קעמפ (ליין לאגער) רב טוב
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1665
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 27, 2017 6:30 pm
- געפינט זיך: הלוואי ווען כ'וואלט געוויסט
- האט שוין געלייקט: 6003 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3632 מאל
כ'מיין דעם נאמען "לאגער" איז נישט אין פלאץ! קען זיין ווייל מיינע עלטערן זענען דורכגעגאנגען די לאגערן דערפאר שטערט עס מיך גאר שטארק. ס'ניטאמאל סתם איבערגעטריבן, ס'פאסט פשוט נישט אנצורופן א יודישע קעמפ אין די פרייע אמעריקע מיט נאמען "לאגער".
כ'פארשטיי די נקודה וואס די קאמענטירערס ווילן דא ארויסברענגען, כ'האב היפש פון מיינע קינדישע יארן דארט פארברענגט.

- שערי יושר
- היימישער באניצער
- הודעות: 486
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 06, 2023 5:07 am
- געפינט זיך: ישיבת שערי יושר
- האט שוין געלייקט: 697 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 771 מאל
Re: קעמפ (ליין לאגער) רב טוב
ער שרייבט פון זיינע קינדערישע זכרונות, איך אלס יונגל אין נעפאנעק האב געפילט ווי אין א לאגער.
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 259
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 27, 2023 11:03 pm
- האט שוין געלייקט: 194 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 307 מאל
דו ווייסט וויאזוי מ'זאגט קעמפ אויף אידיש? לאגער!דער גאלדענער אדלער האט געשריבן:כ'מיין דעם נאמען "לאגער" איז נישט אין פלאץ! קען זיין ווייל מיינע עלטערן זענען דורך געגאנגן די לאגערן דערפאר שטערט עס מיך גאר שטארק. ס'ניטאמאל סתם איבערגעטריבן, ס'פאסט פשוט נישט אנצורופן א יודישע קעמפ אין די פרייע אמעריקע מיט נאמען "לאגער"
כ'פארשטיי די נקודה וואס די קאמענטירערס ווילן דא ארויסברענגן, כ'האב היפש פון מיינע קינדישע יארן דארט פארברענגט.
א לאגער איז בעצם נישט קיין געמיינע זאך, פשוט אונז האמיר טראמא פון די דייטשע לאגערן, לשיטתך זעה איך נישט פארוואס ווען מ'רופט עס קעמפ פילסטיך בעסער...
אגב אז מ'רעדט שוין, ס'איז קלאר אז אסאך איידיעס וואס ר' יודל רז"ב האט איינגעפירט אין קעמפ איז אים געקומען אין קאפ זייענדיג אונטערן השראה פונעם לאגער, אנגעהויבן פון טיילן בגדים פאר די פליכטונגען, ביזן אביוזן די ארבעטערס אויף א וועג וואס נאר די ימ"שניקעס האבן אים געקענט אויסלערנען וכו'.. ואין אתי העת להאריך כעת ועוד חזון...
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 595
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 28, 2023 6:18 am
- האט שוין געלייקט: 285 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1344 מאל
Re: קעמפ (ליין לאגער) רב טוב
100% איך האלט אויך אזויצומישט און צוחישט האט געשריבן:דו ווייסט וויאזוי מ'זאגט קעמפ אויף אידיש? לאגער!דער גאלדענער אדלער האט געשריבן:כ'מיין דעם נאמען "לאגער" איז נישט אין פלאץ! קען זיין ווייל מיינע עלטערן זענען דורך געגאנגן די לאגערן דערפאר שטערט עס מיך גאר שטארק. ס'ניטאמאל סתם איבערגעטריבן, ס'פאסט פשוט נישט אנצורופן א יודישע קעמפ אין די פרייע אמעריקע מיט נאמען "לאגער"
כ'פארשטיי די נקודה וואס די קאמענטירערס ווילן דא ארויסברענגן, כ'האב היפש פון מיינע קינדישע יארן דארט פארברענגט.
א לאגער איז בעצם נישט קיין געמיינע זאך, פשוט אונז האמיר טראמא פון די דייטשע לאגערן, לשיטתך זעה איך נישט פארוואס ווען מ'רופט עס קעמפ פילסטיך בעסער...
אגב אז מ'רעדט שוין, ס'איז קלאר אז אסאך איידיעס וואס ר' יודל רז"ב האט איינגעפירט אין קעמפ איז אים געקומען אין קאפ זייענדיג אונטערן השראה פונעם לאגער, אנגעהויבן פון טיילן בגדים פאר די פליכטונגען, ביזן אביוזן די ארבעטערס אויף א וועג וואס נאר די ימ"שניקעס האבן אים געקענט אויסלערנען וכו'.. ואין אתי העת להאריך כעת ועוד חזון...
Sent from my SM-S908U using Tapatalk
הק' לייביש שרייבער
א פאקט איז א פאקט נישט קיין חילוק פון ווי עס שטאמט.
א פאקט איז א פאקט נישט קיין חילוק פון ווי עס שטאמט.
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 595
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 28, 2023 6:18 am
- האט שוין געלייקט: 285 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1344 מאל
Re: קעמפ (ליין לאגער) רב טוב
באנק 3 איז אנטקעגן די לאנטש רום אריין גאנג בעפאר שערי חיים ?מילך טראק האט געשריבן:שוין די ערשטע טאג געזעהן אז מ'גייט דא נישט לעקען קיין האניג, מיינע באקסעס זענען אנגעקומען אויפ'ן פרייען פעלד, איך בין געשלאפן אין באנג 3 נאכן טרעפן מיינע באקסעס האב איך עס געדארפט אראפשלעפן צו די אנדערע זייט קעמפ
Sent from my SM-S908U using Tapatalk
הק' לייביש שרייבער
א פאקט איז א פאקט נישט קיין חילוק פון ווי עס שטאמט.
א פאקט איז א פאקט נישט קיין חילוק פון ווי עס שטאמט.
