קענט איר מיר אפשר זאגן פארוואס?

ווערטלעך, הומאר, און סתם קאפ פארדרייענישן
פארשפארט
באניצער אוואטאר
דיכטער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 288
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 13, 2023 8:50 pm
האט שוין געלייקט: 730 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1527 מאל

קענט איר מיר אפשר זאגן פארוואס?

שליחה דורך דיכטער »

אן אשכול געווידמעט פאר: דער-וואס-מיינט-אז-איך-מיין-איהם-איהם-מיין-איך-טאקע'דיגע פסקים וועלכע פאנגען זיך אן מיטן טענה "פארוואס"

איך הייב אן מיט די פאלגענדע, וכל המרבה להוסיף הרי זה בכי יותן.

פארוואס:
דארפט איר זיך אוועקזעצן אינעם האלב ליידיגן בית מדרש פונקט אויף מיין באנק און נאך דערצו הארט נעבן מיר, דאס וואלט איך נאך אראפגעשלינגען ווען נישט דער פאקט אז איר האט געפילט פאר וויכטיג זיך אנידער צו זעצן, אויסשפרייטענדיג אייער טלית אויפן באנק כנשר יעיר קנו און דאן לאנג נאכדעם וואס איך זיץ מיך באקוועם אויף מיין בארעכטיגטן פלאץ, באשליסט איר אז איר מוזט אויפשטיין און ערשט דעמאלט איינזען אז די ציציות דיינע, זענען פארהאנקערט אין מיין זיץ, און איבער אלעס שטערט מיר אז דו קענסט ניטאמאל רעדן ווי א מענטש, דו דארפסט מיך קוועטשן און ציפן און איך כאפ אפילו נישט וואס איז, ביז דו הייבסט אן גיין ווי ווייט דו קענסט, אויסציענדיג די דריי ציצית'ן וואס זענען פארכאפט אונטער מיין זיץ און דאן באמערק איך אין וועלכע קלעם דו געפינסט זיך און יעצט ערווארטסטו מיט א רואיגקייט איך זאל מיך א הייב געבן. שוין, איך הער וואס דו ווילסט, איך הייב מיך אונטער א טפח'ל און זעץ זיך צוריק פארזינקען אינעם גליון אבער דו שטייסט נאך ווייטער דארט, נאך נישט גענוג געווען? איך דארף מיך הייבן מלא קומתי, פטור צו ווערן פון דעם אנשיקעניש?....

פארוואס:
דארפט איר פארדרייען דעם שמועס אינעם געשמאקן קרעמל אויף עפעס וואס איר ווייסט יא וועגן איר צו רעדן? אז איר ווילט ארויסווייזן אייערע ברייטע קענטעניס אין איין געוויסע פעלד, דאן זייט מוחל און ווארט צו מיט געדולד ביז ווען דיין מזל וועט שפילן און דער קרעמל וועט זיך פאראינטערעסירן אין אט דעם געביט, איר דארפט נישט דערוועגן פארדרייען יעדער שמועס אדער קיפקע און פארקירעווען יעדער גערעדעכטס צו דיין פעלד פון עקספערטיז. אז איר האט נישט צו פיל וואס צוצולייגן איבערן טעמע וועלכע ווערט יעצט אדרעסירט, דאן האלט אייך שטיל. אנדערע האבן אויך וואס צו זאגן, איר מוזט נישט אייביג זיין אינעם צענטער פונעם קרייז...

