די אמעריקאנער סודות בוך - דאס ווייסע הויז

אידישע און וועלטליכע היסטאריע
לייביששרייבער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 595
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 28, 2023 6:18 am
האט שוין געלייקט: 285 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1344 מאל

די אמעריקאנער סודות בוך - דאס ווייסע הויז

שליחה דורך לייביששרייבער »

א מאיעסטעטישער קעניגליכער פאלאץ, ארומגענומען מיט הערליכע גארטנס און א פשוטער שווארצער צוים וואס נעמט איר ארום.

דאס הויז שטייט אויף 1600 פענסעלוועניע עוועניו, אין וואשינגטאן דיסטריקט אף קאלאמביע.

אינטערסאנטע פאקט: אין יאר 1790 תק"נ בערך 14 יאר וואס די פאראייניגטע שטאטן האבן זיך אפגעריסן פון די ענגלענדער אין יאר 1776 תקל"ו האט קאנגרעס אדורכגעפירט א געזעץ אין די ביכער וואס הייסט "די רעזידענץ אקט" Residence Act, וואס האט דאן באשטעטיגט אז די פעדעראלע רעגירונג זאל האבן א קעפיטאל וואס איז די עיר הבירה פון די פאראייניגטע שטאטן, א שטיקל שטח וואס שטייט ביי דעם פאטאמיק ריווער Potomac River. די שטח איז נתנדב געווארן צו דעם נייעם פעדעראלן קעפיטעל דורך די צוויי שטאטן מערילענד און ווירדזשיניע.

די נאמען פונעם פעדעראלער שטאט איז גערופן געווארן ע"ש גענעראל וואשינגטאן וואס איז געווען די אנפירער פון די פאראייניגטע שטאטן רעוועלוציע זיך צו אפצורייסען פון די ענגלישע אונטערדריקער. די צוויי בוכשטאבן די. סי. DC איז געווארן צוגעלייגט פאר די ווערטער פון דיסטריקט אף קאלאמביע, ע"ש קריסטאפער קאלאמבוס וואס איז געווען די געפונער פון די אמעריקאס אין יאר 1492 רנ"ב אין שליחות פון די ספאנישע קעניגן איזעבעלא די ערשטע און קעניג פערדינאנד דער צווייטער פון אייבעריע (די קאלאמבוס עפאכע איז א לאנג פארצווייגטע היסטאריע וואס מיר וועלן נישט דא שרייבן די דיטעילס, עס וועט אוועקפירן אונזער ווערק קיין האנעלולו)


אין די ווייסע הויז וואוינט נישט קיין קעניג, אדער גאר א געלט-גייציגער לאנד'ס מעניפולירער וואס לויפט נאר נאך דעם טרוים פון רייכטום און כבוד אויפן חשבון פון די לאנד'ס איינוואוינער וואס זענען ווי פליכטלינגען פאר זייערע אויבערהארן. עס וואוינט דערינען דאס שטערקסטע, די מערסטע פאוערפול, און די מערסטע אינפלוענשיל מענטש אין די וועלט, דער פרעזידענט, וואס איז די ראש ממשלה פון די שטערקסטע און רייכסטע מדינה אויף די וועלט די פאראייניגטע שטאטן פון אמעריקע, צו וועם אלע וועלטס מאכטן ווענדן זיך צו, פרובירן נושא חן זיין ביי דעם אמעריקאנעם פרעזידענט, מיט סיי וואס עס גייט נאר פאר אין זייערע אייגענע מדינות האפן זיי אז דער שטערקסטער מענטש אויף דער וועלט דער אמעריקאנער פרעזידענט וועט נישט אויף זיי קוקן מיט א בייז אויג.

ווי אויך איז דער ווייסער הויז א מאיעסטעטישער הערליכער אויסגעצירטער בנין ווי עס פאסט פאר א קעניג.

דאס ווייסע הויז האט גאר אסאך פונקציעס. אויסער האלטן דאס וואוין ארט פונעם שטערקסטע מענטש אין די וועלט, דינט עס אויך פאר די הויפט וואוינונג פון דעם צענטעראלער מיליטערישע פאוער, די שטערקסטע מיליטער פון די וועלט. א שכן מיטן שטערקסטער מענטש.

די ווייסע הויז איז די מערסטע באוואכטע בילדינג וואס איז נאר אמאל געבויט געווארן, און וואס עס שטייט.

א שטאט פון אונטערערדישע טונעלן וואס דינט פארשידענע פונקציעס, בעיקר פירט עס ארויס פון דארט טיף אריין אין וואשינגטאן די. סי. צו א צווייטע פארזיכערונגס ארט אין פאל די אינעווייניגסטע איינוואוינער, דער פרעזידענט, זיין פאמיליע, מיט זיין קאבינעט וואס געפינען זיך אינעווייניג, זענען אין סיי וואספארא סכנה.

עס איז דא הונדערטער מייסטער טעראריסטן וואס וואלטן געהאט שטארק חשק צו זעהן דאס ווייסע הויז ווערן פארשווארצט פון רויעך און דאס גאנצער אינהאלט פון אינעווייניג זאל מיט די רויעך מיטגיין.

די לאנגע ווייסע זוילן וואס שטייען אויסגעשטרעקטע פאר פראכט דינט נאך צענדליגער צוועקן אויסער דינען ווי אן אומשולדיגער דאום וואס גיבט א פרעכטיגע אויסזעהן פאר'ן ווייסן בנין. די ווייסע זוילן האבן אסאך לעגענדעס ארום זיך (איך וועל זיי נישט פארשרייבן, פשוט ווייל עס איז אין ערגעץ נישט קראנט אינפארמירט. מיר פרובירן איבער אלע כוחות צו שרייבן נאר קראנטע אינפארמאציע. א לעגענדע וועלן מיר נאר שרייבן כדי לסבר את האוזן און ארויסברענגען א נקודה, אבער נישט פאר קיין אינפארמאציע) וואס איז קיינמאל נישט קאנפירמירט געווארן, אבער אויך נישט געווארן אפגעפרעגט. (אין פאל א פליגער פליט אריין אין די געגנווארט (נאו פליי זאון) פונעם ווייסן הויז, וועט פון די פיר זוילן ארויס קומען גאר שטארקע מאגנעטישע שטראלן און ארום ווארפן א שטארקע אינפרארעד סיגנאל וואס וועט ארויסציען די לעקטער פון אלעס ארום די גאנצע געגענט, דער פליגער וועט פארלירן אירע סיגנאלן און וועט אויף קיין פאל נישט קענען זיך דערנענטערן צום ווייסען הויז, נאך פאר ער רוקט זיך פאראויס צום ציל וועט די פליגער אויטאמאטיש ווערן א פייער טאבע פון זיך זעלבסט, א שיינע פאר מייל פאר די פילאט פונעם פליגער האט נאר א געלעגנהייט אפי' צו טראכטן צו נוצן זיין פליגער צו שלעכטס טוהן דאס ווייסע הויז).

אלעס וואס טוהט זיך ארום דעם בנין איז פארבינדן מיט אויסטערלישע סודות, אפי' די ארכיטעקטור פונעם בנין מיט אירע קארידארן וואס פירן פון איין פיליאלע צום צווייטן זענען רזי דרזין. די וואס דרייען זיך אין איין זײט פונעם בנין ווייסן נישט וואס עס טוהט זיך אין די אנדערע זייט פונעם בנין. אלעס וואס מיר ווייסן יא איבער דעם בנין איז נאר א מיעוט שבמיעוט וואס עס איז נאך אלץ פארהאנען אין איר.

צווישען די הויכע מייעסטעטישע ווייסע זוילן זענען דא דארט אזוינע סודות, וואס זינט סודות האט זיך גע'סודות'ט, האט זיך נאך נישט גע'סודות'ט אזאנע סודות וואס דארט סודות'ט זיך. די אלע סודות וואס קומען נאר דארט פאר זענען ארומגענומען מיט קאנטראווערסיע און שטיק וואס טאר בשו''א ארויסרינען צום פובליקום פאר כמה וכמה סיבות. אמאל פאליטיש, אמאל סטראטעגיש און אמאל קען דאס קאסטן דעם איינוואוינער צו פארלירן זיין וואוינונג ממש פון איין מינוט צום צווייטן, ווי די אמעריקאנער היסטאריע האט שוין איינמאל באוויזן. דעפאר מוז אלעס וואס טוהט זיך צווישן די פיר ווענט פונעם ווייסן הויז בלייבן אין שטרענגסטן געהיים. ח''ו ווען א ווארט פון די דאזיגע סודות קומען אן צו אן אויער וואס קען ח''ו האבן א שלעכטע כוונה אנטקעגן די פאראייניגטע שטאטן. גאט זאל אונז אלע באהיטן.

עס זענען דא מאנכע וואס גלייבן אז א בוך פון סודות וואס ענטהאלט די סודות פון די אמעריקאנער גאווערמענט וואס רופט זיך "די בוך פון סודות" עקזעסטירט.

את"ל אזא בוך עקזעסטירט, וואס וואלטן מיר דארט געלעזט, וואלטן מיר דארט געלעזט?

די באהאלטענע היסטאריע וואס איז בכלל נישט באקאנט פארן פובליקום?
וואלטן מיר דארט געליינט די אלע גראנדיעזע פלענער וואס די אמעריקאנער רעגירונג פלאנט פארן צוקונפט?
וואלטן מיר דארט געליינט אלע שקרים, און די שגץ שטיק די אמעריקאנער רעגירונג אונטער פולן באפולמעכטיקט פונעם פירער איז באגאנגען אונטערן נאמען פון פרייהייט אין זייער 280 יאר אויף עקזיסטענץ?
און צום סוף איין זייער שטארקע שאלה שעולה על כלנה, איז טאקע פארהאן אזא ביכל?

דאס וואוין ארט פונעם פרעזידענט איז נאר איין קליינער חלק, און אפשר אפי' די קלענסטע חלק, פון וואס עס שפילט זיך אפ אונטער די פשוטע שווארצע גראטעס אויף 1600 פענסילוועניע עוועניו, וואס פאסירט אלץ אין דעם באשיידענעם ווייסן הויז.