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 595
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 28, 2023 6:18 am
- האט שוין געלייקט: 285 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1344 מאל
Re: קעמפ (ליין לאגער) רב טוב
דער פרייער פעלד וואלט געווען געוואלדיג קען מען זיך חאטש אויסשפרייטן.מילך טראק האט געשריבן:שוין די ערשטע טאג געזעהן אז מ'גייט דא נישט לעקען קיין האניג, מיינע באקסעס זענען אנגעקומען אויפ'ן פרייען פעלד, איך בין געשלאפן אין באנג 3 נאכן טרעפן מיינע באקסעס האב איך עס געדארפט אראפשלעפן צו די אנדערע זייט קעמפ
אין מיינע צייטן פלעגט די טרעילער פארקען פארנט פון די אפיסעס וואס איז נאך אן עקסטערע ארטיקל פאר זיך. מיטן פארנט צום לאודינג דאק פון די קאך. די די באקסעס זענען אלע געווען אויסגעשפרייט פון אין פארנט פון די בעקעריי ביז די ביז די באנק'ס 1-2 אין ביז די סטעפס פון בית שלמה דער שטח האט מינימום באקומען 2.5 טויזענט אייער באקסעעס.
איך דענק נישט אז עס זאל זיין מער ווי די טרעילער פון יעקב שלמה וואס האט ארויף געברענגט די פעקלעך. מן הסתם איז יא געווען מער ווי איינס.
ווי עס פיט אריין אין איין טרעילער ווייס איך נישט
Sent from my SM-S908U using Tapatalk
הק' לייביש שרייבער
א פאקט איז א פאקט נישט קיין חילוק פון ווי עס שטאמט.
א פאקט איז א פאקט נישט קיין חילוק פון ווי עס שטאמט.
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 808
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 12, 2020 11:17 pm
- געפינט זיך: אויפן וועג צום קאווע שטיבל
- האט שוין געלייקט: 448 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 640 מאל
אקעגן די לאנטש רום, דענק שוין נישט וויאזוי געהייסן דאס ביתמעדריש דארט ווי די קאנטין איז געוועןלייביששרייבער האט געשריבן:באנק 3 איז אנטקעגן די לאנטש רום אריין גאנג בעפאר שערי חיים ?מילך טראק האט געשריבן:שוין די ערשטע טאג געזעהן אז מ'גייט דא נישט לעקען קיין האניג, מיינע באקסעס זענען אנגעקומען אויפ'ן פרייען פעלד, איך בין געשלאפן אין באנג 3 נאכן טרעפן מיינע באקסעס האב איך עס געדארפט אראפשלעפן צו די אנדערע זייט קעמפ
Sent from my SM-S908U using Tapatalk
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 595
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 28, 2023 6:18 am
- האט שוין געלייקט: 285 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1344 מאל
המשך זיכענדיג מיינע באקסעס
און אזוי זייטיג שטייט נעבן דעם בעקעריי א קראס דעם שטעגעל וואס איך האב זיך איצטערט אראפ געגליטשט אויף די זעלבע זייט פון די בעקעריי ווידער א באשיידענדער באנגעלאוי. אויף די דריי טרעפן וואס פירט אריין צו דעם באנגאלאוי שטייט א קליינטשיגער אינגערמאן טאנצענדיג. אנגעטוהן אין א שמיציגער וועסטעל וואס איך האב אזא עקיומעלאציע פון שמוץ אויף איין בגד קיינמאל נישט געזעהן בעפאר, קורצע הויזן, זאקען ארויף געצויגען, א רעבישער העמד, די ערמעל אן א קנעפלעך. (איך מיין אז ביז דאן האב איך אזא העמד נאך נישט געהאט געזעהן) די שווארץ פלאסטיק גלעזער וואס עס איז בל יראה ובל ימצא אין ב"פ (בימים ההם) און שרייט ווי א צוגיינער צום חלל פון דעם סקווער, איך קוק אויף עים ווי ער קוויטשעט איך ווייס נישט צו וועם, אדער אויף וועם. (אבער שפעטער במשך דעם זומער נאך וואס איך האב עים עטוואס קענען געלערנט, ער האט פשוט געכאפט א שמועס מיט איינעם פון די אנדערע זייט סקווער פונק ווען מיר קליינע קינדער קוים ארויס פון די ווינדלען פון 9-10 יאר דארפן קלעטערן ביי ריזיגע טרעילערס זיכען באקסעס צוויי מאל אזוי גרויס ווי מיר זענען).
לייבעלע ווייס איז געווען זיין נאמען בלשון חיבה. עס דענקט ווער ?
אבער איך אין מיין אינגען מוח'ל האב שוין אפגעמאכט איך פארשטיי דא גארנישט, אין דעם אינטערסאנטער שטאט קעמפ בלע''ז. איך דריי זיך שוין א שעה אדער מער אינעם קעמף נאך אלץ האב איך דעם שפיץ גאפל פונעם באדן נישט אנגערירט, און נאך גארנישט געזעהן. נישטא קיין מלמד קאונסלער צו אנצייגן מי ומה ההולכים.
רבוש''ע וועלעכער ווינט האט מיך אהער געבלאזן, פארוואס האב איך זיך געלאזט איבער רעדן און געקומען דא אהער?
בין איך דען אזוי אנטציקט צו לערנען ווייטער מיט א רעגולער סדר היום, ח''ו נישט פארברענגען אין קיין פרעמדע פלעצער ווי מען קויפט איין פרעמדע השקפות?
וואס מיינען בכלל די דעמגאגישע ווערטער וואס האט מיך געמאכט אהער טרעטן, זיך שרעקענדיג פון זיין די אויסווארף אדער א מאדערן אינגעל מיט פרעמדע השקפות, על מה ולמה, ווער האט מיך צו דעם געצווינגען? האלט איך זיך פאר אין מיין מחשבה.
איך קוק זיך ארום צו די אינגלעך רעכטס און צו לינקס דאס זענען פאחאניאקטע קינדער אזוי נישט מיין קאליבער.
די איבער-וויגענדע מערהייט פון די קינדער דא זענען אזעלעכע סארט קינדער וואס איך האב נאך אין מיין לעבן נישט געטוישט קיין ווארט מיט זיי. די מרחק פון אפי' אונזער אויסערליכן אויסזעהן איז כרחוק מזרח ממערב. איך מיט מיין קליינע אינטער געשניטענע פיאות, און א פאלא-שירט מיט העלע קאלירן. קענגורו סניקערס (פאר ווער עס דענקט עס) מיין בלויע הויזן מיט א ווייסער סטרייפ שיף אראפ פונעם דיכט ביזן אנדערע זייט אונטערן טאש (איך דענק נישט נאך איינעם מיט דעם סטייל, מן הסתם איינגעהאנדעלט אין מעסיס, Macy's אדער טי דזשעי מעקס TJ Max, אדער ווי) גאלדענע גלעזער וואס איז יקר המציאות דא. ווי בין איך דא ?