פארוואס:
דארפט איר שטיין און שמועסן מיטן חבר אייערע, פונקט ביים שמאלן אריינגאנג צו דער צימער און אזוי פארשווערן פאר אלע אריינקומענדע וועלכע מוזן צוערשט גלעטן דיין רוקן צו קענען עררייכן איינטריט? צו דען האט איר נישט געפונען קיין שום אנדערע פאסיגע פלאץ אינעם באשעפער'ס גרויסע וועלטל זיך צו שטעלן שמועסן מיט איינעם? איך פארשטיי, כ'על דיך דאס מאל מלמד זכות זיין, אז קען גאר זיין, דו האסט זיך אין דעם חבר אנגעטראפן אזוי אומגעראכטן און דו ביסט נישט זיכער ווי ווייט ער איז אינטערעסירט אין דער שמועס און דיין חבר פון זיין זייט, אדער ווארט ער טאקע אויס באפרייט צו ווערן, אדער קען גאר זיין אז ער וויל פונקט אזוי אויך שמועסן מיט דיך. דעריבער בעט איך אייך פאר דעם קומענדיגן מאל, מאכטס אפ צווישן זיך, צו מען זאל דעם צוזאמטרעף באקרוינען אלס אפיציעל און עס אריבערפירן במקום שאין דורכים שם בני אדם, אדער זאל מען זיך באגענוגן מיט א פלינקע ווינק מיטן אויג און פאכע מיטן האנט-פלאך...
באניצער אוואטאר
צוזאמגעדרייט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 568
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 03, 2022 9:27 pm
געפינט זיך: גלייב מיר דו ווילסט נישט וויסן...
האט שוין געלייקט: 1344 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1231 מאל

שליחה דורך צוזאמגעדרייט »

פאַרוואָס:
פאַרוואָס ווען איך טרעף געוויסע אידן ברויכן זיי געבן קראַציגע קאָמענטאַרן, אַ שטייגער ווי: העי, וואָס איז פשט פון דעם שיך'ל וואָס דו האָסט זיך לעצטענס אָנגעטון? אָדער, פאַרוואָס נעמסטו נישט אַרויס די נייע "האָנדאַ-פיילעט"?

עס קומט פון אַ מאַנגל אין סאָציאַלע סקילס און אפשר אויך פון אַ ליידיגקייט אין קאָפ. איך פאַרשטיי אַז זיבעציג פראָצענט מענטשן מוטשען זיך סאָציאל, אָבער אויב דו ביסט איינס פון זיי און דו ליינסט עס, האָב איך פאַר דיר אַ פשוט'ע עצה. אָדער שווייג, יאָ שווייג. שווייגן איז בעסער ווי זיין קלעבעדיג און קייען שטרוי. אָדער געב אַ קאָמפלימענט. דריי נישט מיינע ביצים און הערט אויף קריכן אויף די נערוון!

כ'האָב שוין לאַנג געוואָלט שרייבן דערוועגן. איך האָב דעיס יעדעס מאָל איך זעץ זיך ביי אַ שמחה, אַלס איז דאָ נעבן מיר אַ דערשראָקענע מענטש וואָס שפירט זיך בעסער אין האַרצן אויב ער אינוואַדירט מיינע באַשלוסן. איך וועל געבן נאָך אַ דוגמה, אויב האָב איך אַ נייעם גאַלעקסי וועט ער פרעגן: פאַרוואָס קויפסטו נישט די אייפאון? - שמאָל-קעפיגע אוּמגעשמאַקע מענטשן! ווער וואוינט מיט זיי אין איין הויז?

איך רעד נישט פון איינער וואָס פירט אַ נאָרמאַלע שמועס איבער וועלכע פאון ס'איז בעסער, איך רעד פון מענטשן וואָס גייען פון טאַפּיק צו טאַפּיק און מאַכן מיך שרעקלעך נערוועז, זיי ליידן נעבעך סתם פון סאָציאלע עקזייעטי, אַזש יעצט כאַפט מיר שוין אַן עקזייעטי פון זיי. עס קייקלט זיך ווי אַן עבירה גוררת עבירה אַפעקט, און דאָס ברויך קומען צו אַן ענדע!
איך זוך נאָך אַ קאָו-סיינער [Co-signer]
באניצער אוואטאר
קהל'ס נער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2461
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 25, 2020 1:25 am
געפינט זיך: ווי א נער אויפן מארק
האט שוין געלייקט: 5892 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5798 מאל

שליחה דורך קהל'ס נער »

כאפ א שלעפ וועסט פטור ווערן פון די אלע פראבלעמען
נישט אז מיך שטערט נישט די אלע פגע-רעים אבער בידעי ומכירי קאאמינא אז ווען מען כאפט א צי אדער צוויי ווערט מען העכער די אלע זאכען
If I could do it all again, I'd be a plumber.

