חסידות מיט א וואן-וועי סטריט - פארוואס?
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 75
- זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש מאי 13, 2023 9:58 pm
- האט שוין געלייקט: 26 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 87 מאל
חסידות מיט א וואן-וועי סטריט - פארוואס?
איך האב ב"ה חבירים פון אלע קרייזן. פון ליובאוויטש דורך סטאמאר בעלזא באבוב סקווירא ברסלב, ביז תולדות אהרן סאדיגורא וויזניץ גור צאנז און סלונים. ליטווישע און חסידישע. כניאקישע און אויפגעקלערטע, קנאי'שע און כמעט חרדלישע.
איך פרוביר עפעס צו פארשטיין.
פון כמעט יעדע חסידות זענען פאראן מענטשן וועלכע האבן געסוויטשט פון איין חסידות צו א צווייטע. טאקע נישט זייער אן אפטע ערשיינונג אבער פארט עס געשעהט.
טיילמאל נאר למחצה לשליש לרביע.
פארוואס קען איך נישט קיין איין ליובאוויטשער וואס איז געווארן א חסיד פון צווייטע חסידות?
פארוואס קען איך נישט קיין איין חבד'סקער וואס איז געווארן א פשוט'ער בן תורה ליטוואק?
לכאורה וואלטן זיי זיך געדארפט אסאך מער אויפוועקן און אנטלויפן פון די משוגע'נע סיטואציע דארט.
איך ווייס אז זייערע ספרים פארקויפן עפעס, און סנישט סתם טייטשעלעך אין פסוקים. אבער מ'קען מיטנעמען די ספרים און דאווענען אין תולדות אהרן און גיין צו א סלאנימע זיץ. מ'קען ווערן א בן תורה כמו שכתוב און נאכאלץ געניסן פון די חב"ד ליטארעטור. עפטער-אלל אין היסטארישע חב"ד זענען דארט געווען פעסטע ת"ח און פוסקים.
ענליכע שאלה, אבער נישט ממש די זעלבע קען געפרעגט ווערן לגבי ברסלב.
איך מיין אבער אז ברסלב'ע זענען פאראן מערערע מיט א שם לווי. דהיינו זיי גייען אויך צו אנדערע הויפן אביסל. בליקן אביסל אין אנדערע ספרים. האבן א שטיקל שייכות מיט אנדערע רבי'ס.

- פרנס החודש
- ידיד ותיק
- הודעות: 699
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 13, 2021 7:50 am
- האט שוין געלייקט: 3763 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 925 מאל
זייער אן אמת'ע און אינטערעסאנטע נקודה.
די תירוץ איז לכאורה אז אין חב"ד איז דא גאר א ברייטע ספעקטרום אז עס פעלט נישט אויס צו לויפן אין ערגעץ ווייל מען קען עס האבן אין חב"ד אויך.
אין חב"ד קען מען טרעפן קאמיוניטיס מיט חסידישע ווארעמקייט, שיגעון, קאלעדש/ מאדערנע חברה, ספרדים, און נאך. כדי צו ארויסברענגען ווי diverse חב“ד איז ברויך מען נישט מער ווי צו ווייזן אז זיי האבן קאמיוניטיס פון רוסיש רעדנדע, פראנצוזיש, עברית, ענגליש, אידיש רעדנדע, און נאך.
דאס א דירעקטע רעזולטאט פון די סטראטעגיע פונעם רבי צו איזאלירן חב"ד פונעם אלגעמיינעם ארטאדאקסיע, אבער אריינברענגען דרויסענדיגע און פארשידענע מנהגים און מענטשן אין חב"ד אזוי לאנג ווי עס איז ברענדעד ליובאוויטש.
באמת א דאנק פארן אויפברענגען די נקודה, עס האט מיר געגעבן פיל חומר למחשבה.

Don’t ask unless you want to hear the answer.
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 79
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 02, 2022 10:28 pm
- האט שוין געלייקט: 74 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 60 מאל
- פרנס החודש
- ידיד ותיק
- הודעות: 699
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 13, 2021 7:50 am
- האט שוין געלייקט: 3763 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 925 מאל
Re: חסידות מיט א וואן-וועי סטריט - פארוואס?
