דאגה בלב איש ישיחנה vs Therapy.
-
- א גאסט אין שטיבל
- הודעות: 8
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 16, 2023 3:22 pm
- האט שוין געלייקט: 4 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 5 מאל
דאגה בלב איש ישיחנה vs Therapy.
אין דעם אשכול וועט מען ארימרעדען דער אינטרשייד ,אין א סימן אויב דער Therapist טיט עפעס אויף צו טיט בלויז Life Coaching.
Sent from my SM-N975U1 using Tapatalk
Sent from my SM-N975U1 using Tapatalk
-
- א גאסט אין שטיבל
- הודעות: 8
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 16, 2023 3:22 pm
- האט שוין געלייקט: 4 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 5 מאל
Re: דאגה בלב איש ישיחנה vs Therapy.
נאר וואס באמערקט אז דער נושא בלאנגט גאר און אן אנדערע צווייג, אבער יאך ווייס ניט וויאזו דאס צו אריבער פירן.
ליבער מנהל, ביטע העלפט ארויס א נייעם חבר.
Sent from my SM-N975U1 using Tapatalk
ליבער מנהל, ביטע העלפט ארויס א נייעם חבר.
Sent from my SM-N975U1 using Tapatalk
-
- א גאסט אין שטיבל
- הודעות: 8
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 16, 2023 3:22 pm
- האט שוין געלייקט: 4 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 5 מאל
Re: דאגה בלב איש ישיחנה vs Therapy.
יישר כחכם.
דער נושא איז א וויכטיקער וויבאלד דער טעמע פון Mental Health און אלגעמיין און בפרט לגבי Therapy איז היינט צוטאג זייער נוגע, וועט דאס זיין א שטארקער תועלת צו ווערען informed.
לאמיר הערען פונעם חשובען עולם ואני הקטן וועל בל"נ צולייגען מיין ענ"ד און ערפארונג.

- דיכטער
- שריפטשטעלער
- הודעות: 288
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 13, 2023 8:50 pm
- האט שוין געלייקט: 730 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1527 מאל
Re: דאגה בלב איש ישיחנה vs Therapy.
זוצט זיך דער אנטבלאזטע, געדרוקטע און אומבאהאלפענע נשמה ביים שיין-איבערגעדעקטן טיש און פירט מיט אנגסט, זיינע פינגער ארום די שטאפענע קונסטליכע בלומען וועלכע פארמירן דעם טישטעך.
קעגן איבער איהם, זיצט זיך באקוועם, אויפן לעדערנעם בענקל, מיטן ארעם אנגעלאנט אויפן הענטל, דער מאן וועלכע ענטהאלט א לאנגע ליסטע פון קורצע און לאנגע, אומאויסשפרעכליכע טיטלען און ווארט מיט א פראפעסיאנאלן געדולד פאר א שטימע וועלכע זאל ברעכן דער שטילקייט.
פון דא און ווייטער ווערן אנדערע געבעטן מיר איבערצונעמען.
(איך שרייב עס פשוט צו סעטן דעם טאון, איך מיין בכלל נישט אוועקצומאכן קיינעם)

- הודעות: 595
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 28, 2023 6:18 am
- האט שוין געלייקט: 285 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1344 מאל
אויב איז דאס די נושא איז נישט פארהאן וואס צו רעדן, עס איז הבלים שטיות שאין בדומה להם. און פארקאנקט.
אבער הער א מעשה. אין איינע פון די היימישע גענגענטער ווי מיר חסידים ואנשי מעשי וואוינען, ווי וועד הצניעות, און וועד דאס, וועד יענץ, זענען די אַלגעמײנע בעלי בתים איבער די מוסדות וואס ווערן געניצט צו פארפליכטן די אינגעלייט פון די קהלה איז א אינגערמאן געווארן געבאסט אויף דבר ניבול וואס ער האט יא אדער נישט געטוהן.
די וועד, נאכן אים אינגאנצען פארטאכלעווען, האבן אים געשיקט צו א טעראפיסט (פארשטייט זיך זיין ווייב טאר נישט וויסן). דער אינגערמאן האט צו קיין טעראפיסט נישט געהאלטן ביים גיין, אבער בלית ברירה געמוזט מסכים זיין.