Albert Einstein
באניצער אוואטאר
צוזאמגעדרייט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 568
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 03, 2022 9:27 pm
געפינט זיך: גלייב מיר דו ווילסט נישט וויסן...
האט שוין געלייקט: 1344 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1231 מאל

Re: קענט איר מיר אפשר זאגן פארוואס?

שליחה דורך צוזאמגעדרייט »

זאלן זיי שלעפן, האסטו געהערט אזאנס.
איך זוך נאָך אַ קאָו-סיינער [Co-signer]
אלע צוזאמען
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 838
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 11, 2021 5:39 pm
געפינט זיך: צופארן אין די ריזיגע וועלט
האט שוין געלייקט: 1835 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1044 מאל

שליחה דורך אלע צוזאמען »

און פארוואס דארף עס זיין אז יעדע מאל די וואקסט מיך אריבער אין ביהמ''ד, אבער ממש יעדע מאל, זאל איך כאפן א זעץ פון דיין הונקעדיגע לאבע'ס וואס שאקלט זיך צו אלע פיר זייטן, ווי צו צאמנעמען אלע בייזע ווינטן.
You have to think anyway, think big.
Donald Trump
באניצער אוואטאר
וואלווי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3762
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 11:34 am
האט שוין געלייקט: 5604 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5650 מאל

שליחה דורך וואלווי »

צוזאמגעדרייט האט געשריבן:זאלן זיי שלעפן, האסטו געהערט אזאנס.
מ'זאגט קיינמאל נישט אפ א שלעפ..
Until the spirit be poured upon us from on high
Isaiah 32:15 -
באניצער אוואטאר
צקון לחש
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 682
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 27, 2021 2:09 am
האט שוין געלייקט: 1504 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1291 מאל

שליחה דורך צקון לחש »

מיר אידן זענען אין סארווייוועל מאוד, יעדער איז פאקאוסד אויף כאפן די בעסטע שענסטע ביליגסטע, און יעדער איז זיכער אז יעדער איז פאקאוסד אויף די זעלבע ווי זיי, און טאקע אויסער סארווייוועל האבן אסאך אירע גארנישט מיט נישט אין זייערע לעבן

@צוזאמגעדרייט
באניצער אוואטאר
וואלווי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3762
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 11:34 am
האט שוין געלייקט: 5604 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5650 מאל

שליחה דורך וואלווי »

צקון לחש האט געשריבן:מיר אידן זענען אין סארווייוועל מאוד, יעדער איז פאקאוסד אויף כאפן די בעסטע שענסטע ביליגסטע, און יעדער איז זיכער אז יעדער איז פאקאוסד אויף די זעלבע ווי זיי, און טאקע אויסער סארווייוועל האבן אסאך אירע גארנישט מיט נישט אין זייערע לעבן

@צוזאמגעדרייט
צו אויסברייטערען די "פארוואס"....

די סארווייוועל מאוד (אפי' מיט רעכט) האט גורם געווען שלעכטע באנעמונג און דרכי הנימוס. דאס דארפן וויסן אלעס וואס טוט זיך ביי יענעם, און זיך נישט שעמען צו אינטעריגעטן, איז א געיעג פון מעסטעריי און דזשאדזשמענט. מ'וויל נישט וויסן וועלכע געלעקסי "יענער" האט, מ'וויל וויסן וועלכע געלעקסי "איך" האב נישט. ס'האט גארנישט מיט "יודען זענען בעלי חסד" און ווארימע הערצער. ס'איז פלעין א לעק פון מענערס.

