מעדיטעישען

הילף, עצות און טיפס
בְּתוֹךְ עַמִּי
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 671
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 16, 2021 11:45 am
האט שוין געלייקט: 388 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 869 מאל

שליחה דורך בְּתוֹךְ עַמִּי »

איך האב היבש עקספיריענס מיט מעדיטעישן.

אויב איינער וויל זיך עס צולערנען און וויל האבן א פריוואטע אנאנימען שמועס/סעסיע מיט מיר אויף זום, זאל מיר ביטע אישי׳ען...

ובשם השם נעשה ונצליח!
טייערע חברים. אונז אלע האמיר שוין גענוג געליטן! קשיות. ספיקות. קוועטשענישן. פחדים.
לאמיר פארברענגען לייוו איבער א גלעזל טיי און ארויסגיין מצרה לרוחה, מאפילה לאורה ומשעבוד לגאולה :)

פאר מער אינפארמאציע שיק מיר אן אימעיל: teauvent@gmail.com
סיסטעם
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 79
זיך רעגיסטרירט: זונטאג פעברואר 19, 2023 10:19 am
האט שוין געלייקט: 47 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 66 מאל

שליחה דורך סיסטעם »

איך האב א מאדנע קשיא צומאל הערט פון געוויסע גלחים פון אינדיע אדער אנדערע פלעצער זאכן למעלה מן הטבע וואס זיי מאכן אדער זעהן,
האט דעס שייכת מיט מעדיטעישן, און אויב יא קען איך אויך?
באניצער אוואטאר
שעפטאל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 889
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 19, 2023 6:40 pm
געפינט זיך: אין די גרויסע דשונגל
האט שוין געלייקט: 7215 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2418 מאל

שליחה דורך שעפטאל »

פיינעלי איינער ברענגט עס ארויף! שכח @סיסטעם פארען ארויסגיין פון דעם סיסטעם און רעדן פון וואס יעדער ציטערט
וועט זיך איינער דערבארעמען און רעדן? פליז
---

חלק פון די פארמעקטע תגובות :oops: אויף איין פיס, ווי הייבט מען אהן.

די ציהל איז דביקות אין איין מחשבה.
אלע טעקניעק'ס זענען ווי אזוי צו נעמען איין מחשבה און סטיקן צו דעם.

אויסליידיגען דעם קאפ פון אלע מחשבות וואס נאגן און ציען
פראביר נישט ווען דו ביסט אנגעצויגן, די מוח פליהט, די תאות שרייען, האסט א קאפ וויי, בויך וויי. טוה עס דוקא ווען דו ביסט סייווי ראיג, פיהלסט גוט, און די יאגסט זיך נישט קיין ערגעץ.

מ'גייט אין א שטילע פלאץ, אינדערויסן איז בעסער, מ'פיהלט מער פריי. לאז דיינע אויגן זיך זארגלאז פארמאכן. זיץ שטיל, אטעם טיעף.