איינזאם אליינס אן קיין גורל וקרוב, א געצערטעלט קינד איינער אליינס אין אזא שלאכט פעלד. שפירענדיג זייער קלאמוטענע אויף מיין אינגע אינגען הארץ מיינער. פליצלונג האט זיך אומוועלענדיגע חוצפידיגע שנירלעך טרערן אנגעהויבן אראפ גליטשן מיינע באקן איך קען עס שוין נישט מער איינהאלטן, און איך האב אויסגעבראכן אין א ביטערע געוויין, עס האט מיר געכאפט א פארלוירנקייט איך האב זיך נישט געקענט באהערשן. צווישען די הונדערטער פרעמדע קינדער זענען מיינע קלאס חבירים געווען אזוי שיטער אז מען האט זיי בכלל נישט ארום געזעהן, אדער זענען זיי שוין לאנג נישט דא געווען זיי זענען שוין אלע אין באנק מיט זייערע באקסעס. איך שטיי נאך דא צווישען הונדעטער קינדער קלעטערט צווישען באקסעס אויף וויי ווייט דער אויג קען נאר זעהן איז אנגעווארפן מיט באקסעס. אוי ווי וועל איך טרעפן דאס מייניגע צווישען אזא בארג.
אוי וויי באנק ווי איז מיין באנק וואספארא באנק בין איך בכלל. איך דענק נישט איינער זאל מיר האבן אמאל געזאגט וועלעכע באנק איך גיי זיין. צו ווי ווענד איך זיך? ווידער אליין אויף די מארק אן מיינע באקסעס, מיינע אויגן טרערן איך קען שוין נישט זעהן. איך קוק אראפ כדי קיינער זאל נישט באמערקן מיין געוויין, עס פאסט מיר נישט אן אויף געריסטעט ב''פ אינגעל וואס זעהט אויס אינגאנצען אנדערש ווי רוב קינדער וואס איך זעה דא צווישן די אלע ווילד פרעמדע סארט קינדער, וויינט ווי א קליין קינד.
די יסירי הנפש פונעם ערשטן טאג. וואס ערשטע טאג, די ערשטע צוויי שעה פון אנקומען דאס ערשטע מאל דארט איז א מעשה ביכעל בפני עצמו. די הרגשים זייענדיג א שיינע פאר יאר אריבער זונט דאן. די ארטיקעל רעדט זיך פון תשמ''ז און נאך אלץ ליגט עס מיר אין קאפ און אין הארץ אזוי ווי עס געשעהט היינט יעצט. נאר לאדארישע איבערלעבונגען געדענקט זיך אזוי מיט די פולע קאלירן. אלע הרגשים וואס האט מיר דאן געטריפט אין הארץ פון א 9 יעריגער אינגעל קומט מיר איצטערט ארויף בשעת זיי ווערן געשריבען. איך קען נישט זאגען אז איצטערט איך בין שוין עלטער לאך איך זיך אויס. די ווייטוג פון דעם קליינעם אינגעל (מיך פאר 40 יאר צוריק) טוהט מיר איצטערט וויי.
ווען איך זעה היינט א 9 יעריג קינד אין די מצב, איך זעה זיין צובראכנקייט. גיי איך צו צו עים און איך לייג עים צו א האנט ווייל איך קען נישט צוקוקען זיין פיין. איך וועל מאכן זיכער אז ער טרעפט זיינע זאכן און קומט אן אל הנחלה ואל המנוחה
איך וועל מקצר זיין כדי צו צוקומען צום טאג טעגליכען סדר היום פון מחנה רב טוב דרבינו יואל אין די קומענדיגע תגובהס.

עס קומט עס קומט.
איך האב געמאכט א טעות מיטן אנהייבן צוויי אנדערע באשרייבונגען אויף איינמאל אבער מוטעטנעס אדורך שטופן און דאן וועט מען שוין האבן פרישע סחורה גרייט.

איך טרעך ב"ה מיינע באקסעס מיט א מלאך המושיע
איך שפיר אז איך מוז צוריק ציען פון די פריערדיגע שורה, פשוט ווען די זכרונות פון יענעם טאג שווימען מיר ארויף אויפן אויבערפלאך פונעם זכרון. די זכרונות קומען פון א ווייטער וועג. ברוך הבא! גאר טיף אין די קעמערלעך ליגען זיי געווענליך איינקוואטירט. איצטערט זענען זיי דא אזוי וויוויד Vivid ווי גלייך עס איז פאר געקומען היינט מיטאג.
א רויטער א פארשוויצטער און שוין א פארוויינטער אויכעט, שטיי איך צווישען די ריזיגער סטאדע באקסעס מיט א בקשה אויף מיינע לעפצען, (איך וויי נאך דאן נישט אפי' פאר וועם) אבער איך רעד צו זיך אזוי איך גיי אהיים נאך היינט בעפאר דעם זון אינטערגאנג.
ענדליך נאך לאנג ארום קריכען צווישען די הויפנס באקסעס, באמערק איך דער ערשטער באקס מיינער, ב"ה אין אן הערליכער צושטאנד ממש אזוי ווי ווען איך האב עס איבער געגעבן פארן כיתה ט' בחורל היינט אינדעפרי אונטערן טרעילער נאך אין ב"פ. א שטיקעל דערלייכטערונג הרגשה האט ארום געשפרייזט אויף מיין יונגען קערפער, און עטוואס א רואיגערע געפיהל האט מיך אנגיהויבן באגלייטן אז יא יש תקוה, מיינע באקסעס זענען נישט געשעדיגט געווארן אין די שרעקליכער געווארפענישען וואס זיי זענען אדורך אפאר שעה צוריק.
און דאן נאך א באקס, און נאך א באקס איך האב שוין ב"ה מיינע פיר באקסעס. מיט א גרויסער לאנדערי בעג. איצטערט הייבט זיך אן די ונעם חצר וואס ער האט מיר פריער אנגעצייגט זיין משפחה'ס ריכטיגע חתונה ווי גיי איך און ווי אזוי שלעף איך מיינע 4 באקסעס מיט א שווערע לאנדערי זאק אהין. געלערנט האב איך שוין ביז אהער אז דאס קעמף איז אסאך אסאך גערעסער וואס מיינע אויגען האבן שוין געזעהן עד הנה וואס איז אויך אזוי ריזיג גרויס.
