היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
לייביששרייבער
שריפטשטעלער
הודעות: 595 זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 28, 2023 6:18 am
האט שוין געלייקט: 285 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1344 מאל
שליחה
דורך לייביששרייבער » מיטוואך מאי 31, 2023 5:42 am
חדשים האט געשריבן: ברוך דיין האמת.
ווער איז נעקסט אין די רייע צו ווערן מנהיג ורבן של כל בני הגולה?
איך האב ביז איצט געמיינט אז די גלות האבן זיך צוטיילט אין צווייען נאך וואס דער ברך משה איז אַוועק פון די וועלט.
איצטערט ווער איך געוואר איז די גולה איז גאר צוטיילט אין מערערע חלקים?
הק' לייביש שרייבער
א פאקט איז א פאקט נישט קיין חילוק פון ווי עס שטאמט.
אמאהלגעקעננט
ידיד השטיבל
הודעות: 181 זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש מערץ 11, 2023 10:18 pm
האט שוין געלייקט: 88 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 85 מאל
שליחה
דורך אמאהלגעקעננט » מיטוואך מאי 31, 2023 8:35 am
צומישט און צוחישט האט געשריבן: כ'האב געלייענט אויף אייוועלט און ס'איז מיר געפאלן:, מ'האט דעם ר"י ארייגעפירט אין שפיטאל שבועות ביינאכט, און ער איז געווען אינגאנצן צובראכן אז ער וועט נישט קענען גארנישט מכין זיין מיו"ט לשבת, קומט אויס אז זיין ברכה וואס ער האט געמאכט ערב יו"ט אויף זיין עירוב תבשולין איז א חשש ברכה לבטלה, ולא נח דעתו ביז מ'האט אים געברענגט צום שפיטאל בעט א טאפ מיט א תבשיל און ער האט עס מיט זיינע שוואכע כוחות אביסל ארומגעמישט,, ובזה הרגיע את עצמו.
איך פארשטײ נישט . די ברכה איז אױף די עירוב און דאס האט ער געמאכט ? װאס העלפט מישן א טאפ אין די װעלט ארײן ?
רוחין חדתין
מאנשי שלומינו
הודעות: 79 זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 02, 2022 10:28 pm
האט שוין געלייקט: 74 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 60 מאל
שליחה
דורך רוחין חדתין » מיטוואך מאי 31, 2023 11:42 am
ביי בדיקת חמץ טרעפט מען אזא חומרא להניח פתיתי לחם על אף שהברכה הוא על עצם הבדיקה
צומישט און צוחישט
ידיד השטיבל
הודעות: 259 זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 27, 2023 11:03 pm
האט שוין געלייקט: 194 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 307 מאל
שליחה
דורך צומישט און צוחישט » מיטוואך מאי 31, 2023 1:52 pm
אמאהלגעקעננט האט געשריבן: צומישט און צוחישט האט געשריבן: כ'האב געלייענט אויף אייוועלט און ס'איז מיר געפאלן:, מ'האט דעם ר"י ארייגעפירט אין שפיטאל שבועות ביינאכט, און ער איז געווען אינגאנצן צובראכן אז ער וועט נישט קענען גארנישט מכין זיין מיו"ט לשבת, קומט אויס אז זיין ברכה וואס ער האט געמאכט ערב יו"ט אויף זיין עירוב תבשולין איז א חשש ברכה לבטלה, ולא נח דעתו ביז מ'האט אים געברענגט צום שפיטאל בעט א טאפ מיט א תבשיל און ער האט עס מיט זיינע שוואכע כוחות אביסל ארומגעמישט,, ובזה הרגיע את עצמו.
איך פארשטײ נישט . די ברכה איז אױף די עירוב און דאס האט ער געמאכט ? װאס העלפט מישן א טאפ אין די װעלט ארײן ?
ווען א מענטש פלאנט נישט צו קאכן מיו"ט לשבת דארף ער נישט מאכן קיין עירוב תבשולין,און א ברכה טאר ער נישט מאכן,, למשל אינגעלייט וואס עסן ביי עלטערן מאכן נישט קיין עירוב תבשולין,, (ס'דא מורי הוראה וואס זאגן אז אויב מ'גרייט צו הייס וואסער און מ'צינדט ליכט זאל מען מאכן אהן א ברכה,,)
רוחין חדתין
מאנשי שלומינו
הודעות: 79 זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 02, 2022 10:28 pm
האט שוין געלייקט: 74 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 60 מאל
שליחה
דורך רוחין חדתין » מיטוואך מאי 31, 2023 2:16 pm
וואס הייסט? ער מאכט ע״ס פאר די קעכערטע וואס האט געקאכט פאר אים
צומישט און צוחישט
ידיד השטיבל
הודעות: 259 זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 27, 2023 11:03 pm
האט שוין געלייקט: 194 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 307 מאל
שליחה
דורך צומישט און צוחישט » מיטוואך מאי 31, 2023 2:22 pm
רוחין חדתין האט געשריבן: וואס הייסט? ער מאכט ע״ס פאר די קעכערטע וואס האט געקאכט פאר אים
אז מ'האט אים אריינגעפירט די ערשטע נאכט יו"ט, פארשטיי איך אז מ'האט שוין נישט געקאכט פאר אים אינדערהיים,,
רוחין חדתין
מאנשי שלומינו
הודעות: 79 זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 02, 2022 10:28 pm
האט שוין געלייקט: 74 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 60 מאל
שליחה
דורך רוחין חדתין » מיטוואך מאי 31, 2023 3:53 pm
דאס איז נישט נוגע, העיקר הוא אז מ׳פלאנט צו קאכן
יעקב פאטאש
מאנשי שלומינו
הודעות: 31 זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 14, 2020 9:06 pm
האט שוין געלייקט: 99 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 33 מאל
שליחה
דורך יעקב פאטאש » מאנטאג יוני 05, 2023 9:37 pm
אזוי ווי אן אשכל קען איך נישט עפענען, וועל איך דארפען דא רעאגירען. איך וואלט זייער געוואלט וויסען וואס די חכמי הקאווע שטיבל האבן וואס צי זאגען אויף די מחאה פון ישיבה ווארלד ניוס אויף די צייטונג "דער איד" פארן נישט באריכטען די פטירה אויפן פאדערשטע זייט.
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
הודעות: 20420 זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:
שליחה
דורך berlbalaguleh » מאנטאג יוני 05, 2023 10:21 pm
איך ווייס נישט וואס דער איד האט יא געשריבן אדער נישט געשריבן. איך האף נאר אז מ'האט נישט אויסגערופן קיין ביטול מלאכה אין בני ברק. ווייל אין ירושלים עיה"ק איז שוין דא א ביטול מלאכה נאך מימי הגרי"ח זאנענעפעלד זצ"ל.
ס'איז דאך א דבר ידוע אז אין ירושלים ארבעט מען נישט. ומעשה שהיה כך היה. ביי די לוויה פון הגרי"ח זאנענפעלד איז ארומגעפארן א קאר און האט אויסגערופן "ביטול מלאכה". אבער ס'איז נישט ארומגעפארן א צווייטע קאר און אויסגערופן אז מ'זאלל זיך נעמען צוריק ארבעטן.