"דו גלייבסט אין ג-ט?"

מחשבה, השקפה ועיון
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5784
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 12391 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל

שליחה דורך מי אני »

לגבי די געדאנק פון סאָשׁעל קאַנסטראָקשעניזם לגבי מציאות הא-ל והיחס לזה לערכיים דתיים, שרייבט אפלטון אין זיין דייעלאג געזעצן (מאמר י):
what these people say about the gods is that they are artificial concepts corresponding to nothing in nature; they are legal fictions, which moreover vary very widely according to the different conventions people agree on when they produce a legal code
ער טענה'ט למציאות הא-ל בעד א סארט (פּראָטאָ-)קאסמאלאגישע ארגומענט (ובענין הנפש).

***

דא האב איך געשריבן איבער פּאסקאל'ס געוועט.
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז...?" - יאיר
"אלס וואס איך ווייס איז אז איך ווייס גארנישט (אחוץ דעם עצם פאקט)" - סקראטוס
און אפילו אין דעם בין איך אויך נישט זיכער (וכן הלאה והלאה)
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5784
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 12391 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל

שליחה דורך מי אני »

דר. וואָרען זאב האַרווי שרייבט איבער א מעגליכע סיבה פארוואס מ'טרעפט נישט קיין פילאזאפישע טערמינען אין די וואקעבולאר פון חז"ל:
Harvey.jpg
ער ברענגט דארט אויך אראפ דעם תוספתא בשבועות (ג ה):
פעם אחת שבת ר' ראובן בטבריה מצאו פלוספוס אמר לו איזה הוא שנוי שבעולם אמר לו זה הכופר במי שבראו. איזהו (שמות כ) כבד את אביך לא תרצח לא תנאף לא תגנוב לא תענה לא תחמוד דהא אין אדם כופר בדבר עד שכופר בעיקר ואין אדם הולך לדבר עבירה אלא אם כפר במי שצוהו לה עליה.
וואס ער לערענט אויס אז דאס וויל ארויסברענגען אז לפי חז״ל פעהלט יא אויס אמונה כדי צו געבן א באזיס סיי פאר די מצות בפרט ומאראליטעט בכלליות.
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז...?" - יאיר
"אלס וואס איך ווייס איז אז איך ווייס גארנישט (אחוץ דעם עצם פאקט)" - סקראטוס
און אפילו אין דעם בין איך אויך נישט זיכער (וכן הלאה והלאה)
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5784
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 12391 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל

שליחה דורך מי אני »

מ׳קען בעצם נעמען דעם געדאנק פון דאס אז סאשעל קאַנסטראָקשעניזם איז דאס וואס מאכט מציאות הא-ל ״עכט״ (און די מאראלישע אנטי-ריעליזם וואס קען מיטקומען דערמיט), נאך ווייטער אויך לגבי המחייב והנותן תוקף לקיום המצות והתורה בכלל.

להסביר, דר. עלווין ריינעס לערענט אפ דעם רמב״ם לגבי מעלת נבואת משרע״ה וגדר ״תורה מן השמים״, אז דאס איז בתוך דעם רמב״ם׳ס נאטורליכע אפטייטש אין נבואה און אין איינקלאנג מיט זיין אלגעמיינע שיטה פון שולל זיין כל מיני תוארים ומושגים פון דאס קאנצעפט פון ״ג-ט״; מ׳קען נישט זאגן דערויף אז ״ער טוהט״ און ״ער מאכט״ וכדומה. מיינענדיג, אז די געדאנק פון נבואה איז פשוט דאס אז א חכם איז זיך משלים בתכונתו לגמרי, און ווען און אויב ער ערגענצט דאס איז ״מיד״ שורה עליו הנבואה, וואס דאס איז אַן אינטוּאיטיוו ״געפיהלישע״ כח בחכמה וע״י און צוזאמען מיט זיין כחו המדמה/זיין אימעדזשינעטיוו פעקולטי; יעדעס נביא לפי זיין דרגא בחכמה. (לשבר את האוזן במקצת, קען מען דאס אביסל פארשטיין כעין ווען מ׳איז אויף א שטארקע סייקעדעליק/מאריכואנא טריפּ מיט די גילויים ע״י כח המדמה וואס קענען דאן אפירקומען, אבער מ׳האט נאך אלס פולקאם פולקאם ביי זיך די פולע מאס ראציאנאל ושכל בלי שום שמץ של שיכרות וחלום כלל וכלל.) וממילא ביי משרע״ה איז דאס געווען לגמרי בשלימות און ער איז צוגעקומען צום העכסטע דרגא בזה בחכמה ונבואה וואס א ילוד אשה איז נאר אמאל צוגעקומען. און דאן האט ער אוועקגעשטעלט און מחוקק געווען די חוקי התורה, און דאס איז טאקע אט דאס וואס מאכט דאס ״געטליך״ ו״דבר ה׳״ ו״מן השמים״; עס איז מיוסד געווארן אונטער די (מער-ווייניגער) גרעסטע מאס השראה בחכמה וואס איז נאר אמאל געווען ביי דאס מענטשהייט.

יעצט, מ׳קען דאס פון דארט און ווייטער צאמשטעלן מיט וואס כ׳האב צוגעברענגט פונעם רמב״ם אז דאס וואס איז קובע סמכות ההלכה והתחייבותה אלס געזעץ, און דאס וואס טאקע באגרונדעט סמכות התלמוד/הגמרא, איז דאס וואס ס׳איז נתפשט ומוסכם געווארן אצל הכלל; די אפטייטש פון ״מוסכמות״. וכן הוא, קען מען אפשר זאגן, לפי הנ״ל אויף התורה בכלליות: מ׳האט דאס דאן אָנגענומען ווייל דאס איז שכל׳דיג און אלע אירע חוקים וגעזעצן זענען געווען בשלימות ממש פאר יענע תקופה און עפאכע. פון דארט און ווייטער, צו טוישן חוקים בתוכה פעהלט אויס א הסכמת הקהל אויף פארקערט צו מבטל זיין עפעס וואס איז שוין מושרש ומקובל אצל ההמון אלס געזעץ, מכח די עצם רעיון פון געזעץ המוסכם גופא. (דאס איז ל״ד א סתירה מיט׳ן רמב״ם׳ס ניינטן עיקר פון אי-השתנות התורה. מ׳קען דאס משווה זיין מיט דעם, דורך דעם וואס מ׳גלייבט אז, עכ״פ אויף התורה בכללה, וועט טאקע למעשה נישט צוקומען אז עס זאל זיין די הסכמת הכלל אויף פארקערט; א סארט ״נצח ישראל לא ישקר״ וכעין שיטת רשב״י הידוע בשבת קלח:)

דאס איז אלעס כמובן לפי דרך הרמב״ם וואס האט געהאלטן אז סיפורי התורה זענען בעצם (מער-ווייניגער) היסטאריש. מ׳קען דאס אבער לכאורה מאַדיפייען אפילו אויב נעמט מען נישט ממש אָן די הנחה.

מ׳קען שטארקן די טעזע מיט׳ן צייגן אז כהיום זענען למעשה טאקע בטל געווארן אסאך מצות התורה; ווי דער חינוך זאגט אין זיין הקדמה אז כהיום זענען פון די תרי״ג מצות נאר דא 270 וואס זענען נוהגות ע״ש. לדוגמא, המצות התלויות בבית הבחירה, וכעין קרבנות, זענען שוין נישט עקסטענט. און מ׳קען באטראכטן די אונטערליגענדע סיבה דערצו אין דעם אז דאס איז מכח דעם אז הסכמת הכלל איז אז יעצט איז די מציאות אזוי און ״מען״ ברענגט נישט קיין קרבנות אין די יעצטיגע מצב וקאנטעקסט; א סארט סאשעל קאַנסטראָקשעניזם. ואגב, לגבי החזרת הקרבנות בביאת המשיח, קען מען דאך אפלערנען דעם רמב״ם לגבי ביאת המשיח אז דאס איז נישט מער ווי אַן אידעאל לגבי די פּערפעקשאן פונעם מין האנושי צו וואו ער טוהט צוביסלעך גרייכן. (ולכן קען מען זאגן אז דעריבער שרייבט טאקע דער רמב״ם בהל׳ מלכים ריש פי״א אז בבוא המשיח וועלן קרבנות וכו׳ צוריק קומען ע״ש, וויבאלד ער רעדט טעארעטיש אין אזא סארט אויסשטעל, און טאמער די הסכמת הכלל וואלט טאקע צוריקגעקומען אזוי דערויף.) ועוד יותר, לגבי די אמונה פון ביאת המשיח (כפשוטו) גופא ובכלל, איז כהיום טאקע בעצם נישטא די הסכמת הכלל וסאשעל קאַנסטראָקשעניזם דערביי אויך נישט, וכידוע מה דאמר הגראי״ל שטיינמאן זצ״ל אז קיינער גלייבט נישט בעצם אין דעם כהיום (אחוץ תינוקות); האפן דערפאר זיכער נישט.

ואפשר לומר דה״ה נמי לגבי די מצות בנוגע די כהנים (אשר מקצתן נוהגות גם בזמנינו). והיינו, די caste און קלאס פון כהנים לגבי שאר ישראל איז דאך בהדיא א סאשעל היארארכישע אויסשטעל. און די ״רעאליטעט״ דערפון קען מען לכאורה באטראכטן ווי דעם אז דאס ווערט געשאפן און ״עכט״ דורך טאקע החלטת שאר העם וואס געבט פאר זיי אט די סטאטוס און מאכט אפ ״מיהו (משפחת) כהן״.