דאס איז די ריזאלט פון די ליידיגע שפראך אין ווארט ערטער (מסתמא איז דא א ווארט דערפאר...) שמחות, עלעוועיטערס, באסעס, פליגערס, וועיטונג רומס, וכו', ווען ביז צוויי דריי מינוט הייבט זיך אן די @צוזאמגעדרייט פארוואס סינעריאס. צום ערשט די יסודות, ווי באלאנגט איר? וועמענס זענט איר? וואס טוט איר מיט'ן טאג? און אז מ'האט געדעקט די בעיסיקס הייבט זיך אן די נעקסטע רונדע, קודם רוחניות, אין בעלזא טרינקט מען קאוק? אין סאטמאר עסט מען נישט געבאקן נאך פסח? יעצט גשמיות, וויפיל האסטע געצאלט פאר דעם? וועלכע רעיט איז דיין מארטגעדזש?

כ'האב מיך זייער אסאך געדרייט לאורכה ולרוחבה פונ'ם לאנד, כמעט קיינמאל נישט האט מיך א גוי געפרעגט וועגן סיי וועלכע פון די אויבן דערמאנטע קשיות, דהיינו רעליגיע (ווי באלאנגט איר -דהיינו ווי שטארק מיין קאנוויקשען איז צו גאט), פאמיליע (וועמענ'ס זענט איר? -שיינע שטוב אדער שוואך), אדער פרנסה (וואס טוהט איר מיט'ן טאג?- דרייסט זיך מיט געלט..). די נערווירטע קשיות קומען קיינמאל נישט אריין אין די טשיט טשעט. אפילו אין לענגערע שמועסן קומט דאס קיינמאל נישט אריין, חוץ אז ס'איז unsolicited.

זעהט אויס ווי ס'איז א מעלה פון די חרדי'שע עם הנבחר אז אויב ס'דא עפעס א מינוט ליידיג וועט עס חלילה נישט זיין "בל תשחית", ווייל מ'קען אייביג טרעפן די נענסטע מענטש, יוד אדער גוי, און אנהייבן אפמעסטן די לעבנ'ס וויכטיגע ידיעות: פאמיליע, רעליגיע, און פרנסה.
Until the spirit be poured upon us from on high
Isaiah 32:15 -
באניצער אוואטאר
וואלווי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3762
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 11:34 am
האט שוין געלייקט: 5604 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5650 מאל

שליחה דורך וואלווי »

אלע צוזאמען האט געשריבן:און פארוואס דארף עס זיין אז יעדע מאל די וואקסט מיך אריבער אין ביהמ''ד, אבער ממש יעדע מאל, זאל איך כאפן א זעץ פון דיין הונקעדיגע לאבע'ס וואס שאקלט זיך צו אלע פיר זייטן, ווי צו צאמנעמען אלע בייזע ווינטן.
דאס קומט מיט נעמען אן aisle seat...
Until the spirit be poured upon us from on high
Isaiah 32:15 -
בעל אחריות
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 208
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 04, 2022 11:16 pm
האט שוין געלייקט: 437 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 345 מאל

שליחה דורך בעל אחריות »

וואלווי האט געשריבן:
צקון לחש האט געשריבן:מיר אידן זענען אין סארווייוועל מאוד, יעדער איז פאקאוסד אויף כאפן די בעסטע שענסטע ביליגסטע, און יעדער איז זיכער אז יעדער איז פאקאוסד אויף די זעלבע ווי זיי, און טאקע אויסער סארווייוועל האבן אסאך אירע גארנישט מיט נישט אין זייערע לעבן

@צוזאמגעדרייט
צו אויסברייטערען די פארוואס.
איך בין נייגעריג אויב סערווייוועל מאוד איז די איינציגסטע סיבה אין דעם חילוק צווישן אונז מיט די גוי, מעגליך אז עס האט צוטוהן מיט די קולטור, איך מיין אז אין ארץ ישראל וועט א פרייע איד אויך קען פרעגן ענליכע קשיות,

יעצט קען מען בויען א טעאריע אז איזרעליס זענען אויך אין סערווייוועל מאוד... :lol:
באניצער אוואטאר
צקון לחש
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 682
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 27, 2021 2:09 am
האט שוין געלייקט: 1504 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1291 מאל

שליחה דורך צקון לחש »

בעל אחריות האט געשריבן:יעצט קען מען בויען א טעאריע אז איזרעליס זענען אויך אין סערווייוועל מאוד...
אוודאי אזוי!!
דער גאלדענער אדלער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1665
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 27, 2017 6:30 pm
געפינט זיך: הלוואי ווען כ'וואלט געוויסט
האט שוין געלייקט: 6003 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3632 מאל

Re: קענט איר מיר אפשר זאגן פארוואס?

