דער חיה רעה פון וויליאמסבורג

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
Moshe itche
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 59
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 05, 2023 12:42 am
האט שוין געלייקט: 323 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 131 מאל

דער חיה רעה פון וויליאמסבורג

שליחה דורך Moshe itche »

"נעקסטע וואך מיטוואך, מאכט יואלי חתונה אין וויליאמסבורג" האט מיר די אשת חיל געלאזט וויסן.

אאאךךך, די קאשמארן הייבן זיך אן... די פארקינג, די טרעפיק, די טיקעטס, די ווילדע דרייווערס, די מענטשן-קארן מישמאש... אבער, יואלי מאכט דאך חתונה, קיין צוויי ברירות האט מען נישט. פארוואס דען האט מען קרובים אויב נישט זיך צו קענען באטייליגן ביי שמחות.

שוין, מיטוואך נאכט איז אנגעקומען, ענדליך נאך שווערע פלאגענישן און אומצאליגע טעלעפאון ריפן האט מיין ווייב פארשאפט א בעיביסיטער. ויסעו, מען לאזט זיך ארויס צום עיר הנדחת.

אנקומענדיג צום זאל, האב איך קודם אויסגעליידיגט די קאר פון מענטשן כנהוג, און דאן האב איך זיך גענומען צו מאכן הקפות; ווי גייט נאר דעם ווערטל? איך בין אריינגעפארן קיין וויליאמסבורג זיכן פארקינג, און איינוועגס בין איך שוין אריין זאגן מזל טוב פאר מיין ברודער וואס מאכט חתונה.

די ערשטע פאר הקפות זיכט מען נאך ליגאלע פארקינגס, אפשר וועט די מזל שפילן היינט... דערנאך הייבט מען שוין אן צו זיכן פאמפס און מען פארברייטערט דעם פארימעטור, מען זיכט שוין און די ברייטערע ארום.

איך מאך נאך איין הקפה ארום די גאס פונעם זאל, און!!! פינדערווייטנס אנטפלעקט זיך צוויי (!!!) פארקינג פלעצער ממש פארנט פונעם זאל! מיין מויל הייבט ספאנטאן אן צו שעפשן קאפיטלעך תהלים, ווער ווייסט וואס עס קען נאך פאסירן ביז איך קום אן ביז אהין... און פופס! איינער מיט א שווארצע בעל גאווה וויהעקל, מיט טינקעלע פענצטערס, האט מיט גרויס חוצפה צוגעכאפט איינע פון די פארקינגס פארנט פון מיינע אויגן!

שוין, "ס'דאך דא א צווייטע פארקינג הארט דערנעבן" טראכט איך צו זיך... אבער דער יעניגער איז דאך א סדום געבוירענער, ער געבט זיך א שפרייט ארויס אן טראכטן קיין צוויי, אזוי אז מיין אדעסי האט שוין נישט געקענט געהעריג אריינפיטן. איך האב געמאכט נאך אן הקפה ארום דעם בלאק, און נאכן זען אז ס'איז כלו כל הקיצין האב איך מיר בלית ברירה אנגעהויבן אריינצוקוועטשן דארטן ביי דעם ספאט.

די בלוט איז מיר ארויף אין קאפ זעענדיג ווי יענער האט נאך אסאך פלאץ פארנט פון זיך. מיסטער, פארוואס ביסטו אזא חזיר אז דו קענסט זיך נישט אביסל נענטער ריקן צום קאר פון פארנט אז א צווייטער זאל אויך קענען פארקן?!?!

איך דריי דעם מיניווען אהער און אהין, מען דרייט די רעדל אינגאנצן אהער, און מען געבט א קליינע ריק, און דאן רירט מען שוין כמעט אן די קאר פון די בעק, מוז מען אינגאנצן ריקן די רעדל אויף פארקערט און זיך געבן נאך א פיצי ריק, וחוזר חלילה ביז ענדליך האב איך מיר אריינגעקוועטשט אין דעם קליינטשיגן לעכל.

