דערהויבענע איד האט געשריבן:דזשאסט פאר די רעקארד, האט ער זיך געטראפן מיט די היינטיגע בעלזער צוויי מאל, ביידע האבן מכבד געווען איינער דעם אנדערן.
דער סקולענער פלעגט קומען דאוונען אין 770 אינדערוואכן און דער רבי פלעגט אים געבן זיין עלי'. ער איז אויך געקומען צום פארבריינגענס. ס'איז פאראן א פיקטשער ווי ער שטייט בשעת אמירת מאמר דא"ח כנהוג.
סקווירא נישט, זיי האבן פאראיבל און טענה'ן אז מ'האט פון זיי גע'גנב'ט סידור הבעש"ט. בכל זאת, ער (אדער זיין זון רא"מ) איז געקומען אויף ניחום אבלים.
קלויזענבורג נישט, איך ווייס טאקע פארוואס נישט. דער רבי האט שטארק געהאלטן פון אים.
בעלזא איז געווען צוויי מאל.
באבוב איך מיין איז געקומען אויף ניחום אבלים (אדער אפשר פארקערט).
בכלל, די נושא פון ביקורים איז אביסל קאמפליצירט, ווייל דער רבי האט נישט געפאלגט די קלאסישע עטיקעט פון רבנים באזוכן.
ער האט נישט געגעבן לחיים וכו' און אויך נישט געטון ביקור גומלין.
איך האב געהערט אז דער ישועות משה איז געווען אין ניו יארק גלייך פאר דעם רבי'נס סטראק, אבער ער האט נישט באזוכט ווייל ער האט נישט געמיינט אז עס איז פאסיג אז דער רבי וועט נישט מאכן ביקור גומלין.
ווען דער לב שמחה איז געקומען, האט ער געבעטן לחיים און מען האט געברענגט פּלאַסטיק גלעזלעך, און דער רבי האט נישט געטרונקען.
אויך האט דער רבי גערעדט תורה מיט באזוכער, און ער האט ליב געהאט זיי אויפצושלאגן. ער האט אויך געמאכט פארשלאגן און זיי דערמוטיקט צו טאן זאכן (ווי לערנען מער חסידות אין זייערע ישיבות).
בכלל איז דער רבי נישט געווען א טייל פון דער רבישע קולטור, און ס'איז נישט קיין חידוש אז מען האט זיך נישט געשפירט באקוועם צו קומען.