איז דאס לעבן ווערד געלעבט צו ווערן?

הילף, עצות און טיפס
באניצער אוואטאר
דיכטער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 288
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 13, 2023 8:50 pm
האט שוין געלייקט: 730 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1527 מאל

איז דאס לעבן ווערד געלעבט צו ווערן?

שליחה דורך דיכטער »

דאס לעבן איז שווער, עס איז נישט גרינג. עס איז פיל מיט מיטשענישן און אנטוישונגען, פארפלייצט מיט שטרויכלונגען און דורכפעלער, רינט איבער פון פיל פלאג און מי.

מיר, עקזיסטירענדע וועלט בירגער זענען דאך לעבעדיגע עדות דערצו. יעדן טאג פון פריש פאנגען מיר אן אונזערע שווערע ארבעט, מיר ווערן איבערגעשטרענגט פיזיש און איבערהויפט גייסטיש פון אלע אונזערע טעגליכע אויפגאבעס און נאכאנאנדע פאראנטווארטליכקייטן. מיר יאגן נישט נאך דעם טאג און דערגרייכן נישט דער נאכט, מיר קומען נישט נאך אונזערע פארלאנגען און קענען נישט ערפילן אונזערע געברויכן.

טאמער קענט איר זיך נישט אידענטיפיצירן מיט דעם אויבנדערמאנטע פאראגראף דאן זייט צו וויסן דאס איז זענט פון די ווייניגער, פון די מיאריטעט וואס טרעפט זיך, אויף עפעס אן אופן, א וועג אדורך דעם שטראז.

דער מערהייט ווערט אויסגעקוועטשט, צוזאמגעדרוקט און אויסגעפרעסט. קיין געלט קיין ליבע קיין ליכטיגס און קיין גענאד.
מיר ווערן געבוירן נאקעט, ליידיג און אומבאהאלפן, לעבן זיך צאם א לעבן פון זארג, פיין און לייד און נידערן אין גרוב לער, ארעם און מאכטלאז.
אלזא פרעגט זיך די שווערע שאלה טייערע חברים, צו לוינט זיך דען דאס לעבן צו לעבן? איז דען ווערד צו זיין עקזיסטירענד?

• פאר די פארמינוטיגע שעות קורות רוח וואס קומט באגלייט מיט וואכן פון פלאג.
• ‏פאר די עטליכע מאמענטן פון הויכע גוסטע וואס קומען פארשלייערט מיט שיכטן פון אייז.
• ‏פאר די קורצע סקונדעס שפיזיגע הויכפונקטן אין געשלעכט-פארבינדונג וועלכע באווייזן דעם מענטש צו פאר'שיכורן און דאן לאזן איהם הונגערן צום טויט.
• ‏פאר די גייסט וואס לעכעצט און דער קערפער וואס פוילט.
• פאר די נישטיגע פארגעניגן וואס קומט נאך פיל קווענקלענישן און גרויסע זארגן.

צו וואס?

יעדער געזעלשאפט, קאלטור און פאלק האט זיך געמיטשעט מיט דעם פראבלעם אויף איין וועג אדער אויפן אנדערן, אבער אלע האבן זיך געזען דערין.
אין א פארזוך צו ענטפערן דעם פראבלעם, האבן זיך געשאפט דורכאויס די היסטאריע, פילע וועגן און מעטאדן וויאזוי דאס צו לעזן אדער אימווייניגסטס מינדערן דאס מערסטע מעגליך.

די אלע מהלכים און מעטאדן וויאזוי בייצוקומען דער פראבלעם, קענען צוטיילט ווערן אויף עטליכע קאטעגאריעס, ווי פאלגענד:

• דער ערשטע איז רעליגיע, דאס איז דער אמונה אז אונז זענען א טייל פון א גרעסערע פלאן, גרעסער און וויכטיגער פון וואס אונזערע פארשטאנד קען דערגיין. איינע פון די שטערקסטע פונדאמענטן אין כמעט יעדער רעליגיע איז אז די אלע פיין וואס מיר ליידן זיך צוזאם אויף דעם וועלט איז נישט אימזיסט און מיר ווערן ערליכערהייט באצאלט אויף אונזערע מעשים און יעדער צרה וואס מען האט איז אויסגערעכענט ביזן לעצטן איינצעלהייט.

• דער צווייטע איז חכמה, דאס איז לערענען און טראכטן, דענקען און דערגרינטעווען, אנאליזירן און פארשטיין דער וועלט אין וועלכע מיר האבן זיך געטראפן וואוינען און דערמיט פרובירן צו דערגיין אירע געהיימניסן. די חכמים און טיף-טראכטער סטימולירן זייערע קאפ מיט טיפע פשעטלעך און האלטן זיך פארנומען מיט שווערע חשבונות וועלכע טראגן זיי אוועק ווייט פונעם פיזישן וועזן.

• דער דריטע איז מאטעריאל און דאס איז איינפאך שלום מאכן מיטן מצב. אין דעם וועלט לעבן מיר, לאמיר טון און זיך באקוועם מאכן דאס מערסטע וואס איז שייך. אין דעם קען ווערן אריין גערעכענט טעכנאלאגיע וועלכע קומט מיט אן הצעה, מיר אלע זענען דא פארשפארט פאר א צאל יארן, לאמיר אפיר נעמען אלע אונזערע מעגליכקייטן און זען ווי אזוי מיר קענען זיך באקוועם מאכן דאס מאקסימום וואס איז מעגליך און פרובירן צו פירן א רעגלמעסיג, גוטע לעבן.

