ק"ש נעכטן 3:00 פארטאג'ס. וואט דע ה?!ל
- שעפטאל
- שריפטשטעלער
- הודעות: 889
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 19, 2023 6:40 pm
- געפינט זיך: אין די גרויסע דשונגל
- האט שוין געלייקט: 7215 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2418 מאל
ק"ש נעכטן 3:00 פארטאג'ס. וואט דע ה?!ל
געווהן לאנגווייליג, נישט געקענט שלאפן, גיימער ארויף אויף ק"ש אפשר איז נאך איינער אויף. כ'גלייב נישט מיינע אויגן, עולם הפוך ראיתי. טויזענטער תגובות זענען געשריבן דורך מנהל. העי כ'האב נעכטען געזעהן אנדערע ניק נעמען ביי דעי תגובות. איינער האט געהעק'ט דעם שטיבל? אפשר גאר א גליטש, ס'באהאלט נישט ווער ס'שרייבט עכט די תגובות.
ביי די אנדערע ניק'ס, ביי יעדע ניק שטייט אויכעט זיין פעסווארד אין אימעל אדרעס. העי כ'קען אפאר ניק'ס דא, יוש פלוני דאס ביסטו? כ'האב נישט געוויסט אז דו שרייבסט אויך אויף ק"ש, דו מאכסט זיך אזוי תמימות'דיג און פארפרומט ווען דו רעדסט אויף קול מבשר.
נישט נאר דאס, אסאך ניק'ס האבן זיך פשוט געסוואַפּט, געטוישט מיט א צווייטען.
@מי אני שרייבט געפיהל'ישע פראזן, ער ברענגט אמונה מקורות פון די שרעקעדיגע בורמודא טרייענגל. @פראפעסער שפירא ניצט הויעכע פראפעסארישע וויסענשאפט וואס נאר די קלוגע אירע אויף ק"ש (ואני בתוכם..) פארשטייען די לשונות.
@רביה"ק שרייבט נישט קיין כפירה אפי' ברמז, ער האט פשוט אינטרעסאנטע פשטים אויף גמרות, און מאכט שטודיעס איבער ישועות פון טראגן א שפיצל. בשעת @שמן למאור פארפעהלט נישט קיין טשאנס אריינצורייבן זיינע גראבע כפירה לדאבונינו ולשמחתינו. עהה, נישט שמן, ס'געוועהן די @ליטוואק פון בודאפעסט.
@שערי יושר שטעכט און בייסט מיט אזא מין גאוה אז די עולם ציטערט אפי' צוריק צו ענטפערען. בשעת @יואב שרייבט אזוי גוט הארציג אויף יעדע פיינע אשכול. פלוני איז פיינע נייעס. אלמוני איז א אור. וכדו'.
@לייביששרייבער איז א אלטגעזעסענער תושב וואס רופט זיך אהן זאכליך אין יעדע אשכול. בשעת @וואלווי דער נייער גאסט וואס קען קוים צו זיך קומען פון די אפענקייט דא, האלט אונז אונטער מיט די געשמאקע סאטמערע קעמפ זכרונות.
@גאלדמאן לויפט ארום מיט א בעג אנגעפיהלט מיט לייק'ס און געבט א לייק פאר יעדע יונגל וואס האט נישט געכאפט א לייק-פעקל ביים באווארפען. בשעת ר' בערל בעל עגלה מיט זיין 18 טויזנט תגובות געבט נישט קיין 30 לייק'ס, ווייל ס'קאסט עם 10 דולר א לייק.
@תרמב רעגט זיך אויף די חברה וואס שרייבן מער אויף אייוועלט נאר וועגן אפאר לייקס, שמן למאור שטימט הייליג מיט און בעהט זיך בלייבט'ס דא
די מנהל איז הייליג צעלאזט, ער שרייבט פרעכע ביליגע ווערטער, זיין חתימה איז גאר ווי @יואב'ס סטעי די פ טאין'ד. ער לייגטע עס קונצלעך אריין אין זיינע גראמן און ווערטליך וואס מ'קען עס נאר באקומען אין אישי, ווייל @טאמבל סאס נעמט שריט.
איין מינוט. וואס איז דאס. מנהלים אשכול???????????? ס'מיז דאך זיין לפני ולפנים. מאחורי דאחורי הביצים.
מ'רעד דארט זייער קלאר, וועלכע אדשענדעס צו שטיפן, און וואס אוועק צו מאכן.
אלערט אשכול. גאנצע פראפייל'ס פון ניקים, כולל תגובות וואס רייסן אראפ הנהלת השטיבל. אשכול מנהלים פאליטיק. כ'געדענק אזא תגובה, [לשון איז נאר בערך]: היות מנהל פלוני האט זיך אפגעזאגט, און איך בין אלעמאל געוועהן מחולק אויף אהים מיט דעי 3 זאכן וויל איך ענקער וואיט'ס אויף דעם. 1. איך האלט. צולאזן אומאיידעלע שפראך ביי גרויסע ניקים מאכט א קנאה אויך צו רעדן אזוי, כ'טענה שוין לאנג. אומאיידעלע שפראך טרייבט אוועק אסאך פאטענציאלע גוטע שרייבער'ס פון ק"ש. מ'דארף שטיין גאר שטארק דערויף. ע"כ. [שאר הירקות שכחתי]
@שמעקעדיג איז פארנימען אויב מ'דארף בכלל האבן א חתן רבי.
