כִּי יִמָּצֵא חָלָל...
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 551
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2020 8:08 pm
- האט שוין געלייקט: 725 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2126 מאל
כִּי יִמָּצֵא חָלָל...
די אויגן דורכגעווייקט
דאס הארץ א שטיק בלוט
א יונג ביימל אוועקגעלייגט
אזא ביטערער אפשניט
צעשאסענע משפחה
און ארומיגע פריינט
א ניי-געבארן עופ'לע
קוים אויפגעשיינט
---
שטייט א הויכער בניין
קאלט, פון צעמענט
א קנין נאך א קנין
צווישן אירע ווענט
א נשמה גייט לטמיון
אזוי טראגיש אנגעווענדט
ניטאמאל קיין מנין
ביים שרעקליכן מאמענט
פאר'ן חומר הענין
אן אנטבלויזטע מאנומענט
---
וויפיל אומגעהויערע פיין
טרערן, שווייס און בלוט
וויפיל דארף מען דורכגיין
צו נעמען אזא שריט
א פיינפולע נשמה
אינגאנצן אויסגעלייטערט
זיכער טרעפן א נחמה
גן-עדן אויסגעברייטערט
---
לאמיר זיך נעמען צו פראבלעמען
מיט פארשטענדעניש געוואויגן
מער נישט הייבן קיין ברעמען
און מער נישט פארמאכן די אויגן
העלפן יענעם אין זיין דורכגאנג
אנערקענען זיין שווערן דראנג
נאר אביסל מער קאפ צו לייגן
פארמיידן א צווייטן זיך צו בייגן
-----
כִּי יִמָּצֵא חָלָל בָּאֲדָמָה ... נֹפֵל בַּשָּׂדֶה, לֹא נוֹדַע מָּה הִכָּהוּ. וְיָצְאוּ זְקֵנֶיךָ וְשֹׁפְטֶיךָ ... וְכֹל זִקְנֵי הָעִיר הַהִוא הַקְּרֹבִים אֶל הֶחָלָל ... וְעָנוּ וְאָמְרוּ יָדֵינוּ לֹא שָׁפְכוּ אֶת הַדָּם הַזֶּה וְעֵינֵינוּ לֹא רָאוּ.

- מאנשי שלומינו
- הודעות: 76
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 16, 2020 1:06 pm
- האט שוין געלייקט: 198 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 61 מאל
- יואליש
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2681
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 22, 2012 7:36 pm
- האט שוין געלייקט: 1390 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4310 מאל
דאס בייגן און לייגן איז בעסטע באנוץ פון א קולטורליכע רעפרענס וועלכע, איראניש, איז געווענליך געניצט מיט א קאלטקייט און וואונטש פאר טויט.געזונטערהייט האט געשריבן: נאר אביסל מער קאפ צו לייגן
פארמיידן א צווייטן זיך צו בייגן
די הומעניסטישע סטאנזא איז:
מער נישט הייבן קיין ברעמען
און מער נישט פארמאכן די אויגן
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 627
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 29, 2020 4:44 pm
- האט שוין געלייקט: 487 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 595 מאל
-
- א גאסט אין שטיבל
- הודעות: 24
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יאנואר 17, 2023 12:54 am
- האט שוין געלייקט: 16 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 42 מאל
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 282
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 12, 2019 12:01 am
- האט שוין געלייקט: 1053 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 724 מאל
עיני עיני ירדה מים! צר לי עליך אחי, מען קען פון זינען אראפגיין.