• דער פערטע איז פסיכאלאגיע, דאס איז אנאליזירן דער געדענקענגאג פונעם מח. וואס מאכט דעם מענטש טראכטן אזוי צו אזוי, וואס ברענגט איהם צו שפירן א געוויסע געפיל און וואס ליגט אונטער זיינע אקטן און טאהטן. פסיכאלאגיע פרוביט צו אנאליזירן און דערגיין די אלע פראגעס און מיט די אינפארמאציע וויל זי פירן די געדאנקען און די באוואוסטזיין אויף רואיגע רעלסן.

• דער פונפטע איז איינפאך אנטלויפן. לויפן ווי ווייט דער זעל קען נאר, נוצנדיג סיי וועלכע שוץ ברעט עס ליגט נאר ליידיג, צו זאל דאס זיין טרינקען, רייכערן, זיך אנוועפן, זיך אויפהייבן אין די לופטן און שוועבן העכער אלע דאגות און טרדות. אין דעם גייען אריין אלע ערליי עדיקציעס און אנגעהאנגענקייטן אין וועלכע מענטשן פאלן אריין וואס איז אומשטאנד זיי אוועק צו פירן פון וואו זיי זענען און מאכן פילן גוט און רייך, דערהויבן און אנגעפילט.

הצד השוה שבהם אז דאס זענען אלע מעטאדן וויאזוי זיך צו ספראווען מיטן זעלבן פראבלעם אין וועלכע יעדער איינציגע האמאסעפיאן טרעפט זיך נאכן לאנדען זיינע פיס אויפן קאלטן ערד קוגל.
קל וחומר
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2056
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג דעצעמבער 04, 2015 3:42 am
האט שוין געלייקט: 2815 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2784 מאל

Re: איז דאס לעבן ווערד געלעבט צו ווערן?

שליחה דורך קל וחומר »

איין מהלך וואס איר האט פארגעסן לענ"ד איז טאקע צו עמברעיסן די פיין וואס מ'גייט אריבער און עס אנקוקן ענליך צו דאס גיין אין דשים וואס הגם אויף דער מינוט איז עס אפמוטשנד און שווער בויעט עס אויף דעם מענטש צו ווערן שטארקער און מער זעלבסט זיכער אין זיך וואס דער מחשבה זעלבסט וועט עווענטואל גורם זיין אז במשך דעם פלאגעניש דורכגאנג וועט זיין גוף ארויסגעבן דאפעמין און אים מאכן פילן גוט.

קיצור הדברים טויש דיין בליק אויף דיין לעבן וועט דיין איכות החיים זיך טוישן.
באניצער אוואטאר
איך הער..
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 120
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 03, 2023 3:00 pm
געפינט זיך: דעם אנדערען זייט סמבטוין
האט שוין געלייקט: 316 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 300 מאל

Re: איז דאס לעבן ווערד געלעבט צו ווערן?

שליחה דורך איך הער.. »

שטייט דאך שוין און חז"ל, נוח לו לאדם שלא נברא יותר משנברא.
.Commen sense is not commen
ערנסטגערעדט
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 257
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 24, 2013 2:23 am
האט שוין געלייקט: 287 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 708 מאל

שליחה דורך ערנסטגערעדט »

לשיטתך קומט אויס אז אלעס איז נאר פאר עסקעיפ
און אויב אזוי ענדיגט זיך קיינמאל נישט די ליסטע…
כמעט יעדע זאך קען מען נוצן פאר אן עסקעיפ
באניצער אוואטאר
דיכטער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 288
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 13, 2023 8:50 pm
האט שוין געלייקט: 730 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1527 מאל

Re: איז דאס לעבן ווערד געלעבט צו ווערן?

שליחה דורך דיכטער »

קל וחומר האט געשריבן:איין מהלך וואס איר האט פארגעסן לענ"ד איז טאקע צו עמברעיסן די פיין וואס מ'גייט אריבער און עס אנקוקן ענליך צו דאס גיין אין דשים וואס הגם אויף דער מינוט איז עס אפמוטשנד און שווער בויעט עס אויף דעם מענטש צו ווערן שטארקער און מער זעלבסט זיכער אין זיך וואס דער מחשבה זעלבסט וועט עווענטואל גורם זיין אז במשך דעם פלאגעניש דורכגאנג וועט זיין גוף ארויסגעבן דאפעמין און אים מאכן פילן גוט.

קיצור הדברים טויש דיין בליק אויף דיין לעבן וועט דיין איכות החיים זיך טוישן.
אויב האב איך פארשטאנען גוט איז עס נישט א נייע מהלך נאר גייט אריין אין קאטעגאריע פיר. (אפשר אביסל געמישט מיט פונף)
באניצער אוואטאר
דיכטער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 288
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 13, 2023 8:50 pm
האט שוין געלייקט: 730 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1527 מאל

Re: איז דאס לעבן ווערד געלעבט צו ווערן?