שעפטאל מעקט קיינמאל נישט אויס און קוים וואס ער רעדאגירט, ער איז דאך שטארק און פעסט מיט זיך, קאמפס גרייט. בשעת @.. איז דער אומבאהאלפענער שעמעדיגער פחדן. וואס בעהט זיך פאר לייק'ס.
די איבריגע זאל מען זעהן אויף @שמן למאור'ס מפתח אישים און פשוט טוישען די נעמען.
אפפסס... מ'קען ליינען יעדעם'ס אישי קעסטל. בזיונות עד לב השמים!!! כ'גיי נישט מסביר זיין ווייל גרויסע שטיינער גייען פליען אין מיין ריכטונג, קוק אדורך דיין אישי און זעה אליין פארוואס. 2 פעיסער וואס דו ביסט.
מ'דארף אויפוועקן דעם מנהל יעצט נאך פאר ס'נעמט זיך טאגן. כ'דריק שנעל אויף דעם סגול קנעפל מיטן ! אבער מיין קאמפיאטער נעמט זיך מאכן אזעלכע קולות אי אי אי אי אי. די סקרין בליטשקעט מיט דעם מאדנעם אויפשריפט: AM 7:30.
הקיצור. דעם אשכול איז געווידמעט פאר חלומות אהן פתרונות

רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 2 אום שעפטאל, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 208
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 04, 2022 11:16 pm
- האט שוין געלייקט: 437 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 345 מאל
- שעפטאל
- שריפטשטעלער
- הודעות: 889
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 19, 2023 6:40 pm
- געפינט זיך: אין די גרויסע דשונגל
- האט שוין געלייקט: 7215 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2418 מאל
וואס?!!! בוליאנג?!
יעדער אויף ק"ש האט זיך זיין אייגענארטיגער כאראקטער
יעדער געבט אזוי זיס צו, כ'האב יעדעם הארציג ליב
כ'מאך קיינעם נישט אוועק, כ'דערצייל נאר מיין חלום, ווי אזוי וועסטו פיהלן ווען דו קומסט אריין אין ביהמ"ד און יעדער האט געטוישט דעם היט
דער עובד שמועסט אוועק אין די בעק
דער שעמעדיגער דרשן'נט הויעך
דער ראש הקהל גייט ארום מיט א צעריסענע רעקל וכו'
גארנישט מער
אויב איינער אויף ק"ש דארף זיך שעמען איז עס מיך שעפטאל, איך האב אסאך מיט וואס

איך האב געלייגט דעי סמעילי פעיס, ווייל איך האב נישט אינגאנצן געמיינט ערנסט אז דאס איז בוליאינג, אבער דאך זענען געוויסע ניקס' כאראקטארען ארויסגעברענגט געווארען אביסל נעגעטיוו, איך קען זעהן אז עס זאל זיי באדערן...
איך בין נישט דעי אויסגעארבעטע איד סא מוסר קען איך נישט זאגן, האב איך עס פרובירט צו פעקעדזשן ווי א וויץ, זעהט אויס איך בין נישט גוט אין פעקעדזשען...
איך בין נישט דעי אויסגעארבעטע איד סא מוסר קען איך נישט זאגן, האב איך עס פרובירט צו פעקעדזשן ווי א וויץ, זעהט אויס איך בין נישט גוט אין פעקעדזשען...
- שעפטאל
- שריפטשטעלער
- הודעות: 889
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 19, 2023 6:40 pm
- געפינט זיך: אין די גרויסע דשונגל
- האט שוין געלייקט: 7215 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2418 מאל
כ'מיין גראדע אז אסאך ניק'ס וועט באדערן אז מ'דערמאנט זיי נישט.. [ואתכם הסליחה, כ'לאז עס פאר אנדערע וואס טויגן בעסער]
קען זיין ביסט גערעכט. אויב איינער האט עפעס נישט ליב זאל ער מיך ביטע אישי'ן. מ'וועט נעמען שריט!

רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום שעפטאל, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
- שערי יושר
- היימישער באניצער
- הודעות: 486
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 06, 2023 5:07 am
- געפינט זיך: ישיבת שערי יושר
- האט שוין געלייקט: 697 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 771 מאל
Re: ק"ש נעכטן 3:00 פארטאג'ס. וואט דע ה?!ל
שעפטאל, איך קען אסאך מאל געבן קאמפלימענטן סתם אזוי, אבער דא דארף איך איך זאגן אז איך האב מיך אינטערגעהאלטן ביי די זייטן, און א שאד די מעקסט אזוי סאך פון דיינע געשמאקע תגובות
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 67
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 04, 2023 2:20 pm
- האט שוין געלייקט: 143 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 141 מאל
- שעפטאל
- שריפטשטעלער
- הודעות: 889
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 19, 2023 6:40 pm
- געפינט זיך: אין די גרויסע דשונגל
- האט שוין געלייקט: 7215 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2418 מאל
באמת א גראבע שכח!!!שערי יושר האט געשריבן:שעפטאל, איך קען אסאך מאל געבן קאמפלימענטן סתם אזוי, אבער דא דארף איך איך זאגן אז איך האב מיך אינטערגעהאלטן ביי די זייטן, און א שאד די מעקסט אזוי סאך פון דיינע געשמאקע תגובות
[כ'בין אין טערעפי, קודם וועט מען אויפהערן מעקן, דערנאך וועט מען שוין האפענטליך אנהייבן רעדן אויכעט. הלוואי!! ]
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 595
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 28, 2023 6:18 am
- האט שוין געלייקט: 285 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1344 מאל
יא עס איצטערט 3:09, איך ליין זיך אזוי דעם אשכול, עס קאסט מיר א שמייכעל. יא א יעדער מיט זיין אייגנארטיגער כאראקטער און באשרייבונגען. אבער עס דערקענט זיך אז עס איז געווארן געשריבען אין די שעות פונעם טאג. נישט אלע קאראקטארן זענען פארמירט געווארן מיט זייער ארגינעלקייט, אבער בראווא, א שיינער ארבייט.שעפטאל האט געשריבן:
@שערי יושר שטעכט און בייסט מיט אזא מין גאוה אז די עולם ציטערט אפי' צוריק צו ענטפערען. בשעת @יואב שרייבט אזוי גוט הארציג אויף יעדע פיינע אשכול. פלוני איז פיינע נייעס. אלמוני איז א אור. וכדו'. @לייביששרייבער איז א אלטגעזעסענער תושב וואס רופט זיך אהן זאכליך אין יעדע אשכול
ביי די וועי איך האב טאקע איינמאל באקומען א ביס פון @שערי יושר אבער איך מיין עס האט זיך אויסגעצאלט. לכבוד דעם האט ער שוין באצאלט כפל וכפלים מיט לייקס און דירעקטע קאמפלימענטן. איין ביס עס קומט נאך ארויס א טובה דערפון און דאן גיבט זיך נאר די זיסע זאפט זיינע. עס איז ייתכן צו זאגן עס איז ווערד.
שוין געווארן 3:15 וויל איך פארציילן אין אן עקסטערע אשכול וואס עס קאכט זיך אונטער די קוליסן פון לייביש שרייבער.
ווארט מיט שפאנונג.
הק' לייביש שרייבער
א פאקט איז א פאקט נישט קיין חילוק פון ווי עס שטאמט.
א פאקט איז א פאקט נישט קיין חילוק פון ווי עס שטאמט.
- שעפטאל
- שריפטשטעלער
- הודעות: 889
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 19, 2023 6:40 pm
- געפינט זיך: אין די גרויסע דשונגל
- האט שוין געלייקט: 7215 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2418 מאל
אונז אלע ווארטען מיט שפאנונג! ר' @לייביששרייבער איז איינע פון מיינע ראיל מאדעלס! דו באווייזט אריינצושלעפען דעם עולם ווי מיט כישוף!לייביששרייבער האט געשריבן: שוין געווארן 3:15 וויל איך פארציילן אין אן עקסטערע אשכול וואס עס קאכט זיך אונטער די קוליסן פון לייביש שרייבער.
ווארט מיט שפאנונג.
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 595
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 28, 2023 6:18 am
- האט שוין געלייקט: 285 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1344 מאל
Re: ק"ש נעכטן 3:00 פארטאג'ס. וואט דע ה?!ל
איך פרוביר צו טראכטן צו איך זאל נישט אנהייבן א דריטע סוגיא בעפאר די צוויי זענען עטוואס פארטיגשעפטאל האט געשריבן:אונז אלע ווארטען מיט שפאנונג! ר' @לייביששרייבער איז איינע פון מיינע ראיל מאדעלס! דו באווייזט אריינצושלעפען דעם עולם ווי מיט כישוף!לייביששרייבער האט געשריבן: שוין געווארן 3:15 וויל איך פארציילן אין אן עקסטערע אשכול וואס עס קאכט זיך אונטער די קוליסן פון לייביש שרייבער.
ווארט מיט שפאנונג.
Sent from my SM-S908U using Tapatalk
הק' לייביש שרייבער
א פאקט איז א פאקט נישט קיין חילוק פון ווי עס שטאמט.
א פאקט איז א פאקט נישט קיין חילוק פון ווי עס שטאמט.
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 595
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 28, 2023 6:18 am
- האט שוין געלייקט: 285 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1344 מאל
Re: ק"ש נעכטן 3:00 פארטאג'ס. וואט דע ה?!ל
שוין לאנג נישט געווען אבער זייענדעג אויף וויקעישאן האב איך נישט קיין געדולד, צייט אדער גאר ביידע.
Sent from my iPhone using Tapatalk