וויכטיגע מעלדונג וועגן טראלס און סקעמערס
-
- מנהל
- הודעות: 513
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 16, 2013 4:05 pm
- האט שוין געלייקט: 873 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1665 מאל

אויב די באקומסט מעסעדזשעס אין אישי "סתם צו שמועסן" זאלסטו וויסן אז יענער איז נחשד אויף פירן דעם שמועס צו א פלאץ פון ארויסבאקומען פריוואטע אינפארמאציע וועגן דיר. דאס קען זיין פריוואטע אינפארמאציע וואס קען געניצט ווערן צו שווינדלען, אדער סתם אינפארמאציע פון דיין פריוואטע משפחה לעבן.
זיי זענען זייער ראפינירט און האבן זייער מהלך אויסגעארבייט אז מ'זאל מיינען אז די גאנצע שמועס איז אומשולדיג, ביז מ'טרעפט זיך שמועסן זאכן וואס מ'וויל נישט רעדן מיט אנדערע.
ספעציעל איז דאס נוגע אויב יענער איז א נייע ניק, אדער האט געשריבן ווייניג תגובות, וואס דעמאלטס דארף מען אסאך מער געווארענט זיין אז יענער איז מעגליך אזא סקעמער.
זייטס געווארענט וועגן אזעלכע ניקס, און ווער ס'האט שוין באקומען אזעלכע מעסעדזשעס זאל מיר ביטע לאזן וויסן וועגן דעם אין אישי.

- שריפטשטעלער
- הודעות: 3232
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
- געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
- האט שוין געלייקט: 3520 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8959 מאל
איך האב גראדע נאר עטליכע מאל באקומען מעסידזשעס פון ניקים אז זיי ווילן שמועסן. כזע נישט וואס די גרויסע פראלעם איז. מיין נאמען, טעלעפאון נעמער, סאושל, און אדרעס וועט מען עניוועי נישט ארויסבאקומען, פארוואס נישט שמועסן מיט אחים לדעה, סך הכל דארף מען וויסן די גבולים.
איך האב שוין יא געקאנטעקט אסאך חשובע ניקים אין אישי אז איך וויל כאפן א שמועס, עס ענדיגט זיך רוב מאל זייער פיין. בפרט אז מען רעדט פון א ניק וואס האט שוין עטליכע הונדרעט תגובות דא אין שטיבל, וואס מער ווייניגער קען מען זיך שוין, מען ווייסט שוין אז יענער איז א ערנסטע ניק, דאן זע איך נישט די גרויסע פראבלעם.
מיט געציילטע גאר ערנסטע ניקים האבן מיר זיך שוין אפילו מגלה געווען, און געווארן חברים אין ריל לייף.
כמובן אז דאס טו איך נאר מיט אזא איינעם וואס 'איך' וויל זיך באקענען (און כמובן אז יענער קען אויך באשטיין) להדיא נישט מיט איינער וואס וויל 'מיר' קענען. בקיצור, מען דארף ניצן די שכל.
אויב זעט מען אז יענער וויל נישט, צי ער זאגט קלאר אז ער האלט נישט ביים שמועסן, אדער סתם אזוי ער איגנארירט, דאן איז נישט. מען קען נישט צווינגען א מענטש צו רעדן צו דיר. אז יענער איז נישט אינטערסירט צו רעדן מיט דיר, דאן זע איך נישט פארוואס דו וואלסט בכלל געוואלט רעדן צו אים.
וכאן הקריאה יוצאת, רבותי, קאנטאקטס מיר נישט אין אישי צו שמועסן, אויב וועל איך זיין אינטערסירט צו רעדן מיט דיר, דאן וועל איך דיר שוין קאנטאקטן.

"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד
I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-
אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!

- ידיד השטיבל
- הודעות: 203
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 04, 2022 11:16 pm
- האט שוין געלייקט: 433 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 344 מאל
מה הפשט?שמן למאור האט געשריבן:
אויב זעט מען אז יענער וויל נישט, צי ער זאגט קלאר אז ער האלט נישט ביים שמועסן, אדער סתם אזוי ער איגנארירט, דאן איז נישט. מען קען נישט צווינגען א מענטש צו רעדן צו דיר. אז יענער איז נישט אינטערסירט צו רעדן מיט דיר, דאן זע איך נישט פארוואס דו וואלסט בכלל געוואלט רעדן צו אים.