נאכ'ן אפזיצען אפאר סעשאנס ווי מען האט געקייט און געמאלן וואסער, פרעגט דער טעראפיסט, נא וואס נאך קען מען דיסקאסירן און אדורכאקערן, און פארבעסערן? דער אינגערמאן ענטפערט ב"ה גארנישט, זייער פיין, אלעס בסדר. די טעראפי איז זייער פיין געווען, פון היינט אן ווייטער בין איך אן אויסגעהיילטער, מער וועל איך שוין בעזרת ה' נישט אדורכפאלן בלא בלא. (נעמט אין אכט די טויזענטערס וואס עס רעדט אזא שפּיל. די אלע סעסיעס.)
זאגט דער טעראפיסט, עס קען דאך נישט זיין אז אויסער די אישו איז אלעס מסודר. איינער וואס האט דארט א פראבלעם מוז דאך זיין אז עס דא נאך פלעצער ווי ער איז נישט מסודר.
נע, אלעס ב"ה איז פיין, אפי' דאס איז נאר געווען אן איינמאליגער אפס. (ער איז דאך מער געצווינגען צו גיין ווי א פליכטלינג אן א ברירה).
זאגט דער טעראפיסט פארן קלייענט, איך קען פאר די ועד נישט קיין המלצה געבן אויף דיר. דו זאגסט ליגנט, דו האלסט זיך נישט ביים העלפן, עס קען נישט זיין וואס דו זאגסט.
דער טעראפיסט קען נישט פארלירן א קליענט וואס ברענגט אריין אזוי פיל געלט א וואך און איצטערט גייט ער עס פארלירן.
זיי מאכן געווענליך דעם פארלוירענעם שפירן אז אן זייער טעראפי קענען זיי קיין תרופה צו זייער מכה נישט האבן, דאס ווערט א לעבנסלענגליכע צומי פון וואס מען קען נישט לויז ווערן.
איך האב נישט קיין נערווען צו שרייבן זאכן וואס איך בין נישט אויסגעקאכט, אבער הרגשה איז א דאורייתא (ליודעי חן), זאג איך ישיחנה איז די וועג בשו"א נישט גיין צו געלט גייציגע טעראפיסטן.

הק' לייביש שרייבער
א פאקט איז א פאקט נישט קיין חילוק פון ווי עס שטאמט.
א פאקט איז א פאקט נישט קיין חילוק פון ווי עס שטאמט.
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3315
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 15, 2012 7:30 pm
- האט שוין געלייקט: 2006 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1413 מאל
ס'איז ליידער דא אסך טערעפיסטען וואס קענען נישט קיין Life Coaching און האבן דאס קיינמאל נישט געלערענט און קענען בלויז איין אדער צוויי Therapy מאדעלעטיס און לייגן א יעדעם ארויף אויף דעם סדום בעטעלצמצום האט געשריבן:אין דעם אשכול וועט מען ארימרעדען דער אינטרשייד ,אין א סימן אויב דער Therapist טיט עפעס אויף צו טיט בלויז Life Coaching.
אזוי אויך איז דא לייף-קאטשעס וואס קריכן אריין אין דעם טערעפי פעלד, און זענען נאר האלב אויסגעקאכט אין דעם, און מאכן א חרבן
I want atheism to be true and am made uneasy by the fact that some of the most intelligent and well-informed people I know are religious believers
Thomas Nagel
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 595
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 28, 2023 6:18 am
- האט שוין געלייקט: 285 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1344 מאל
עס איז דא וואס פראקטעצירן, און קענען דאס אויך נישט.הקטן האט געשריבן: ס'איז ליידער דא אסך טערעפיסטען וואס קענען נישט קיין Life Coaching און האבן דאס קיינמאל נישט געלערענט און קענען בלויז איין אדער צוויי Therapy מאדעלעטיס און לייגן א יעדעם ארויף אויף דעם סדום בעטל
אזוי אויך איז דא לייף-קאטשעס וואס קריכן אריין אין דעם טערעפי פעלד, און זענען נאר האלב אויסגעקאכט אין דעם, און מאכן א חרבן
הק' לייביש שרייבער
א פאקט איז א פאקט נישט קיין חילוק פון ווי עס שטאמט.
