ענטפערס אין אמונה

מחשבה, השקפה ועיון
פארשפארט
הקטן
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3315
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 15, 2012 7:30 pm
האט שוין געלייקט: 2006 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1413 מאל

שליחה דורך הקטן »

A man regards his son as his enemy. Confusion [. . .]
"למכה מצרים בבכוריהם" - בכוריהם לא נאמר אלא בבכוריהם עמדו בכורים וקפחו שוקן של אביהם המעכבים בישראל כששמעו נגע עשירי מפי משה [?]

דאס האט נישט מיט קיין עקאנעמי און האט נישט מיט קיין רעוואלט פין עפעס קנעכט ..
I want atheism to be true and am made uneasy by the fact that some of the most intelligent and well-informed people I know are religious believers

Thomas Nagel
קאסא גראנדע
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 62
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 12, 2022 5:19 am
האט שוין געלייקט: 7 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 42 מאל

שליחה דורך קאסא גראנדע »

סקעפטיקער האט געשריבן:
קאסא גראנדע האט געשריבן: לגבי עזרא וועסטו קוקן מיין פריערדיגע תגובה וועסטו פארשטיין.
איך זעה נישט קיין תגבות פארדעם וואס זאלן רעדן דערפון, אויב דו קענסט ביטע גיב א לינק
קאסא גראנדע האט געשריבן:די ארכיאולוגישע וועלט האט לעצטע וואך עס יא קאנפירעמד נאך א יאר פון חילוקי דעות
וואס מיינט אז די ארכאלאגישע וועלט האט עס קאנפירמד? וואו קאנפירמד עס די ארכאלאגישע וועלט? סך הכל האט גרשון גליל עס מפרסם געווען אין די נייעס שוין א יאר צייט און נישט א סייענטיפישע דזושרנאל מיט אלע פרטים ווי די סדר איז. און לעצטנס האט ער עס יא מפרסם געווען אין א דזשורנאל. אבער נאכאלס זענען רוב חוקרים נישט איינשטימיג מיט אים, און הייבן נישט אן צו זעהן אז דארט זאל שטיין וואס ער וויל עס זאל שטיין (אזויווי דו קענסט זעהן אין די אלע לינקס, דאס איז אלעס שוין נאך די לעצטיגע פירסום)

דא האסטו לינקס צו די קאנפירמעישענס https://heritagesciencejournal.springer ... 23-00920-9 און דא ליין אויף ויקיפדיה https://he.m.wikipedia.org/wiki/%D7%9C% ... 7%91%D7%9C זעה ביי רקע - זיהוי הממצא די קאנפירמעישען אין 2023 נישט אין 2022
קאסא גראנדע
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 62
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 12, 2022 5:19 am
האט שוין געלייקט: 7 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 42 מאל

שליחה דורך קאסא גראנדע »

שמן למאור האט געשריבן:
קאסא גראנדע האט געשריבן:
שמן למאור האט געשריבן:
קאסא גראנדע האט געשריבן: הסברים קען זיין א סאך. אבער טראכט אליין אריין וויאזוי א פאלטישן שרייבט. ער רעדט נאר פון וואס די עולם וואס ער רעפרעזענטירט אדער די אזשענדע וואס ער וויל. און אפשר גאר האט די רעגירונג נישט געלאזט זאגן אלעס און מען האט געמוזט וואטשן וויאזוי מען שרייבט סוף כל סוף רעדט מען דאך נישט פון א דעמאקראטישע תקופה אדרבה מען רעדט פון א מלך וואס איז גאט כביכול. אויב מיינסטו אז סטאלין איז געווען א דיקטאטור און מען האט געדארפט וואטשן וויאזוי מען האט געשריבן זאכן. גיי צוריק אין היסטאריע וועסטו שוין זעהן אז סטאלין איז אפשר געווען א צדיק.
דו האסט א הוא אמינה אז מען קען זיך פארלאזן אויף זייערע ווערטער געשריבן פינקטליך אלץ תורה מן השמים איז עס אפשר געווען אין אמעריקא? (אויב אין אמעריקא קען מען יא אננעמען יעדע ארטיקל מיט א תמימות)
דיין תירוץ אז דער שרייבער האט זיך דא געדארפט רעכענען מיט עפעס א צענזור איז נישט מסתבר. ער לייגט אראפ די מצב אז ס'איז עק וועלט פון אנפאנג ביזן סוף פונעם בריוו. עס זעט אויס ווי ער וויל דווקא יא ארויסברענגען די ריכטיגע מצב מיט אלע קאלירן. על צד מען נעמט אן אז דאס וואס ער שרייבט אז די וואסער איז געווארן בלוט מיינט כפשוטו און ס'איז נישט בלויז א מליצה (וואס דאס וויל מען דאך אננעמען אויב וויל מען עס ניצן פאר א פרוף) דאן וואס איז די סברה אז אזא מכה זאל מען אים יא לאזן שרייבן אבער ווען עס קומט צו צפרדע... דא שוין נישט...!!! איז דען מכת דם בעסער ווי ערוב... אז דאס זאל ער יא מעגן שרייבן און דאס נישט? כ'מיין אז ס'איז שווער אזוי צו זאגן.
אינטרעסאנט אז ער רעכנט אויס דוקא 5 מכות וועלעכע האבן געהאט די שווערסטע פינאעציעלע אפעקט און געברענגט די מערסטע הונגער און דארשט. דאס זענען דם.דבר. ברד. ארבה. און חושך. און צו דעם לייגט ער צו אז די קנעכט גייען מיט טייערע צירונג. וואס דאס ברענגט ארויס די מהפיכה, ווייל אויב דו קוקסט אריין אין היסטאריע פון קנעכט. א קנעכט האט נישט געטארט גיין מיט קיין זשולערי. און דא פלוצים איז געווארן א מהפיכה וואס ווייזט אז די מצרי מיטשעט זיך און די קנעכט איז גאר געווארן דער עושר וואס זייערע פרויען דרייען זיך ארום מיט צירונג. (וואס איז לכאורה טאקע געקומען פון נאטירליכע דיזעסטער? איינער קען אפשר מסביר זיין וועלעכע נעטוראל דיזעסטער מאכט די סיטיזענס ארים און די סלעיווס רייך?) וואס איז געקומען ווי חז"ל זאגן אז ביי מכת דם האבן אידן פארקויפט וואסער פאר אזעלעכע פרייזן אז מצרים איז געווארן ארים.

