די אויפטו פון די בעלזא ארגאניזאציע "אהבת קדומים"

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
דער גאלדענער אדלער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1665
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 27, 2017 6:30 pm
געפינט זיך: הלוואי ווען כ'וואלט געוויסט
האט שוין געלייקט: 6003 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3632 מאל

די אויפטו פון די בעלזא ארגאניזאציע "אהבת קדומים"

שליחה דורך דער גאלדענער אדלער »

אין א דערנעבענדיגן אשכול זענען פארהאן עטליכע מגיבים וואס ווישן און חוש'ן ארום ווי כאילו צו מקיים זיין דעם דרוש וקבל שכר.

פון ענקערע תגובות דארט ווייזט אויס ווי עטץ הייבטס נישט אן צו קענען די מסכת פון יוצאים בשאלה און דערפאר זענט עטץ פארנומען אראפצורייסן די נייע חשוב'ע ארגענעזאציע וואס בעלזא האט אוועק געשטעלט "אהבת קדומים".

האבנדיג עקספיריענס אין דעם ענין שוין פאר קרוב צו צען יאר, און האבנדיג שייכות מיט היפש אסאך יוצאים בשאלה ווי מ'רופט זיי (הגם כ'גלייך נישט דעם שם לווי, אבער שוין זאל זיין) און אויך זייענדיג שטענדיג אין בארירונג מיט הייליגע עסקנים וואס זענען עוסק אין קירוב וחיבוק פון די רידשזעקטעד נשמה'לעך, וויל איך דא אויסשמועסן דעם ענין אביסל ברייטער.

קודם כל איז כדאי פאר די אלע פרישע ק"ש שרייבערס זאלן א קוק טוהן און איינע פון די געוועזענע וועקערס נומבער 9 וואו אונזער אומפארגעסליכער מלך השרייבערס @אבטולמוס (אגב, אבטולמוס וואו ביסטו פארלוירן געווארן?? אוי מיר בענקען נאך דיר) לייגט אראפ מיט זודיגע טרערן און פול מיט הארץ די נאכאנאנדע מיטמאכעניש און ביטערניש וואס יוצאים בשאלה גייען דורך אויף א טאג-טעגליכע פארנעם. דעם ארטיקל האט ער געשריבן צוליב עפעס א ז' אדר דרשה וואס וויענער רב האט גע'דרשנ'ט ביי זיך אין שול ווי ער האט אוועקגעמאכט די יוצאים בשאלה. ווער ס'קען, לינק ביטע.

און יעצט לאמיר צו גיין לגופו של ענין. וויאזוי געשעהט א יוצא בשאלה און פארוואס? פארוואס איז נישט יעדער יוצא בשאלה אויב איז עס אזא געשמאקע זאך? איידער מיר מאכן אפ אז יוצאים בשאלה קומט פון תאוות און פריקת עול, ווי מאנכע לייגן עס אראפ, לאמיר קודם פארשטיין וויאזוי זאכן אנטוויקלען זיך.

יענקל איז א וואויל אינגל אין חדר. די אינגלעך אין זיין קלאס, און יעדער וואס קומט אין בארירונג מיט אים, ווייסט צו זאגן פון זיינע גוטע מידות, זיין איידלקייט, אזא וואוילע נשמה'לע וכו', קומט פון א פיינע שטוב, טאטע מאמע פיין געשמאק ווארעם וכו', ס'בעסטע וואס מ'קען זיך נאר פארשטעלן. יענקל האט בר מצוה, מאכט זיך שיין די פיאות, אל אוו עי סאדדן וויל ער זיך אנטוהן נאר שמאלע הויזן, שמעקט זיך אן מיט פיינע שמעקעדיגע זייף, קויפט זיך באהאלטענערהייט א טעלעפאן, די קאפ ליגט עם שוין נישט ביים לערנען ווי אמאל.

זיינע נאענטע חברים דערשפירן אז עפעס איז נישט אין ארדענונג, כאפן עם מיט'ן באהאלטענעם אפיקומן אין טאש און גייען דערציילן פארן מלמד, פאר'ן מנהל, און זענען אים מבזה אין חדר, פון דארט דערקייקעלט עס זיך ביז'ן ווערן ארויסגעווארפן פון חדר/ישיבה. די עלטערן ווייסן נישט און הייבן נישט אן צו פארשטיין וואס עס האט זיי געטראפן, פארביטערט און מיט רעכט... אנשטאט צו געבן ליבשאפט פאר'ן קינד, אנשטאט צו ווייזן און געבן ווארעמקייט, אנשטאט צו ווייזן פארשטענדעניש און מיטגעפיל, דערווייטערן זיי זייער מעשה ידיהם, צוליב ווערן געטריבן פון די גאס פון די מה יאמרו הבריות סטיגמא.