ואגב, ווי צוגעברענגט איז הרב דר. נתן סליפקין מבאר אז די געדאנק פון קדושה (וה״ה טומאה) לפי די ראציאנאלע מהלך הרמב״ם, איז פשוט סאָשׁעל קאַנסטראָקשעניזם: וואס די הסכמת הכלל נעמט אָן איז ״קדוש״, אט דאס איז די הגדרה פון ״קדוש״. זהו.

{התנצלות: איך ווייס אז דאס איז דקות׳דיגע און קאנטראווערסיאל. וידעתי גם ידעתי וואס דער ר״ן ממרסיי שרייבט אויפ׳ן מפרסם זיין אזא סארט מהלך, הגם עס איז (מעגליך) אמת.

איך שרייב דאס אלעס לאור א שמועס איך האב פארפיגט מיט איינער א חכם וואס האט שוועריקייטן אינעם אָננעמען תורה מן השמים כפשוטו ונגד חכמי מחקר זמנינו. ווי איך האב געשריבן בריש האשכול, פעהלט אויס כהיום, און מ׳טאר נישט אוועקשטיין פון, קאנטראווערסיאנאלע אפאלאגעטישע מהלכים משווה צו זיין אמונה והתורה, וואס טוהן זיי גענצליך מאַדיפייען מיט מדע החכמים. שרייען ״כופר״ און ״כפירה״ האט נאך קיינעם נישט געהאלפן. איינער וואס קומט שוין דא און ליינט דאס, שטעל איך זיך פאר איז נישט אינגאנצן שוה בשוה מיט די מהלך כפשוטו, אדער ער עכ״פ שרעקט זיך נישט פון זעהן מאדיפיצירטע מהלכים.

וכמובן אין אני אומר קבלי דעתי. איך זאג דאס אלעס טענטאטיוולי. און מ׳האט דאך געבעהטן איך זאל שרייבן ״קב משלי״.}


*

ובאותו ענין לגבי די השלכות וואס אזא סארט מהלך קען האבן לגבי מאראל בכלליות, א מאראלישע אנטי-ריעליזם, קען מען פרעגן אין אַן עקסטרעמען פאל, אז טאמער וואלט הסכמת הכלל צוגעקומען אז רציחה איז מותר בזמן מה (וכעין אין די די פּוּרדזש פילם פרענטשייז), איז דאס דאן דען מותר?! מ׳קען טאקע בייסן דעם בּולעט אין זאגן אז ״יא״, מיינענדיג אז עס איז למעשה, לאחר הכל, דאך פון די מוסכמות ומפורסמות - נישט מער (ועיין כאן). אדער קען מען זאגן נאך טיפער אז עס איז טאקע קיינמאל נישט במציאות אז דאס זאל מוסכם ווערן ביי רוב מענטשהייט; ביי די שוואכע זיכער נישט (וידוע וואס ניטשע האט געזאגט לגבי מאראליטעט בכלליות, וואס איז דאך חנינה וחמלה וכו׳, אז דאס איז בעצם די ״קנעכט מאראליטעט״ פון די שוואכע, און דורך א מרידה נגד די ״האַרן מאראליטעט״ פון די שטארקע, וואס איז מאכט/power וכו׳, האבן זיי געמאכט די שטארקע גלייבן אז דאס איז אומריכטיג זיי צו מאכן שפירן שולדיג).

*

צוצוענדיגן בענין זה פון סאשעל קאַנסטראָקשעניזם, איז די יו״ט שבועות האט מיר דער איד צו וועמען מ׳האט געשטעלט די פראגע פון ״זאג נאר, דו גלייבסט אין ג-ט?״, מיר געזאגט אז איך בין א חכם. ווען איך האב אים געזאגט אז עס איז נישט בעצם אזוי און צום מערסטענסט זעהט עס אפשר אויס ווי איך קען און אז מיין מעלה איז צום מערסטענסט אז איך וויל קענען חכמה וכמו שכתב הרבינו יונה בריש פ״ד באבות, האט ער מיר גע׳ענטפערט אז ״דא, וביחס צו אונז, ווערסטו גערעכענט ווי א חכם.״

דאס האט מיר געמאכט טראכטן אז דער רמב״ם ענדיגט דאך צו דעם מו״נ אז די העכסטע סארט שלימות איז שלימות בהשגת שכליית, און נאך העכער ווי שלימות במידות (פּער סע), וויבאלד דאס איז נישט אָנגעוואנדן ביחס צו אנדערע אינעם געזעלשאפט - ״היא לו לבדו [ולא לזולתו] ובעבורה יזכה לקיום הנצחי ובה האדם אדם״ ע״ש. דא האב איך צוגעברענגט אז ווי מער חכמה מ׳איז קונה, אלס מער אנערקענט מען דעם אינפיניטי פון חכמה און אז אין די לימיט האט מען דערפון 0.

ונמצא מזה אז עס זענען לכאורה פארהאן צוויי וועגן פון ווערן גערעכענט א ״חכם״: אַן אבּיעקטיווער וועג און א מער סאבּיעקטיווער וועג עפ״י סאשעל קאַנסטראָקשעניזם. והיינו, די אבּיעקטיווער וועג איז ווי מער דער מענטש האלט נענטער אינעם לימיט צו 0 (וכעין מה שכתב הרמב״ם לגבי שלימות יותר של אדם בהשגת שלולי התוארים מאת הא-ל, במו״נ ח״א פנ״ט). דערנאך איז דא די סאָבּיעקטיווער וועג עפ״י סאשעל קאַנסטראָקשעניזם וואס ווען ער ווערט גערעכענט א חכם ביי די שׁעירד עסאָמפּשענס פונעם געזעלשאפט, איז ער טאקע א ״חכם״.

עס קומט אויס אז לפי די צווייטע וועג איז יא דא א חלק ״זולתו״ אין דעם - פונקט ווי ווערן פארעכענט א ״גוטער מענטש״ ושלם במדות וועט זיך ווענדן לפי וואס די געזעלשאפט מאכט אפ און עסיוּמד.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום מי אני, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז...?" - יאיר
"אלס וואס איך ווייס איז אז איך ווייס גארנישט (אחוץ דעם עצם פאקט)" - סקראטוס
און אפילו אין דעם בין איך אויך נישט זיכער (וכן הלאה והלאה)
צומישט און צוחישט
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 259
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 27, 2023 11:03 pm
האט שוין געלייקט: 194 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 307 מאל

שליחה דורך צומישט און צוחישט »

איך טראכט צו מיר, ווען איך טרעף מי אני צוויי מינוט פאר זמן ר"ת און איך פרעג אים וואו ס'יעצט דא א מנין מנחה,,,צו איך וואלט שוין יענעם טאג געדארפט דאווענען צוויי מעריב'ס,, אדער נאר דברי חכמה איז זיין שפראך אזוי קאמפלעצירט,,
הכלל, איך וואלט געצאלט פאר א מתורגמן וואס זאל מיר פארשטיין געבן אלע מי אני תגובה'ס, ווער ס'וויליג זאל זיך אנרופן.
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5784
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 12391 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל

שליחה דורך מי אני »

דער רמב״ם רעכענט אויס אין מו״נ (ח״א פל״ד) 5 סיבות המונעות לפתוח הלמוד באלהיות/מעטאפיזיקס; וואס בעצם איז דאך די נושא דא אטע דאס. די דריטע סיבה דארט איז אורך ההצעות, והיינו ההקדמות הצריכות להנושא. אין דעם קען אויך נכלל זיין דאס אז עס איז שווער צו מסכם זיין אין קורצן אויף א ״בּאָמפּער סטיקער״ בלי אריכות בהנחות שמתחתיה.

אגב, אליהו הנביא איז דאך נענה געווארן בהר הכרמל בעת המנחה (ברכות ו:) ווען ער האט טאקע געוואלט אויפווייזן איבער די מעטאפיזישע שאלה פון ״ה׳ הוא האלקים״…
און שיעור בין השמשות (לר׳ נחמיה), וואס דאן פרעגט מען דאך מיר דא די שאלה איבער מנחה, זאגט ר׳ חנינא בשבת לה. איז אז יניח חמה בראש הר הכרמל וירד ויטבול בים ויעלה ע״ש…
:D
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז...?" - יאיר
"אלס וואס איך ווייס איז אז איך ווייס גארנישט (אחוץ דעם עצם פאקט)" - סקראטוס
און אפילו אין דעם בין איך אויך נישט זיכער (וכן הלאה והלאה)
חדשים
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 533
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 29, 2022 10:46 pm
האט שוין געלייקט: 946 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1074 מאל

שליחה דורך חדשים »

מי אני האט געשריבן:
צוצוענדיגן בענין זה פון סאשעל קאַנסטראָקשעניזם, איז די יו״ט שבועות האט מיר דער איד צו וועמען מ׳האט געשטעלט די פראגע פון ״זאג נאר, דו גלייבסט אין ג-ט?״, מיר געזאגט אז איך בין א חכם. ווען איך האב אים געזאגט אז עס איז נישט בעצם אזוי און צום מערסטענסט זעהט עס אפשר אויס ווי איך קען און אז מיין מעלה איז צום מערסטענסט אז איך וויל קענען חכמה וכמו שכתב הרבינו יונה בריש פ״ד באבות, האט ער מיר גע׳ענטפערט אז ״דא, וביחס צו אונז, ווערסטו גערעכענט ווי א חכם.״

דאס האט מיר געמאכט טראכטן אז דער רמב״ם ענדיגט דאך צו דעם מו״נ אז די העכסטע סארט שלימות איז שלימות בהשגת שכליית, און נאך העכער ווי שלימות במידות (פּער סע), וויבאלד דאס איז נישט אָנגעוואנדן ביחס צו אנדערע אינעם געזעלשאפט - ״היא לו לבדו [ולא לזולתו] ובעבורה יזכה לקיום הנצחי ובה האדם אדם״ ע״ש. דא האב איך צוגעברענגט אז ווי מער חכמה מ׳איז קונה, אלס מער אנערקענט מען דעם אינפיניטי פון חכמה און אז אין די לימיט האט מען דערפון 0.