עס איז וויכטיג צו פארשטיין אז שרייבן איז נישט געווען א זאך וואס יעדער איינער האט געקענט אזוי ווי היינט. עס איז געווען ספעציעלע שרייבער וואס זענען געניצט געווארן נאר פאר מלוכה עניינים אדער די חרטומים וואס פלעגן זיך געווענטליך דרייען ארום די מלוכה.
יעצט. דער שרייבער פון דעם בריוו האט געמוזט זיין ערגעץ ארום די פאלאץ און דאס איז געווען א בריוו מיט א געוויסע ציהל ער האט עס נישט געשריבן (צו דיר אדער צו מיר) צו זיין קאזין אין כוש אדער צו זיין מאמע אין אנדערע עק לאנד... סאו זאג די מיר ביטע וואס איז געווען די ציהל פון די פאפירוס? און פארוואס זאל ער אויסרעכענען אלעס. איינער אין פרעה'ס פאלאץ ווייסט דען נישט אז עס זענען אויך געווען נאך מכות? נאר זיין צ'יל איז זיכער געווען עקאנאמיע. עסן. טרינקן. די פיוטשער פון דאס לאנד. (פרעה האט דאך געהאלטן אין איין זאגן אז ער גייט שוין קעיר נעמען פון די עברים און פון דעם משה ואהרן) און די מצריים האבן געשריגן (געשריבן) הטרם תדע כי אבדה הארץ. עס שטייט נישט אין פסוק אז זיי האבן אויסגערעכנט פאר פרעה אז עס איז געווען כינים מיט ערוב אדער א צפרדע. נאר אז אונז האבן אלעס פארלוירן.
אדרבה, איך זעה אין די בריוו א שטארקע צושטעל צו די פסוקים.
דו האסט א אנדערע סיבה פארוואס ער האט געשריבן דעם פאפירוס און פארוואס ער וואלט געדארפט שרייבן אלעס?
נעם אין אכט עס איז נאך זיכער געווען פאר מכת בכורות. אפשר גאר האט ער עס געשריבן פסח ביינאכט פאר חצות און היות ער איז געווען א בכור איז ער געשטארבן אינמיטן שרייבן הארט איידערן קענען אפשרייבן די איבעריגע 4 מכות :lol:
קודם כל, צו זאגן אז ער רעכנט אויס 5 מכות איז א פשוטע ספין, חוץ פון דם און חושך רעכנט ער גארנישט אויס. מען קען דרייען און פארטייטשן אז די מאנגל אין עסן און געוואוקסן קומט פון דעם, אבער קלאר שטייט עס נישט. חוץ פון צוויי מכות רעכנט ער נישט אויס קיין אנדערע מכות אין זיין גאנצע לאנגע מגילה.

