די בייזוויליגע טעות איבער חב"ד

אידישע און וועלטליכע היסטאריע
הייליגע קאקאש קעיק
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 67
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 04, 2023 2:20 pm
האט שוין געלייקט: 143 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 141 מאל

די בייזוויליגע טעות איבער חב"ד

שליחה דורך הייליגע קאקאש קעיק »

"חב"ד, א מחנה כופרים, משכילים, ציונים," דאס איז געווען די נארמאלע מיינונג ביי אסאך אידן ביז נישט לאנג צוריק און ביי געוויסע איז נאך היינט אזוי די מיינונג.

איך האב אביסל פרובירט צו נישטערן ווי די טעות האט זיך אנגעהויבן, ווי אזוי נעמט מען א קהילה קדושה פון כלל ישראל וואס לערנען און זענען עוסק א גאנצע טאג מיטן דינען דעם אייבערשטן און זען וואס נאך זיי קענען טון צו צופרידן שטעלן דעם אלמעכטיגן גאט, און מען געט זיי א פארשווארץ דעם פנים און גארנישט, עולם גולם נעמט נישט קיין פינף מינוט ביז מיט א בלעכענעם פנים שרייען זיי "כופרים" און האלטן אזוי באמת.

די ערשטע זאך האב איך אנגעהויבן מיט סאטמאר, זיי זענען דאך די הויפט לוחמים, האב איך געטראכט לאמיר זען אביסל וואס סאטמער רבי זי"ע האט געזאגט אויף ליובאוויטשער רבי, אפשר וועט מען קענען מדייק זיין אויף זיינע ווערטער און מאכן עפעס, אבער עס האט מיר אפגעווארט א גרויסע איבעראשונג...

"עס איז נישטא קיין איין שלעכט ווארט פון סאטמער רבי אויף ליובאוויטשער רבי!!"

די מערסטע וואס איך האב געטראפן איז עפעס א קרעכץ וואס סאטמערע רבי האט געגעבן ווען ליובאוויטשער רבי איז אים געקומען מנחם אבל זיין, און מאנכע האבן עס אויסגעטייטש אז ער איז נישט געווען צופרידן פון אים, און על סמך זה בויט מען אויף גאנצעטע בנינים פון סטר"א וצד הטומאה מיט אלע שיינע טיטלען.

איינמאל מיינע אויגן האבן זיך שוין געעפענט האב איך שוין אויך אנגעהויבן זען נאך זאכן וואס דער עולם לעבט אין א גרויסע טעות, איך וועל דאס דא שרייבן און אויב ביסטו נישט צופרידן האסטו א אויסוואל, אדער זיך אויפמאכן די אויגן און זען אז דו האסט געלעבט אין א טעות אין א מוח שווענקעריי ביז היינט, (דאס מיינט נישט אז דו דארפסט טוישן דיין לעבן לכבוד דעם, קענסט בלייבן ווי דו ביסט) אדער אויב עס איז צו שווער, בלייב אין דיין טעות, הכל בסדר.

ווי מער איך האב אנגעהויבן דורכצוטון סאטמאר און ליובאוויטש זע איך אז סאטמערע רבי, ווי גרויס ער זאל נאר נישט האבן געווען, איז ניטאמאל אנגעקומען צו די קנעכל פון ליובאוויטשער רבי, אזוי אז אפילו ער זאל ווען יא ארויסקומען אקעגן ליובאוויטשער רבי וואלט עס געווען אזא בחינה ווי בעלזער רבי איז ארויסגעקומען קעגן סאטמאר רבי,

איי וועט עטץ זאגן: דו חכם, דו ביסט געווארן געשווענקט פון די ליובאוויטשער פראפגאנדע? איז שתי תשובות בדבר:
1) נו וואס איז די פראבלעם? דאס אז סאטמארע רבי איז געווען גרויס, דאס ווייס איך אויך נאר פון פראפאגאנדע, נו אויב אזוי וואס איז ער בעסער פון אים? אויב עפעס גלייב איך ענדערש די פראפאגאנדע פון חב"ד, איינס וויבאלד עס איז נישטא קיין אפיציעלע קוועלער וואס באקן מעשיות אזוי ווי אין סאטמאר, ווי איך האב אליינס מיטגעהאלטן, צוויי די ליובאוויטשער פראפאגאנדע באשטייט נישט פון קיין שלעגערס בעלי מחלוקות און אנדערע פראבלעמען ,
2) איך האב געטראפן מער פרוף (עווידענס בלע"ז) צו ליובאוויטשער רבי'ס גדלות ווי צו סאטמערע רבי'ס גדלות, אריינגערעכנט ווידיאס פון פארברענגען שעות ארוכות און זאגן טיפע תורות, ואין כאן מקומו להאריך דאס זענען נישט קיין סודות, עס איז אפן פאר יעדן.

און חוץ פון דעם קען מען זען אז אלע רבי'ס פונעם פריערדיגן דור האבן געהאט דרך ארץ פארן ליובאוויטשער רבי'ן (ווי שלעכט קען שוין אזא איד זיין).