מאין יבוא עזרי, טאטע ? פלוצלינג ווי פון די ערד ארויס גשפרינגען ממש אין פארנט פון מיין נאז איז מיין חבר פון ב"פ חדר (נישט מיין קלאס דוקא איין יאר עלטער) מיין מלמד'ס זוהן. יענקי האראוויץ. בדרך אגב איך האב מיט יענקי האראוויץ גארנישט פערזענליך געהאט בעפאר. אבער איצטערט באת צר איז ער דאס בעסטע וואס קען מיך דא העלפן אדער יא אדער ניין.
יענקי די האסט שוין דיינע באקסעס גיב איך אים א פרעג, און גלייך דערנאך פרעג איך ווייטער אן ווארטן פאר אן ענטפער אויף מיין ערשטע שאלה, די ווייסט ווי אונז דארפן גיין. ווי איז די באנק. די ביסט שוין געווען אין באנק. (יענע יאר זענען פון כתה ה' ווייניג קינדער געקומען אין קעמף האט מען צוזאם געשטעלט צוויי ב"פ כיתות, ה' און ו' אריין געשטעלט אין די קלענערע באנקס פון קרית זופניק). יענקי הייבט אן צו לאכען פון מיר איך בין שוין דא פון דאנערשטאג. מיין טאטע, אויסער וואס איז א רבי א גאנצען טאג איז ער דא אויך אין קעמף א שלאף רבי אין באנק צוויי, אויף הייבענדיג זיינע הענט ווייזענדיג אויף די באנק ביי די צווייטער זייט פונעם סקווער. זעהסט די געיטס מיט די צוויי באנגעלויס איינס איז אונזער און איינס איז די כתה ו' רבי'ס ר' דוד. און אונזער באנק איז זופניק 6 עס איז אביסעל ווייט און שטארק בערגיג און שטיינערדיג. איך גיי צו אונזער באנגעלוי נעמען מיין רויטע וואגען מען וועט ארויף לייגען דיינע באקסעס און איך וועל די ווייזן ווי צו גיין און מיט גיין מיט דיר.
די גאנצער אנגעווייטאגט-קייט איז אין די רגעים פארשוואונדען געווארן. איך וועל שוין נישט בלאדזשען און אויך נישט דארפן שלעפן די באקסעס וואו, ווי קען זיין בעסער. איך ווארט פאר יענקי'ן אפאר סקונדעס אין מיטאמאל דערזעה איך טאקע אז פונעם חצר וואס ער האט מיך פריער אנגעצייגט זייער באנגעלוי פליהט ארויס יענקי מיטן וואגען זיצענדיג מיט אן האלבן אחור אינעם וואגען דער צווייטער האלב אינדעראויסען, מיט די אינדעראויסענדיגע פיס שטיפט ער דעם וואגן פאראויס, ער פליט ווי א מומחה צווישען די ברוכווארג פון די באקסעס מיט דעם נעוועגאציע הענטעל פון פארנט אויף ארויף דרייט אהער אהין און צוריק און ער איז נעבן מיר מיט מיינע באקסעס.

מיר קומען אן אין באנק
מיר נעמען די 4 באקסעס צוזאמען און פאקן עס ארויף אויף דעם רויטען וואגען איינס אויפן צווייטען, אניכי הק' פון אונטען און מיין (נייער) חבר פון פארנט ביי די נעוויגאציע שטעקן און היידא ויסעו.
איצטערט הייבט יענקי אן נעוועגירן דעם וואגן צום קליינעם טונקעלן שמאלער געדרייטע שטעגל ווי איך בין פריער אראפ געקומען.
שטייענדיג פון אונטערן וואגען אנהאלטענדיג די באקסעס כדי זיי זאלן נישט אומפאלן ווערט עס עטוואס א קאמפליצירטער טעסקס מיט אזא שיפער בארג. אבער צוויי פער שלעפן בעסער און מיר זענען שוין אט אט אויבען.
איך קוק זיך צו מיט וואונדער און נייגער ווי זיכער יענקי פירט דעם וואגען מיט אזא זיכערקייט ווי, נעוועגירט מיט אזא זיכערקייט. איך טראכט זיך צו זיך ווי לאנג איז ער שוי דא אז ער קען זיך אזוי גוט אויס אין אזא גרויסער שטאט. אויבן ביים שפיץ פונעם קליינעם אבער גאר שיפער בארג מאכט ער א לינקס און מיר זענען אויפן גרויסען ראוד.
צו מיין רעכטע זייט זעה איך אזא ווייסער בודקע (אויך אויף א שיפער בארג ארויף) די בודקע איז זייער אינטערסאנט געבויט. (מען דארף קענען מס' סוכה צו פארשטיין) די בודקע איז פריץ מרובה. א דעכעל וואס שטייט אויף פיר זוילן און אן האלבער וואנט אפן פון אויבען און פון אינטען ארום גענומען כאילו פיר ווענט פאר א מחוצה.
(הלוואי ווען איך קען האבן א בילד דערפון. היינט קוקט עס שוין נישט אזוי)
והאיש משתאי, וואס איז דאס ? דאס איז א רעגען חדר זאגט מיר יענקי. רעגן חדר עפן איך גרויס מיינע אויגען יא, רוב חדרים זענען אין די וועלדער צו שפרייט מיט בלויזע טישען און בענק אבער אפאר חדרים זענען אין אזאנא בודקעלעך. פרעיג איך מיט וואונדער און אויב עס רעגענט וואס טוהן די חדרים ? אה דעלמאס גייט מען לערענען אויף די פארטש פון די באנקס (מיר וועלן נאך אנקומען אהין בס"ד)
פארן מיר ווייטער מיטן וואגען ארויף דעם גרויסען בארג, ווי פריער דערמאנט אינגלעך מיט אינגערע מיידלעך און אינגעלייט דרייען זיך ארום שוין מסודר און אויס געפאקט אן קיין דאגות וואס איך האב. ווען זענען זיי אנגעקומען אז אלעס איז ביי זיי מסודער, און ווער זענען די מיידלעך איז דא נישט נאר א אינגעל קעמף פרעיג איך יענקי'ן, אה די קינדער זענען די בני המשפחות וואס זענען שוין דא זונט דארנעשטאג לכה"פ און מאנכע אפי' פון פריער. וואו אזוי פיל משפחה קינדער זענען דא? און זיי שלאפן אין די באנקס איך שלאף אויך אין די באנק צו זאמען מיט מיין קלאס. אלע קינדער פון די משפחות שלאפן אין די באנקס פון זייער כיתה, ווייל אין די באנגעלאויס איז נישטא קיין פלאץ פאר די גאנצע משפחה.
