מקור פון פארדעקן כלה'ס פנים ביי מצוה טאנץ?

אלע סארט פראגעלעך און שאלה'לעך
[NAMELESS]

מקור פון פארדעקן כלה'ס פנים ביי מצוה טאנץ?

שליחה דורך [NAMELESS] »

ביי אסאך רבישע מצוה טאנץ דעקט מען צו די כלה'ס פנים. ס'קוקט מיר אויס זייער מאדנע ווייל די גאנצע מקור פון מצוה טאנץ איז כיצד מרקדין לפני הכלה. און בכלל צודעקן די פנים פון א כלה ביום שמחת לבה מאכט פשוט נישט קיין סענס ווען זי איז ביי די חתונה צו סעלעברעיטן איר אייגענע שמחה.

אויב איינער ווייסט, וואס איז די מקור פאר אזא מנהג און ווען האט זיך עס אנגעהויבן?
בייגעלייגטע פיילס
FyFxIH2WIAEtXdi.jpeg
גפן
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 15
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אוגוסט 23, 2022 2:04 pm
האט שוין געלייקט: 24 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 22 מאל

שליחה דורך גפן »

בפשטות איז די סיבה ווייל זי גייט דאך שטיין אין צענטער פון צענדליגער טויזנטער מענטשן, באדעקט מען די פנים, משום צניעות.

מיין הארץ גייט אויס פאר די אומשולדיגע כלה וואס דארף שטיין אזויי אין פארנט פון צענדליגע טויזנטער חסידים וואס שפרינגען אויף די פארענטשעס. איך האף מ'האט איר גוט צוגעגרייט פון פריער, אז נישט, וועט זי בלייבן טראומעטייזד פאר א גאנץ לעבן... אויב ווילן די בעלזא'ע נישט אויפגעבן אויף דעם הייליגן מנהג, פארוואס קען מען דאס נישט אהערשטעלן אויף אן איידלערן אופן, ווי למשל אז די כלה זאל בלייבן ביי די פרויענ'ס זייט און ציען א לאנגע גארטל וואס קומט אן ביז'ן רבי'ן, אדער זאל זי כאטש שטיין ביי די זייט. דאס שטיין מיט א פארדעקטן פנים אזוי איז עפעס וואס קיין איין מיידל וואונטשט זיך נישט.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

גפן האט געשריבן:בפשטות איז די סיבה ווייל זי גייט דאך שטיין אין צענטער פון צענדליגער טויזנטער מענטשן באדעקט מען דער פנים, משום צניעות.
וואס זייער סברא איז ווייס איך. מיין שאלה איז ווען ס'האט זיך אנגעפאנגען אזא זאך
באניצער אוואטאר
צקון לחש
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 682
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 27, 2021 2:09 am
האט שוין געלייקט: 1504 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1291 מאל

שליחה דורך צקון לחש »

ששון ושמחה האט געשריבן:די גאנצע מקור פון מצוה טאנץ איז כיצד מרקדין לפני הכלה
זאג נאר, איר זענט א גר? וואס האט דען אונזער אידישקייט מיט מקורות איינגעשטויסן :twisted:
באניצער אוואטאר
איך הער..
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 120
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 03, 2023 3:00 pm
געפינט זיך: דעם אנדערען זייט סמבטוין
האט שוין געלייקט: 316 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 300 מאל

Re: מקור פון פארדעקן כלה'ס פנים ביי מצוה טאנץ?

שליחה דורך איך הער.. »

צקון לחש האט געשריבן:
ששון ושמחה האט געשריבן:די גאנצע מקור פון מצוה טאנץ איז כיצד מרקדין לפני הכלה
זאג נאר, איר זענט א גר? וואס האט דען אונזער אידישקייט מיט מקורות איינגעשטויסן :twisted:
איך מיין ער וויל סתם וויסען ווען עס האט זיך אנגעהויבן, נישט אז עס האט עפעס איינגעשטויסן.
.Commen sense is not commen
באניצער אוואטאר
קהל'ס נער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2461
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 25, 2020 1:25 am
געפינט זיך: ווי א נער אויפן מארק
האט שוין געלייקט: 5892 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5798 מאל