שליחה דורך דיכטער »

ערנסטגערעדט האט געשריבן:לשיטתך קומט אויס אז אלעס איז נאר פאר עסקעיפ
און אויב אזוי ענדיגט זיך קיינמאל נישט די ליסטע…
כמעט יעדע זאך קען מען נוצן פאר אן עסקעיפ
ס'לאו דוקא עסקעיפ, נאר וועגן וויאזוי זיך צו ספראווען מיטן לעבן.
דער ליסטע איז טאקע לאנג אבער דאך קען עס ווערן קאטעגאריזירט בערך אין די פונף קאטעגאריעס.
דאס פרוביר איך עכ"פ צו זאגן.
קל וחומר
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2056
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג דעצעמבער 04, 2015 3:42 am
האט שוין געלייקט: 2815 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2784 מאל

Re: איז דאס לעבן ווערד געלעבט צו ווערן?

שליחה דורך קל וחומר »

דיכטער האט געשריבן:
קל וחומר האט געשריבן:איין מהלך וואס איר האט פארגעסן לענ"ד איז טאקע צו עמברעיסן די פיין וואס מ'גייט אריבער און עס אנקוקן ענליך צו דאס גיין אין דשים וואס הגם אויף דער מינוט איז עס אפמוטשנד און שווער בויעט עס אויף דעם מענטש צו ווערן שטארקער און מער זעלבסט זיכער אין זיך וואס דער מחשבה זעלבסט וועט עווענטואל גורם זיין אז במשך דעם פלאגעניש דורכגאנג וועט זיין גוף ארויסגעבן דאפעמין און אים מאכן פילן גוט.

קיצור הדברים טויש דיין בליק אויף דיין לעבן וועט דיין איכות החיים זיך טוישן.
אויב האב איך פארשטאנען גוט איז עס נישט א נייע מהלך נאר גייט אריין אין קאטעגאריע פיר. (אפשר אביסל געמישט מיט פונף)
אי משום הא איז רעליגיע אויך אינעם קאטעגאריע פון פסיכאלאגיע.
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5784
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 12391 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל

שליחה דורך מי אני »

ס'איז ידוע אז דער פילאזאף אַלבּערט קאמוס האט געשריבן אז די איינציגסטע שאלה אין פילאזאפיע וואס מאכט אויס, איז צי נאכ'ן אנערקענען דעם הכל הבל פונעם לעבן און אָננעמען די הנחה אז אלעס איז אבסורד, אָלטימעטלי איראציאנאל (פון אַן עקזיסטענשאל מבט), און מאכט נישט אויס, צי מ'זאל דערוועגן באגיין זעלבסטמארד? ער מאכט אוועק די ערשטע צוויי דרכים פון @דיכטער'ס דרכים, טענה'דיג אז זיי ווילן דאך אוועקנעמען דעם עצם הנחה אז אלעס איז הבל און אבסורד; ווי אויך פארבלענדעט עס דער מענטש און מאכט אים זיך פארהוילן פון ווי אזוי די מציאות איז למעשה בהאי עלמא. ער אליין פירט אויס אז ניין, מ'האט נישט צו באגיין זעלבסטמארד, נאר מ'זאל אָננעמען די דריטע וועג פון @דיכטער און ווי @קל וחומר ברענגט ארויס, וואס דאס איז צו עמבּרעיסן אט די אבּסורדיטי. און דאס אליינס איז א "מרידה" קעגן אט די אבּסורדיטי, וואס ברענגט דעם מענטש צופרידענהייט.
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז...?" - יאיר
"אלס וואס איך ווייס איז אז איך ווייס גארנישט (אחוץ דעם עצם פאקט)" - סקראטוס
און אפילו אין דעם בין איך אויך נישט זיכער (וכן הלאה והלאה)
באניצער אוואטאר
צוזאמגעדרייט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 568
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 03, 2022 9:27 pm
געפינט זיך: גלייב מיר דו ווילסט נישט וויסן...
האט שוין געלייקט: 1344 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1231 מאל

Re: איז דאס לעבן ווערד געלעבט צו ווערן?

שליחה דורך צוזאמגעדרייט »

אז מען קלערט טריקן און לאגיש און מען קוקט זיך אן ווי א בייאלאגישע לאַבעטאָריע, איז טאקע פשוט אז עס לוינט זיך נישט צו לעבן.

אבער אז מען קוקט אן דאס וועלט ווי אן עקספיריענס וואס נאר לעבעדיגע האבן, און מען פרובירט צו ענדזשויען דאס מערסטע מעגליך קען לעבן ווערן א גן עידן ממש!

אסאך מאל ברויך מען נעמען שריט צום בעסערונג, דאס נעמט אריין קעיר נעמען פון מענטל העלטה פראבלעמען אויב איז דא. פרובירן צו וואקסן און שטייגן יעדער אויף זיין וועג. טון גוטע זאכן וואס געבט אן אנגעפילטקייט פארן זעהל. און דאס עיקר, האבן זאכן אויף וואס ארויסצוקוקן, פארשטייט זיך זאכן וואס איז מעגליך צו ערייכן.
איך זוך נאָך אַ קאָו-סיינער [Co-signer]
באניצער אוואטאר
שעפטאל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 889
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 19, 2023 6:40 pm
געפינט זיך: אין די גרויסע דשונגל
האט שוין געלייקט: 7215 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2418 מאל

שליחה דורך שעפטאל »