יעצט. ח"ו רעד איך נישט קיין איין קרום ווארט אויף סאטמאר רבי זי"ע, איך בין נאר געקומען אויפקלערן די מיספארשטענדעניש און די מוח שווענקעריי אין וואס אסאך נארמאלע מענטשן האבן געלעבט און לעבן נאך ביז היינט, און איך בין זיכער אז סאטמאר רבי וועט מיר דאנקבאר זיין אויף דעם, ער איז שוין היינט אין עולם האמת ער דארף שוין נישט די פאלשע כבוד.

רבותי איך בין נישט קיין ליובאוויטשער און איך זוך נישט די עולם זאל ווערן ליובאוויטש, זייטס געזונט און נעמט אייך נישט צום הארצן :lol:
באניצער אוואטאר
שעפטאל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 889
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 19, 2023 6:40 pm
געפינט זיך: אין די גרויסע דשונגל
האט שוין געלייקט: 7215 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2418 מאל

שליחה דורך שעפטאל »

@הייליגע קאקאש קעיק: האסט נישט געזעהן די רעזאלטאטן פון @שמן למאור'ס אנקעטע? טוה זיך שנעל אהן בלעכענע הויזן..
שפילער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 662
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 07, 2020 5:43 pm
האט שוין געלייקט: 252 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 562 מאל

שליחה דורך שפילער »

סתם א הערה בעלמה דו זאגסט אז פון ליבאוויטשע רבי זצ"ל איז דא פראפ וועגן די ווידיאויס פון טיפע תורות בעת וואס פון סאטמער רבי זי"ע איז נישט דא

ר'יוד האסט אמאל געפענט א שאלות ותשובות דברי יואל? ער ווארפט צאם כל התורה כולה מיט א קלארקייט , אדרבא גלייב מיר נישט איבערצייגט אייך אליין
מיין אישי קעסטל ארבעט נישט
אז איר ווילט זיך פארבינדען מיט מיר פילט פריי מיר צו שיקן אן אימעיל צו

shpieler111@gmail.com
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

און וואו שטעקט דיין (בייזוויליגע?) טעות? דו מאכסט א גאנצע ברייטל פונעם פאקט אז רביה"ק מסאטמאר האט זיך קיינמאל נישט אויסגעדרוקט קיין שלעכט ווארט אויפ'ן חבד'סקער (כאילו ווען ער וואלט יא געזאגט וואלט עס גע'פסל'ט חב"ד ענדערש ווי איהם אליין), נאר איין פרט האסטו פארגעסן, די סאטמארע השקפה/שיטה איז אינגאנצן נישט געבויט אויף סאטמארע רב, נאר אויף וועם דען? וועל איך דיר פארציילן אביסל היסטאריע, אין יארע ת"ש כ"ח האט רביה"ק מסאטמאר געהאט א סטראוק און זייט דעמאלטס האט ער כמעט אינגאנצן פארלוירן דעם חוש הדיבור און קוים וואס ער האט זיך גערירט, ווען דער רבי איז ארויף כל נדרי אויפ'ן באלעמער און געזאגט דריי אומפארשטענדליכע ווערטער מיט געשטיקטע טרערן איז דער עולם געוועהן פרייליך ביז'ן הימל אז מ'האט זוכה געוועהן עפעס צו זעהן. איז ווער האט געפירט די קהילה? איז געוועהן א באנדע קופה של שרצים אין שפיץ פונעם רביצין אלטע פייגא מיט איר בעסט פרענד יאסל אשכנזי און דעם ניי אויפגענומענעם home attendant און מחליף טיטולים עזריאל גליק וואס זיי האבן געפירט די קהילה די לעצטע 11 יאר פונעם רבינ'ס לעבן, און ס'רוב פון די היינטיגע סאטמארע הקשפה איז זיי צו פארדאנקען, און זעלבספארשטענדליך אז זיי האבן געפירט פאליטיק מיט חב"ד זענעל זיי ממילא געווארן טמא. און דאס איז אויך די סיבה פארוואס ס'דא אזויפיל מענטשן וואס אידענטיפיצירן זיך אלס "סאטמאר געשטימט", ווייל הגם אסאך מענטשן האבן נישט ליעב געהאט די רוח וואס די "שטוב מענטשן" האבן אריינגעברענגט אין סאטמאר אבער ווילאנג דער רבי האט געלעבט ווי נישט ווי פונעם רבי'ן האבן זיי דאך געהאלטן ממש ווי א גאט, הגם אסאך האבן שוין גלייך נאכ'ן סטראוק זיך אנגעפאנגען דרייען ביי אנדערע רבי'ס איינער מער איינער ווייניגער, אבער די מינוט וואס דער רבי איז אוועק האבן זיי שוין גארנישט געהאט וואס צו זוכן אין סאטמאר זענען זיי געבליבן מיט'ן "סאטמאר געשטימט".
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 3 אום רביה''ק זי''ע, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
דערהויבענע איד
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 622
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יוני 30, 2021 2:24 am
געפינט זיך: כשושנה בין החוחים
האט שוין געלייקט: 4274 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1077 מאל