פשוט פארגעסן צוצולייגן, קיינער ברויך נישט אוועקלויפן פון דארט וועגן ״די משוגענע סיטואציע״, חב״ד ענדיגט זיך נישט אין קראון הייטס, זיי האבן אויך פיל גאר שיינע געסעטלטע קאמיוניטיס ב״ה.
Don’t ask unless you want to hear the answer.
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 140
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג פעברואר 19, 2023 12:33 pm
- האט שוין געלייקט: 139 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 353 מאל
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 622
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יוני 30, 2021 2:24 am
- געפינט זיך: כשושנה בין החוחים
- האט שוין געלייקט: 4274 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1077 מאל

דערהויבענע איד האט געשריבן:איך קריג זיך מיט די פותח האשכול.
האסט אמאל געטראפן א בעלזער ווערן א סאטמערער? א באבוב'ער? א ליטווישער?
פון ספינקא קיין פאפא קענסטו טרעפן, אדער פון מאדערן צו חב''ד, דעטס איט.
Really?
אדער זענט איר נישט באקאנט מיט די פאקטן, אדער מאכט איר זיך כאילו לא ידע...
עס איז דא שווערע 100ער אידן פון אלע חסידות'ן וואס ווערן חב"דסקער אינגאנצן אדער למחצה לשליש ולרביע, אין א"י איז דא כמה קהילות מעייני ישראל מיט כוללים ללימוד חסידות ב"ה, ס'ווערט מקוים די פסוק "לא רעב ללחם ולא צמא למים כי אם לשמוע את דבר השם"
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 75
- זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש מאי 13, 2023 9:58 pm
- האט שוין געלייקט: 26 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 87 מאל
"טיפע חסידות"תניא בניחותא האט געשריבן:חב”ד האט וואס צי פארקויפן פאר אלע לעוועלס מענטשן, פאר בעלי דעת פארקויפן זיי טיפע חסידות, פאר עובדים און מבקשים פארקויפן זיי חובת האדם בעולמו על פי חסידות, פאר איינער וואס זוכט עקשן איז דא מבצעים וכדו’ וואס איז עקשן מיט תוכן אויפטוען פאר אידישקייט
It's hard to compete with all of that
וואס מיינט טיף?
ר' יצחק גינזבורג'ס תורות הייסט טיף?
ווילסט מיר געבן א סעמפל פון טיף?
דו מיינסט אז א טיפע חבדסקער קען מיטהאלטן א טיפע העמק דבר אשכול דא אין שטיבל און ארויסקומען מיט א נצחון פאר חסידות, אדער ער קען פשוט נאכזאגן ביאורים און תורה'לעך געבויט מיט הקדמות און הקדמות צו די הקדמות אן א עכטע לאגיק און טיפקייט פאר א היינטיגע מאדערנע מוח?
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 140
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג פעברואר 19, 2023 12:33 pm
- האט שוין געלייקט: 139 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 353 מאל
טיפע חסידות מיינט לאפוקי פון א שיינע טייטש אויפן פרשה אדער א חסידישע געדאנק (וואס איז אויך חשוב אין טייער).
טיפע חסידות איז כולל אין זיך א הבנה אין קבלה ענינים, דרגות אין געטליכקייט וואס מ'זאל פארשטיין מיט שכל גשמי (לאוו דוקא על פי חקירה), תכלית בריאת העולמות, חובת אדם בעולמו וכו'.
און יא, גרויסע חכמים וואס האבן געמיינט אז זיי האבן אנטדעקט אמעריקע אז זיי פארשטייען סייענס און עוואלוציע וכדו' זענען צוריקגעקומען צי אידישקייט און אמונה דורך חב"ד.
טיפע חסידות איז כולל אין זיך א הבנה אין קבלה ענינים, דרגות אין געטליכקייט וואס מ'זאל פארשטיין מיט שכל גשמי (לאוו דוקא על פי חקירה), תכלית בריאת העולמות, חובת אדם בעולמו וכו'.
און יא, גרויסע חכמים וואס האבן געמיינט אז זיי האבן אנטדעקט אמעריקע אז זיי פארשטייען סייענס און עוואלוציע וכדו' זענען צוריקגעקומען צי אידישקייט און אמונה דורך חב"ד.