איך וויל ארויסנעמען מיין שטריימל פונעם טראנק... אבער... עס גייט נישט, עס שטויסט זיך אן אינעם קאר פון די בעק. בלית ברירה גיי איך צוריק אריין אין מיין קאר, איך ריק עס ארויף די מערסטע וואס שייך, און ערשט יעצט קוים מיט צרות האב איך געקענט ארויסשלעפן מיין שטריימל. (די טראנק האט זיך נאכאלטס נישט געקענט עפענען אינגאנצן, נאר ממש גענוג אויף ארויסצושלעפן דעם שטריימל)

איך האב גאנץ פיין באמערקט אז בשעת איך האב מיך ארויפגעריקט האט איך געמאכט א נשיקת אבר מיטן רשע'ס קאר פון פארנט. יא! מיין קאר האט יעצט "אנגערירט" דעם מנוול'ס קאר! איך וואלט נאך געקענט צוריק אריינגיין אין מיין קאר און צוריק בעקן א טראפעלע אזוי אז איך זאל חלילה נישט אנרירן דעם אכזר, אבער איך האב נישט געהאלטן אז עס קומט זיך אים. און בכלל האב איך נישט געוויסט אויב דער משוגענער וועט נאך זיין דארטן ווען איך וועל שוין גיין. און אויב יא וועל איך ווייטער דארפן אריינטאנצן און ארויסטאנצן פון מיין קאר זיך צו ריקן צו קענען צוריק אריינלייגן מיין שטריימל.

הכלל, איך האב געלאזט מיין קאר אזוי קישנדיג דעם דבר אחר'ס אויפגעריסטעטע עקל וואגאן, און אריין אינעם זאל זיך מיטצופרייען מיט יואלי'ן. מען האט געטאנצן, זיך מיטגעפרייט, אויסגעטוישט הענט דריקן, פארזיכט פונעם סעסעמי טשיקן, געטרינקען פון די וואסער מיטן צוקוועטשטן לעמאן דערין, און ארומשפאצירט אביסל אינעם זיידע רינג.

מען האלט שוין ביים אהיימגיין. איך גיי צוריק צו מיין קאר, פונדערווייטנס זעה איך אז דער שוטה רשע וגס רוח איז שוין נישט דארטן, ער האט שוין אפגעפיצט צו די בייזע רוחות. "זאל אים דער שלאק באטרעפן" טראכט איך צו מיר.

איך קום אן נענטער צו מיין קאר און עס ווארט מיר אפ א סערפרייז... דער פארשוין האט ארויפגעבויגן מיין גאנצע לייסנספלעיט אויף ארויף! (בעסער מסביר צו זיין, מיין פלעיט איז נאר אריינגעסקראוט פון אויבן מיט צוויי סקרואס, אבער פון הונטן הענגט עס אראפ געהעריג אן קיין סקראו, אזוי ווי אסאך פירן זיך. האט דער חיה רעה געגאנגען און ארויפגעבויגן דעם גאנצן פלעיט, פון נאך די סקראוס, אויף ארויף... אלעס פארן חוצפה פון נעבעך אנרירן זיין קאר.

(בלויז אנצומערקן, קיין גרינגע ארבעט איז עס נישט געווען פאר אים. יענער האט קודם געמוזט אריינגיין אין זיין קאר און זיך ארויפריקן, צוריק ארויסקומען פון זיין קאר און מיט די הענט צו וואס, בייגן א הארטע פלעיט אויף ארויף, און כנראה האט ער נאך שפעטער צוריק געבעקט מיט זיין קאר אריין אינעם געבויגענעם פלעיט עס צו באפעסטיגן)

איך האב זיך געדארפט מוטשענען אביסל צוריק אויסצוגראדן דעם פלעיט, מען קען דאך נישט פארן ווען מען קען נישט זען די נומערן... און, ויסעו, מען האט ארויסגעיאפעצט פון דעם שטאט ווי שנעלער מעגליך, שעלטנדיג דערביי די גאנצע וועג אויף די אומערצויגענע חיות מטורפות וואס ריפן זיך חסידים.