שליחה דורך דערהויבענע איד »

אויף דיין ערשטע פאוינט דיסעגרי איך מיט דיך. דאס אז סאטמער רב האט נישט געזאגט קיין קרום ווארט אויפן ליבאביטשער איז נישט מעלה ומוריד. ס'איז דא אסאך גדולים וואס כו''ע זענען מודה אז זיי זענען געווען גדולים וואס די רבי זי''ע האט גערעדט אויף. צוויישן זיי ר' משה פיינשטיין, קלויזענבורגע רב, וכו' וכו'. דאס אז ער האט נישט גערעדט אויף אים מוז נישט זיין אז ער האט אים מחשיב געווען, ס'קען זיין אז סאטמער האט נישט געזען חב'ד דעמאלטס אלס א טרע''ט.

איך מיין אז יעדער איינער וואס טרייט צו טראכטן מיינט נישט אז חב''ד זענען כופרים חלילה, זיי נישט ברוגז אבער דאס אז דו האסט אזא הו''א מיינט אז ביסט א סאטמערער וואס איז יעצט ארויס פון ראדני סטדיט.
דערהויבענע איד
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 622
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יוני 30, 2021 2:24 am
געפינט זיך: כשושנה בין החוחים
האט שוין געלייקט: 4274 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1077 מאל

שליחה דורך דערהויבענע איד »

רביה''ק זי''ע האט געשריבן:און וואו שטעקט דיין (בייזוויליגע?) טעות? דו מאכסט א גאנצע ברייטל פונעם פאקט אז רביה"ק מסאטמאר האט זיך קיינמאל נישט אויסגעדרוקט קיין שלעכט ווארט אויפ'ן חבד'סקער (כאילו ווען ער וואלט יא געזאגט וואלט עס גע'פסל'ט חב"ד ענדערש ווי איהם אליין), נאר איין פרט האסטו פארגעסן, די סאטמארע השקפה/שיטה איז אינגאנצן נישט געבויט אויף סאטמארע רב, נאר אויף וועם דען? וועל איך דיר פארציילן אביסל היסטאריע, אין יארע ת"ש כ"ח האט רביה"ק מסאטמאר געהאט א סטראוק און זייט דעמאלטס האט ער כמעט אינגאנצן פארלוירן דעם חוש הדיבור און קוים וואס ער האט זיך גערירט, ווען דער רבי איז ארויף כל נדרי אויפ'ן באלעמער און געזאגט דריי אומפארשטענדליכע ווערטער מיט געשטיקטע טרערן איז דער עולם געוועהן פרייליך ביז'ן הימל אז מ'האט זוכה געוועהן עפעס צו זעהן. איז ווער האט געפירט די קהילה? איז געוועהן א באנדע קופה של שרצים אין שפיץ פונעם רביצין אלטע פייגא מיט איר בעסט פרענד יאסל אשכנזי און דעם ניי אויפגענומענעם home attendant און מחליף טיטולים עזריאל גליק וואס זיי האבן געפירט די קהילה די לעצטע 11 יאר פונעם רבינ'ס לעבן, און ס'רוב פון די היינטיגע סאטמארע הקשפה איז זיי צו פארדאנקען.
ווי כאילו ווען ר' יואל איז געווען געזונט איז ער געווען א ליבעראל...יא ס'איז אמת אז די מימרא פון ווייזן מיט די פינגער איז א המצאה פון די שטוב מענטשן, מיט מן הסתם נאך אפאר פרטים, אבער די סטראקטור ווי אזוי סאטמער איז, מיט די שיטה הקדושה איז קלאר פונעם רבי'ן.

אדרבה, וואס האלסטו ווי אזוי וואלט סאטמער אויסגעקוקט אנדערש ווען נישט די רעביצין פייגא מיט די גבאים?
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

איך דארף פרעגן מיין טאטע :D
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
הייליגע קאקאש קעיק
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 67
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 04, 2023 2:20 pm
האט שוין געלייקט: 143 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 141 מאל

שליחה דורך הייליגע קאקאש קעיק »

רביה"ק: איך האב נישט געטראכט קיין איין רגע אז דו ביסט פון די וואס לעבן אין די טעות.

דערהויבענע איד: דאס האב איך טאקע געשריבן נאכן זען די אנקעטע פון הרב שמן למאור, האב איך געזען א פאסיגע געלעגנהייט צו אויפקלערן די פאר סאטמערע וואס לעבן נאך אין די טעות, אויב וועל איך זאגן די ווערטער אין ראדני וועל איך נישט איבערלעבן.