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 79
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 02, 2022 10:28 pm
- האט שוין געלייקט: 74 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 60 מאל
הרמב״ן בספר שער הגמול נאכ׳ן פראבירן מסביר זיין הנהגת השם בענין שכר ועונש הייבט ער הענט און איז מודה אז מ׳קען נישט אלס פארשטיין, איי וועסטו פרעג׳ן פארוואס דאך פרובירט ער מסביר זיין? ענטפערט ער, היינו דכתיב אשא דעי למרחוק ולפועלי אתן צדק. ד״מ אז נאכן פארשטיין וואסמ׳קען פארשטיין לאזט די שכל אננעמען וואס ער פארשטייט נישט אויך והדברים עמוקים ואכמ״ל בזה ואהני שיטתיה/שטותיה דחב״ד
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 75
- זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש מאי 13, 2023 9:58 pm
- האט שוין געלייקט: 26 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 87 מאל
לאפוקי - ווייס איך זייער גוט.תניא בניחותא האט געשריבן: טיפע חסידות מיינט לאפוקי פון א שיינע טייטש אויפן פרשה אדער א חסידישע געדאנק (וואס איז אויך חשוב אין טייער).
טיפע חסידות איז כולל אין זיך א הבנה אין קבלה ענינים, דרגות אין געטליכקייט וואס מ'זאל פארשטיין מיט שכל גשמי (לאוו דוקא על פי חקירה), תכלית בריאת העולמות, חובת אדם בעולמו וכו'.
מיין טענה איז אז למעשה היינט איז נישט פאראן קיין היינטיגע סארט טיפקייט אדער חכמה. עס איז פשוט איבערזאגן מאמבא דזשאמבא פון דעם אלטן מיטעלן לעצטן רבי וכולי וכולי.
פאר דעם געלט קענסטו איבערזאגן "טיפע" שטיקלעך זוהר, אדער זאל שוין זיין גמרא וראשונים.
כ'מיין, צוריק צום שאלה פון דעם אשכול, זענען נישטא קיין ליובאוויטשע וואס זאלן זאגן גענוג מיט דעם, לאמיך ווערן נארמאל, פיין חסידות אביסל, אבער דעטס איט!
פארוואס הערט מען נישט קיין סאך אזוינע פעלער אויב בכלל?
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 140
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג פעברואר 19, 2023 12:33 pm
- האט שוין געלייקט: 139 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 353 מאל
שווער מסביר צי זיין אויף איין פוס די געשמאק און טיפקייט פון חסידות חב"ד אבער פוק חזי מאי עמא דבר, אלע וואס לייגן זיך אריין אין דעם ווערן פארכאפט... כל באי' לא ישובון, be careful אסאך האבן פרובירט צי פירן וויכוחים מיט ליובאוויטשע און זענען פארכאפט געווארן, נעם אין באטראכט אז חב"ד האט שלוחים וואס ארבעטן אין אוניווערסיטעטן מיט קלוגע סטודענטן און פראפעסארן און זענען מצליח א געוואלד.
די ריכטיגע וועג צו פארשטיין די טיפקייט איז דורך לערנען אביסל.
די ריכטיגע וועג צו פארשטיין די טיפקייט איז דורך לערנען אביסל.
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 75
- זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש מאי 13, 2023 9:58 pm
- האט שוין געלייקט: 26 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 87 מאל
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 259
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 27, 2023 11:03 pm
- האט שוין געלייקט: 194 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 307 מאל
אנטשולדיגט מיר, אדער דימיונ'סטו אז דו פארשטייסט, און דו הייבסט נישט אהן צו פארשטיין,, אדער האסטו נאכנישט געלערנט,,,אבטח ולא אפחד האט געשריבן:כהאלט שוין נאכדעם.
אדרבה צייכן מיר צו ווי מ'קען לערנען א דף ליקוטי תורה-תורה אור, אהן זיך טרעפן מיט טיפע מושגים,,
(למשל די חילוק פון ממכ"ע און סוכ"ע און די פרטי השתלשלות ביי ממכ"ע וכו' איז כנ"ל, אדער האסטו נאכנישט געלערנט די סוגיא אדער חלום'סטו אז דו האסט א השגה דערין,,,)
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 622
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יוני 30, 2021 2:24 am
- געפינט זיך: כשושנה בין החוחים
- האט שוין געלייקט: 4274 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1077 מאל
מסכים.תניא בניחותא האט געשריבן:דערהויבענע איד האט געשריבן:איך קריג זיך מיט די פותח האשכול.
האסט אמאל געטראפן א בעלזער ווערן א סאטמערער? א באבוב'ער? א ליטווישער?
