יא, און יא! באמת איז מיר נישט קיין גרויסע נפק"מ אויב דאס איז טאקע פשט אין רשב"ם, ווייל איך האלט בכל אופן אז דאס איז פשט אין פסוק. אבער איך מיין אז עס איז קלאר אז דאס מיינט אויך די רשב"ם ער איז דאך עס מדמה צו "שימני כחותם על לבך", און אין אבע"ז קענסטו זעהן קלאר אז די פשט מיינט צו זאגן אז בפשטות איז נישטא קיין מצוה אנצוטוהן באמת עפעס א חפץ. יתכן אז די רשב"ם האט געהאלטן אז תפילין איז הלל"מקאסא גראנדע האט געשריבן:דו גלייכסט צו וקשרתם לאות און לטוטפת צו והיום הדבר על לבביך? און דאס איז דען די פשוט אין רשב"ם? די רשב"ם זאגט אז וקשרתם און טוטפת וועלן מאכן געדענקן הדברים האלה לזיכרון תמיד כאילו כתוב על ידך! אדרבה די קענסט מיר מסביר זיין וויאזוי די פשט פון רשב"ם איז מער פשוט?סקעפטיקער האט געשריבן:והיו הדברים האלה על לבבך מיינט ביי דיר אויך כפשוטו? זייער פשט (און די פשט פון רשב"ם) שטימט סך שענער, זעה דאקאסא גראנדע האט געשריבן:סתם מעניין לעניין צו נאכן מחליט זיין אז תורת משה איז מן השמים אבער האבן ספיקות אין מסורת הדיטעילס פון אנשי כנסת הגדולה צו חז"ל אדער ראשונים וכו'. וואלט איינעם זיך געלייגט אויפן שכל אדער געגליסט צוריקצוגיין צום שומרון אדער קראים שיטה. לויט די לינקס דא. ווער דא קען זיי אפילו פארעענטפערן? נאכן זעהן וויאזוי זיי פארטייטשן איז אונזער חז"ל אזוי זיס און שטימט אזוי גוט.
https://www.israelite-samaritans.com/re ... /#tefillin
ווייס איך נישט וואס איז דיר שווער אין די ווידיאקאסא גראנדע האט געשריבן:https://youtu.be/dFeJXcsDVdc
ווייטער די אלע כיתות אין יהדות זענען זייער א אינטרעסאנטע סאבזשעקט און די פלאץ איז נישטא אבער איך האב זיך נישט געקענט איינהאלטן
ענטפערס אין אמונה
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1202
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 19, 2022 2:57 pm
- האט שוין געלייקט: 4853 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1695 מאל
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3266
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
- געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
- האט שוין געלייקט: 3320 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל
קוק איבער נאכאמאל די פסוקים... עס שטייט נישט עד היום הזה, ער דערמאנט נישט קיין ווארט וועגן די עתיד בכלל, ניטאמאל ברמז. איך זע נישט וויאזוי דו ביסט קאנווינסט אז משה איז געווען קאנווינסט אז דאס וועט נישט פאסירן נאכאמאל, ער זאגט עס זיכער נישט. ער זאגט יא אז ס'איז עפעס אויסערארנטליך וואס האט זיך נאכנישט געמאכט 'ביז היינט' אבער דעטס אלל.הקטן האט געשריבן:אפילה זאלסט דאס ליטערלי טיישען נאר אויפן עבר, און ווען משה זאגט, עד היום הזה, רעדט ער נאר לדורו - איז אבער קלאר דאס משה איז קאנווינסט דאס וועט מער נישט זייןקאסא גראנדע האט געשריבן: לגבי וואס עס שטייט אין פסוק צו די טייטשסט עס בלשון עבר צו עתיד איז נישט קיין נ"מ די אנדערע קשיות זענען די עיקר פון די דעבאטע
ס'איז זיכער נישט דאס משה פארציילט סתם א פאקט אז ס'איז קיינאמאל נישט געווען - ס'איז זייער קלאר דאס ער ניצט דאס אלץ א באווייז דאס ס'איז אט-אף-די-ארדינערי
אויב באווייזט דאס איינער יארן שפעטער ציווארפט דאס זיין באווייז פין די עבר פינקט אזוי. קענסט זאגן דאס משה האט נאר געקערט לדורו, אבער דאס שטימט פשוט נישט
בנוגע די קינצען וואס משה מיט זיינע חברה האבן אלץ געקענט, לייג צו מאכן פאלען מן פין הימעל
בנוגע דאס וואס דו זאגסט וועגן די מן... פארשטייט זיך אז דו וואס לייקענען אין די תורה וועלן נישט אננעמען אז אלעס וואס שטייט איז טאקע געשען. זיי וועלן זאגן אז אזוי ווי יעדע מעשה איז דא געוויסע פרטים און חלקים וואס זענען אמת, און געוויסע זענען צוגעלייגט, און מיט די יארן זענען די פרטים און דעטאלן געווארן מער פאנטאסטיש און האר אויפשטעלנד אזוי אז ביי די צייט וואס מען האט עס אפגעשריבן איז שוין געווען א באמבאסטישע רעדי מעשה. זיי וועלן זאגן אז ס'קען זיין אז ביינאכט האבן משה מיט זיינע שלוחים פארפרייט ברויטן, (און ס'טאקע נישט געשען פאר 40 יאר יעדע נאכט...) אדער קען זיין אז די גאנצע מעשה איז ארויסגעזויגן פון פינגער.
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד
I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-
אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-
אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3266
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
- געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
- האט שוין געלייקט: 3320 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל
ווי געשריבן, מען קען דאס נישט טון אויב איז נישט דא פון פריער אזא לאגענדע אריינגעבאקן אין די פאלקס געשיכטעלעך פון די פאלק אדער שבט. נאר אויב איז שוין דא אזא מעשה'לע קען מען ווייטער רייטן דערויף. מען קען נעמען די מעשה און שטארק רעדן פון דעם, מאכן פון דעם א עיקר, זיכער מאכן אז יעדער אן קיין אויסנאם גלייבט דערין, און ווער נישט ווערט באשטראפט... ביז עס ווערט א חלק און יסוד פונעם רעליגיע. מען קען נישט קומען פון איין מינוט אויפן צווייטן און פארציילן א מעשה וועגן 'ענקערע זיידעס' און פארלאנגען אז דער עולם זאל עס גלייך אפקויפן, עס גייט נישט אזוי. א כריזמאטישע פירער קען אפשר אפשרייבן אזא מעשה און אנפאנגען אזא לעגענדע אזוי אז און הונדרעטע יארן ארום ווען די מעשה איז שוין גוט אריינגעבאקן אין די געזעלשאפט און א חלק ניכר גלייבן שוין די מעשה אלץ א פאקט, וועט א צווייטער קענען ווידער רייטן דערויף, אבער כמובן אז ער האט נישט קיין סיבה צו טון אזאנס... אין אדם חוטא ולא לא. ביי אידישקייט איז שוין פונקט געווען אזא מעשה'לע אינעם סיסטעם...הקטן האט געשריבן:פארוואס אנדער האבן דאס נישט געטון?שמן למאור האט געשריבן: 1) פארוואס אנדערע האבן עס נישט געטון
אויף די ערשטע קשיא האב איך דיר שוין געענטפערט אז זיי טוען עס נישט ווייל עס פעלט נישט אויס, ס'מאכט סתם שווער צו ערפינדן די רעליגיע און מענטשן האבן די מיליאנען פון נאכפאלגערס אן דעם אויך. נאר אויב די לעגענדע'לעך זענען שוין אריינגעגעסן אין די קולטור קען מען עס צופיצן און אריינפאקן אין די מעשה.