דער בחור שפירט יעצט ווי ער אדער זי האבן אלעס פארלוירן. קיין ישיבה, קיינע עלטערן, קיינע חברים, גארנישט! אן עונש כרת! ווערט פארשניטן פון סאסייעטי און מוז גיין זוכן גליקן מיט אנדערע מרי נפש וואס זענען דורך דעם זעלבן אורטייל, צו זיי זענען אינגלעך צו מיידלעך. פון דארט און ווייטער ביז ווייטאג-שטילנדע ווייסע פילן איז ניטאמאל קיין ד' אמות; און פון די ווייסע שטויב ביז צום מלאך המות'ס האנט ברויך מען ניטאמאל קיין פאספארט, פון דארט אראפ צו שפרינגן דעם בריק אינעם טיפן טייך, אדער פונעם הויכן בנין צו קאלטן ערד ברויך מען ניטאמאל זאגן תפלת הדרך...

דאס חזר'ט זיך איבער נישט נאר ביי יענקל'ן אין חדר, נאר אויך אין ישיבה ביי בחורים און מיידלעך אין סקול, און אפילו ביי געהייראטע, מענער און פרויען צוגלייך, מיט משפחות מיט קינדער. די שענסטע משפחות ביי כלל ישראל זענען געשלאגן געווארן דערמיט. קינדער וואס זייערע עלטערן זענען רבי'ס און רביצין'ס, ראשי ישיבות, מנהלים און מלמדים, ראשי קהלות און מזרח וואנט זיצערס. בנש"ק'לעך, א.א.וו.

די שמאלע הויזן וואס יענקל האט פארלאנגט אנצוטוהן נאך די בר מצוה איז א וויי געשריי וואס קומט פון טיפעניש פון זיין נשמה'לע, וואס זיינע עלטערן, מלמד צו מנהל דערהערן נישט. דאס קינד שרייט "העלף מיר", און אזוי ווי ס'פאלט אויף טויבע אויערן און אויף הערצער וואס דערשפירן נישט זיינע/אירע ווייטאגן טוען זיי העכער שרייען מיט נאך משוגענע זאכן, און דערנאך ווען מ'טוט זיי דערווייטערן און מ'פארשטייט נישט זייער געשריי און מ'איז זיי מעניש מיט לעבעדיגע כרת, דערקייקלן זיי זיך אזש ביזן שטילן פעלד רח"ל...

די מער גליקליכע, די וואס פארמאגן מער אויסהאלט קראפט, זוכן זיך גליקן ערגעץ אנדערש אבער געפינען עס נישט, נאר שפירן זיך פארשניטן מאילנא דחיי פון וואו זיי קומען.

כ'געדענק מיט עטליכע יארן צוריק האב איך געהאט א שמועס מיט איינע פון די צדיקים וואס האבן אסאך געטוהן אין דעם פעלד, הרה"צ ר' זכרי וואלערשטיין ז"ל, האט ער מיר דעמאלטס געזאגט אז לכה"פ פינף און זיבעציג פראצענט פון אזאנע קינדער וועם ער אליין האט אינטערוויוט האט זיך ארויסגעשטעלט אז זיי זענען אנגעקומען צו יענע מצב צוליב מאלעסטעישן, און ער האט מיר מסביר געווען אז ס'מוז נישט מיינען אז דוקא אן עלטערער פארשוין האט געבאברעט במקומות הקדושים, ס'קען פונקט אזוי זיין א אינגל אדער מיידל פון די זעלבע יארגאנג האט באצווינגען א צווייטן מיט רעדן אן ענין וואס דער חבר אדער פרענד איז נישט געווען גרייט צו הערן וכדומה, וואס קוקט אויס צו זיין א קלייניגקייט.

און דער אמת איז אז נישט פאר יעדע קינד/בחור/מיידל וועט עס שאטן, אבער ס'זענען שטענדיג פארהאן בעלי נפש מיט סענסיטיווע נאטורן, און ס'באמת נישט קיין חסרון צו זיין עקסטער סענסיטיוו, ס'פשוט א נאטור ווי אלע נאטורן, און פאר אזוינע מיט סענסאטיווע נאטורן שאדט עס. צוויי קינדער אין חדר קענען כאפן פעטש פונעם מלמד פרשת משפטים, צוויי קינדער קענען ווערן פארשעמט פונעם מנהל אין פארנט פון אנדערע אינגלעך, קענען ווערן געבולי'ט פון אנדערע קינדער, איינעם וועט עס שטארק שאטן און דעם צווייטן בכלל נישט. איינער איז טיף, סענסעטיוו, דער אנדערער איז אויבערפלעכליך און פארמאגט דיקע הויט.