וראה זה פלה, פינקט די צוויי מכות וואס קען מיינען א מליצה פאר דיזעסטער, נאר דאס דערמאנט ער. די וואסער איז בלוט קען געהעריג מיינען אז אזוי פיל גופים זענען דארטן באגראבן געווארן (ווי ער זאגט אליין אינעם בריוו) אז ס'איז ממש געווארן בלוט, און טינקל קען פשוט מיינען א שווארצקייט, א דעפרעסטקייט. ער דערמאנט אז עס פעלט תבואה אבער די וואונדערליכע האר אויפשטעלנדע סארס פון די מכה פארציילט ער נישט... ער דערמאנט נישט קיין ווארט וועגן מאדנע מחנות פון היישעריקן אדער אז אין מצרים ווי עס רעגנט ניטאמאל איז פלוצלונג געקומען א מאדנע -שלא כדרך הטבע'דיגע- האגל, וואס דאס איז די סיבה פארוואס עס פעלט עסן... העיקר חסר מן הספר.

ווי געשריבן איז צירונגען אויף קנעכט נישט קיין ראיה, ווייל עס איז מעגליך אז די בייבל איז טאקע געבעיסט אויף פארשידענע געשעענישן וואס האבן באמת פארגעקומען, כאטש אין טייל. ווילסט וויסן וועלכע נאטורליכע דיזעסטערס מאכן די ארומע רייך און די רייכע ארעם? עס הייסט מלחמה... אויפשטאנד... טאקע נישט ממש נאטורליך, אבער אין היסטאריע איז דאס פארגעקומען זייער אפט. עס זענען געקומען -ווי די בריוו צייגן אן 'אריינדרינגער' פיינט פון אנדערע שטעט און חרוב געמאכט מצרים, פארברענגט די עסן זאפאסן, גע'רצח'ט מענטשן און זיי אריינגעשליידערט אין די טייך, און גע'הרג'עט די בהמות און באפרייט זייער קנעכט... און גאר געגעבן פאר די קנעכט די צירונג פון די רייכע... גארנישט עפעס אזוי אויסערארנטלעך פאר אמאליגע צייטן.

כ'מיין אז דו האסט נאר געקוקט די ווידיאו און נישט געליינט די גאנצע בריוו, ווייל אז דו וועסט קוקן וועסטו זען אז ער איז בכלל נישט דא דווקא צו רעדן צו פינאנציעלע פראבלעמען... ער רעדט פון אלעס. דו אליין ווילסט ניצן חושך כפשוטו, דו ווילסט זאגן אז דאס וואס ער שרייבט אז ס'איז געווארן טינקל אין מצרים מיינט ממש די חושך פון די פסוק, הגם דאס איז נישט ממש עפעס וואס האט מיט פינאנציעלע זאכן. אבער אפילו דו ווילסט דווקא אריינטייטשן אז טינקל פאר א וואך שטערט כאטש די פינאנציעלע טאש פאר דעם צייט אפשניט, האט ער אבער אויסגעלאזט די עיקר חלק וואס וואלט אפגעהאלטן פראדוקציע, און דאס איז די חלק ווי מען האט זיך נישט געקענט ריקן פאר דריי טעג... דאס דערמאנט ער נישט...

אגב די זאך וואס וואלט די 'מערסטע' געשטערט די אקאנאמיע און דאס איז אז 'אלע' בהימות זענען געשטארבן ביי דבר... דאס דערמאנט ער נישט...
על אחרון ראשון. ליין איבער די עניין וואס די בריוו רעדט פון די בהמות מאויען וואס באדייט געשטארבן. סאו דבר איז יא דא.

אבער פליז עס איז א גרויסע חידוש אז מען זאל אנקוקן אז דער וואס וויל זאגן אז די אלע זאכן וואס ווערט יא אויסגערעכנט איז די מעשה וואס איך האב א אלטע בוך וואס פארציילט די אנדערע חלק פון די מעשה. דאס ווערט אנגערופן אריינקוועטשטע הסבר אדער קאנספיריסי. און לאידך, דער וואס האט נישט קיין פשוטע מעשה נאר דארף טרייען צו פארציילן עפעס א נייע מעשה וואס דעמאלט האט פאסירט. אדער סתם זאגן איך ווייס נישט וואס עס איז. אפילו עס גייט קוועטשן וואס האט דארט באמת פאסירט. סוף כל סוף איז די מעשה וואס יענער שרייבט זייער א אינטרעסאנטע וואס פארלאנגט א ביאור און זאגן עני שוואכע ענטפער צו באווייזן אז עס מוז נישט זיין די מעשה פון די אנדערע היסטארישע בוך. דאס הייסט נישט געקוועטשט?
קאסא גראנדע
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 62
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 12, 2022 5:19 am
האט שוין געלייקט: 7 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 42 מאל

שליחה דורך קאסא גראנדע »