כאטש זיי האבן זיך געמיטשעט און נישט געהאט קיין מיליאנען נאכפאלגערס, און אסאך דיסטרעקטערס, פון אנפאנג, און זענען און קיין פאל נישט געווען פארזיכערט מיט קיין סוקסעס
אויך האט זיי שוין משה רבינו אויסגעזאגט זיין סיקרעט-אינגרידיען איז די קלעם פין "אתם ראיתם"
דאך קענסטו זאגן פשוט, זיי האבן דאס נישט געטון - ווייל זיי האבן זעלסט האבן נישט געוויסט וואו אזוי דאס צו טון.
דאס זאגט בכלל נישט אז מען קען דאס נישט טון
וואס איז אבער יא אינטערעסאנט פין תורת משה נאך וואס ס'איז אים שוין געלאנגען טא-פאל-איט-אף און די סטאנט איז ב"ה געלאנגען,
לייגט ער צו די געוואגטע challenge צי אנדערע און זאגט קלאר דאס איז מיין differentiator
וואס זיכט ער זיך צרות?!? אפשר האט ער נישט געטראכט
נאך א פוינט, איינמאל אידישקייט האט שוין געמאכט א שטיקל בראטל דערפון און ספר דברים, און משה (אדער סיי ווער... אתפשטותא דמשה בכל דרא ודרא...) האט דאס אפגעשריבן אלס א פאקטאר צו בויען די אידישע רעליגיע, וויסנדיג אז ביז דעמאלס איז נאכנישט פארגעקומען אזא ערשיינונג ביי אנדערע קולטורן, איז עס שוין יעצט פילפאכיג שווערער פאר אזא לאגענדע זיך אנצופאנגען און פארפרייטן ביי אנדערע רעליגיעס, ווייל די אידן וועלן זיך גלייך ארויפכאפן דערויף און פאקן דעם כריזמאטישן פירער ביי די מעשה... ווארום זיי פראבירן אונז נאכצומאכן... זיי קענען דיטעקטן ווער עס וויל אנקומען דאס נאכצומאכן...
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד
I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-
אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-
אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3315
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 15, 2012 7:30 pm
- האט שוין געלייקט: 2006 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1413 מאל
שמן למאור האט געשריבן: קוק איבער נאכאמאל די פסוקים... עס שטייט נישט עד היום הזה, ער דערמאנט נישט קיין ווארט וועגן די עתיד בכלל, ניטאמאל ברמז. איך זע נישט וויאזוי דו ביסט קאנווינסט אז משה איז געווען קאנווינסט אז דאס וועט נישט פאסירן נאכאמאל, ער זאגט עס זיכער נישט. ער זאגט יא אז ס'איז עפעס אויסערארנטליך וואס האט זיך נאכנישט געמאכט 'ביז היינט' אבער דעטס אלל.
כִּי שְׁאַל-נָא לְיָמִים רִאשֹׁנִים אֲשֶׁר-הָיוּ לְפָנֶיךָ צו וועם רעדט ער נאר צו זיין דור אדער צי מיר און דיר, די אידן פין כִּי תוֹלִיד בָּנִים וּבְנֵי בָנִים... וְהֵפִיץ יְהוָה אֶתְכֶם בָּעַמִּים וְנִשְׁאַרְתֶּם מְתֵי מִסְפָּר בַּגּוֹיִם אֲשֶׁר יְנַהֵג יְהוָה אֶתְכֶם שָׁמָּה... בַּצַּר לְךָ וּמְצָאוּךָכֹּל הַדְּבָרִים הָאֵלֶּה בְּאַחֲרִית הַיָּמִים צו וועם רעדט ער???
לְהוֹרִישׁ גּוֹיִם גְּדֹלִים וַעֲצֻמִים מִמְּךָ מִפָּנֶיךָ לַהֲבִיאֲךָ לָתֶת לְךָ אֶת אַרְצָם נַחֲלָה כַּיּוֹם הַזֶּה ועיין רש"י וגם לפי הרשב"ם לְהוֹרִישׁ גּוֹיִם גְּדֹלִים איז פרישע כמו שכבר התחלתם לירש את ארץ סיחון ועוג - ואכמ"ל
אין יעדען פאל ביסטו מודה ער זאגט יא אז ס'איז עפעס אויסערארנטליך, און ניצט דאס אלץ זיין ארגיאמעט, דאס ס'איז אמת
איז אויב ווערט דאס נאכגעמאכט ווערט נישט זיין תורה פלסתר?
יא אר מיסינג די פוינטשמן למאור האט געשריבן: נאך א פוינט, איינמאל אידישקייט האט שוין געמאכט א שטיקל בראטל דערפון און ספר דברים, און משה האט דאס אפגעשריבן אלס א פאקטאר צו בויען די אידישע רעליגיע, וויסנדיג אז ביז דעמאלס איז נאכנישט פארגעקומען אזא ערשיינונג ביי אנדערע קולטורן, איז עס שוין יעצט פילפאכיג שווערער פאר אזא לאגענדע זיך אנצופאנגען און פארפרייטן ביי אנדערע רעליגיעס, ווייל די אידן וועלן זיך גלייך ארויפכאפן דערויף און פאקן דעם כריזמאטישן פירער ביי די מעשה... ווארום זיי פראבירן אונז נאכצומאכן... זיי קענען דיטעקטן ווער עס וויל אנקומען דאס נאכצומאכן...
אויב משה האט דאס געשריבן פאר מיר און דיר און נישט נאר פאר זיי דור (דאס זעט מען קלאר פין די פסיקים) פון וואו האט ער גענימען די קאראש צי זיין זיכער דאס וועט נישט געשען?!?