שליחה דורך קהל'ס נער »

אז מען קען טייטשן וישקהו אז ער האט עים געביסן(עשיו פאר יעקב), קען מרקדין לפני הכלה טייטשן א צוגעדעקטן כלה :lol:
סתם אזוי אין בעלזא האט זיך יעצט אויפגעוועקט א סאטמער-סטייל מאוועמענט וואס האט אנגעהויבען מאכן פראטעסטן אקעיגן מאללס.
חברה ס׳קימט נייע צייטן, סאטמאר האט אנגעהויבן וועפן,האט בעלזא זיך אריינגעלייגט אין די הפגנה/טרור ביזנעס.
בייגעלייגטע פיילס
IMG_3536.jpeg
IMG_3535.jpeg
If I could do it all again, I'd be a plumber.

Albert Einstein
לייביש לעבאוויטש
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 29
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אקטאבער 27, 2022 11:59 am
האט שוין געלייקט: 46 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 22 מאל

שליחה דורך לייביש לעבאוויטש »

קהל'ס נער האט געשריבן:אז מען קען טייטשן וישקהו אז ער האט עים געביסן(עשיו פאר יעקב), קען מרקדין לפני הכלה טייטשן א צוגעדעקטן כלה :lol:
סתם אזוי אין בעלזא האט זיך יעצט אויפגעוועקט א סאטמער-סטייל מאוועמענט וואס האט אנגעהויבען מאכן פראטעסטן אקעיגן מאללס.
חברה ס׳קימט נייע צייטן, סאטמאר האט אנגעהויבן וועפן,האט בעלזא זיך אריינגעלייגט אין די הפגנה/טרור ביזנעס.
וואס איז די לאקעישן פון די אונטערשטער בילד?
באניצער אוואטאר
קהל'ס נער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2461
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 25, 2020 1:25 am
געפינט זיך: ווי א נער אויפן מארק
האט שוין געלייקט: 5892 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5798 מאל

שליחה דורך קהל'ס נער »

לייביש לעבאוויטש האט געשריבן:
קהל'ס נער האט געשריבן:אז מען קען טייטשן וישקהו אז ער האט עים געביסן(עשיו פאר יעקב), קען מרקדין לפני הכלה טייטשן א צוגעדעקטן כלה :lol:
סתם אזוי אין בעלזא האט זיך יעצט אויפגעוועקט א סאטמער-סטייל מאוועמענט וואס האט אנגעהויבען מאכן פראטעסטן אקעיגן מאללס.
חברה ס׳קימט נייע צייטן, סאטמאר האט אנגעהויבן וועפן,האט בעלזא זיך אריינגעלייגט אין די הפגנה/טרור ביזנעס.
וואס איז די לאקעישן פון די אונטערשטער בילד?
עיריית ירושלים/ירישאלייעמער שטאטראט
If I could do it all again, I'd be a plumber.

Albert Einstein
לייביש לעבאוויטש
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 29
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אקטאבער 27, 2022 11:59 am
האט שוין געלייקט: 46 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 22 מאל

שליחה דורך לייביש לעבאוויטש »

קהל'ס נער האט געשריבן:
לייביש לעבאוויטש האט געשריבן:
קהל'ס נער האט געשריבן:אז מען קען טייטשן וישקהו אז ער האט עים געביסן(עשיו פאר יעקב), קען מרקדין לפני הכלה טייטשן א צוגעדעקטן כלה :lol:
סתם אזוי אין בעלזא האט זיך יעצט אויפגעוועקט א סאטמער-סטייל מאוועמענט וואס האט אנגעהויבען מאכן פראטעסטן אקעיגן מאללס.
חברה ס׳קימט נייע צייטן, סאטמאר האט אנגעהויבן וועפן,האט בעלזא זיך אריינגעלייגט אין די הפגנה/טרור ביזנעס.
וואס איז די לאקעישן פון די אונטערשטער בילד?
עיריית ירושלים/ירישאלייעמער שטאטראט
געהעריגע מחאה? WOW נישט טיפיקעל בכלל