@צוזאמגעדרייט קומסט אריין זייער גראד

כ'אמאל געהערט א ליין [על דרך דבריך הנעימים] וואס האט געטוישט מיין גאנצע לעבן:
דו ווייסט קיינמאל נישט בשעת דיינע גוטע צייטן אז יעצט איז די גוטע-בעסטע צייט אין דיין לעבן [ווייל שלימות איז דאך קיינמאל נישטא, ס'וועט אלץ שטערען עפעס]
נאר נאכדעם ווען מ'קוקט צוריק כאפט מען אהה ס'געוועהן גוטע צייטן
אלזא באטראכט יעדע תקופה ווי יעצט איז די גוטע צייטן. [אפי' ס'קען זיין ס'וועט קומען בעסערע]

ווי זינגט מיכאל. יעצט איז א גוטע צייט. יעצט יעצט איז די צייט.
בְּתוֹךְ עַמִּי
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 671
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 16, 2021 11:45 am
האט שוין געלייקט: 388 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 869 מאל

שליחה דורך בְּתוֹךְ עַמִּי »

טייערע חברים. אונז אלע האמיר שוין גענוג געליטן! קשיות. ספיקות. קוועטשענישן. פחדים.
לאמיר פארברענגען לייוו איבער א גלעזל טיי און ארויסגיין מצרה לרוחה, מאפילה לאורה ומשעבוד לגאולה :)

פאר מער אינפארמאציע שיק מיר אן אימעיל: teauvent@gmail.com
באניצער אוואטאר
דיכטער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 288
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 13, 2023 8:50 pm
האט שוין געלייקט: 730 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1527 מאל

Re: איז דאס לעבן ווערד געלעבט צו ווערן?

שליחה דורך דיכטער »

עס איז גוט

אינמיטן טאג, נישט צופרי נאכפאלגענדיג א טיפן שלאף, נישט אנהייב פון א נייע וואך אדער זמן, אינמיטן העלן טאג. זייענדיג פארנומען מיט מיינע טעגליכע אויפגאבעס וועלכע זענען נישט ספעציפיש אינטערעסאנט אדער ציענד. מיינע נערווען פלאצן שוין, דאגות גרייכן ביז איבערן קאפ. איך האב נאך פיל צו טוהן און דאך קום נישט אן קיין ערגעץ, קוים אריין געכאפט א פרישטאג זיך צו האלטן ביים לעבן, צווישן איין פליכט אין דעם אנדערן פרובירענדיג צו טרעפן צייט צו אטעמען אינצווישן.

אין דעם מינוט האט עס מיר געכאפט.

עס איז גוט, יא איך ווייס אז איך יאג גארנישט אן, מיין זעל איז גענצליך אויסגעדראשן און מיין קערפער אויסגענוצט. איך ווייס אז איך וויל זיך געפונען אין א גענצליך אנדערן ארט און זיין צווישן גענצליך אנדערע מענטשן, טוענדיג אנדערע זאכן אינגאנצן.

איך ווייס אז מיין זעל איז נישט גאנץ, איך גלוסט און קרענק, איך געב מיך נישט קיין עצה און איך טרעף נישט קיין מנוחה אבער עס איז מיר גוט.

מיין לעבן איז מיין פערזענליכע אייגענטם און איך האב די אויסשליסליכע רעכטן איבער מיין געמוט און איך בין מחליט אז עס מיר איז גוט יעצט, איך בין אין א גוטע גוסטע.

יא, איך ווייס אז איך ווייס נישט פארוואס איך בין דא, אבער קיינע שום בוכשטאב-צוזאמשטעלן אדער ווערטער פראזן, האבן נישט די מעגליכקייט צו פארענדערן מיין געמוט. זאלן זיי שרייבן וואס זיי ווילן, מיר איז גוט, מיר איז פיין, מיין הארץ איז פול מיט פרייד, מיינע אדערן פלוסן גליק, איך בין אין א גוטע שטימונג.

מיין באלעבאס קען שרייען און מיטשען און דאן ווען איך קום אהיים, קומען אונטער אטאקע דורך מיין ווייב, אבער ווער פרעגט זיי בכלל? ווער שטעלט זיי א שאלה? צו דען דארף איך זייערע הסכמה? צו דען דארפן זיי צושטימען צו מיר? איך פיר נישט זייערע לעבן און זייערע מוט ווענדט זיך בלויז אין זיי, אבער דעריבער דארף איך פארקויפן מיין זעל פאר זיי? דערפאר ברויך איך ווערן זייערע אייביגע קנעכט? אז איך בין מחליט אז מיר איז גוט, איז מיר גוט. דאס איז דער באדייט פון גוט, אז עס איז מיר גוט אין הארצן.

ווארטן ביז א דרויסענדיגע גוטע זאך זאל באאיינדרוקן דיין געמוט, דער וועג וויאזוי דו שפירסט, איז דאך אבסארד. פארוואס זאלסטו זיך פרייוויליג אוועק געבן פאר דער דרויסענדיגע וועלט וועלכע וועט טון מיט דיר וואס ער וויל?

עס איז טאקע נישט דא קיין שום סיבה צו זיין פרייליך אבער אין דער זעלבע צייט איז נישט דא קיין סיבה צו זיין אנגעזעצט, עס איז נישט דא קיין סיבה פאר גארנישט, דו בוסט דער וואס באשטומט וואס ס'זאל זיין, עס ווענדט זיך נאר אין דיך.

איינע וואס לעבט אין א גוטע שטימונג וועט זיין פרייליך און איינער וואס לעבט אין א טרויעריגע שטימונג וועט זיין טרויעריג, עס וועט נישט אויסמאכן גארנישט אונטער וועלכע אומשטענדן זיי טוהן זיך געפונען.