און ס׳איז שאַ שטיל, האמער, ווען עס געלונגט נישט, רעדט מען דאך נישט, ציוואס סתם מישען א קאשע? ווידער אז ס׳געלונגט רעדט מען ווייטער נישט, פארוואס סתם וויי טון די משפחה? איז מען שטיל, אלעס איז פיין, עולם כמנהגו נוהג, מ׳פּאַפּט קינדער ווי אין מצרים, סטאנדארטען ווי די נגידים אין מארטא׳ס וויינגארטען, און די לחץ איז אומדערטרעגליך, די הקרבה איז אין לשער, עולות תמימות אויפן מזבח פון אונזער פארק-קטע קולטור, דער באשעפער דארט אויבן זאל זיך מרחם זיין אויב ער קען, אריינשיקען אן אור פאר אונז אלע, אונז אויסלייזען פונם גלות קיין וואו מיר האבן זיך אליינס פארטריבען, במסתרים תבכה נפשי, קיין עצות האב איך נישט, אבער אפשר איז שוין צייט אז סורווייווערס זאלן ארויסקומען פון די קלאזעט, רעדן מער און שיינען א ליכט אויף א נושא וואס מיר באגראבען סתם אזוי אן קיין פארשטענדליכע סיבה.

- הודעות: 533
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 29, 2022 10:46 pm
- האט שוין געלייקט: 946 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1074 מאל
איך געדענק אז א שטיק צייט צוריק איז געווען א מענטאל העלט אויפוואכונג דורך ביקור חולים פון קרית יואל, און עס האט נאכגעפאלגט מיט א דערעפענונג פון א קריזיס ליין וואס שטעלט זיך אהער אלץ א ליין וואס איז גרייט 24 שעה א טאג ארויסצוהעלפן אידן ווען עס איז באו מים עד נפש. איז דאס געווען עפעקטיוו? גייט עס נאך אן היינט? ווערט עס אנגעפירט דורך בעלי דעת? העלפן זיי אז מען זאל נישט צוקומען צו אזא מצב?
דאס אליינס אז איך קען פרעגן די אלע קשיות ווייזט אז מען קען און מען דארף טון סאך מער. אנשטאטס אדער ווען מען ענדיגט וויינען דארף מען אויפקומען מיט סעלושענס אויף ווייטער.
דאס אליינס אז איך קען פרעגן די אלע קשיות ווייזט אז מען קען און מען דארף טון סאך מער. אנשטאטס אדער ווען מען ענדיגט וויינען דארף מען אויפקומען מיט סעלושענס אויף ווייטער.
וואס דער באשעפער קען ווייס איך נישט, עיין בהאשכול ”א נחמה פאר א צובראכענע אבל.” די שאלה איז מער וואס קענען מיר טון? וואס איז טאקע די סעלושען? דאס אז מען בלייבט וויינען איז נאך באלד ערגער ווי די צרה אליינס. איך בין נישט קיין עקספערט אין די נושא. איך שטעל מיר פאר אז עס איז זיכער דא אויסגעארבייטע מהלכים אין די סעקולארע וועלט וואס אונז דארף מיר אדאפטירן ווי שנעלער. ואתה תבער הדם הנקי מקרבך כי תעשה הישר בעיני ה’.מונטסורי האט געשריבן:עיני עיני ירדה מים! צר לי עליך אחי, מען קען פון זינען אראפגיין.
און ס׳איז שאַ שטיל, האמער, ווען עס געלונגט נישט, רעדט מען דאך נישט, ציוואס סתם מישען א קאשע? ווידער אז ס׳געלונגט רעדט מען ווייטער נישט, פארוואס סתם וויי טון די משפחה? איז מען שטיל, אלעס איז פיין, עולם כמנהגו נוהג, מ׳פּאַפּט קינדער ווי אין מצרים, סטאנדארטען ווי די נגידים אין מארטא׳ס וויינגארטען, און די לחץ איז אומדערטרעגליך, די הקרבה איז אין לשער, עולות תמימות אויפן מזבח פון אונזער פארק-קטע קולטור, דער באשעפער דארט אויבן זאל זיך מרחם זיין אויב ער קען, אריינשיקען אן אור פאר אונז אלע, אונז אויסלייזען פונם גלות קיין וואו מיר האבן זיך אליינס פארטריבען, במסתרים תבכה נפשי, קיין עצות האב איך נישט, אבער אפשר איז שוין צייט אז סורווייווערס זאלן ארויסקומען פון די קלאזעט, רעדן מער און שיינען א ליכט אויף א נושא וואס מיר באגראבען סתם אזוי אן קיין פארשטענדליכע סיבה.