אפשר מיינסטו צי זאגן משה האט דאס אריינגעשטעלט אזוי וועט זיכער קיינער נישט טרייען דאס נאך צו מאכן
ווייל זיינע אידן וואס ער זאגט פאר זיי וועלן דינען עץ ואבן וועלן זיכער נישט לאזען און וועלן האלטן א וואך אויג
אדער אויב ס'וועט יא געשען וועלן זיי זיכער אים פארענעפרן מיט עפעס אן פאלטשעטיק מהלך - אבער פארוואס זיך זיכען צרות
פין די אנדערע זייט מאכט דאס זיכער אן א רייטץ ביי אנדערע וואס ווילן אריינקימען אין די ביזנעס דאס טאקע יא נאכמאכן
זיין בעסטע אפשען וואלט געווען דאס נישט אליין צי שרייבן, און מאכן דערפין א ליטמיס טעסט, און לאזען זיינע אידן דאס אליין ניצען פין שמות
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 3 אום הקטן, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
I want atheism to be true and am made uneasy by the fact that some of the most intelligent and well-informed people I know are religious believers
Thomas Nagel
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3266
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
- געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
- האט שוין געלייקט: 3320 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל
בפשטות רעדט ער צו 'יענע דור', ער זאגט זיי יעצט מוסר אז אויב זיי גייען זינדיגן וועלן זיי בלייבן מתי מספר צווישן די גוים, און ער זאגט 'זיי' שאל נא וכ' אז 'ביז היינט' איז נאכנישט געווען נאך א פאלק וואס קליעמט א מתן תורה. ער רעדט צו זיי און ער פארציילט וועגן וואס עס גייט פאסירן באחרית הימים. (זאכן וואס מען דארף נישט זיין קיין חכם צו פארשטיין אז דאס געשעט ממילא צו יעדע פאלק). איך זע ווי דו ווילסט לערנען אנדערש, אבער מען קען אויך לערנען אז ער זאגט עס נאר פאר יענע דור, אזוי אז אויב זאל זיך יא מאכן אז א צווייטער באווייזט דאס נאכצומאכן וועט מען אזוי לערנען פשט.הקטן האט געשריבן:שמן למאור האט געשריבן: קוק איבער נאכאמאל די פסוקים... עס שטייט נישט עד היום הזה, ער דערמאנט נישט קיין ווארט וועגן די עתיד בכלל, ניטאמאל ברמז. איך זע נישט וויאזוי דו ביסט קאנווינסט אז משה איז געווען קאנווינסט אז דאס וועט נישט פאסירן נאכאמאל, ער זאגט עס זיכער נישט. ער זאגט יא אז ס'איז עפעס אויסערארנטליך וואס האט זיך נאכנישט געמאכט 'ביז היינט' אבער דעטס אלל.
כִּי שְׁאַל-נָא לְיָמִים רִאשֹׁנִים אֲשֶׁר-הָיוּ לְפָנֶיךָ צו וועם רעדט ער נאר צו זיין דור אדער צי מיר און דיר, די אידן פין וְהֵפִיץ יְהוָה אֶתְכֶם בָּעַמִּים וְנִשְׁאַרְתֶּם מְתֵי מִסְפָּר בַּגּוֹיִם אֲשֶׁר יְנַהֵג יְהוָה אֶתְכֶם שָׁמָּה???
אין יעדען פאל ביסטו מודה ער זאגט יא אז ס'איז עפעס אויסערארנטליך, און ניצט דאס אלץ זיין ארגיאמעט, איז אויב ווערט דאס נאכגעמאכט ווערט נישט זיין תורה פלסתר?
יא אר מיסינג די פוינטשמן למאור האט געשריבן: נאך א פוינט, איינמאל אידישקייט האט שוין געמאכט א שטיקל בראטל דערפון און ספר דברים, און משה האט דאס אפגעשריבן אלס א פאקטאר צו בויען די אידישע רעליגיע, וויסנדיג אז ביז דעמאלס איז נאכנישט פארגעקומען אזא ערשיינונג ביי אנדערע קולטורן, איז עס שוין יעצט פילפאכיג שווערער פאר אזא לאגענדע זיך אנצופאנגען און פארפרייטן ביי אנדערע רעליגיעס, ווייל די אידן וועלן זיך גלייך ארויפכאפן דערויף און פאקן דעם כריזמאטישן פירער ביי די מעשה... ווארום זיי פראבירן אונז נאכצומאכן... זיי קענען דיטעקטן ווער עס וויל אנקומען דאס נאכצומאכן...
אויב משה האט דאס געשריבן פאר מיר און דיר און נישט נאר פאר זיי דור (דאס זעט מען קלאר פין די פסיקים) פון וואו האט ער גענימען די קאראש צי זיין זיכער דאס וועט נישט געשען?!?
אפשר מיינסטו צי זאגן משה האט דאס אריינגעשטעלט אזוי וועט זיכער קיינער נישט טרייען דאס נאך צו מאכן
ווייל זיינע אידן וואס ער זאגט פאר זיי וועלן דינען עץ ואבן וועלן זיכער נישט לאזען און וועלן האלטן א וואך אויג
אדער אויב ס'וועט יא געשען וועלן זיי זיכער אים פארענעפרן מיט עפעס אן פאלטשעטיק מהלך - אבער פארוואס זיך זיכען צרות
פין די אנדערע זייט מאכט דאס זיכער אן א רייטץ ביי אנדערע וואס ווילן אריינקימען אין די ביזנעס דאס טאקע יא נאכמאכן
זיין בעסטע אפשען וואלט געווען דאס נישט אליין צי שרייבן, און מאכן דערפין א ליטמיס טעסט, און לאזען זיינע אידן דאס אליין ניצען פין שמות
פון די פסוק הַעִידֹתִי בָכֶם הַיּוֹם אֶת-הַשָּׁמַיִם וְאֶת-הָאָרֶץ, כִּי-אָבֹד תֹּאבֵדוּן מַהֵר, מֵעַל הָאָרֶץ, אֲשֶׁר אַתֶּם עֹבְרִים אֶת-הַיַּרְדֵּן שָׁמָּה לְרִשְׁתָּהּ: זעט מען אז ער רעדט צו די אידן נאך איידער זיי זענען אריבער דעם ירדן (אדער האט דער שרייבער שוין זייענדיג אין ארץ ישראל יארן שפעטער 'אנדעקט' א ספר וואס איז נאך געשריבן פון דעמאלטס... און ער האט אויסגעשטעלט די לשון הכתיבה אויף אזא אופן) בכל אופן רעדט ער צו די אידן פון יענע דור און ער זאגט זיי עתידות, און שפעטער ווען ער רעדט פון הר סיני רעדט ער 'ביז זייער צייט'.
