אין די ערשטע שורה פון מיין תגובה האב איך קאנגראטולירט די געדאנק. איך גיב קרעדיט פאר דער וואס איז אויפגעקומען דערמיט און פאר דער וואס פירט עס. איך בין נאר נישט קאנווינסט פאר וועם ס'קומט די קרעדיט, ווייל אין בעלז איז די סדר אז יעדע גוטע זאך זאגט מען ס'קומט פונעם רב. קען זיין דא איז ער טאקע ביהיינד די גאנצע זאך; קען זיין איז נישט, אבער דאס מאכט נישט אויס יעצט.סמבטיון האט געשריבן:איך זיך נישט אריינצורעדן דא, יעדער ווייסט אז איך בין א בעלזער חסיד און אטאמאטיש וועל איך פארטיידיגן מיין חסידות, אבער כהאב מיר נישט געקענט איינהאלטן נאך וואס כהאב געליינט @שמעון וואלף'ס ווערטער,
עס ווינדערט מיר באמת וויאזוי א מענטש קען זיין אזוי פאקרומט, ממש בבחינת השנאה מקלקלת את השירה, בעלזע רב איז שוואך אין אלט, און נישט געזינט, און רירט זיך קוים מיט כוחות עצומים, מיט דעם אלעם, מיט זיינע לעצטע כוחות אנשטאטס צו אוועקפארן אויף דאטשע ווי אלע דאקטורים הייסן אים און בעטן זיך ביי אים, און דערצייט וואס אלע אנדערע מנהיגים פרעגלען זיך אין מיאמי/ניו העמפשיר/חולדונא/אריזאנא/דאוואס/אוסטריה/קפריסין וכו' קעמפט ער ווי א לייב און פרובירט אלעס אויף דער וועלט צו קענען ראטעווען נאך א יודישע נשמה און נאך פארפאלענע ביימעלע, לאזט נישט נאך, ריפט אריין דעם עסקן און יענע עסקן און מיט א שטילע קול וואס מען קען קוים הערן, פאדערט ער כסדר און קומט אויף מיט נייע חידושים וויאזוי צו אויפטוהן פאר יודישקייט מער און מער, קומט אזא פרעכע יונגערמאן ווי שמעון וואלף און אן קיין בושה איז ער עס מסביר אז סע מיז זיין ער טוט עס אז מען זאל נישט פרעגן קיין שאלות אלעס זאל גלאנצן, יש לנו אב זקן, מיט נאך לשונות וואס איך ווייס נישט פון ווי דו האסט עס ארויסגעשלעפט, ווי קען מען זיין אזוי נאריש און איינזייטיג? א רבי א מנהיג ישראל צורייסט זיך פארן כלל, געב אים קרעדיט אויף וואס ער טוט, און אז סעאיז דיר שווער, האלט כאטשיק דיין מויל פארמאכט, און רייס אים נישט אראפ פארן טוהן א גיטע זאך, וואס געדענק וואס איך זאג דיר , וועט ווערן איינגעפירט אין יעדע חסידות ווי אלע צענדלגע זאכן וואס בעלזא האט געוויזן די וועג.
בסה"כ האב איך ארויסגעברענגט א צד צו זאגן אז ס'איז לאו דוקא לשם שמים. סא וואט? מיינט נישט אז ס'איז נישט קיין גוטע זאך.