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 79
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג פעברואר 19, 2023 9:41 pm
- האט שוין געלייקט: 92 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 108 מאל
Re: כִּי יִמָּצֵא חָלָל...
ליידער נישטא קיין שום פלאץ ווי זיך צו ווענדן, און אפילו לאחר המעשה דערשטיקט מען עס אז די יונגווארג זאלן נישט וויסן, גיי ווייס וואס מען טוט אויף דערמיט..
Sent from my iPhone using Tapatalk
Sent from my iPhone using Tapatalk
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 79
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 02, 2022 10:28 pm
- האט שוין געלייקט: 74 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 60 מאל
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 189
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג פעברואר 19, 2023 4:22 am
- האט שוין געלייקט: 92 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 183 מאל
ווייל די שפרינגעריי איז נישט פאר שוואוילטאג, ס'בערך ווי ווען איינער וואלגערט זיך פאר יסורים און איינער וועט זאגן לאז עם זיך וואלגערן פאר יסורים, אין די היינטיגע פרייע וועלט איז יעדער בארעכטיגט פאר אלעס, לאז דעם וואלגערער זיך וואלגערן.עמינדב האט געשריבן:אין היינטיגע פרייע וועלט וואו יעדער איז בארעכטיגט צו אלעס. פארוואס זאל מען נישט לאזן א שפרינגער שפרינגען?
זיי בעסער מזביר פארוואס זאל מען צווינגען צו לעבן. ער/זי איז נימס געווארן די זאך און גענוג געהאט. פארוואס נישט לאזן גיין?מן הסתם האט געשריבן:ווייל די שפרינגעריי איז נישט פאר שוואוילטאג, ס'בערך ווי ווען איינער וואלגערט זיך פאר יסורים און איינער וועט זאגן לאז עם זיך וואלגערן פאר יסורים, אין די היינטיגע פרייע וועלט איז יעדער בארעכטיגט פאר אלעס, לאז דעם וואלגערער זיך וואלגערן.עמינדב האט געשריבן:אין היינטיגע פרייע וועלט וואו יעדער איז בארעכטיגט צו אלעס. פארוואס זאל מען נישט לאזן א שפרינגער שפרינגען?
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 79
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 02, 2022 10:28 pm
- האט שוין געלייקט: 74 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 60 מאל
- שעפטאל
- שריפטשטעלער
- הודעות: 889
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 19, 2023 6:40 pm
- געפינט זיך: אין די גרויסע דשונגל
- האט שוין געלייקט: 7215 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2418 מאל
@תוהו ובוהו: אייזענע מעסעדש!!!! ווער ווייסט וואס ליגט באגראבן אונטער א פאלשע שמייכל!תוהו ובוהו האט געשריבן: לאמיר זיך נעמען צו פראבלעמען
מיט פארשטענדעניש געוואויגן
מער נישט הייבן קיין ברעמען
און מער נישט פארמאכן די אויגן
העלפן יענעם אין זיין דורכגאנג
אנערקענען זיין שווערן דראנג
נאר אביסל מער קאפ צו לייגן
פארמיידן א צווייטן זיך צו בייגן
ר' ישעי'לע האט געראטעוועט א איד פון סאוסייד סתם פון ליבליך אדורך שמועסן יעדע סאוסייד אפציע. אירע מעלות און חסרונות.
ליבשאפט געבט לעבן. או חברותא או מ.
- שמעון וואלף
- חבר ותיק
- הודעות: 3547
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 1:33 pm
- געפינט זיך: אין דרום
- האט שוין געלייקט: 5476 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3921 מאל
מ'דארף טון דאס, מ'דארף טון יענץ. יא, די וועלכע האבן זיך זעלבסט באקרוינט אלץ די פארזארגער פאר'ן דור, ארויסקומען מיט קול קורא'ס יעדע שמי וחמישי און באצווינגן אנדערע זיך צוצושטעלן צו זייערע שוגענעס, זענען איצט מכובד צו אדרעסירן די פראבלעם און אויפקומען מיט א לעזונג. אבער כמובן, איז נישטא וואס צו ערווארטן ווייל פאר אזוינע מינדערוויכטיגע זאכן האבן זיי נישט קיין צייט.