סקעפטיקער האט געשריבן:
קאסא גראנדע האט געשריבן: נאכאמאל. למאי נפקא מינה וואס ער האלט לגבי שישק אדער לגבי די נאמען רעמסס. (קען גאר זיין אז די שטאט האט שוין געהייסן רעמסס נאך פאר די קעניג רעמסס ממש נעקסט קאנעקטעט מיט אוואריס וואס אידן האבן געבויעט. אדער האט מען עס שפעטער איבערגעבויעט ווי די חז"ל זאגן אז די באשעפער האט חרוב געמאכט די שטאט) עס איז אשאהד אריינצוגיין אין אלע אנדערע זאכן וואס ער זאגט וואס דו ווילסט נישט אננעמען ווייל עס שטימט דיר נישט.
די אלע "עווידענס" וואס דו האסט, זענען נישט היינט געבוירן. און פאר דעם האסטו נישט געדארפט ברענגען דעויד ראול. די פראבלעם מיט די אלע זאכן איז אז מ'קען עס נישט אריינזעצן אין א טיימליין. איך האב פארשטאנען אז דו ברענגטס דעויד ראול פאר די סיבה. אויב דו ברענגסט אים נאר פאר די אלע באווייזן, פיין. אויף די באווייזן גופא קען מען רעדן. אבער די טיימליין פראבלעם איז נאכאלס דא
אפשר קענסטו זאגן פארוואס די פארלאזט זיך ענדערש אויף די מהלך אז מלכות פרס האט זיך געצויגן פאר איבער 200 יאר איידער אלכסנדר מוקדון (נישט זיך אריינגעצויגן אין מלכות יון)? ווייל אויב איז דאס נישט אזא שטארקע סמך דאן איז דא שטארקע ראיות פון די זעלבע תקופה און נאך פריער אז עס איז געווען אזוי ווי (אדער בערך) חז"ל חשבון און דעמאלט דארפן די חוקרי אומות העולם פשוט צוריק ריקן די יארן צו שטימען לויט חכמי ישראל און רוב זאכן ריקן זיך מער ווייניגער אין פלאץ די איבעריגע פאר זאכן האבן זיך זייערע עקספלענעישן'ס. נאכדעם א גרויסע יסוד. ווען די קוקסט אויף די גרויסע פיקטשער פארשטייט יעדע בר דעת אז אויב א זאך שטימט אבער עס איז נישט פינקטליך מיט די יארן. אויב איז עס א מעשה פון עטליכע טויזענט יאר צוריק וועט יעדער פארשטיין אז עני עווידענס איבער יארן האט "אסאך" פלעקסיביליטי אפילו ביז הונדערט אדער צוויי הונדערט יאר. עס איז נישטא קיין שום קראנטע באווייזן אויף קיין שום היסטאריע צו זיין פינקטליך מיט די יארן. און אויב אזא פירכא פרעגט ביי איינעם אפ א צווייטענס היסטאריע בוך. אזא החלטה איז לייכטזיניג און נישט פארלעסליך אפילו אין די אויגן פון ריסורטשערס. און אפילו אויב די סתירה אין יארן איז מער ווי איינמאל פון א געוויסע היסטאריע בוך. ווילאנג מען זעהט און מען ווייסט אז די היסטאריע בוך איז אנגענומען פאר אסאך יארן און ביי א גרויסע טייל וועלט אלץ א רילייעבעל סוירס פאר רוב אדער אלע אינפארמאציע וואס עס שרייבט (דאס אז א חוקר ווערט געטשעלענזשט איז נישט קיין פירכא אז עס איז א רילייעבעל סוירס) אין אזא פאל דארף יעדע זאך וואס מען טרעפט אז עס מאכט סענס מיט די היסטאריע בוך דארף זיין א ראיה, און נישט אז אויב קען מען קוועטשן אפצופרעגן אז עס איז נישט קיין ראיה ווערט עס אויס ראיה אדרבה מען דארף א הוכחה אז דאס איז נישט קיין ראיה בעניין המוחזק אינו צריך ראיה אדרבה דער אפפרעגער הייסט המוציא מיד המוחזק.
הקטן
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3315
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 15, 2012 7:30 pm
האט שוין געלייקט: 2006 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1413 מאל

שליחה דורך הקטן »

שמן למאור האט געשריבן: וראה זה פלה, פינקט די צוויי מכות וואס קען מיינען א מליצה פאר דיזעסטער, נאר דאס דערמאנט ער. די וואסער איז בלוט קען געהעריג מיינען אז אזוי פיל גופים זענען דארטן באגראבן געווארן (ווי ער זאגט אליין אינעם בריוו) אז ס'איז ממש געווארן בלוט, .
Indeed, the river is blood, [i]yet men drink of it.[/i] Men shrink from human beings and thirst after water.
וראה זה פלה, פינקט די ווערס לאזט זיך זייער שווער טייטשן מליצה

(סקוקט אויס ביסט אויך נישט באקוועם צו זאגן מליצה אדער באגראבענע גופים ע"כ לויפסטו אויף ביידע)

בדרך אפשר יש לומר yet men drink of it.
חאטש ס'איז ממש בלוט indeed דאך איז דא א טייל וואס טרינקען געהעריק = די אידן
און אן אנדער טייל thirst after water = די מצרים