יא, איך פארשטיי אז ס'זענען דא איידעלע וואוילע אידן אין וויליאמסבורג, און דער מטורף רעפרעזענטירט נישט גאנץ כלל ישראל, דאך האב איך אנגעהויבן צו פארשטיין דער גוי וואס שעלט אויף 'די דזשוס' ווען איין אידעלע באקריוודעט אים. אזוי גייט עס... ווי מער עפעס א סארט געזעלשאפט פירט זיך אויף א געוויסע וועג, בויעט עס דעם סטיריאטייפ.

און צו דיר דו שלעכטסקייט, אויב ליינסטו מיינע ווערטער לאמיר דיר דא זאגן אפען, "ביסט א קראנקער פארשוין"! גיי צו א פסיכאלאג ווי אומשנעלסטן! איינער האט נעבעך בארירט דיין איגו וואס באשטייט אינגאנצן פון א פענסי קאר, ווערסטו אזוי צעפידלט אזש צו גיין מזיק'ן יענעמס א זאך? ביסט פון קאפ געפאלן?!? דארפט א דאקטאר זאפארט!! און בכלל, פארוואס פארגינסטו נישט אז א צווייטער זאל אויך קענען פארקן? פארוואס לאזטו נאר איבער פאר א צווייטן זיך צו קוועטשן? ס'איז א חרפה און א בושה פאר כלל ישראל צו פארמאגן אזא מיטגליד ווי דיר בתוכינו.
Moshe itche
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 59
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 05, 2023 12:42 am
האט שוין געלייקט: 323 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 131 מאל

שליחה דורך Moshe itche »

די ארטיקל אויף אייוועלט, צענזורירט פאר זייער גיידליינס.

https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?t=63013
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

100% מסכים. ממש א שאנדע אז מיר פארמאגן אזעלכע "בעלי חסד".
וירח ה' את ריח הניחוח
אלע צוזאמען
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 838
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 11, 2021 5:39 pm
געפינט זיך: צופארן אין די ריזיגע וועלט
האט שוין געלייקט: 1835 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1044 מאל

שליחה דורך אלע צוזאמען »

זייער א ווייטאגליכע מעשה, גוט אראפגעלייגט די וויליאמסבורג'ע צופארענקייט און חי'שקייט.
אבער די שפראך איז אביסל צו ברייט און לויז, ''סדום געבוירענער, מנוול, חזיר, רשע,'' ווערטער מיינען עפּעס, יא, ער האט געטון אן אומרעכט, א געפערליכע עוולה, עפעס וואס איינער וואס האט אביסל געפילן און שכל וואלט נישט געטון, אבער.....
You have to think anyway, think big.
Donald Trump
ערנסטגערעדט
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 257
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 24, 2013 2:23 am
האט שוין געלייקט: 287 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 708 מאל

שליחה דורך ערנסטגערעדט »

האסטו אים פראבירט צו זאגן אז ער זאל זיך ארויפרוקן?
דאס פעלט… בלויזע קאמיוניקאציע … אפילו ער האט דיר געזען
קען זיין ער וואלט דיר אנגעפיפן, אבער דאס קען מען נישט וויסן
Moshe itche
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 59
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 05, 2023 12:42 am
האט שוין געלייקט: 323 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 131 מאל

שליחה דורך Moshe itche »

אלע צוזאמען האט געשריבן:זייער א ווייטאגליכע מעשה, גוט אראפגעלייגט די וויליאמסבורג'ע צופארענקייט און חי'שקייט.
אבער די שפראך איז אביסל צו ברייט און לויז, ''סדום געבוירענער, מנוול, חזיר, רשע,'' ווערטער מיינען עפּעס, יא, ער האט געטון אן אומרעכט, א געפערליכע עוולה, עפעס וואס איינער וואס האט אביסל געפילן און שכל וואלט נישט געטון, אבער.....
אט אזוי... ס'איז דא אזאנע וואס דערהערן נאר די נקודה ווען מען ניצט די שארפסטע לשונות...