נאכאמאל. איך מאך נישט אוועק סאטמער רבי און נישט זיין גאונות, אבער עס איז דא א חילוק צווישן אפאר תשובה ספרים און איינער וואס רעדט פאר יארן אין א צו יעדע וואך פאר שעות ארוכות טיפע גאונישע תורות איז אביסל מער.
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

הייליגע קאקאש קעיק האט געשריבן: אויב וועל איך זאגן די ווערטער אין ראדני וועל איך נישט איבערלעבן
ווען דו זאגסט ווען דיזע ווערטער אין ראדני וואלסטו טאקע נישט איבערגעלעבט, אבער ווען דו גייסט צו סיי וועלכע "סאטמאר געשטימטע" שוהל און דו זאגסט דאס פאר די וואס געדענקען נאך וואלטן אלע מסכים געוועהן מיט דיר.
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
רוחין חדתין
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 79
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 02, 2022 10:28 pm
האט שוין געלייקט: 74 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 60 מאל

שליחה דורך רוחין חדתין »

די תגובה איז צום פותח האשכול. אין בקיאות בתורה האסטו אביסל מגזים געווען, מילד גערעדט, נעם די ספרים און געב א קוק, און די דאזיגע גוזמא מאכט מיר אביסל פאדאכטן…,
גראדע יא געהערט פון שש״ט הי״ו אז די רבי האט זיך אויסגעדריקט אויף אים אז ער טויג נישט
שוין גערעדט מיט עטליכער סאטמרע חברים וועגן ליובאביטשער רבי, און אלע האבן אנגעוויזן אויף די לאנגע נעגל, איינער אפילו בשם א מלמד פון חדר, (שטייצעך על אז שפעטער האבן זיי געלאכט דערפון) דאס זאגט עפעס ווייל די הערה האב איך קיינמאל געהערט פון איינער פון א אנדערע חסידות
הייליגע קאקאש קעיק
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 67
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 04, 2023 2:20 pm
האט שוין געלייקט: 143 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 141 מאל

שליחה דורך הייליגע קאקאש קעיק »

רוחין חדתין האט געשריבן: גראדע יא געהערט פון שש״ט הי״ו אז די רבי האט זיך אויסגעדריקט אויף אים אז ער טויג נישט
שוין גערעדט מיט עטליכער סאטמרע חברים וועגן ליובאביטשער רבי, און אלע האבן אנגעוויזן אויף די לאנגע נעגל, איינער אפילו בשם א מלמד פון חדר, (שטייצעך על אז שפעטער האבן זיי געלאכט דערפון) דאס זאגט עפעס ווייל די הערה האב איך קיינמאל געהערט פון איינער פון א אנדערע חסידות
נו? זעטס עטס שוין? @דערהויבענע איד עס נאך דא אזעלעכע
רוחין חדתין
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 79
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 02, 2022 10:28 pm
האט שוין געלייקט: 74 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 60 מאל

שליחה דורך רוחין חדתין »

אוי ריבונו של עולם! כ׳מיין צו זאגן אז דאס זאגט עפעס אויף סאטמר, אז דאס לערנט מען אין חדר זינלאזע האס אויף לויבאביטשער רבי
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום רוחין חדתין, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
שמעון וואלף
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3547
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 1:33 pm
געפינט זיך: אין דרום
האט שוין געלייקט: 5476 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3921 מאל

שליחה דורך שמעון וואלף »

הייליגע קאקאש קעיק האט געשריבן:אויב עפעס גלייב איך ענדערשט די פראפאגאנדע פון חב"ד איינס וויבאלד עס איז נישטא קיין אפיציעלע קוועלער וואס באקן מעשיות אזוי ווי אין סאטמער, ווי איך האב אליינס מיטגעהאלטן
באקן מעשיות אפיציעל אפשר נישט, אבער בעלי דמיונות זענען דא דארט לרחצה, אנגעהויבן ביים....

אבער איך אגרי מיט כמעט דיין גאנצע תגובה. סאטמאר רב ז"ל האט געהאט זיינע מעלות און גדלות אבער איך וואלט אים נישט געשטעלט אויף איין לעוול מיטן ליבאוויטשע רבי.
רוחין חדתין
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 79
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 02, 2022 10:28 pm
האט שוין געלייקט: 74 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 60 מאל

שליחה דורך רוחין חדתין »

בנוגע גדלות בתורה האלט איך נאך אלץ אז סטמר רב איז מער סאלעד, ביטע ווער נישט נתפעל פון לאנגע שעה׳ן איידער דו קוקסט אריין אינערווענדיג, טאקע אסאך עמקות אין חסידות, און נאך אסאך אסאך אנדערע זאכן… און גרויסע ידיעות בתורה
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

לגבי ווער ס'איז געוועהן "גרעסער".

ערשטנס, חב"ד איז א פראפאגאנדע און מוח-וואשונג מאשין וואס איז נישט דא זיינ'ס גלייכן אין דער אידישער וועלט, דער פריערדיקער רבי, רבי יוסף יצחק האט אפיציעל געשריבן גאנצעטע בענדער מיט פאנטאזיעס, ס'איז ממש אין זייער DNA.