אינטערסאנט איז אז די וואויניג אין די ווייסע הויז איז דאס מערסטע באקאנט אין די וועלט ווי סיי וואספארא וואוינונג עס איז נאר פארהאן, אבער נאך אלץ וואס עס געפונט זיך אינעם וואוינונג איז דאס ווייניגסטע באוואוסט וואס אינצווישן אירע 4 ווענט קומען פאר א יעדן ליאדן טאג. ווייסט קיינער נישט (די נארט ווינג ווייסט נישט גארנישט פונעם איסט ווינג און אזוי פארקערט. די וואס ווייסען יא פון ביידע ווייסן אבער נישט וואס עס טוהט זיך אין דעם פריוואטן קווארטל פון די ערשטע פאמיליע) אויסער דער פרעזידענט אליינס, די איינוואוינער, די איצטיגער פארוואלטער וואס פארפיגט דארט מיט אלעם.

די ארבעטער דארט זענען פון די אויבערשטע שטייסעל פון די מדינה, על פיהם יצאו ועל פיהם יבואו.

בעצם די רעגירונג'ס פונקציעס און געזעצן ווערן בכלל נישט געפירט ביים פרעזידענט. דער פרעזידענט איז נישט קיין דעמעגאג וואס מאכט געזעצן לויט זיין גיסטע. די געזעץ טאטעס זענען בכלל נישט אונטערן פרעזידענט נאר דוקא פארקערט (דאס איז אויך אן עקסטערע לאנגע ארטיקל בפני עצמו).

דער פרעזידענט, פאר די פיר אדער אכט יאר וואס ער איז ערוועלט, איז די סי. אי. אוי. CEO פון די קאמפאני וואס הייסט יונייטעד סטעיטס אף אמעריקא. די קאמפאני איז א פובליקלי טרעיד קאמפאני עס באלאנגט נישט פאר קיין יחיד. עס באלאנגט פאר די סיטיזענס פון די מדינה. די סיטיזענס זענען פילפאכיגע שותפים און בעצם איז דאס פאלק דער וואס שטעלט אריין די סי. אי. אוי. צו פירן די קאמפאני כדי צו מאכן זיכער אז די קאמפאני פירט זיך ווי עס ברויך צו זיין אין אלע פראנטן.

פאר דעם ריזיגן קאמפאני באצאלן אלע סיטיזענס זייער שעיר דורך די שטייער וואס מען צאלט איין מדי שנה בשנה, צו נעמען א חלק אין די הוצאות ווי גלייכע שותפים. און די זעלבע נעמען די שותפים אין רווחים אויב עס איז דא. (טעקס ריטורנס פאר די העכערע פארדינער, נישט ווי אונז רעדן פון א ריפאנד אז מען האט איבערגעצאלט. מיר מיינען צו זאגן, אויב די מדינה האט איבעריג געלט און די שטייער צאלער דארפן נישט אזוי פיהל איינצאלן. נישט געזארגט עס האט נאך נישט פאסירט און וועט נישט פאסירן אין די נאנטע צוקונפט).

איז דער דזשאב פונעם פרעזידענט צו מאכן זיכער אז די קאמפאני קלאפט 100 פראצענט.

ער פארפיגט דירעקט אויף די עקזעקיוטיווער פיליאלע. די פונקציע איז צו אינפארסירן און מאכן זיכער אז די געזעצן פון לאנד וואס איז באשטעטיקט געווארן ביי קאנגרעס עס אריין צו לייגן אין געזעץ. איז דער פרעזידענט פארפליכטעט צו מאכן זיכער אז די געזעץ ווערט אינפארסירט אויף די פעדעראלער לעוועל (אויך א שמועס בפ"ע).

די אדמיניסטראציע אנגעלעגענהייטן פון די גאווערמענט איז די אחריות פונעם פרעזידענט זעלבסט. ד.ה. קריעטן דעם אגענדע פון די פעדעראלער גאווערמענט, און זיך אפגעבן מיט זייער טעגליכע אויפגאבעס אויף וואס די גאווערמענט זאל לייגן געוויכט צו מסדר זיין אז עס זאל קלאפן. דהיינו, דער פרעזידענט פארלאנגט די גאווערמענט זאל באשטעטיגן קאוויד ריליעף פאנדס. איצטערט איז עס די אחריות פונעם גאווערמענט ארויסצוברענגען מכח אל הפועל. דער פרעזידענט פארלאנגט אז די גאווערמענט זאל אויסארבעטן די פעדעראלע בודזשעט אז ער זאל קענען עס אינפארסירן צום געזעץ. פארשטייט זיך ער וועט נאר אינפארסירן דעם בודזשעט טאמער ער זעהט איין אז עס איז גוט און לוינט פאר די מדינה (קאמפאני).

אלע דיפלאמאטישע באציאונגען ארום די וועלט ליגט אויפן פרעזידענט זעלבסט. אפמאכן, עגרימענטס, נעגאשיעישאנס, קויפן פון אנדערע מדינות, און פארקויפן פאר אנדערע מדינות וכדו'.

דער פרעזידענט איז דער הויפט גענעראל פונעם גאנצען מיליטער, און א יעדע סטראטעגישע מיליטערישע אקציע איז אויף זיינע פלייצעס.

בודזשעט פון די מדינה און עקאנאמישע פאליסיס. למשל אויף וואס מען זאל יא אדער נישט ספענדען קיין געלט פון די קאסע. וואס דאס גיט דער פרעזידענט איבער פאר קאנגרעס צו באשטעטיגען און אריינלייגן אין געזעץ און עס זאל צוריקקומען צו זיין טיש צו עס אריין חתמ'ענען אין געזעץ.

פאראן געוויסע געזעצען וואס דער פרעזידענט דארף נישט האבן קאנגרעס צו אינפארסירן. איז טאמער דאס געזעץ איז געלויטעט פאר די פיזישע וואוילזיין פון די מדינה וואס איז די טאטאלער אחריות פונעם פרעזידענט זעלבסט. למשל קוילן גרובעריי אינדוסטריע צו קאנטראלירן מיט ענווייראמענטאלע פארבעסערונגען, קען ער אריינלייגן אין געזעץ אן די הסכמה פון די הייזער אויף דעם.

נאך א משל, יא דרילן פאר אויל אין אמעריקא אדער נישט דרילן פאר אויל, וויבאלד עס הרג'עט די ענווייראמענט ליגט עס אויף אים זעלבסט. פאר די פיזישע וואוילזיין פון די מדינה דארף ער נישט האבן די הייזער צו באשטעטיגן סיי וואספארא געזעץ.

און די גרעסטע זאך אחרון אחרון חביב וואס מיר האבן אלע מיטגעהאלטן אין די לעצטערע יארן, קריזיס מענעדזשמענט. למשל: עס ברעכט אויס א קאוויד עפידעמיע ח''ו, אדער האלטן דעם פובליקום אין קאנטראל ווען דאס פאלק איז צוקוועטשט (די מיליטער קומט אריין אויב די רואיגקייט אין די מדינה גייט ארויס פון קאנטראל און עס אפעקטירט מער ווי די סטעיט ווי די אומרואיגקייט האט אויסגעבראכן נעמט דער פרעזידענט איבער די מארשעל לאו Law Marshal).

א יעדע זאך וואס מיר האבן דא אויסגערעכנט אויבן איז נאר אויפן שפיץ גאפל און א יעדע פאראגראף פאר זיך קען נוצן א גאנצע בוך, נישט נאר אן ארטיקעל פון אפאר טויזענט קאראקטערן.

די אלע אויבנדערמאנטע זאכן ווערן געמענעדזשט אין דאס ווייסע הויז.

פארשטייט זיך אליינס, אזוי פיל אחריות'ער קען נישט ליגן אויף איין מענטש אן קיין הונדערטער אדער אפי' טויזענטער געהילפן וואס ברענגען די אינפארמאציע, און אזוי דארף ער זיצען און מאכן דעסיזשענס כל יום ויום מיט די יועצים און פירן דאס לאנד. און אזוי פיל ארבעטערס פאר אן אפיס דארף א ריזיגער בנין.

וויבאלד די בלוט און אדערן פון די מדינה פליסן דורך דעם הארץ קאנאל (דאס ווייסע הויז) איז אויב ח''ו עפעס פאסירט מיט'ן פרעזידענט אדער מיט די הויפט קאבינעט מיטגלידער קען די גאנצע מדינה פארקריפלט ווערן. ע"כ דארף דאס ווייסע הויז אזא שטארקער שוץ אז די שטערקסטע מעכטיגסטע מדינה פון די וועלט מיט די שטערקסטע מעכטיגסטע מענטשן אויף דער וועלט זאלן 100 פראצענט קענען פונקציאנירן אן קיין איין רגע הפסקה, די מדינה זאל פאר קיין איין רגע נישט זיין אויסגעשאלטערט.

און טאקע דערפאר געפונט זיך די וויצע פרעזידענט נישט אינעם זעלבן בנין צוזאמען מיטן פרעזידענט מערסטענס טייל פונעם טאג, כדי אויב ח''ו עפעס פאסירט מיט'ן פרעזידענט זאל דער וויצע גלייך קענען איבערנעמען די ממשלה אן קיין שום איבערהאק. די לעקטער זאל ניטאמאל געבן א בלינק.

בירגער רעכט, הא! קיין זעלבסט ווירדע נישט. ווען אין די ווייסע הויז האט מען מחליט געווען עפעס וואס זיי ווילן, וועלן זיי גיין מיט זייער אגענדע ביזן סוף. אריבערפארן אלע אויטאריטעטן און טוישן געזעצן בע''כ מיט גוטן אדער מיט בייזן. (אויך א לענגערער ארטיקל צו שרייבן פאר זיך).

נישט נאר דער אמעריקאנער פרעזידענט באקומט דאס פאלאץ פאר זיין וואוין ארט ווי לאנג ער דינט אלץ דער פרעזידענט פון די יונייטעד סטעיטס אף אמעריקא, נאר די ווייסע הויז איז אויך דער וואוין-ארט פאר זיין ווייב און קינדער וואס זענען נאך נישט ארויס פון אונטער דעם פארטוך פונעם מוטער, ווען דער פרעזידענט נעמט איבער דאס וואוינארט פאר לכה"פ די 4 יאר פון זיין טערמין, וועט ער זיך אהין אריינציען מיט זיין גאנצע געזונדל.