טאקע וועגן דעם ווערט שווער דעם פסוק , לְהוֹרִישׁ גּוֹיִם גְּדֹלִים וַעֲצֻמִים מִמְּךָ--מִפָּנֶיךָ; לַהֲבִיאֲךָ, לָתֶת-לְךָ אֶת-אַרְצָם נַחֲלָה--כַּיּוֹם הַזֶּה ווייל לכאורה ווי מען זעט אויבן האלט מען דא נאך פארן איינעמען ארץ ישראל, איז וואס זאגט די פסוק אז די באשעפער וועט אונז געבן ארץ ישראל 'כהיום הזה'? האט זיך די שרייבער (פון די אנדעקטע ספר וואס שרייבט עס איצטער שוין זייענדיג אין ארץ ישראל) פאררעדט? וועגן דעם לערנען די מפרשים אז עס גייט ארויף אויף די כיבוש פון סיחון ועוג... וואס דאס איז שוין יא פארגעקומען...
אלענפאלס, דער 'שאל נא' רעדט לכאורה נישט פון קיין צוזאג אז עס וועט קיינמאל נישט פאסירן בעתיד קיין צווייטע מתן תורה אדער גילוי אלוקית... ואגב, אויב יא, דאן כדבריך, איז שוין די תורה נעשית פלסתר ועיין כאן.
ער האט אויך פארשטאנען אז אזא פאנאמענאן מאכט זיך נישט יעדן טאג, און מען דארף נאך האבן דעם מזל אז די מעשה איז שוין אינעם סיסטעם -א זאך וואס ער האט געוויסט אז ביז דאן איז עס נאכנישט געשען... האט ער דאס ארויסגעברענגט און ארויסגעהויבן... אויב זאל זיך איבער די יארן מאכן אז איינער וועט עס נאכמאכן, וועלן שוין די מאמינים דרייען און פארענטפערן אזוי ווי זיי טוען אויף אלע קשיות... איך זע נישט מה כל הרעש...
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 2 אום שמן למאור, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד
I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-
אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-
אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 259
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 27, 2023 11:03 pm
- האט שוין געלייקט: 194 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 307 מאל
הרב אורי זוהר ז"ל האט געזאגט אז די זאך וואס האט עם די מערסטע אויפגעשאקלט און געמאכט טראכטען אז תורה מן השמים, איז ווען ער האט אריינגעטראכט אין כמה דיני התורה און געזעהן די פילע דקותדיגע דינים דערין, האט ער געטראכט וועלכע ילוד אשה וואס האט געוואלט שאפן א רעליגיע, וואלט געהאט א אינטערעסע צו מאכן א חילוק אז שבת אויב נייעט מען שתי תכופות איז מען חייב און ביי איינס נישט, און אזוי ווייטער נעם יעדע עשה אדער לא תעשה און קוק אין רמב"ם אדער סיי ווי, די פילע חילוקי דינים אין יעדע זאך, דיני איסור והיתר, דיני שינוי מקום ביי ברכות הנהנין, וכו' ווי פאלט ביי פאר א מענטש אזוינע מאדנע זאכן אין א רעליגיע, וואס וועט אים עס ברענגען כבוד אדער געלט??
אגב אני הקטן גלייך זייער שטארק לימוד העיון, און ווען ס'קומען די הרהורים פון דעם אשכול, לייג איך מיר אריין אין א סוגיא אין נשים אדער נזיקין, און ווען איינער אקערט דורך א סוגיא אהן איבערלאזן א שטיינדל אומאיבערגעקערט און ער נעמט עס צאם נאכדעם, ווער רעדט נאך אז ער קלארט עס אויס בכתב, איז נישט מעגליך נאכדעם צו לייקענען תורה מן השמים, מיינע ברודער איך בין ליידער נישט די גרעסטע יר"ש,, אבער די תורה איז עמוק עמוק מי ימצאנו, ס'נישט שייך בעולם די זאכן זאלן זיין מיוסד אויף מענטשליכע טראכטונגען,,
אגב אני הקטן גלייך זייער שטארק לימוד העיון, און ווען ס'קומען די הרהורים פון דעם אשכול, לייג איך מיר אריין אין א סוגיא אין נשים אדער נזיקין, און ווען איינער אקערט דורך א סוגיא אהן איבערלאזן א שטיינדל אומאיבערגעקערט און ער נעמט עס צאם נאכדעם, ווער רעדט נאך אז ער קלארט עס אויס בכתב, איז נישט מעגליך נאכדעם צו לייקענען תורה מן השמים, מיינע ברודער איך בין ליידער נישט די גרעסטע יר"ש,, אבער די תורה איז עמוק עמוק מי ימצאנו, ס'נישט שייך בעולם די זאכן זאלן זיין מיוסד אויף מענטשליכע טראכטונגען,,
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3266
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
- געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
- האט שוין געלייקט: 3320 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל
אי משום הא דארף מען בלויז קוקן אין די ספרים פון אנדערע רעליגיעס און זען אז ביי זיי איז פונקט אזוי דא חכמות מיט געוואלדיגע טיפע שרייבווערק וואס איז אויך עמוק עמוק. אלע רעליגיעס האבן געהאט דורכאויס די יארן געוואלדיגע קעפ און טיפזיניגע דענקערס וואס האבן איבערגעלאזט נאך זיך א טיץ פון טיפזיניגע חיבורים. דא האט איר א בילד פון די בודאהיסטישע ש"ס, כ'בין נייגעריג אויב דו וואלסט געמאכט א שיעור עיון דערין, צו וואלסטו אפשר אויך צוגעקומען אז עס מוז זיין מן השמים.צומישט און צוחישט האט געשריבן:הרב אורי זוהר ז"ל האט געזאגט אז די זאך וואס האט עם די מערסטע אויפגעשאקלט און געמאכט טראכטען אז תורה מן השמים, איז ווען ער האט אריינגעטראכט אין כמה דיני התורה און געזעהן די פילע דקותדיגע דינים דערין, האט ער געטראכט וועלכע ילוד אשה וואס האט געוואלט שאפן א רעליגיע, וואלט געהאט א אינטערעסע צו מאכן א חילוק אז שבת אויב נייעט מען שתי תכופות איז מען חייב און ביי איינס נישט, און אזוי ווייטער נעם יעדע עשה אדער לא תעשה און קוק אין רמב"ם אדער סיי ווי, די פילע חילוקי דינים אין יעדע זאך, דיני איסור והיתר, דיני שינוי מקום ביי ברכות הנהנין, וכו' ווי פאלט ביי פאר א מענטש אזוינע מאדנע זאכן אין א רעליגיע, וואס וועט אים עס ברענגען כבוד אדער געלט??
