שפיר דיין פּיין

הילף, עצות און טיפס
באניצער אוואטאר
דיכטער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 288
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 13, 2023 8:50 pm
האט שוין געלייקט: 730 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1527 מאל

Re: שפיר דיין פּיין

שליחה דורך דיכטער »

אז דו עסט קוקן אויפן קאפיטעלע עסטו זען אז ס'פאנגט זיך אן פסוק ב'...
רוחין חדתין
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 79
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 02, 2022 10:28 pm
האט שוין געלייקט: 74 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 60 מאל

שליחה דורך רוחין חדתין »

שפילער האט געשריבן:דיכטער דו רעדסט דיר נאר אויס דיין פיין 'די סימפטומס'. געב ארויס די שורש פארוואס דו ביסט אזוי דעפרעסט ,
יוסף דעת יוסף מכאוב
אויב דו בוזט יא צופרידן בהאי עלמא אפשר זאג אונז דיין טריק, דאס וועט זיין מער נוצליך ווי צו וויסן פארוואס דיכטער איז דיפרעסט.
שפילער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 662
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 07, 2020 5:43 pm
האט שוין געלייקט: 252 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 562 מאל

שליחה דורך שפילער »

רוחין חדתין האט געשריבן:
שפילער האט געשריבן:דיכטער דו רעדסט דיר נאר אויס דיין פיין 'די סימפטומס'. געב ארויס די שורש פארוואס דו ביסט אזוי דעפרעסט ,
יוסף דעת יוסף מכאוב
אויב דו בוזט יא צופרידן בהאי עלמא אפשר זאג אונז דיין טריק, דאס וועט זיין מער נוצליך ווי צו וויסן פארוואס דיכטער איז דיפרעסט.
איך מיין אז רוב מענטשן זענען צופרידן, ווען איינער איז דעפרעסט איז ווייל ער איז דעפרעסט אבער נישט וועגן דעי סיבות נאר ווייל ער איז דעפרעסט און דאס זענען די תוצאות אז מען זעהט אלעס נעגעטיוו און מען האט פיינט לעבן , סא מיין איך כדאי צו עכט ארויסצוגעבן די צער און די פיין איז צו וויינען אויף די שורש נישט די תוצאות.

סאיז גלייך ווי איינער וואס זיין הויז האט די דאך א שפאלט און ער וויינט אז די פלאר איז שמיציג פון די רעגן אנשטאטס צו וויינען אז די דאך האט א לאך.
מיין אישי קעסטל ארבעט נישט
אז איר ווילט זיך פארבינדען מיט מיר פילט פריי מיר צו שיקן אן אימעיל צו

shpieler111@gmail.com
באניצער אוואטאר
שעפטאל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 889
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 19, 2023 6:40 pm
געפינט זיך: אין די גרויסע דשונגל
האט שוין געלייקט: 7215 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2418 מאל

Re: שפיר דיין פּיין

שליחה דורך שעפטאל »

געשריבן נאך אביסל ראפּע..

כ'פיהל ליידיג, א לעבן אהן צופיהל הנאה און אהן א ציהל
כ'טרעף עס אפי' נישט אין תורה ומצוות אדער אין שוהל

ס'ווילט זיך אמאל נעמען דעם פארקרומטען מוח, עם אריין לייגן אין א פוד פּראַסעסער, צומאלן אלע חשבונות רבים,
לעבן גלייך אהן אזוי פיהל טראכטן. אהן די תשעה קבים.

ווער האט עם [-דעם מוח] געשטעלט אלס בעה"ב? זייט ווען מיז ער אלעס דורך טוהן? אלעס דורך געטראכט?
צו דען האט ער מיך געברענגט צו בעסערע פלעצער? האט ער מיין לעבן זיסער געמאכט?

אבער דאן קומט צוריק דעם ליידיגן געפיהל, כ'לויף צוריק צום שכל נאר צו געוואר ווערן אז קיין ענטפער האבעך נישט,
אלזא לאמיר זיך פארלייגן אויף די פראגמאטישע חלקים, כאטש דעם סיבת החיים בלייבט ווייטער צעמישט און צעחושט.