די בעסטע וועג צו מסביר זיין פאר אן דרויסנדיגער וואס עס מיינט וואוינען אינעם ווייסן הויז די 4 יאר, פון ווען דער פרעזידענט ווערט איינגעשוואוירען אין אנהייב פון זיין טערמין, ביז ער ענדיגט עס אויס, אמאל 4 יאר און צומאל 8 יאר, איז אזוי ווי איך זאג אייך אז איר וועט וואוינען אין א מוזיום פאר אפאר יאר. עס איז פשוט זייער שווער צו מאכן דעם הויז דעם איינוואוינערס אייגענטום ווען די איינוואוינער ווייסן אז דאס איז נאר א צייטווייליגער דירה, א דירת עראי. אפי' הכי וועט די ערשטע פרוי קענען פארלאנגען דעקארירונג לויט איר געשמאק.

"די שווערסטע זיך צוצוגעוואוינען איז", זאגט סוזען פארד, די טאכטער פונעם פרעזידענט דזשראלד פארד, דער אכט און דרייגסיגסטער פרעזידענט וואס האט געדינט די פאראייניגטע שטאטן פון 1974 ביז 1977, "דאס קומען און גיין פון די פרעסע לייט ווי ביים טאטן אין וויינגארטן, זיי זענען ענדערש די בני בית אינעם ווייסן הויז, ביי דיר ממש אין דיינונג רום. עס איז גאר שווער צו דערהייבן אלץ אן איינוואוינער, דו האסט פשוט נישט דיין אייגן ווינקל אין דיין אייגענע דירה."

"פאר מיר אלץ קינד" - שרייבט זי ווייטער - "אנצוקומען צו מיין טאטענס אפיס האב איך געדארפט אדורכשפרייזן די פרעסע צימער ווי די גאנצער פרעס־קאר איז כסדר דארט געזעצן און געקוואקעט, קיין איין סעקונדע פריוואט האב איך נישט געקענט געניסן ווען מיר האבן געוואוינט דארט."

"כסדר האט יעדער אין די פרעסע צימער געוואוסט ווי איך געפין זיך און וואס איך טוה. ביז אפאר מינוט שפּעטער האט שוין דאס גאנצער אמעריקאנער פאלק געשמועסט אז איך בין געקומען פון די דירה צום אפיס פון מיין טאטען, דער פּרעזידענט פון די מאכטפולסטע מדינה אין די וועלט, און אפי' השערות וואס מיר האבן געשמועסט האט צירקולירט גלייך דערנאך. אפי' נאך פאר איך בין ארויס פון זיין אפיס איז עס שוין געווען צושמירט דורך אלע נייעס שופרות."

סטיווען, דער זוהן פון דזשעראלד פארד, דער ברידער פון סוזען, זאגט אז וואוינענדיג אין וואשינגטאן אלץ א קינד פון א גרויסער פאליטיקאנט, די צווייט מאכטפולסטע מענטש אין דער וועלט, וויצע פּרעזידענט צו פּרעזידענט ניקסאן, ווען איך האב אַריבער שפאצירט 1600 פענסילוועיניע עוועניו האב איך זיך כּסדר געוואונדערט וואס עס טוהט זיך אונטער די פשוט'ע שוואַרצע גראטעס און דעם שיינעם גארטן. איך האב פון אייביג אן געוויסט אז מיין טאטע איז משנה למלך, קומט פון צייט צו צייט אהער זיך אדורכרעדן מיט זיין בעה"ב פּרעזידענט ניקסאן ביי פארשידענע אנגעלעגענהייטן, אבער אויך האב איך געוואוסט אז גאר זעלטן וואס ער קומט אהער, כדי צו מאכן זיכער אז דער פּרעזידענט מיט זיין וויצע זענען נישט צו לאַנג אויף איין פלאץ צוזאַמען, פאר די זיכערקייט פון די אמעריקאנער רעגירונג, אז טאמער האט סיי וואספארא שלעכטער פלאן צו שעדיגען די טאטעס פון אמעריקא זאל ער ח"ו נישט קענען שעדיג ביידע אויף איינמאל.

איך האב אויך געוויסט אז צו קענען שעדיגן דעם פּרעזידענט אדער זיין וויצע דארפן זיך הימל און ערד צוזאמקומען. די פארזיכערונגס מאסנאמען אַרום זיי ביידע זענען אויף א מאסן שטערבליכער פארנעם. פלוצלינג נאך 10 חדשים זייענדיג אין וואשינגטאן האבן מיר ווי א בליץ וואס שניידט דורך אינמיטן העלן טעג זיך געפונען וואוינען אינעם ווייסען הויז נאך וואס פּרעזידענט ניקסאן האט איבערגעלאזט זיין פרעזידענטשאפט אזוי פלוצלינג פון איין מינוט אויף די אנדערע.

אין די זומער פון 1972 האט זיך דער זיבן און דרייסיגסטער פרעזידענט ניקסאן געטראפן אין א שרעקליכער סקאנדאל וואס עס איז געווארן אנגערופן די וואטערגעיט סקאנדאל, ע"ש די קאמפלעקס (קאמפוס פון אפיס בילדינגס) וואס האט געהייסן די וואטערגעיט קאמפלעקס, ווי די סקאנדאל האט זיך געווירבעלט. יוני 17, 1972 זענען ארעסטירט געווארן 5 פארברעכער פארן זיך אריינברעכן אין די אפיסעס פון די די. ענ. סי. DNC דעמאקראטישע נעשאנאל קאמיטע אפיסעס. די פארברעכער האבן וואנדאליזירט דאס פלאץ עס זאל אויסזעהן ווי א פשוט'ע פארברעכערישע אקט פון 5 אינדיווידואלן וואס האבן געוואלט טעראריזירן די דעמאקראטישע הויפט אפיסעס אין וואשינגטאן.

למעשה זענען צוויי רעפארטערס פונעם וואשינגטאן פאוסט צייטונג, באב וואדווערד און זיין קאלעגע קארל בערנשטיין (א עידישער אפשטאמיגער) נאך לאנג פרעסן און נישטערן אין די פרשה זענען זיי געקומען צו די מסקנא אז דאס איז געווען נישט סתם א פארברעכערישער אקציע פון סתם כוליגאנעס וואס האבן נישט געהאט קיין בעסערע בנין אדער אפיס צו וואנדאליזירן, דאס איז געווען אן אקציע וואס איז געקומען פון אויבן פון די טאפ. דער פּרעזידענט (ניקסאן) בכבודו ובעצמו האט באגלייט און אויטאריזירט די דאזיגע אקציע.

ווי נאר די וואשינגטאן פאוסט האט געבראכן די נייעס אז דאס איז נישט א פשוטע'ר אומשולדיגער וואנדאליזם קעיס ווי עס קוקט אויס, נאר עס איז אסאך טיפער פון דעם, עס זענען אינוואלווד פאליטישע פיגורן פון די גאר הויכע פענסטער און פון די אדמיניסטראציע זעלבסט, האט זיך צו די אינוועסטיגעיטיוו ריפארטינג צוגעשטעלט צו די פאר גרויסע בארימטע נייעס אגענטורן ווי די ניו יאָרק טיימס, סי בי עס ניוז CBS און ען. בי סי. NBC און ארויסגעהאלפן זאמלען וואס מער עדות'שאפטן, ביז די חקירות און דרישות פון די רעפארטערס האבן געצויגן די שטריקן צום פרעזידענט זעלבסט.

ווי א דונער אינמיטן העלן טאג האט זיך די נייעס פארשפרייט ווי א פייער אין א טרוקענע וואלד. די אדמיניסטראציע האט נישט געקענט אפשטעלן די נייעס. די שפיזיגע פארהערן פון קאנגרעס און סענאט זענען געווארן וואס מער דראמאטיזירט און וואס א טאג עס איז אדורך איז נאך א פאליטיקאנט פונעם צירקל וואס איז נאנט צום פרעזידענט גערופן געווארן אויף א פארהער. דער פרעזידענט האט אנגעהויבן שפירן דעם שטריק ארום זיין האלז און אט קומט אן אימפיטשמענט פון ביידע הייזער אן קיין ווידערשטאנד. עס איז פשוט נישטא קיין וועג ארויס, די רעפארטער ברענגען גוטע חומר צום טיש, אלע פיילן צילן צום פרעזידענט, דער פרעזידענט זעלבסט איז דער וואס האט גאר באשטעלט די אקציע און אויטאריזירט צו נוצן די סיקרעט סערוויס פאר אט די אקציע, צו סאבטאזשירן די דעמאקראטישע הויפט קוואדערס. די פארהערן אדורך צו שוויצן דעם סקאנדאל האט נישט אויסגעזעהן מעגליך בשו''א. בלית ברירה האט ער געמוזט פארשעמטערהייט רעזיגנירן ווי איידער א זיכערע אימפיטשמענט פון ביידע הייזער, די קאנגרעס און די סענאט.

אין אויגוסט 8, קארגע צוויי חדשים פון ווען די נייעס האט געפלאצט, האט ניקסאן פארלאזט דאס ווייסע הויז ווי א גנב אינמיטן די נאכט, פון איין מינוט אויף די צווייטע, מיט א רעזיגנאציע בריוול. דזשעראלד פארד וואס איז דאן געווען די וויצע צו ניקסאן איז אריינגעקומען אינעם ווייסען הויז אן קיין פריערדיגע מעלדונג, ער וועט דארפן איבערנעמען דעם שרביט הזהב בקרוב און שנעל.

דזשעראלד פארד די וויצע פרעזידענט איז פארשטייט זיך נישט געווען פארמישט אין די אקציע (וויצעס שטייען ווייט פון אינערליכע טעגליכע פאליטיק, לכאורה טאקע פאר די סיבה). נישט וויסענדיג צו טיף ווי עס האלט מיטן פרעזידענט און ווי פארוויקעלט זיין באס די פרעזידענט איז דעם סקאנדאל האט געכאפט א שאק הערנדיג אז ער זאל שוין קומען צום ווייסן הויז איבערנעמען די לייצעס און ווערן איינגעשוואוירן אלץ די ניין און דרייסיגסטע פרעזידענט פון יונייטעד סטעיטס אף אמעריקא.