רביה"ק אלערט
- שעפטאל
- שריפטשטעלער
- הודעות: 889
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 19, 2023 6:40 pm
- געפינט זיך: אין די גרויסע דשונגל
- האט שוין געלייקט: 7681 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2512 מאל
אלעס ווי אזוי צו מאכן חברים דורך ק"ש האט @אבטולמוס הערליך אפגעשריבן. כולל די סקעם ווארענונג.
(למעשה 16 וקנה לך חבר)
viewtopic.php?f=24&t=9472#p296643
(למעשה 16 וקנה לך חבר)
viewtopic.php?f=24&t=9472#p296643
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום שעפטאל, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3232
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
- געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
- האט שוין געלייקט: 3520 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8959 מאל
אפשר מיינסטו די קנה לך חבר אשכול פון אבטולמוס?שעפטאל האט געשריבן:אלעס ווי אזוי צו מאכן חברים דורך ק"ש האט @אדנירם הערליך אפגעשריבן. כולל די סקעם ווארענונג.
איינער געדענקט ווי זיין אשכול איז? כ'וויל ציטירן די לשונות און כ'קען עס נישט טרעפן
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד
I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-
אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-
אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3232
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
- געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
- האט שוין געלייקט: 3520 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8959 מאל
וואס איז דיין קשיא דא? איך כאפ נישט.בעל אחריות האט געשריבן:מה הפשט?שמן למאור האט געשריבן:
אויב זעט מען אז יענער וויל נישט, צי ער זאגט קלאר אז ער האלט נישט ביים שמועסן, אדער סתם אזוי ער איגנארירט, דאן איז נישט. מען קען נישט צווינגען א מענטש צו רעדן צו דיר. אז יענער איז נישט אינטערסירט צו רעדן מיט דיר, דאן זע איך נישט פארוואס דו וואלסט בכלל געוואלט רעדן צו אים.
רביה"ק אלערט
איך שמועס אויס די נושא באופן כללי.
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד
I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-
אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-
אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 203
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 04, 2022 11:16 pm
- האט שוין געלייקט: 433 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 344 מאל
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3232
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
- געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
- האט שוין געלייקט: 3520 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8959 מאל
וואו איז רביה"ק אריינגעקומען אינעם בילד כאפ איך נישט.
אגב, מיט רביה"ק האב איך מסתמה געשמועסט מער ווי מיט סיי וועלכע אנדערע ניק. שעות על גבי שעות האבן מיר זיך אויסגע'טענה'ט...
אגב, מיט רביה"ק האב איך מסתמה געשמועסט מער ווי מיט סיי וועלכע אנדערע ניק. שעות על גבי שעות האבן מיר זיך אויסגע'טענה'ט...
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד
I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-
אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-
אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
- שעפטאל
- שריפטשטעלער
- הודעות: 889
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 19, 2023 6:40 pm
- געפינט זיך: אין די גרויסע דשונגל
- האט שוין געלייקט: 7681 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2512 מאל
שכחשמן למאור האט געשריבן:אפשר מיינסטו די קנה לך חבר אשכול פון אבטולמוס?שעפטאל האט געשריבן:אלעס ווי אזוי צו מאכן חברים דורך ק"ש האט @אדנירם הערליך אפגעשריבן. כולל די סקעם ווארענונג.
איינער געדענקט ווי זיין אשכול איז? כ'וויל ציטירן די לשונות און כ'קען עס נישט טרעפן
רעדאגירט
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 771
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 14, 2022 1:50 pm
- האט שוין געלייקט: 1414 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1595 מאל
איך ווייס נישט פונקטליך וועם מ'מיינט, אבער כ'האב שוין באקומען אישי'ס פון עטליכע ניקס וואס א קורצע זוך אין זיייערע תגובות דערציילט שוין פונקט פון וועם מ'רעדט... דאס איז אייביג די נקודה, קוק וואס ער שרייבט און צו ער שרייבט בכלל, וועסטו זען ווער ער איז.
רעכן זיך נישט מיט די וועלט, די וועלט רעכנט זיך נישט מיט דיר.