ונמצא מזה אז עס זענען לכאורה פארהאן צוויי וועגן פון ווערן גערעכענט א ״חכם״: אַן אבּיעקטיווער וועג און א מער סאבּיעקטיווער וועג עפ״י סאשעל קאַנסטראָקשעניזם. והיינו, די אבּיעקטיווער וועג איז ווי מער דער מענטש האלט נענטער אינעם לימיט צו 0 (וכעין מה שכתב הרמב״ם לגבי שלימות יותר של אדם בהשגת שלולי התוארים מאת הא-ל, במו״נ ח״א פנ״ט). דערנאך איז דא די סאָבּיעקטיווער וועג עפ״י סאשעל קאַנסטראָקשעניזם וואס ווען ער ווערט גערעכענט א חכם ביי די שׁעירד עסאָמפּשענס פונעם געזעלשאפט, איז ער טאקע א ״חכם״.

עס קומט אויס אז לפי די צווייטע וועג איז יא דא א חלק ״זולתו״ אין דעם - פונקט ווי ווערן פארעכענט א ״גוטער מענטש״ ושלם במדות וועט זיך ווענדן לפי וואס די געזעלשאפט מאכט אפ און עסיוּמד.
בייגעלייגטע פיילס
Screenshot_20230531_082812_Drive.jpg
Screenshot_20230531_082812_Drive.jpg (69.33 KiB) געזען געווארן 551 מאל
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5784
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 12391 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל

שליחה דורך מי אני »

בעצם איז אזוי משמע אין מסילת ישרים פכ״ב. מיינענדיג, אז ס׳קען זיך שטעלן א חקירה אז טאמער האלט דער מענטש באמת ביי זיך אז ער איז גארנישט, אבער ער האלט אז אנדערע זענען ״נאך מער גארנישט״ ווי ער, איז ער א בעל גאוה? פונעם מסילת ישרים קומט ארויס אז יא ע״ש. (און דאס איז טאקע די געדאנק: אז דו ביסט גארנישט איז דאך נישט שייך צו זיין ״נאך מער גארנישט״. וכעין די וויץ דזשאָרדזש אָרוועל׳ס ענימעל פאַרם: ״אלע בהמות זענען אייניג, אבער אפאר בהמות זענען מער אייניג ווי אנדערע.״)

והאמת בזה איז אז בנוגע חכמה וחכם איז אפילו פון אַן אבּיעקטיוו מבט דאס אזוי, ואפילו ביחס צו אנדערע. מיינענדיג, ווי צוגעברענגט פון שטיינבערג׳ס טרייאַרכיק טעאריע פון אינטעליגענץ איז דאס געדאנק פון ״אינטעליגענץ״ והגדרתה צוטיילט אויף דריי מינים: אנאליטיק, קריעיטיוו, און פּראקטיש. דערנאך זענען דא נאך מאדעלן, ווי דר. האַוּערד גאַרדנער האט עס צוטיילט אין צו אכט סוגים והם:

1). מוזיק - א חוש דערצו

2). וויזשוּעל-ספּעישעל - פארשטיין צו יחס במקום איין זאך צו א צווייטן

3). לינגוּאיסטיק/שפראך - פארשטיין צו רעדן, שרייבן און קונסטווערק דערין, און ארויסהאבן כוונת המחבר

4). לאגיש/מאטעמאטיש - רעכענען און טראכטן (כעין שטיינבערג׳ס אנאליטיק חכמה)

5). אטלעטיש/פיזיש - פארשטיין צו זיין אייגן גוף וויאזוי עס רוקט זיך פונקטליך און דאס פיהלן אטאמאטיש

6). אינטערפּערסאנאל/סאציאל - וויאזוי זיך אומצוגיין און אויסקומען מיט מענטשן וכו׳

7). אינטראַפּערסאנאל/אינטראספּעקשאן - ארויסהאבן זיין אייגן נפש (פסיכאלאגיש)

8). נאטורליך - פארשטיין און א חוש צו נאטור און די בריאה

צו דעם האט מען צוגעלייגט אנדערע ווי: א חוש צו אויסלערנען אנדערע, א חוש צו דידזשיטעל און קאמפּיוטערס, הומאר, קאכן, און פארשטיין צום אנדערן מין [מענער צו פרויען אדער פרויען צו מענער וכו׳] און געשלעכט.

הכלל, ״חכמה ואינטעליגענץ״ איז מתפצל לכמה ענפים סוגים ומינים. איז דאס וואס א מענטש איז מער א ״חכם״ ווי א צווייטן אין איין דאָמעין, איז דער צווייטער מער ״חכם״ ווי אים אין אַן אנדערן. ומה לו להתיהר?

ובכלל, ווי דער מסילת ישרים בעצם ברענגט דארט ארויס, איז ווי מער חכמה מ׳איז קונה אלס מער זעהט מען אז מ׳האט 0 דורכ׳ן לימיט הנ״ל. איז געבט די סברא מיט זיך נישט צו האלטן גרויס. און מ׳האלט זיך פשוט גרעסער פון אנדערע פשוט ווייל זיי האבן דאס נישט איינגעזעהן? דאס איז כעין ווי אַן ערוואקסענער באטראכט צוויי קליינע קינדער וואס איינער האלט זיך גרעסער פונעם צווייטן ווייל ער איז שטערקער ווי אים. אבער דער ״שטערקערער״ איז בערך די זעלבע שוואך ווי דעם צווייטן ביחס צום דרויסענדיגער ערוואקסענער. און דער ערוואקסענער לאכט טאקע פונעם ״שטערקערער״ קינד׳ס גאוה דערין - פון א דרויסענדיגער בליק איז דאס אילאגיש. וכן הוא לגבי חכמה, וואס דאס איז די אביעקטיווער יחס וואס מאכט אויס מ׳דארף קלערן ביחסה. (ובכלל ידוע אז עפּיסטעמיק יוּמיליטי, צוקומען צו א הכרה וענווה אז מ׳קען טאקע גארנישט ביחס צו חכמה בכללה, קען שוין אליינס זיין א סימן פון חכמה. ואגב, אז איך האב פריער צוגעגליכן דעם קאלקולוס לימיט ביי חכמה צו א שלימות אין ווי מער א הכרה אין שילולי התוארים מהא-ל וואס דער רמב״ם דערמאנט במו״נ ח״א פנ״ט, קען מען זאגן נאך מער. והיינו, אז דארט זאגט דער רמב״ם לגבי תוארים על הא-ל ״אם כן השתיקה יותר ראויה וההסתפקות בהשגת השכלים, כמו שצוו השלמים ואמרו (תהלים ד ה) אמרו בלבבכם על משכבכם ודומו סלה״ ע״ש. און אויב ביי חכמה איז דאס זעלבע, דאן געבט דאס נאך א פשט אין (אבות ג יג, ועיין בפסחים צט.) סייג לחכמה שתיקה ע״ש. והיינו, אז פונקט ווי לגבי תוארים על הא-ל וואס שלימות איז אז מ׳אנערקענט אז מ׳דארף ווי מער שולל זיין ולכן שווייגן לגבי זאגן מ׳אנערקענט דאס אין א פאזיטיוון אופן, כן הוא לגבי חכמה בכלליות: שווייגן לגבי זיך האלטן א חכם וקנין בחכמה בכלל.)
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז...?" - יאיר
"אלס וואס איך ווייס איז אז איך ווייס גארנישט (אחוץ דעם עצם פאקט)" - סקראטוס
און אפילו אין דעם בין איך אויך נישט זיכער (וכן הלאה והלאה)
מתבודד
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 771
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 14, 2022 1:50 pm
האט שוין געלייקט: 1291 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1552 מאל

שליחה דורך מתבודד »

מי אני האט געשריבן: צו דעם האט מען צוגעלייגט אנדערע ווי: א חוש צו אויסלערנען אנדערע, א חוש צו דידזשיטעל און קאמפּיוטערס, הומאר, קאכן, און פארשטיין צום אנדערן מין [מענער צו פרויען אדער פרויען צו מענער וכו׳] און געשלעכט.
;)
:lol:
רעכן זיך נישט מיט די וועלט, די וועלט רעכנט זיך נישט מיט דיר.
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5784
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 12391 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל

שליחה דורך מי אני »

א חכם האט מיר געפרעגט אז ווי ווייט גייט די סאָשעל קאַנסטראָקשעניזם אין די ענינים? גייט מען אויך זאגן אז אין וואס, ‏לדוגמא, די מאָרמאָנס גלייבן איז נישט שטותים, ווייל אין זייער געזעלשאפט איז דאס די הסכמת הכלל?