די אבן עזרא קען זיך נאך אלץ אן עצה געבען מיט די ווערס אויב ער וויל
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 2 אום הקטן, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
I want atheism to be true and am made uneasy by the fact that some of the most intelligent and well-informed people I know are religious believers

Thomas Nagel
סקעפטיקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1202
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 19, 2022 2:57 pm
האט שוין געלייקט: 4853 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1695 מאל

שליחה דורך סקעפטיקער »

קאסא גראנדע האט געשריבן:
סקעפטיקער האט געשריבן:
קאסא גראנדע האט געשריבן: לגבי עזרא וועסטו קוקן מיין פריערדיגע תגובה וועסטו פארשטיין.
איך זעה נישט קיין תגבות פארדעם וואס זאלן רעדן דערפון, אויב דו קענסט ביטע גיב א לינק
קאסא גראנדע האט געשריבן:די ארכיאולוגישע וועלט האט לעצטע וואך עס יא קאנפירעמד נאך א יאר פון חילוקי דעות
וואס מיינט אז די ארכאלאגישע וועלט האט עס קאנפירמד? וואו קאנפירמד עס די ארכאלאגישע וועלט? סך הכל האט גרשון גליל עס מפרסם געווען אין די נייעס שוין א יאר צייט און נישט א סייענטיפישע דזושרנאל מיט אלע פרטים ווי די סדר איז. און לעצטנס האט ער עס יא מפרסם געווען אין א דזשורנאל. אבער נאכאלס זענען רוב חוקרים נישט איינשטימיג מיט אים, און הייבן נישט אן צו זעהן אז דארט זאל שטיין וואס ער וויל עס זאל שטיין (אזויווי דו קענסט זעהן אין די אלע לינקס, דאס איז אלעס שוין נאך די לעצטיגע פירסום)

דא האסטו לינקס צו די קאנפירמעישענס https://heritagesciencejournal.springer ... 23-00920-9 און דא ליין אויף ויקיפדיה https://he.m.wikipedia.org/wiki/%D7%9C% ... 7%91%D7%9C זעה ביי רקע - זיהוי הממצא די קאנפירמעישען אין 2023 נישט אין 2022
הוא אשר דברתי, דאס איז סך הכל די ארטיקל וואס גרשון גליל וכת דיליה האבן מפרסם געווען. אנדערע (אדער רוב) זענען נישט מסכים דערצו, געב זיי א חודש צוויי וועלן זיי מפרסם זיין אין די סייענטיפישע דזשורנאלן ארטיקלן פארוואס זיי האלטן נישט אז ער איז גערעכט. נישטא קיין שום "קאנפירמעישאן פון די ארכאלאגישע וועלט"
סקעפטיקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1202
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 19, 2022 2:57 pm
האט שוין געלייקט: 4853 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1695 מאל

שליחה דורך סקעפטיקער »

קאסא גראנדע האט געשריבן: אפשר קענסטו זאגן פארוואס די פארלאזט זיך ענדערש אויף די מהלך אז מלכות פרס האט זיך געצויגן פאר איבער 200 יאר איידער אלכסנדר מוקדון (נישט זיך אריינגעצויגן אין מלכות יון)? ווייל אויב איז דאס נישט אזא שטארקע סמך דאן איז דא שטארקע ראיות פון די זעלבע תקופה און נאך פריער אז עס איז געווען אזוי ווי (אדער בערך) חז"ל חשבון און דעמאלט דארפן די חוקרי אומות העולם פשוט צוריק ריקן די יארן צו שטימען לויט חכמי ישראל און רוב זאכן ריקן זיך מער ווייניגער אין פלאץ די איבעריגע פאר זאכן האבן זיך זייערע עקספלענעישן'ס.
ראשית, אפילו איך זאל דיר נאכגעבן די פרס'ישע תקופה, איז דאס נאכנישט מסדר יציאת מצרים. דו וועסט נאכאלס מוזן זאגן אז שישק איז רעמסס וכו' די גאנצע פשט'ל צו קענען מיישב זיין די דינאסטיעס
והשנית, עס זענען דא גאר שטארקע באווייזן אויף די לענג פון די פרס'שיע תקופה וואס איז אומאפפרעגבאר (חוץ אויב מ'זאגט אז מעס קאנספיראציע וואס דיי ועלט האט נאכנישט געזעהן ווי אלכסנדר הול וויל זאגן), לדוגמא VAT 4956, מ'האט שוין אסאך ארומגערעדט דא

אגב, בין איך טאקע נייגעריג אויב דו קומסט פון דא
שמן למאור
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3266
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
האט שוין געלייקט: 3320 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל

שליחה דורך שמן למאור »