פון ספינקא קיין פאפא קענסטו טרעפן, אדער פון מאדערן צו חב''ד, דעטס איט.
Really?
אדער זענט איר נישט באקאנט מיט די פאקטן, אדער מאכט איר זיך כאילו לא ידע...
עס איז דא שווערע 100ער אידן פון אלע חסידות'ן וואס ווערן חב"דסקער אינגאנצן אדער למחצה לשליש ולרביע, אין א"י איז דא כמה קהילות מעייני ישראל מיט כוללים ללימוד חסידות ב"ה, ס'ווערט מקוים די פסוק "לא רעב ללחם ולא צמא למים כי אם לשמוע את דבר השם"
פארקערט האסטו אפילו איינער???
דאס האב איך געמיינט. ברסלב און חב''ד זענען י איינציגסטע וואס הבן צוגעקומענע, ווייל ס'איז א מאוומענט, נישט א חסידות-סיסטעם.
- פונדאַמענטאַל
- ידיד השטיבל
- הודעות: 320
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 26, 2023 12:12 am
- האט שוין געלייקט: 677 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 944 מאל
אנטשולדיגן זאלט איר מיר אבער אייערע ווערטער ווייזן אויף איינע פון די צוויי - אדער טיפע אראגאנץ, אדער טיפע אנגעווייטוגטקייט.אבטח ולא אפחד האט געשריבן:"טיפע חסידות"תניא בניחותא האט געשריבן:חב”ד האט וואס צי פארקויפן פאר אלע לעוועלס מענטשן, פאר בעלי דעת פארקויפן זיי טיפע חסידות, פאר עובדים און מבקשים פארקויפן זיי חובת האדם בעולמו על פי חסידות, פאר איינער וואס זוכט עקשן איז דא מבצעים וכדו’ וואס איז עקשן מיט תוכן אויפטוען פאר אידישקייט
It's hard to compete with all of that
וואס מיינט טיף?
ר' יצחק גינזבורג'ס תורות הייסט טיף?
ווילסט מיר געבן א סעמפל פון טיף?
דו מיינסט אז א טיפע חבדסקער קען מיטהאלטן א טיפע העמק דבר אשכול דא אין שטיבל און ארויסקומען מיט א נצחון פאר חסידות, אדער ער קען פשוט נאכזאגן ביאורים און תורה'לעך געבויט מיט הקדמות און הקדמות צו די הקדמות אן א עכטע לאגיק און טיפקייט פאר א היינטיגע מאדערנע מוח?
עס זענען פארהאן פילע שבולי החכמה, חכמה און עמקות קען ווערן ארויסגעברענגט אין אסאך וועגן. אויב גלייכט איר נישט די אידאולוגיה פון חב''ד איז עס בסדר גמור, דאס מיינט נאך נישט אז עס איז נישט קיין חכמה. תורת חב''ד איז טיף, און ר' יצחק גינזבורג איז גאר טיף. און עס איז ראוי אויך פאר א היינטיגע מאדערנע מוח! און יא, פילע חכמי תורת חב''ד (עס דארף נישט זיין יעדע מעמבער אין חב''ד) וועלן קענען מיטהאלטן א טיפע העמק דבר אשכול און האבן א נקודה צוויי צו פארקויפן, סיי פון תורת החסידות און סיי פון אלגעמיינע חכמה.
There's no relationship between being smart & being wise (Jordan Peterson)
הַמְפוֹרָשׁוֹת סְתוּמוֹת. הַגְּלוּיוֹת עֲלוּמוֹת. הַמְּבֹאָרוֹת חֲתוּמוֹת. הַמְּשֻׁנָּנוֹת עֲצוּמוֹת. הַחֲקוּקוֹת רְשׁוּמוֹת:
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 67
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 04, 2023 2:20 pm
- האט שוין געלייקט: 143 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 141 מאל
וויכטיג צוצילייגן: די משוגענע סיטואציע הייבט זיך אויך נישט אן אין קרואן הייטס, ס"ה א קליינע פראצענט אין קרואן הייטס איז פארכאפט דערין 'גאר' שטארק, פון דארט איז יעדע חב"ד,סקער אביסל מער אביסל ווייניגער גערירט דערפון. אבער דאס מיינט נישט אז די וועלט האט זיך דארט גענדיגט, כאפ נארר א שמועס מיט די צופידאלטע משיחיסט וועסטו זען ער פאקט דיר איין 10 מאל אין ידיעה חכמה און סיי וואס אפילו און אויפגעקלערטקייט, כ"ש א נארמאלע חבדניקפרנס החודש האט געשריבן:פשוט פארגעסן צוצולייגן, קיינער ברויך נישט אוועקלויפן פון דארט וועגן ״די משוגענע סיטואציע״, חב״ד ענדיגט זיך נישט אין קראון הייטס, זיי האבן אויך פיל גאר שיינע געסעטלטע קאמיוניטיס ב״ה.