עס איז זייער פארשטענדליך אז זייענדיג אונטער שווערע אומשטענדן, ליגענדיג אונטער א הויפן פון שווערע לאסט, פארשווערט די זעל און האט די מעגליכקייט צו צעברעכן די גייסט, אבער פונקט אזוי ווי מיר זעען אז מענטשן וועלכע געפונען זיך אין א מצב וואס מיר וואלטן באצייכנט אלס דער בעסטער וואס קען נאר זיין, זיי האבן אלעס, פארמאגן יעדער זאך וואס מיר קענען נאר חלום'ען פון גלוסטן צו לייגן א האנט דערויף און דאך ליגן זיי אין טיפע דעפרעסיעס און וויילן אין הוילע טינקלקייטן. דער זעלבע איז פארקערט, אומשטענדן קענען צוהעלפן, זיי קענען לייכטער מאכן אדער פארשווערען און שטערן אבער ענדגילטיג איז דאס לעבן דיינע, דיינס און טראץ דעם וואס מיר האבן א קנאפע איינפלוס אויף די זאכן וואס פאסירן צו אונז פון אינדרויסן, דאך קענען מיר עררייכן פולשטענדיגע קאנטראל איבער אונזערע גייסטישע צושטאנד.

אלזא, וועל איך אוועק רוימען די שעלט-ווערטער און שלעכטע רייד פון מיינע ליפן און ערזעצן דעם וואקום מיט לויב און געזאנג, דאנקבארקייט און אנערקענונג אויף דעם אז איך עקזיסטיר, בין, לעב און שפיר.

און יא, נישט אלעמאל איז גרינג. איך בין באוואסטזיניג צו דעם אז עס איז אסאך מאל שווער. דער זעלבע וואס האט געזינגען הודו לה' כי טוב האט זיך נארוואס באפער דעם צעוויינט, אפפני חבלי מות ומצרי שאול מצאוני. איך בין אויפן שוועל פון צוזאמבראך און ביים טויער פון טויט, אבער ווי לאנג איך לעב וועל איך זינגען און זיך פרייען, אויב נישט פאר דער בלויזע, איינפאכע סיבה, ווייל איך קען, איך האב דער מעגליכקייט דערצו. וואס וועט זיין שפעטער? לא המתים יהללו קה אבער וויל לאנג דאס הארץ קלאפט וועט די גייסט זינגען א ליד.
באניצער אוואטאר
צוזאמגעדרייט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 568
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 03, 2022 9:27 pm
געפינט זיך: גלייב מיר דו ווילסט נישט וויסן...
האט שוין געלייקט: 1344 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1231 מאל

Re: איז דאס לעבן ווערד געלעבט צו ווערן?

שליחה דורך צוזאמגעדרייט »

מי אני האט געשריבן: ער אליין פירט אויס אז ניין, מ'האט נישט צו באגיין זעלבסטמארד, .
שטעלט אייך פאר ער זאגט אז יא. קיינער וואלט אים נישט ציטירט, מען וואלט אים ארויסגעשניטן פון די ביכער.

אלא מהא ליכא למשמע מיניה.
איך זוך נאָך אַ קאָו-סיינער [Co-signer]
באניצער אוואטאר
וואלווי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3762
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 11:34 am
האט שוין געלייקט: 5604 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5650 מאל

שליחה דורך וואלווי »

דיכטער האט געשריבן:
קל וחומר האט געשריבן:איין מהלך וואס איר האט פארגעסן לענ"ד איז טאקע צו עמברעיסן די פיין וואס מ'גייט אריבער און עס אנקוקן ענליך צו דאס גיין אין דשים וואס הגם אויף דער מינוט איז עס אפמוטשנד און שווער בויעט עס אויף דעם מענטש צו ווערן שטארקער און מער זעלבסט זיכער אין זיך וואס דער מחשבה זעלבסט וועט עווענטואל גורם זיין אז במשך דעם פלאגעניש דורכגאנג וועט זיין גוף ארויסגעבן דאפעמין און אים מאכן פילן גוט.

קיצור הדברים טויש דיין בליק אויף דיין לעבן וועט דיין איכות החיים זיך טוישן.
אויב האב איך פארשטאנען גוט איז עס נישט א נייע מהלך נאר גייט אריין אין קאטעגאריע פיר. (אפשר אביסל געמישט מיט פונף)
ס'איז טאקע נישט קיין נייע מהלך נאר די עכט איינציגע מהלך. אלע אנדערע פארנעמען זיך מיט דיסטרעקשאנס, אנשטרענגן זעהן גוטס, אדער גלייבן אז ס'איז גוט. אבער דאס זענען נישט קיין עצות צו לעבן נאר עצות ווי אזוי אויסהאלטן די לעבן, און די געדאנק פון לעבן איז די עקספיריענס פון לעבן גופא, נישט תוצאות פון לעבן. ס'איז קלאר אז די איינציגסטע וועג צו לייזן א שוועריקייט איז צו איינערקענען די שוועריקייט, און די איינציגסטע עכטע עצה. אודאי דארף מען האפען, גלייבן, און זיך באלוינען, און נאר אזוי לעבט מען עס איבער, אבער די שוועריקייטן בלייבן אינטערדעם, ווייל אזוי איז די טבע הבריאה, און מיט טבע הבריאה דארף מען זיך דילען יעדע מינוט אויך, מילא איז אלע עצות נאר גוט אויב מ'באקענט זיך עכט מיט זיך. וכקל וחומר ועוד, גייט דאס אריין אין קאטעגאריע פיר - פסיכילאגיע. די אנדערע זענען אפשר טיפס. חוץ אז כ'האב נישט גוט פארשטאנען.

