קאווע שטיבל איז מלא מעלות איך האב נישט געקלערט אז איך דארף עס מסביר זיין פאר מענטשן וואס זענען דא ווייל זיי זעען עס אליינס.
אבער אז דו בעטסט וועל איך עס אויסשמועסן בקיצור נמרץ.
די מעין מעלה איז אז ס'איז נישטא קיין צענזור, די מעלה איז א יסוד, ווייל אז ס'איז נישטא קיין צענזור קען מען זיך ערלויבן צו שרייבן וואס ליגט אויפן געוויסן מיט א רואיגקייט, און דאס איז פועל אויך אויף זאכן וואס וואלטן נישט געמעקט געווארן אויף אייוועלט ווייל מען שפירט א געוויסע רחבות ביים שרייבן.
נאך א פועל יוצא האט עס, אז די גוטע שרייבערס, איך מיין צו זאגן נישט סתם גוטע סטארי טעלער'ס איך מיין צו זאגן די שעפערישע און די געניאלע מוחות קומען אן אהער, ווייל אז מ'איז מצמצם א פלאץ וועט א טיפע טראכטער אוועק גיין, און גיין צו א פלאץ ווי מ'קען טראכטן טיעף אפילו אז ס'איז דא דארט ווייניגער מענטשן.
נאך א זאך וואס איז אוטאמאטיש געשעהן איז אז וויבאלד דא איז די צענזור שוואך איז אוטאמאטיש די פלאץ געווארן אפגעפרעגט ביי די עסטעבלישמענט, איז די וואס גייען מיטן שטראם קומען נישט אן צו קאווע שטיבל, קומט אויס אז די וואס האבן נישט ליב די עסטעבלישמענט שפראך און מהלך המחשבה טרעפן אין קאווע שטיבל א גן עדן ווי צו פארברענגען זייער צייט.
איך דארף נישט ארויסברענגען די שלל פון רעיונות און אינטערסאנטע נושאים וואס מ'קען דא טרעפן, ס'איז ממש אוצר בלום און אלעס אויף היימישע אידיש, ווען איך מיין אז איך ווייס שוין איבער אלץ און אלעמען ווער איך געוואויער אז ס'איז אנגעקומען א פרישע ניק מיט פרישע כוחות וואס ברענגט פרישע געדאנקען און איידיעס וואס איז מיר קיינמאל נישט בייגעפאלן.
ס'איז זיכער דא נאך אסאך צו זאגן אבער איך דארף לאזן עפעס פאר אנדערע אויך.
ס'איז בפירוש געשטאנען אזוי אין בלאט. מהר"א (קר"י) שליט"א האט געזאגט אז כדי אנצוהאלטן אידישקייט אזוי ווי די רבי זכותו יגן עלינו, דער מייסד הקרי' (והגלילות) האט געוואלט מוזן די אלע שטעטלעך ארום קרית יואל זיין א חלק פון דעם הייליגן שטעטל...!
דוקא זעה איך נישט די חסרון אין דעם סטעיטמענט. עס איז קלאר ווי דער טאג אז ווען די אומגעגענט פון קאנטרי האלאו האט זיך געעפנט זענען געקומען פון דארט פיינע לעבעדיגע שמועות וואס א חבר וואס וואוינט דארט האט מיר געזאגט אז קצת יש דברים בגו, למחצה לשליש ולרביע.
אויב וועט א יעדע איינציגע געגענט מאכן שבת פאר זיך און אראפווארפן די סטאנדארטן מיט וואס ק''י אינדעטעפייד זיך איז די עקזיסטענץ פון ק''י אין א סכנה.
דו קענסט אפשר אריינגיין אין א וויכוח צו די סטאנדארט פון ק''י איז איבערגעטריבן צו נישט. אבער עכ''פ אויב איז דאס די סטאנדארט און די ארומיגע געגענטער שטעלן דעם סטאנדארט אין שאטן איז ער דאך 100% גערעכט מיטן סטעיטמענט אז די רבי זי''ע האט געבויעט די שטעטל וכו' מיט אט די סטאנדארטן און די פריקת עול פון אפאר רקים וואס מיינען אז מיטן זיך ריקן אוועק פון שטעטל א האלבע מייל זענען זיי ארויס מגדר, זאלן זיי וויסן אז עס וועט ווייטער ווערן אינפארסירט אזוי ווי אין ק''י זעלבסט.

הני מילי, ווען ער האט א כח צו אינפארסירן די סטאנדארטן, אבער אז ער האט נישט קיין כח (נישטאמאל זיינע טעראר סטראטעגיעס קענען זיך איינגעבן אין די גלילות,) טא וואס האט מען פון אזעלכע שארפע סטעיטמענט'ס?, ס'איז וואו פוטין דערקלערט אוקריינישע שטחים אלץ א חלק פונעם מוטער לאנד,,,