פארוואס? האט געשריבן:[tag]אחד העם[/tag], דו האסט זייער שיין ארויסגעברענגט די צוויי צדדים, אבער ווי איך האב געשריבן אויבן, מיר קענען נישט לאזן מער ווי איין איינציגע באדייט פאר יעדע סימבאל אין מאטעמטיק, און מאנכע ווערן צוליב דעם צומישט ווען עס קומט צו אביסל א העכערע לעוועל פון מאטעמאטיק.
צו אונזער מזל, דארפן מיר נישט אליינס גיין אינווענטן ניייע סימבאלן, און רוב געדאנקען (לכל הפחות פשוטע געדאנקען), קען ווערן שיין סימבאליזירט מיט די קאנווענציאלע סימבאלן.
אויב וועלן מיר געבן צוויי באדייטן פאר א סימבאל, האבן מיר פארלוירן די גאנצע מטרה פון שרייבן מאטעמאטיק אין סימבאלן, מיר קענען ווייטער רעדן אין לשון בני אדם.
די מטרה פון נוצן סימבאלן אין מאטעמאטיק (און אין לאגיק בכלל), איז טאקע נאר וועגן די איינציגע סיבה, אז עס זאל זיין א לשון דלא משתמע בתרי אנפין.
במילים אחרות. דער סימבאל = האט נאר דעם אובייעקטיוו'ן משמעות?.
אהה איך זעה, האסט געשריבן אז די וואלסט דעם חידה טאקע אנדערש אויסגעלייגט.
למעשה, אויף דעם ציור וואס דער חוד החידה ( [tag]ונבנתה העיר[/tag], קלאפ דיר ס'בייכל) האט עס אויסגעלייגט, איז דער ענטפער נישט נומבער 3?
גערעכט?
די זאגסט נאר, אז אינם אמת פון מאטאמאטיקע איז דער גאנצער שאלה נישט קיין שאלה.
כפארשטיי דיך ריכטיג?
אויב יא דארף מען נאכאמאל מעיין זיין און [tag]געפילטע פיש[/tag]'ס טענה.