אגב אני הקטן גלייך זייער שטארק לימוד העיון, און ווען ס'קומען די הרהורים פון דעם אשכול, לייג איך מיר אריין אין א סוגיא אין נשים אדער נזיקין, און ווען איינער אקערט דורך א סוגיא אהן איבערלאזן א שטיינדל אומאיבערגעקערט און ער נעמט עס צאם נאכדעם, ווער רעדט נאך אז ער קלארט עס אויס בכתב, איז נישט מעגליך נאכדעם צו לייקענען תורה מן השמים, מיינע ברודער איך בין ליידער נישט די גרעסטע יר"ש,, אבער די תורה איז עמוק עמוק מי ימצאנו, ס'נישט שייך בעולם די זאכן זאלן זיין מיוסד אויף מענטשליכע טראכטונגען,,
נאך א זאך וואס איז כדי צו אריינצוקלערן דערין. די פסוקי התורה זענען נישט עפעס ספעציעל טיף, אזוי אויך די משניות זענען אויך נישט זייער טיף, ווי עס הייבט אן צו ווערן קאמפלעצירט איז ווען די אמוראים הייבן אן צו פרעגן קשיות מיט סתירות און מען מוז איינזעצן פשטים און פשט'לעך עס צו פארענטפערן, און דאן קומט תוספות מיט די מפורשים און פרעגן ווייטער וכ' וכ' וואס דארט איז ווי עס ווערט טיף. אבער דאס איז שוין ווייטער די טראכטונגען פון מענטשן. (פיין... קענסט זאגן אז כל מה שתלמוד עתיד לחדש... וכ' אבער דא זענען מיר דן צו פון די טיפקייט פון די ווערטער אליין מוז זיין אז עס קומט פון הימל... און אויף דעם זעט מען קלאר אז ס'איז די תוצאה פון גוטע קעפ וואס האבן געקענט גוט דרייען, שוין אפגערעדט פון די שפעטערדיגע טיפע אחרונים) און מיט דעם אלעם בלייבט אויף יעדע בלאט גמרא צענדליגע זאכן וואס מען מוז ווארטן אז תושבי זאל פארענטפערן...
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום שמן למאור, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד
I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-
אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-
אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3266
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
- געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
- האט שוין געלייקט: 3320 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל
א גרויס חלק דערפון איז יא דינים, אזוי פיל ווי א דריטל. אבער נישט וועגן דעם האב איך דא אהערגעברענגט די בודהא סקריפטן. איך האב עס אהערגעשטעלט צו טשעלענדזשן די צווייטע חלק פון וואס @צעמישט און צעחישט האט געברענגט, אז היות עפעס איז אזוי טיף מוז עס זייט געטליך, אויף דעם האב איך אנגעוויזן אז ס'איז דא אסאך טיפע שרייבווערק ביי די גוים אויך.מתבודד האט געשריבן:די בודהיסטן האבן דען אזויפיל חילוקי דינים בפרטי פרטים ווי אונז? אדער איז דאס רוב פונעם ש"ס 'אגדתא' מיט סיפורי מעשיות?
(כ'פרעג ווייל כ'ווייס נישט)
אויף די ערשטע חלק אז ס'איז דא אזוי פיל דינים, פארשטיי איך בכלל נישט פארוואס דאס דארף צו צייגן אז ס'איז געטליך. אויב עפעס ווייזט עס אז דער גרינדער פון די רעליגיע איז געווען א גרויסע קאנטראל פריק, וואס האט געזיכט צו קאנטראלירן יעדע אספעקט פון זיינע נאכפאלגערס לעבן.
אז מהר"א וועט זען אז א פיצא סטאר אין זיין שטאט זאל זיין פארמאכט, און אז די פרויען מוזן זיך שערן די האר, און זיי טארן נישט דרייוון, און מוזן גיין שפיצלעך, און מען טאר נישט פארן קיין בייקס וכ' וכ' איז דאס א סימן אז זיין ווערסיע פון אידישקייט איז מער געטליך ווי די ווערסיע וואס מען האט אין פלעטבוש ווי מען מעג יא טון די אלע זאכן? פארוואס צייגט מער דינים אויף מער געטליך? אויב עפעס ווייזט עס אויף איינער וואס זיכט קאנטראל.
פארשטייט זיך אבער אז ממש א געוואלד פון זאכן איז שפעטערדיגע צוגעלייגטע זאכן פון די רבנן און קומט נישט דורעקט מסיני. נעם פאר א משל גאנץ הלכות תפילה מיט אלע אירע פיטשיווקעס, וויפיל פרטים און חילוקי דינים איז דא אין איר? סימנים אויף סימנים אין שו"ע זענען ביזי מיט אלע אספעקטן פון תפילה ווען מדאורייתא איז מען יוצא מיטן זאגן טענק יו האשעם און פארטיג. די גאנצע שמו"ע איז א אויסטרעף פון ערשט בערך 1,000 יאר נאך מעמד הר סיני אין די צייטן פון די אנשי כנסת הגדולה, זיי האבן געמאכט די גאנצע לשון פון סקרעטש! פאר הונדרעטע יארן האט גאנץ כלל ישראל נישט געדאוונט קיין שמו"ע!
אין דעם כלל גייט אויך אריין קריאת התורה, ברכות, נטילת ידים, מוקצה, ועוד הרבה, אזוי אז ווען מען קוקט גוט אריין דערין זעט מען אז רוב פון די אלע חילוקי דינים זענען יא מעשי ידי אדם. און אפילו דארטן ווי די עיקר דין איז יא א דאורייתא זענען געווענליך די פרטי הדינים און סייגים -די צוגעלייגטע זאכן פון די רבנן, דאס וואס מאכט עס קאמפלעצירט.
פון דעם אליין אז מקרא מגילה אדער נר חנוכה און אנדערע מצוות דרבנן האבן אזוי פיל פרטי דינים, און אויף דעם ווייסן מיר קלאר אז ס'איז געמאכט דורך מענטשן, פון דעם זעט מען דאך קלאר אז מענטשן קענען אויסטרעפן קאמפלעצירטע דינים און הלכות פון סקרעטש...