אינטערסאנט ראגיר איך און געגאנגען ווייטער, ארויף דעם בארג. נאך א גרינע באנגעלוי מיט אן עלטערער איד זיצענדיג אינדעראויסען מיט א ספר. יענקי הייבט אן רעדן ווי א טור גייד און ווייזט מיר זיינע קענטעניסען ארום דעם פלאץ.
די באנגעלאוי וואוינט ר' ליפא פרידריך מיט זייער זיידע. איך הייב די ברעימען איך ווייס נישט וואס די נאמען ליפא פרידריך דארף פאר מיר מיינען, אבער איך גיב אים דעם כבוד איך הער שיין צי צו די אינפארמאציע וואס יענקי איז זיך מתנדב צו געיבן.
אזוי שלעפן מיר זיך ווייטער צו לינקס, אריין אין שיכון זופניק, די וואנט פון באנק זופניק איינס שטייט פאר מיינע אויגען און מיר גייען לינקס אין די זייט פון דעם וואנט מיר מאכן א רעכטס אריין צו גיין אין שיכון אנצו קומען צו די פארנט פון די בינינים (באראקען), אין איך זעה פאר מיינע אויגען צו מיין לינקע זייט א ריעע מיט אפאר אזאנא לאנגע בינינים מיט די גרינע רויטע געילע געפארבטע בילדינג וואס איך הער אז דאס זענען די זופניק באנקס. און אויף מיין רעכטער זייט אין די צענטער אנטקעגען די באנקס שטייט א קליינטשיק חאטקעלע מיט אן אלטער אידענע זיצענדיג אויף א ראקינג בענקעל מיט מעשה טבי בידה זי זיצט אין שטריקט און באטראכט די מצב. יענקי מיט זיין עקספערטיז אין טור גיידינג איז מיר מסביר אז די אידענע איז מרס זופניק וואס איר מאן ע"ה ר' ישראל האט מנדב געווען די באנקס און טאקע דערפאר ווערן די באנקס אנגערופן ע"ש. זיי האבן נעבעך נישט איבער געלאזט קיין קינדער און דערפאר זיצט דא מרס. זופניק צו זעהן ווי די קינדער זענען נהנה פון איר מאן'ס נדבה. אסאך מאל טיילט זי פאקסיס פאר די קוינדער וואס גריסען איר א גוט מארגען, אדער א גוט שבת וכ"ו.
אן אזוי שטרעקט עק זיין האנט און ווייזט מיר אז די לעצטע באנק איז די באנק וואס איך דארף אנצוקומען. פון וואנעט ווייסטו פרעיג איך עים אז איך בין מסודר אין יענע באנק. ווייל דארט איז ענקער קלאס זאגט ער מיט פאטאס איך בין שוין דא געווען אין איך האב געזעהן אז עס שטייט אויפן טיר דיין רבי'ס נאמען מיט די נאמען פון די פאראלעל קלאס פון אונזער כיתה.
אויקעי איך בין מסכים לאמיר שוין אנקומען.
א דורך שפרייזענדיג די באנקס טוהט זיך א הו הא ארום די באנקס מיט קינדערישע קולות מיט אפענע צופליקטע שוין אויסגעפאקטע באקסעס קינדער לויפן אהער און אהין זיך מסדר זיין די בעטן מיט די געוואנט. די שלאף רביס העלפן איבער ציען די קינדער די בעטן בינו לבינו שרייט ער אויף דעם קינד און אויף יענער קינד די הערסט אויף די ווי אזוי הייסטו, קום אהער. איך שעה שוין אז מיט דיר גיי איך האבן צוטוהן א גאנצען זימער ווארט אינדעראויסען פון באנק ביז איך קום ארויס צו דיר.
די גלידער הייבן זיךמיר אן ווארפן איז זעה אז די שלאף רבי'ס זענען נישט ווי די קאונסלערס וואס איך האב געהאט אין קראסנע קעמפ לעצטע יאר. איך הייב זיך אן וואונדערן ווער איז די שלאף רבי וואס מען האט אונזער באנק צו געטיילט.

- מאנשי שלומינו
- הודעות: 39
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אקטאבער 24, 2022 9:41 am
- האט שוין געלייקט: 8 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 12 מאל
לייביששרייבער האט געשריבן:מיר נעמען די 4 באקסעס צוזאמען און פאקן עס ארויף אויף דעם רויטען וואגען איינס אויפן צווייטען, אניכי הק' פון אונטען און מיין (נייער) חבר פון פארנט ביי די נעוויגאציע שטעקן און היידא ויסעו.

אזוי גוט אראפצולייגען. איך שטוין וואו גוט דיין זיכרון ארבעט. איך פיל מיך וואו איך בין און קעמפ
קיפ איט אפ
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 595
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 28, 2023 6:18 am
- האט שוין געלייקט: 285 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1344 מאל
דאס ערשטע באגעגענונג אין באנק
ענדליך נאך די לאנגע שווערע אויסמוטשענדע רייזע אן נאך די אלע שווערע וואגעלנישן. שטיי איך שוין ביים שוועל פון מיין באנק, איך זעה שוין עטוואס דערינען, איך פרוביר אריין זומען, פוקעסן און שנעל אדורך סקענען מיט מיינע אויגען אין די באנק אריין כאילו מיין איצטיגע מינוט באשליסט די גורל פון מיין צוקונפטיגער זומער. כאילו אז אין די מינוטן מאך איך אן החלטה רעכטץ אדער לינקס. און כאילו איך קען נאך עפעס טאן דערוועגן. די החלטה וואס מיט מיין אינגען טיפישער שכל האב איך שטארק מפציר געווען און אזוי שטארק געמיטשעט מיין טאטען מיר יא צו שיקן קיין מחנה רב טוב ווייל די רבי האט געזאגט אז נאר אזוי איז מען א גרויס אינגעל.