דאס קען מיינען די פסוק אין תהלים, אך טוב וחסד ירדפוני כל ימי חיו. די אך טוב וחסד זאכן, דהיינו די אלע טרייסט זאכן וואס מ'זאגט למשל , "עה ס'מוז זיין באהאלטענע חסדים" אדער " ס'ליגט גוטס אינטערדעם", דאס זענען די רדיפות פון א גאנץ לעבן, מ'האלט זיך אן מיט אביסל גוטס דא און דארט, אבער מער ווייניגער איז דאס רדיפות פונעם לעבן, און פאר דעם לעבט מען. מ'קען טאקע ארבעטען מיט אלע מינע עצות צו איבערלעבן די טאג, ניצען אפאר גוטע מינוטן, ס'איז גוט. אבער דער שוועריקייט וואס הייסט לעבן, די פסיכילאגישע חלק דערפון, איז די איינציגסטע שפראך וואס איז לעבן שפראך, און דער שפראך קומט אריין קלאר.
Until the spirit be poured upon us from on high
Isaiah 32:15 -
שמן למאור
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3266
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
האט שוין געלייקט: 3320 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל

שליחה דורך שמן למאור »

איך טראכט שוין לאנג פון דעם נושא, לאמיך עס אויסשמועסן.

איך הער אמאל אינווייערמענטעליסט קריפס וואס זענען מסביר פארוואס זיי האבן נישט קיין קינדער, און די הסבר גייט בערך אזוי; היות די וועלט האט ממילא נישט קיין פיוטשער, צו וואס זאל מען געבוירן און פארפלייצן די פלאנעט מיט קינדער און אייניקלעך וואס וועלן אלע צום סוף ליידן? לאמיר עס ענדיגן צוזאמען אויף א פיספעל וועג...

דאס הייסט, אזוי צו זאגן, זיי גלייבן דאך נישט אין קיין גאט וואס האט באשאפן די וועלט מיט אן עכטע ציל, ס'איז אלעס נאטורליכע עקסידענטן פון מיליאנען פון יארן פון עוועלוציע וואס האט ארויסגעגעבן א שיינע וועלט מיט הערליכע שיינע מענטשעלעך. טעכניש גערעדט, ווען מען קוועטשט א קנעפל און אויף איין סקונדע קומט צו פליען א נוקלעארע וואפן און ווישט אפ די גאנצע מענטשהייט, וואלט... גארנישט אויסגעמאכט... ס'איז געווען שיין ווילאנג ס'איז דא געווען... און יעצט... גארנישט! פינקט ווי די דיינעזארן זענען געגאנגען. ס'איז ניטאמאל דא ווער עס זאל באוויינען די מענטשהייט...

דאס הייסט אזוי, ווען עס קומט צו פליען צוויי פליגערס אריין אין געביידעס, דאס איז שוין יא גאר שרעקליך, וואס הייסט?! מענטשן גייען דאך ליידן! קינדער ווערן יתומים, ווייבער ווערן אלמנות, ס'טוט זיך א געוויינעריי אין די גאסן... דאס הארץ בליטיגט, ס'איז קלאר א שלעכטע טראגעדיע.

איי וואס הייסט שלעכט? ווייל אפאר אטאמישע פארטיקלס וואס האבן זיך צאמגעשטעלט אין פארעם פון א מענטש מיט שכל און געפילן און זיי וויינען יעצט, מאכט עס עפעס אויס? ס'איז אלעס אזא עקסידענט וואס האט נישט קיין ציל עניוועי... וועמען גייט בכלל אן וואס די מענטשן פילן, און וועמען קימערט בכלל אז זיי זענען בצער?

אבער דאך... אונז זעמער מענטשן, פארפאלן, דאס איז אריינגעבאקן אין אונזער סיסטעם, מיר ווילן לעבן, מיר פילן אז שטארבן איז שלעכט, און מיר לעבן א לעבן כאילו דאס איז אלעס ממש עכט.

אויב קענסטו אויסמעקן די מענטשהייט אן קיין בלוט, אויב קומסטו אויף מיט א צעווילע רואיגע וועג עס צו טון, דאן איז טעכניש נישטא קיין פארבלעם דערין אין טעאריע, כ'וויל אבער נישט זען קיין בלוט און וויינעדיגע יתומים, ווייל מיין הארץ האט אזוי איוואלווט אז עס טוט וויי צוצוקוקן אזעלכע זאכן.

בעצם, איז די עגזיסטענץ פון די מענטשהייט נישט קיין געוואונטשענע זאך לפי דעם חשבון. אויב איז נישטא קיין מענטשן... איז נישט! קיינער באוויינט עס ניטאמאל, ס'נישטא ווער עס בלוטיגט, קיינער האט נישט קיין פעין. ווידער מיט די עגזיסטענץ פון די מענטשהייט זענען דא גאר אסאך מענטשן וואס האבן צער, און אפילו דער וואס האט א חיים טובים האט דאך אויך צייטן וואס עס גייט אים נישט אזוי גוט... סאו צו וואס פעלט אויס די גאנצע אפקומעניש? זאל מען שיינערהייט ענדיגן די יומען ספישיס און שלום על ישראל.