"קאנעקשן" איז די שטערקסטע זאך אין די בריאה. סיי ביי חיות, בהמות, פייגלעך, וכו', דאס איז די ערשטע אינסטינקט. וואטשט יוטוב קליפס פון דזשאנגעלס, וויאזוי גאנצעטע פאמיליעס פון חיות, בהמות לעבן צוזאמען, באשיצן זיך איינעם דעם צווייטן, מאמעס זייערע קינדער און קינדער פאלגן נאך זייערע עלטערן. און מכל שכן ביי מענטשן זוכט יעדער קאנעקשן, קיינער וויל נישט ווערן אפגעריסן פון וואו ער/זי קומט, יעדער וויל געפעלן פאר זייערע נאענטע, ווי נענטער מ'איז אלץ מער זוכט מען צו געפעלן. די וואס אנטלויפן פון סאסייעטי זענען ווייט פון צופרידן נאר טוען עס אלץ א מעקאניזם פון סערווייוול היות מ'האט זיי אוועקגעווארפן במו ידיהם על לא חמס בכפם, נאר ווייל זיי האבן געשריגן מקירות לבם פון זייערע ריינע הערצער און ווער ס'ברויך זיי צו הערן זענען געווען טויב, און כ'באשולדיג נישט דא קיינעם, נישט דאס איז מיין מאטיוו מיט דעם ארטיקל, נאר ארויסצוברענגען דעם פיינפולן דורכגאנג וואס די חוזרים בשאלה גייען דורך אויף א טאג-טעגליכן אופן.

עטס ווייסט וויפיל יונגע זיסע נשמה'לעך, וויפיל שיינע קערפערלעך, האבן זיך אויסגעמישט מיט די ערד אין די לעצטע פאר יאר?? הונדערטער! יא עטץ הערטס גוט, הונדערטער אינגלעך און מיידלעך! עטץ ווייסט פארוואס? ווייל זיי האבן פארלוירן דאס וויכטיגסטע זאך וואס סיי וואספארא באשעפעניש ברויך האבן: "קאנעקשן"!!! קאנעקשן איז די אקסיגן פון די וועלט, פון די בריאה! ווען א מענטש שפירט נישט קאנעקטעד, צו עלטערן, צו משפחה, צו חברים וכו' שפירט מען נישט גוט, ווי איינער וואס פאלט אוועק פון א הארץ אטאקע רח"ל, נאר דאס זעהט מען גלייך און מ'ווייסט צו רופן די הצלה. און ביי פארלירן קאנעקשן כאפט מען נישט גלייך און אסאך מאל איז שוין צו שפעט צו ריעקטן ווייל דער באטרעפענדער איז שוין איינגעוויקלט אין ווייסע קליידער זעקס אמות אונטער דער ערד.

קומט צו גיין א קהלה קדושה בישראל וועלכעס רופט זיך בעלזא, און מיט די גוטהייסונג פון זייער רב עפענען זיי אן ארגענעזאציע וואס הייסט "אהבת קדומים" וואס איז בעיסיקלי אן הצלה ארגענעזעישן צו געבן אקסיגן און סטעם סעללס פאר פאר'סטראק'טע פאציענטן און צוריק אויפלעבן זייער וויכטיגסטע זאך אין לעבן - "קאנעקשן", זיי ארויסצונעמען פונעם עונש כרת אין וואס זיי זענען אזוי אומשולדיגערהייט אריינגעלייגט געווארן. אנשטאט ארויסצוקומען און זיי קאנגראטולירן, אריין שרייען אין הויכהילכערס און לויבן די עסקנים וואס זענען עוסק במלאכת שמים, באגלייטן מיט מוזיק און טענץ, באווארפן מיט חיזוק פאר די וואס זענען עוסק ביישובו של עולם, חוש'ט מען דא ארום אין א דערנעבענדיגן אשכול צו בעלזא מיינט יא צו נישט לשמה?! וואס די גיהנם רעדט עטץ דארט צאם?! ס'טייטש 'שלא לשמה' מיינט ווען מ'ראטעוועט אידישע נשמה'לעך פון צער און ווייטאג, פון אונטערגאנג, מ'טוט נאכאמאל מיט א פרישקייט קאנעקטן מיט זיי, מ'גיבט זיי ערשטע הילף. און ווייטער 'לשמה' מיינט אז מ'לאזט זיי אין זייער גיהנם! אין זייער פארשניטענע לעבן! אין פיינפולע דורכגאנג! מיט זייערע יסורים! די קאפ שטיק וואס ליגט אין דעם געדאנק...

