שמן למאור האט געשריבן:קאסא גראנדע האט געשריבן:שמן למאור האט געשריבן:קאסא גראנדע האט געשריבן:
הסברים קען זיין א סאך. אבער טראכט אליין אריין וויאזוי א פאלטישן שרייבט. ער רעדט נאר פון וואס די עולם וואס ער רעפרעזענטירט אדער די אזשענדע וואס ער וויל. און אפשר גאר האט די רעגירונג נישט געלאזט זאגן אלעס און מען האט געמוזט וואטשן וויאזוי מען שרייבט סוף כל סוף רעדט מען דאך נישט פון א דעמאקראטישע תקופה אדרבה מען רעדט פון א מלך וואס איז גאט כביכול. אויב מיינסטו אז סטאלין איז געווען א דיקטאטור און מען האט געדארפט וואטשן וויאזוי מען האט געשריבן זאכן. גיי צוריק אין היסטאריע וועסטו שוין זעהן אז סטאלין איז אפשר געווען א צדיק.
דו האסט א הוא אמינה אז מען קען זיך פארלאזן אויף זייערע ווערטער געשריבן פינקטליך אלץ תורה מן השמים איז עס אפשר געווען אין אמעריקא? (אויב אין אמעריקא קען מען יא אננעמען יעדע ארטיקל מיט א תמימות)
דיין תירוץ אז דער שרייבער האט זיך דא געדארפט רעכענען מיט עפעס א צענזור איז נישט מסתבר. ער לייגט אראפ די מצב אז ס'איז עק וועלט פון אנפאנג ביזן סוף פונעם בריוו. עס זעט אויס ווי ער וויל דווקא יא ארויסברענגען די ריכטיגע מצב מיט אלע קאלירן. על צד מען נעמט אן אז דאס וואס ער שרייבט אז די וואסער איז געווארן בלוט מיינט כפשוטו און ס'איז נישט בלויז א מליצה (וואס דאס וויל מען דאך אננעמען אויב וויל מען עס ניצן פאר א פרוף) דאן וואס איז די סברה אז אזא מכה זאל מען אים יא לאזן שרייבן אבער ווען עס קומט צו צפרדע... דא שוין נישט...!!! איז דען מכת דם בעסער ווי ערוב... אז דאס זאל ער יא מעגן שרייבן און דאס נישט? כ'מיין אז ס'איז שווער אזוי צו זאגן.
אינטרעסאנט אז ער רעכנט אויס דוקא 5 מכות וועלעכע האבן געהאט די שווערסטע פינאעציעלע אפעקט און געברענגט די מערסטע הונגער און דארשט. דאס זענען דם.דבר. ברד. ארבה. און חושך. און צו דעם לייגט ער צו אז די קנעכט גייען מיט טייערע צירונג. וואס דאס ברענגט ארויס די מהפיכה, ווייל אויב דו קוקסט אריין אין היסטאריע פון קנעכט. א קנעכט האט נישט געטארט גיין מיט קיין זשולערי. און דא פלוצים איז געווארן א מהפיכה וואס ווייזט אז די מצרי מיטשעט זיך און די קנעכט איז גאר געווארן דער עושר וואס זייערע פרויען דרייען זיך ארום מיט צירונג. (וואס איז לכאורה טאקע געקומען פון נאטירליכע דיזעסטער? איינער קען אפשר מסביר זיין וועלעכע נעטוראל דיזעסטער מאכט די סיטיזענס ארים און די סלעיווס רייך?) וואס איז געקומען ווי חז"ל זאגן אז ביי מכת דם האבן אידן פארקויפט וואסער פאר אזעלעכע פרייזן אז מצרים איז געווארן ארים.
עס איז וויכטיג צו פארשטיין אז שרייבן איז נישט געווען א זאך וואס יעדער איינער האט געקענט אזוי ווי היינט. עס איז געווען ספעציעלע שרייבער וואס זענען געניצט געווארן נאר פאר מלוכה עניינים אדער די חרטומים וואס פלעגן זיך געווענטליך דרייען ארום די מלוכה.
יעצט. דער שרייבער פון דעם בריוו האט געמוזט זיין ערגעץ ארום די פאלאץ און דאס איז געווען א בריוו מיט א געוויסע ציהל ער האט עס נישט געשריבן (צו דיר אדער צו מיר) צו זיין קאזין אין כוש אדער צו זיין מאמע אין אנדערע עק לאנד... סאו זאג די מיר ביטע וואס איז געווען די ציהל פון די פאפירוס? און פארוואס זאל ער אויסרעכענען אלעס. איינער אין פרעה'ס פאלאץ ווייסט דען נישט אז עס זענען אויך געווען נאך מכות? נאר זיין צ'יל איז זיכער געווען עקאנאמיע. עסן. טרינקן. די פיוטשער פון דאס לאנד. (פרעה האט דאך געהאלטן אין איין זאגן אז ער גייט שוין קעיר נעמען פון די עברים און פון דעם משה ואהרן) און די מצריים האבן געשריגן (געשריבן) הטרם תדע כי אבדה הארץ. עס שטייט נישט אין פסוק אז זיי האבן אויסגערעכנט פאר פרעה אז עס איז געווען כינים מיט ערוב אדער א צפרדע. נאר אז אונז האבן אלעס פארלוירן.