איך דערזעה דאס בילד עס ווערט מיר שווארץ פאר די אויגען. שטייען אויסגעשירעט צוויי רוייעס באנק בעטן אויף ביידע זייטן פונעם וואנט. 15 צו 20 פער וואנט אין א גאר גרויסער שמאלער לאנגער צימער. נישטא קיין שום פרייוועסי צווישן איין בעט און די צווייטע, ביים אויבנאן וואנט פונעם צימער שטייט אויסגעשירעט פון די פאדליגע ביז צום דאך און פון די רעכטע זייט צו די לינקע וואנט 8 שורות בערך פון האלצערענע קאביס וואס א יעדעס איינע האט א טיר צו ווערן פארמאכט. דאס ווערט אנגערופן די לאקער. דיי הייעך פון א יעדע לאקער וואלט איך געזאגט באטרעפט 3 פיס די הייעך און 4 פיס די ברייט (אדער עטוואס אנדערשט איך ווייס נישט פונקטלעך)
די אויבערשטע שורה בערך 8-9 פיס אין די הייך שטייט א נומער 1 דאן צוויי און דריי ביז צו די לינקע וואנט און אזו ביי די צווייטע שורה הייבט זיך אן די נעקסטע נומבער וואס מען האט געענדיגט מיט די שורה פריער. אין צענטער פונעם באנק שטייט א רינדיגער טיש א ד' על ד' טפחים א פיצקילע טישעל, קאנטראסטיש צו די גרויסקייט פונעם צומער. די טיש זעהט אויס אז האט שין אמאל געזעהן בעסערע צייטן.
ביים צענטער פונעם גרויסען שלאף-זאל (באנק) שטייט א נידיריגער וואוקסענדער אינגערמאן פריש אויסגעביגעלט דזשאסט ארויס פון כולל אדער איז נאך אין כולל, חתונה געהאט צוויי וואכן פאר קעמפ בערך, אדער אפי' ווייניגער ער איז א זוהן אדער איידעם ביי א מלמד פון די ת"ת וואס איז פרוצופאל אויך אין קעמפ, דער שווער שפארט פונעם קעסט פאר צוויי חדשים וואס די נאכטמאלס פונעם נייעם אינגען פארפאלק זאל זיין אויפן חשבון פון קעמפ. האט דער שווער אנגעשאדכענט צו ר' אידל ז"ל (מנהל המחנה) "מיין איידעם/זוהן איז גאר גוט באהאווענט און קאנטראלירן און איטערטעינען קינדער. ער קען זיין א שלאף רבי". וואס קען שוין זיין די טאכטער/שניר א פרייע וואקאציע און באקומט נאך באצאלט דערפאר אפאר גראצער אויכעט, ממש געוואלדיג, זה נהנה וזה נהנה די קעמפ צאלט אזוי ווייניג פאר די עבודת הקודש, און דער אינגערמאנטשיק איז שוין פון די חברה וואס גייען אין די קאנטרי אפי' ער איז בלויז אפאר וואכען פון די חתונה. (פארשטייט זיך ער וועט נישט זאגען זיינע חבירים פון כולל וועלעכע קאנטרי, און אויך וועט ער נישט זאגן אז ער גייט דינען אלץ א שלאף רבי אין מחנה רב טוב).
הו הא דער אינגערמאן מיט א קאפ העכער, ער האט אונטער זיין קאנטראל אריבער 30 קינדער וואס ער גייט זיין אחראי פאר זייער וואויל זיין כל זמן זיי זענען אין קעמפ אז זיי מאכן נישט קיין טראבל און קיין אויפשטאנד חלילה. דאס איז גאר געשמאק טראכט ער צו זיך (אני הק' טראכט אזוי מיט מיין איצטיגע מוח מיט מיינע זכרונות צוזאמען מיט די דעמאךסדיגער צורה ווי איר וועט שוין ליינען אין קומענדיגע שורות, אז דאס איז געוועזען דעם אינגערמאן'ס מחשבות שטייענדיג ביי דעם טיש ווען די קינדער ארבייטן פיוועריש און ארום קוקענדיג שטרענג אבזעווירענדיג א יעדעס קינד עקסטער כדי אנצו-ווארפן שרעק פונעם ערשטען רגע אויף זיי, זיי זאלן ח"ו נישט בארדענען און זאלן ציטערן פון זיין א בליק/ווארט עוד נשמתם באפם)
איך שטיי און קוק און איך טראכט, ווי אזוי איך וועל וויסן וועלכער בעט איז מיר צוגעטיילט געווארן פון די דרייסיג וואס שטייען דא אויס געשוהרעט ביי די וואנט. גיב איך א רוים אריין יענקי, וואס האט מיך באגלייט ביז אהער אין זיין אויער שטילער הייט מיין שאלה. ענטפערט ער מיר, איך מיין אז די שלאף רבי האט א ליסטע פון אלע נעמען וואס גייען דא שלאפן און די בעטן ווערען איינגעטיילט מיט די ערשטע אויס פון די לעצטע נעמען. און ווי אזוי ווייס איך אז עס ריכטיג פרעיג ווייטער א נארוועזער שוין ווידער.ענטפערט אן ענטפער וואס שלמה המלך וואלט מן הסתם געענטפערט ווען מען פרעגט אים די שאלה.
פרעיג די שלאף רבי ווי דיין בעט איז. אוי עס איז מיר גוט טראכט איך מיר מיין ערשטע אות פון מיין לעצטער נאמען הייבט זיך אן מיט א "ש" ד.מ. אז מיין בעט וועט אויס קומען ערגעץ ווי ביי אן עק וועל איך אנשטאט דארפן שלאפן אינמיטן א זאל אויס געלייגט ווי א נבילה חאטשיק קענען האבן א קארנער, ווי איך זאל זיך שפירן עטוואס אין מיינע אייגענע ד' אמות ארום גענומען, ווער קען שלאפן אינמיטן א זאל איבערהויפט ווען די זאל איז איבער געפילט מיט בעטן. נאר ביי א טראגעדיע ווי אן אומערווארטער אוועקיואציע האט געדארפט פאסירן קומט די רויטע-קרייץ הילף אגענטור און לייגט אזוי אויס בעטלעך פאר די וואס האבן ל"ע פארלוירן זייער האב און גוטס אין איין מינוט אבער נישט קינדער וואס קומען אין קעמף זיך צו אביסעל אויסקורירן פונעם לאנגען ווינטער זמן.
