דעם שבועות - שמייכלט

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
פארשפארט
באניצער אוואטאר
ונבנתה העיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3795
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 25, 2012 5:41 am
האט שוין געלייקט: 6591 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8112 מאל

דעם שבועות - שמייכלט

שליחה דורך ונבנתה העיר »

“They are in front of us, behind us, and we are flanked on both sides by an enemy that outnumbers us 29:1. They can’t get away from us now!”

– General Lewis B. Chesty Puller, USMC

מיין זיידע ז"ל איז געווען אן איידעם ביי איינער פון די גרויסע רבנים פון פריערדיגען דור. יענער האט אודאי געהאט א גאנצע שטאב מיט פענסי איידעמער, אבער מיין זיידע איז געווען א גלייכער אשכנז'ישער איד, אהן קיינע קונצן.

מיט זיין קורצן רעקל און וויענער קראך-הוט (Viennese crunch), האט ער געטון את האמת מפני שהוא אמת. 12:15 איז שוין געווען נאכ'ן סדר מיט'ן שיר השירים, אבער ביי די פינעף און ניינציג איז ער נאך געשלאפן אין די סוכה.

ווי האט איינער מגדיר געווען די כאפטע איידעמער, דער איז א גאון, דער איז א ראש ישיבה, דער א בעל מחשבה, אבער א 'איד' איז דער לעצטער.

---------

מורי ורבותי, די סיבה פון די היינטיגע אסיפה איז א פשוטע: מיר האבן פארגעסן צו זיין אידן.

ווי שרייבט הענרי טוראו אין זיין הייליג בוך 'וואלדען': היינט זענען דא פראפעסארן פאר פילאזאפיע, אבער קיינע פילאזאפן.

געווען איז א משפחה ברוכת ילדים, וואס נאך צוויי טויזנט יאר האבן זיי זיך דערקראצט צו קויפן א וואש-מאשין. נו, די שמחה איז גרויס, די גאנצע פאמיליע קומט זיך צוזאמען אויפן מעמד האנבאקסינג, מען נעמט אראפ די רעפ בדחילו ורחימו, און מען קומט אן צום מענועל.

שוין, וואס דארף מען מער פון דעם. אז א קאמפאני מאכט א וואש-מאשין גיבן זיי אודאי מיט א מענועל – האט דאך דער מחזיר בתשובה גטריאומפט.

פאר די קומענדיגע צוויי טויזנט יאר תוהו, איז די משפחה געווען פארנומען זאגן גימטריאות אינעם וויעטנאם-געדרוקטער קונטרס'ל, און די קינדער זענען ווייטער געגאנגען מיט פארפיקעלטע אונטערהויזן.

-------------

מרוב ביימער זעט מען נישט דעם וואלד.

גאנצטע אינסטוטוציעס האבן מיר אויפגעשטעלט צו פארברייטערן דעם מעניועל. גאנצטע נוסחאי קללה האבן מיר אן-פייל, פאר ווער עס האט אן אנדערע גירסא אינעם מעניועל.

אלעס וועלן מיר טון. מיר וועלן דוקא נישט זינגען ביי תתקבל, זיך אפשטעלן דוקא ביי שמי' דקודשא, עסן מילכיגס ביינאכט דוקא, סכך פון בלעטער דייקא. אלעס אלעס אלעס, נאר נישט אנצינדען דעם וואש-מאשין.

----------

אידן זענען געווען אין אן עקסטאז צום אנוועילינג פונעם מעניועל. 'נעשה ונשמע' האבן זיי געשריגן. געב געב, אונז וועמיר טון. הוי וועמיר טון.

ניין ניין, זאגט גאט. אם תקבלו את התורה מוטב, די תורה דארף מען, די איין צענטראלע תורת חיים וואס ליגט אונטער די זעקס הונדערט און דרייצן באזונדערע אינסטראקשענס. ואם לאו, שם – אונטער א בארג פון אלע ענקערע נעשהס, תהא קבורתכם, טאקע דאס וועט ענק באגראבן.