די געדאנק דערפון איז אז ״איה״נ״. ווי דר. דוד עלדער-וואַס שרייבט איז דאס בעצם א פּאָסטמאַדערניסט מהלך, וואס גייט מיט א מער לויזערע קאנצעפּט פונעם געדאנק פון ״אמת״, און האט טאקע קלאנגען פון די מהלך פון (פּראָטאַגאָראס׳ס) רעלעטאוויזם. ער אליין איז טאקע אינעם בוך עוסק באריכות וויאזוי סאָשעל קאַנסטראָקשעניזם קען גיין אין איינקלאנג און צוזאמען מיט א מער אבּסאלוטע ריעליסט מהלך.

און נאך טיפער, דאס איז הכל מודים אז עס איז דא א רעאליטעט וואו די מאָרמאָנס האלטן אזוי; דאס איז אַן עמפּירישע פאקט לכל הדיעות. וואס דאס זאגט פשוט איז אז פאר זיי בתוכם ווערט דאס, אין זייער געזעלשאפט וואס זיי אלע נעמען דאס אָן אין זייער שפראך און רעדן צווישן זיך, א מציאות ממש.

ואפשר לומר עוד בזה אז עס איז יתכן צו מאכן א שטיקל חילוק צווישן מושכלות און מפורסמות/״מוסכמות״. והיינו, ווי דער רמב״ם איז מגדיר במו״נ ח״א פ״ב, איז דא א חילוק צווישן ״מושכלות״, והיינו די סארט מדע פון פאקטן וכדומה אויף וואס ס׳איז חל די הגדרה פון ״אמת או שקר״, און ״מפורסמות״ וואס זענען בהסכמת בני אדם, והיינו די סארט מדע און פאקטן וכדומה אויף וואס ס׳איז חל די הגדרה פון ״טוב או רע/נאה או מגונה״ ע״ש. די שאלה איז וואו פונקטליך איז די אפטייל צווישן די צוויי?

מ׳קען דאס פארשטיין מיט אזא סארט משל: לו יצוייר אז יעדער איינער בעולם מאכט אפ מאיזה סיבה אז 1+1=3, ווערט דאס דעמאלטס מחמת סאָשעל קאַנסטראָקשעניזם די מציאות ממש? דאס אז 1+1=2 און 1+1≠3 איז דאך בוודאי פון די מושכלות. און פשוט אלס סאָשעל קאַנסטראָקשעניזם ווערט דאס יעצט אויס ״אמת״ און די מציאות?! אתמהה. דא איז אבער וואו די באקאנטע מימרא פון פרידריך ניטשע קען אריינקומען, ״עס זענען נישטא קיינע פאקטן, נאר פירושים פון פאקטן.״ והיינו, אינעם, בפרט אלגעמיינער, ״לעבנסוועלט״ פונעם מענטש, ומהאדם אל קצתו, זענען די אמת פון די ריינע מושכלות נישט נוגע - עס איז נאר די אָנגענומענע פראקטישע ״פירוש״ בהחיים ובהחברותא וואס די פאקט או מושכל האט וואס איז נוגע. ולכן, ממבט המושכל עצמה טוישט זיך טאקע נישט די ״אמת״ פון 1+1=2 על אף אז די סאָשעל קאַנסטראָקשען דא זאגט אז עס 1+1=3. אבער, אינעם אלגעמיינעם פראקטישן לעבנסוועלט וואו יעדער האט אָנגענומען אז 1+1=3 איז דאס טאקע די מציאות בחיי יום יומי שלו. (צי ס׳וועט זיך אויסארבעטן פאר א געזעלשאפט וואס נעמט אָן אזוי, איז אַן עקסטער שאלה…)

אין אנדערע ווערטער, קען מען דאס באטראכטן ווי וואו מושכלות זענען אינעם שפראך און אלגעמיינעם לעבנסוועלט פונעם חיי החברותא, איז דא א פגישה און די בּאַוּנדעריס ווערן למעשה פארוואסערט צווישן מושכל ומפורסם/מוסכם.

ולכאורה קען מען דאס נוצן צאמצושטעלן דאס געדאנק פונעם אָננעמען א מער ראציאנאלישער רמב״ם׳יסטישע צוגאנג צו אמונות יהדות אין אלגעמיין און פונדעסטוועגן אָנהאלטן, אויף אַן ״אמת״, א ״רעבשייעבערעבמשה״ אידישקייט. והיינו, ער קען אָננעמען במושכל (מער-ווייניגער) גישת הרמב״ם אז דאס אלעס איז איין שטיק שטות און סוּפּערסטישאן. אבער אין דאס לעבנסוועלט פון זיין געזעלשאפט, וואס נעמט דאס אלעס אָן און געבט דאס אַן ״אמת״ וממשות ממש, קען ער ב״אמת״ ובאמת זינגען (ולכאורה אפילו ווען ער איז אליינס) מיט א דביקות און טרערן ״ר׳ ישעיה בן רבי משה, ר׳ ישעיה בן רבי משה, פועל פאר כלל ישראל״, ווייל עס איז טאקע יא אמת ממש אין זיין לעבנסוועלט ועפ״י הנ״ל.

און ווי א חבר האט מיר געזאגט אז ער איז געזעצן ביי א ג׳ אייר יארצייט סעודה און איינער האט דארט געפרעגט, ״דו האלטסט אז ר׳ ישעיה איז דא?״ האט אים יענער גע׳ענטפערט, ״דא זיצן הונדערטער אידן אזוי אויף דעם. איז ער דען נישטא?״ ולפי הנ״ל (אפגעזעהן צי יענער האט דאס געמיינט צי נישט) אעז די כוונה נאך טיפער: אט די הסכמה פון די הונדערטער אידן, ״מאכט״ דאס טאקע די מציאות פשוטו כמשמעו (אָן אריינברענגען ״העכערע ענינים״ אדער מיסטיסיזם). ודון מינה ואוקי אשארא.

ואיה״נ אז דאס רירט אָן אויפ׳ן געדאנק פונעם הגדרה פון ״אמת״ עפ״י די פּראגמאטישע טעאריע פון אמת, וואס ווי וויליאם דזשעימס האט דאס מגדיר געווען איז ״אמת״ דאס וואס קומט ארויס און איז קאנפירמד פון די נוצליכקייט פאר׳ן מענטש לבסוף פון די פּראפּאזישאנס וואס מ׳האט מעיקרא אָנגענומען, פונקט אזוי ווי ״ריכטיג״ אין דעם ביחס צו התנהגותו של אדם און וואס מ׳גייט לבסוף שאצן און דזשאָדזשן מעשיו. (א חילוק והשוואה אין דעם צווישן ״מושכלות״, שעליהם חל ״אמת״ כנ״ל, און ״מפורסמות״, שעליהם חל ״נאה וטוב״.)

אין אנדערע ווערטער, ער קען ליגן אין די סארט קולטוראלישע "אמת" מכח דעם סאָשעל קאַנסטראָקשעניזם דערפון. אבער, ווי געזאגט בריש האשכול, איז אבער טעארעטיש זאל ער אלס ליגן להבין המושכלות כמו שהם מכח אמת אלס מושכל, ווייל להרמב"ם ואריסטו איז דאס די מעלה פונעם אדם שיש לו נפש משכלת.