סוזען: "עס דרייען זיך ביי דיר אינדערהיים אונטער די פוס מענטשן וועמען דו הייבסט נישט אן צו קענען און דו וועסט זיי קיינמאל נישט קענען. הארטע געזיכטער מיט קיין ברעקל ווארעמקייט. ער איז דא פאר זיין דזשאב, אכטונג געבן און פארזיכערן אז איינער וואס האט בייזע מחשבות זאל אפי' די זכיה נישט האבן צו קענען קוקן אויפן פרעזידענט מיט זיין פאמיליע. דאס גאנצע לעבן אין די ריזיגע וואוינונג נעמט אוועק די פריוואטקייט וואס א שטוב דארף צו געבן פאר די איינוואוינער וואס דאס שטעלט די ווייסע הויז פאר אירע איינוואוינער נישט צו."

סטיווען: "עס מאכט זיך אמאל צוויי אזייגער ביינאכט ווען מיין טאטע דער פרעזידענט האט געטון זיין הויז פליכטן פון א מאן און נעמט ארויס זיין הונטל פאר זיינע צרכים. ער טוהט זיך אן דעם אויבערראק איבער זיינע פידזשאמעס און גייט ארויס אין פעלד פונעם ווייסן הויז מיטן הינטל. ער וויל צוריק אריינגיין אין זיין דירה ווען ער איז געווארן פערטיג מיטן באדינען דעם הינט און די אריינגאנג איז פארשפארט, די סיקרעט סערוויס ווייסט ניטאמאל אז דער פרעזידענט פון די פאראייניגטע שטאטן שטייט אין גאס מיט די פידזשאמעס.

דיין פריוואטער איינוואונונג איז א דירה ווי טויזענטער מענטשען קומען דארט קוקן ווי אזוי מען וואוינט, ממש ווי אין א טיר גארטן, וואס עס טוט זיך אין די הויז פונעם פרעזידענט מיט זיין פאמיליע. נישט איינמאל ווען איך קום ארויס פון מיין פריוואטער קארידאר צו גיין צום אפיס ווי מיין טאטע האט געארבעט האב איך זיך אנגעטראפן מיט מענטשן וואס טורן ארום ביי מיר אינדערהיים. נישט אייביג איז מען דערביי צו האוסטען און איינלאדענען געסט ביי זיך אין שטוב. אבער זייענדיג פרעזידענט און דו וואוינסט אינעם ווייסן הויז איז די הויז נישט דיין פריוואטע אייגענטום, עס באלאנגט טאקע פאר אט די מענטשן וואס קומען קוקן ווי אזוי זייער הויז וואס זיי באצאלן דמים תרתי משמע קוקט אויס, און מען קען נישט זאגן ניין היינט בין איך נישט אין די מאד."


און יאר 2010 תש"ע, מיר אלע ליינער דא געדענקען דעם יאר, עס איז אינגאנצען קארגע 13 יאר צוריק, האט זיך אריינגעריקט אין די צפון (נארט) גארטן פונעם ווייסן הויז גרויסע בולדאזערס, א ריזיגער קלאסיפיצירטע קאנסטרוקציע ארבייט איז אריין אין שוואונג אונטער די נעזער פונעם פובליקום. וואס ווערט דארט געבויט אינעם גארטן? אנטשולדיגט דאס איז נישט דיין פריוואטע אייגענטום וואס דו קענסט נישט דארט טוהן וואס דו ווילסט, עס באלאנגט פאר מיר און פאר דיר, מיר זענען שותפים אין די פראפערטי. מיר טעקס צאלער צאלן פאר דעם אז דער פרעזידענט זאלן האבן ווי צו וואוינען און האבן א געשמאקע פאלאץ ווי צו קענען אויספירן די פונקציעס וואס אנטבלאנגט זיין דזשאב פאר אונז וואס האבן אים אריין געוועלט און באצאלן זיינע שכירות מיט אלע זיינע פארשווענדענישן.

די געזאגטע ווערסיע פארן פובליקום, די בעלי בתים פון דאס ווייסע הויז, איז געווען אז די עלעקטריק דארף אן אפגרעיד. די לעקטער איז צו שוואך אין די מזרח זייט פונעם בנין און די מענדעזשמענט קאמפאני (די רעגירונג) גייט אריינציען די נויטיגע סכום פון לעקטער וואס די בנין דארף צו האבן כדי צו קענען פירן דאס לאנד אן קיין קורץ שלוס. די פרייז פונעם קאנסטרוקציע פראיעקט איז נישט געווארן באשטעטיגט און א אפענע פאנעל פארן פובליק וויפיל דאס וועט קאסטן, ווי לאנג עס וועט נעמען און וואס פונקטליך איז די פלאן מיט די קאנסטרוקציע.

הונדערטער ארבייטער מיט שווערע כלי מכשיר זענען אריינגעקומען און זיך גענומען צו די ארבייט. אבער די מאשינערי וואס עס זענען אריינגעקומען האט נישט אויסגעזעהן ווי עס רעדט זיך פון א פשוטער עלעקטעריק אפגרעיד Upgrade. דער שריפטשטעלער ראבערט קעסלער אין זיין ביכעל אינסייד די ווייט האוז Inside the white house האט בכלל נישט געפאלן די ארבייט וואס עס ווערט געבויעט אינעם ווייסן הויז. דאס וואס מען האט געזאגט פארן אמעריקאנעם פאלק און וואס עס איז במציאות זעהען אויס צו זיין צוויי אנדערע זאכן.

נאכען דערגרינטעווען, פארלאנגענדיג אז דאס פאלק מוז זיין אינפארמירט וואס מען בויעט מיטן פאלקס געלט, האט ער באקומען אן ענטפער פונעם ווייסן הויז שטאב: א גאנצער ווייסער הויז ווערט געבויעט אונטער די איצטיגע הויז, אין פאל וואשינגטאן די. סי. ווערט אטאקירט און דער פרעזידענט מיט די שטאב דארפן ווייטער פירן דאס לאנד אבער עס קען נישט געפירט ווערן העכער די ערד אונטער די סכנה פון די (נישט געשעהענע) אטאקע, דארפן זיי האבן א פלאץ פון ווי צו פונקציאנירן.

אין די היסטאריע פון דאס באשאף פון די פאראייניגטע שטאטן אין יולי Jul. יאר 1776 האט אינגאנצן איינמאל פאסירט וואס די ווייסע הויז איז געווארן אטאקירט מיט דעמעדזשעס וואס האט צושטערט דעם סדר היום אינעם ווייסן הויז. געווען איז דאס אין אוגוסט 24 1814 תקע"ד ווען די נייע אמעריקאנע גאווערמענט האט זיך געשלאגן מיט די בריטענס און נאך אנדערע אייראפעאישע מאכטן, איבער די ארעסט פון אמעריקאנער סעילארס וואס זענען געהאלטן געווארן אין ארעסט ביי די גרעיט בריטיאנער. און ווי אויך האט די בריטישע מלוכה פארהאלטענדיג די רעכטן פון די אמעריקאנער גאווערמענט צו האנדלען און וואנדלען אויף די וואסערן און איבער די יבשה כאחד הגוים, אזוי ווי עס איז געווארן דערקלערט ביי די געווינס אין די מלחמה 36 יאר בעפאר. אמעריקא ווערט אן אייגענער מאכט און באקומט אלע אויבן-דערמאנטע האנדלס רעכטן.

נאך אן אטאקע וואס איז געווען דירעקטירט אויפן ווייסן הויז איז די באקאנטע סעפטעמבער 11 אטאקע ווי 4 פליגערס האבן געלאנדעט אין ריזיגע וויכטיגע בינינים אין אמעריקא. דער פענטאגאן, די צווילינג געביידעס וואס איז געשטאנען אין די הייעך פון בערך 110 שטאק 1,300 פיס הויעך ( 415 מעטער) איין בנין. די צווייטע בנין 107 שטאק בערך די זעלבע הייעך א משהו נידעריגער, אין די שטאט ניו יארק ביי די נידעריגע גאסן פון די שטאט נעבן דעם פיינענשעל דיסטריקט ווי עס שטייט היינט איין בנין די פרידאם טאוער Freedom Tower וואס שטייט אויסגעצויגען מיט 104 שטאק און איז 1,776 פיס (541 מעטער) הויעך אנשטאט די געוועזענע צוויי וואס איז דארט געשטאנען ביז די אטאקע. די צענטער-פונקט פון דעם וועלטס האנדל צענטער.

איין פליגער האט געלאנדעט אין די פענטאגאן געביידע (מיליטערישע פעסטונג) און די פערטע איז געווען געציהלט צום ווייסן הויז. עס איז נישט געווען בכדי שיעשו אז די פערטע פליגער זאל אפי' נאנט קומען און שעדיגן דאס ווייסע הויז פאר די באוואכונג אין נאו פליי זאנע וואס איז אנגעשטעלט ארום די געביידע. די לעגענדע גייט אז די פאסאזשירן פון די UA193 פליגער וואס האט געציהלט דאס ווייסע הויז האבן געשטעלט א העפטיגע ווידערשטאנד אנטקעגן די פארכאפער און די פליגער איז אראפגעברענגט געווארן אויף א ליידיגער פעלד אין שענקסוויל פענסילוועניע און אומגעברענגט אלע פאסאזשירן וואס זענען דאן געפלויגן דערינען.

פאר איזה סיבה פייפן זיך די איינוואוינער אינעם ווייסן הויז אויס אויף די בעלי בתים און טוען ממילא וואס זיי ווילן און שפענדן אונזערע געלטער אן קיין שום אחריות און פרישער מולטי ביליאנען ווערן אריין געשליידערט אין אומנויטיגע פראיעקטן. דער פראיעקט איז אריין אין קראפט אינעם ווייסן הויז אויף א זאך וואס וועט קיינמאל נישט דארפן געניצט ווערן.

קיין שום מענטש קען נישט און טאר נישט וויסן ווי דער פרעזידענט געפינט זיך דורכאויס דעם טאג, ווי/ווען ער קומט און ווי/ווען ער גייט. נאר ווען עס איז דא אן אפיציעלער אויפטריט דאן ווערט דער פרעזידענט געוואכט פון טויזענטער סיקרעט סערוויס אגענטן פון ארום דעם גאנצען געגנווארט. עס זאל זיך נאר איינעם דאכטן צו נאר טראכטן א שלעכטע מחשבה צו שעדיגן די מערסטע באשיצטע מענטש פון די וועלט, ווערט ער עלימינירט אפי' אן א פראצעס טאמער דער פרעזידענט איז אין א באלדיגער סכנה.