די מוח האט אסאך אפענע פייל'ס פון מחשבות, פונקט ווי א קאמפיאטער. מ'דארף קודם ארויף ברענגען יעדע פייל צום סקרין און עס פארמאכן. ווי אזוי טוהט מען דאס?
פרעג זיך: פון וואס טראכט איך יעצט? גלייך שפרינגט ארויף דעם פייל צום קאנטשרעס. אה איך טראכט למשל פון דעם היינטיגן טאג אין די ארבעט.
דו ביסט אזוי ווי א רבי וואס האט גבאים. א איידעלע גבאי (דוקא איידעלע וואס רעדט שיין ליבליך און ראיג) קומט צו צום מחשבה און ריקט עם [ריקט. נישט שטופט] שיין אוועק צו די זייט. [לכאו' זאגט ער עם, קענסט אהיים גיין, דו רבי וועט דיך שוין צוריק רופן שפעהטער (ווען ער איז נישט בדביקות..) א שאד זאלסט ווארטן דא אין צימער ביז דעמאלס.]
די רבי לייגט נישט קיין געוויכט אויף דעם גאנצען שמועס, ער האט סך הכל געווינקען דעם גבאי וואס צו טוהן בשעת ער אטעם'ט ווייטער ראיגערהייט.
אפאר סעקונדעס שפעהטער. און וואס טראכט איך יעצט? אה א אנדערע פייל שפרינגט ארויף פון אונטען. ס'וואלט אריינגעקומען א גוטע סטעיק, אפשר גיימער צום סטעיק הויז פאר סאפער. די גבאי טוהט זיין דשאב, ער רוקט אוועק שמעון, לוי, יהודה, ביז דעם ווארטן צימער איז שוין אינגענצען ליידיג.
מיט די צייט וועסטו קענען מיט יעדע אטעם אויסליידיגען נאך א מחשבה.
ביז די קאפ איז שוין ליידיג, [אזאש אז די רבי פרעגט זיך שוין פון וואס טאקע זאל איך יעצט טראכטן..]

נישט אלעס איז מחשבות זרות
ווען מ'קוקט אויף א בלויע פאפיר, מ'אבזאווירט דעם קאליר בלוי. גלייך קען ארויף צו טאנצען מחשבות מענין לענין, (די גרויסקייט פון די פאפיר, די וואנט אויף וואס ס'הענגט, א.א.וו.) דעי מחשבות זענען נישט קיין פייל'ס [מענטשען מיט נטיות, דאגות, פניות] ס'איז סאך הכל ידיעות וואס טאנצען ארויף, (עֶוִויערנֶעס) מ'דארף אפי' נישט דעם גבאי זאל רעדן צו זיי, מ'גייט פשוט גלייך צוריק צו דעם איצטיגן מחשבה: קאליר בלוי.
אבער בלי לחץ. ס'איז אקעי זיי קומען ארויף. מיט די צייט פון טוהן אסאך מעדעטאציע וועסטו ניטאמאל געדענקען פון דעם פראבלעם.

דעם מענטערא טעקניעק
הייב אהן צו זאגן א קליינע סכום פון ווערטער ווי: ה' אלוקים אמת, וכדו'.
כל דבריך יהי' בנחת. זאג עס ראוג, שטיל, געלאסן אהן קיין עמאשען'ס.
ווען דו זאגסט דעם ווארט ה'. זעה (בעיני השכל) דעם ווארט י-ה-ו-ה. (מ'וועט באלד שרייבן וואס מ'מיינט מיט'ן זעהן דעם ווארט) ווען די זאגסט אלוקים – קומט צו דעם ווארט אלה-ים, און אזוי ביי אמת. זעהסטו שוין דעי 3 ווערטער. נעם א גוטע טיעפע אטעם און הייבט אהן נאכאמאל. איבער און איבער.

דארפסט נישט אינזינען האבן די טייטש, אדער מחדש זיין אויף דעי ווערטער, זיכען ראיות, קשיות. אדרבה היות זיי פעהלן נישט אויס דא, און דו ביסט דאך מחליט וואס צו טראכטן, קענסטו ווייטער פאקעסירן אויף די ווערטער. די אנדערע מחשבות וועלען פון זיך אליין אראפ גיין, דארפסט אפי' נישט קוק'ן אויב זיי קומען צוריק. ביסט דאך פארנימען מיט עפעס אנדערש. וואס גייט דיך אהן.
[כ'ניץ דעם לשון: דארפסט נישט טראכטן די טייטש. און נישט: טראכט נישט. ווייל דאן וועסטו שוין ווידער טראכטן פון דעם. בכלל ניץ נישט קיין מענטערא וואס איז פון שלילי (נישט עפעס). ווי: כ'וויל נישט רעדן לש"ה. נאר חיובי: כ'וויל רעדן גוט'ס. ומהאי טעמא.]
---
זעהן די ווערטער
די אותיות זענען עפעס אומקלאר, כ'זעה עס פארנעפלט, אמאל פעהלט אותיות, גרויסע אותיות און קליינע. די ערשטע ווארט ווערט פארשווינדען ווען כ'האלט ביי דעם דריטען ווארט. וכדו'
דארפסט נישט ליינען די אותיות, לאז די אותיות ארויפשווימען. ווי אזוי ס'איז - איז גוט.
דארפסט ניטאמאל קוקן אויף זיי, די באמערקסט זיי בראי' מן הצד. כאילו זיי הענגען איבער דיך, דו קוק'סט בעצם נישט אויף גארנישט. דו זעהסט זיי. אבער דיינע אויגן זענען נישט צו זיי.

