תורה'דיגע ארכיאולוגיע. באגלייבט אדער איבערגעטריבן?

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
מתבודד
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 771
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 14, 2022 1:50 pm
האט שוין געלייקט: 1291 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1552 מאל

שליחה דורך מתבודד »

ברוך שפינוזה האט געשריבן:
מתבודד האט געשריבן:די גראמאטישע טעותים פון הרב קליין מאכן מיר אויך נערוועז, דאך וואלסט עס געמעגט אים זאגן אין אישי.
די גראמאטישע "טעותים" זענען שוין גארנישט קיין טעותים, ס'ליגט א פסיכאלאגישע מאניפולאציע דערונטער,
אינטרעסאנט. אפשר ביסטו מסביר די מאניפולאציע? חוץ פון נערוועז מאכן האט עס נישט אויף מיר קיין אנדערע השפעה
רעכן זיך נישט מיט די וועלט, די וועלט רעכנט זיך נישט מיט דיר.
באניצער אוואטאר
ברוך שפינוזה
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1132
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 23, 2017 12:38 pm
געפינט זיך: אויפ'ן צווייטן שטאק
האט שוין געלייקט: 1646 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2040 מאל

שליחה דורך ברוך שפינוזה »

זאג עס נישט הויעך, זאל דער הקטן זיך איינרעדן אז ס'האט אן השפעה אויף איינעם...
פרעג נישט "וואס קען איך אויסלערנען די וועלט?", פרעג "וואס קען די וועלט מיך אויסלערנען?". - ברוך שפינוזה II
סקעפטיקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1202
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 19, 2022 2:57 pm
האט שוין געלייקט: 4853 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1695 מאל

שליחה דורך סקעפטיקער »

כאטש איך בין נישט מיט @הקטן אויף איין פעידש, בין איך שטארק מחולק מיט @ברוך שפינוזה, איך האלט נישט אז הקטן איז א טראלל אדער מאניפולעטאר. ער האט אפשר אן אינטערעסאנטע סטייל פון שרייבן, אבער איז אן ערענסטע מענטש וואס האלט באמת וואס ער זאגט (אפגעזעהן אויב איך בין מסכים צו זיינע שיטות)
שמן למאור
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3266
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
האט שוין געלייקט: 3320 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל

שליחה דורך שמן למאור »

לדעתי ליגט נישט עפעס טיף אינטער די פוילע טעותים פון הקטן, ס'איז פשוט אזא זלזול וואס ער האט כלפי זיין אייגענע אינטעליגענץ צוזאמען מיט די אינטעליגענץ פון דער וואס פירט א דיאלאג מיט אים. ער פילט נישט פאר וויכטיג צו איבערקוקן צו עס איז דא טעותים, דער עיקר אז ער קען זאגן וואס ער האט צו זאגן, ער פילט זיך בסדר אז ער האט ארויסגעגרעפצט דאס וואס ער האלט, און זאל זיך די גאנצע וועלט איבערדרייען. זאל זיך יעצט יעדער קראצן דאס שטערן צו פארשטיין וואס דער הקטן האט נארוואס ארויסגע'קטנ'ט.

מתבודד איז גערעכט אז פריוואטע קריטיק קומט אין אישי, אבער דער הקטן טראללט ברבים, האב איך מיך נישט געקענט איינהאלטן. ס'איז איין זאך אז ער רעדט נישט צום דבר, דאס קען מען נאך פארטראגן. מען קען צוריקשרייבן, אפווענדן, מסביר זיין, פרעגן, און אויפקלערן. אבער אז זיין נישט רעדן צום זאך קומט נאך מיט פוילע טעותים און אומגעלונגענע רמזים, דאס רעגט אויף.
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד

I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-

אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
תרמב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1322
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 29, 2020 9:28 am
האט שוין געלייקט: 10906 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2379 מאל

שליחה דורך תרמב »

פאר עפעס א ריעזאן איז קאווע שטיבל איין גרויסע עקאו טשעימבער, יעצט זע איך פארוואס, אז הקטן וואס איז די איינציגסטער וואס שטייט שוין פעסט פאר יארן און ברענגט ארויס די אנדערע זייט מטבע ווערט אזוי אטאקירט פארשטיי איך פארוואס ער איז דער איינציגסטער וואס האלט אן דא מיט שיטות אויף קאווע שטיבל, ער איז אן עקשן, נישט יעדער קען דאס נאכמאכן.

מוזט נישט מסכים זיין מיט אים אבער קיין טראלל איז ער נישט, קענסט זעהן א שטארקע קאנסיסטענסי אין זיינע תגובות דורכאויס אלע יארן.

זיין ספעלינג מיסטעיקס פלעגט מיר אויך נערוועז מאכן, אבער אז ס'איז אזוי אבוויעסלי איז ספעלינג נישט זיין שטארקסטע זאך, און ס'קומט נישט מ'זאל אים אראפרייסן אזוי.

אגב ס'איז שוין סאך בעסער ווי אמאל.
פארשפארט