סאו צו וואס זאל מען פרוכטבארן און איבערלאזן ביליאנען פון מענטשן אומצוקומען ווען די ערד קיגל וועט נאטורליך חרוב ווערן בעתו ובזמנו? עס וועט לכאורה זיין א לאנגע פיינפולע פראצודור. זאל מען ענדערש מקדים זיין רפואה למכה און שטייטערהייט אליין ענדיגן די מענטשהייט. די קינדער וואס דו האסט נישט געבוירן וועלן קיינמאל נישט ליידן אדער שפירן סיי וואספארא ווייטאג. זיי וועלן נישט שפירן קיין צער ווען דו שטארבסט, און זיי וועלן נישט אפלעבן דעם שווערן צירקל פון לעבן. סך הכול מיטן האבן מער קינדער פארמערסטו צער אויפן וועלט.

עד כאן דברי האינווייערמענט פיליזאפן, און עס קען זיך אפילו דאכטן אז זיי האבן א פוינט. מיר אידן ווייסן דאך אבער אז אלעס האט אן ענדגילטיגן ציל, ממילא איז נישט נוגע די גאנצע שמועס.

און פאר די וואס פארשטייען צו די קליינע אותיות, דא אינון רזה דרעליגיע ערפינדונגען.
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד

I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-

אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
באניצער אוואטאר
דיכטער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 288
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 13, 2023 8:50 pm
האט שוין געלייקט: 730 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1527 מאל

שליחה דורך דיכטער »

זאגסט גוט שמן, אזוי ווי אלעמאל.
אונזער חבר @טאמבאל סאס וועלכע וויילט יעצט אונטער שלאס און ריגל רח"ל, האט לעצטנס געענפענט אן אשכול, כ'קען מיך נישט דערמאנען דעם נאמען, אבער ס'וועגן א דאקיומענטערי גערופן Before the flood אין וועלכע ער שמועסט אויס די קאטעסטראפעס וועלכע באטרעפן די מענטשהייט און דארט האב איך צוגעלייגט א תגובה וואס רירט אן אט דעם נושא.
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

דיכטער, איינער האט דיר שוין אמאל געזאגט אז דו ביסט א מייסטער שרייבער?

אגב, דוד המלך, אונזער גרויסער @דיכטער, שרייבט שוין ענליך: "ימי שנותינו בהם שבעים שנה ואם בגבורות שמונים שנה, ורהבם עמל ואון". "חננו ה' חננו כי רב שבענו בוז". און נאך הונדערטער פסוקים ווי ער רעדט זיך אויס צום אויבערשטן וואספארא שווערע לעבן ער גייט אדורך, ממש ער האט קוים א גוטן טאג.

2 דיכטערס טינק עלייק...
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

הער דיכטער אויב האסטו אזוי אויסקוק אויף די וועלט, לערן די דברי חכמה פון די דייטשע פילאסאף ארטור שאפענהאוער, וואס איז איין שטיק קהלת (להבדיל). ער ברענגט aesthetics ארט, מוזיק אלץ א רעמעדי און קומט צו די מסקנא אז דוקא אלע זאכן וואס אונז מענטשען דארפן נישט דורכצולעבן ווי ארט, מוזיק, ספורטס, פילאסאפיע, וכו׳ אט דאס איז אונזער שכר אויף די וועלט, די אלע אנדערע זאכן זענען אונז מענטשען וואס טוהן בלינדערהייט אויספאלגן די אינערליכע באפעלן פון די “ווילע צום לעבן”… סאיז נישטא קיין בעסערע פעסעמיסטישע פילאסאפיע ווי שאפענהאוער, איינשטיין האט געהאט זיינע ביכער לעבן זיין בעט און געזאגט אז ווען ער ליינט די פעסעמיסטישע פילאסאפיע מאכט עס אים דוקא ראוהיג און פרייליך, ער האט אים גערופן א genius. צווישן זיינע תלמידים זענען דארווין, פרויד, ניצטשע, קארל יונג, שרודינגער, טולסטו, וויטקענשטיין וכו׳ וכו׳
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
באניצער אוואטאר
דיכטער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 288
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 13, 2023 8:50 pm
האט שוין געלייקט: 730 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1527 מאל

Re: איז דאס לעבן ווערד געלעבט צו ווערן?

שליחה דורך דיכטער »

@שמעקעדיג כ'על זיין אפען מיט דיר, ניין, כ'אב נאך קיינמאל נישט ערהאלטן אזא קאמפלימענט. איך מיט קאמפלימענטן האבן סתם אזוי א קאמפיליצירטע רילעישנשיפ, מיט קריטיק בין איך בעסער באהאווענט...
עניוועי, ש'כח פארן קאמפלימענט.
באניצער אוואטאר
פונדאַמענטאַל
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 320
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 26, 2023 12:12 am
האט שוין געלייקט: 677 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 944 מאל

שליחה דורך פונדאַמענטאַל »

הֲבֵל הֲבָלִים אָמַר קֹהֶלֶת, הֲבֵל הֲבָלִים הַכֹּל הָבֶל. מַה יִּתְרוֹן לָאָדָם בְּכָל עֲמָלוֹ שֶׁיַּעֲמֹל תַּחַת הַשָּׁמֶשׁ (קהלת א ב-ג).