גאר א נייע פשט אין 'די דעוויל איז אין דע דיטעילס'.

--------------

לאמיר מקבל זיין די תורה, תורה דייקא, מיט א פרישקייט.

דער שונא איז טאקע פון אלע זייטן, ער אוטנאמבערד אונז 29 צו 1. אבער טאקע פארדעם קענען מיר אים דערשלאגן וואו און ווען ס'מאכט זיך נאר.

סיי וועלכע מרידה אינעם מעניועל-קולט, סיי וואס פאר אן עקירה פון נאך א פראפעסאר לוואש מאשין, איז א טריט נענטער אנצוצינדען דעם עקטשועל וואש מאשין ביים שני אלפים ימות המשיח.

מצות בטלות לעתיד לבוא.

אודאי זענען מיר נישט מוותר אויף קיין פעני (זוז כל שהוא), יעדע הוראה אינעם מעניועל איז דא פאר א סיבה. אבער מיר פרובירן צו פארשטיין אז די אינסטראקשענס קומען געבן א ברייטע אוטליין, וואו די מעסטערפיעס פון 'תורה' דארף זיך אריינפארבן, וואו א 'איד' דארף זיך אויספארעמען.

לאמיר כאפן א שמייכל, און נישט דערשראקן ווערן פונעם דיקן מעניועל:

“God is a comedian playing to an audience that is too afraid to laugh.”

― Voltaire
מ'דארף צוריק אראפברענגען דעם רבי'ן

אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?
תרמב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1322
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 29, 2020 9:28 am
האט שוין געלייקט: 10906 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2379 מאל

שליחה דורך תרמב »

איך שעם זיך ווי קאווע שטיבל האט זיך דערקייקלט...

אז קיינער האט נישט גענומען די מיה צו קאמענטירן אויף די הייליגע ווערטער פון מיין באליבסטע שרייבער ונבנתה

איך בין דן לכף זכות אז דער עולם האלט נאך אינמיטן אריינלערנען פשט אין די פאראגראפן פונעם מייסטער שרייבער, אווי מ'לערנט אפ דעם וויעטנאמען וואש מאשין אינסטרוקציעס...
הייליגע קאקאש קעיק
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 67
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 04, 2023 2:20 pm
האט שוין געלייקט: 143 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 141 מאל

שליחה דורך הייליגע קאקאש קעיק »

איך גלייב נישט!! דער בחור איז דא!!! וואס איז נייעס? ונבנותה אונז האמיר זיך שוין געבענקט צו דיר
מתבודד
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 771
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 14, 2022 1:50 pm
האט שוין געלייקט: 1291 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1552 מאל

שליחה דורך מתבודד »

דא אשכולות וואס שאקלען אויף א מענטש אויף צו געבן א לייק, דאן איז דא וואס שטופן דעם מענטש אויף צו מגיב זיין אויך. אט די הייליגע שטיקל ונבנתה איז סאך טיפער און שטערקער פון זיי ביידע.
די ווערטער שרייען אויף למעשה. און למעשה ממש.

איך האב די געדאנק פונעם אשכול איבערגעזאגט פאר עטליכע אידן דעם שבועות. טייל האבן געקרומט מיט די נאז און טייל האבן הנאה געהאט, אבער ס'האט ביי אלע אפגעשטעלט די קבלת התורה-טשיזקעיק-תיקון-בלומען מחשבה געלויף אין קאפ.

ונבנתה, אונז ווארט מיר אויף מער, און כ'האף אז די ארימע צאל תגובות אויף די ארטיקל(ען) ווייזט דיר נישט אנדערש. (און טאמער יא לאז וויסן...)
רעכן זיך נישט מיט די וועלט, די וועלט רעכנט זיך נישט מיט דיר.
פארשפארט