָו-סיינער [Co-signer]
- קאצקע ציקער
- חבר ותיק
- הודעות: 2203
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 06, 2012 1:46 am
- האט שוין געלייקט: 1052 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1251 מאל
אויב איך מעג ארויסברענגען אביסל ליפא'ס סטראגלס , ליפא איז אריבער א שווערע לעבן א גייסטישע שווערע יוגנט און געמיינט האט ער אז די וועג וואס גייט עים היילן איז פעים , מען האט מיך געפייניגט איך וועל זיי אלע ווייזן אז איך בין יא עפעס איך וועל זינגן ארטיסגעבן ניגונים און ווייזן און נאכאמאל ווייזן
למעשה ווי מער יארן גייען פארביי זעהט ער איין אז ווי א גרעסערע סטאר ער איז העלפט עס זירא פאר זיין נפש ער איז נאכאלטס די זעלבע נארישע ליפעלע אדער וויזוי ער רופט עס אלעזר ליפעלע דאס אינער טשיילד ווערט נישט קיין טראפ געהיילט אז מען ווערט מעכטיג . און דאס איז די שורש פון אלע מחלות בתורת הנפש די אינערטשיילד זיכט היילונג.
קען אפילו זיין אז יעדע מאל ער באקימט א פרישע שטאפל פון פעים ער ווערט נאכמער גרעסער טראכט זיין סאבקאנטשעס אה! פיינעלי יעצט וועל איך שוין יא פילן בעסער און דערווייל א נעכטיגן טאג נאך א שטיק צייט קימט ציריק די אלטע געפילן פון ליפעלע און ס'קען גאר זיין אז ווי מער ער ווערט גרעסער אלטס מער ווערט די ווייטאג די פאל נאכדעם!

רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 6 אום קאצקע ציקער, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 662
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 07, 2020 5:43 pm
- האט שוין געלייקט: 252 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 562 מאל
אריין אין מענדל ראטה'ס אשכול ... היינו טעמה דשופר והיינו טעמה דמגילה...היכי דמי האט געשריבן:אריין אין סייקידעליקס אשכול?
געוואטשט, פארט אסאך אוועק פון זיין מעסעדזש איז שווער צו כאפן וואס ער וויל, אבער אזויווי די פותח האשכול זאגט. עס איז פון הארץ
איך בין נאר נייגעריג וועמענס נשמה ליפא איז?... מענדל ראטה'ס נשמה איז שבתי צבי ווער ווייסט וועמענס ליפא איז...
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 2 אום שפילער, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
מיין אישי קעסטל ארבעט נישט
אז איר ווילט זיך פארבינדען מיט מיר פילט פריי מיר צו שיקן אן אימעיל צו
shpieler111@gmail.com
אז איר ווילט זיך פארבינדען מיט מיר פילט פריי מיר צו שיקן אן אימעיל צו
shpieler111@gmail.com
-
- א גאסט אין שטיבל
- הודעות: 18
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 29, 2023 1:08 pm
- האט שוין געלייקט: 44 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 28 מאל
Re: ליפא שמעלצר'ס מעססעטש
אגב לגבי דער ענין פון היעלינג ביי סעלעבס ווייס איך אויף אסאך פאפולערער פיגורן וואס זענען אויף אלע מינע טערעפי... מער ווי פשוט'ע מענטשן....
די שאלה איז נאר
צו דער פשוטער מענטש מיינט נאך אז דאס אין יענץ וועט אים פריילעך מאַכן אין וועגן דעם גייט ער נישט אויף טערעפי... משא"כ דער כמו סיקסעספאל מענטש...
אדער איז טאקע דער פאפולערע מענטש נאר פאפולער ווייל ער האט זיך געשטיפט דערצו ווייל עס האט אים אייביג עפעס געפעלט אין ער האט געמיינט אז דארט איז די ישועה.. משא"כ דער פשוטער האט אים קיינמאל גארנישט געפעלט....
Sent from my Pixel using Tapatalk
די שאלה איז נאר
צו דער פשוטער מענטש מיינט נאך אז דאס אין יענץ וועט אים פריילעך מאַכן אין וועגן דעם גייט ער נישט אויף טערעפי... משא"כ דער כמו סיקסעספאל מענטש...