יעדע מעדיטאציע איז א עקסטערע עקספיריעס
ס'איז נישט דא איין ריכטיגע וועג. אויב דו ביסט ראיג און ביסט זוכה זיך צו האלטן ביי איין מחשבה איז עס מעדטאציע.
די שוואכסטע דרגא אין מעדיטאציע איז שטערקער פון אנדערע זאכן. אפי' אפאר סעקונדעס פון באראיגען די מחשבות וועט דיך מאכן פיהלן ראיגער און אויפגעפרישט מער ווי א דרימל.
מיט די צייט וואס מ'טוהט מעדיטאציע אפי' אפאר מינוט א טאג, שטייגט מען אין די טיעפקייט דערפון. [יעדע פאר חדשים טראכט מען: יעצט האב איך עס, פריער איז כמעט גארנישט קעגן וואס כ'האב יעצט.]
---

פון @בתוך עמי'ס אישי תגובות זעהט מען אז ער האט טאקע א מורא'דיגע קלארקייט און א גיידנ'ס פאר דער וואס וויל אנהייבן. [כ'וואלט אהים געראטן ארויס צו געבן א בוך אדער א ווידיאו. ווארום דעם היימישן עולם ווייסט ווייניג דערפון.]
סיסטעם
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 79
זיך רעגיסטרירט: זונטאג פעברואר 19, 2023 10:19 am
האט שוין געלייקט: 47 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 66 מאל

שליחה דורך סיסטעם »

זייער שיין, א גרויסן שכוח
אבער וואס האט דעס שייכת צוצוקומען צו העכערע (אדער אומפארשטענדליכע) כוחות?
באניצער אוואטאר
שעפטאל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 889
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 19, 2023 6:40 pm
געפינט זיך: אין די גרויסע דשונגל
האט שוין געלייקט: 7215 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2418 מאל

שליחה דורך שעפטאל »

כ'ווינדער זיך טאקע פארוואס איז יענע חלקים געבליבן אויסגעמעקט :)
סיסטעם
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 79
זיך רעגיסטרירט: זונטאג פעברואר 19, 2023 10:19 am
האט שוין געלייקט: 47 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 66 מאל

שליחה דורך סיסטעם »

שעפטאל האט געשריבן:כ'ווינדער זיך טאקע פארוואס איז יענע חלקים געבליבן אויסגעמעקט :)
איך האב נישט מיטגעהאלטן איבער מעקעריי
און איך פארשטיי נישט פארוואס זאל מען מעקן פונקט דעס וואס איך בין נייגעריג צו וויסן
אפשר פרובירן צו צושרייבן אויב עס איז עבודה זרה אדער כח הטמאה וועט עס זיין מער תורה'דיג וועט מען נישט מעקן
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