צווייטנס, לגבי ווער ס'געוועהן גרעסער דארפסטו נישט גלייבן קיינעם'ס פראפאגאנדע נאר פשוט קוקן אויף די פאקטן. ליובאוויטשער רבי האט געטראגן זיין עולם צו א בעסערע פלאץ ווי זייערע עלטערן, צו ר' טודרוס זילבער און מנשה פילאפ האבן ליב די פלאץ וואו חב"ד איז היינט צו נישט מאכט נישט אויס ווייל ס'איז ממש objectively בעסער פון וועלכע וועג דו זאלסט עס נאר אנקוקן (די חסרונות וואס חב"ד האט היינט איז נישט זיין שולד ווייל זיי האבן עס אלץ געהאט, סך הכל האט ער געריטן דערויף.) סאטמארע רב ווידער האט גארנישט פארבעסערט די מצב פון זיינע מענטשן, מעגליך פארערגערט, סך הכל איז ער געוועהן א זיסע אינגעלע מיט א געשליפן צינגל וואס האט געווארפן טענטראמס אויף ציונים און ביי-האר.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 2 אום רביה''ק זי''ע, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

מענין לענין איז אינטערעסאנט אנצומערקן אז ביי חסידים מעסט מען גרויסקייט לויט וויפיל איין רעבע האט זוך יא אדער נישט אויסגעדריקט לטובת א צווייטער. כדוגמת סאטמאר חב"ד בעלז וכו'. מענטשן קענען נישט אליינס דאס באמערקן, עס איז דא אזא הגדת עדות ביי רבי'ס?

האט שוין איינער אמאל געהערט זאגען, רבי משה איז געווען א גרויסע גאון אזוי ווי רב אלישיב האט זוך אמאל חול המועד אויסגעדריקט אז ער איז א שטארקע גאון. רב וואזנער איז א גרויסע פוסק אזוי ווי הרב עדעלשטיין האט געזאגט פאר זיין שטוב מענטשן אז ער איז א גרויסע פוסק ?!
רוחין חדתין
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 79
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 02, 2022 10:28 pm
האט שוין געלייקט: 74 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 60 מאל

שליחה דורך רוחין חדתין »

רביה''ק זי''ע האט געשריבן:לגבי ווער ס'איז געוועהן "גרעסער".

ערשטנס, חב"ד איז א פראפאגאנדע און מוח-וואשונג מאשין וואס איז נישט דא זיינ'ס גלייכן אין דער אידישער וועלט, דער פריערדיקער רבי, רבי יוסף יצחק האט אפיציעל געשריבן גאנצעטע בענדער מיט פאנטאזיעס, ס'איז ממש אין זייער DNA.

צווייטנס, לגבי ווער ס'געוועהן גרעסער דארפסטו נישט גלייבן קיינעם'ס פראפאגאנדע נאר פשוט קוקן אויף די פאקטן. ליובאוויטשער רבי האט געטראגן זיין עולם צו א בעסערע פלאץ ווי זייערע עלטערן, צו טודרוס זילבער און מנשה פילאפ האבן ליעב די פלאץ וואו חב"ד איז היינט צו נישט מאכט נישט אויס ווייל ס'איז ממש objectively בעסער פון וועלכע וועג דו זאלסט עס נאר אנקוקן (די חסרונות וואס חב"ד האט היינט איז נישט זיין שולד ווייל זיי האבן עס אלץ געהאט, סך הכל האט ער געריטן דערויף.) סאטמארע רב ווידער האט גארנישט פארבעסערט די מצב פון זיינע מענטשן, מעגליך פארערגערט, סך הכל איז ער געוועהן א זיסע אינגעלע מיט א געשליפן צינגל וואס האט געווארפן טענטראמס אויף ציונים און ביי-האר.
כ'וואלט געגעבן א לייק, אבער למען כבוד רישא דשושילתא רביה"ק הראשון מוז איך מיר צוריקהאלטן.
רוחין חדתין
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 79
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 02, 2022 10:28 pm
האט שוין געלייקט: 74 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 60 מאל

שליחה דורך רוחין חדתין »

קרן זוית האט געשריבן:מענין לענין איז אינטערעסאנט אנצומערקן אז ביי חסידים מעסט מען גרויסקייט לויט וויפיל איין רעבע האט זוך יא אדער נישט אויסגעדריקט לטובת א צווייטער. כדוגמת סאטמאר חב"ד בעלז וכו'. מענטשן קענען נישט אליינס דאס באמערקן, עס איז דא אזא הגדת עדות ביי רבי'ס?

האט שוין איינער אמאל געהערט זאגען, רבי משה איז געווען א גרויסע גאון אזוי ווי רב אלישיב האט זוך אמאל חול המועד אויסגעדריקט אז ער איז א שטארקע גאון. רב וואזנער איז א גרויסע פוסק אזוי ווי הרב עדעלשטיין האט געזאגט פאר זיין שטוב מענטשן אז ער איז א גרויסע פוסק ?!
אפילו גדולי תורה דארפן צוקומען צו סמכות פון העכערע פון זיי, למשל די שבט הלוי פון חזון איש, און גיי אינטרעסיר זיך ביי די ליטווישע וועסטו הערן די זעלבע סארט שמועסן, אויף וועם האט בריסקער רב געזאגט אז ער האט דעת תועירע בו...