אדער איז טאקע דער פאפולערע מענטש נאר פאפולער ווייל ער האט זיך געשטיפט דערצו ווייל עס האט אים אייביג עפעס געפעלט אין ער האט געמיינט אז דארט איז די ישועה.. משא"כ דער פשוטער האט אים קיינמאל גארנישט געפעלט....
Sent from my Pixel using Tapatalk
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 662
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 07, 2020 5:43 pm
- האט שוין געלייקט: 252 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 562 מאל
די ענגלישע מעסעדזש איז נאך מער הערליך און ווארעם און נאטירלעך און וואלנערבל
מיין אישי קעסטל ארבעט נישט
אז איר ווילט זיך פארבינדען מיט מיר פילט פריי מיר צו שיקן אן אימעיל צו
shpieler111@gmail.com
אז איר ווילט זיך פארבינדען מיט מיר פילט פריי מיר צו שיקן אן אימעיל צו
shpieler111@gmail.com
- דיכטער
- שריפטשטעלער
- הודעות: 288
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 13, 2023 8:50 pm
- האט שוין געלייקט: 730 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1527 מאל
Re: ליפא שמעלצער'ס מעסעדזש (ליפא 3.0)
איינער קען אפשר אריינקומען מיט מער דיטעילס איבער דער נייע זאך וואס ער פלאנט אהער צו שטעלן פאר כלל ישראל, וואס איז נאכנישט געווען זייט ששת ימי בראשית?
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 49
- זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש יולי 09, 2016 7:24 pm
- האט שוין געלייקט: 46 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 313 מאל
Re: ליפא שמעלצער'ס מעסעדזש (ליפא 3.0)
איך קען נישט טוישן דעם פתיחת האשכול, הגם איך וואלט ווען, בלויז פארן כבוד פונעם אינהאלטסרייכן קליפּ, אבער איך וועל פרובירן צו מינימיזירן די שאדן מיט א רעאקציע.
ליפא האט נישט ארויסגעגעבן "נאך א צומישטע מעסעזש" נאר זייער א קלארע מעסעזש מיט פילייכט צומישטע ווערטער.
אין זיינע העראישע פופצן מינוטע שמועס האט ער מיט א געוואלדיגע ריינקייט ארויסגעברענגט זיינע הרגשים, אהן עס ארומנעמען מיט שיינע לבושים.
און הצד השווה פון זיינע געדאנקען איז אז ס'איז שווער פאר דעם מין האנושי בכלל, און פאר אונז - אלס א טייט-ניט קאמיוניטי בפרט, צו פשוט זיין אויפריכטיג מיט זיך און די ארומיגע, און זיך באהעפטן, באקוועם מאכן, מיטן מערסט וואלנעראבול פונקט פונעם זעהל, וואס איז די טרייב קראפט פאר מענטשהייט'ס לעכצעניש, נעמליך, דער אריגינעלער איך.
לבושים קען זיין די ווענט וואס מ'בויעט אויף, נאך פון די יונגע יארן, זיך צו שיצן פון פארשידענע פּיין, און ס'קען זיין אן אלטערנאטיווע אידענטיטעט וואס מ'שטעלט צופרידן, ווייל אהן דעם שפירט מען גארנישט.
איי שפּור יא, פרוביר צו טראכטן פון אינעווייניג ארויס, נישט פארקערט, דאס איז אבער ס'נישט קיין גרינגע מעשה.
זיין אויפריכטיג מיט זיך איז א שווערע און צומאל פּיינפולע עבודה. ס'שרעקעדיג זיך צו טרעפן מיטן נאקעטן זיך אהן די מעיקאפ.
אזוי שרעקעדיג איז עס אז ס'רוב לעבן ווייסט מען ניטאמאל וואס עכט איז.
נעם א שרייבער, א גביר, א שיינער איד, א מיאוסער איד, א בעלבוסטע, א לערערין, און נעם אראפ דעם קיטל, דעם טיטל, וואס פארבלייבט? נאר א מענטש צווישן מענטשן.
צומאל קומט צוריק דער צוקוועטשער געפיל פון חדר, די ראציגע נאז, די שוואכע קענער, און ס'רוישט א וועלט. אט פון דעם זענען דאך די אלע מיט די טיטלען אנטלאפן. אבער די טיטלען העלפן נישט דעם נאגנדן זעהל, וואס וויל פשוט שיינען פון געבורט.