ובכלל, אין זייער רעצענזיע אויף דר. עלדער-וואַס׳ס בוך, געבן זיי טאקע פאר סאָשעל קאַנסטראָקשעניזם א מער כעין בּיהעיוויאריסט הסבר, וכעין וואס איך האב געשריבן אויבן לגבי דאס צוגאנג צו א רעליגיעזע לעבן:
Elder-Vass examines the ontology of a range of normatively based phenomena – culture, language, discourse and knowledge – and argues that each of these are constructs of the intentional relations and representations of norm circles. What this means is that how one acts in conformity to a certain norm, and the (positive or negative) feedback that they receive, creates a situation in which individuals assimilate the rules of behaviour into their own practical rationality. They face what Elder-Vass calls a ‘normative environment’ – a mechanism of the norm circle – that gives the norm circle the causal power to increase the tendency of people to conform to the norm
והיינו, אז די רעאליטעט וואס דאס שטעלט אויס פאר׳ן מענטש בתוך די געמיינדע, איז די רעאליטעט וואס איז ביחס צו זיין התנהגות עפ״י די נארמעס פון די געמיינדע וחברותא. וכעין ווי אזוי דר. בּוּרהוּס פרעדעריק סקינער, פון די פאטערן פון בּיהעיוויאריזם, האט מגדיר געווען ״קולטור״ בכלל:
Culture is a collection of the contingencies of reinforcement into which individuals are born and to which they are exposed throughout their lives
וכמובן אז לגבי וויסן וואס פונקטליך די געמיינדע האלט און גלייבט וכו׳, קען מען זאגן ווי דר. טאמאס קריטשפילד און דר. דערעק ריִד שרייבן:
Debate could be waged over what defines “importance” but for present purposes, we invoke it in the generic sense of Baer et al. (“the interest which society shows in the problems being studied;” p. 92) and assume that, as with pornography, observers will know it when they see it
אגב, דער ראי״ה שרייבט אין זיין עין איה (ח״א אות נא) אויף ברכות ו.:
יש דברים ששלשה חשובים רבים לגבייהו, כמו דינים וברכת הזימון וכיו"ב. ויש דברים שעשרה חשובים רבים וממלאים המספר ולא פחות. ונראה שורש ההבדל, דהנה יש שני מינים של הנהגות שצריך האדם ללכת בהם בדרך הטוב והישר שהוא דרך ה׳, שהיא תפארת לעושיה ותפארת לו מן האדם. היינו בדברים שכליים, שענינם אמת ושקר. ובדברים המפורסמים, שענינם טוב ורע, או נאה ומגונה . והנה ההבדל הוא, דאמת ושקר אם שאין ביד האדם לחתוך גדר האמתיות, ע"כ עליו ללכת בכל משפט מסופק אחרי רבים. ע"כ לענין דברים שכליים ומשפטים השלשה הם רבים, שיש בהם כח הכרעה, מפני שאין ב"ד שקול. ולענין דברים המפורסמים, כל עקרם הוא ההסכמה הכללית, לענין זה אין רבים פחות מעשרה, שעשרה הם יסוד הרבים לענין הסכמת הפרסום. והנה בנ"א ההולכים בדרך ישרה, לענין מפורסמות אין ספק שמה שיסכימו שהוא נאה, הוא נאה באמת, ומה שיסכימו שהוא מגונה, הוא מגונה באמת. ע"כ אסור ליחיד לפרוש מן הציבור בשום אופן. אבל ההבדל שבין האמת והשקר, לא ניתן להאמר שהמיעוט לא יכוין לעולם האמת, כ"א אחרי שיוכרע הרוב לצד א' יש חיוב למיעוט שיבטל דעתו. ע"כ לגבי שלשה רק עד דיתבי, ויוכרע הרוב כאחד מהצדדים, אתיא שכינה, והשפעה האלקית מתאמת אז אל ההכרעה. אבל עשרה, קדמה שכינה ואתיא, מאין צורך אל הכרעה נולדת. כי המפורסם לרבים הוא, כן הוא מצד עצמו בענינים המפורסמים, ואין צורך להכרעה לומר שרק אז יוכרע הדבר.
און ווי הרב דר. מיכאל אברהם איז דאס מסביר:
בדברים השכליים והמשפטיים יש אמת אובייקטיבית, כזו שלא תלויה בפורום שקובע אותה. הרוב בפורום הוא רק אינדיקציה לכך שזוהי האמת, אבל גם אם הם טועים האמת לא משתנה. הרוב יכול לטעות כמובן. מה שהולכים אחר הרוב בשאלות של אמת ושקר זה רק מפני שהרוב הוא אינדיקציה לכך שזוהי האמת, אבל אינדיקציה לא מוחלטת כמובן. לעומת זאת, בשאלות של הנאה והמגונה, כלומר במפורסמות, שם הרוב קובע ומכונן את האמת ולא רק מהווה אינדיקציה אליה. מה שהרוב אומר הוא הוא האמת, שכן מדובר באמת קונוונציונלית (=מפורסמות). בהקשרים כאלה, הקונוונציה הציבורית היא האמת עצמה.
אבער ווי געזאגט קען מען דאס צומאל באטראכטן אז די זעלבע זאך איז אמת ממבט חברותי און שקר ממבט שכלי.

און אז מ׳האט דערמאנט די השלכות פון סאָשעל קאַנסטראָקשעניזם לגבי מאראלישע ריעליזם, טענה׳ט דארט הרב דר. אברהם לגבי גישת הרמב״ם בזה:
לכאורה נראה שהוא מסווג את הטענות המוסריות והערכיות (טוב ורע) תחת מפורסמות. ומכאן שלדעתו אלו אינן טענות עובדה שניתן לשפוט אותן במונחי אמת ושקר, אלא קונוונציות שנשפטות במונחי טוב ורע. אבל הבנה זו בדבריו תמוהה. במקומות רבים הרמב"ם מתייחס לעקרונות מוסריים כחלק מהשכל, ולאדם מוסרי כחכם. לדוגמה בפרק השישי משמונה פרקים הוא מבחין בין המצוות השכליות לשמעיות. כלומר המצוות המוסריות הן חלק מהשכל לדעתו.

נראה שכוונתו כאן לא לטענות מוסריות אלא לטענות של נימוסים והנהגות. נימוסי שולחן ודרכי התנהגות הן קונוונציות, "מפורסמות". תוקפן נובע מההסכמה החברתית. הרמב"ם אומר עליהן שלעשות X או לא לעשות Y זה טוב או רע, כמו נאה או מגונה. אבל נראה שאין כוונתו כאן לטוב ורע במובן שמשתמשים ביחס לטענות מוסר, אלא במונחי הנימוס המוסכם של נאה ומגונה. הרמב"ם בעצם אומר שיש ערך לנהוג בצורה מתורבתת שמקובלת בחברה בה אנו חיים, ולכן ניתן לומר גם על מעשים כאלה שהם טובים או רעים. אבל אלו לא ערכים מוחלטים כמו ערכי המוסר, אלא ערכים תלויי חברה ומקובלות חברתיות.

דומני שהמינוח הזה משקף תחושה רווחת ביחס לנורמות המוסר. הן בעצם עוסקות באמת ושקר (יש שם נכון ולא נכון), אבל בכל זאת יש בהן משהו קונוונציונלי, כלומר רכיב שהוא תלוי מוסכמה חברתית. ראינו למעלה שרבים רואים את נורמות המוסר כקונוונציות. וראינו גם שהרמב"ם והרב קוק כנראה לא סבורים כך, אבל המינוח שלהם מצביע בכל זאת על שיתוף כלשהו של נורמות המוסר וההלכה גם עם המגונה והנאה, על אף שהן לא קונוונציות פשוטות. זו קטגורית ביניים בין הציר אמת-שקר לציר מגונה-נאה. יש בו משני הצירים הללו.

כשלמדנו את הדברים חשבתי שאולי ניתן להבין את האינטואיציה והמינוח הללו באופן הבא. באמת יש לחברה תפקיד בהקשר המוסרי, למרות שלא מדובר בקונוונציה (כמו המגונה והנאה), קשה להתעלם מכך שהחברה אכן משפיעה על ראייתנו המוסרית. יש כמובן מסד מוסרי משותף רחב מאד בכל החברות, אבל בכל זאת יש גם הבדלים. חברות שונות תופסות באופן אחר לפחות חלק מעקרונות המוסר. והפרטים ששייכים אליהן מאד מושפעים מהתפיסות שמקובלות בחברה שלהם.

יתר על כן, גם באותה חברה עצמה יש שינוי מוסרי עם הזמן. מה שנתפס בחברה כלשהי כרע בזמן מסוים, יכול להפוך לטוב או ניטרלי בזמן אחר. טלו כדוגמה את שאלות העבדות, ההפלות, השוויון המגדרי, ההומוסקסואליות, הדמוקרטיה וזכויות האזרח, האינדיבידואליזם, ההטרדות המיניות ועוד, דברים שמעמדם המוסרי השתנה באופן מאד עמוק עם השנים. אותה חברה עצמה הפכה את עורה ביחס לערכים אלו, ולכן קשה לטעון שתפיסתו של הפרט לא קשורה לנורמות שמקובלות בחברה.
ער וויל טענה׳ן בעד מאראלישע ריעליזם און מחלק זיין אז ביי מאראליטעט איז בעצם טאקע יא חל דערויף ״אמת ושקר״ כהמושכלות. נאר אנדערש ווי שאר המושכלות וואס זענען ניתן להבחין ע״י עיני השכל של היחיד, פעהלט אויס ביי מאראליטעט להבחינם ע״י עיני השכל החברותי והכוללת של הציבור בה הוא חי.

ועיין בביאור מלות הגיון להרמב״ם(?) (שער ח) וואו ער שרייבט אז ״כי חסד המטיב ביותר נכבד נאה ומקובל״ איז פון די מפורסמות. ועיין ברמבמ״ן שם אז די געדאנק דערפון איז אז המפורסם אינו צריך ראיה און עס איז אינעיט אינעם מענטש אזוי צו פארשטיין (און דאס דערמאנט פון סקראט׳ס שיטה פון אַנאַמנעסיס לגבי המושכלות).

***

דא ברענגט דר. נעמי סיידמאן, אליינס אַן OTD, ארויס אז אין אסאך פעלער זענען דאס וואס שטופן אינטעלעקטשואלע מאטיוון פאר׳ן ווערן OTD, מכח דעם ווייל מ׳שטעלט מעיקרא צו שטארק צאם אמונה וקיום המצות. זי ברענגט דארט אויך ארויס די געדאנק פון דר. זלמן נוּפיִלד אז ס׳איז בדרך כלל קיינמאל נישט ריין אינטעלעקטשועל.

***

דר. יגאל בן-נון זאגט דא אין זיין לעקציע איבער היסטוריה היהדות:
היהדות, עד עצם היום הזה, דחתה את עיקרון האמונה. היו נסיונות לאמץ ולהפוך את היהדות כדת כמו הנצרות והאיסלם, ולא הצליחו.
ער ברענגט אראפ דעם געדאנק פון ישעיהו ליבוביץ וואו די עיקר איז קיום המצות. ער ברענגט דארט אויך ארויס אז יהדות, ווי אונז קענען זי, איז אויסגעשטעלט פאר גלות און קען נישט געהעריג ארבעטן ללא גלות ובמדינה יהודית.
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז...?" - יאיר
"אלס וואס איך ווייס איז אז איך ווייס גארנישט (אחוץ דעם עצם פאקט)" - סקראטוס
און אפילו אין דעם בין איך אויך נישט זיכער (וכן הלאה והלאה)
חדשים
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 533
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 29, 2022 10:46 pm
האט שוין געלייקט: 946 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1074 מאל

שליחה דורך חדשים »

אויב גייסטו שוין מיט סאָשעל קאַנסטראָקשעניזם קענסטו שוין צוזאמענשטעלן קיום המצוות מיט גלייבן אין ג-ט. דאס איז דאך סאך א שטערקערע סאָשעל קאַנסטראָקשעניזם.