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד
I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-
אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-
אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 259
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 27, 2023 11:03 pm
- האט שוין געלייקט: 194 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 307 מאל
איך האב געשריבן צוויי נקודות, אויף די ערשטע חלק וואס כ'האב ארויסגעברענגט אז וועלכע מענטש האט געהאט א אינטערעסע אז ווען מ'קאכט א זאך שבת, אדער ווען מ'קאכט א איסור מיט א היתר, זאל ביי א כלי ראשון יא זיין א פראבלעם און ביי א כלי שני נישט,אדער די דין פון שומע כעונה, וכדומה ואטו כי רוכל ניזל ונחשוב, און איך רעד נישט פון א דין אליינס אויף דעם ברענגסטו זייער גוט די משל פון מהר"א, נאר איך רעד פון די פרטים אין די דין כנ"ל, נעם יעדע פון די זאכן וואס איז דא אויף יעדע פון זיי אזויפיל חילוקי דינים און שו"ת ספרים, איז שייך צו זאגן אז די אלע זאכן האט א מענטש געהאט א מבצע צו פאברעצירן? אויף דעם זעה איך נישט וואס דו האסט מיר געענפערט,שמן למאור האט געשריבן:אי משום הא דארף מען בלויז קוקן אין די ספרים פון אנדערע רעליגיעס און זען אז ביי זיי איז פונקט אזוי דא חכמות מיט געוואלדיגע טיפע שרייבווערק וואס איז אויך עמוק עמוק. אלע רעליגיעס האבן געהאט דורכאויס די יארן געוואלדיגע קעפ און טיפזיניגע דענקערס וואס האבן איבערגעלאזט נאך זיך א טיץ פון טיפזיניגע חיבורים. דא האט איר א בילד פון די בודאהיסטישע ש"ס, כ'בין נייגעריג אויב דו וואלסט געמאכט א שיעור עיון דערין, צו וואלסטו אפשר אויך צוגעקומען אז עס מוז זיין מן השמים.צומישט און צוחישט האט געשריבן:הרב אורי זוהר ז"ל האט געזאגט אז די זאך וואס האט עם די מערסטע אויפגעשאקלט און געמאכט טראכטען אז תורה מן השמים, איז ווען ער האט אריינגעטראכט אין כמה דיני התורה און געזעהן די פילע דקותדיגע דינים דערין, האט ער געטראכט וועלכע ילוד אשה וואס האט געוואלט שאפן א רעליגיע, וואלט געהאט א אינטערעסע צו מאכן א חילוק אז שבת אויב נייעט מען שתי תכופות איז מען חייב און ביי איינס נישט, און אזוי ווייטער נעם יעדע עשה אדער לא תעשה און קוק אין רמב"ם אדער סיי ווי, די פילע חילוקי דינים אין יעדע זאך, דיני איסור והיתר, דיני שינוי מקום ביי ברכות הנהנין, וכו' ווי פאלט ביי פאר א מענטש אזוינע מאדנע זאכן אין א רעליגיע, וואס וועט אים עס ברענגען כבוד אדער געלט??
אגב אני הקטן גלייך זייער שטארק לימוד העיון, און ווען ס'קומען די הרהורים פון דעם אשכול, לייג איך מיר אריין אין א סוגיא אין נשים אדער נזיקין, און ווען איינער אקערט דורך א סוגיא אהן איבערלאזן א שטיינדל אומאיבערגעקערט און ער נעמט עס צאם נאכדעם, ווער רעדט נאך אז ער קלארט עס אויס בכתב, איז נישט מעגליך נאכדעם צו לייקענען תורה מן השמים, מיינע ברודער איך בין ליידער נישט די גרעסטע יר"ש,, אבער די תורה איז עמוק עמוק מי ימצאנו, ס'נישט שייך בעולם די זאכן זאלן זיין מיוסד אויף מענטשליכע טראכטונגען,,
נאך א זאך וואס איז כדי צו אריינצוקלערן דערין. די פסוקי התורה זענען נישט עפעס ספעציעל טיף, אזוי אויך די משניות זענען אויך נישט זייער טיף, ווי עס הייבט אן צו ווערן קאמפלעצירט איז ווען די אמוראים הייבן אן צו פרעגן קשיות מיט סתירות און מען מוז איינזעצן פשטים און פשט'לעך עס צו פארענטפערן, און דאן קומט תוספות מיט די מפורשים און פרעגן ווייטער וכ' וכ' וואס דארט איז ווי עס ווערט טיף. אבער דאס איז שוין ווייטער די טראכטונגען פון מענטשן. (פיין... קענסט זאגן אז כל מה שתלמוד עתיד לחדש... וכ' אבער דא זענען מיר דן צו פון די טיפקייט פון די ווערטער אליין מוז זיין אז עס קומט פון הימל... און אויף דעם זעט מען קלאר אז ס'איז די תוצאה פון גוטע קעפ וואס האבן געקענט גוט דרייען, שוין אפגערעדט פון די שפעטערדיגע טיפע אחרונים) און מיט דעם אלעם בלייבט אויף יעדע בלאט גמרא צענדליגע זאכן וואס מען מוז ווארטן אז תושבי זאל פארענטפערן...
און לגבי די חלק פון טיפקייט, איך רעד נישט פון טיפקייט אין אידאלאגיע אדער גלויבונג, נאר פון טיפקייט אין דיני תורה, און מיין ראי' איז טאקע פון די משניות (וואס איז אגב יא טיף,כ'קען דיר פארהערן מס'כלאים, מקוואות,קנים,וכו' ?) און פון תלמוד בבלי, און אויף דעם די ראשונים, ווען מ'לערנט זייערע ווערטער זעהט מען אז די זאכן קענען נישט זיין געבויעט אויף לופט, דעיס איז מער געפיל ווי ראי' און א געפיל קען איך נישט אזוי גוט מסביר זיין, אבער איינער וואס האט שוין געלערנט אפאר בלאט גמ' תוס' בעיון שפירט אז דא ליגט עפעס העכערס,(כ'געדענק אז דער חזו"א אין די אגרות לייגט גוט אראפ די געפיל, כ'האב עס נישט ביי מיר יעצט מעתיק צו זיין,,) און איך מיין אז דו וועסט אפציילן אין אוצר החכמה וויפיל ספרים ס'דא נאר אויף ביאורים אין ש"ס און הלכה, -נישט חסידות אדער קבלה ,אמונה, וכדומה-וועסטו נישט טרעפן נאך א אומה ולשון וואס האט עס בכמות ובאיכות.