בלייבט איבער פאר אונז פשוטע קאווע שטיבל ניקים צו טון מה שביכולתנו. אבער וואס קענען מיר שוין טון? מיר קאנטראלירן דאך נישט די היימישע אויסגאבעס. מיר האבן נישט מוסדות דורך וואס מ'קען צאמריפן אן עולם, איש בעל (פינג @berlbalaguleh) יעדר, פאר א וויכטיגע אסיפה. מיר קענען נישט טערעראזירן רבנים צו אינטערשרייבן א קול קורא.
נאר וואס יא?
יעדער פון אונז וואס קומט אין בארירונג מיט אנדערע מענטשן, זאל דאס זיין ביי די ארבעט, אין שול, ביי א שמחה אדער סתם אויף די גאס, זיי מקיים דעם הוי מקבל את כל אדם בסבר פנים יפות. א גוט ווארט, א קאמפלימענט, אדער סתם א שמייכל. מענטשן כאפן נישט ווי סאך דאס קען מיינען פאר א מענטש אז מ'גיבט אים א גריס, אפילו א נערישקייט: ווייסט מיין טאכטער פון קינדערגארטן גייט אין דיין טאכטער'ס קלאס און זי הערט נישט אויף צו רעדן פון איר. אדער: איך האב געזעהן דיין בחור'ל און ער מאכט א גוטע אימפרעשאן. און אזוי אויך מיט אנדערע זאכן. איינער איז נישט געקומען פרייטאג צונאכטס אין שול, פרעג אים ווי ער איז געווען, גיב אים די געפיל אז ער איז א מענטש וואס מאכט אויס און מ'באמערקט אז ער פעלט.
אזויפיל מענטשן דרייען זיך ארום מיט א יאוש געפיל אז איך בין א נאבאדי מיט קיין שום האפענונג אויף די פיוטשער און מ'קען נישט וויסן וואס א גוט ווארט קען אמאל אויסמאכן. דאס קאסט נישט קיין געלט און מיטאמאל קיין סאך עפארד. מיט ארויסווייזן אנערקענונג פאר אנדערע מענטשן ווערט מען גארנישט ווייניגער. קארגטס נישט קיין גוטע ווערטער פאר א צווייטן.

אמת'ע מעשה?שעפטאל האט געשריבן:@תוהו ובוהו: אייזענע מעסעדש!!!! ווער ווייסט וואס ליגט באגראבן אונטער א פאלשע שמייכל!תוהו ובוהו האט געשריבן: לאמיר זיך נעמען צו פראבלעמען
מיט פארשטענדעניש געוואויגן
מער נישט הייבן קיין ברעמען
און מער נישט פארמאכן די אויגן
העלפן יענעם אין זיין דורכגאנג
אנערקענען זיין שווערן דראנג
נאר אביסל מער קאפ צו לייגן
פארמיידן א צווייטן זיך צו בייגן
ר' ישעי'לע האט געראטעוועט א איד פון סאוסייד סתם פון ליבליך אדורך שמועסן יעדע סאוסייד אפציע. אירע מעלות און חסרונות.
ליבשאפט געבט לעבן. או חברותא או מ.
הייליגע ווערטערשמעון וואלף האט געשריבן:מ'דארף טון דאס, מ'דארף טון יענץ. יא, די וועלכע האבן זיך זעלבסט באקרוינט אלץ די פארזארגער פאר'ן דור, ארויסקומען מיט קול קורא'ס יעדע שמי וחמישי און באצווינגן אנדערע זיך צוצושטעלן צו זייערע שוגענעס, זענען איצט מכובד צו אדרעסירן די פראבלעם און אויפקומען מיט א לעזונג. אבער כמובן, איז נישטא וואס צו ערווארטן ווייל פאר אזוינע מינדערוויכטיגע זאכן האבן זיי נישט קיין צייט.