@שעפטאל הערט נישט אויף מיך פארדרייען דעם קאפ אז איך זאל אויך עפעס שרייבן, איך האלט אבער נישט דערביי. כ'מיין סתם נארישע מעדיטאציעס זענען דא אסאך וואס מ'קען אויסהערן, צ.ב. דאס איז א גרינגע מעדיטאציע פון משה מיימון וואס איך הער אויס פון צייט צו צייט, נאך א מעדיטאציע וואס איך הער אויך אויס צומאל ווען ס'מיר שווער איינצושלאפן. אבער דאס איז אלס קינדערגארטן סחורה, פאר די עכטע מעדיטאציעס מיט וואס מ'קען מאכן astral projection, רעדן מיט נשמות, וכו' דארף מען אן initiation וואו א גורו צו שאמאן עפנט דיך די channel, אדער shaktipat וואו מ'קאננעקט דיך מיט א ספעציפישע entity, אנדעם קענסטו מעדיטירן פון היינט ביז מארגן און ס'וועט גארנישט געשעהן, און ס'קען קאסטן א שיינע פאר טויזענט דאללער און א וואך צו א חודש אוועק אין די מרחקים צווישן אלע סארט היפיס און עבודה זרה'ס. מה נפשך, די וואס האלטן דערביי ווייסן אליין וואו צו גיין, ווידער די וואס האלטן נישט דערביי איז ממש א שאד דאס קיעבארד קלאפעריי.
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
סיסטעם
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 79
זיך רעגיסטרירט: זונטאג פעברואר 19, 2023 10:19 am
האט שוין געלייקט: 47 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 66 מאל

שליחה דורך סיסטעם »

רביה''ק זי''ע האט געשריבן:@שעפטאל הערט נישט אויף מיך פארדרייען דעם קאפ אז איך זאל אויך עפעס שרייבן, איך האלט אבער נישט דערביי. כ'מיין סתם נארישע מעדיטאציעס זענען דא אסאך וואס מ'קען אויסהערן, צ.ב. דאס איז א גרינגע מעדיטאציע פון משה מיימון וואס איך הער אויס פון צייט צו צייט, נאך א מעדיטאציע וואס איך הער אויך אויס צומאל ווען ס'מיר שווער איינצושלאפן. אבער דאס איז אלס קינדערגארטן סחורה, פאר די עכטע מעדיטאציעס מיט וואס מ'קען מאכן astral projection, רעדן מיט נשמות, וכו' דארף מען אן initiation וואו א גורו צו שאמאן עפנט דיך די channel, אדער shaktipat וואו מ'קאננעקט דיך מיט א ספעציפישע entity, אנדעם קענסטו מעדיטירן פון היינט ביז מארגן און ס'וועט גארנישט געשעהן, און ס'קען קאסטן א שיינע פאר טויזענט דאללער און א וואך צו א חודש אוועק אין די מרחקים צווישן אלע סארט היפיס און עבודה זרה'ס. מה נפשך, די וואס האלטן דערביי ווייסן אליין וואו צו גיין, ווידער די וואס האלטן נישט דערביי איז ממש א שאד דאס קיעבארד קלאפעריי.
אוקיי פארשטענדליך
אבער קודם געב צו פארשטיין בכלל וויאזוי דעס ארבעט אז מיט מעדיטאציע אז דורך א גורו אדער עפעס אנדערש קען מען צוקומען צו רעדן צו נשמות וכו’
און וואס האט דעס בכלל מיט מעדיטאציע
די האסט אויסגעגעבן אפאר טויזענטערס? פארוואס וואס פעלט פון פשוטע מעדיטאציע.
און נאכדעם וועט מען ווייטער זעהן
סיסטעם
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 79
זיך רעגיסטרירט: זונטאג פעברואר 19, 2023 10:19 am
האט שוין געלייקט: 47 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 66 מאל

שליחה דורך סיסטעם »