און אויף אייך הרב @דיכטער וויל איך ברענגען א צווייטע פסוק פון קהלת: דברי חכמים כדרבונות וכמשמרות נטועים (שם יב יא).

איך מיין אז מען קען לייגן די אלע פינף אפציעס אין דריי קאטעגאריעס.
אפציע 1 איז פאר די וועלכע באניצען זיך דערמיט מער ווי בלויז א מעטאד זיך אן עצה צו געבן מיטן פראבלעם, דאס איז א belief system וואס נעמט אוועק די קשיא מעיקרא. דאס גלייבן אין א העכערע תכלית גיבט א משמעות פארן לעבן - נישט קיין חילוק די אפמוטשעניש וואס דאס אינוואלווד.
אפציע 2 3 און 4 זענען מעטאדן צו זיך אן עצה צו געבן מיט'ן פראבלעם און ברענגען רואיגקייט און שמחה צום מענטש טראץ די שלעכטע מציאות אין וואס ער געפינט זיך.
אפציע 5 העלפט נישט דעם מענטש, נאר נעמט אים אוועק פונעם מצב, דער מענטש escaped פון די ביטערע מציאות. די אפציע וועט למעשה נישט ברענגען דעם מענטש צו א בעסערע פלאץ (ווי אויך איז די אפציע לכאורה דער איינציגסטער וואס וועט צוברענגען א מענטש צו באגיין זעלבסטמארד - עיין תגובת @מי אני), אנדערש ווי די אנדערע 4 מעטאדן.

עס קומט אויס אז די אפציע 1 איז לכאורה די מערסטע optimal פון אלע אפציעס, צוליב דעם וואס עס פארענטפערט די פראבלעמען פונעם מענטש און נוצט נישט בלויז ווי א coping mechanism.

ממילא זייענדיג א חלק פון עם ישראל קען מען דאנקען פאר דעם "ברוך אלוקינו שבראנו לכבודו".
There's no relationship between being smart & being wise (Jordan Peterson)
הַמְפוֹרָשׁוֹת סְתוּמוֹת. הַגְּלוּיוֹת עֲלוּמוֹת. הַמְּבֹאָרוֹת חֲתוּמוֹת. הַמְּשֻׁנָּנוֹת עֲצוּמוֹת. הַחֲקוּקוֹת רְשׁוּמוֹת:
תרמב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1322
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 29, 2020 9:28 am
האט שוין געלייקט: 10906 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2379 מאל

שליחה דורך תרמב »

זייער שיין רב דיכטער!

איך קלער אז ס'איז דא א זעקסטע מהלך וואס דאס טוען רוב מענטשן, דאס איז פלעין נישט טראכטן אין דעם ריכטונג, פלעין זיך נישט צו טון מאכן פארוואס מ'לעבט, ס'קוקט מיר אויס אז רוב מענטשן גייען מיט דעם מהלך, ס'איז אפשר אריינגערעכנט אין איינע פון די פינעף אפציעס וואס דו רעכנסט אויס, אבער איך קלער אז ס'איז נישט ממש אריינגערעכנט, ווייל די וואס פרובירן צו אנטלויפן פון די מציאות שפירן זיך און א פראבלעם און זיי אנטלויפן דערפון, אבער די וואס טראכטן נישט בכלל האבן זיך קיינמאל דערזעהן אין די פראגע אז זיי זאלן דארפן האבן א תשובה.

ווי גייט די באקאנטע ווארט, אז די צמח צדק האט געזאגט טראכט גוט וועט זיין גוט, האט מען מוסיף געווען אז טראכט נישט בכלל וועט זיין בעסער...

---

שמן למאור מיט זיין תורה וועגן אויסמעקן די מענטשהייט קוקט מיר אויס ווי די מעשה פון יענקל מילער וואס פארציילט אז ער פארציילט מער נישט קיין זשאוקס אויף די חשבון פון די וואס קעקעצן ווייל ער האט אמאל געהאט א מעשה אז איינער איז באליידיגט געווארן פון א ווערטל, און ער פארציילט איבער די גאנצע ווערטל וואס ער האט דעמאלטס געמאכט אויף חשבון פון איינער וואס האט געקעקעצט...

דו שרייבסט א גאנצע לאנגע שיינע תורה איבער אויסמעקן די אנושיות און דו פירסט אויס אז אונז ווייסן ברוך ה' אז די גאנצע זאך איז נישט אמת... ס'געפעלט מיר דיין וועג פון שרייבן זאכן וואס דו טראכסט אבער דו ווילסט עס נישט זאגן ווייל אפשר איז עס כפירה..
שמן למאור
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3266
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
האט שוין געלייקט: 3320 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל

שליחה דורך שמן למאור »

Lol
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד

I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-

אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
הקטן
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3315
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 15, 2012 7:30 pm
האט שוין געלייקט: 2006 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1413 מאל

שליחה דורך הקטן »

ווער זאגט דאס די וועג צו שאצן צי לעבן איז ווערד געלעבט צו ווערן ווענדט זיך בכלל ווי אזוי דער מענטש פילט דערוועגן?
מיר קוקט אויס דאס מען לייגט דא די וואגן פאר די פערד...
I want atheism to be true and am made uneasy by the fact that some of the most intelligent and well-informed people I know are religious believers

Thomas Nagel
פארשפארט