זעהט זיך אויס די עדה איז שוין און די אדמה קענען זיי אנהייבן מאכן מחאות..
שמן למאור
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3266
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
האט שוין געלייקט: 3320 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל

שליחה דורך שמן למאור »

לפני, איז טייטש פארנט. מען קען זיין לפני מיט א פארדעקטן פנים.
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד

I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-

אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
באניצער אוואטאר
איך הער..
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 120
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 03, 2023 3:00 pm
געפינט זיך: דעם אנדערען זייט סמבטוין
האט שוין געלייקט: 316 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 300 מאל

Re: מקור פון פארדעקן כלה'ס פנים ביי מצוה טאנץ?

שליחה דורך איך הער.. »

שמן למאור האט געשריבן:לפני, איז טייטש פארנט. מען קען זיין לפני מיט א פארדעקטן פנים.
אפשר מיינט און פראנט אדער "בעפאר" א לשון פון לכבוד נישט פשט און פראנט?
.Commen sense is not commen
שלג זהב
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 75
זיך רעגיסטרירט: זונטאג פעברואר 26, 2023 11:00 pm
האט שוין געלייקט: 324 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 67 מאל

Re: מקור פון פארדעקן כלה'ס פנים ביי מצוה טאנץ?

שליחה דורך שלג זהב »

גפן האט געשריבן:מיין הארץ גייט אויס פאר די אומשולדיגע כלה וואס דארף שטיין אזויי אין פארנט פון צענדליגע טויזנטער חסידים וואס שפרינגען אויף די פארענטשעס. איך האף מ'האט איר גוט צוגעגרייט פון פריער, אז נישט, וועט זי בלייבן טראומעטייזד פאר א גאנץ לעבן... אויב ווילן די בעלזא'ע נישט אויפגעבן אויף דעם הייליגן מנהג, פארוואס קען מען דאס נישט אהערשטעלן אויף אן איידלערן אופן, ווי למשל אז די כלה זאל בלייבן ביי די פרויענ'ס זייט און ציען א לאנגע גארטל וואס קומט אן ביז'ן רבי'ן, אדער זאל זי כאטש שטיין ביי די זייט. דאס שטיין מיט א פארדעקטן פנים אזוי איז עפעס וואס קיין איין מיידל וואונטשט זיך נישט.
איך בין מסכים מיט דיין תגובה, אבער מיין ס"ה איז פונקט פארקערט, 'שטיין מיט א "אויפגעדעקטן" פנים אזוי איז עפעס וואס קיין איין מיידל וואונטשט זיך נישט'.
ארויס שטעלן א מיידל וואס איז געטרעינט נישט צו האבן קיין שייכות מיט מענער אינמיטן א זאל פון טויזענטער חסידים איז גאר אומבאקוועם, און ביי אזאנע אומבאקוועמע סיטואציעס זוכט מען א לאך ווי זיך צו פארשטעקן, אוודאי וואלט געווען בעסער צו בלייבן ביי די פרויען זייט, אבער אז די מציאות איז אזוי אויסגעשטעלט, בין איך גארנישט זיכער אז אויפגעדעקט איז בעסער ווי צוגעדעקט.
מילך טראק
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 808
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 12, 2020 11:17 pm
געפינט זיך: אויפן וועג צום קאווע שטיבל
האט שוין געלייקט: 448 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 640 מאל

שליחה דורך מילך טראק »

וואס טוט זיך מיט אלע פרויען אין זאל דארפן נישט צודעקן די פנים?
מילך טראק
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 808
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 12, 2020 11:17 pm
געפינט זיך: אויפן וועג צום קאווע שטיבל
האט שוין געלייקט: 448 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 640 מאל

שליחה דורך מילך טראק »

איך קען א רבי וואס ביי די מצוה טאנץ דעקט ער צו די פנים, אבער א וואך נאך דעים רופט ער די ווייבל ביי זיך אין צימער די געבן הדרכה שמועסן, איך בין נייגעריג צו דעמאלס דער ער איר אויך צו די פנים
קעשקעטעל
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 9
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 01, 2020 8:54 pm
האט שוין באקומען לייקס: 8 מאל