רביה''ק זי''ע האט געשריבן:@שעפטאל הערט נישט אויף מיך פארדרייען דעם קאפ אז איך זאל אויך עפעס שרייבן, איך האלט אבער נישט דערביי. כ'מיין סתם נארישע מעדיטאציעס זענען דא אסאך וואס מ'קען אויסהערן, צ.ב. דאס איז א גרינגע מעדיטאציע פון משה מיימון וואס איך הער אויס פון צייט צו צייט, נאך א מעדיטאציע וואס איך הער אויך אויס צומאל ווען ס'מיר שווער איינצושלאפן. אבער דאס איז אלס קינדערגארטן סחורה, פאר די עכטע מעדיטאציעס מיט וואס מ'קען מאכן astral projection, רעדן מיט נשמות, וכו' דארף מען אן initiation וואו א גורו צו שאמאן עפנט דיך די channel, אדער shaktipat וואו מ'קאננעקט דיך מיט א ספעציפישע entity, אנדעם קענסטו מעדיטירן פון היינט ביז מארגן און ס'וועט גארנישט געשעהן, און ס'קען קאסטן א שיינע פאר טויזענט דאללער און א וואך צו א חודש אוועק אין די מרחקים צווישן אלע סארט היפיס און עבודה זרה'ס. מה נפשך, די וואס האלטן דערביי ווייסן אליין וואו צו גיין, ווידער די וואס האלטן נישט דערביי איז ממש א שאד דאס קיעבארד קלאפעריי.
אגב אז די האסט דערמאנסט astral projection נישט דעס האב איך געמיינט ווייל עס איז הוילער דמיונת ווייל יעדער גוטע היפמטייזער קען דיך אנרעדן אז דיין וואכזאמקייט האט זיך אפגעטיילט פון דיין גוף און מען קען עס אויך מאכן אליינס.
איך האב געמיינט צו פרעגן וועגן איבערנאטירליכער כוחות וכו’.
בְּתוֹךְ עַמִּי
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 671
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 16, 2021 11:45 am
האט שוין געלייקט: 388 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 869 מאל

שליחה דורך בְּתוֹךְ עַמִּי »

רביה''ק זי''ע האט געשריבן:@שעפטאל הערט נישט אויף מיך פארדרייען דעם קאפ אז איך זאל אויך עפעס שרייבן, איך האלט אבער נישט דערביי.
אפשר דאך....? ;)
כ׳פארשטיי און ס׳פשוט אזוי אז דו האסט געוואלט/ווילסט אנקומען סאך ווייטער פון דיין יעצטיגע עקאמפלישמענט :cry: אבער, הכל ריווח...! כ׳בין זיכער אז דער עולם וועט שטארק הנאה האבן פון הערן דיין געשיכטע....
טייערע חברים. אונז אלע האמיר שוין גענוג געליטן! קשיות. ספיקות. קוועטשענישן. פחדים.
לאמיר פארברענגען לייוו איבער א גלעזל טיי און ארויסגיין מצרה לרוחה, מאפילה לאורה ומשעבוד לגאולה :)

פאר מער אינפארמאציע שיק מיר אן אימעיל: teauvent@gmail.com
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

סיסטעם האט געשריבן:אגב אז די האסט דערמאנסט astral projection נישט דעס האב איך געמיינט ווייל עס איז הוילער דמיונת ווייל יעדער גוטע היפמטייזער קען דיך אנרעדן אז דיין וואכזאמקייט האט זיך אפגעטיילט פון דיין גוף און מען קען עס אויך מאכן אליינס.
א. איך וויל נישט אריינגיין אין א דעבאטע צו ס'איז דמיונות צו נישט, איך בין נאר נייגעריג אין די נאמען פונעם טעכניק וואס דו (אדער יענער פון וועם דו האסט עס געהערט) האט געטוהן.