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20300
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 26077 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15594 מאל
- קאנטאקט:
-
- מנהל
- הודעות: 513
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 16, 2013 4:05 pm
- האט שוין געלייקט: 873 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1665 מאל
עטליכע אקטיווע און חשוב'ע ניקס האבן מיר געשריבן פרעגן צי כ'האב זיי (ח"ו) געמיינט. אוודאי נישט. די וועם כ'האב געמיינט ווייסן אז כ'מיין זיי, און זיי דארפן נישט פרעגן....
די עולם זאל ווייטער שמועסן און ס'זאל זיך פארמערן אחוה וריעות. די פראבלעמען מאכן זיך באמת ביי נייע ניקס אדער ניקס וואס שרייבן ווייניג ברבים. געוויסע פון זיי זענען דא צו קענען רעדן פריוואט מיט מענטשן אונטער די שלייער פון אנאנימיטעט איבער פריוואטע ענינים. קאווע שטיבל איז נישט געמאכט פאר דעם.
איין אזא איינער האט מיר געשריבן א אישי מלא טענות:

א טייל פון מיין ענטפער:כבוד המנהל שליט"א
איך פיל מיך זייער געטראפן פון דיינע תגובות וועגן א.ג. סקעמערס וואס זוכן צו "פארכאפן" מענטשן אין א "נעץ" דורך שמועסן אין אישי וכו'...
איך בין דער געוועזענער "....." ניק וואס דו האסט אויסגעשפארט... האסט געשריבן זייער שארף אז מ'זאל זיך אכטונג געבן פון מיר אז איך האב עפעס א "נעץ" ארויסצובאקמען פריוואטע אינפארמעישאן פון די מעמבערס...
איך בין מודה אז איך האב גענוצט די פורום פאר נישט ריכטיגע זאכן, און געשמועסט פריוואט נישט אויסגעהאלטענע זאכן, אבער דאס איז עס. איך האב נישט קיין אנונג וועגן וואספארא "נעץ" דו רעדסט וועגן, יא איך האב פרובירט צו פירן א שמועס און אנקומען דארט, אבער עס זענען געווען פלענטי ניקס וואס אדער האבן מיך פלעין איגנארירט, אדער מיך געזאגט אפען אז זיי ווילן נישט שמועסן פון די זאכן, און איך האב זיי טאקע אפגעלאזט, די מיט וועמען איך האב יא געשמועסט האבן געווענטליך מסכים געווען און זיי האבן עס אויך ענדזויט... ווי מ'זאגט it takes two to tangle...
נאכאמאל, האסט געהאט רעכט מיך אויסצושפארן אלס נישט פאלגן תקנות פון קאווע שטיבל, פיין, אבער מיך אזוי צו באשמיצן כאילו איך האב אימיצער בא'עוועל'ט, איז נישט געווען ריכטיג, איך האב קיינעם נישט בא'עוועלט, יא איך האב געוואלט שמועסן פון די זאכן, אבער נאר מיט דער וואס איז אויך געווען אינטערסירט!! איך האב נישט קיין שום "מהלך" צו צווינגען מענטשן ארויסצוגעבן פריוואטע אינפארמעישאן!!
יעצט דו קענסט מיך נאכאמאל אויסשאפרן פון מיין נייע ניק, און אדער קען איך נאכאמאל מאכן א דריטע ניק, אדער וועל איך מיך באגיין אן קאווע שטיבל..
מיט ווייטאג
אנטשולדיגט מיר, ס'איז פרעך פון דיר נאך צו קומען דא מיט טענות. ועוד, די ביסט ליידער נישט דער איינציגסטע וואס האט דאס געטוהן.
אז די האסט א פראבלעם/אבסעשאן/אדיקשאן גיי צו ספעשאליסט וואס זאל דיר געבן טעראפי דערפאר. לאז אפ אונזערע מעמבערס!
אז די ווילסט אינטערטעינען דעם עולם ברבים אויף א וועג וואס איז אפראפרעיט, געזונטערהייט. אבער נוצן אונזער פלאטפארמע אריינצושלעפן אנדערע אין דיין חזיריי קען נישט טאלערירט ווערן בשום פנים ואופן.
נאכדעם וואס די ליינסט דעם מעסעדזש גיי איך דיר אויסשפארן.