שליחה דורך דער גאלדענער אדלער »

פארוואס בלאזן זיך מענטשן אויס די נאז אין פארענט פון מיר?? און נישט סתם בלאזן, נאר שאקלען מיט די קאפ ווי א קוה ביים וואקן כאילו ס'פארהאן גאלדענע מטבעות אדער גאר האט ער מיטגעשווערצט א קנאבל פון ר' יענקעלע דארט הויך צווישן די נאז און די אויגן.

דער אנדערער איז נאך א דזשענטלמאן, ער נעמט ארויס א דריי פיר טישוס פונעם ריבניצ'ער טישו באקס וואס דרייט זיך לעצטענס ארום אין אלע שולן אויף די טישן, און ער מאכט זיין וועג ארויס פונעם גרויסן ביסאמעדריש צו די שטיגן אבער הויבט שוין אן צוצולייגן די טישוס צום נאז, ווייל אט אט קומט שוין צו גיין די וואסער אנפאל פונעם געקיצלטן נאז, און בום, אין פארענט פון מיר האפטשו!! אה עלערדזשי סיזען אזוי שלעכט דעם יאר! ברימט ער זיך אינטער, שקויעך פאר די עקסקיוז.

און נאכדעם הייבן זיך אן די תקיעות, קודם קומט א לאנגס און די גערודער גייט פון מילד ווי מ'הערט נאך די וואסער גערוישן, דערנאך ווען די וואסער איז שוין אינדרויסן, פיינעלי אבער דער בחור קיצעלט נאך, גייט אריין די בלאזן אין היי אלטיטוד און ס'הערט זיך מער ווי א טרעילער וואס פייפט דעם קליינעם חוצפישן סיוויק מיט די הויכע מאפלער וואס האט זיך אריינגעכאפט אין פארענט. און אזוי האלט דאס אן פאר עטליכע סעקונדעס ביז דער קיצעל האט זיך בארואיגט און מ'גרייט זיך שוין פארן נעקסטן אויסברוך.

ווער רעדט נאך ווען כ'פלעג נאך גיין אין מקוה, און די חברה דארט אין שאוער פלעגן ליטערעלי מאכן א בית הסתרים קארוואש, געשאקעלט געהאקט געשליימט, זיך אויסגעבלאזן די נאז אינעם האנדטוך. זעהט אויס בל תשקצו גייט נאר אן אויף ווערים אין די וואסער.
באניצער אוואטאר
איך הער..
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 120
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 03, 2023 3:00 pm
געפינט זיך: דעם אנדערען זייט סמבטוין
האט שוין געלייקט: 316 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 300 מאל

Re: קענט איר מיר אפשר זאגן פארוואס?

שליחה דורך איך הער.. »

פארוואס ביי א קידש ווען יענער עסט הערינג האלט ער דעם שאכטעל אינטערן מויל ס'זאל אריין טראפען זיינע שריים פארען עולם??

פארוואס ווען איך זיץ ביי א קידש עסט דער זעלבע יענער מיט די מויל גרויס אפען ס'הערט זיך ווי א קאנצערט פון קעמלען ווי מ'האקט מיט מיט די ציין דארט?? פארוואס??
.Commen sense is not commen
באניצער אוואטאר
צוזאמגעדרייט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 568
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 03, 2022 9:27 pm
געפינט זיך: גלייב מיר דו ווילסט נישט וויסן...
האט שוין געלייקט: 1344 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1231 מאל

Re: קענט איר מיר אפשר זאגן פארוואס?

שליחה דורך צוזאמגעדרייט »

@וואלווי, מיך באדעררט נישט אויב מען פרעגט מיך אויס, פונקט פארקערט איך האב דווקא יא הנאה פון דעם וועג, מען ווערט רייכער מיט נוצליכע אינפארמאציע איינער פונעם צווייטן.