ב. ס'נישט דא אזא זאך ווי "איבערנאטירליכע כוחות", פאר איינער וואס איז נישט קיין וויין טעיסטער איז וויין טעיסטינג אויך אן "איבערנאטירליכע כוח" (אדער דמיונות...), וואס יא, ווי מער מ'עפנט און מ'שארפט אויס די ספיריטואלע חושים (channels, clairs, etc) - דורך מעדיטאציע א.ד.ג. - אלס מער קען מען אויפכאפן מער subtle ענערגיעס ווי נשמות וכו'
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
סיסטעם
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 79
זיך רעגיסטרירט: זונטאג פעברואר 19, 2023 10:19 am
האט שוין געלייקט: 47 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 66 מאל

שליחה דורך סיסטעם »

רביה''ק זי''ע האט געשריבן:
סיסטעם האט געשריבן:אגב אז די האסט דערמאנסט astral projection נישט דעס האב איך געמיינט ווייל עס איז הוילער דמיונת ווייל יעדער גוטע היפמטייזער קען דיך אנרעדן אז דיין וואכזאמקייט האט זיך אפגעטיילט פון דיין גוף און מען קען עס אויך מאכן אליינס.
א. איך וויל נישט אריינגיין אין א דעבאטע צו ס'איז דמיונות צו נישט, איך בין נאר נייגעריג אין די נאמען פונעם טעכניק וואס דו (אדער יענער פון וועם דו האסט עס געהערט) האט געטוהן.

ב. ס'נישט דא אזא זאך ווי "איבערנאטירליכע כוחות", פאר איינער וואס איז נישט קיין וויין טעיסטער איז וויין טעיסטינג אויך אן "איבערנאטירליכע כוח" (אדער דמיונות...), וואס יא, ווי מער מ'עפנט און מ'שארפט אויס די ספיריטואלע חושים (channels, clairs, etc) - דורך מעדיטאציע א.ד.ג. - אלס מער קען מען אויפכאפן מער subtle ענערגיעס ווי נשמות וכו'
א. איך האב עס נישט געטוהן נאר איך האב געזוכט א טריגער אז די זאלסט יא רעדן פון דעם און עס האט אנגעהויבן ארבעטן, און די לאגיק פון דעם איז אז אויב ווואלט עס געווען עכט מיינט עס אז אויב למשל די ביסט מחליט צו זיין אין א פארק וואלסטו געדארפט קענען וויסן פונקטליך וואס קומט ווירקלעך פאר אין די פארק ווייל דיין וואכזאמקייט איז דאך דארט, נישט אזוי?, נאר וואס דען עס איז גאר א טיפער און שטארקע דמיון, דעמאלטס איז היפנאסעס א שוואכערע ווארסיע פון דעם און פארטיג.

ב. ביי מיר איז אויסהיילן ביין ווייטאג און נאך פארשידענע זאכן דורך ענערדשי און דורך ניצן אומפארשטענדליכער ווערטער "איבערנאטירליך".
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

דו מאכסט מיר סתם נייגעריג, וואס איז געוועהן די מעשיות מיט די פארק און די ביין ווייטאג? אויב האסטו מורא צו שרייבן אין פאבליק שרייב מיר ביטע אין אישי.
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
באניצער אוואטאר
שעפטאל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 889
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 19, 2023 6:40 pm
געפינט זיך: אין די גרויסע דשונגל
האט שוין געלייקט: 7215 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2418 מאל

שליחה דורך שעפטאל »

רביה''ק זי''ע האט געשריבן:פאר די עכטע מעדיטאציעס מיט וואס מ'קען מאכן astral projection, רעדן מיט נשמות, וכו' דארף מען אן initiation וואו א גורו צו שאמאן עפנט דיך די channel, אדער shaktipat וואו מ'קאננעקט דיך מיט א ספעציפישע entity, אנדעם קענסטו מעדיטירן פון היינט ביז מארגן און ס'וועט גארנישט געשעהן, און ס'קען קאסטן א שיינע פאר טויזענט דאללער און א וואך צו א חודש אוועק אין די מרחקים
וואס רעדסטו שטותים
האסט דען אפי' א טראפעל ידיעה אין דעי זאכן?
האסט דען אמאל געזעהן איינער וואס קען בכלל? אויב יא. וואס?!