און יא, זיי זענען געבוירענע בעלזע, אויפגעצויגן צו בעלזע עלטערן און דארט האבן זיי געזוכט צו קאנעקטן פונקט ווי דער סאטמארער און פאפא'נער און אין אלע אנדערע חסידות און באוועגונגען, דארט האבן זיי זייערע עלטערן, חברים וכדומה. און זיי שרייבן עס ארויס קליפ און קלאר אין זייערע טוויטס אז זיי מיינען נישט דא אידישקייט/חסידות אדער גוי'אישקייט, בלויז קאנעקשן! זיין געזונט! אקסיגן! איי וועט עטץ פרעגן מאן יימר אז זיי מיינען טאקע נישט די פארטיי? למען כבוד בעלזא? אויף דעם וועל איך ענטפערן, לאמיר זאגן אז יא, איז וואס? למעשה ראטעווען זיי אפ גאנצעטע דורות פון אונטערגאנג בגשמיות וברוחניות.

און ב"ה לא אלמן ישראל, ס'זענען פארהאן אסאך צדיקים וואס זענען עוסק במלאכת שמים צו העלפן די זיסקייטן וואס זענען נעבעך אוועקגעריסן געווארן. ס'כדאי צו דערמאנען כאטשיג א טייל פון די נעמען למען ידעו דורותינו, הצדיק אבי פישאף, הצדיק ר' שמעון ראסעל, הצדיק ר' גדלי מיללער מיט זיין גאנצע 'קשר נפשי' טיעם, הרה"צ ר יצחק יעקב לובינשטיין, הרה"צ צבי שטיינבערג פון דזשעקסאן ניו דזשורסי, הרה"צ ר' מרדכי אהרן אונגאר, דער קראלער רב פון וויליאמסבורג, און נאך אסאך וואוילע גוטע מסירות נפש'דיגע אידן וואס שטעלן זיך ארויס פריי אן אפצאל און גענוג מאל נעמען זיי נאך די היץ פון אזוינע וואס שפייען עקסטרעמיזם און שנאה צו די מכלומר'שטע חדש אסור מן התורה מהלכים, ווי כאילו מ'רעדט פון עפעס נייע וועגן וואס מ'האט אדאפטירט פון די גוים.

אבער די אלע - און אויך וועם כ'האב נישט אויסגערעכנט כי רבים הם - זענען נישט רעפרעזענטירט מטעם א חסידות אדער מוסדות, און דערפאר איז אסאך שווערער פאר זיי צו טוען די הייליגע ארבייט. יעצט אבער אז אזא מעגא חסידות ווי בעלזא האט זיך ארויסגעשטעלט און האבן געוויזן ווי שטענדיג, צו זיין די נחשונים און באלייכטן דעם וועג פאר אנדערע, אזויווי זיי האבן שוין געטוהן אינעם עבר מיט'ן צושטעלן סאציעלע הילף אין זייערע חדרים/ישיבות און סקולס, און זיין די ערשטע דאס צו טוהן, און היינצוטאגס טוען עס כמעט אלע חסידי'שע מוסדות אויך. און פארשטייצעך אז בעלז זענען פאראויס מיט א צוואנציג יאר און רוקן זיך געשווינד און האבן נישט מורא, קומט זיך זיי זייער אסאך קרעדיט סיי וואס זיי טוען אין זייערע מוסדות און סיי וואס אנדערע טוען זיי נאך.

טייל פון מיינע טעכטער פלעגן ארבייטן אין איינע פון די בעלזע ת"ת מיט'ן געבן סאציעלע הילף פאר קינדער וואס ברויכן עס, האבן זיי מיר כמה פעמים געזאגט וואספארא כוחות די הנהלה לייגט אריין אין די קינדער און האבן נישט מורא פון וואס די גאס וועט זאגן און ווי זיי זענען מכבד די אלע וואס קומען לערנען מיט זיי, זאל עס זיין מיידלעך, מענער, די רעספעקט וואס מיינע טעכטער האבן באקומען דארט און די הארץ וואס די הנהלה האט אריינגעלייגט האבן זיי נישט געזעהן אין קיין שום אנדערע מוסדות וואו זיי האבן אויך געארבייט.

ווען איך האב ווען די יכולת וואלט איך מיך אויפגעהויבן און יעצט געפארן קיין ארץ ישראל נאר פאר דעם סיבה אליין און ארויסגעוויזן מיין רעספעקט און מחזק געווען די ידי עושי המלאכה, כ'וואלט זיכער אריין צום בעלזער רב און צו די עסקנים און ארויסגעוויזן מיין שטיצע. איי ווער בין איך דען? אבער פארט יעדעם און פון יעדעם שמעקט חיזוק, קאמפלימענטס און ווארעמע וואונטשן אויף לעתיד.