צאמצושטעלן סאָשעל קאַנסטראָקשעניזם מיט ריעאליטי איז א סטרעטש. איך האב נישט געליינט די צוגעצייכענטע בוך אבער איך גלייב אז ער איז כמעט א דעת יחידאה. בפשטות מאכט נישט קיין סאָשעל קאַנסטראָקשעניזם א מציאות. נעם למשל די געזעצן פון גראוויטי, ספיד אף לייט, טערמאדינאמיקס אדער דיין משל פון 1+1, אפילו סאָשעל קאַנסטראָקשעניזם גייט האלטן פארקערט גייט דאס נישט מאכן די סייענטיפישע געפריווטע מציאות אנדערש. פונקט ווי סאָשעל קאַנסטראָקשעניזם האט אוועקגעשטעלט גענדער, ראסע און אין פריערדיגע צייטן רציחה במלחמות, אבער אזויווי זיי זענען געווען געבויעט אויף פאלשע גלויבונגען איז דאס געטוישט געווארן איינמאל עס איז געווארן סייענטיפיש געפריווט אנדערש. הוא הדין לגבי רעליגיע והמסתעף.

דאס מיינט אז סאָשעל קאַנסטראָקשעניזם איז נישט מער ווי גלויבונגען. עס רירט נישט קיין סייענטיפישע פאקטן און עס טוישט זיך מיט סייענטיפישע פאקטן.

בפשטות, ווען די ציבור איז זיך טועה אין א סייענטיפישע געפריווטע פאקט איז נישט דא קיין איסור לפרוש מן הציבור אפילו להגראי”ה.
באניצער אוואטאר
דיכטער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 288
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 13, 2023 8:50 pm
האט שוין געלייקט: 730 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1527 מאל

"דו גלייבסט אין ג-ט?"

שליחה דורך דיכטער »

כ׳׳פרעג אזוי, וויאזוי ווייסטו, לאמיר זאגן, אז גראוויטי איז אמת? כמיין צו זאגן ״אמת״ אמת, נישט סתם אמת ווייל אזוי איז.
דאס איז דאך נאר ווייל עס איז אנאליזירט געווארן, אויסגעפרואווט געווארן און באשטעטיגט געווארן צו זיין וויסנשאפטליך אמת.
אבער איין מינוט, ווער זאגט אז ווען עפעס ווערט פעסטגעשטעלט מיינט עס אז עס איז אמת? דאס איז דאך אויך א פאקט וועלכע מיר מענטשן האבן אנגענומען דורך צוגלייכן אונזערע היסטארישע עקספיריענס אין לעבן מיט די סיטואציעס מיט וועלכע מיר באגעגענען זיך טאג-טעגליך.
גארנישט מוז נישט זיין אמת-לאמיתת-אמיתו, אמת׳דיג. דער גאנצע קאנסעפט פון אמת׳דיגקייט איז א מענטשליך געמאכטע, מעיקרא.

מי אני: פליז קאנפערם טאמער איך זאג עפעס…
חדשים
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 533
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 29, 2022 10:46 pm
האט שוין געלייקט: 946 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1074 מאל

שליחה דורך חדשים »

קענסט נעמען א משל פון סייענטיפישע שטודיעס וואס האט זיך ארויסגעשטעלט אומריכטיג. למשל, ווען מען האט געמיינט אז די אטאם איז די קלענסטע פארטיקל. עס האט נישט געמאכט די אטאם ווייניגער מציאות’דיג אדער אמת’דיג. עס איז פשוט אז אונזער פארשטאנד אין די וועלט איז נישט געווען קאמפליעט. און עס וועט קיינמאל נישט זיין.
Screenshot_20230606_174402_Chrome.jpg
א פאקט איז א פאקט אפילו עס איז נישטא קיין מענטש אויף די וועלט.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום חדשים, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5784
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 12391 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל

שליחה דורך מי אני »

חדשים האט געשריבן:אויב גייסטו שוין מיט סאָשעל קאַנסטראָקשעניזם קענסטו שוין צוזאמענשטעלן קיום המצוות מיט גלייבן אין ג-ט. דאס איז דאך סאך א שטערקערע סאָשעל קאַנסטראָקשעניזם.
אט דאס טוה איך טאקע. וכמו שכתבתי לעיל. ווי איך האב דארט אָנגעהויבן:
מי אני האט געשריבן:מ׳קען בעצם נעמען דעם געדאנק פון דאס אז סאשעל קאַנסטראָקשעניזם איז דאס וואס מאכט מציאות הא-ל ״עכט״ (און די מאראלישע אנטי-ריעליזם וואס קען מיטקומען דערמיט), נאך ווייטער אויך לגבי המחייב והנותן תוקף לקיום המצות והתורה בכלל.
חדשים האט געשריבן:צאמצושטעלן סאָשעל קאַנסטראָקשעניזם מיט ריעאליטי איז א סטרעטש. איך האב נישט געליינט די צוגעצייכענטע בוך אבער איך גלייב אז ער איז כמעט א דעת יחידאה. בפשטות מאכט נישט קיין סאָשעל קאַנסטראָקשעניזם א מציאות. נעם למשל די געזעצן פון גראוויטי, ספיד אף לייט, טערמאדינאמיקס אדער דיין משל פון 1+1, אפילו סאָשעל קאַנסטראָקשעניזם גייט האלטן פארקערט גייט דאס נישט מאכן די סייענטיפישע געפריווטע מציאות אנדערש.
דאס איז וואס איך זאג לגבי מאכן א חילוק אפילו אין די מושכלות אליין, צווישן די חלק המושכל שבהם פּער סע, והיינו די פאקטישע אנאליטישע צי סינטעטישע מציאות, און די חלק המפורסמות שבהם, וואס זענען פשוט מכח הסכמה. מיינענדיג, די חילוק ארבעט אין דעם צווישן ניטשע'ס "פאקטן", די חלק המושכל וואס איז נישט אָנגעוואנדן אין הסכמת האדם כלל, און די "פירושים פון די פאקטן", וואס איז בהכרח יא. אין אנדערע ווערטער, די סייענטיפישע געפריווטע מציאות פּער סע וועט טאקע נישט ווערן אנדערש אזוי צי אזוי (1+1 ווערט נישט בעצם 3), אבער די פענאמענאלאגישע עקספּיריענס און "פירוש" דערפון בתוך די געזעלשאפט ווערט יא. (וכמובן, איז דאס נאך אלעס פאר'ן צוקומען צו איידיעליזם און/אדער סקעפּטיסיזם וואס קענען דאס אפשר נאך מער שטארקן, ואכמ"ל.)
חדשים האט געשריבן:פונקט ווי סאָשעל קאַנסטראָקשעניזם האט אוועקגעשטעלט גענדער, ראסע און אין פריערדיגע צייטן רציחה במלחמות, אבער אזויווי זיי זענען געווען געבויעט אויף פאלשע גלויבונגען איז דאס געטוישט געווארן איינמאל עס איז געווארן סייענטיפיש געפריווט אנדערש. הוא הדין לגבי רעליגיע והמסתעף.
איה"נ. דא אבער קומט אריין די פארנעפּעלטע און קאמפּליצירטע סוגיא פון די השלכות פון די שיטה לגבי מאראלישע ריעליזם, וועלכע איך האב טאקע דערמאנט, ובנוגע מיין משל אויב ביי הסכמת הקהל להתיר רציחה וועט דאס דאן זיין "ריכטיג".
חדשים האט געשריבן:דאס מיינט אז סאָשעל קאַנסטראָקשעניזם איז נישט מער ווי גלויבונגען. עס רירט נישט קיין סייענטיפישע פאקטן און עס טוישט זיך מיט סייענטיפישע פאקטן.
ווייטער איה"נ. (הגם דאס קען שוין אָנרירן אויף דעם אז אפילו סייענטיפישע פאקטן זענען מיוסד אויף "גלויבונגען" און האבן די (ווי נישט) עפּיסטעמאלאגישע שוואכקייט אין דעם פונעם מונכהויזן טריילעמאַ און דעם פראבלעם פון אינדאָקשען. ווי געזאגט, רירט דאס שוין אלעס צו צו סקעפּטיסיזם בכלל. איך גלייב אז צו דעם ציהלט @דיכטער.)
חדשים האט געשריבן:בפשטות, ווען די ציבור איז זיך טועה אין א סייענטיפישע געפריווטע פאקט איז נישט דא קיין איסור לפרוש מן הציבור אפילו להגראי”ה.
ריכטיג. לגבי "איסור" האב איך טאקע געשריבן אז הסכמת הכלל לגבי קביעות לחייב איז שוואך ווען עס איז בטעות יסודה. און אין די מאמר פון הרב דר. מיכאל אברהם וואס איך האב פריער צוגעברענגט, שרייבט ער טאקע לגבי הראי"ה בזה:
לכן בהלכה מותר ליחיד לפרוש מהחלטת הרוב, שכן רוב בבי"ד לא קובע מהותית את האמת. כפי שקובעת הגמרא בהוריות ב (טועה במצוות לשמוע לדברי חכמים), יחיד לא צריך לשמוע בקול בי"ד שטעה. אם הם טעו זו לא האמת. אבל פרישה מן הציבור אינה אופציה. עצם הקביעה הציבורית (לגבי המפורסמות) היא היא האמת. לכן שם הרוב קובע מהותית ואין לפרוש ממנו. למרבה האירוניה דווקא בשאלות שבהן לא האמת קובעת החובה ללכת אחרי הרוב היא מוחלטת. בשאלות של אמת ושקר הרוב הוא אינדיקציה אבל אין חובה חלוטה להיצמד אליו.
דא איז "אמת" מער מכח וממבט מושכלי ומציאות (אינעם טעקסט) וכנ"ל. און דא שווימט טאקע ארויף צום אויבערפלאך וואו איז די דימארקעישאן פּונקט וואו איך גיי זאגן אז הגם 1+1=2 במושכל, איז אבער די קאנסענסוס דערויף מאכט דאס 3 ב"אמת" ואפילו לחייב (אזא סארט "אתם אפילו מוטעין"), און וואו נישט (ובפרט אז ביי הלכה איז דאך דאס לכו"ע תלוי ב"פירושים")? ולכאורה הוא אז בסתם טאקע נישט (חוץ טאקע ביי קידוש החודש שחידוש הוא, ועיין בפירוש על הרמב"ם בהל' קידוש החודש פ"ב ה"י), ובפרט וואו מ'קען זאגן אז זיי וואלטן מודה געווען בטעותם ווען זיי זעהן ווען דאס איין. (און מ'קען גאר טענה'ן אז דאס'ן נישט דארפן מציית זיין להרבים כשהפסק יסודה בטעות, ליגט אליינס גופא בתוך די געביידע פון "הלכה", וואס דאס אליינס אויך האט מען אָנגענומען בהסכמה. וכל זה אכניס.)