אט דער ערשיינונג האט בכלל נישט מיט אונז דווקא, דאס אנטלויפן איז א מענטשליכער Condition. ס'איז גרינג, פראקטיש, און דראמא-לאז, אבער שווער איז עס איבערהויפט. ס'שווער צו זיך נישט צו קענען די אכציג יאר ביזן קבר.
ליפא אנטפלעקט אין דעם קליפ א זאפאס מיט שוואכקייט, נאקעטקייט, וואס איז לשם ולתפארת פאר זיך זעלבסט ואשרי לו, און פאר אונז מענטשן - א מתנה, זיך צו באקענען, באקוועם מאכן, מיטן מושג פון ריינקייט, Vulnerability, וואס קען העלפן ארויסקומען פונעם אור אלטן גלות קלאזעט, און ענדליך לעבן. ואשרי חלקו.

- פונדאַמענטאַל
- ידיד השטיבל
- הודעות: 320
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 26, 2023 12:12 am
- האט שוין געלייקט: 677 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 944 מאל
Re: ליפא שמעלצער'ס מעסעדזש (ליפא 3.0)
די קוקסט עס אהן ווי ליפא'ס דרייוו איז בלויז פעים, פרובירט צו ווייזן - פרובירט צו פייטן די סיסטעם וכו' כדי צו אנטלויפן פון זיינע פראבלעמען. לדעתי איז דאס אומריכטיג. טאקע צוליב מענטשען וואס האבן דאס געזאגט האט ער זיך געמיטשעט די אלע יארן. מענטשען וואס האבן נישט פארשטאנען זיין ארטיסטישע נפש און געזען אין איהם בלויז קאנפראטאציע און נישט זיין צורך פון קריעיטיוועטי.קאצקע ציקער האט געשריבן:נעבעך. אויב איך מעג ארויסברענגען אביסל ליפא'ס סטראגלס , און אפשר אז ער ליינט דא וועט ער עס זעהן . ליפא איז אריבער א שווערע לעבן א גייסטישע שווערע יוגנט און געמיינט האט ער אז די וועג וואס גייט עים היילן איז פעים , מען האט מיך געפייניגט איך וועל זיי אלע ווייזן אז איך בין יא עפעס איך וועל זינגן ארטיסגעבן ניגונים פייטן מיט די סיסטעם מיני ניגונים און ווייזן און נאכאמאל ווייזן
למעשה ווי מער יארן גייען פארביי זעהט ער איין אז ווי א גרעסערע סטאר ער איז העלפט עס זירא פאר זיין נפש ער איז נאכאלטס די זעלבע נארישע ליפעלע אדער וויזוי ער רופט עס אלעזר ליפעלע דאס אינער טשיילד ווערט נישט קיין טראפ געהיילט אז מען ווערט מעכטיג . און דאס איז די שורש פון אלע מחלות בתורת הנפש די אינערטשיילד זיכט היילונג.
קען אפילו זיין אז יעדע מאל ער באקימט א פרישע שטאפל פון פעים ער ווערט נאכמער גרעסער טראכט זיין סאבקאנטשעס אה! פיינעלי יעצט וועל איך שוין יא פילן בעסער און דערווייל א נעכטיגן טאג נאך א שטיק צייט קימט ציריק די אלטע געפילן פון ליפעלע און ס'קען גאר זיין אז ווי מער ער ווערט גרעסער אלטס מער ווערט די ווייטאג די פאל נאכדעם!