זאל דער רבוש"ע טאקע העלפן אז די וואס זענען עוסק אין די זאכן זאלן געבענטשט ווערן מיט כל מילי דמיטב און די וואס האבן נישט די שכל צו כאפן, זאל גאט זיי באשענקען און אריינשיינען אין זיי שכל, און זיי זאלן זיך נישט דארפן דערלערנען דורך אייגענע עקספיריענס ח"ו.

מיט א וואונטש פאר אידיש נחת פאר אלע אידישע עלטערן בכבוד ובניקל.

Sent from my SM-S911U using Tapatalk
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום דער גאלדענער אדלער, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
תורה ומדע
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 923
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 15, 2016 10:55 am
געפינט זיך: מידוועסט
האט שוין געלייקט: 483 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 667 מאל

שליחה דורך תורה ומדע »

דער בעלזער רב איז אויך דער נחשון אין איינפירן למודי חול אין חרדישע מוסדות, די לימודי ליב"ה. א שאד אז ער האט זיך געלאזט איינרעדן פון די ליטווישע עקסטרימסטן. וי"ל אז א בעסערע קוריקולום מיט מער ספארטס קען העלפן מגדל צו זיין געזונטערע מענטשן.
קבל את האמת ממי שאמרו (רמבם ה' קידוש החודש)
אינטיליגענטער
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 24
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יאנואר 17, 2023 12:54 am
האט שוין געלייקט: 16 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 42 מאל

שליחה דורך אינטיליגענטער »

שיינע לאנגע הסבר
דו טרייסט צו מאכן ערנסטע PR און ביסט נישט ארויס שלעכט בכלל
[מאכן pr איז נישט קיין עבירה] :P
כאטש איך פארשטיי נאך נישט די תועלת פאר די OTD פון די הארציג ווארימע בדחנות וואס ישראל שטערן פון לאנדאן זינגט ביי די קברים פון די בעלזע רביס :roll:
פונקלעך ווי אזוי גייט דאס זיי העלפן? אבער שוין :roll: :roll: :roll: :roll: ווער בין איך צו געבן עצות?

איך האב געהאט אמאל די זעלבע בליק אז דעם בעלזער רשכבה"ג שליט"א איז דער מערסט צוגעלאזענער און אויפגערקלערטער רבי פון אלע רביס ספעשל מיט די מאדערענע שיטות פון 2023
אבער איך האב א שטיקל פראבלעם מיט די PR ווייל איך האב א חבר וואס קומט פון זייער א כאניאקישער [ליין: שיינע] משפחה אין בעלז
פאר דער יונגערמאן איז נמאס געווארן די חסידישע לעבן, ער איז נישט געווארן OTD ער איז געבליבן א שומר תורה ומצות
אבער זיין עבירה איז אז ער האט אויסגעטוען די חסידישע לבוש און זיך ארויסגעצויגן אין א מאדערענע געגענט און בעלזער רב האט געעצהט דעם טאטן און געשוויסטער אפצוהאקן מיט אים קשר און באפוילן אז ער זאל נישט לאזן דעם זון קומען צו שמחות כדאי ער זאל נישט קאליה מאכן די אנדערע קינדער
קען זיין בעלזער רב האט חרטה אבער דער חבר מיינער איז נאר געווארן ערגער נאך די געוואלדיגע קלוגע עצה פון דער בעלזער רשכבה"ג שליט"א
און אז בעלזער רבי מאכט א 180 דעגרי יוטורען קען ער גיין מקרב זיין יענע יונגערמאן אויך

און רעדענדיג פון די מאדערענע שיטות החינוך פון בעלז
איך בין נישט דא אראפצורייסן בעלז
אבער מלמדים אין אלע בעלזע חדרים ארום די וועלט פראסקענען ביז היינט קינדער און בחורים נישט קיין סאך ווייניגער ווי אין סאטמער
תורה ומדע
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 923
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 15, 2016 10:55 am
געפינט זיך: מידוועסט
האט שוין געלייקט: 483 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 667 מאל

שליחה דורך תורה ומדע »

אינטיליגענטער האט געשריבן: בעלזער רב האט גע'עצה'ט דעם טאטן און געשוויסטער אפצוהאקן מיט אים קשר און באפוילן אז ער זאל נישט לאזן דעם זון קומען צו שמחות כדי ער זאל נישט קאליע מאכן די אנדערע קינדער.
קען זיין בעלזער רב האט חרטה אבער דער חבר מיינער איז נאר געווארן ערגער נאך די געוואלדיגע קלוגע עצה פון דער בעלזער רשכבה"ג שליט"א.
וואס האסטו געמיינט, ביי דער נעקסטע בעלזער חתונה וועט זיין א מקום מיוחד פאר אהבת קדומים'ניקעס?!
קבל את האמת ממי שאמרו (רמבם ה' קידוש החודש)
צומישט און צוחישט
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 259
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 27, 2023 11:03 pm
האט שוין געלייקט: 194 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 307 מאל