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 67
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 04, 2023 2:20 pm
- האט שוין געלייקט: 153 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 150 מאל
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 203
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 04, 2022 11:16 pm
- האט שוין געלייקט: 433 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 344 מאל
איך שוין נעבעך דעם אינגערמאן, פון די לשון פונעם בריוו זעהט אויס ווי ער איז א נארמאלע קלוגע מענטש, אבער ער איז נעבעך קראנק, איך האב מיך גערעכנט אז ער איז עפעס א צויוזשילטער פארשוין...
איך צווייפל נישט אין די גערעכטיקייט פון די מנהל'ס החלטה, איך זאג נאר אז איך שוין אים און איך וואונטש אים א רפואה שלימה.
איך צווייפל נישט אין די גערעכטיקייט פון די מנהל'ס החלטה, איך זאג נאר אז איך שוין אים און איך וואונטש אים א רפואה שלימה.
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 39
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אקטאבער 24, 2022 9:41 am
- האט שוין געלייקט: 9 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 22 מאל
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 74
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 16, 2020 1:06 pm
- האט שוין געלייקט: 199 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 63 מאל
viewtopic.php?p=526093#p526093איינעראליינס האט געשריבן:פארוואס האט מען מיך פארמאכט מיין פרווייטע הוודאות ?
וואו קען איך פרעגן ?
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 39
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אקטאבער 24, 2022 9:41 am
- האט שוין געלייקט: 9 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 22 מאל
געזונטערהייט האט געשריבן:viewtopic.php?p=526093#p526093איינעראליינס האט געשריבן:פארוואס האט מען מיך פארמאכט מיין פרווייטע הוודאות ?
וואו קען איך פרעגן ?
איך זע.
שכוח
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 749
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 05, 2018 12:32 am
- האט שוין געלייקט: 353 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 780 מאל
א טייל פון מיין ענטפער:איך פיל מיך זייער געטראפן פון דיינע תגובות וועגן א.ג. סקעמערס וואס זוכן צו "פארכאפן" מענטשן אין א "נעץ" דורך שמועסן אין אישי וכו'...
איך בין דער געוועזענער "....." ניק וואס דו האסט אויסגעשפארט... האסט געשריבן זייער שארף אז מ'זאל זיך אכטונג געבן פון מיר אז איך האב עפעס א "נעץ" ארויסצובאקמען פריוואטע אינפארמעישאן פון די מעמבערס...
איך בין מודה אז איך האב גענוצט די פורום פאר נישט ריכטיגע זאכן, און געשמועסט פריוואט נישט אויסגעהאלטענע זאכן, אבער דאס איז עס. איך האב נישט קיין אנונג וועגן וואספארא "נעץ" דו רעדסט וועגן, יא איך האב פרובירט צו פירן א שמועס און אנקומען דארט, אבער עס זענען געווען פלענטי ניקס וואס אדער האבן מיך פלעין איגנארירט, אדער מיך געזאגט אפען אז זיי ווילן נישט שמועסן פון די זאכן, און איך האב זיי טאקע אפגעלאזט, די מיט וועמען איך האב יא געשמועסט האבן געווענטליך מסכים געווען און זיי האבן עס אויך ענדזויט... ווי מ'זאגט it takes two to tangle...
נאכאמאל, האסט געהאט רעכט מיך אויסצושפארן אלס נישט פאלגן תקנות פון קאווע שטיבל, פיין, אבער מיך אזוי צו באשמיצן כאילו איך האב אימיצער בא'עוועל'ט, איז נישט געווען ריכטיג, איך האב קיינעם נישט בא'עוועלט, יא איך האב געוואלט שמועסן פון די זאכן, אבער נאר מיט דער וואס איז אויך געווען אינטערסירט!! איך האב נישט קיין שום "מהלך" צו צווינגען מענטשן ארויסצוגעבן פריוואטע אינפארמעישאן!!
יעצט דו קענסט מיך נאכאמאל אויסשאפרן פון מיין נייע ניק, און אדער קען איך נאכאמאל מאכן א דריטע ניק, אדער וועל איך מיך באגיין אן קאווע שטיבל..