בקיצור השם יעזור ליפעלע געב נישט אויף אויף טערעפי סאיז ווי א צוויבל די מער מען היילט זיך קימט מען אן נענטער געב נישט אויף חזק ואמץ
Sent from my M2101K7BG using Tapatalk
There's no relationship between being smart & being wise (Jordan Peterson)
הַמְפוֹרָשׁוֹת סְתוּמוֹת. הַגְּלוּיוֹת עֲלוּמוֹת. הַמְּבֹאָרוֹת חֲתוּמוֹת. הַמְּשֻׁנָּנוֹת עֲצוּמוֹת. הַחֲקוּקוֹת רְשׁוּמוֹת:
- קאצקע ציקער
- חבר ותיק
- הודעות: 2203
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 06, 2012 1:46 am
- האט שוין געלייקט: 1052 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1251 מאל
זיין צורך פון קריעטיוויטי קימט אויך צו היילן זיין נפשפונדאַמענטאַל האט געשריבן:די קוקסט עס אהן ווי ליפא'ס דרייוו איז בלויז פעים, פרובירט צו ווייזן - פרובירט צו פייטן די סיסטעם וכו' כדי צו אנטלויפן פון זיינע פראבלעמען. לדעתי איז דאס אומריכטיג. טאקע צוליב מענטשען וואס האבן דאס געזאגט האט ער זיך געמיטשעט די אלע יארן. מענטשען וואס האבן נישט פארשטאנען זיין ארטיסטישע נפש און געזען אין איהם בלויז קאנפראטאציע און נישט זיין צורך פון קריעיטיוועטי.קאצקע ציקער האט געשריבן:נעבעך. אויב איך מעג ארויסברענגען אביסל ליפא'ס סטראגלס , און אפשר אז ער ליינט דא וועט ער עס זעהן . ליפא איז אריבער א שווערע לעבן א גייסטישע שווערע יוגנט און געמיינט האט ער אז די וועג וואס גייט עים היילן איז פעים , מען האט מיך געפייניגט איך וועל זיי אלע ווייזן אז איך בין יא עפעס איך וועל זינגן ארטיסגעבן ניגונים פייטן מיט די סיסטעם מיני ניגונים און ווייזן און נאכאמאל ווייזן
למעשה ווי מער יארן גייען פארביי זעהט ער איין אז ווי א גרעסערע סטאר ער איז העלפט עס זירא פאר זיין נפש ער איז נאכאלטס די זעלבע נארישע ליפעלע אדער וויזוי ער רופט עס אלעזר ליפעלע דאס אינער טשיילד ווערט נישט קיין טראפ געהיילט אז מען ווערט מעכטיג . און דאס איז די שורש פון אלע מחלות בתורת הנפש די אינערטשיילד זיכט היילונג.
קען אפילו זיין אז יעדע מאל ער באקימט א פרישע שטאפל פון פעים ער ווערט נאכמער גרעסער טראכט זיין סאבקאנטשעס אה! פיינעלי יעצט וועל איך שוין יא פילן בעסער און דערווייל א נעכטיגן טאג נאך א שטיק צייט קימט ציריק די אלטע געפילן פון ליפעלע און ס'קען גאר זיין אז ווי מער ער ווערט גרעסער אלטס מער ווערט די ווייטאג די פאל נאכדעם!
בקיצור השם יעזור ליפעלע געב נישט אויף אויף טערעפי סאיז ווי א צוויבל די מער מען היילט זיך קימט מען אן נענטער געב נישט אויף חזק ואמץ
Sent from my M2101K7BG using Tapatalk
- צקון לחש
- ידיד ותיק
- הודעות: 682
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 27, 2021 2:09 am
- האט שוין געלייקט: 1504 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1291 מאל
הייליגע ליפא, אנדערש ווי דיר האב איך ב"ה אלץ מצליח געווען אין חדר און אין ישיבה, מיינע עלטערן זענען שוין פון די נעקסטע דור, און איך האב רעלעטיוו(!) געהאט זאכן פיל גרינגער פון דיר, דאך אבער פיל איך דיר, איך פארשטיי דיר (אזוי מיין איך עכ"פ), דיינע ניגונים, מיט אלע קנייטשן, אלעס אלעס, רעדן צו מיר אזוי שטארק, אזוי אמת'דיג, אזוי הייליג, לך בכחך זה, דו ביסט א מתנה פאר כלל ישראל, ללא גוזמא.
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
ליפא קומט אריין מיט זיין מעסעדזש זייער קלאר. די נקודה המרכזית וואס ער זאגט איז אז זיך גיין היילן איז א גוטע זאך. נאר שטאטס זיך היילן פון פרעמדע אידעאלאגיעס און טעראפיעס, האלט ער אז זאגן און שפירן דעם מעסעדזש פון שמע ישראל איז די בעסטע טעראפי פאר אמונה. און דאס העלפט איהם איבערצוקומען אלע שוועריגקייטן. מיט וואס ער האט זיך באגעגנט א סאך אין זיין יוגנט.