א געפערליכער באנדיט איז ער, קען זיין ביסט גערעכט אז עס קומט זיך אים נישט יעצט אלע לשונות של גנאי פונעם וואקאבולאר, ס'זענען פארהאנען גרעסערע רשעים ווי ער און גרעסערע עוולות זענען שוין אפגעטון געווארן אויף דעם וועלטל. אבער אז מען נעמט שוין יא די פעדער אין האנט, געב איך שוין ארויס מיין גאנצע ווייטאג אויף אים.
יעקב פאטאש
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 31
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 14, 2020 9:06 pm
האט שוין געלייקט: 99 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 33 מאל

שליחה דורך יעקב פאטאש »

אלע צוזאמען האט געשריבן:זייער א ווייטאגליכע מעשה, גוט אראפגעלייגט די וויליאמסבורג'ע צופארענקייט און חי'שקייט.
אבער די שפראך איז אביסל צו ברייט און לויז, ''סדום געבוירענער, מנוול, חזיר, רשע,'' ווערטער מיינען עפּעס, יא, ער האט געטון אן אומרעכט, א געפערליכע עוולה, עפעס וואס איינער וואס האט אביסל געפילן און שכל וואלט נישט געטון, אבער.....
ווי קימט דא אריין וויליאמסבורג צופארענקייט און חי'שקייט? איבעראל וועסטו טרעפן שלעכטע מענטשען. די מעשה איז גראדע געשען און ווילליאסבורג.
איציקל
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 55
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 15, 2023 9:50 pm
האט שוין געלייקט: 969 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 113 מאל

שליחה דורך איציקל »

Moshe itche האט געשריבן:איך וויל ארויסנעמען מיין שטריימל פונעם טראנק... אבער... עס גייט נישט, עס שטויסט זיך אן אינעם קאר פון די בעק. בלית ברירה גיי איך צוריק אריין אין מיין קאר, איך ריק עס ארויף די מערסטע וואס שייך, און ערשט יעצט קוים מיט צרות האב איך געקענט ארויסשלעפן מיין שטריימל. (די טראנק האט זיך נאכאלטס נישט געקענט עפענען אינגאנצן, נאר ממש גענוג אויף ארויסצושלעפן דעם שטריימל)
ר' משה יצחק, איך פיל אייער ווייטאג און איך האב שטארק מיטלייד, אבער אביסל נוצן דעם קאפ קען נישט שאטן. אויסער אויב איר זענט שוין פון די חבורת אהבת קדומים, איז עפעס אזוי שווער זיך איבערצובייגן דער בעק סיט און אזוי ארויסנעמען דעם שטריימל?
(אויסטערליש גוט געשריבן, און מורא'דיג ארויסגעברענגט די נקודה, אבער ס'איז שווער צו לייקן אזא האספולע תגובה.)
"חכם עדיף מנביא". נביא שכובש נביאתו עובר בלאו, אבל החכם...סיג לחכמה שתיקה.
באניצער אוואטאר
שמעון וואלף
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3547
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 1:33 pm
געפינט זיך: אין דרום
האט שוין געלייקט: 5476 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3921 מאל

שליחה דורך שמעון וואלף »

ערנסטגערעדט האט געשריבן:האסטו אים פראבירט צו זאגן אז ער זאל זיך ארויפרוקן?
דאס פעלט… בלויזע קאמיוניקאציע … אפילו ער האט דיר געזען
קען זיין ער וואלט דיר אנגעפיפן, אבער דאס קען מען נישט וויסן
דאס איז אמת. אסאך פון די אומ-מענטשן פירן זיך אויף אזוי פשוט ווייל זיי טראכטן נישט פון א צווייטן. ווען מ'מאכט זיי אויפמערקזאם וועלן זיי גערן טון א טובה פאר א צווייטן, אבער פאר סאן ריזען איז זייער מוח נישט געפראגרעמט אליינס צו טראכטן דערפון.
לייביש לעבאוויטש
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 29
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אקטאבער 27, 2022 11:59 am
האט שוין געלייקט: 46 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 22 מאל

שליחה דורך לייביש לעבאוויטש »

אינטרעסאנטע מעשה דאס,

נאכדערצו אז אויף אייוועלט האט אן איד געהאט פונקט די זעלבע מעשה ממש אויפן האר. 8-)
באניצער אוואטאר
צוויבל קניפער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 60
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 21, 2022 4:48 pm
האט שוין געלייקט: 126 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 82 מאל