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 533
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 29, 2022 10:46 pm
- האט שוין געלייקט: 946 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1074 מאל
מיר האט די מערסטע אויפגעשאקעלט וועלכע גאט וואס האט געוואלט שאפן א רעליגיע, וואלט געהאט א אינטערעסע צו מאכן א חילוק אז שבת אויב נייעט מען שתי תכופות איז מען חייב און ביי איינס נישט? אדער ווי פאלט ביי פאר א גאט אזוינע מאדנע זאכן אין א רעליגיע?צומישט און צוחישט האט געשריבן:הרב אורי זוהר ז"ל האט געזאגט אז די זאך וואס האט עם די מערסטע אויפגעשאקלט און געמאכט טראכטען אז תורה מן השמים, איז ווען ער האט אריינגעטראכט אין כמה דיני התורה און געזעהן די פילע דקותדיגע דינים דערין, האט ער געטראכט וועלכע ילוד אשה וואס האט געוואלט שאפן א רעליגיע, וואלט געהאט א אינטערעסע צו מאכן א חילוק אז שבת אויב נייעט מען שתי תכופות איז מען חייב און ביי איינס נישט, און אזוי ווייטער נעם יעדע עשה אדער לא תעשה און קוק אין רמב"ם אדער סיי ווי, די פילע חילוקי דינים אין יעדע זאך, דיני איסור והיתר, דיני שינוי מקום ביי ברכות הנהנין, וכו' ווי פאלט ביי פאר א מענטש אזוינע מאדנע זאכן אין א רעליגיע, וואס וועט אים עס ברענגען כבוד אדער געלט??
אגב אני הקטן גלייך זייער שטארק לימוד העיון, און ווען ס'קומען די הרהורים פון דעם אשכול, לייג איך מיר אריין אין א סוגיא אין נשים אדער נזיקין, און ווען איינער אקערט דורך א סוגיא אהן איבערלאזן א שטיינדל אומאיבערגעקערט און ער נעמט עס צאם נאכדעם, ווער רעדט נאך אז ער קלארט עס אויס בכתב, איז נישט מעגליך נאכדעם צו לייקענען תורה מן השמים, מיינע ברודער איך בין ליידער נישט די גרעסטע יר"ש,, אבער די תורה איז עמוק עמוק מי ימצאנו, ס'נישט שייך בעולם די זאכן זאלן זיין מיוסד אויף מענטשליכע טראכטונגען,,
איך האב געטוישט פון ילוד אשה צו גאט אזויווי הרב זוהר וויל, און איך בין געבליבן מיט די זעלבע קשיא... אין אנדערע ווערטער וויאזוי בארואיגט הרב זוהר זיין וואונדער ווען עס איז תורה מן השמים?
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 259
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 27, 2023 11:03 pm
- האט שוין געלייקט: 194 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 307 מאל
איך זאג אז ווען חז"ל זאגן אז די תורה איז נאר מחייב א מענטש וואס נייעט צוויי סטיטשעס שבת אדער שעטנז, אדער שרייבט דווקא צוויי אותיות שבת און נישט איינס, גלייב איך עס ווייל איך זעה נישט וואספארע מענטשליכע אינטערעסע ס'קען ליגן אין דעם,וכן בכל דיני התורה,,חדשים האט געשריבן:ווער האט געמאכט די אלע חילוקי דינים און שו”ת ספרים מיט גאנץ אוצר החכמה? האט דאס גאט געמאכט, אז עס ווייזט אויף געטליכקייט?
- שערי יושר
- היימישער באניצער
- הודעות: 486
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 06, 2023 5:07 am
- געפינט זיך: ישיבת שערי יושר
- האט שוין געלייקט: 697 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 771 מאל
Re: ענטפערס אין אמונה
און פארוואס זאל דער באשאפער פון די יוניווערס אנגיין וויפיל סטיטשעס די מאכסט? [emoji1787]צומישט און צוחישט האט געשריבן:איך זאג אז ווען חז"ל זאגן אז די תורה איז נאר מחייב א מענטש וואס נייעט צוויי סטיטשעס שבת אדער שעטנז, אדער שרייבט דווקא צוויי אותיות שבת און נישט איינס, גלייב איך עס ווייל איך זעה נישט וואספארע מענטשליכע אינטערעסע ס'קען ליגן אין דעם,וכן בכל דיני התורה,,חדשים האט געשריבן:ווער האט געמאכט די אלע חילוקי דינים און שו”ת ספרים מיט גאנץ אוצר החכמה? האט דאס גאט געמאכט, אז עס ווייזט אויף געטליכקייט?
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 533
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 29, 2022 10:46 pm
- האט שוין געלייקט: 946 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1074 מאל
און אז איך גיי דיר זאגן וועלכע אינטערעסע זיי האבן גייט עס עפעס טוישן ביי דיר?צומישט און צוחישט האט געשריבן:איך זאג אז ווען חז"ל זאגן אז די תורה איז נאר מחייב א מענטש וואס נייעט צוויי סטיטשעס שבת אדער שעטנז, אדער שרייבט דווקא צוויי אותיות שבת און נישט איינס, גלייב איך עס ווייל איך זעה נישט וואספארע מענטשליכע אינטערעסע ס'קען ליגן אין דעם,וכן בכל דיני התורה,,חדשים האט געשריבן:ווער האט געמאכט די אלע חילוקי דינים און שו”ת ספרים מיט גאנץ אוצר החכמה? האט דאס גאט געמאכט, אז עס ווייזט אויף געטליכקייט?
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 259
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 27, 2023 11:03 pm
- האט שוין געלייקט: 194 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 307 מאל
אז דו פארשטייסט נישט אז ס'דא סיבות ס'זאל בייפאלן כביכול פאר א גאט זאכן וואס האבן נישט קיין פשט ס'זאל בייפאלן פאר א מענטש, איז פשט אז דו שעצט נישט מער געטליכקייט פון מענטשליכקייט,, אזא איינער ווי דיר דארף זיך נישט מוטשענען צו תורה מן השמים ווייל דו שעצט די זעלבע תורה מן השמים ווי להבדיל פון א ילוד אשה,,חדשים האט געשריבן:מיר האט די מערסטע אויפגעשאקעלט וועלכע גאט וואס האט געוואלט שאפן א רעליגיע, וואלט געהאט א אינטערעסע צו מאכן א חילוק אז שבת אויב נייעט מען שתי תכופות איז מען חייב און ביי איינס נישט? אדער ווי פאלט ביי פאר א גאט אזוינע מאדנע זאכן אין א רעליגיע?צומישט און צוחישט האט געשריבן:הרב אורי זוהר ז"ל האט געזאגט אז די זאך וואס האט עם די מערסטע אויפגעשאקלט און געמאכט טראכטען אז תורה מן השמים, איז ווען ער האט אריינגעטראכט אין כמה דיני התורה און געזעהן די פילע דקותדיגע דינים דערין, האט ער געטראכט וועלכע ילוד אשה וואס האט געוואלט שאפן א רעליגיע, וואלט געהאט א אינטערעסע צו מאכן א חילוק אז שבת אויב נייעט מען שתי תכופות איז מען חייב און ביי איינס נישט, און אזוי ווייטער נעם יעדע עשה אדער לא תעשה און קוק אין רמב"ם אדער סיי ווי, די פילע חילוקי דינים אין יעדע זאך, דיני איסור והיתר, דיני שינוי מקום ביי ברכות הנהנין, וכו' ווי פאלט ביי פאר א מענטש אזוינע מאדנע זאכן אין א רעליגיע, וואס וועט אים עס ברענגען כבוד אדער געלט??