שליחה דורך קעשקעטעל »

ניקלישבורג'ער רבי דעקט צי זיין טאכטער https://youtu.be/4quu9d2Kg-k?t=106
נאך א שמויגער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 96
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 28, 2023 9:20 pm
האט שוין געלייקט: 92 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 55 מאל

שליחה דורך נאך א שמויגער »

קעשקעטעל האט געשריבן:ניקלישבורג'ער רבי דעקט צי זיין טאכטער https://youtu.be/4quu9d2Kg-k?t=106
נאר ביי די צוויטע טאכטער (תולדות אברהם יצחק). ביי די ערשטע טאכטער (קאסאן) איז די כלה'ס פנים געווען אפען.

להוי ידוע, ביי די ירושלימער איז אנגענומען אז כמעט אלע פארדעקן די פנים. ס'האט נישט מיט רבישע.
צפור בודד
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 473
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 14, 2018 11:32 am
האט שוין געלייקט: 244 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 579 מאל

שליחה דורך צפור בודד »

ווייל אז מ'מאכט פונעם מצווה טאנץ א לוויה מיט הספדים און בכיות פאסט זיך אז מ'זאל צודעקן דעם פנים פונעם בר מינן.
באניצער אוואטאר
פונדאַמענטאַל
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 320
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 26, 2023 12:12 am
האט שוין געלייקט: 677 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 944 מאל

שליחה דורך פונדאַמענטאַל »

צפור בודד האט געשריבן:ווייל אז מ'מאכט פונעם מצווה טאנץ א לוויה מיט הספדים און בכיות פאסט זיך אז מ'זאל צודעקן דעם פנים פונעם בר מינן.
מען איז אבער נישט מספיד די כלה ר''ל - מען איז מספיד די אדמו''רים. לפי זה דארף מען צודעקן דעם געזיכט פון די אדמו''רים.

שוין לאנג האלט איך אז מען וואלט געדארפט צודעקן זייערע געזיכטער. נאר די חלק פון ויאמינו... ובמשה עבדו ווייסן זיי איבערצוזאגן, ווי איז די ויתן על פניו מסוה? (עי' כלי יקר שם: ויתן על פניו מסוה, לפי שהיו הכל מסתכלין בו ומשה היה עניו גדול וביישן, והיה מתבייש על שמסתכלין בקירון עור פניו, כי כך היא המדה בכל מי שהוא ביישן, ע"כ נתן על פניו מסוה לכסות עינים עכ''ל.) שטעלט אייך פאר די אלע אדמו''רים זאלן ווען האבן א קליינע מאס בושה פון די פילקעפיגע עולם וועלכע אפלאדירט אים לויט זיינע וואונדערבארע תנועות.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום פונדאַמענטאַל, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
There's no relationship between being smart & being wise (Jordan Peterson)
הַמְפוֹרָשׁוֹת סְתוּמוֹת. הַגְּלוּיוֹת עֲלוּמוֹת. הַמְּבֹאָרוֹת חֲתוּמוֹת. הַמְּשֻׁנָּנוֹת עֲצוּמוֹת. הַחֲקוּקוֹת רְשׁוּמוֹת:
באניצער אוואטאר
ברוך שפינוזה
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1132
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 23, 2017 12:38 pm
געפינט זיך: אויפ'ן צווייטן שטאק
האט שוין געלייקט: 1646 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2040 מאל

שליחה דורך ברוך שפינוזה »

אז מ'רעדט שוין, מרקדין לפני הכלה מיינט מען טאנצן אויף פרייליך צו מאכן די כלה (שמחת חתן וכלה? :shock: ), אין גמרא דארט שטייט אז ס'געוועהן עפעס א רב וואס פלעגט דשאגלען הדסים, בקיצור, מ'מיינט בכלל נישט דעם מאדנעם ריטואל וואס חסידים טוען וואס האט נישט קיין הענט און קיין פיס. גראדע אין די אלגעמיינע אידישע וועלט איז דא א מנהג אז אינמיטן די חתונה זעצט מען דעם חתן נעבן די כלה און דער עולם טאנץ ארום און מ'מאכט פרייליך מיט "שטיק" און אינטערעסאנטע טענץ, דאס האט שוין יא עפעס א פשט, און לכאורה איז דאס וואס די גמרא האט געמיינט.
פרעג נישט "וואס קען איך אויסלערנען די וועלט?", פרעג "וואס קען די וועלט מיך אויסלערנען?". - ברוך שפינוזה II
מתבודד
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 771
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 14, 2022 1:50 pm
האט שוין געלייקט: 1291 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1552 מאל