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 75
- זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש מאי 13, 2023 9:58 pm
- האט שוין געלייקט: 26 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 87 מאל
וועכע חלק פון ממכ"ע און סוכ"ע איז "טיף"?צומישט און צוחישט האט געשריבן:אנטשולדיגט מיר, אדער דימיונ'סטו אז דו פארשטייסט, און דו הייבסט נישט אהן צו פארשטיין,, אדער האסטו נאכנישט געלערנט,,,אבטח ולא אפחד האט געשריבן:כהאלט שוין נאכדעם.
אדרבה צייכן מיר צו ווי מ'קען לערנען א דף ליקוטי תורה-תורה אור, אהן זיך טרעפן מיט טיפע מושגים,,
(למשל די חילוק פון ממכ"ע און סוכ"ע און די פרטי השתלשלות ביי ממכ"ע וכו' איז כנ"ל, אדער האסטו נאכנישט געלערנט די סוגיא אדער חלום'סטו אז דו האסט א השגה דערין,,,)
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 75
- זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש מאי 13, 2023 9:58 pm
- האט שוין געלייקט: 26 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 87 מאל
ביטע ווייז מיר צו איין "טיפע" תורה פון היינטיגע חב"ד, זיי זאגן נאך פון דעם און פון יענעם ממילא איז עס אסאך אינפארמאציע. איך וויל א מאמר, א שיחה, וואס זאל עפעס ארויסברענגען עמקות עצמית, נישט סתם איבערחאזערן אלטע שטאף וואס מ'דארף גלייבן און אננעמען.פונדאַמענטאַל האט געשריבן:אנטשולדיגן זאלט איר מיר אבער אייערע ווערטער ווייזן אויף איינע פון די צוויי - אדער טיפע אראגאנץ, אדער טיפע אנגעווייטוגטקייט.אבטח ולא אפחד האט געשריבן:"טיפע חסידות"תניא בניחותא האט געשריבן:חב”ד האט וואס צי פארקויפן פאר אלע לעוועלס מענטשן, פאר בעלי דעת פארקויפן זיי טיפע חסידות, פאר עובדים און מבקשים פארקויפן זיי חובת האדם בעולמו על פי חסידות, פאר איינער וואס זוכט עקשן איז דא מבצעים וכדו’ וואס איז עקשן מיט תוכן אויפטוען פאר אידישקייט
It's hard to compete with all of that
וואס מיינט טיף?
ר' יצחק גינזבורג'ס תורות הייסט טיף?
ווילסט מיר געבן א סעמפל פון טיף?
דו מיינסט אז א טיפע חבדסקער קען מיטהאלטן א טיפע העמק דבר אשכול דא אין שטיבל און ארויסקומען מיט א נצחון פאר חסידות, אדער ער קען פשוט נאכזאגן ביאורים און תורה'לעך געבויט מיט הקדמות און הקדמות צו די הקדמות אן א עכטע לאגיק און טיפקייט פאר א היינטיגע מאדערנע מוח?
עס זענען פארהאן פילע שבולי החכמה, חכמה און עמקות קען ווערן ארויסגעברענגט אין אסאך וועגן. אויב גלייכט איר נישט די אידאולוגיה פון חב''ד איז עס בסדר גמור, דאס מיינט נאך נישט אז עס איז נישט קיין חכמה. תורת חב''ד איז טיף, און ר' יצחק גינזבורג איז גאר טיף. און עס איז ראוי אויך פאר א היינטיגע מאדערנע מוח! און יא, פילע חכמי תורת חב''ד (עס דארף נישט זיין יעדע מעמבער אין חב''ד) וועלן קענען מיטהאלטן א טיפע העמק דבר אשכול און האבן א נקודה צוויי צו פארקויפן, סיי פון תורת החסידות און סיי פון אלגעמיינע חכמה.