הקטן האט געשריבן:
שמן למאור האט געשריבן: וראה זה פלה, פינקט די צוויי מכות וואס קען מיינען א מליצה פאר דיזעסטער, נאר דאס דערמאנט ער. די וואסער איז בלוט קען געהעריג מיינען אז אזוי פיל גופים זענען דארטן באגראבן געווארן (ווי ער זאגט אליין אינעם בריוו) אז ס'איז ממש געווארן בלוט, .
Indeed, the river is blood, [i]yet men drink of it.[/i] Men shrink from human beings and thirst after water.
וראה זה פלה, פינקט די ווערס לאזט זיך זייער שווער טייטשן מליצה

(סקוקט אויס ביסט אויך נישט באקוועם צו זאגן מליצה אדער באגראבענע גופים ע"כ לויפסטו אויף ביידע)

בדרך אפשר יש לומר yet men drink of it.
חאטש ס'איז ממש בלוט indeed דאך איז דא א טייל וואס טרינקען געהעריק = די אידן
און אן אנדער טייל thirst after water = די מצרים
די אבן עזרא קען זיך נאך אלץ אן עצה געבען מיט די ווערס אויב ער וויל
זעסטע, דאס איז געווען נאך א פראבלעם מיינע, אויב זאלן מיר לערנען אז עס מיינט כפשוטו ממש אז די וואסער איז פאקטיש געווארן בלוט, דאן וויאזוי האבן מענטשן געטרינקען דערפון? עס שטייט דאך ולא יכלו מצריים לשתות מים מן היאור...? וועסטו זאגן אז דאס גייט ארויף אויף די אידן. וואס שטערט מיר דעמאלטס איז אז ער וואלט געדארפט צו ארויסברענגען די פאקט אז די 'קנעכט' קענען יא טרינקען דערפון. ער וואלט געדארפט סטרעסן די מפלה וואס איז דא דערין (ענליך צו דעם אז ער דערמאנט אז די קנעכט האבן צירונג און אז די ארעמע זענען רייך געווארן) נישט סתם yet "men" drink of it.

עס איז מער משמע אז די טייך איז געווארן אזוי פיל מיט גופים אז מענטשן האבן זיך אפגעהאלטן פון טרינקען דערפון, צו מחמת עקל, כבוד, פחד פון גייסטן, וכדומה, און דער עולם האט געדארשט צו טרינקען. און עס איז געקומען צו א מצב אז מען האט שוין געמוזט זיך ברעכן און יא טרינקען. אויף דעם איז דער בעל הפפירוס מקונן: די וואסערן זענען בלוט, און דאך טרינקען מענטשן דערפון.
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד

I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-

אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
הקטן
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3315
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 15, 2012 7:30 pm
האט שוין געלייקט: 2006 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1413 מאל

שליחה דורך הקטן »

אויב ברעכן זיי זיך און טרינקן שוין יא איז, אימא סיפא...
וואס איז דאס נאכן זיך ברעכן און טריקען Men... thirst after water

------

Indeed, gates, columns and walls are burnt up,
while the hall of the palace stands firm and endures.
ברד ??? וואס זאגסטו? :shock:

קיקט עפעס נישט אויס וואו קיין מליצה,
שטימט נישט מיט סתם עקאנעמי דיזסעטער אדער עפעס אן עבדים ריוואלט
מיר איז אויך אינטערסאנט וואס חאטש ער איז מקונן אויף די נעטראל דיזעסטער פילט ער פאר וויכטיג צו מאכן א פוינט דאס the palace stands firm and endures.
וואס וויל ער דא?

איך קען אויך מאכן פשעטליך אויב איך וויל און פיל געטרעטענט, איך האב נאר נישט קיין סיבה דאס צו טון
איך הענג נישט אן מיין אמונה אין אט די פאפעראס.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום הקטן, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
I want atheism to be true and am made uneasy by the fact that some of the most intelligent and well-informed people I know are religious believers

Thomas Nagel
שמן למאור
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3266
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
האט שוין געלייקט: 3320 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל

שליחה דורך שמן למאור »

הקטן האט געשריבן:אויב ברעכן זיי זיך און טרינקן שוין יא איז, אימא סיפא...
וואס איז דאס נאכן זיך ברעכן און טריקען Men... thirst after water

------

Indeed, gates, columns and walls are burnt up,
while the hall of the palace stands firm and endures.
ברד ??? וואס זאגסטו? :shock:

קיקט עפעס נישט אויס וואו קיין מליצה,
שטימט נישט מיט סתם עקאנעמי דיזסעטער אדער עפעס אן עבדים ריוואלט

איך קען אויך מאכן פשעטליך אויב איך וויל און פיל געטרעטענט, איך האב נאר נישט קיין סיבה דאס צו טון
איך הענג נישט אן מיין אמונה אין אט די פאפעראס.
ווי די סדר פון פאעטישע שרייבווערק גייט, איז נישט אלעס ממש אויף א כראנאלאגישן סדר, די חלק אז די מענטשן דארשטן, קען מיינען ביז זיי ברעכן זיך און טרינקן בלית ברירה. אדער כלך לדרך זו... טייל האבן זיך שוין געבראכן און טרינקן און טייל האבן זיך נאכנישט געברענגט דערצו און זיי דארשטן נאך.