דער דעמאלסדיגער פרעזידענט באראק חוסעין אבאמא האט באשלאסן צו בויען א ריזיגע געביידע נאך איינמאל אזוי גרויס ווי דאס ווייסע הויז איז, אונטער דער ערד, צו באשיצן דאס גאנצער קאבינעט אין פאל אז דאס ווייסע הויז ווערט ח"ו אטאקירט פון סיי וואספארא סארט אטאקע. אפי' ביאלאגישע, אדער כעמישע וואפן (וואס האט כמעט נישט קיין מעגליכקייט צו פאסירן) זענען זיי באשיצט אין דעם נייער געבויעטע אונטער ווייסע הויז געביידע.

דזשאסעף ה. העגין Jospeh H Hagin וואס איז געוועזען טשיף אף סטעף Chief of staff פאר צוויי פרעזידענטן, פרעזידענט בוש דער צווייטער דער דריי און פערציגסטער פרעזידענט פון די פאראייניגטע שטאטן אין די יארן 2001-2008 תשס"א-תשס"ח, און ווי אויך האט דער דזשאסעף געדינט אין די זעלבע פאזיציע אינטער פרעזידענט טראמפ פאר איין יאר פון זיין פרעזידענטשאפט אין יאר 2017-2018 תשע"ז - תשע"ח. און בעפאר די פאזיציע האט ער אנגעהאלטן אויך א הויכער פאסטן אין דעפארטמענט אף סטעיט Dept. of State און די דעפארטמענט אף קאמערס Dept. of Commerce אקיצור א גאר פראמינענטער פיגור אין וואשינגטאן די. סי. וואס האט געהאט גאר אסאך עקספיעריענס אין די קארידארן פון וואשינגטאן די. סי. ווי אויך איז ער גאר א שטארקע אינפלוענצירער געוועזען ביי פרעזידענטליכע פאליסי אין די טערמינען ווען ער האט געדינט אלץ טשיף אף סטעף. זיין סטעיטמענט איז געווען קליפ און קלאר אז אזא מין בונקער איז גאר א וויכטיגע זאך צו אריינשטעלן אינעם ווייסן הויז אין פאל פון א קאטאסטראפע כדי די גאווערמענט זאל ווייטער קענען פונקציאנירן כאילו גארנישט גייט פאר.

בעפאר צוויי צענדליגער יארן צוריק איז דאס ווייסע הויז געווען די פריימערי רעזידענץ און אויך זיין ארבייטס פלאץ אזוי ווי היינט. אבער די אלע זיכערהייט מאסנאמען וואס עס איז היינט דא איז דאן בכלל נישט געווען איינגעשטעלט.
הק' לייביש שרייבער
א פאקט איז א פאקט נישט קיין חילוק פון ווי עס שטאמט.
הייליגע קאקאש קעיק
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 67
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 04, 2023 2:20 pm
האט שוין געלייקט: 143 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 141 מאל

שליחה דורך הייליגע קאקאש קעיק »

כל הכבוד לייביש, עס נעמט אפאר מינוט צו שרייבן אזאנס, איך בין זיכער אז אין די מאמענט וואלסטו געקריגן אפאר דאלער אויף דעם, א גרויסן דאנק.
לייביששרייבער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 595
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 28, 2023 6:18 am
האט שוין געלייקט: 285 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1344 מאל

שליחה דורך לייביששרייבער »

הייליגע קאקאש קעיק האט געשריבן:כל הכבוד לייביש, עס נעמט אפאר מינוט צו שרייבן אזאנס, איך בין זיכער אז אין די מאמענט וואלסטו געקריגן אפאר דאלער אויף דעם, א גרויסן דאנק.
עד כדי כך ?
הק' לייביש שרייבער
א פאקט איז א פאקט נישט קיין חילוק פון ווי עס שטאמט.
באניצער אוואטאר
צקון לחש
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 682
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 27, 2021 2:09 am
האט שוין געלייקט: 1504 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1291 מאל

שליחה דורך צקון לחש »

פלא פלאים ר' לייביש וואס דו ווארפסט אלס צאם, ייש"כ!

א קליינע הערה נאר איבער די הגדרה "ראש ממשלה", איך מיין אז ס'איז מער מדוייק "ראש מדינה", כמובן.

נאכאמאל, א גרויס'ן דאנק.
לייביששרייבער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 595
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 28, 2023 6:18 am
האט שוין געלייקט: 285 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1344 מאל

שליחה דורך לייביששרייבער »

ריכטיג. א שטארקע הערה. מען וויל אמאל זיין זיס און נוצען א מציקת לשון און עס קומט נישט אויס ריכטיג.
הק' לייביש שרייבער
א פאקט איז א פאקט נישט קיין חילוק פון ווי עס שטאמט.
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

צקון לחש האט געשריבן:פלאי פלאים ר' לייביש וואס דו ווארפסט אלס צאם, ייש"כ!
גם אני מצטרף... אזויפיל ידיעות, קע"ה!
א גרויסן דאנק, רבי לייבוש.
וירח ה' את ריח הניחוח
דער גאלדענער אדלער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1665
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 27, 2017 6:30 pm
געפינט זיך: הלוואי ווען כ'וואלט געוויסט
האט שוין געלייקט: 6003 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3632 מאל

שליחה דורך דער גאלדענער אדלער »

הערליך! ס'האט זיך געליינט בנשימה אחת, די ווערטער זענען געפלאכטן איינס מיט אנדערן ווי איין גרויסע פאזל.
לייביששרייבער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 595
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 28, 2023 6:18 am
האט שוין געלייקט: 285 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1344 מאל

אינטערסאנטע פאקטן איבער די סעקיורעטי!

שליחה דורך לייביששרייבער »

פאר די סעקיורעטי פון די ערשטע פאמילע ווערן אונטערגענומען גאר שטארק זיכערהייטס מאסנאמען. כדי דאס זאל זיין די מערסטע אפעקטיוו ווערט א יעדע קליינע דעטאל פון זייער פריוואטער לעבן אבזערווירט און באוואכט.

למשל דאס עסן וואס ווערט צוגעגרייט פאר די ערשטע פאמיליע, ווערט אדורכגעקוקט אין א צווייטע בנין בעפאר עס קומט אריין אינעם ווייסן הויז. גרויס געוויכט ווערט געלייגט אויב דאס עסן וואס עס קומט דורך דעם טיר איז ח''ו נישט פאר'סמ'ט געווארן אדער סיי וואס עס קען נאר פאסירן מיט עסן, עס זאל נישט שעדיגן די איינוואוינער פונעם ווייסן הויז. אויב וועט איינער אריינשיקן עפעס עסן פאר א מתנה פאר דעם ערשטע פאמילע, אויב וועט די סיקרעט סערוויס נישט וויסן פונקטליך ווער עס האט אלץ געהאט צוטריט צו אנגרייטן דאס עסן וועט די עסן אין ווייסע הויז נישט קענען אריינקומען בכלל.

די פריינט און פאמיליע פונעם ערשטן פאמיליע ווייסן שוין נישט צו ברענגען קיין מתנות צום ווייסן הויז וואס האט סיי וואספארא שייכות מיט עסן, ווייל עס ווערט געווענטליך ארויסגעווארפן ביי די סיקרעט סערוויס נאך פאר עס קומט אן צום ערשטן פאמיליע.

כדי צו פראטעקטן די וואס וואוינען און ארבעטן אינעם ווייסן הויז, זענען די באגרעניצונגען בכלל נישט נאר באגרעניצט אין די עסן וואס זיי עסן, נאר אויך אין די לופט וואס זיי אטעמען אינעם ווייסן הויז.

א יעדע גאסט וואס גייט נאר אדורך דעם שוועל פונעם ווייסן הויז, אויסער וואס ער דארף אדורכגיין א מעטאל דיטעקטאר, וועט ער אויך אדורך גיין א סקרינינג פאר רעדיאציע, אויב ער האט נישט סיי וואספארא רעדיאציע מיט זיך וואס קען חלילה אנפילן דאס הויז מיט די כעמישע ראדיאציע לופט.

א לופט פרעשור זייגער זיצט אין די סעקיורעטי שטיבל ווי עס זיצן סיקרעט סערוויס אגענטן וואס מאניטערן די לופט אינעם ווייסן הויז 24 שעה אין טאג, דער זייגער האלט חשבון אויף א יעדע קליינע טויש אין די לופט.

"דאס אז די מזרח פליגל פון ווייסן הויז האט א דיטעקטאר פאר כעמישע לופט וואס קומט אריין ווייס איך קלאר", זאגט די פרעזידענטליכע פרילענס שרייבערקע נאטאשע הילי. "נאך וואס איך בין אמאל געווארן איינגעלאדענט פונעם ווייסן הויז צו שרייבן אן ארטיקל פארן פרעזידענט איז אריינגעקומען א מעסעדזש אין די אויערן דיווייסעס פון סיקרעט סערוויס אז עס איז אריין געשווימען עטוואס ראדיעשאן אינעם ווייסן הויז. דאס גאנצער פלאץ ווי מיר זענען געווען איז דאן אריין אין א לאק-דאון, אין יוצא ואין בא, ביז מען איז מברר ע"י מי יצא הקצף און מברר זיין וואס עס קומט דא פאר, און ווי אזוי האט זיך די כעמישע לופט אין די געביידע אריינגעכאפט. שטעלט זיך ארויס אז איינער פון די באזוכער אינעם ווייסן הויז איז אדורך ראדיאציע טעראפי פאר די קענסער וואס ער האט ל"ע געהאט, און דאס האט אנגעדרייט דאס גאנצע איבעקערעניש".