בלייבט איבער פאר אונז פשוטע קאווע שטיבל ניקים צו טון מה שביכולתנו. אבער וואס קענען מיר שוין טון? מיר קאנטראלירן דאך נישט די היימישע אויסגאבעס. מיר האבן נישט מוסדות דורך וואס מ'קען צאמריפן אן עולם, איש בעל (פינג @berlbalaguleh) יעדר, פאר א וויכטיגע אסיפה. מיר קענען נישט טערעראזירן רבנים צו אינטערשרייבן א קול קורא.
נאר וואס יא?
יעדער פון אונז וואס קומט אין בארירונג מיט אנדערע מענטשן, זאל דאס זיין ביי די ארבעט, אין שול, ביי א שמחה אדער סתם אויף די גאס, זיי מקיים דעם הוי מקבל את כל אדם בסבר פנים יפות. א גוט ווארט, א קאמפלימענט, אדער סתם א שמייכל. מענטשן כאפן נישט ווי סאך דאס קען מיינען פאר א מענטש אז מ'גיבט אים א גריס, אפילו א נערישקייט: ווייסט מיין טאכטער פון קינדערגארטן גייט אין דיין טאכטער'ס קלאס און זי הערט נישט אויף צו רעדן פון איר. אדער: איך האב געזעהן דיין בחור'ל און ער מאכט א גוטע אימפרעשאן. און אזוי אויך מיט אנדערע זאכן. איינער איז נישט געקומען פרייטאג צונאכטס אין שול, פרעג אים ווי ער איז געווען, גיב אים די געפיל אז ער איז א מענטש וואס מאכט אויס און מ'באמערקט אז ער פעלט.
אזויפיל מענטשן דרייען זיך ארום מיט א יאוש געפיל אז איך בין א נאבאדי מיט קיין שום האפענונג אויף די פיוטשער און מ'קען נישט וויסן וואס א גוט ווארט קען אמאל אויסמאכן. דאס קאסט נישט קיין געלט און מיטאמאל קיין סאך עפארד. מיט ארויסווייזן אנערקענונג פאר אנדערע מענטשן ווערט מען גארנישט ווייניגער. קארגטס נישט קיין גוטע ווערטער פאר א צווייטן.
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 189
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג פעברואר 19, 2023 4:22 am
- האט שוין געלייקט: 92 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 183 מאל
ווייל ער טוט עס נישט פונעם "פרייען" ווילן, ער טוט עס מתוך יסורים, פארוואס לאזט מען נישט קינדער זיך שפילן מיט שעדליכע זאכן ווי פייער מעסערס וכו' ער וויל, פארוואס לאזטו עם נישט ? די זעלבע מיט אנדערע ענינים וואס מען דארף זיין אן עדאלט, פארוואס לאזטו נישט מינדעריעריגע טון וואס זיי ווילן? דעמאקראטיע.. דער יונגל וויל גיין מיט איינעם.. פארוואס לאזטו עם נישט? פארוואס מעג ער נישט קויפן אלקאהאל און אנדערע ענינים?עמינדב האט געשריבן:זיי בעסער מזביר פארוואס זאל מען צווינגען צו לעבן. ער/זי איז נימס געווארן די זאך און גענוג געהאט. פארוואס נישט לאזן גיין?מן הסתם האט געשריבן:ווייל די שפרינגעריי איז נישט פאר שוואוילטאג, ס'בערך ווי ווען איינער וואלגערט זיך פאר יסורים און איינער וועט זאגן לאז עם זיך וואלגערן פאר יסורים, אין די היינטיגע פרייע וועלט איז יעדער בארעכטיגט פאר אלעס, לאז דעם וואלגערער זיך וואלגערן.עמינדב האט געשריבן:אין היינטיגע פרייע וועלט וואו יעדער איז בארעכטיגט צו אלעס. פארוואס זאל מען נישט לאזן א שפרינגער שפרינגען?
די תירוץ איז, א קינד איז נישט רייף און האט נישט קיין דעת און מדארף אכטונג געבן אויף א וואלנערעבל מענטש, והיינו הך, ופשוט הוא. כפארשטיי באמת נישט פארוואס כבין עס אפילו מסביר, נאר אויב דו פארשטייסט עס באמת נישט האב איך דיר מסביר געווען, ס'קלאר?