אויך גלייבט ער אז זיין גורל איז אין די הענט פון באשעפער. און דער רצון ה' דאס ווערט מקויים...!
ליפא חזק ואמץ. דו געסט אריין חיזוק אין אונז אלע...!
אויך גלייבט ער אז זיין גורל איז אין די הענט פון באשעפער. און דער רצון ה' דאס ווערט מקויים...!
ליפא חזק ואמץ. דו געסט אריין חיזוק אין אונז אלע...!
-
- א גאסט אין שטיבל
- הודעות: 18
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 29, 2023 1:08 pm
- האט שוין געלייקט: 44 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 28 מאל
Re: ליפא שמעלצער'ס מעסעדזש (ליפא 3.0)
פארוואס איך ריף עס אן צומישטע מעססעטש איז ווייל ער שיסט אריין זייער אסאך דעטאלן וואס קומען נישט אזוי שטארק אריין פאר די פוינט וואס ער וויל ארויסברענגען..אמת45 האט געשריבן:איך קען נישט טוישן דעם פתיחת האשכול, הגם איך וואלט ווען, בלויז פארן כבוד פונעם אינהאלטסרייכן קליפּ, אבער איך וועל פרובירן צו מינימיזירן די שאדן מיט א רעאקציע.
ליפא האט נישט ארויסגעגעבן "נאך א צומישטע מעסעזש" נאר זייער א קלארע מעסעזש מיט פילייכט צומישטע ווערטער.
אין זיינע העראישע פופצן מינוטע שמועס האט ער מיט א געוואלדיגע ריינקייט ארויסגעברענגט זיינע הרגשים, אהן עס ארומנעמען מיט שיינע לבושים.
און הצד השווה פון זיינע געדאנקען איז אז ס'איז שווער פאר דעם מין האנושי בכלל, און פאר אונז - אלס א טייט-ניט קאמיוניטי בפרט, צו פשוט זיין אויפריכטיג מיט זיך און די ארומיגע, און זיך באהעפטן, באקוועם מאכן, מיטן מערסט וואלנעראבול פונקט פונעם זעהל, וואס איז די טרייב קראפט פאר מענטשהייט'ס לעכצעניש, נעמליך, דער אריגינעלער איך.
לבושים קען זיין די ווענט וואס מ'בויעט אויף, נאך פון די יונגע יארן, זיך צו שיצן פון פארשידענע פּיין, און ס'קען זיין אן אלטערנאטיווע אידענטיטעט וואס מ'שטעלט צופרידן, ווייל אהן דעם שפירט מען גארנישט.
איי שפּור יא, פרוביר צו טראכטן פון אינעווייניג ארויס, נישט פארקערט, דאס איז אבער ס'נישט קיין גרינגע מעשה.
זיין אויפריכטיג מיט זיך איז א שווערע און צומאל פּיינפולע עבודה. ס'שרעקעדיג זיך צו טרעפן מיטן נאקעטן זיך אהן די מעיקאפ.
אזוי שרעקעדיג איז עס אז ס'רוב לעבן ווייסט מען ניטאמאל וואס עכט איז.
נעם א שרייבער, א גביר, א שיינער איד, א מיאוסער איד, א בעלבוסטע, א לערערין, און נעם אראפ דעם קיטל, דעם טיטל, וואס פארבלייבט? נאר א מענטש צווישן מענטשן.
צומאל קומט צוריק דער צוקוועטשער געפיל פון חדר, די ראציגע נאז, די שוואכע קענער, און ס'רוישט א וועלט. אט פון דעם זענען דאך די אלע מיט די טיטלען אנטלאפן. אבער די טיטלען העלפן נישט דעם נאגנדן זעהל, וואס וויל פשוט שיינען פון געבורט.
אט דער ערשיינונג האט בכלל נישט מיט אונז דווקא, דאס אנטלויפן איז א מענטשליכער Condition. ס'איז גרינג, פראקטיש, און דראמא-לאז, אבער שווער איז עס איבערהויפט. ס'שווער צו זיך נישט צו קענען די אכציג יאר ביזן קבר.