דא איז אבער די שמועס וואו עס איז נישט נוגע דוקא "לחייב" (כעין זינגען מיט דביקות "רבי ישעיה בן ר' משה"). ולגבי קיום התורה והמצות וואו עס איז יא, איז עס נישט יסודה "בטעות", כעין א קאנטעקסט פון זאגן אז עס איז "קעגן מושכלות/מציאות". (די עטישע פראבלעמען דערין קען מען און מען דארף טאקע מסדר זיין, ווי איך האב אויבן געשריבן וכמו שכתבתי כמה פעמים.)
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז...?" - יאיר
"אלס וואס איך ווייס איז אז איך ווייס גארנישט (אחוץ דעם עצם פאקט)" - סקראטוס
און אפילו אין דעם בין איך אויך נישט זיכער (וכן הלאה והלאה)
חדשים
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 533
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 29, 2022 10:46 pm
האט שוין געלייקט: 946 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1074 מאל

שליחה דורך חדשים »

אז מען איז אויף די זעלבע פעידזש קען מען גיין א טריט ווייטער. איינמאל איך submit צו שמירת המצוות, וויאזוי נוץ איך סאָשעל קאַנסטראָקשעניזם’ס פירושים וואס איז געבויעט אויף טעותים צו מבסס זיין מיין רצון? בו בזמן ווען עס די גאנצע סאָשעל קאַנסטראָקשעניזם האלט אין איין צופאלן ביי אסאך וואס זעהן אז עס איז בטעות יסודו. דאס אז עס איז נאך דא סאָשעל קאַנסטראָקשעניזם איז נאר מכח חסרון ידיעה וכדומה וואס אין אזא פאל קריג איך מיר מיט הרב מיכאל אברהם אז עס האט נישט קיין פשט נישט צו זיין קיין פורש מן הציבור און זיכער נישט נעמען די ציבור אלס א בסיס.
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5784
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 12391 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל

שליחה דורך מי אני »

הניחא אויב די ביסוס ויסוד איז אלס געווען, און מ'האלט אז עס דארף נאך אלס זיין, אַן "אמת" מכח א מושכל'דיגע/מציאות'דיגע/עמפּירישע פאקט. דאן, אויב נאר דאס קען זיין א בסיס, פאלט דאס לכאורה טאקע צאם מכח טעות - מ'קומט דאך צו דערצו ממבט מושכלות וכנ"ל. טאמער אבער פעהלט נאר (צום מערסטענסט) אויס אז די בסיס דערפון זאל זיין פשוט "אמת" און "עכט", איז דאס טאקע למעשה פשוט "אמת" און "עכט" מכח סאָשעל קאַנסטראָקשעניזם.

ועיין עוד כאן. ווי איך האב דערמאנט, האב איך דאס אויסגעברייטערט אין צוויי ארטיקלען וועלכע איך האב סאָבּמיטעד צום וועקער.
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז...?" - יאיר
"אלס וואס איך ווייס איז אז איך ווייס גארנישט (אחוץ דעם עצם פאקט)" - סקראטוס
און אפילו אין דעם בין איך אויך נישט זיכער (וכן הלאה והלאה)
חדשים
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 533
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 29, 2022 10:46 pm
האט שוין געלייקט: 946 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1074 מאל

שליחה דורך חדשים »

מי אני האט געשריבן:הניחא אויב די ביסוס ויסוד איז אלס געווען, און מ'האלט אז עס דארף נאך אלס זיין, אַן "אמת" מכח א מושכל'דיגע/מציאות'דיגע/עמפּירישע פאקט. דאן, אויב נאר דאס קען זיין א בסיס, פאלט דאס לכאורה טאקע צאם מכח טעות - מ'קומט דאך צו דערצו ממבט מושכלות וכנ"ל. טאמער אבער פעהלט נאר (צום מערסטענסט) אויס אז די בסיס דערפון זאל זיין פשוט "אמת" און "עכט", איז דאס טאקע למעשה פשוט "אמת" און "עכט" מכח סאָשעל קאַנסטראָקשעניזם.

ועיין עוד כאן. ווי איך האב דערמאנט, האב איך דאס אויסגעברייטערט אין צוויי ארטיקלען וועלכע איך האב סאָבּמיטעד צום וועקער.
מיין פראגע איז טאקע לגבי עס מאכן "אמת" און "עכט" מכח סאָשעל קאַנסטראָקשעניזם. איך וויל זאגן אז סאָשעל קאַנסטראָקשעניזם וועט נישט העלפן אויף דעם אויך נישט. אויב די גאנצע סאָשעל קאַנסטראָקשעניזם איז מבוסס אויף א טעות וויאזוי מאכט עס א זאך ”עכט”?
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5784
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 12391 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל

שליחה דורך מי אני »

די געדאנק דערפון איז אטע דאס: וואס מאכט א פּראפּאזישאן ״אמת״? וואס איז די הגדרה פון ״אמת״ און ״רעאליטעט״? סאָשׁעל קאַנסטראָקשעניזם זאגט אז די שׁעירד עסאָמפּשענס און גלויבונגען פונעם געזעלשאפט, און די פירושים זיי געבן פאר פענאַמענאַ, אט דאס איז וואס שאפט פאר זיי די ״מציאות״. חקירות אין ווי אזוי אט די גלויבונגען זענען צושטאנד געקומען איז שוין אַן אנטראפּאלאגישע שאלה ודיון פאר זיך, אבער עס נעמט נישט אוועק פון דעם אז דאס איז פאר די מעמבּערס די מציאות ממש.

יעצט, לגבי א משל וואו די געמיינדע נעמט אָן 1+1=3, איז דיין שאלה בנוגע פאר א מעמבּער בתוכה, וואס אנערקענט אז דאס איז א טעות במושכלות, ווי אזוי איז שייך אז מכח סאָשׁעל קאַנסטראָקשעניזם גרידא זאל דאס ווערן ״עכט״, ״אמת״, און די ״מציאות״? אויף דעם קלער איך לחלק לגבי די חלק פון די פאקט פון 1+1=2 פּער סע, וואס לגבי דעם איז יתד היא שלא תמוט מכח מושכלות וואס איז נישט תלוי בהאדם כלל וכלל, און די פירוש פון דעם פאקט, און ווי אזוי מ׳באציהט זיך דערצו וכו׳, וואס דאס איז שוין יא תלוי בהאדם והסכמתם, וואס דארט האט שוין סאָשׁעל קאַנסטראָקשעניזם די אחיזה צו קובע זיין מהו המציאות.

מ׳קען דאס אולי מדמה זיין א משהו צו קאנט׳ס חילוק צווישן דעם נאמענאן פון א זאך, וואס איז די זאך פאר זיך ווי אזוי עס איז ב״אמת״ (פון א ריין קאָרעספּאַנדענס מבט), און דעם פענאמענאן פון א זאך, וואס איז ווי אזוי אונז למעשה אינטערעקטן מיט און פּערסיוון דאס און האבן צוטריט דערצו. איז לגבי די חלק הפענאמענאן מדבר, וואס דאס איז דאך תלוי אינעם מענטש, איז וואו סאָשׁעל קאַנסטראָקשעניזם וההסכמה פון אט די מענטשן קען האבן אַן אחיזה. (איך פארשטיי אז נישט דאס זאגט קאנט בכלל. איך נוץ דאס פשוט לשבר את האוזן.)

