דאָס גרויסע בילד

פענע-קונסט און נשמה-געזאנג
פארשפארט
באניצער אוואטאר
צוזאמגעדרייט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 568
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 03, 2022 9:27 pm
געפינט זיך: גלייב מיר דו ווילסט נישט וויסן...
האט שוין געלייקט: 1344 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1231 מאל

דאָס גרויסע בילד

שליחה דורך צוזאמגעדרייט »

דער טאָג איז שוין פאַרלאָפן,
אַפילו דער וועכטער דרימלט,
מיט זיך אַליינס מיך געטראָפן,
אין שטילקייט דאָס קאָפ טומלט.

איך קלער טיפער און טיפער,
איבער די וועלט און איר אַרום,
גראָדט אויבן אונטן און שיפער,
אַלע זייטן לויפן ענדלאָז אומעטום.

מ'קען ענדלאָז נישט מצייר זיין,
ערגעץ ווי טאַנצט מיין מח צוריק,
כ'פראָביר נאָכאַמאָל אַהין צו גיין,
אופּס! ער איז ווייטער ווי מח שטיק.

די אוניווערס האָט קיין אָנפאַנג,
טריליאָנען גאַלעקסיעס שוועבן,
יעדע פון זיי איז ליכט יאָרן לאַנג,
צו זיי באַטראַכטן איז קורץ דאָס לעבן.

די מילעך וועג ווערט אויסגעמישט,
ווי אַ טראָפ וואַסער אין אָקעאַן,
זי איז גאָרנישט מיט נישט,
אַנקעגען אַזאַ גיגאַנטישער פּלאַן.

אינעם קליינטשיגער מילעך וועג,
פילע פלאַנעטן איינס פון זיי איז וועלט,
איך פאַרברענג דאָ מיינע טעג,
און אַ וואַזשנע טעאָריע צוזאַמגעשטעלט.

לאָז דיין קאָפ אָפן און ברייט,
פרוביר לאָזן גיין דיינע מחשבות פריי,
אוניווערס וועט טוישן איר באַדייט,
פון לויזע שטערן'ס וועט ווערן עפעס ניי.

מיר ווייסן אַז פון אַטאָמען איז אַלץ,
מיליאָנען זענען דאָ אין יעדעס קלייניגקייט,
סיי אַ שטויבל ווי אויך אין אַ ברעקל זאַלץ,
ווייט איינס פון צווייטן לעבן זיי צושפרייט.

אַז מען קוקט נאָנט און גוט,
איז יעדעס ביסל ווי אַ גאַלעקסי פאַר זיך,
און אַז מען דערווייטערט זיך אַ טריט,
זעט מען אַן אָביעקט ווי למשל אַ שיך.

לאָמיר קלערן אַ רגע פון די שטערן,
צו אונז זעהט זי אויס גרויס רעליאַטיוו,
אַלזאָ גיימיר אַרויס פליען פון די ספערן,
און קוקן פון ווייטענס אָן אַ שפאַקטיוו.

אַ גרויסע גוף פון אַ געוויסע סאָרט,
האָט צו מיין "דמיון" זיך אַנטפלעקט,
יעדע שטערן אויפן באַשטימטן אָרט,
זיצט ווי אַן אַטאָם אין ווינקל פאַרשטעקט.

צוזאַמען זיי פאָרמירן אַ גרויסע מין,
טיף טיף טיף זענען פשוטע אַטאָמען,
ווייניגער טיף זעט מען פלאַנעטן פליען,
סתם מיטן אויג טרעפט מען אַ נייע פאָרעם.

וואָס זענען מיר אינעם גרויסן גוף?
באַקטעריע? אפשר גאר אַקטיווע צעלן?
האָבן מיר אַן אויפגאַבע אַחוץ עסן חריף?
קענען מיר העלפן אָדער אַ געפאַר שטעלן?

איז אונזער שכל שלעכטע באַקטעריע?
גייען מיר אים שאפן קרענק און חורבן?
איז בכלל אַ טובה אַ שיינע אימפעריע?
מעכטיגע שטעט קענען אפשר פאַרדאַרבן?

ס'איז אַ מיסטעריע צו פילעזאָפן,
אַ געלעכטער צו סייענטיסטן,
אומפאַרשטייבאַר צום היט-שטאָפן,
און צו ברייטקעפיג פאַר עיטיאָיסטן…
איך זוך נאָך אַ קאָו-סיינער [Co-signer]
באניצער אוואטאר
וואלווי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3762
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 11:34 am
האט שוין געלייקט: 5604 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5650 מאל

שליחה דורך וואלווי »

Beautiful
Until the spirit be poured upon us from on high
Isaiah 32:15 -
באניצער אוואטאר
צוזאמגעדרייט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 568
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 03, 2022 9:27 pm
געפינט זיך: גלייב מיר דו ווילסט נישט וויסן...
האט שוין געלייקט: 1344 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1231 מאל

Re: דאָס גרויסע בילד

שליחה דורך צוזאמגעדרייט »

איך זוך נאָך אַ קאָו-סיינער [Co-signer]
פארשפארט