ווארטענדיג אויף מיין נקסט צו האבן די זכיה צו רעדן מיטן הויעך געשפיצטער שלאף רבי קוק איך זיך ארום צו רעכטס און לינקס און פרוביר צו כאפן וועלכער בעט אין די שורות זענען דאס בעסטע, באקוועמסטע און ווער איז ווי, באמערקט א פרישער בראך. די מאטראצען אויף די בעטן זענען בערך אזוי ווי די מצות פונעם מנהל'ס מצה בעקעריי פון בראדוועי, און ווי אויך זענען זיי געלעכערט ווי די מצות וואס מען באקט אין בראדוועי. (פאר די וואס ווייסן נישט די מצה בעקעריי הנהלה און די קעמפ הנהלה איז געווען בימים ההם אונטער איין אייגענטום)
עס ווערט בעסער ביי די מינוט ווי אזוי בכלל לייגט מען זיך אנידער אויף אזא מאטראץ עס איז דאך פשוט נישט מעגלאך צו שלאפן אזוי טראכט איך צו זיך. ווי אזוי פאלט מען נישט אדורך די לעכער.
צוויי דריי בעטן ביי די פריוואטע קארנערס זענען שוין געווען פון פארנאויס פארכאפט. עס איז נאך צוויי וואס האט געקענט ארבעטן. פאר א משהו פריוואטקייט אבער די רעשטע איז גשלאפן און זאל.
ווער זענען די צוויי דריי געכאפטע מאטראצען וואס זעהן גראדע אויס בעסערע ווי וואס מיר זעהן פון רובא דרובא מאטראצען אין פלאץ?

- הודעות: 1322
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 29, 2020 9:28 am
- האט שוין געלייקט: 10906 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2379 מאל
דו פירסט מיר צוריק צו מיינע יארן אין קעמפ, ס'איז מיר זייער שווער צו לייענען ווייל איך האב עס פיינט געהאט א פייערדיגע שנאה, איך בין נאך עד היום הזה ברוגז אויף משפחת ראזענבערג, איך בין געווען פינעף זומער'ס אין נעפאנעק קעמפ.
וואס איז מיר אזוי אינטערסאנט איז אז איך בין געווען ארום פינעף און צוואנציג יאר שפעטער ווי דיר אין נעפאנעק און אזוי לייענענדיג זע איך אז ס'איז כמעט נישט געווען קיין שינויים דורך אויס די 25 יאר, איך בין אנגעקומען פונקט ווי דיר פארלוירענערהייט אין קעמפ אן דעם וואס איינער זאל אפווארטן, און נאך פולע זאכן וואס דו פארציילסט שפיר איך אז איך בין דורך אקוראט די זעלבע.
אגב איך בין געשלאפן איין זומער אין זופניק זעקס, און די זעלבע באנק ווי דיר, איך בין אפשר געשלאפן אויפן זעלבן מאטראץ ווי דיר, איך געדענק נישט צו ס'איז געווען אין צענטער פונעם באנק...
די שלאף רבי'ס און די געהעריגע רבי'ס פלעגן טיילן געזונטע פעטש, אן זיך רעכענען אז די קינדער זענען דא זענען פארבענקט און פולן זיך פארלוירן אן געהעריגע הילף, איך געדענק די ערשטע נאכט וואס איך בין געווען אין קעמפ, זענען די קינדער ארויסגעשפרינגען פון די בעטן ווען די שלאף רבי איז געגאנגען צו מעריב, און מ'האט זיך געשפילט מיט די סוויטש פון די לעקטער, ס'האט פאסירט און אנדערע באנק'ס אויך, צופרו סוף שחרית האט מען געשיקט כיתה ה צו דוד ראזנבערג, איינער האט זעהט אויס געמסר'ט, און דוד האט אויסגעפרעגט ווער די שולדיגע זענען געווען און ער האט געטיילט פעטש פאר די יעניגע, עד היום קען איך נישט פארשטיין פארוואס ס'האט אויסגעפעלט צו טיילן פעטש די ערשטע צופרו, די קינדער זענען נאך ביטער פארלוירן זיי ווייסן נאך נישט ווי די בית כסא איז, און דו טיילסט פעטש..
איך האב איינמאל אינמיטן בענטשן געכאפט א געזונטן פראסק פון דוד'ן פארנט פון דריי הונדערט קינדער ווייל איך האב ארויסגעשטעקט א פוס פאר א גבאי, א אינגל וואס ער האט ארומגעשיקט טיילן שמאנטשקעס פאר ווער ס'בענטשט שיין.
נארמאלע אקטיוויטי'ס ווי ס'איז דא אין יעדע קעמפ האט מען נישט געקענט צושטעלן, ווייל ביים רעבין האט מען עס נישט געזעהן, איז מען געזעצן און געגראבן גריבעלעך אין די זאמד און געזוכט פרעש און סאלאמענדערס, איך האב געוויינט צו מיינע עלטערן אז איך וויל אהיימקומען אויף שבת דא דארט, אבער די מנהל האט נישט געהאלטן ביים לאזן גיין, ס'איז געווען א ביטער שלעכטע פלאץ, איך בין געווען פארדעם אין דעי קעמפ אין אנדערע נארמאלע פלעצער, קען זיין פאר דעם איז מיר עס געווען אזוי שווער.
פרישטיג לאנטש און נאכטמאל האט גענומען מינומום א דריי פערטל שעה צו מער, און מ'האט געדארפט זיצן און אויסהערן דוד ראזנבערגס בויך ווייטאג, אדער זיין איידעם שמעון שווארץ, ווען ס'איז געווען אין די ניין טעג, האט מען אנשטאט שווימען געדארפט זיצן און אויסהערן א שיעור אין ויואל משה און עס אפשרייבן, אך און וויי אויב מ'האט זיך נישט צוגעשטעלט.