אינטערסאנט צו באמערקן אז די סוויטע וואס ארבעט אינעם ווייסן הויז ווייסט בכלל נישט פון אלע זיכערהייטס מאסנמאנען, כדי ח"ו איינע פון זיי זאל אמאל איבערדרייען זיין/איר היטל און וועלן עפעס אמאל אנדרייען זאל ער/זי ניטאמאל וויסן פון וואס אלץ זיך צו אכטונג געבן.
הק' לייביש שרייבער
א פאקט איז א פאקט נישט קיין חילוק פון ווי עס שטאמט.
לייביששרייבער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 595
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 28, 2023 6:18 am
האט שוין געלייקט: 285 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1344 מאל

אינטערסאנטע פאקטן איבער די סעקיורעטי - 2

שליחה דורך לייביששרייבער »

איינע פון די פראבלעמען וואס דאס האט געמאכט פארן ווייסן הויז איז געווען אז די איינוואוינער האבן גענומען סאוועניערס. מען האט געשניטן פון די קערטענס Curtains און סיי וואס עס האט זיך נאר געלאזט. אויסער די פראבלעם פון מאכן א חורבן פון דעם עמביאנס פונעם ווייסן הויז, האט דאס אויך געמיינט אז די באזוכער האבן זיך ארומגעדרייט אינעם ווייסן הויז מיט טאש מעסערלעך וואס איז א שרעקליכער סכנה און גאר א שטארקער פארלעצונג אין די זיכערהייט פונעם פרעזידענט מיט זיין פאמיליע.

אין דעצעמבער דער ערשטער 1970 איז געקומען גאר א גרויסער גאסט אינעם ווייסן הויז, עלוויס פרעסטלי, און האט פארלאנגט אז ער וויל ווערן געזעהן ביים דעמאלסדיגער פרעזידענט, ניקסאן. פארשטייט זיך דער ראק ענד ראל קעניג איז גלייך אריינגעלאזט געווארן צום פרעזידענט, איז אבער די באזוך באהאלטן געווארן פונעם פאלק. עס וואלט געווען א גרויסער בושה פארן פרעזידענט אז ער איז אינטערסירט אין זיינע מוזיק.

נאוועמבער 24 2009 זענען געלאדענט געווארן 400 געסט צום ווייסן הויז פאר א סטעיט דינער לכבוד דעם אינדיאנער פרימיער מיניסטער. צווישן די געסט זענען געווען דאס פארפאלק טארעק און זיין ווייב מייקעל סילייאי. די פארפאלק זענען נישט געווען פון די אפיציעלע געסט וואס זענען געווארן איינגעלאדענט צו דעם דינער וואס דער פרעזידענט האט פאררופן דאן. עס וואונדערט זיך ווי אזוי אזא זאך האט בכלל געקענט פארקומען אין די מערסט פארזיכערטע געביידע וואס דארף צו באשיצען דעם פרעזידענט און געקענט אדורכגיין די גווארדיע וואס די סיקרעט סערוויס שטעלט צו ביים ווייסן הויז?

דער אויפזעער פון די סיקרעט סערוויס אגענטן וואס באאבאכטן דאס ווייסע הויז TAREQ SALSHI ברענגט ארויס די זייער אומאנגענעמע סיטואציע אין וואס די סיקרעט סערוויס האט זיך דאן געפינען, אז טראץ די אלע טשעקפוינטס פונעם ערשטען טויער ביז אריינגיין צו דינער זאל פונעם ווייסן הויז איז דא 3 שטיק, פארט זענען זיי אדורך געלאזט געווארן אן קיין אפיציעלע איינלאדענונגס בריוו.

די סיקרעט סערוויס האט זיך פשוט פארלאזט אויף זייער זעלבסט זיכערקייט און די זעלבסט זיכערקייט פונעם פארפאלק וואס האבן זיך אויפגעפירט אויפן וועג אריין כאילו זיי זענען דא פון די היימישע און שוין געוועזן איינגעלאדענט צום ווייסן הויז צענדליגער מאל. זיי האבן אויסגעזעהן צו זיין באקאנט אין די קארידארן פונעם ווייסן הויז ווי ביים טאטן אין וויינגארטן. דאס איז מן הסתם די גרעסטע דורכברוך אין סיקיורעטי אין די היסטאריע פונעם ווייסן הויז.

אומגערופענע געסט איז נישט אזוי ווייט א פראבלעם פאר די נעשאנעל סעקיוריטי ווי בזיונות פאר די סיקרעט סערוויס. דער פרעזידענט האט זיך נאך נישט געפינען אין קיין סכנה פון אן אומגערופענע גאסט אפי' דער גאסט האט זיך באיזה אופן געפינען אינעווייניג. אבער ח"ו אויב מאכט זיך אן אומגערופענע גאסט וואס שטעלט יא ח"ו אין א סכנה דעם פרעזידענט, וואס זענען די זיכערהייט ווי דער פרעזידענט קען ביי זיך אנדערהיים ווערן פארזיכערט פון אזא אומגערופענע גאסט וואס איז דא אים צו שעדיגן אדער אומברענגען? אומזעהעדיגע צימערן און טונעלן זענען אינסטאלירט אין די לענג און אין די ברייט פונעם ווייסן הויז, אין וועלכע דער פרעזידענט ווערט איינגעשלינגען אין פאל זיין לעבן איז אין א סכנה פון אן אומגעווינטשענעם גאסט.

די מערסט סאפיסטיקירטע אינטעלעדזשענס אסיפה'ס וואס קומען נאר פאר אין די וועלט, קומען פאר אינעם בעיסמענט גלייך אונטער דעם אוועל אפיס אין דעם מערב פיליאלע פונעם ווייסן הויז. דאס ווערט אנגערופן די סיטואציע צימער, וואו עס זענען דא קאמיוניקאציע געצייג צו זיין פארבינדן סיי ווי אימער אין די וועלט און קענען מיטהאלטן אין די וועלט וואס דער פרעזידענט פיהלט פאר וויכטיג צו מיטהאלטן.

די סיטואציע צימער איז אזא קאמפליצירטער צימער אז דאס איז גאר איינע פון די זאכן וואס מען גיט איבער פאר א פרעזידענט אילעקט נאך פאר איז פרעזידענט, צו זיין גרייט על כל צרה שלא תבוא, און זאל קענען זיין באהאווענט מיט דעם צימער פון די ערשטע רגע וואס ער טרעט אריין אין אמט. פרעזידענט אבאמא האט טאקע געדינט אינעם סיטואציע צימער דעם ערשטן טאג פון זיין אין אמט און מאכן באשלוסן מיט א קאמאנדא אקציע וואס איז דאן געוועזן אין טאקט.

מיכאל באן Michael Bohn, דער סיטואציע צימער דירעקטאר, זאגט אז דאס אמעריקאנער פאלק האט נישט דאס מינדעסטע אהנונג וואס די סיטואציע צימער מיינט. עס איז נישט סתם א מיליטערישער מיטינגס צוזאמענטרעף פונקט צימער. עס איז נישט קיין צימער, עס איז א מאשין! די פובליק האט נישט קיין סאך אינפארמאציע וואס דער מאשין/צימער טוהט און קען אלץ טוהן. אבער דאס איז איינמאל זיכער אז ווען נישט די צימער אין אמט קען דער פרעזידענט נישט פונקציאנירן מיט זיינע פונקציעס אפי' איין טאג.

ביי דעם דורכגעפאלענעם מיליטערישע אריינדרינגונגס אין קיובא ביי די בעי אף פיגס אינוואזיע Bay of pigs אין יאר 1961, ווען פרעזידענט קענעדי האט געדארפט קאמיוניקירן מיט לאנדס פירער אין די שכנות פון קובא Cuba אין ריעל טיים Real Time און שנעלע דעסישענס האבן דאן געדארפט געמאכט ווערן, האט דאן דער דעמאלסדיגער פרעזידענט קענעדי פארלאנגט אז די גאווערמענט קען נישט געפירט ווערן מיט צוריקגעשטאנענע קאמיוניקאציע סיסטעמס און דארפן כסדר אנקומען צו די סטעיט און די איטעלעדזשענס דיפארטמענטס פאר אינפארמאציע צו קענען מאכן החלטות פון איין סעקונדע אויפן צווייטן אויב דארף מען ווארטן פאר די דיפארטמענטס צו באקומען די אינפארמאציע צו מאכן דעם דעסיזשען. ער האט דאן פארארדענט דעם נעשאנעל סעקיורעטי עדווייזער מיק דזשארדש באנדי וואס האט באקומען די אויפגאבע צו אויסשטאפירן דעם צימער וואס וועט ווערן גערופן דער אינטערנאציאנאלער סיטואציע צימער.
הק' לייביש שרייבער
א פאקט איז א פאקט נישט קיין חילוק פון ווי עס שטאמט.
לייביששרייבער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 595
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 28, 2023 6:18 am
האט שוין געלייקט: 285 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1344 מאל

נאך אינטערסאנטע פרטים איבער דער סיטואציע צימער

שליחה דורך לייביששרייבער »

די 5000 סקווער פיס (יא אזוי ווי איר הערט, גאנצע 5000 סקווער פיס, איר ווייסט ווי גרויס 5000 סקווער איז? דאס איז בערך אזוי גרויס ווי דער באבאווער היכל הביהמ"ד אין ב"פ) פון די טעכנעלאגישע אנגעפילטע צימער איז טאפ סיקרעט, קיינער אינדעראויסן פונעם אינער-סירקל פון דעם צימער ווייסט נישט וואס עס געפונט זיך אינעווייניג, אדער וואס עס קען אלץ געטוהן ווערן דארטן. דאס איז אבער קלאר. היינט צו טאגס קען דער פרעזידענט נישט טוהן זיינע פליכטן אויב איז די סיטואציע איז נישט אין אמט.

דאס סיטואציע צימער איז היינט צו טאג'ס די אינפארמאציע ברענגער פארן פרעזידענט, און זיין אלערט צענטער. צווייטענס איז דאס א צימער ווי ער קען אריין גיין אין קאנפערענצען מיט זיינע יועצים, אן ווערן געטריגערט ביים פובליק, דאס פלאץ אריין אדער ארויס איז ווייט פון א ציוועלזירטען אויג און דער פובליק וועט נישט געוואויר ווערן א יעדעס מאל וואס דער פרעזידענט מיט זיין קאבינע זיצן אויף א דריגענדע אספיה כדי נישט יעדער געניץ זאל באאומרואיגן דאס פאלק.

אלע קאמיוניקאציע וואס דער פרעזידענט האט מיט וועלט פירער ארויס פון רוטינע פאליטישע געשפרעכן ווערט געפירט פון די סיטואציע צימער. און ווי אויך די סי. איי. עי. אדער די. או. די. ווערט נאר אין דעם צימער פארפיגט.