שליחה דורך צומישט און צוחישט »

הרב גאלדענע אדלער:איך וויל מיר באציען צו די ערשטע חלק פון דיין באשרייבונג, איז עס טאקע אזוי אז יעדע מאל א בחור טוט זיך אהן שמאלע הויזן קומט עס פון ווייטאג, פון שפירן אז מ'פארשטייט אים נישט,אדער אלץ רעזולטאט פון מאלעסטעישן?, ס'דא גענוג און נאך וואס האבן פלעין א יצר הרע, און האבן נישט קיין נערווען צו ס'גאנצע פרומע יהדות, פשוט און גראב אהן קיין שום נפשיותדיגע ווייטאגן, נישט אז זיי דארף מען נישט מקרב זיין, נאר אויב די מעשה פון יעקעלע איז א חלק פון די הסבר אויף אהבת קדומים, איז לכאו' לאוו כללא כייל ווייל ס'דא אסאך פעלער וואס זענען נישט אזוי,,

ועוד, ווייס איך פון די נאנט, אסאך פעלער וואו מ'קען קיינעם נישט באשולדיגן אז מ'האט זיך אריינגעשטעקט אין די ערד אויס מורא פון מה יאמרו הבריות, פעלער וואו מ'האט זיי באגאסן מיט עקסעפטענס און ליעבשאפט בלי גבול, אריינגעמישט יעדע עסקן און רב וואס קען נאר האבן א שטיקל השפעה,, און ס'נישט געווען צו וועם צו רעדן,, ביי יעדע שמחה אדער ווען זיי קומען ארויף צו באבי'ס הויז אויפפיקען אביסל עסן מיט א אוגערישן טעם,, האט מען זיי אזוי שיין און נייס אויפגענומען, און זיי געמאכט פילן א חלק פון די משפחה, קיינמאל קריטיקירט אויף זייער אויסזעהן אדער התנהגות, און ווען זיי האבן פארלאזט דאס ארט האט מען בלויז געקענט צוגיין פאר צער,, אבער גארנישט האט זיך געריקט,
וואס איך מיין ארויסצוברענגען איז, אז ס'נישט קיין כלל און נישט אייביג קען מען באשולדיגן עלטערן-משפחה-מחנכים אז זיי האבן נישט גענוג מקרב געווען, נאר ס'דא אסאך מאל וואס זיי ווערן פלעין נאכגעשלעפט בעוון הדור, און זיי ווארטן אויף א רוח טהרה ממרום און נישט אויף א האג,,,
דער גאלדענער אדלער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1665
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 27, 2017 6:30 pm
געפינט זיך: הלוואי ווען כ'וואלט געוויסט
האט שוין געלייקט: 6003 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3632 מאל

שליחה דורך דער גאלדענער אדלער »

דער פאסיגער ענטפער איז אז ניין, נישט יעדעס מאל, יעדע כלל האט א פרט. אבער רוב מאל איז עס יא אזוי. די נאטור פון די מענטשהייט איז צו וועלן זיין קאנעקטעד די ערשטע צו עלטערן נאכדעם צו משפחה און נאכדעם צו חברים, שכנים אא"וו. די משל מיט די הויזן איז נאר לסבר את האוזן משום דיבר הכתוב בהווה. אבער עס איז מיט יעדע זאך אזוי, אויב די קינד טוט זאכן אנדערש ווי ער/זי האבן געזעהן אין זייערע נאענטע געזעלשאפט, ווי עלטערן, פלאץ פון ווי מ'קומט וכו' איז דאס א סיין אז עפעס טויג נישט און מ'ברויך טוהן עפעס. עפ"י רוב וויל און זוכט יעדער צו געפעלן פאר זיינע נאענטע און דאס א חלק פון זיין קאנעקטעד.