Re: דער חיה רעה פון וויליאמסבורג

שליחה דורך צוויבל קניפער »

לייביש לעבאוויטש האט געשריבן:אינטרעסאנטע מעשה דאס,

נאכדערצו אז אויף אייוועלט האט אן איד געהאט פונקט די זעלבע מעשה ממש אויפן האר. 8-)
צדיק, ער אליין האט געשריבן אז ער האט עס אויך ארויפגעלייגט אויף אייוועלט

Sent from my Pixel 7 Pro using Tapatalk
לייביש לעבאוויטש
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 29
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אקטאבער 27, 2022 11:59 am
האט שוין געלייקט: 46 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 22 מאל

שליחה דורך לייביש לעבאוויטש »

צוויבל קניפער האט געשריבן:
לייביש לעבאוויטש האט געשריבן:אינטרעסאנטע מעשה דאס,

נאכדערצו אז אויף אייוועלט האט אן איד געהאט פונקט די זעלבע מעשה ממש אויפן האר. 8-)
צדיק, ער אליין האט געשריבן אז ער האט עס אויך ארויפגעלייגט אויף אייוועלט

Sent from my Pixel 7 Pro using Tapatalk
גערעכט, פארזעהן. :o
לייביש לעבאוויטש
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 29
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אקטאבער 27, 2022 11:59 am
האט שוין געלייקט: 46 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 22 מאל

שליחה דורך לייביש לעבאוויטש »

אינטרעסאנט פארוואס דארט שרייבט ער נישט אז ער האט עס געלייגט דא אויך,

(מן הסתם האב איך עס דארט אויך פארזעהן...)
באניצער אוואטאר
צוויבל קניפער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 60
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 21, 2022 4:48 pm
האט שוין געלייקט: 126 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 82 מאל

Re: דער חיה רעה פון וויליאמסבורג

שליחה דורך צוויבל קניפער »

לייביש לעבאוויטש האט געשריבן:אינטרעסאנט פארוואס דארט שרייבט ער נישט אז ער האט עס געלייגט דא אויך,

(מן הסתם האב איך עס דארט אויך פארזעהן...)
דערמאנען ק"ש דארט איז א נאו נאו

Sent from my Pixel 7 Pro using Tapatalk
מילך טראק
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 808
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 12, 2020 11:17 pm
געפינט זיך: אויפן וועג צום קאווע שטיבל
האט שוין געלייקט: 448 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 640 מאל

שליחה דורך מילך טראק »

מסתמא איז ער א הצלה אין חברים און אויך א חסד מעמבער, אבער די רורסט אהן מיין קאר וועל איך דיר ווייזען ווער איך בין
דער גאלדענער אדלער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1665
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 27, 2017 6:30 pm
געפינט זיך: הלוואי ווען כ'וואלט געוויסט
האט שוין געלייקט: 6003 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3632 מאל

Re: דער חיה רעה פון וויליאמסבורג

שליחה דורך דער גאלדענער אדלער »

מילך טראק האט געשריבן:מסתמא איז ער א הצלה אין חברים און אויך א חסד מעמבער, אבער די רורסט אהן מיין קאר וועל איך דיר ווייזען ווער איך בין
טוהן חסד אויפן גאס מיט אנדערע איז בכלל נישט קיין סתירה מיט "כ'וועל דיר ווייזן מענטעליטי" טוהן חסד ביי זיך אינדערהיים מיט די אייגענע און מיט נאענטע קרובים, איז שוין יא א סתירה.