אזוי לאנג ווי ס'איז א נארמאלע שמעוס בין איך "פולי" דא. איך באציה זיך צו מענטשן וואס זיי הערן אפילו נישט וואס דו ענטפערסט, זיי זענען סתם סאשעלי אףף, און זיי מיינען אז טרעפן אן אלטע חבר קומט מיט א ליסטע פון אינסטרוקציעס און מיט קליינע באַקסעלעך אין וואס מען ברויך אריין-פילן אן עקס אדער א טשעק.
איך זוך נאָך אַ קאָו-סיינער [Co-signer]
באניצער אוואטאר
וואלווי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3762
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 11:34 am
האט שוין געלייקט: 5604 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5650 מאל

שליחה דורך וואלווי »

צוזאמגעדרייט האט געשריבן:@וואלווי, מיך באדעררט נישט אויב מען פרעגט מיך אויס, פונקט פארקערט איך האב דווקא יא הנאה פון דעם וועג, מען ווערט רייכער מיט נוצליכע אינפארמאציע איינער פונעם צווייטן.

אזוי לאנג ווי ס'איז א נארמאלע שמעוס בין איך "פולי" דא. איך באציה זיך צו מענטשן וואס זיי הערן אפילו נישט וואס דו ענטפערסט, זיי זענען סתם סאשעלי אףף, און זיי מיינען אז טרעפן אן אלטע חבר קומט מיט א ליסטע פון אינסטרוקציעס און מיט קליינע באַקסעלעך אין וואס מען ברויך אריין-פילן אן עקס אדער א טשעק.
קלאר אזוי. כ'האב נאר געשריבן אין דעם גייסט....
Until the spirit be poured upon us from on high
Isaiah 32:15 -
בעל אחריות
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 208
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 04, 2022 11:16 pm
האט שוין געלייקט: 437 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 345 מאל

שליחה דורך בעל אחריות »

צקון לחש האט געשריבן:
בעל אחריות האט געשריבן:יעצט קען מען בויען א טעאריע אז איזרעליס זענען אויך אין סערווייוועל מאוד...
אוודאי אזוי!!
דו מאכסט זיכער א וויץ, ווייל די סורווייוועל מאוד וואס דו קענסט ארויפקלעבן אויף די איזרעליס איז דאך זיכער נישט די זעלבע סארט ווי דעי וואס דו ווילסט ארויפלייגען אויף אונז,

איך קען הערן וויאזוי די struggle צו survive'ן socially זאל ברענגען צו אן ענקזייעטי אז איך האב נישט דעם געלעקסי וכו' וכו' ווי וואלווי לייגט עס אראפ, אבער וויאזוי ברענגט די פחד פון ראקעטן און מעסערס צו צו אזא מין ענקזייעטי?
באניצער אוואטאר
וואלווי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3762
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 11:34 am
האט שוין געלייקט: 5604 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5650 מאל

שליחה דורך וואלווי »

בעל אחריות האט געשריבן:
וואלווי האט געשריבן:
צקון לחש האט געשריבן:מיר אידן זענען אין סארווייוועל מאוד, יעדער איז פאקאוסד אויף כאפן די בעסטע שענסטע ביליגסטע, און יעדער איז זיכער אז יעדער איז פאקאוסד אויף די זעלבע ווי זיי, און טאקע אויסער סארווייוועל האבן אסאך אירע גארנישט מיט נישט אין זייערע לעבן

@צוזאמגעדרייט
צו אויסברייטערען די פארוואס.
איך בין נייגעריג אויב סערווייוועל מאוד איז די איינציגסטע סיבה אין דעם חילוק צווישן אונז מיט די גוי, מעגליך אז עס האט צוטוהן מיט די קולטור, איך מיין אז אין ארץ ישראל וועט א פרייע איד אויך קען פרעגן ענליכע קשיות,

יעצט קען מען בויען א טעאריע אז איזרעליס זענען אויך אין סערווייוועל מאוד... :lol:
איזראעליס זענען אייביג בלאנט. די סארווייוועל מאויד דא רעד איך פון אונזער היימישער מעסטעריי.