אגב איז דא היינט א גדול בתורה לכאורה פון די גרעסטע ממש אבער האט נישט באקומען קיין סמכות פון קיינעם, ווייסט נישט עולם גולם פון אים, רבינו הגדול ר' אשר ווייס שליט"א.
צומישט און צוחישט
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 259
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 27, 2023 11:03 pm
האט שוין געלייקט: 194 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 307 מאל

שליחה דורך צומישט און צוחישט »

שפילער האט געשריבן:סתם א הערה בעלמה דו זאגסט אז פון ליבאוויטשע רבי זצ"ל איז דא פראפ וועגן די ווידיאויס פון טיפע תורות בעת וואס פון סאטמער רבי זי"ע איז נישט דא

ר'יוד האסט אמאל געפענט א שאלות ותשובות דברי יואל? ער ווארפט צאם כל התורה כולה מיט א קלארקייט , אדרבא גלייב מיר נישט איבערצייגט אייך אליין
גראדע ווער ס'האט אמאל עוסק געווען אין שו"ת דברי יואל, ווייסט אז פון דארט קען מען דווקא נישט ברענגען קיין ראי' אויף עקסטרע בקיאות (גאונות יש לדון... ווי זאגט מען נאך, ווייניג אזעלכע שטארקע חסידישע ספרים ווי שו"ת דברי חיים, און ווייניג אזעלכע גאונישע ספרים ווי דברי חיים על התורה, והבן,),
אבער לגופן של דברים איז פשוט אז די מענטש איז געווען א גדול בתורה עד למאוד, און כל גדולי הדור האבן אים מעריץ געווען און זיך גערעכנט מיט זיינס א ווארט, נאך סאך פאר ער האט געהאט גבאים און שטוב מענטשן טעראריסטן, וועסט נישט הערן לייקענען זיין גדלות בתורה אפי' אין די קרייזן ווי ער איז פאררעכנט אלץ שונא ישראל,
איך וואלט געזאגט אז די פלאץ וואו צו קוקן איז די אלד פעשענד יודישע תורות, דו קענסט דארט זעהן וואו ער זאגט נאך לשונות פון ראשונים ואחרונים בדיוק הלשון ממש, אפגערעדט פון לשונות פון גמ' און מדרשים.(אין ויואל משה זעהט מען אויך א הפלאה'דיגע בקיאות, אבער דארט קענסטו שוין זאגן אז דעיס איז געווען זיין נושא, און אויף דעם האט ער געהאט די מראי מקומות... אויך נישט אייביג אמת, ווייל בין הסימנים איז זיך ויואל משה מסתעף צו אסאך סוגיות הש"ס, וואס האט לאוו דווקא צו טוהן מיט ציונות, ספעציעל אין מאמר ישוב א"י)
באניצער אוואטאר
פונדאַמענטאַל
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 320
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 26, 2023 12:12 am
האט שוין געלייקט: 677 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 944 מאל

שליחה דורך פונדאַמענטאַל »

טייערע @הייליגע קאקאש קעיק איך בין מסכים מיט אייער נקודה און איך appreciate אייער כוונה. דאך במחילת כבודך אויב איך מעג - אביסל constructive criticism.

די טערמין טעות איז נישט אין פלאץ. ווארום טעות איז משמע אז דער גאנצער פראבלעם איז די טעות שבו - ווי ווען נישט עס איז א טעות וואלט עס געווען לגמרי לעגיטים, אויב וואלט ווען סאטמאר רבי יא מוציא שם רע געווען אויף ליובאוויטשער רבי - אין עס וואלט נישט געווען א בלויזע תוצאה פון פראפעגאנדע, דאן וואלט עס יא געמיינט עפעס?

די צורך צו קרוינען א מלך און אוועקשטעלן שטאפלען, אויף וועלכע מען שטעלט ארויף קאנדידאטן איינער העכער פונעם צווייטן, ווי דער אונטערשטער קומט נישט צו נאנט צום קנעכל פונעם העכערן וכו' - איז לדעתי א תוצאה פון די זעלבער מיינדסעט וועלכער האט דיר געמאכט גלייבן מתחילה אז די אנדערע זייט איז כופרים וכו'. א מיינדסעט פון good guy bad guy, כאילו עס איז צוויי זייטן וועלכע קענען נישט מולך זיין צוזאמען - כשזה נופל זה קם. איינס האט נישט מיטן צווייטן, נעם ארויס פון קאפ די קורצזיכטיגע בליק אויף חב''ד אין וואס מ'האט אייך indoctrinated, און דו מוזט עס נישט רעפלעיסן מיט א צווייטע hero.
There's no relationship between being smart & being wise (Jordan Peterson)
הַמְפוֹרָשׁוֹת סְתוּמוֹת. הַגְּלוּיוֹת עֲלוּמוֹת. הַמְּבֹאָרוֹת חֲתוּמוֹת. הַמְּשֻׁנָּנוֹת עֲצוּמוֹת. הַחֲקוּקוֹת רְשׁוּמוֹת:
זעמיל מילכיגער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 42
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 14, 2012 11:55 am
געפינט זיך: שטעטעלע ק.
האט שוין געלייקט: 49 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 61 מאל