ברענג ארויס א יסוד, ווייז מיר איבער אז דער יסוד איז ריכטיג, ווייז מיר ווא ס איך פארדין פון דעם יסוד אאז"וו
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 259
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 27, 2023 11:03 pm
- האט שוין געלייקט: 194 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 307 מאל
וועלכע חלק פונעם אקעאן איז טיף?אבטח ולא אפחד האט געשריבן:וועכע חלק פון ממכ"ע און סוכ"ע איז "טיף"?צומישט און צוחישט האט געשריבן:אנטשולדיגט מיר, אדער דימיונ'סטו אז דו פארשטייסט, און דו הייבסט נישט אהן צו פארשטיין,, אדער האסטו נאכנישט געלערנט,,,אבטח ולא אפחד האט געשריבן:כהאלט שוין נאכדעם.
אדרבה צייכן מיר צו ווי מ'קען לערנען א דף ליקוטי תורה-תורה אור, אהן זיך טרעפן מיט טיפע מושגים,,
(למשל די חילוק פון ממכ"ע און סוכ"ע און די פרטי השתלשלות ביי ממכ"ע וכו' איז כנ"ל, אדער האסטו נאכנישט געלערנט די סוגיא אדער חלום'סטו אז דו האסט א השגה דערין,,,)
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 259
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 27, 2023 11:03 pm
- האט שוין געלייקט: 194 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 307 מאל
אה ס'האט זיך מיטאמאל געטוישט, ס'איז יא טיף נאר ס'איז איבערגעחזער'טע טיפקייט,, און אויך פרעגסטו צו דו דארפסט גלייבן די טיפקייט און צו דו האסט עפעס דערפון,, מוזט נישט שעפעלע,, אבער,, חב"ד איז טיף, דו זוכסט שמאלקעפגקייט ביי חרדים-חסידים?, נישט גוט אנגעטראפן,,אבטח ולא אפחד האט געשריבן:ביטע ווייז מיר צו איין "טיפע" תורה פון היינטיגע חב"ד, זיי זאגן נאך פון דעם און פון יענעם ממילא איז עס אסאך אינפארמאציע. איך וויל א מאמר, א שיחה, וואס זאל עפעס ארויסברענגען עמקות עצמית, נישט סתם איבערחאזערן אלטע שטאף וואס מ'דארף גלייבן און אננעמען.פונדאַמענטאַל האט געשריבן:אנטשולדיגן זאלט איר מיר אבער אייערע ווערטער ווייזן אויף איינע פון די צוויי - אדער טיפע אראגאנץ, אדער טיפע אנגעווייטוגטקייט.אבטח ולא אפחד האט געשריבן:"טיפע חסידות"תניא בניחותא האט געשריבן:חב”ד האט וואס צי פארקויפן פאר אלע לעוועלס מענטשן, פאר בעלי דעת פארקויפן זיי טיפע חסידות, פאר עובדים און מבקשים פארקויפן זיי חובת האדם בעולמו על פי חסידות, פאר איינער וואס זוכט עקשן איז דא מבצעים וכדו’ וואס איז עקשן מיט תוכן אויפטוען פאר אידישקייט
It's hard to compete with all of that
וואס מיינט טיף?
ר' יצחק גינזבורג'ס תורות הייסט טיף?
ווילסט מיר געבן א סעמפל פון טיף?
דו מיינסט אז א טיפע חבדסקער קען מיטהאלטן א טיפע העמק דבר אשכול דא אין שטיבל און ארויסקומען מיט א נצחון פאר חסידות, אדער ער קען פשוט נאכזאגן ביאורים און תורה'לעך געבויט מיט הקדמות און הקדמות צו די הקדמות אן א עכטע לאגיק און טיפקייט פאר א היינטיגע מאדערנע מוח?
עס זענען פארהאן פילע שבולי החכמה, חכמה און עמקות קען ווערן ארויסגעברענגט אין אסאך וועגן. אויב גלייכט איר נישט די אידאולוגיה פון חב''ד איז עס בסדר גמור, דאס מיינט נאך נישט אז עס איז נישט קיין חכמה. תורת חב''ד איז טיף, און ר' יצחק גינזבורג איז גאר טיף. און עס איז ראוי אויך פאר א היינטיגע מאדערנע מוח! און יא, פילע חכמי תורת חב''ד (עס דארף נישט זיין יעדע מעמבער אין חב''ד) וועלן קענען מיטהאלטן א טיפע העמק דבר אשכול און האבן א נקודה צוויי צו פארקויפן, סיי פון תורת החסידות און סיי פון אלגעמיינע חכמה.