זאגסט ברד... ער דעמאנט עס נישט... ער זאגט בלויז אז ס'ברענגט א פייער. די חברה האבן אינטערגעצינדן פייערן. אויב וואלט עס געווען פון א מאדנע 'פייער האגל' וואלט ער עס געדארפט דערמאנען...
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד

I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-

אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
הקטן
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3315
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 15, 2012 7:30 pm
האט שוין געלייקט: 2006 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1413 מאל

שליחה דורך הקטן »

Indeed, crocodiles [are glutted] with the fish they have taken, for men go to them of their own accord;
דיין רבי האט אויך געזאגט דאס צפרדע איז געווען crocodiles?
משל אויף...?

[are glutted]
to fill with food to the point of discomfort : stuff. : to flood with more goods than are needed. the market was glutted with fruit. glut.
וועבסטערס

פארוואס זאלן די קראקעדיילס עסען מער וואו זיי דארפן...
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום הקטן, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
I want atheism to be true and am made uneasy by the fact that some of the most intelligent and well-informed people I know are religious believers

Thomas Nagel
שמן למאור
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3266
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
האט שוין געלייקט: 3320 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל

שליחה דורך שמן למאור »

הקטן האט געשריבן:
Indeed, crocodiles [are glutted] with the fish they have taken, for men go to them of their own accord;
דיין רבי האט אויך געזאגט דאס צפרדע איז געווען crocodiles?
משל אויף...?

[are glutted]
to fill with food to the point of discomfort : stuff. : to flood with more goods than are needed. the market was glutted with fruit. glut.
וועבסטערס

פארוואס זאלן די קראקעדיילס עסען מער וואו זיי דארפן...
די קראקאדילן האבן זיך אנגעגעסן מיט די פלייץ פון מענטשליכע קערפערס וואס זענען אויפאמאל אנגעקומען אין די טייך.

עס זענען טאקע דא מדרשים אז קראקאדילן זענען אויך געקומען ביים מכות צפרדע, אבער דער עיקר איז דאך געווען פרעש... דאס לאזט די שרייבער ווידער אויס... אודך העיקר חסר מן הספר.
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד

I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-

אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
סקעפטיקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1202
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 19, 2022 2:57 pm
האט שוין געלייקט: 4853 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1695 מאל

שליחה דורך סקעפטיקער »

שמואל פוקס אויף די איפוור פאפירוס
https://cloudfront.yiddish24.com/KM5211 ... 557919.mp3
שמן למאור
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3266
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
האט שוין געלייקט: 3320 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל

שליחה דורך שמן למאור »

מהלכים אין די סיפור יציאות מצרים
https://assets-global.website-files.com ... 202022.pdf
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד

I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-

אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
הקטן
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3315
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 15, 2012 7:30 pm
האט שוין געלייקט: 2006 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1413 מאל

שליחה דורך הקטן »

שמן למאור האט געשריבן: עס זענען טאקע דא מדרשים אז קראקאדילן זענען אויך געקומען ביים מכות צפרדע, אבער דער עיקר איז דאך געווען פרעש... דאס לאזט די שרייבער ווידער אויס... אודך העיקר חסר מן הספר.
WRONG

רבנו סעדיה גאון טייטש אין תהילים "וצפרדע" = "תמאסיחה", תמסח איז א קרוקודיל!
אזוי ברענגט אויך די אברבנאל פין רבנו חננאל

מדרש רבה (פיסקה י') זאגט אויך דאס זיי האבן געגעסן מענטשן...
I want atheism to be true and am made uneasy by the fact that some of the most intelligent and well-informed people I know are religious believers

Thomas Nagel
סקעפטיקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1202
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 19, 2022 2:57 pm
האט שוין געלייקט: 4853 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1695 מאל

שליחה דורך סקעפטיקער »

הקטן האט געשריבן: WRONG

רבנו סעדיה גאון טייטש אין תהילים "וצפרדע" = "תמאסיחה", תמסח איז א קרוקודיל!
אזוי ברענגט אויך די אברבנאל פין רבנו חננאל

מדרש רבה (פיסקה י') זאגט אויך דאס זיי האבן געגעסן מענטשן...
https://www.kaveshtiebel.com/viewtopic. ... 36#p516036
סקעפטיקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1202
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 19, 2022 2:57 pm
האט שוין געלייקט: 4853 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1695 מאל

שליחה דורך סקעפטיקער »