Sent from my SM-S911U using Tapatalk
yatzmachp
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 330
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 25, 2013 11:10 am
האט שוין געלייקט: 102 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 474 מאל

שליחה דורך yatzmachp »

איך וויל דא שרייבן עפעס וואס באדערט מיך שוין א לאנגע צייט. מען רעדט קעגן מענטשן וואס פארקן אן זיך רעכענען מיט אנדערע. אבער דער אמת איז אז עס מאכט זיך יעדן טאג און עס מאכט זיך ביי יעדן, מען פארקט ווי נארמאלע מענטש און מען גייט אוועק פאר א פאר שעה. אין די פאר שעה וואס דו ביזט אינעווייניג זענען די קארס פון פארנט פון דיר און פון אונטער דיר שוין לאנג אוועק געפארן, אנדערע סייז קארס האבן געפארקט און אוועקגעפארן. דו קומסט ארויס און דו זעהסט ווי דו האסט געפארקט ווי א חיה. איך זאג נישט אז עס עס איז נישטא קיין חיות, אבער נאר פון זעהן ווי אזוי יענער איז "יעצט" געפארקט מיינט נישט אז ער איז א חיה.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

יצמח פי.: נאר משה איטשע טענה'ט אז ער האט געזעהן ווי דער בעל דבר האט לכתחילה געפארקט ווי א חיה. אויפנעמענדיג איינס און א האלב פלעצער.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום berlbalaguleh, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
יום טוב ליפמאן צונז
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 171
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 26, 2022 12:31 am
האט שוין געלייקט: 59 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 106 מאל

שליחה דורך יום טוב ליפמאן צונז »

משה איטשע קויף דיר אויך א סובורבען. אין מיין אז דאס שטערט דיר מער ווי אלעס….
באניצער אוואטאר
צוזאמגעדרייט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 568
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 03, 2022 9:27 pm
געפינט זיך: גלייב מיר דו ווילסט נישט וויסן...
האט שוין געלייקט: 1344 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1231 מאל

Re: דער חיה רעה פון וויליאמסבורג

שליחה דורך צוזאמגעדרייט »

געליינט אין איין שאס, שרייבסט געוואלדיג.

איך האב נישט ליב דעם זעלבסט-האַס פון דיין ארטיקל.

ס'איז דא געניג אנטיסעמיטן מען ברויך נישט נאך.
איך זוך נאָך אַ קאָו-סיינער [Co-signer]
מתבודד
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 771
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 14, 2022 1:50 pm
האט שוין געלייקט: 1291 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1552 מאל

שליחה דורך מתבודד »

איך פארשטיי באמת נישט וואס דא גייט פאר. א יונגערמאן האט געהאט א שווערע טאג, וואס האט זיך געענדיגט מיט א בהמה וואס האט אים צובויגען די פלעיטס ווייל מ'האט צוגערירט זיין גאוה. דער יונגערמאן האט א געבענטשטן פעדער גיבט ער זיך ארויס בפני החברים נישט שוינענדיג קיין שיינע טיטלען אויף דעם בהמה - וואס ער, דער שרייבער, וואלט זיך זיכער מוסר נפש געווען יענעם צו ארויסהעלפן בעת צרתו. אבער דא עקא אז די איידעלע עולם קען שוין נישט פארנעמען אזא שפראך, און פלוצלינג איז ער דער אגרעסאר פארן שרייבן אזוי... איך רעד שוין נישט פון די עטליכע תגובות דא (אנטיסעמיט גאר. וואוף!), אויף אייוועלט האט מען אים ממש אריינגע'מוסר'ט ווי א כ'ווייס נישט וואס...
בארואיגט'ס ענק, אז איינער קען זיך ארויסגעבן אויפן פאפיר מן הסתם איז ער איינגעהאלטן אין ריעל לייף.. זייטס נישט אזעלכע עדיני נפש פלוצלינג.
רעכן זיך נישט מיט די וועלט, די וועלט רעכנט זיך נישט מיט דיר.
באניצער אוואטאר
יום טוב ליפמאן צונז
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 171
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 26, 2022 12:31 am
האט שוין געלייקט: 59 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 106 מאל

שליחה דורך יום טוב ליפמאן צונז »

א צעבויגן פלעיט בייסט מען צוריק. און איך האב א חשד אז די מעשה איז סיי ווי פריש געבאקן!
באניצער אוואטאר
יום טוב ליפמאן צונז
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 171
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 26, 2022 12:31 am
האט שוין געלייקט: 59 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 106 מאל

שליחה דורך יום טוב ליפמאן צונז »

א צעבויגן פלעיט בייסט מען צוריק. און איך האב א חשד אז די מעשה איז סיי ווי פריש געבאקן!
פארשפארט