מיט ווייטאג
Wow איז דאס אן אומבאלומפערטע קריפ. פון אזעלכע אומגעוואנטשענע געסט דארף מען שטיין ווייט. קריפס און מנובלים למיניהם, און אפילו ווען ס'מאכט זיך א שמועס און ביידע זענען מסכים דערצו ארבעטן אויף boundaries איז נאך אלס אן עיקר. נישט קומען מיט קיין אינוועסטיגעשנס און קאנפראנטאציעס נאך צוויי תגובות, ווי כאילו איינער קומט דיר עפעס... רעספעקטן א צווייטן'ס פערזענליכע ספעיס איז פון די ווייניגסטע - אויב בכלל - דיסקוטירטע נושאים אין אונזערע קרייזן...אנטשולדיגט מיר, ס'איז פרעך פון דיר נאך צו קומען דא מיט טענות. ועוד, די ביסט ליידער נישט דער איינציגסטע וואס האט דאס געטוהן.
אז די האסט א פראבלעם/אבסעשאן/אדיקשאן גיי צו ספעשאליסט וואס זאל דיר געבן טעראפי דערפאר. לאז אפ אונזערע מעמבערס!
אז די ווילסט אינטערטעינען דעם עולם ברבים אויף א וועג וואס איז אפראפרעיט, געזונטערהייט. אבער נוצן אונזער פלאטפארמע אריינצושלעפן אנדערע אין דיין חזיריי קען נישט טאלערירט ווערן בשום פנים ואופן.
נאכדעם וואס די ליינסט דעם מעסעדזש גיי איך דיר אויסשפארן.
וועל איך טאקע ליינען יענעם ארטיקל פון אבוטולמוס, שכח פארן לייגן.
אז מ'רעדט שוין יא, וואלט איך צוגעלייגט א באזונדערע נקודה וואס איך האלט מ'זאל מעגן אויסשפארן פאר דעם: די שנארער קאמפיינס אין אישי דארף זיך סטאפן, אפשר אין בית מדרש איז אפיעלס אן אקצעפטירטער זאך, אבער דא קומט מען צו שרייבן, ליינען און פארברענגען. אישי איז געמאכט פאר א שיחה, א פריוואטע קאמענט וואס אפשר איז אביסל צו בייסיג צו זאגן הויעך לאל, אז איינער וויל נישט אויפנעמען א גאנצע אשכול מיטן זיך אויסטענה'ן מיט א צווייטן איז אויך נישט קיין פראבלעם, אבער אישי איז נישט געמאכט צו לאקערן אדער צו ספעמען מיט שנארער לינקס, ס'אינטערסירט מיר גאנץ ווייניג וואס די צוועק איז. אריינמארשירן צו יענעם אין די פריוואטע "דא האסטו... געמיר געלט!" איז א גרויליגע זאך. דעס איז ווי איך זאל יעצט געבן א כאפ עני ניק און אים מזכה זיין מיט א לינק צו יוטוב אן קיין פארוואס און אן קיין פארווען.. העלא? א גוטן, ווער ביזטו? וואס ביזטו? איך האב עפעס מיט דיר?
...בפרט ווען איך האב מיט יענעם ניק אפשר גערעדט 2 מאל פריוואט אין מיין ק"ש היסטאריע. באג אף! איך זאג נישט ווער ס'איז, ווער ס'ווייסט ווער ס'איז, ווייסט און קום מיך נישט יעצט פרעגן פריוואט איך זאג נאר יענעם א הערה איך גיי דיר נישט געבן, איך האב נישט געגעבן, און גיי דיר קיינמאל נישט געבן איז אז דו קענסט זעהן מיך אראפצונעמען פון דיין ליסטע וואלט איך אפרישיעטעד. און אז די הנהלה קען שטיין אויף דעם וואלט איך אויך אפרישיעטעד.
Here’s how I think of my money – as soldiers – I send them out to war everyday. I want them to take prisoners and come home, so
.there’s more of them
Kevin O'Leary—
מיין אנאליז אויף Welcome to Eden
.there’s more of them
Kevin O'Leary—
מיין אנאליז אויף Welcome to Eden
- איך אויך
- חבר ותיק
- הודעות: 6336
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
- האט שוין געלייקט: 9138 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2910 מאל
א גוטן
מיין אישי קעסטל איז מיסטעריעז נעלם געווארן. איך האב קיינעם נישט געסקעמט אדער געטראלט און שוין נישט געשיקט קיין אישי פאר לפחות א שיינע פאר חדשים.
@מנהל וואס גייט פאר?

Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
-
- מנהל
- הודעות: 513
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 16, 2013 4:05 pm
- האט שוין געלייקט: 873 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1665 מאל
פראביר יעצטאיך אויך האט געשריבן:א גוטן