א פאקט איז א פאקט נישט קיין חילוק פון ווי עס שטאמט.
- וואלווי
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3762
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 11:34 am
- האט שוין געלייקט: 5604 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 5650 מאל
ער דארף גענוג קענען אז טאמער ער זעהט אז זיין מהלכ(ים) זענען נישט געאייגנט פאר דעם פאציענט, זאל ער לייגן זיין איגו אינדערזייט און רעפערן דעם פאציענט צו א צווייטעןשמעקעדיג האט געשריבן:הקטן, וויפיל סארט טעראפי'ס דארף א טעראפיסט קענען כדי נישט צו לייגן דעם קליענט אויף א סדום בעטל?
Until the spirit be poured upon us from on high
Isaiah 32:15 -
Isaiah 32:15 -
-
- א גאסט אין שטיבל
- הודעות: 8
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 16, 2023 3:22 pm
- האט שוין געלייקט: 4 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 5 מאל
לענ"ד איז א חלק פון דער פראבלעם ווי געוויסע (איך רעד שוין אפילו פון די פארלעסליכע) טערעפיסטון וועלען נאר קענען העלפען געוויסע קליענטען איז מחמת דער צוגאנג זיי וועילען אויס צו הילפען זייערע קליענטען.
געוויסע מענטשען זיינען מער טיף און וועלען ענדרעשער גהאלפען ווערען ווען זיי וועלען דערגיין דעם שורש פון וואנט זייער שוועריקייט שטאמט.
דער סארט טעראפי איז אסאך געבויט אוף פראיד און יאנג וואס טוען אדורך דער subconscious mind און זייער מקור פון trauma וכו'.
איינמאל דער מענטש אנערקענט און איז in touch מיט דעם פאנמאנאן קען ער זיך גרינגער אפשאקלען דערפון (חוץ אויב די trauma איז געשען אוף א זייער א מיאוסן אופן און ביי זייער אינגע יארען וואס דאן ווערט דאס א חלק העצם פון זיין מהות).
וויטער פאר אנדערע איז בכלל ניט קיין נפק"מ צו וויסען פון וואנט זייער פראבלעמען נעמען זיך. זיי דארפן נישט מער ווי כלים און פראקטיק וויאזוי זיך צו פארמאסקיווען דערמיט.
הכלל, בעסטע וואלט געווען פאר א מענטש זיך אליין צו קענען פאר זיי וועלען זיך אויס אן הילפער.
געוויסע מענטשען זיינען מער טיף און וועלען ענדרעשער גהאלפען ווערען ווען זיי וועלען דערגיין דעם שורש פון וואנט זייער שוועריקייט שטאמט.
דער סארט טעראפי איז אסאך געבויט אוף פראיד און יאנג וואס טוען אדורך דער subconscious mind און זייער מקור פון trauma וכו'.
איינמאל דער מענטש אנערקענט און איז in touch מיט דעם פאנמאנאן קען ער זיך גרינגער אפשאקלען דערפון (חוץ אויב די trauma איז געשען אוף א זייער א מיאוסן אופן און ביי זייער אינגע יארען וואס דאן ווערט דאס א חלק העצם פון זיין מהות).
וויטער פאר אנדערע איז בכלל ניט קיין נפק"מ צו וויסען פון וואנט זייער פראבלעמען נעמען זיך. זיי דארפן נישט מער ווי כלים און פראקטיק וויאזוי זיך צו פארמאסקיווען דערמיט.
הכלל, בעסטע וואלט געווען פאר א מענטש זיך אליין צו קענען פאר זיי וועלען זיך אויס אן הילפער.
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3315
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 15, 2012 7:30 pm
- האט שוין געלייקט: 2006 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1413 מאל
קען זיין ס'איז דא געוויסע מענטשען, איך גלייב אבער נישט ס'האט צו טון מיט מער טיף אדער ווייניגער טיףצמצום האט געשריבן:געוויסע מענטשען זיינען מער טיף און וועלען ענדרעשער גהאלפען ווערען ווען זיי וועלען דערגיין דעם שורש פון וואנט זייער שוועריקייט שטאמט.