די מערסט אויסדריקענדע התפעלות איז אפי' מיטן קרעמלין אין די שווערסטע צייטן איז די סיטואציע צימער געווען א דירעקטער אפענע ליניע צום קרעמלין נישט מיט א טעלעפוין נאר מיט א טעלעגראם, די דעמאלסדיגער שרעק פון אונטער הערן טעלעפוין געשפרעכען ביי די רוסן זענען געוועזען אזוי שטארק אז אפי' די טעלעפוין סעקיורעטי פונעם סיטואציע צימער האט זיי נישט געוואלט געטרויען. און דערפאר זענען די קאמיוניקאציע געשריבען געווארן מיט א טעלעפראמטער און נאר געשריבען צום קרעמלין אין קאוד שפראך. אין די יארן פונעם קאלטן קריג תש"ז ביז תשנ"א.
נאך א סודותפולע טעלעפוין סיסטעם צו קנען קאמיונעקירן מיטן קרעמלין אפטער און מיט מער רוטין וואס איז גערופן געווארן Warm leg פאר אן אלטערנאטייוער האט ליין צו קענען צו קומען צום קרעמלין ממש מיט א פוין קאל אוועק. אבער דאס איז טאקע גענוצט געווארן פאר אן אלטערנאטיווער וועג זיך צו פארבינדען כדי צו האלטן דעם ליניע אפן נאר אין פאל עס איז באמת דא א קריזיס, פון וואס מען האט געציטערט א יעדע ליאדע רגע אין די יארן פון תשי"ג - תשכ"ב ווען די רוסן האבן שטארק געעארבעט צו האבן א ווירקענדע נוקלארע מיסעל וואס זאל קענען פליען אזוי ווייט פון רוסלאנד קיין ניו יארק אריבער 5 טויזענט מייל איבערן ים.

דזשימי קארטער, דער ניין און דרייגסטער פרעזידענט צו די פאראייניגטע שטאטן האט זיך נישט וואוסענדיג געמאכט פון די פאביע צו ניצען דעם טעלפוין ליניע דירעקט צום קרעמלין. ווען ער האט געשפירט פאר וויכטיג, האט ער אויף געהויבן דעם טרייבעל און פארלאנגט פונעם קאמיוניקעשאן סוויטש באורד צו ווערן קאנעקטעד צום קרעמלין אן קיין חכמות. איך האב נישט קיין געדולד צו רעדן אזוי, שיקען א טעלעגראם מיט סודות און ווארטן די רוסן זאלן עס דערשפירן און דאן ענטפערן און ווארטן ביז מיר דערשפירן זייער קאודס. לא יעשה כן במקומינו, דער רוסישער בער וועט נישט וועלן רעדן מיט מיר ווי א נארמאלער מענטש וועל איך עים ווייזן, גענוג מיט די צעגערייען.
ברעזינסקי Brezinski א פוילישער אפשטאמיגער וואס איז געוועזען דער נעשאנאל סעקיורעטי עדוייזער צו פרעזידענט קארטער אין די יאר פון תשל"ז - תשמ"א האט זיך געבעטן ביים פרעזידענט נישט צו ניצען דעם אפענעם טעלעפוין צום קרעמלין אזוי לייכט-זינונג אביר קארטער האט עים אינארירט און נישט אנגענומען זיין עדווייס.

כ"ג אלול תשס"א א גרויס חלק ליינער דענקען דעם טאג, נאך מער דענקען זיי. פונקטליך ווי ער איז געשטאנען און מיט וועם ער האט געשמעוסט און וואס ער האט געשמועסט יענעם ג' סליחות צען מינוט צו ניין.

יענקל מיט די האנטוך אויף אקסעל שמואל מיטן סעל אין די האנט וואס איז געווארן דיסקאנעקטעד אין מיטן רעדן מיט זיין אשת חיל וואס ער זאל ברענגען פון גראסערי אויפן וועג אהיים פון שוהל וכ"ו

צוויי ערעפלאנען אפאר מינוט אפגעריקט איינער פונעם צווייטן האבן מיט א גרויזאמער אימפעט אריינגעשמעטערט אין די צוויי העכסטע בינינים וואס שטייען איינע נעבן צווייטן ווי צווילינג אויסזענעדער געשוויסטער אין מאנהעטן קרוב צו דאוטאון נאנט צו דעם האדסען טייך וואס פליסט אדורך פון האדסען ריאן אין צווישען דעם מאנהעטן אינזעל, גלייך צום אטלאנטיק ים צו סטעטן איילענד זייט. די טווין טאוער'ס וויאזוי די צוויי הויעכע בילדינגס האבן זיך טאקע גערופן,

מיר אלע ליידן נאך פון יענעם טאג יום המר והנמהר 9.11.2001 דער גאנצער פרייער וועלט איז געווארן פון פריי צו אונטער דריקט, עד היום הז ווען מיר פארן קומען או גייען שפירן מיר די אפדריקען פון יענעם טאג. יענר טאג טאג האט געטשענדזשד די וולט אויף אייביג בכלל און אין אמעריקא בפרט. אבער אין דאס ווייסע הויז אין די סיטואציע צימער איז געווארן אן אויפוואכונג מיט די סי. איי. עי. און דעם די. או. די. אז די סיטואציע צימער איז קליין און אויסגעוואקסען און אונטער שטעלונג אין די טעכנישער וועלט עס זענען שוין דא אסאך מער סיפאסטעקירטע מאשינערי.

געזאגט און געטוהן מען האט גרעסער געמאכט דעם צימער און איבער געמאכט די טעכנישע חלקים חלקים פונעם צימער. ווען מען האט צונימען דעם צימער און געעפענט אלע ווענט ביז צום גרונד האבן זיך די אלטע ווייערינג באוויזען אין זייער א שווערע צושטאנד זיין זענען געוועזן אויף געגעסען אז עס איז א חידוש אז עס האט נישט אויף געפלאמט ביז דאן. מער קאנפערעץ צימערן זענען צו געלייגט געווארן. היינט זיצען אינעם סיטואציע צימער אריבער דרייסיג סי. איי. עי. אגענטן און 5 שיכטן און באוואכען סיטואציעס ארום דעם וועלט לייוו ווי נאר עס געשעהט עפעס סיי ווי אימער ארום דעם גלאוב זענען די לא ישן שומרים אויף די שמירה אז אמעריקאנע איטערעסן ווי אומער אין דער וועלט זאל נישט בארירט ווערן. אויב מאכט זיך עפעס אינמיטן די נאכט ווען דער פרעזידענט שלאפט און עס איז וויכטיג אז דער פרעזידענט זאל אריין קומען צו פירן זיין שטאב אויף מה יעשה וועט ער ווערן געוועקט פון די ווייסע הויז סטעף וואס זענען געשטעלט אויף דעם דזשאב צו אינפארמירן דעם פרעזידענט אין אזעלעכע נויט פעלער סיי ווען און סיי ווי.

עס איז דא א באקאנטע לעגענדע אז דער פרעזידענט זיצט אויף קנעפלעך וואס זאל ארויס שיסען א נוקלער אטאקע ווען עס איז נויטיג עקזעסטירט נישט עס איז נאר א Myth נישט געשטויגען און נישט געפלויגען. בעפאר דער פרעזידענט זעצט זיך נישט אריין אין די סיטואציע צימער צו אדורך שנועסן אלע צדדים מיט זיינע עדווייזער, איז נישטא קיין נוקלער געשיס'עכטץ. בעפאר א החלטה ווערט געמאכט זיצט דער פרעזידענט מיט אלע דעפארטמענט טאטעס אין די סיטואציע צימער און מען איז דן בכובד ראש וואס פארא אקציע עס דארף געטוהן ווערן און וואספארא ריספאנס זאל מען שיקן צו ווער עס דארף באקומען אזא מתנה פונעם אמעריקאנער פרעזידענט.

א יעדען איינציגער טאג ווערן פילע ריפארטעס געדריקט און צוזאם געשטעלט אין א טעגליכער ריפארט (דעילי בריעפינג) ווי דער פרעזידענט באקומט זיינע דעטאלן מהנעשה ונשמע מבית ומבחוץ. א יעדער שר פון די קאבינע ברענגט זיינע רעפארטס צו סיטואציע צימער דירעקטאר און פון דארט ווערט אלעס אריין געלייגט אין איין רעפארט וואס פון דעם נעמט דער פרעזידענט זיין טעגליכער אינפארמאציע.

פון די סיטואציע צימער קומט ארויס א רעפארט דריי מאל א טאג, וואס ווערט ארויף געלייגט אויפן פרעזידענטס טיש צו כאפן א בליק דעראויף און קוקען צו עס איז דא עפעס וואס דארף זיין אטענשאן.

אין די סיטואציע צימער איז דא נאך א צימער וואס ווערט גערופן דעם וואטש צימער צימער Whach Room פון ווי די אלע אויבען דערמאנטע רעפארטס ווערן ארויס געשאסען צו ווערן געשטעלט אין פארנט פון די אויגען פונעם פרעזידענט. אן ערך פון עטוואס מער ווי צוויי טויזענט שטיקלעך אינפארמאציע באקומט דער פרעזידענט טעגליך.

אינעם Whatch צימער איז דא נאך אן איזאלירטער צימער דאס איז דער קודש הקדשים וואס ווען דער פרעזידענט קען נישט אוועק טרעטן פונעם סיטואציע צימער אבער ער דארף פארט טוהן זיין אוועל אפיס ארבעט קען ער זיך איין שפארן אינעם קודש הקדשים און פון דארט פירן ביידע סיי דער אוועל אפיס און סיי דעם סיטואציע צימער. למשל אויב דארף דער פרעזידענט כאפן א שמועס מיט אן פריימיער פון א מדינה פאר סיי וואפארא צוועק און ער איז אינמיטן א סיטואציע וועט ער כאפן דעם קאל אינעם פריוואטן פערטעל פונעם סיטואציע צימער.

דער צימער איז א גלאזענע צימער, אבער ווי נאר דער פרעזידענט גייט אריין אהין ווערן די גלאזענע פענסטער פארהויכעט און מען קען נישט אריין זעהן כדי דער פרעזידענט זאל האבן זיין פולסטן פריוואטקייט וואס ער דארף פאר אזא שמועס.
הק' לייביש שרייבער
א פאקט איז א פאקט נישט קיין חילוק פון ווי עס שטאמט.
לייביששרייבער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 595
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 28, 2023 6:18 am
האט שוין געלייקט: 285 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1344 מאל

ווען זענען די זיכערהייטן אריין אין קראפט ?