שליחה דורך זעמיל מילכיגער »

הייליגע קאקאש קעיק האט געשריבן: און חוץ פון דעם קען מען זען אז אלע רבי'ס פונעם פריערדיגן דור האבן געהאט דרך ארץ פארן ליבאוויטשן רבי'ן (ווי שלעכט קען שוין אזא איד זיין)
יעצט. ח"ו רעד איך נישט קיין איין קרום ווארט אויף סאטמער רבי זי"ע, איך בין נאר געקומען אויפקלערן די מיסטפארשטענדניש און די מוח שווענקעריי און וואאס אסאך נארמאלע מענטשן האבן געלעבט און לעבן נאך ביז היינט, און איך בין זיכער אז סאטמער רבי וועט מיר דאנקבאר זיין אויף דעם, ער איז שוין היינט אין עולם האמת ער דארף שוין נישט די פאלשע כבוד

רבותי איך בין נישט קיין ליבאוויטשער און איך זוך נישט די עולם זאל ווערן ליבאוויטש, זייטס געזונט און נעמט אייך נישט צום הארצן :lol:
אלע רביס פונעם פריערדיגן דור האבן געהאט דרך ארץ פאר אים....

איר האט בעקינג אויף וואס איר שרייבט? אדער סתם זיך געלאזט פון ליובאוויטשע פראפעגאנדע?

אפשר ברענגט איר איין נאמען פון א רבי וואס זאל זיך אמאל האבן געטראפן/באזוכן אים אפצוגעבן דאס דרך ארץ?
קלויזענבורג? סקולען? סקווירא? באבוב? בעלזא? זאג פונקטליך ווער, כ'הער נישט?

איינער גראדע איז יא געווען ביי אים איינמאל און ער איז צוריקגעקומען צום אים, און דאס איז סאטמארער רב..... "די איינציגסטע" רבי וואס האט זיך געוואגט/אויסגעקומען (רוף עס ווי אזוי דו ווילסט) און זיך געטראפן מיט אים.

טרעף קודם תירוצים וואס איז פשט אז קיין איין גדול/רבי וואס האט געוואוינט דא אין ניו יארק האט זיך בטעות נישט אנגעטראפן מיט אים און נאכדעם פרעג וואס סאטמאר זאגט אויף ליובאוויטש.

דאונט געט מיר ראנג אז איך בין מצדיק די אלע פראפעגאנדע קעגן ליובאוויטש, סאטמאר'ע היץ קעפ האבן א לאנגע שווארצע היסטאריע מיטן באגראבן מענטשן, אבער סאטמאר'ע רב במקומו מונח, און ווארט נישט אויף אנערקנונג פון אים פונעם עולם האמת....


און יעצט צוריק צו ליובאוויטש, דאס אנטדעקטע שיינע אידשקייט וואס דו האסט געטראפן.... אנע מחלוקת... אפשר גריבלסטו נאך אביסל און הייב אן אריינצוגיין נאך טיפער און קוק איבער די וועלט ווי די חב"ד רבנים לעבן אזוי בשלום ושלוה איינער מיטן צווייטן.... אפגערעדט אז איבעראל רייסן זיי זיך מיט די לאקאלע קהילה און טוען איינקאסירן שטחים און בנינים, נעמען צו בתי מדרשים, אלעס אינעם נאמען פון שליחות מיט קירוב, נאר וואגען זאל זיך איין חב"ד רב אריינצוטרעטן אין א שטח וואס גרעניצט זיך מיט א צווייטן חב"ד רב.... פייער, מכות, דין תורות, יעדע גאס שלאגט מען זיך צו דו מעגסט יא עפענען דא אדער נישט....

זיצן די חברה און טוען אן תפילין פאר כל צרוע וכל זב ווייל אפשר וועט איינער זיין א איד, שיקן ארויס בחורים בכל קצוי תבל אין די אויסגעלאסענסטע פלעצער ווייל מ'גייט מקרב זיין אידישע נשמות... 13 יעריגע בחורים זוכן מנין פאר קידוש לבנה דווקא אין טיימ'ס סקווער....

זאג, ביסט אמאל אריין אין א חב"ד שיל און געטראפן א מנין פון בעלי תשובות (וואס זיי דארפן שוין צו האבן נאך אזויפיל יאר קירוב)?....
איך טרעף נאר אייביג היימישע טוריסטן דארטן פאר מנין....