איך האב נישט צופיל צו צולייגן ווייל @לייביששרייבער לייגט אלעס אזוי גוט אראפ, דארף מען מיר נישט האבן, אז איך וועל זיך דערמאנען נאך וועל איך אפשר צושרייבן.

ווער עס איז נישט דארט געווען וועט דאס קיינמאל אין זיין ווילדסטן חלום נישט קענען פארשטיין.תרמב האט געשריבן:דו פירסט מיר צוריק צו מיינע יארן אין קעמפ, ס'איז מיר זייער שווער צו לייענען ווייל איך האב עס פיינט געהאט א פייערדיגע שנאה, איך בין נאך עד היום הזה ברוגז אויף משפחת ראזענבערג, איך בין געווען פינעף זומער'ס אין נעפאנעק קעמפ.
וואס איז מיר אזוי אינטערסאנט איז אז איך בין געווען ארום פינעף און צוואנציג יאר שפעטער ווי דיר אין נעפאנעק און אזוי לייענענדיג זע איך אז ס'איז כמעט נישט געווען קיין שינויים דורך אויס די 25 יאר, איך בין אנגעקומען פונקט ווי דיר פארלוירענערהייט אין קעמפ אן דעם וואס איינער זאל אפווארטן, און נאך פולע זאכן וואס דו פארציילסט שפיר איך אז איך בין דורך אקוראט די זעלבע.
אגב איך בין געשלאפן איין זומער אין זופניק זעקס, און די זעלבע באנק ווי דיר, איך בין אפשר געשלאפן אויפן זעלבן מאטראץ ווי דיר, איך געדענק נישט צו ס'איז געווען אין צענטער פונעם באנק...
די שלאף רבי'ס און די געהעריגע רבי'ס פלעגן טיילן געזונטע פעטש, אן זיך רעכענען אז די קינדער זענען דא זענען פארבענקט און פולן זיך פארלוירן אן געהעריגע הילף, איך געדענק די ערשטע נאכט וואס איך בין געווען אין קעמפ, זענען די קינדער ארויסגעשפרינגען פון די בעטן ווען די שלאף רבי איז געגאנגען צו מעריב, און מ'האט זיך געשפילט מיט די סוויטש פון די לעקטער, ס'האט פאסירט און אנדערע באנק'ס אויך, צופרו סוף שחרית האט מען געשיקט כיתה ה צו דוד ראזנבערג, איינער האט זעהט אויס געמסר'ט, און דוד האט אויסגעפרעגט ווער די שולדיגע זענען געווען און ער האט געטיילט פעטש פאר די יעניגע, עד היום קען איך נישט פארשטיין פארוואס ס'האט אויסגעפעלט צו טיילן פעטש די ערשטע צופרו, די קינדער זענען נאך ביטער פארלוירן זיי ווייסן נאך נישט ווי די בית כסא איז, און דו טיילסט פעטש..
איך האב איינמאל אינמיטן בענטשן געכאפט א געזונטן פראסק פון דוד'ן פארנט פון דריי הונדערט קינדער ווייל איך האב ארויסגעשטעקט א פוס פאר א גבאי, א אינגל וואס ער האט ארומגעשיקט טיילן שמאנטשקעס פאר ווער ס'בענטשט שיין.
נארמאלע אקטיוויטי'ס ווי ס'איז דא אין יעדע קעמפ האט מען נישט געקענט צושטעלן, ווייל ביים רעבין האט מען עס נישט געזעהן, איז מען געזעצן און געגראבן גריבעלעך אין די זאמד און געזוכט פרעש און סאלאמענדערס, איך האב געוויינט צו מיינע עלטערן אז איך וויל אהיימקומען אויף שבת דא דארט, אבער די מנהל האט נישט געהאלטן ביים לאזן גיין, ס'איז געווען א ביטער שלעכטע פלאץ, איך בין געווען פארדעם אין דעי קעמפ אין אנדערע נארמאלע פלעצער, קען זיין פאר דעם איז מיר עס געווען אזוי שווער.
פרישטיג לאנטש און נאכטמאל האט גענומען מינומום א דריי פערטל שעה צו מער, און מ'האט געדארפט זיצן און אויסהערן דוד ראזנבערגס בויך ווייטאג, אדער זיין איידעם שמעון שווארץ, ווען ס'איז געווען אין די ניין טעג, האט מען אנשטאט שווימען געדארפט זיצן און אויסהערן א שיעור אין ויואל משה און עס אפשרייבן, אך און וויי אויב מ'האט זיך נישט צוגעשטעלט.
איך האב נישט צופיל צו צולייגן ווייל @לייביששרייבער לייגט אלעס אזוי גוט אראפ, דארף מען מיר נישט האבן, אז איך וועל זיך דערמאנען נאך וועל איך אפשר צושרייבן.
עס קומט מיר טרערן אין די אויגען 35 יאר שפעטער דערמאנענדיג זיך די שלעק מיט ווייער פון די מייק אינפארנט פון א געפאקטן לאנטש רום פון קינדער. די בזיונות פון נישט קענען האלטן די ביטערע טרערן פון ווערן אזוי פארשעמט פון די ברענענדיגע שלעק מיט א טוץ פון פארשעמונגס ווערטער. "דער אינגעל האט וכ''ו" בשעת מען איז אוועק פון אינדערהיים מיט אזאנא אומציווילאזאציעשער אומשטענדן איז לא יאומן כי יספור.
גיי זיי מסביר אן היינטיגער קינד ווי אזוי קינדער אין אוישוויץ האבן געפיהלט (נישט מעגליך, ריכטיג?) דאס איז אויך נישט מעגליך צו מסביר זיין גלייבט מיר מיר זענען נישט מגזם קיין איין ווארט. נישט דער צו גלייך ח''ו כאפט מיר נישט ביים ווארט. אבער דער רחוק מן שכל האנישי אז עס איז פשוט נישט מעגליך עס מקרב זיין לשכל.
גלייבט מיר איך האב נאך אזויפיל וואס צו צולייגען הזמן יוכלי, והם לא יוכלי.
איך האב אריין געטראטן אין גאר גרויסע שיך איך קען נישט אזוי פיל נאכקומען. ארטיקלען קאכן זיך רעכטץ און לינקס איך ווייס נישט אויף וועלעכע צו ארבעטן קודם.
אבער אי''ה עוד חזון מיר וועלן נאך צוריק זיין אין רב טוב (רע) בקרוב.