שליחה דורך לייביששרייבער »

ווען האבן זיך די זיכערהייטן אנגעפאנגען?


אדורך די לעצטע צוויי הונדרעט יאר איז דאס ווייסע הויז געווארן אסאך מער ווי נאר דאס וואוין ארט פארן פרעזידענט עס איז געווארן די צענטער פון אינטעלעדזשענס.

אמעריקע איז אונטער א שווערע אטאקע פערל הארבער איז שרעקליך אטאקירט געווארן. אין דעצעמבער דער זיבעטער 1941 תש''א.
אום 6:00 אזייגער אינדערפרי האט זיך א יאפענעזישער פלאטע פון 6 געפירט דורך דעם יאפענעזישער וויצע אדמיראל טשועטשי Chuichi אין די האפן פון די האוויאי אינזלען נישט ווערענדיג אויף געכאפט פון די געווארדיע וואס האט געדארפט באוואכן דעם בארטן דארט. אמעריקא איז דאן נישט געווען איינגעשלאסן אין קיין שום קריג אין די מיליטער איז נישט געווען אנגעגארטעלט אין משיח אויף היי אלערט.

א שיינער אנגענעמער רואיגער וועטער האט געריטן אויף די אינזלען גאנץ ווארעם בערך 75 דעגרי פארנהייט א ליכטיגער בלויער הימעל אויסגעצויגן אויפן האריזאנט. די וויזיבעלעטי איז געווען אזוי קלאר אז ביז א ווייטקייט פון 10 מייל האט מען געהאט א קלארער אויסקוק צום הארבער. דאס האט געהאלפן די יאפענעזישער אטאקירער צו זעהן מיט א גענויע פונקטליכקייט ווי צו צילן. א לייכטער ווינטעל פון 6-10 מייל פער שטונדע וואס האט געהאלפן די פליגער אין די באמבעס צו טרעפן אין ציל מיט א שטארקער פונקטליכקייט. די וואסערן ביי די אינזלען זענען געווען רואיג און געלאסן קיין ווינטן האבן דאן נישט געמאכט די וואסער שטורעמען מיט כוואליעס. טעג האט געקלאפט פאר די יאפאנעזער צו אטאקירן מיט די גרעסטע שאדנס.

13 שיפן זענען דאן געשטאנען געאנקערט ביי די בארטנס פון די פערל הארבער באזע. געווענליכע מיליטערישע אקטיוויטעטן, גארנישט עקסטער מאראלישע אקטיוויטעטן זענען דאן פארגעקומען אז די שיפן זאלן זיך קענען ארויס מאנעווערן און עווענטועל זיך ארויס דרייען פון די אומוויסענדע אנקומענדיגע אטאקירער.

אום 7:48 לאקאלער צייט זענען 183 פליגערס אדורך געפלויגן איבער לאזענדיג שיריים פאר די שיפן וואס זענען געשטאנען דארט געאנקערט. אין די ערשטע רגע פון די אטאקע האט די יו. עס. עס. אריזאנע BB-39 געכאפט א דירעקטע פליק פון א באמבע וואס איז געפאלן אויפ'ן געביין פונעם שיף גלייך אריין אינעם טאנק פון די גאזאלין. דאס האט אויפגעריסן מיט א שרעקליכער אויפרייס אזש עס איז ממש אין אפאר קורצע מינוטן נישט געווען קיין זכר פונעם שיף מיט די מאטראזען וואס האבן דאן געטוען די רוטינע מיליטערישע מאנעווערעס.

די יו. עס. עס. אקעלהאומע BB-37 איז געווארן געשעדיגט פון אן ארויסגעשאסענע טראפידא וואס האט אדורך געלענערט אויף אן אויפן אז די שיף האט זיך איבער געדרייט מיט'ן קאפ אראפ צו זאמען מיט די מאטראזען דעראויף.

353 זענען אין טאטעל אדורך געפארן אריינגערעכנט פייטער פליגער FIghter Jets אין דייוו באמבאדירערער Dive Bombers (פליגער וואס ווארפן אריין באמבעס אין וואסער און אטאקירט אונטערן וואסער), און טראפידא באבאדירער, און אטאקירט די באזע, 6 קעריער שיפן, פון די אכט וואס זענען דאן געווען דעאנקערט אין די באזע. אויסער די איבעריגע פינעף קרוזערס, דעסטרויערס, און אנטי פליגער טרעיניג שיף וואס זענען אויך דאן געווען געאנקערט. אלע שיפן זענען אראפ אין אפגרונד אויסער די יו. עס. עס. אריזאנע USS Arizona Carier איז שפעטער צוריק ארויף געברענגט געווארן.

מער פון 180 פליגערס וואס זענען געווען אויף די שיפן זענען אין די אטאקע צושמעטערט געווארן.

2403 זעלנער זענען אומגעקומען אויפן פלאץ אין די אטאקע און נאך 1178 פארוואונדע וואס געוויסע מיט שטארקע וואנדען וואס זענען עטוואס שפעטער גשטארבן פון זייערע וואנדען.

ווי אויך געוויסע וויכטיגע אינסטאלאציעס וואס האט געדינט דעם בעיס. די פאוער סטעישאן Power Station. דעם שיף יארד דאק, די מעינטענענס גאראדזש, טראפידא סטארעדזש, וואס האט פארערגערט די פלאמען. סובמארינ פארטס זענען אויך פארטיליגט געווארן.

דער הויפט קוואדראן און די אינטעלעדזשענס אפיס פונעם בעיס זענען נישט געשעדיגט געווארן אין די אטאקע, דאס האט צו געהאלפן זיך צו אריענטירן און אפשטעלן די אטאקע באוד מועד נאך פאר עס קומט נענטער אריין אין לאנד.

64 יאפאנעזער זענען דאן געהארגעט געווארן, 29 יאפאנעזער קיריער שיפן האבן די אמעריקאנער נאך אנגיאגט צו פארטיליגען מיט די קאנטער סטרייק, און דער גענעראל פון די סובמארין פלאטא קאזא סאקאמאקי Kazuo Sakamaki איז דאן ארעסטירט געווארן לעבעדיגערהייט.

יאפאן האט שפעטער אין יענער נאכט דערקלערט קריג אויף די פאראייניגטע שטאטן און די בריטישע עמפייער.

אין יענע תקופה זענען געווען די אינזשענערס (ווי מען האט זיי דאן גערופן. היינטיגע סיקרעט סערוויס) וואס זענען פאראנטפארטלעך פאר די זיכערהייט פונעם פרעזידענט האבן געוואלט אז פר. רוזעוועלט זאל ווערן אוועק געפירט פונעם ווייסען הויז פאר זיין זיכערההיט מאסנ-מאנען. אבער דער פרעזידענט האט זיך אנטזאגט פון אוועק גיין פונעם ווייסן הויז, וואספארא מעסעדזש וועט דאס איבער לאזן פארן פאלק ווען דער פרעזידענט אנטלויפט צו א מייזן לאך ווען דאס לאנד איז אונטער אן אטאקע.

דאן איז אריין געקומען זיכערהייט אונטערנעמונגען צום ווייסן הויז. די ערשטע זאך וואס מען האט דאן געטוהן איז אלע סקיי לייטס זענען געווארן פארדעקט אז מען זאל נישט קענען זעהן פון אויפן אויב איינער וויל צילן אויפן ווייסען הויז. ד.מ. אז דער ווייסער הויז ביז דאן איז געווען אן אומפארזיכערט פלאץ, אויב קען מען אריין קומען ביז אזוי טיף ווי האווייאי קענען מיר דאך ווערן אטאקירט אין וואשינגטאן זעלבסט אויכעט.

ווי אויך האט מען אלע שםעלטענעס פון די טירן וואס איז צו דער גאס פארשטעלט מיט זאמד זעק אין פאל פון א נוקלער אטאקע. א יעדעס שלאף צימער איז געווארן אינסטאלירט א גאז מאסק נעבן דעם בעט. אבער דעם קאליר פונעם הויז האט זיך קיינמאל נישט געטוישט, אפי' אין צייט פון קריג.

די אינדזשענירן האבן דאן געפרעגט פרעזידענט רוזעוועלט צו זיי קענען פעינטן דעם ווייסן הויז אויף קעמאפלאדזש קאליר. אפי' דאס האט ער נישט געלאזט.

הפלא ופלא. די גרעסטע סוד פאר גאנץ בראד פונעם ווייסן הויז איז, אז דער איצטיגער סטרוקטור איז נישט מער ווי זיבעציג יאר אלט.

אין די שפעטע ת"ש 1940 יארן האט פרעזידענט הערי טרומאן אינגאנצען איבער געבויט דאס ווייסע הויז מיט שטארקע זיכערהייט אינסטולאציעס.

דער טאכטער פון הערי טרומאן מארגרעט האט זיך זייער שטארק צו קלאפט בשעת די קאנסטראקציע ארבייט ווען צוויי שווערע פלייוואדס זענען געפאלן אויף איר. גלייך דערנאך האט די ערשטע פאמיליע זיך אריבער געצויגען צי דעם בלייער הויז. (דאס איז דער הויז ווי די אמעריקאנער פרעזידענטן פלאצירן זייערע געסט)

איינמאל נאך וואס פרזידענט הערי ס. טרומאן האט באקומען די נוטיגע פאנדן פון קאנגרעס איבער צו בויען דאס ווייסע הויז האט ער ממש אויסגעליידיגט די אינווייניגסטע געביין פונעם ווייסען הויז און עס איבער געבויט לויט דעם זעלבער ארכיטעקטור פלאן פון די ארגינעלע פלענער פונעם ווייסען הויז אבער צו געלייגט א געוואלד מיט זיכערהייט טעכנעלאגיע וואס מאנכע פון זיי זענען געוארן דערמאנט אין די פריעדיגע תגובה'ס.


איז די סיבה פון איבער-בויען דאס ווייסע הויז געווען נאר פארן פרעזידענטס זיכערהייט, אדער האט עס געהאט אנדערע סודותפולע אגענדעס ?
הק' לייביש שרייבער
א פאקט איז א פאקט נישט קיין חילוק פון ווי עס שטאמט.
פארשפארט