יאאא פרייטיג צונאכטס ביי די סעודות איז פול מיט מיידלעך/יונגען וואס זענען זיך מחיה מיט א בחנם'דיגע פארציע (אפגערעדט פון די א"י טוריסטן וואס זענען דאך געוואוינט אז פרייטיג צונאכטס עסט מען), בייטאג? אלע זיצן אין רעסטוראנטן אויף פליגער'ס וכו', קיין נפש חיה פון די אלע בעלי תשובות וואס זיי זענען מזכה...

דאונט געט מי ראנג אז איך פראביר אריינצוקריכן און נעמען א צד אין קירוב וואס איז ריכטיג אדער נישט, איך בין דירעקט נישט דא אוועקצומאכן וואס זיי טוען יא, איך פארצייל נאר פאר דיר וואס דו האסט אנטדעקט א הערליכע חסידות וואס האט א רבי'ן וואס קומט נישט צו צום קנעכל פון סאטמארער רב.... אז עס פעלן נישט קיין פראבלעמען דארטן, און דאס הערליכע ליובאוויטש'ע שיינקייט האט צוויי זייטן צו זיך גענוי ווי עני אנדערע חסידות.

אזוי אויך קענסטו גריבלען נאך טיפער בנוגע דראפאוטס, יא, ליובאוויטש איז די גרעסטע חסידות מיט דראפ אוטס... שעמט אייך נישט פון סאטמאר.

און פאר יעדע צוויי הונדערט כולל אינגעלייט פון סאטמאר האסטו איין חבד'סקער וואס זיצט אין כולל.
ליינטס נישט קיין שמוציגע מאגאזינען אין ביה"כ, דאס פארברענט דאך אייער נשמה!
קרעדיט: א אלטע געטראפענע ביה"כ ווענטעל.
לייביששרייבער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 595
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 28, 2023 6:18 am
האט שוין געלייקט: 285 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1344 מאל

שליחה דורך לייביששרייבער »

רביה''ק זי''ע האט געשריבן:וועל איך דיר פארציילן אביסל היסטאריע, אין יארע ת"ש כ"ח האט רביה"ק מסאטמאר געהאט א סטראוק און זייט דעמאלטס האט ער כמעט אינגאנצן פארלוירן דעם חוש הדיבור און קוים וואס ער האט זיך גערירט, ווען דער רבי איז ארויף כל נדרי אויפ'ן באלעמער און געזאגט דריי אומפארשטענדליכע ווערטער מיט געשטיקטע טרערן איז דער עולם געוועהן פרייליך ביז'ן הימל אז מ'האט זוכה געוועהן עפעס צו זעהן. איז ווער האט געפירט די קהילה? איז געוועהן א באנדע קופה של שרצים אין שפיץ פונעם רביצין אלטע פייגא מיט איר בעסט פרענד יאסל אשכנזי און דעם ניי אויפגענומענעם home attendant און מחליף טיטולים עזריאל גליק וואס זיי האבן געפירט די קהילה די לעצטע 11 יאר פונעם רבינ'ס לעבן, און ס'רוב פון די היינטיגע סאטמארע הקשפה איז זיי צו פארדאנקען, און זעלבספארשטענדליך אז זיי האבן געפירט פאליטיק מיט חב"ד זענעל זיי ממילא געווארן טמא.
זייער גוט, אבער עטוואס איבערגעטריבן.
ד.מ. אזוי, איה"נ אז דער רבי זי"ע האט אין יאר תשכ"ח פארלוירן דעם חוש הדיבור און נישט געקענט זיך רירן.
אבער פון יאר תש"ל ביז בערך ל"ז איז ער געווען גאר אלערט און פיין געארבעט, א געוואלד מיט נייע געבויעכטסער וואס ער האט יענע יארן געפירט ווי א העלד.
אויך איז ריכטיג אז די רביצין קומט צו פארדאנקען אסאך פון די איינפירונגען צוזאמען מיט אירע בעסטע פרענדס (ווי מע"כ רופט עס) וואס האבן איר צוגעהאלפן. אבער צו זאגן אז די רבי איז געווען קאמפליטלי אוט, איז א סטרעטש.
הק' לייביש שרייבער
א פאקט איז א פאקט נישט קיין חילוק פון ווי עס שטאמט.
לייביששרייבער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 595
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 28, 2023 6:18 am
האט שוין געלייקט: 285 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1344 מאל

שליחה דורך לייביששרייבער »

דערהויבענע איד האט געשריבן:אדרבה, וואס האלסטו, ווי אזוי וואלט סאטמער אויסגעקוקט אנדערש ווען נישט די רעביצין פייגא מיט די גבאים?
גאר אנדערש! צו לאנג אין א קליינער תגובה'לע צו ענטפערן.
קען טאקע זיין א גוטער געדאנק פאר א נייער אשכול. וואן דעי...
הק' לייביש שרייבער
א פאקט איז א פאקט נישט קיין חילוק פון ווי עס שטאמט.
פארשפארט