אדרבה, איך זעה אין די בריוו א שטארקע צושטעל צו די פסוקים.
דו האסט א אנדערע סיבה פארוואס ער האט געשריבן דעם פאפירוס און פארוואס ער וואלט געדארפט שרייבן אלעס?
נעם אין אכט עס איז נאך זיכער געווען פאר מכת בכורות. אפשר גאר האט ער עס געשריבן פסח ביינאכט פאר חצות און היות ער איז געווען א בכור איז ער געשטארבן אינמיטן שרייבן הארט איידערן קענען אפשרייבן די איבעריגע 4 מכות
קודם כל, צו זאגן אז ער רעכנט אויס 5 מכות איז א פשוטע ספין, חוץ פון דם און חושך רעכנט ער גארנישט אויס. מען קען דרייען און פארטייטשן אז די מאנגל אין עסן און געוואוקסן קומט פון דעם, אבער קלאר שטייט עס נישט. חוץ פון צוויי מכות רעכנט ער נישט אויס קיין אנדערע מכות אין זיין גאנצע לאנגע מגילה.
וראה זה פלה, פינקט די צוויי מכות וואס קען מיינען א מליצה פאר דיזעסטער, נאר דאס דערמאנט ער. די וואסער איז בלוט קען געהעריג מיינען אז אזוי פיל גופים זענען דארטן באגראבן געווארן (ווי ער זאגט אליין אינעם בריוו) אז ס'איז ממש געווארן בלוט, און טינקל קען פשוט מיינען א שווארצקייט, א דעפרעסטקייט. ער דערמאנט אז עס פעלט תבואה אבער די וואונדערליכע האר אויפשטעלנדע סארס פון די מכה פארציילט ער נישט... ער דערמאנט נישט קיין ווארט וועגן מאדנע מחנות פון היישעריקן אדער אז אין מצרים ווי עס רעגנט ניטאמאל איז פלוצלונג געקומען א מאדנע -שלא כדרך הטבע'דיגע- האגל, וואס דאס איז די סיבה פארוואס עס פעלט עסן... העיקר חסר מן הספר.
ווי געשריבן איז צירונגען אויף קנעכט נישט קיין ראיה, ווייל עס איז מעגליך אז די בייבל איז טאקע געבעיסט אויף פארשידענע געשעענישן וואס האבן באמת פארגעקומען, כאטש אין טייל. ווילסט וויסן וועלכע נאטורליכע דיזעסטערס מאכן די ארומע רייך און די רייכע ארעם? עס הייסט מלחמה... אויפשטאנד... טאקע נישט ממש נאטורליך, אבער אין היסטאריע איז דאס פארגעקומען זייער אפט. עס זענען געקומען -ווי די בריוו צייגן אן 'אריינדרינגער' פיינט פון אנדערע שטעט און חרוב געמאכט מצרים, פארברענגט די עסן זאפאסן, גע'רצח'ט מענטשן און זיי אריינגעשליידערט אין די טייך, און גע'הרג'עט די בהמות און באפרייט זייער קנעכט... און גאר געגעבן פאר די קנעכט די צירונג פון די רייכע... גארנישט עפעס אזוי אויסערארנטלעך פאר אמאליגע צייטן.
כ'מיין אז דו האסט נאר געקוקט די ווידיאו און נישט געליינט די
גאנצע בריוו, ווייל אז דו וועסט קוקן וועסטו זען אז ער איז בכלל נישט דא דווקא צו רעדן צו פינאנציעלע פראבלעמען... ער רעדט פון אלעס. דו אליין ווילסט ניצן חושך כפשוטו, דו ווילסט זאגן אז דאס וואס ער שרייבט אז ס'איז געווארן טינקל אין מצרים מיינט ממש די חושך פון די פסוק, הגם דאס איז נישט ממש עפעס וואס האט מיט פינאנציעלע זאכן. אבער אפילו דו ווילסט דווקא אריינטייטשן אז טינקל פאר א וואך שטערט כאטש די פינאנציעלע טאש פאר דעם צייט אפשניט, האט ער אבער אויסגעלאזט די עיקר חלק וואס וואלט אפגעהאלטן פראדוקציע, און דאס איז די חלק ווי מען האט זיך נישט געקענט ריקן פאר דריי טעג... דאס דערמאנט ער נישט...
אגב די זאך וואס וואלט די 'מערסטע' געשטערט די אקאנאמיע און דאס איז אז 'אלע' בהימות זענען געשטארבן ביי דבר... דאס דערמאנט ער נישט...