סארווייועל איז א יוניווערסעל מעכאניזם. די גאנצע בריאה נוצט עס. א יעדער ניצט עס אנדערש. ביי חרדים וואס זענען זייער נאנט, מ'לעבט צוזאמען מיט און מ'קען יעדען, מעסט מען שטארק סטאטוס, דארף די שמועס דאס קאווערען. קומט אויס די סארווייוועל פון פערסאנעל דזשאדזשמענט און סטאנדארדס שטיפט צו גריבעלען אין יענעם אריין, דעריבער איז דאס מצוי ביי די אלטרא-ארטאדאקס.
Until the spirit be poured upon us from on high
Isaiah 32:15 -
באניצער אוואטאר
צקון לחש
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 682
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 27, 2021 2:09 am
האט שוין געלייקט: 1504 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1291 מאל

שליחה דורך צקון לחש »

@בעל אחריות, איך מאך נישט קיין פולקאמע צד השוה צווישן היימישע אידן מיט די איזרעילי באפעלקערונג, אבער דאך, ביידע זענען פאוסט-האלאקאוסט אידן, וואס ארבעטן קעגן די זייגער צו אנקומען צו מערב-וועלט סטייל באקוועמליכקייט און קלאס.
לייביששרייבער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 595
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 28, 2023 6:18 am
האט שוין געלייקט: 285 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1344 מאל

שליחה דורך לייביששרייבער »

וואלווי האט געשריבן: סורווייוועל איז א יוניווערסעל מעכאניזם. די גאנצע בריאה נוצט עס. א יעדער ניצט עס אנדערש. ביי חרדים וואס זענען זייער נאנט, מ'לעבט צוזאמען מיט און מ'קען יעדען, מעסט מען שטארק סטאטוס, דארף די שמועס דאס קאווערען. קומט אויס די סארווייוועל פון פערסאנעל דזשאדזשמענט און סטאנדארדס שטיפט צו גריבעלען אין יענעם אריין, דעריבער איז דאס מצוי ביי די אלטרא-ארטאדאקס.
פארוואס איז דא דער כלל פון אחרי מות קדושים אמור? אויף א געשטארבענעם וועסטו קיינמאָל נישט אראפרייסן מיט די דאזיגע אראפרייסונגען.

דער לעבעדיגער: מעה ער האט נישט קיין פּעני צו זיין נאמען. אלעס איז לויטער קרעדיט ליינס.
דער טויטער: ער האט איבערגעלאזט אסאך געלט.

דער לעבעדיגער: ער זינגט דאך גרויליג, אונטער די נאז.
דער טויטער: האט ער שיין געקענט זינגען, געהאט א שטימע ווי א פידל.

בדרך אגב מען קען דא רעדן פון די זעלבע מענטשן.
דער קאמפלימענטירער און דער קאמפלימענטירטער. איינמאל דער מענטש איז טויט איז ער נישט מיט אים אין א פארמעסט, ממילא קען יענער שוין האבן איבערגעלאזט געלט, ער קען ער שוין זינגען שיין, ווייל מיין עמוד פרייטאג צונאכטס וועט ער שוין נישט פון מיר אוועקנעמען.

מיר קאלקיולעטן אונזער וועליו אנטקעגן אנדערע און דערפאר מוז יענער אראפקומען צו מיין לעוועל. ווען איך בין מחליט אין מיין קאפ אז ער האט נישט קיין אייגן געלט נאר די באנק'ס בין איך דאך שוין מסודר, ווייל דאס ווייניגער געלט וואס איך האב איז ב"ה אייגענס, נישט דעם באנק'ס, ממילא בין איך רייכער ווי יענער.
און אזוי איז אלעס דוק ותשכח
הק' לייביש שרייבער
א פאקט איז א פאקט נישט קיין חילוק פון ווי עס שטאמט.
פארשפארט