ברענג ארויס א יסוד, ווייז מיר איבער אז דער יסוד איז ריכטיג, ווייז מיר ווא ס איך פארדין פון דעם יסוד אאז"וו
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 257
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 24, 2013 2:23 am
- האט שוין געלייקט: 287 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 708 מאל
דער חב״ד עולם איז Brainwashed פון די יוגנט, מיט סאלידע יסודות, אזוי אז נישטא קיין סיבה פאר זיי צו טויפן צו א צווייטער חסידות וואס פארקויפט זיכער נישט עפעס בעסער…
חב״ד׳ס משפיעים זענען זייער דייווערסיפייד, סאיז דא פון אלע מינע, ספארהאן פרומע ,הויכע , ארייטגעטראכטע ביז יונגע ,אויפגעקלערטע רבנים וואס גייען שמאל געפאסטע הויזן
אויך זענען זיי די בעסטע זיך אומצוגיין מיטן היינטיגע דור ווייל זיי האבן אויף אלעס א פשט, קענסט אלעס פרעגן פון פארוואס מלייגט תפילין, פארוואס מגייט רעכטס אויף לינקס
ווי אזוי זיך אומצוגיין מיט די אינטערנעט און וויאזוי זיך צו ספראווען מיט LGBT
קיין איין אנדערע חסידות האט נישט אזעלכע קלארע משפיעים וואס האבן אויף אלעס ענטפערס
ר׳ מאניס פרידמאן, ר׳ דזשעיקאבסאן, ועוד כמה אפילו דו האלטסט זיי רעדן הוילע בלאף, אבער זיי האבן א פשט און דרך אויף אלעס און נישט בלויז אסור מסורה ווי מפיטערט אונז
נישט אז ס׳זענען נישט פארהאן קיין נושרים, אבער ביי אנדערע חסידותן איז נישטא וואס צו זוכן
אויך איז נישטא אזא מציאות ווי אראפקוקן א צווייטע איד נישט קיין חילוק פארוואס, אבער דאך האלטן זיי אז זיי זענען די ריכטיגע חסידים ווארום זיי לערנען חסידות אגאנצן טאג…
אבער וויכטיג ארויסצוברענגען מדארף דארט האבן אמונה אויך, קיין אויפגעקלערטע אדער OTD וועט נישט ווערן קיין חב״ד חסיד. נאר צווישן די רבי׳ס תורות און חב״ד איז חב״ד סאך מער תוכנ׳דיג
צווישן די שפאלטענעס פון היינטיגע תורת חב״ד דארף מען צוקומען צו גלייבן אין די רבי, שטילערהייט אז ער איז משיח אן קיין יחי אדונינו
ווען ער איז אוועק זענען טאקע אסאך צוגעקומענע אוועקגעגאנגען, ווייל סאיז דא א שיעור וויסאך אמונה קענסט צולייגן
לגבי ברסלב, לענ״ד דארף מען צוקומען צו זיי ספעציעל היינט זיך צו פילן גוט מיט זיך נאך עליות און ירידות, פאר די חיזוק און פאר די תכלית הידיעה שלא נדע
כבין נישט באהאוונט אין חב״ד אדער ברסלב אבער אזוי סאך ווייס איך יא, ברסלב האלט שנדע שלא נדע, און חב״ד האלט אז מדארף פרובירן צו פארשטיין ביז מקען שוין נישט
קיין איין חסידות איז נישט קיין ״פיל גוד״ חסידות ווי ברסלב און די תיקון הכללי, ווען מלערנט שיחות הר״ן פילט מען ווי ר׳ נחמן האט אונז זייער גוט ארויס.
און ביי ברסלב איז טאקע יא דא פילע OTD ווייל יעדער קען זיך דארט טרעפן און ווי געזאגט ״פיל גוד״
אז מרעדט שוין יא פון בעלי תשובה און חסידותער, וואס איז פשט אז אחינו בני ישראל הספרדים גלייבן אין יעדע חכם, קולט, אמונה טפילה וואס איז נאר פארהאן?