אגב אני הקטן גלייך זייער שטארק לימוד העיון, און ווען ס'קומען די הרהורים פון דעם אשכול, לייג איך מיר אריין אין א סוגיא אין נשים אדער נזיקין, און ווען איינער אקערט דורך א סוגיא אהן איבערלאזן א שטיינדל אומאיבערגעקערט און ער נעמט עס צאם נאכדעם, ווער רעדט נאך אז ער קלארט עס אויס בכתב, איז נישט מעגליך נאכדעם צו לייקענען תורה מן השמים, מיינע ברודער איך בין ליידער נישט די גרעסטע יר"ש,, אבער די תורה איז עמוק עמוק מי ימצאנו, ס'נישט שייך בעולם די זאכן זאלן זיין מיוסד אויף מענטשליכע טראכטונגען,,
איך האב געטוישט פון ילוד אשה צו גאט אזויווי הרב זוהר וויל, און איך בין געבליבן מיט די זעלבע קשיא... אין אנדערע ווערטער וויאזוי בארואיגט הרב זוהר זיין וואונדער ווען עס איז תורה מן השמים?
- שערי יושר
- היימישער באניצער
- הודעות: 486
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 06, 2023 5:07 am
- געפינט זיך: ישיבת שערי יושר
- האט שוין געלייקט: 697 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 771 מאל
Re: ענטפערס אין אמונה
please elaborateחדשים האט געשריבן:אמונה פשוטה איז די איינציגסטע וועג, די שאלה איז נאר אין וועם...שערי יושר האט געשריבן:אמונה פשוטה איז די איינציגסטע וועג. ווייל אלע די ריאות זענען זייער שוואכע
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 259
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 27, 2023 11:03 pm
- האט שוין געלייקט: 194 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 307 מאל
קודם זאל זיך עפעס טוישן אפילו ווען איך האלט אז תורה מן השמים נאכדעם העמיר זעהן ווייטער,,,חדשים האט געשריבן:און אז איך גיי דיר זאגן וועלכע אינטערעסע זיי האבן גייט עס עפעס טוישן ביי דיר?צומישט און צוחישט האט געשריבן:איך זאג אז ווען חז"ל זאגן אז די תורה איז נאר מחייב א מענטש וואס נייעט צוויי סטיטשעס שבת אדער שעטנז, אדער שרייבט דווקא צוויי אותיות שבת און נישט איינס, גלייב איך עס ווייל איך זעה נישט וואספארע מענטשליכע אינטערעסע ס'קען ליגן אין דעם,וכן בכל דיני התורה,,חדשים האט געשריבן:ווער האט געמאכט די אלע חילוקי דינים און שו”ת ספרים מיט גאנץ אוצר החכמה? האט דאס גאט געמאכט, אז עס ווייזט אויף געטליכקייט?
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 533
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 29, 2022 10:46 pm
- האט שוין געלייקט: 946 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1074 מאל
פארקערט, ווייל איך שעץ מער געטליכקייט פון מענטשליכקייט, האב איך א העכערע סטאנדארט וואס איך ערווארט פון געטליכקייט.צומישט און צוחישט האט געשריבן:אז דו פארשטייסט נישט אז ס'דא סיבות ס'זאל בייפאלן כביכול פאר א גאט זאכן וואס האבן נישט קיין פשט ס'זאל בייפאלן פאר א מענטש, איז פשט אז דו שעצט נישט מער געטליכקייט פון מענטשליכקייט,, אזא איינער ווי דיר דארף זיך נישט מוטשענען צו תורה מן השמים ווייל דו שעצט די זעלבע תורה מן השמים ווי להבדיל פון א ילוד אשה,,חדשים האט געשריבן:מיר האט די מערסטע אויפגעשאקעלט וועלכע גאט וואס האט געוואלט שאפן א רעליגיע, וואלט געהאט א אינטערעסע צו מאכן א חילוק אז שבת אויב נייעט מען שתי תכופות איז מען חייב און ביי איינס נישט? אדער ווי פאלט ביי פאר א גאט אזוינע מאדנע זאכן אין א רעליגיע?צומישט און צוחישט האט געשריבן:הרב אורי זוהר ז"ל האט געזאגט אז די זאך וואס האט עם די מערסטע אויפגעשאקלט און געמאכט טראכטען אז תורה מן השמים, איז ווען ער האט אריינגעטראכט אין כמה דיני התורה און געזעהן די פילע דקותדיגע דינים דערין, האט ער געטראכט וועלכע ילוד אשה וואס האט געוואלט שאפן א רעליגיע, וואלט געהאט א אינטערעסע צו מאכן א חילוק אז שבת אויב נייעט מען שתי תכופות איז מען חייב און ביי איינס נישט, און אזוי ווייטער נעם יעדע עשה אדער לא תעשה און קוק אין רמב"ם אדער סיי ווי, די פילע חילוקי דינים אין יעדע זאך, דיני איסור והיתר, דיני שינוי מקום ביי ברכות הנהנין, וכו' ווי פאלט ביי פאר א מענטש אזוינע מאדנע זאכן אין א רעליגיע, וואס וועט אים עס ברענגען כבוד אדער געלט??
אגב אני הקטן גלייך זייער שטארק לימוד העיון, און ווען ס'קומען די הרהורים פון דעם אשכול, לייג איך מיר אריין אין א סוגיא אין נשים אדער נזיקין, און ווען איינער אקערט דורך א סוגיא אהן איבערלאזן א שטיינדל אומאיבערגעקערט און ער נעמט עס צאם נאכדעם, ווער רעדט נאך אז ער קלארט עס אויס בכתב, איז נישט מעגליך נאכדעם צו לייקענען תורה מן השמים, מיינע ברודער איך בין ליידער נישט די גרעסטע יר"ש,, אבער די תורה איז עמוק עמוק מי ימצאנו, ס'נישט שייך בעולם די זאכן זאלן זיין מיוסד אויף מענטשליכע טראכטונגען,,
איך האב געטוישט פון ילוד אשה צו גאט אזויווי הרב זוהר וויל, און איך בין געבליבן מיט די זעלבע קשיא... אין אנדערע ווערטער וויאזוי בארואיגט הרב זוהר זיין וואונדער ווען עס איז תורה מן השמים?
אין א סייד נאוט, עס פעלט נישט אויס ארויסצוברענגען דיינע טענות אויף א פערסאנעל לעוועל, מען קען אויך דן זיין לגופו של ענין.