ליפא אנטפלעקט אין דעם קליפ א זאפאס מיט שוואכקייט, נאקעטקייט, וואס איז לשם ולתפארת פאר זיך זעלבסט ואשרי לו, און פאר אונז מענטשן - א מתנה, זיך צו באקענען, באקוועם מאכן, מיטן מושג פון ריינקייט, Vulnerability, וואס קען העלפן ארויסקומען פונעם אור אלטן גלות קלאזעט, און ענדליך לעבן. ואשרי חלקו.
די סיבה דערצו איז ווייל די גאנצע פוינט פון די מעססעטש איז אז ער וויל זיין אינגאנצן זיך אין דאס "זיך" פראבירט ער צו זיין בשעתן זאגן די מעססעטש ממילא וואס עס קומט אים אריין אין קאפ בשעתן רעדן זאגט ער קלאר ארויס....
ווען ער פרעגט זיך אליינס פארוואס רעקארד איך יעצט א מעססעטש, פאר נאך חיזוק פון אנדערע?
ער פרעגט עס באמת פון זיך אין עס קומט אים אריין אפאר תירוצים אין ער ווייסט נישט וואס איז דער אמת...
ממש אזוי ארבעט א מענטשליכע מח אבער געווענליך ווען איינער רעדט קומט נישט ארויס די אינסיידס וואס איז אסאך מאל נישט נוגע פארן נושא...
ער האט ממש געפראווט די פוינט אז ער פראבירט צו גיין מיטן פילן זיך....
מען פילט עס....
Sent from my Pixel using Tapatalk
-
- א גאסט אין שטיבל
- הודעות: 21
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 10, 2021 7:54 pm
- האט שוין געלייקט: 7 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 23 מאל
Re: ליפא שמעלצער'ס מעסעדזש (ליפא 3.0)
איך האב נישט עספיעט צו פארשטיין גענוי וואס ער וויל. אפשר קענט איר דעשיפרירן די זאמלונג פון מיסטישע פראזן?כרם זית האט געשריבן:הייליגע ווערטער, אזוי לויטער און ריין.
ווי טיף און ארטיסטיש איך האב געמיינט ער איז ביז היינט, ווער איך געוואר אז ער איז א לעבעדיגע מוסר ספר.
ליפא כה לחי!
- רביה''ק זי''ע
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5435
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
- געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
- האט שוין געלייקט: 5089 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל
קודם כל, ס'נישט דא קיין מענטש וואס האט נישט געהאט קיין טראפ צער אין זיין לעבן. כ'בין אמאל געוועהן ביי עפעס א טעראפיסט האט ער מיך געפרעגט וואס איז געוועהן די גרעסטע טראומע וואס איך האב געהאט אין מיין לעבן, האב איך איהם געענטפערט "זיין א קינד". וויפיל טעג און נעכט איך פלעג חלומ'ען פון די גראנדיעזע פראיעקטן וואס איך גיי טוהן ווען איך וועל "זיין גרויס" נאר זיך אויפצואוועקן צום פינסטערן רעאליטעט פון טוה נישט דאס און גיי נישט דארט אזש ביז איך בין טאקע "גרויס" געווארן האב איך שוין פארלוירן די גאנצע חשק און איך האלט נאך אלץ אינמיטן ארבעטן עס צוריק אויפצובויען. איך געדענק נאך ווי אלס קינד האב איך אמאל געליינט א קינדער ביכל איבער אפאר געשוויסטער יתומים וואס האבן נישט געהאט ווער ס'זאל זיי איינטיילן וואס צו טוהן, איי אין וואסערע דמיון דאס האט מיר אריינגעפירט... שעות על גבי שעות האב איך פשוט פאנטאזירט אויף דעם געדאנק...שעפטאל האט געשריבן:כ'בין מקנא די מענטשען וואס האבן נישט געליטן אלס קינד, און טרעפען זיך קיינמאל נישט מיט דעם אמת'דיגען פארלוירענעם זיך.
צווייטנס, דעם אמת'דיגן זיך טרעפט מען נישט דורך ליידן, א מין גערעדאכץ דאס, אויב עפעס פארלירט מען עס דורך ליידן, דאס איז סתם א נאראטיוו מיט וואס "געליטענע" מענטשן פרובירן זיך צו ברעינוואשן צו פילן גוט מיט זיך.
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that