כ'וויל מער געלט אבער כ'האב נישט קיין נערווען צו ארבטן מער
ס'איז בעסער צו לעבן אין די דשונגל ווי מ'איז מסתפק במועט אהן ארבטן שווער

כ'וויל אנטלויפן פון די ריצת החיים, לעבן אין א געצעהלט צעווישן די גראז אין ביימער
זיך דערווארעם'ען אונטער די זון, זיין אליין מיט מיין נשמה, שמועסן מיט זיך אליין. גיימער?

זיין אליין איז טאקע גוט פאר א וואך צוויי, אבער כ'קען נישט לעבן נאר מיט מיר
כ'זיך אחים בדעה, נאך חברים איז נאך לעבן, הגם ס'שווער זיי צו טרעפן ווייל ס'דא לעוועל'ס בלי שיעור

אפשר גיי איך צוריק פאשן די שעפעלך, זינגן צו זיי מיט מיין הארץ און פידל'ע,
אפשר קען איך קאכן אין א רעסטאראנט נעבן די דשונגל, וועלן די טוריסט'ס קענען א ספיריטשול איד'לע

גרויסער גאט, באשעפער פון אלע, עפען מיין הארץ, ווייז מיך מיין וועג.
כ'בין גרייט צו הערן. כ'האב שוין פון לאנג אפגעלאזט דעם קנאה תאוה וכבוד געיעג.

אפי' ווען כ'בין ארום גענימען מיט אזויפיהל חברים בין איך אליין
כ'בין נאר מיטן זיך וואס איז דיך! דו טוהסט מיך פארשטיין!
באניצער אוואטאר
שעפטאל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 889
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 19, 2023 6:40 pm
געפינט זיך: אין די גרויסע דשונגל
האט שוין געלייקט: 7215 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2418 מאל

Re: שפיר דיין פּיין

שליחה דורך שעפטאל »

ווייסעך דען וואס איך וויל
ס'איז צו פיהל, סיי שמועסן און סיי ווען ס'איז שטיל

זיין סטאק אין א דשאב, מיינט זיין א קנעכט
אבער ס'געבט א סענס אוו פּורפּעס, ס'גראונד עכט

טוהן וואס מ'וויל מיטן טאג, איז פריי הייט
אבער ביז וואס ווי ווען, פארלירט מען די סענס אוו דיירעקשן, מ'פיהלט א ליידיג קייט

ווי כ'וועל נאר אנטלויפן, לעבן האט אלעמאל צער
מקרה אחד לכולם, צום חכם פונקט ווי צום נער

בקיצור: לעבן קאסט א פרייז = צער, מ'קען עס נישט שׁוינען
די הנאה דארף זיין גענוג גרויס, ס'זאל זיך לוינן

אבער די הנאה אליין, קאסט אויכעט צער פארדעם צו נאכדעם
מ'איז טאקע אלעמאל אין דיפאלט צוליב דעם

אבער..

שמחה איז נישט קיין מאאד, ס'איז א סטעיט אוו מיינד
מ'קען עס האבן אפי' ווען אלעס איז בּעהיינד

סעלף קעיר איז א מאסט, ווייל קיינער אנדערש קעירט נישט,
דערפאר איז בעסער ווי מער מ'לאכט, פארברענגט, און מ'קוש'ט

הימים כמגילות, דו ביסט מחליט וועלכע מחשבות צו שרייבן, גוט'ס צו פלאג
אלזא מאך זיך א דרעפט ווי אזוי דו וועסט פארברענגן דיין טאג

גיי נאך דיין הארץ, זי איז די איינציגסטע וואס ווייסט וואס דו ווילסט און וואס טוהט דיך באנג
אין איין ווארט: שטופ נישט אפ דיינע וויזיעס! האק א לעבן! ווייל מ'איז נישט דא לאנג!