יעצט איז אזוי, דאס וואס דו כאפסט אן אז ס'זענען פאראן בעלי תאווה, איה"נ אבער בעלי תאווה געווענליך זוכן נישט צו אנטלויפן. ווי האט איינער א ניק דא אין ק"ש געשריבן, אז בעלי תאוות קענען זייער גוט אויסניצן און טוהן מה שליבם חפץ מיט די שמונה בגדים זיי קענען נאכאלץ שפירן קאנעקטעד. זיי האבן נישט קיין דרייוו צו אנטלויפן. ס'האט מיר אמאל א אינגערמאן א חבר מיינער געזאגט, זעהסט מיינע געלע ט"ק? דאס איז מיר אלעס מכשיר, אזא איינער שפירט זיך גוט איבעראל, אין קאווע צימער קייענדיג האטקאפס שמועסנדיג מיט זיינע חברים, קלאטשן ביי ימין ושמאל תפרוצי, פלאמען מיט די האנט אין די גארטל בשעת'ן שרייען טוב להודות לד' ולזמר לשמך עליון. און זינגען אזמר לסעודתא מיט'ן רעזשוואלקע און מאכן קידוש מיט רעבן זי"ע נוסח. זינגען ר' בעריש ווישעווער'ס ניגון ביי די נענועים ענד סא אן ענד אן. אזא איינער איז בכלל נישט פעינד, בכלל נישט אנגעווייטאגט, סך הכל אביסל ווארימלעך, נישט פון דעם רעדט די פסוק.

מיין ארטיקל באציהט זיך פון אזוינע וואס זענען באמת אינערליך אנגעווייטאגט און זייער ווייטאג קען זיי פירן צו יענע וועלט ווייל זיי זענען פשוט נישט קאנעקטעד. קוק, איך קען דיך נישט, אבער שטעל דיך אביסעלע פאר עטליכע מינוט און טראכט ביסט ערגעצוואו אין א איזאלירט פלאץ דיין משפחה, נאענטע פריינט וכו' זענען נישט מיט דיר, זיי האבן דיך דארט אראפגעדראפט אין דראפ שיפמענט און דיר געזאגט דערוואג דיך נישט צוריק צו קומען צו אונז, אונז זענען נישט אינטערסירט אין דיר. ווערסעס די זעלבע דיר וואס איז פאר תאווה'ט אבער בכלל נישט גערעגט אויפן סיסטעם, קעהנסט טוהן זאכן באהאלטענרהייט, קיינער שיידט זיך נישט אפ פון דיר, ביסט גוט מיט יעדעם, אינדערהיים אין שול אין קאפי צימער וכו' די זענען צוויי אנדערע מענטשן. כ'האף אז כ'האב עס גענוג גוט ארויסגעברענגט.
חדשים
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 533
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 29, 2022 10:46 pm
האט שוין געלייקט: 946 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1074 מאל

שליחה דורך חדשים »

איך בין זייער נייגעריג, בבחינת קנאת סופרים תרבה חכמה, וואספארא סאציאלע פראגראמען איז דא אין די בעלזא מוסדות צו קאנעקטן די קינדער און בחורים וואס קאלערן ארויס. וויאזוי באגייען זיך די מנהלים צו אזעלכע וואס פיטן נישט אריין אין די געווענליכע וואן-סייז-פיטס-אלל קוקי-קאטער? וויאזוי באגייען זיך די הנהלה רוחניות צו עלטערן וואס פארגעסן צומאל במזיד זיך צו פירן אויף די אויסגעטראטענע וועג מאבותינו ורבותינו הקדושים? נוצט מען דארט נישט קיין טעראר מיטלען צו האלטן די עולם אין שעיפ? וואס איך מיין צו פרעגן איז אויב מען טוט עפעס אין פירסט פלעיס צו האלטן דעם קינד אדער ערוואקסענעם קאנעקטעד.
באניצער אוואטאר
וואלווי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3762
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 11:34 am
האט שוין געלייקט: 5604 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5650 מאל

שליחה דורך וואלווי »

וואס איז שייך די טענה'ריי וועגען אינדיווידואל מעשות און די כוונות פון בעלזא? די פאונט פון די לאנגע מגילה איז אז יעצט האט בעלזא געטוהן א גוטע זאך און מ'דארף דאס מכיר טוב זיין. פארוואס מוז דאס קומען אויף א מעסטער מיט אנדערע זאכן וואס גייען פאר מיט בעלזא?
Until the spirit be poured upon us from on high
Isaiah 32:15 -
חדשים
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 533
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 29, 2022 10:46 pm
האט שוין געלייקט: 946 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1074 מאל

שליחה דורך חדשים »

איך האב מיר באצויגן צו די פאראגראף
דער גאלדענער אדלער האט געשריבן:אבער די אלע - און אויך וועם כ'האב נישט אויסגערעכנט כי רבים הם - זענען נישט רעפרעזענטירט מטעם א חסידות אדער מוסדות, און דערפאר איז אסאך שווערער פאר זיי צו טוען די הייליגע ארבייט. יעצט אבער אז אזא מעגא חסידות ווי בעלזא האט זיך ארויסגעשטעלט און האבן געוויזן ווי שטענדיג, צו זיין די נחשונים און באלייכטן דעם וועג פאר אנדערע, אזויווי זיי האבן שוין געטוהן אינעם עבר מיט'ן צושטעלן סאציעלע הילף אין זייערע חדרים/ישיבות און סקולס, און זיין די ערשטע דאס צו טוהן, און היינצוטאגס טוען עס כמעט אלע חסידי'שע מוסדות אויך. און פארשטייצעך אז בעלז זענען פאראויס מיט א צוואנציג יאר און רוקן זיך געשווינד און האבן נישט מורא, קומט זיך זיי זייער אסאך קרעדיט סיי וואס זיי טוען אין זייערע מוסדות און סיי וואס אנדערע טוען זיי נאך.