שטייצעך כ'ציה נאר ווייטער דעם שטריק ביז @רביה"ק וועט האפענטלעך מגלה זיין :D
תאבים אנו לשמוע :!: :!: :!:

---
נ.ב. וואס'פאר'א מין גע'אישי'אכטס 'ז דאס
אפשר קען די @מנהל שליט"א לייגן ביי דעם שטרענגלע אנאנים פיעטשער?
אויב נישט. זענען אונז גוזר בגזירת מרא דדינא אז יעדער וואס שרייבט אין אישי איבער דעם זאל עס אויך שיקן צו אונז! מ'וועט אין אויסטויש צוריקגעבן די פארמעקטע מעדיטעישאן תגובות. + 4 געבענטשטע זילבער'נע אפגעשפּראָכענע לייק'ס
סיסטעם
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 79
זיך רעגיסטרירט: זונטאג פעברואר 19, 2023 10:19 am
האט שוין געלייקט: 47 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 66 מאל

שליחה דורך סיסטעם »

רביה''ק זי''ע האט געשריבן:דו מאכסט מיר סתם נייגעריג, וואס איז געוועהן די מעשיות מיט די פארק און די ביין ווייטאג? אויב האסטו מורא צו שרייבן אין פאבליק שרייב מיר ביטע אין אישי.
צוויי עקסטערע זאכן
1. איינער פון די זאכן וואס מען קען טוהן דורך astral projection איז אויסוועלן א לאקאציע ווי אימער מען וויל זיין, (רוב מאל איז עס נישט אקאראט ווי מען וויל אבער ווער עס קען און עס געלאנגט) פרעג איך דיך אויב איז עס אמת'דיג דאן וואלט מען געקענט וויסן וואס האט ווירקלעך פאסירט דארט, למשל אויב א צוויי מענטשן קריגן זיך דארט וואלט מען דאס געדארפט וויסן נאכדעם, ווייל דיין סאבקאנטשעס איז דאך באמת דארט.

2. וואס איז פשט אז מיט א מיסטישער ווארט אדער סימבאל קען מען זיך באהיטן פון שעדלעכער entities, איז דאס נישט העכער פון פיזיקס?

3.לגבי ביין ווייטאג איז דא א שיינער פאר טעקניקס צו יאפאנעזער אדער אנדערע, צו אויסהיילן מיט בלויז ענערגיע אדער מיסטישער ווערטער אין מיינע אויגן איז דעס איבערנאטירליך. (איך ווייס נישט אויב דעס האט שייכת מיט מעדיטאציע, אבער אזויפיל יא איך האב אמאל געהערט בשם א בעל תשובה אז מען דארף מאכן א גאר לאנגע תענית דיבור, פון עטליכער חדשים צו פארשטיין די באדייט פון די ווערטער).
באניצער אוואטאר
איך הער..
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 120
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 03, 2023 3:00 pm
געפינט זיך: דעם אנדערען זייט סמבטוין
האט שוין געלייקט: 316 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 300 מאל

Re: מעדיטעישען

שליחה דורך איך הער.. »

איך וויל נישט צישטערען די שמיעס דא, איך וויל מיך באציען צי וואס די פותח האשכול האט געפרעגט.

איז אזוי איך בין בכלל נישט די מבין וואס די זיכסט אבער איך טי אביסעל מעדעטעשין ווען מיין קאפ ווערט מער ציפלויגען אדער ווען איך דארף אביסל ישוב הדעת

וואס איך טי איז סימפל איך טי אן headphones מיט אביסעל white noise פון א שטראם וואסער לייג ארויף די קאפעל איבער די אויגען איך צי מיך אויס אפען בענקל אויף א וועג אז עס זאל זיין ווי ווייניגער tension אין די Muscles אין איך פראביר צי לאזען מיין מח לויפען אין טראכטען פון בלויז גארנישט, אן עצה וואס כ'האב אמאל געהערט צי האלטען די מח און פלאץ איז צי פראבירען צי פאקעסען און אויסהערן די אייגענעם אטעם וואס ביי מיר גראדע ארבעט.
.Commen sense is not commen
פארשפארט