סקעפטיקער האט געשריבן:שמואל פוקס אויף די איפוור פאפירוס
https://cloudfront.yiddish24.com/KM5211 ... 557919.mp3
נאך פון אים, ער ליינט פאר די גאנצע פאפירוס אין אידיש
https://cloudfront.yiddish24.com/KM5211 ... 557812.mp3
סקעפטיקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1202
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 19, 2022 2:57 pm
האט שוין געלייקט: 4853 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1695 מאל

שליחה דורך סקעפטיקער »

איבער די קמיע אין הר עיבל
https://www.youtube.com/watch?v=xA0575FFfHI
סקעפטיקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1202
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 19, 2022 2:57 pm
האט שוין געלייקט: 4853 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1695 מאל

שליחה דורך סקעפטיקער »

סקעפטיקער האט געשריבן:איבער די קמיע אין הר עיבל
https://www.youtube.com/watch?v=xA0575FFfHI
נאך איבער דעם
https://www.youtube.com/watch?v=SBmuNw59AOg

https://www.youtube.com/watch?v=zCGP9WlHiVM
https://www.youtube.com/watch?v=7p0DuyQ9Syg

בקיצור, די עקספערטן זענען נישט קאנווינסד
צומישט און צוחישט
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 259
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 27, 2023 11:03 pm
האט שוין געלייקט: 194 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 307 מאל

שליחה דורך צומישט און צוחישט »

Nanach האט געשריבן:איך זיך א דענקער וואס זאל מיר קענען ענטפערן קשיות אין אמונה
נישט קיין היימישע (בושה) אבער גענוג היימיש ער זאל פארשטיין פון ווי איך קום
א געדאנק ווי הרב זאקס ע”ה וואס לעבן און מען קען אנקומען צו אים
יעצט מוצ"ש האט זיך ג'עפנט אויף אייוועלט א אשכול איבער דעים.
ס'קיוט ווי די עולם שיסט דארט נעמען רעכט'ס און לינק'ס..
שמן למאור
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3266
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
האט שוין געלייקט: 3320 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל

שליחה דורך שמן למאור »

צומישט און צוחישט האט געשריבן:
Nanach האט געשריבן:איך זיך א דענקער וואס זאל מיר קענען ענטפערן קשיות אין אמונה
נישט קיין היימישע (בושה) אבער גענוג היימיש ער זאל פארשטיין פון ווי איך קום
א געדאנק ווי הרב זאקס ע”ה וואס לעבן און מען קען אנקומען צו אים
יעצט מוצ"ש האט זיך ג'עפנט אויף אייוועלט א אשכול איבער דעים.
ס'קיוט ווי די עולם שיסט דארט נעמען רעכט'ס און לינק'ס..
https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?t=63165
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד

I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-

אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
סיסטעם
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 79
זיך רעגיסטרירט: זונטאג פעברואר 19, 2023 10:19 am
האט שוין געלייקט: 47 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 66 מאל

שליחה דורך סיסטעם »

איך וואלט זייער געוואלט וויסן תשובה אויב איינער האט
יעדער ווייסט אז אין רמב"ם שטייט אז די באשעפער האט באשאפן די וועלדט כדי להטיב אם בריאותיו
איז האב איך געטראכט צו מיך אז איך זעה נישט אז סדא א ערענסטע טשאנס זיך ארויסצודרייען פון גהינם
אמת אז די תשובה איז אז אינו דומה צו באקומען שכר פארן ארבעטן פאר דעם
אבער נאכאלץ וויאזוי קען זיין אז רובו ככולו פון דער וועלט וועט באקומען עונשים וועגן געציילטע מענטשן, דעס מיינט להיטב אם בריאותיו?
ממילא ווען עס וואלט געוועהן 50 50 וואלט מען געקענט זאגן אז עס לוינט אפשר אז 50 פראצענט זאל באקומען עונש כדי ווער עס איז בוחר אין גוטס זאל באקומען שכר, און יעדער איינער האט פאר זיך א 50 פראצענט טשאנס ממילא ווער עס באקומען גהינם איז זיך אליינס שילדיג, אבער וויאזוי קען זיין אז די טוב והמיטב זאל אויפשטעלן די וועלט אז כמעט קיינער זאל זיך נישט קענען ארויסדרייען פון גהינם.
און נישט נאר דאס נאר רוב וועלט האט ניטאמאל די טשאנס צו קענען די באשעפער למשל אין צפון קריאע איז בכלל איינעם גענומען אויפן געדענק אז אפשר איז דא א בשעפער?
אבער אפילו ביי אונז איז די תורה אויסגעשטעלט אין מיין קליינער אויגן אויף א אויפן אז כמעט קיינער זאל זיך נישט קענען ארויסדרייען פון גהינם.
איך בעט זייער אז מען זאל ענטפערן אויף א אופן פון נישט אוועקמאכן וואס איך גלייב ביז יעצט איבער שכר ועונש.
פארשפארט