I want atheism to be true and am made uneasy by the fact that some of the most intelligent and well-informed people I know are religious believers
Thomas Nagel
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 79
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 02, 2022 10:28 pm
- האט שוין געלייקט: 74 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 60 מאל
די סיבה פארוואס דאס ענין פון ישיחנה לאחרים איז פארגעסן געווארן, ווייל יעדער גייט היינט אנגעטהון מיט א מאסקע ווי כאילו ביי מיר געשעט נישט די אלע פראבלעמען, מ'איז נישט אמת'דיג, מ׳דארף זיך אנגארטלען מיט אביסל שפלות וועט זיך יעדער פילן באקוועם וזהו תיקון השלם.מילך טראק האט געשריבן:א נייע ארגאניזאציע ישיחנה לאחרים?
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 324
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך סעפטעמבער 21, 2016 10:42 pm
- געפינט זיך: אין די הייסטע פלאץ אין גיהינום
- האט שוין געלייקט: 221 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 319 מאל
אזוי ווי @הקטן. יעדער וואלט ענדערש בענעפירט פון קאוטשינג ווי איידער די אלגעמיינע טערעפי מעטאדן ווי cbt וואס איז נאר א באנדאזש ווי איידער ארבעטן אויפן שורש. קאוטשינג ביי היימישע טעראפיסטן איז היבש פאפולער און פארקויפט זיך זייער גוט. די לעצטיגע אויפשטייג אין breathwork און סייקעדעליקס ביים היימישן ציבור איז זיי צו פארדאנקען.הקטן האט געשריבן:קען זיין ס'איז דא געוויסע מענטשען, איך גלייב אבער נישט ס'האט צו טון מיט מער טיף אדער ווייניגער טיףצמצום האט געשריבן:געוויסע מענטשען זיינען מער טיף און וועלען ענדרעשער גהאלפען ווערען ווען זיי וועלען דערגיין דעם שורש פון וואנט זייער שוועריקייט שטאמט.
לא באתי לנצח (שולי)
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 595
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 28, 2023 6:18 am
- האט שוין געלייקט: 285 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1344 מאל
וואָס איז נישט אייגענס, לאז איך דעם מחבר שרייבן. שרייבט ער עס נישט קען דער מחבר פארלירן זיין רעכט אויף די רעכטן דערפון.צקון לחש האט געשריבן:לייביששרייבער האט געשריבן:הרגשה איז א דאורייתא
אייגנס, אדער באקאנט?
ווי ווייט איך ווייס איז עס אייגענס. אדרבה אויב ווייסט ווער אז עס באלאנגט פאר איינעם, וועל איך עס איך זייער גערן צוריקגעבן. איך האב ב"ה אייגענס וואס איך קען ניצן.
הק' לייביש שרייבער
א פאקט איז א פאקט נישט קיין חילוק פון ווי עס שטאמט.
א פאקט איז א פאקט נישט קיין חילוק פון ווי עס שטאמט.
-
- א גאסט אין שטיבל
- הודעות: 8
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 16, 2023 3:22 pm
- האט שוין געלייקט: 4 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 5 מאל
נאך מער, אמאל בכוונה תחילה און מער אפט אומוויסנדיג, טוט א מענטש זיך פארשטעקן און פארהוילן פון זיך אליין גאר.רוחין חדתין האט געשריבן:די סיבה פארוואס דאס ענין פון ישיחנה לאחרים איז פארגעסן געווארן, ווייל יעדער גייט היינט אנגעטהון מיט א מאסקע ווי כאילו ביי מיר געשעט נישט די אלע פראבלעמען, מ'איז נישט אמת'דיג, מ׳דארף זיך אנגארטלען מיט אביסל שפלות וועט זיך יעדער פילן באקוועם וזהו תיקון השלם.מילך טראק האט געשריבן:א נייע ארגאניזאציע ישיחנה לאחרים?
באופן כללי איז דאס איז בעצם א ווייטליכע מהלך און קען פארגרעסערען די פראבלעמען.