די פיזיקער דר. עלען סאָקאל און דר. זשאן בּריקמאנט קריטיקירן טאקע די געדאנקען והמסתעף וואס זענען פּאָסטמאַדערניסט, און טאקע מהאי טעמא.
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז...?" - יאיר
"אלס וואס איך ווייס איז אז איך ווייס גארנישט (אחוץ דעם עצם פאקט)" - סקראטוס
און אפילו אין דעם בין איך אויך נישט זיכער (וכן הלאה והלאה)
חדשים
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 533
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 29, 2022 10:46 pm
האט שוין געלייקט: 946 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1074 מאל

שליחה דורך חדשים »

איך פארשטיי וואס דו ווילסט זאגן. איך וויל נאר פארשטיין פון ווי דו נעמסט אז סאָשׁעל קאַנסטראָקשעניזם שאפט די הגדרה פון ”אמת”? איך וואלט גענטפערט אויף דיין שאלה וואס איז די הגדרה פון אמת, עפעס וואס וואס מען קען עס פראווען דורך די חושים אדער סייענטיפיקלי. סאָשׁעל קאַנסטראָקשעניזם קען נעמען למשל א זאך ווי ראסע, וואס אן סאָשׁעל קאַנסטראָקשעניזם וואלט דאס גארנישט געמיינט, און מאכן פון דעם א מציאות. חקירות וויאזוי אט די גלויבונג איז צושטאנד געקומען איז א קריטיקעל עלעמענט אנצוהאלטן די סאָשׁעל קאַנסטראָקשעניזם. אויב די מענטשן אויף די וועלט האבן אוועקגעשטעלט ראסע אלץ א מציאות צוליב זייער גלויבן, קען עס בפשטות נישט ווערן אפגעטיילט. ווען די גלויבן ווערט בטל, גייט מיט די גאנצע סאָשׁעל קאַנסטראָקשעניזם. עס מאכט נישט אויס אז געוויסע האלטן דאס נאך אן בטעות. איך זע אז דו ווילסט דאס יא אפטיילן, איבערדעם פרעג איך היכן דנתני?
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5784
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 12391 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל

שליחה דורך מי אני »

איך וואלט געזאגט אז דיין משל פון דאס קאַנסטראָקט פון ״ראסע״ איז א ראיה צו וואס איך זאג.

למשל, מ׳קען דאך באטראכטן דיין משל פון דאס סאָשׁעל קאַנסטראָקט פון ״ראסע״, וועלכע דו ביסט מודה אז דארט מאכט דאס די שׁעירד גלויבונג אין צו א מציאות, ווי אויך יסודתו בטעות - עס איז דאך נישט אזוי במציאות ממש עפ״י ביאלאגיע. פונדעסטוועגן איז אבער די געדאנק פון ״ראסע״ עפעס וואס איז למעשה יא א מציאות, באיזה אופן, אפילו כהיום. צב״ש קריטיקעל ״רעיס״ טעאריע, דאס אז מ׳ווייסט אז מ׳טאר נישט דיסקרימינירן קעגן איינעם באזירט אויף ״ראסע״ אא״וו - בקיצור, דאס אויף וואס מ׳איז דן און מ׳מיינט ווען מ׳זאגט און מ׳רעדט פון ״ראסע״ אפילו כהיום וואו מ׳ווייסט אז דאס איז יסודתו בטעות. און דאס, די ״מציאות באיזה אופן״ וואס איז דאך מחמת הסאָשעל קאַנסטראָקט בזה (ואפילו וואו מ׳ווייסט אז עס איז נישט אזוי במציאות ביאלאגי ממש און אז עס איז נישטא קיינע כלליות׳דיגע דזשענעטיק חילוקים ביניהם), איז טאקע מכח סאָשׁעל קאַנסטראָקשעניזם. ודון מינה ואוקי אשארא.
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז...?" - יאיר
"אלס וואס איך ווייס איז אז איך ווייס גארנישט (אחוץ דעם עצם פאקט)" - סקראטוס
און אפילו אין דעם בין איך אויך נישט זיכער (וכן הלאה והלאה)
חדשים
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 533
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 29, 2022 10:46 pm
האט שוין געלייקט: 946 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1074 מאל

שליחה דורך חדשים »

פון ווי נעמסטו אז איך בין מודה אז שעירד גלויבונג ביי ראסע מאכט עס א מציאות? איך ברענג דאך ארויס א גאנצע צייט אז עס עס איז נישט מער ווי א גלויבונג וואס האלט זיך אין איין מאדיפיצירן. CRT שלאגט זיך מיט א גלויבן, נישט קיין מציאות.

זיי ביטע ברייטער מסביר וויאזוי א גלויבן ווערט א מציאות ממש.
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5784
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 12391 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל

שליחה דורך מי אני »

ווען איינער פרעגט איינעם בזה"ל: "איז דא אזא זאך ווי ראסע?" וואס דארף אים יענער ענטפערן? פון איין זייט איז די תירוץ אויף די שאלה, ממבט ביאלאגי און פיזישע מציאות, אז "ניין". אבער פונעם אנדערן זייט, ממבט דעם אז דאס איז למעשה א מוסכמ'דיגע סאציאלע קאנסטראקט ומציאות, איז די ענטפער דערויף אז "יא". פון דעם מבט איז דאס דאך יא א ישות, און דאס איז אפגעזעהן צי די קאנסטראקט איז מעיקרא צושטאנד געקומען מחמת א טעות אין דעם מבט ביאלאגי דערפון. וכן היא הכא ובכל כגון דא.

דאס אז די קאנסטראקט טוישט זיך צוביסלעך, אזוי ווי יעדעס מענשטליכע מאדעל און קאנסטראקט (וואס איז, אגב, אויך דא ביי די פיזישע סייענסעס און אירע מאדעלן אויך, ווי פריער ערווענט), מאכט דאס נישט אויס מציאות, ממבט זה, על הכלל כולו (דאס קען שוין אָנרירן אויפ'ן פאָלאָסי פון קאַמפּאַזישאן).

CRT שלאגט זיך נישט מיט די קאנסטראקט. פארקערט, עס נוצט דאס להסביר סאָשעל פענאַמענאַ.

צו ברייטער מסביר זיין די געדאנק, קען מען דאס מדמה זיין צו, ווי איך האב געזאגט, השלכותיה לגבי מאראליטעט. והיינו, אויב נעמט מען אָן למשל א ריין מאָניסטיק פיזיקעליסט/מאטעריעליסט שיטה (און אז ס'נישט דא קיין ג-ט המְצַוֶה), באדייט דאס אז ער מוז יעצט בע"כ אָננעמען אז עס איז נישטא קיין מאראלישע ריעליזם, אין די זין אז עס איז לגמרי נישט "עכט/עקזיסטענט/(אמת)"? ל"ד. פארוואס? ענטפערן כמה אטעאיסטן פילאזאפן אז דאס איז ווייל די הסכמת הכלל אויף דעם איז אט דאס וואס שאפט דאס און מאכט דאס "עכט" און א ישות. (איך פארשטיי אז מ'קען זאגן אז עס איז מער דאס אז יעדעס ראציאנאלישע מענטש וועט מסכים זיין דערמיט, והיינו אז עס איז מכח הראציאנאל ווי איידער מכח ההסכמה. אבער, ווי מ'זעהט, ליגט אבער דאך טמון בתוכה, לפי שיטה זו, אז דאס איז וואס יעדעס ראציאנאלער מענטש וועט מסכים זיין צו.

ענליך קען מען זאגן לגבי מאטעמאטיקס לפי שיטה זו. ועיין ערך, לדוגמא, קאנסטראקטיוויזם אדער פארמאליזם אין די פילאזאפיע פון מאטעמאטיקס.)
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז...?" - יאיר
"אלס וואס איך ווייס איז אז איך ווייס גארנישט (אחוץ דעם עצם פאקט)" - סקראטוס
און אפילו אין דעם בין איך אויך נישט זיכער (וכן הלאה והלאה)
חדשים
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 533
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 29, 2022 10:46 pm
האט שוין געלייקט: 946 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1074 מאל

שליחה דורך חדשים »

דו שטעלסט צאם סאציאלע קאנסטראקט מיט מציאות. על זה גופא אנו דנין. די שאלה דארף זיין, ”איז דא אזא זאך ווי ראסע לויט די גלויבן/טעות פון מוסכמ'דיגע סאציאלע קאנסטראקט?”
אפילו די ענטפער איז ”יא”, בלייבט עס נאר א גלויבן און עס ווערט נישט א רעאליטעט.
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5784
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 12391 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל

שליחה דורך מי אני »

וואס איך זאג און טענה איז אז אויף די שאלה ״איז דא אזא זאך ווי ראסע?״ גרידא, דארף די ענטפער פון עני ידען ל״ד זיין א ״ניין״. וממילא, אויב איז מען מודה אז אויף די שאלה קען יא חל זיין א תירוץ פון ״יא״ אפילו פון א ידען, דאן איז מען מודה אז ראסע קען פארעכענט ווערן ווי א ״זאך״, שהיא בלשון השאלה, וואס דאס איז עפעס וואס עקזיסטירט און האט א ישות אין די קאנטעקסט וואס די שאלה נוצט און מיינט דאס. וזהו ע״י אט די אָנגענומענע קאנסטראקט.

לשבר את האוזן בדרך אחר קצת, עס איז ענליך און אזוי ווי די געדאנק פון אַן איידיע that assumes a life of its own. די ״life of its own״ איז מכח סאָשׁעל קאַנסטראָקשעניזם. (ואולי באנו במקצת, ironically, לדר. ריטשערד דאָקינס’ ‏געדאנק פון מעמעטיקס. ואגב, דר. דאָקינס אליינס איז אויך בעצם ‏קעגן די סארט מער פּאָסטמאַדערניסט מהלכים בפילאזאפיע.)
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 4 אום מי אני, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז...?" - יאיר
"אלס וואס איך ווייס איז אז איך ווייס גארנישט (אחוץ דעם עצם פאקט)" - סקראטוס
און אפילו אין דעם בין איך אויך נישט זיכער (וכן הלאה והלאה)
פארשפארט