זינג דיין געזאנג! בעפאר דו גייסט א גאנג! הלוואי האט עס דעם ריכטיגען אפ'קלאנג!
באניצער אוואטאר
שעפטאל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 889
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 19, 2023 6:40 pm
געפינט זיך: אין די גרויסע דשונגל
האט שוין געלייקט: 7215 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2418 מאל

Re: שפיר דיין פּיין

שליחה דורך שעפטאל »

אוי גאט, וואס ווילסטו פון מיר.
אוי טאטע, וואס ווילסטו פון מיר.

ספיקות נעמען נישט קיין עק
וואס איז אמת, וואס איז א צודעק?
מיט שאלות אנגעפילטע זעק
תירוצים נאר געבעק
עץ הדעת געטוהן א לעק
נישטא קיין וועג אוועק
מ'קען נישט געבן א מעק
וואט דע העק
ביז מיין הארץ געט זיך א דערוועק


איי נברא, וואס ווילסטו פון זיך
איי קינד, וואס ווילסטו פון זיך

אפשר הערסטו אויף צו גראבן
האסטו שוין פראבירט הנאה האבן?
זייט ווען דארף עס שטומען
אפי' גראמען דארף עס נישט
גיי נאך דיין הארץ
ה' רועי לא אחסר
טוה זיך אליין גוטס
האב זיך ליב
וועסט זעהן דו האסט קיינמאל געדארפט אן ענטפער
נאר זיכערקייט און ליבשאפט איז וואס דו זיכסט
ים של שלום
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 99
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 20, 2023 6:39 am
האט שוין געלייקט: 229 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 161 מאל

Re: שפיר דיין פּיין

שליחה דורך ים של שלום »

שעפטאל האט געשריבן: מאנטאג אקטאבער 16, 2023 5:18 pm
בקיצור: לעבן קאסט א פרייז = צער, מ'קען עס נישט שׁוינען
די הנאה דארף זיין גענוג גרויס, ס'זאל זיך לוינן

אבער די הנאה אליין, קאסט אויכעט צער פארדעם צו נאכדעם
מ'איז טאקע אלעמאל אין דיפאלט צוליב דעם

אוי זאגסטו שטארקע ווערטער
[NAMELESS]

Re: שפיר דיין פּיין

שליחה דורך [NAMELESS] »

דיכטער האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 04, 2023 1:34 pm צומאל שפירט דאס הארץ גארנישט. עס הערשט א הוילקייט, א ליידיגקייט.

ניין, דאס הארץ איז נישט פארלאשן. ער לעכצט, פרובירט צו שפירן, אבער גארנישט, עס איז הויל. ווי איינער זאל זיך פרובירן צו שטופן דאס אפעטיט, ווי איינער זאל ליגן אין בעט און זיך בעטן ביי זיך איינצושלאפן אזוי איז עס אין הארץ. ער שפירט נישט, אבער ער שפירט ווי ער שפירט נישט. עס איז נישט פארלאשן, אויסדריקלעך נישט. און דאס איז נאך דער גרעסטער פיין וואס ער קען שפירן.

עס שפירט זיך אומגעפער ווי נאכן פארלירן האפענונג. ווי א שפאן אוועק פון א צייט וואס מען האט געלייגט דערין אלע ערווארטונגען און זיך שוין געזען שטיין פון די אנדערע זייט אלס דער גליקליכסטע פון גליקליכקייט און דאן, ווי א זייפן בלאז, איז אלעס צערינען. נישטא קיין האפענונג אויף וואס זיך צו וואונטשן, וואס צו פָארקוקן און ווארטן. אלעס איז הויל, לער פון יעדער אינהאלט. ליידיג, פוסט פון יעדער געפיל.
wow wow הערליך געשריבן
איך האב גאטראכט ס'איז ווי א העליקאפטער וואס לאנדעט און לעשט אויס די motor די שטילקייט וואס איז דא נאכדעם אזא טויטקייט געפיל וואס מען האט
אגב פון ווי נעמסטו דאס אז נאכן זען ווי די לעבן גייט נישט ווי מען וויל, לעשט זיך אויס די שטארקע געפילן בכלל וואס מפלעגט האבן, ס'איז לכאורה אמת, איך בין נייגעריג פון ווי דו האסט עס געהערט
פארשפארט