טייל פון מיינע טעכטער פלעגן ארבייטן אין איינע פון די בעלזע ת"ת מיט'ן געבן סאציעלע הילף פאר קינדער וואס ברויכן עס, האבן זיי מיר כמה פעמים געזאגט וואספארא כוחות די הנהלה לייגט אריין אין די קינדער און האבן נישט מורא פון וואס די גאס וועט זאגן און ווי זיי זענען מכבד די אלע וואס קומען לערנען מיט זיי, זאל עס זיין מיידלעך, מענער, די רעספעקט וואס מיינע טעכטער האבן באקומען דארט און די הארץ וואס די הנהלה האט אריינגעלייגט האבן זיי נישט געזעהן אין קיין שום אנדערע מוסדות וואו זיי האבן אויך געארבייט.
פון די קאנטעקסט פון די באשרייבונג האט זיך עס געליינט ווי דאס איז א חלק פון זייער מאדעל וואס זיי אפערעיטן צו פארשטיין צו די קינדער וואס דארפ’ן ספעציעלע הילף. און ווי איך האב עס געשריבן אז איך פרעג נישט לקנטר. אלץ א דרויסענדיגער און איינער וואס איז אין די ליין און עס איז אביסל בידי צו העלפן, וואלט איך געוואלט הערן מער וועגן זייער מאדעל.

פון די שארפע רעספאנס, פארשטיי איך אז די תירוץ איז נישט פאזיטיוו. איך האב נישט דאס געוואלט הערן און איך האב קיינעם נישט געמיינט וויי צו טון. איך בעט איבער די וואס האבן זיך געפילט באטראפן. אדרבא, אויב עס איז יא פאזיטיוו, איז א שאד אז מען זאל נישט מער מאריך זיין אלץ ממנו ילמדו וכן יעשו.
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6351
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 8611 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2811 מאל

שליחה דורך איך אויך »

רבינו הנשר הזהב, אומווילענדיג פאלסטו אויך אביסל אריין אינעם טרעפ פון די חושערס. ווי עטליכע האבען שוין קלארגעשטעלט אין יענע אשכול איז די נייע אינציטאטיוו נישא "מיט די גוטהייסינג" פון בעלזער רב שליט"א נאר כל כולו זיין געדאנק וואס ער האט פארלאנגט פון די עסקנים וואס האבען ביז יעצט אויך גענוג אויפן קאפ מיט די מוסדות התשובה דחסידי בעלזא תורה ואמונה-צוהר-הידברות און די פארשידענע פעלות לקירוב קרובים מיט וואס בעלזא פארארבייט מעשים שוין א גוטע פאר יאר ווי הקשיבה, צוטיילטע ישיבות, סאציאלע הילף און נאך.

נאר ער האט איינגעזעהן אז עס פעלט זיך אויס פעולות אין דעם ענין האט ער מיט זיין שוואכע כוחות זיך אריינגעלייגט דערין. בלייבט אונז נאר איבער צו ווינטשן שיאריך ימים על ממלכתו בבריאות השלימות און די נייע איטנציטאטיוו זאל בקרוב בלייבן אן א שטאך ארבייט.
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
yatzmachp
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 330
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 25, 2013 11:10 am
האט שוין געלייקט: 102 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 474 מאל

שליחה דורך yatzmachp »

איך קען נישט בעלזער רב/רבי אבער איך קען א גוטע פאר פון זיינע חסידים. איך בין נישט אינספייערד ביי קיין איינע פון זיי נאר פארקערט. סיי אין זייער אידישקייט און סיי אין גוי'אישקייט. ערגער פון אלעם איז זייער פאנאטישע גלויבן אין רבי'ן כאטש עס איז זיך סותר מיט זייער אויפפירונג. בכלל בעלז ליידט פון א לעעק אף סעלף קאנפידענס פונקט ווי אלע קליינע חסידות'ן חוץ סאטמאר און גור, און דאס זעהט זיך אן ווען מען רעדט מיט די חסידים.

אין מיין אפיניען, אויב וואלט די צוקונפט פון אידישקייט זיך געוואנדן אויף בעלז וואלט אין צוויי דורות קיין סאך נישט געבליבן.
פארשפארט