דאקעגען, פאר גאר אסאך איז דאס גאר א ישועה (נישט קיין גאולה) ווי מען זאגט Ignorance is bliss.
איך וואלט געוואלט וויסן צו דער מענטש וואס לעבט אויפן צווייטן מהלך, ווען עס קומט צו אידישקייט און צו עבודת השם, קען אין דער זעלבע צייט אנטוויקלען א נאנשאפט צום אייבערשטען? זיין גאנצער ריאליטייט איז דאך איין שטיק לופט.
ואדאתינן להכי, קען זיין דאס קלאפט אויס אנדערש בדרך מוסר ווי דרך החסידות.
לדוגמה, ר' מילך בידרמן חיזוק איז לכאורה אסאך מער צוגעפאסט פאר דער וואס לעבט מיטן מוטו פון "what you don't know can't hurt you"
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 79
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 02, 2022 10:28 pm
- האט שוין געלייקט: 74 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 60 מאל
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 79
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 02, 2022 10:28 pm
- האט שוין געלייקט: 74 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 60 מאל
זאגט דאך שוין שלמה המלך יוסיף דעת יוסיף מכאוב, און ווי געזאגט אין יודיש די אמת טוט וויי, האט אבער די קאצקער צוריק גע'טענה'ט אז דאך בעהט מען תיכף בתחילת התפלה אתה חונן לאדם דעת ווייל שוטה אסור לרחם עליו, איי וואס טוט מען מיטן ווייטאג, האט דער בית אברהם פון סלונים (קאצק דליטא) געזאגט אז ס'גייט פארקערט אויך, יוסיף מכאוב יוסיף דעת וגלגל החוזר.לדוגמה, ר' מילך בידרמן חיזוק איז לכאורה אסאך מער צוגעפאסט פאר דער וואס לעבט מיטן מוטו פון "what you don't know can't hurt you
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 808
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 12, 2020 11:17 pm
- געפינט זיך: אויפן וועג צום קאווע שטיבל
- האט שוין געלייקט: 448 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 640 מאל
סתם צו ארויסרעדן פאר א חבר? וואס טוט זיך אויב איך האב נישט קיין נאנטע חבר?רוחין חדתין האט געשריבן:די סיבה פארוואס דאס ענין פון ישיחנה לאחרים איז פארגעסן געווארן, ווייל יעדער גייט היינט אנגעטהון מיט א מאסקע ווי כאילו ביי מיר געשעט נישט די אלע פראבלעמען, מ'איז נישט אמת'דיג, מ׳דארף זיך אנגארטלען מיט אביסל שפלות וועט זיך יעדער פילן באקוועם וזהו תיקון השלם.מילך טראק האט געשריבן:א נייע ארגאניזאציע ישיחנה לאחרים?
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 79
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 02, 2022 10:28 pm
- האט שוין געלייקט: 74 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 60 מאל
אביסל אויסקלארן. דאס וואס די קאצקער האט אזוי געפייערט פארן דעת פאר יעדער פרייז איז נישט געווען צוליב זיין אהבת החכמה, נאר ענדערש צוליב זיין רדיפה הבלתי מתפשרת אחר האמת, וואס דאס בא קומט נאר מיט שכל, נקוט כלל זה בידך מער שכל מער אמת, מער טיפשות מער שקר. חוץ גאר א ריינע נפש וואס איז שווער צו טרעפן,רוחין חדתין האט געשריבן:זאגט דאך שוין שלמה המלך יוסיף דעת יוסיף מכאוב, און ווי געזאגט אין יודיש די אמת טוט וויי, האט אבער די קאצקער צוריק גע'טענה'ט אז דאך בעהט מען תיכף בתחילת התפלה אתה חונן לאדם דעת ווייל שוטה אסור לרחם עליו, איי וואס טוט מען מיטן ווייטאג, האט דער בית אברהם פון סלונים (קאצק דליטא) געזאגט אז ס'גייט פארקערט אויך, יוסיף מכאוב יוסיף דעת וגלגל החוזר.לדוגמה, ר' מילך בידרמן חיזוק איז לכאורה אסאך מער צוגעפאסט פאר דער וואס לעבט מיטן מוטו פון "what you don't know can't hurt you