שליחה דורך מתבודד »

גראדע די קאסאנע רבי'ס פירן זיך דווקא יא אפצורעכטן הערליכע געטענץ וואס איז ווערט צו באטראכטן, און אזוי פלעגן זיך פירן די אמאליגע צדיקים.
קען זיין די היינטיגע קענען פשוט נישט?!...
רעכן זיך נישט מיט די וועלט, די וועלט רעכנט זיך נישט מיט דיר.
באניצער אוואטאר
פאלאצ'ינטא
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 557
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 21, 2021 10:00 am
האט שוין געלייקט: 432 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1820 מאל

Re: מקור פון פארדעקן כלה'ס פנים ביי מצוה טאנץ?

שליחה דורך פאלאצ'ינטא »

ששון ושמחה האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 08, 2023 8:44 am ביי אסאך רבישע מצוה טאנץ דעקט מען צו די כלה'ס פנים. ס'קוקט מיר אויס זייער מאדנע ווייל די גאנצע מקור פון מצוה טאנץ איז כיצד מרקדין לפני הכלה. און בכלל צודעקן די פנים פון א כלה ביום שמחת לבה מאכט פשוט נישט קיין סענס ווען זי איז ביי די חתונה צו סעלעברעיטן איר אייגענע שמחה.

אויב איינער ווייסט, וואס איז די מקור פאר אזא מנהג און ווען האט זיך עס אנגעהויבן?

עס זעהט אויס בעסער פאר די בילדער אין די אלע רבישע מאגאזינען אז דער רבי איז א פרימאק
אוי באשעפער! טאטע זיסע! עד מתי?

צו זיין נארמאל... דארף מען זיין גוט משוגע!
whatever
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 81
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 04, 2023 3:42 am
האט שוין געלייקט: 133 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 120 מאל

Re: מקור פון פארדעקן כלה'ס פנים ביי מצוה טאנץ?

שליחה דורך whatever »

איך זעה נישט וואס איז ראנג מיט דער מנהג, די שטוב איז געפאקט מיט מענער, אסאך בחורים אויך (אויב עס מאכט א חילוק), די כלה איז געווענטליך פיין אויסגעפיצט, פארוואס זאל מען צוברענגן די עולם צו נסיונות
די איינציגסטע טענה אפשר, פארוואס דארפן מיר זיין פרומער ווי אונזערע זיידעס, אויב זיי האבן עס נישט געטוהן, אבער מ'קען עס אויך פארענטפערן, ווייל די גאנצע חתונה אויסשטעל איז נישט געווען אויף דעם פארנעם.
מיין אישי ארבעט נישט, מ'קען מיך אימעיל'ן k32158734@gmail.com
אלע צוזאמען
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 838
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 11, 2021 5:39 pm
געפינט זיך: צופארן אין די ריזיגע וועלט
האט שוין געלייקט: 1835 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1044 מאל

Re: מקור פון פארדעקן כלה'ס פנים ביי מצוה טאנץ?

שליחה דורך אלע צוזאמען »

whatever האט געשריבן: פרייטאג דעצעמבער 01, 2023 12:26 am איך זעה נישט וואס איז ראנג מיט דער מנהג, די שטוב איז געפאקט מיט מענער, אסאך בחורים אויך (אויב עס מאכט א חילוק), די כלה איז געווענטליך פיין אויסגעפיצט, פארוואס זאל מען צוברענגן די עולם צו נסיונות
די איינציגסטע טענה אפשר, פארוואס דארפן מיר זיין פרומער ווי אונזערע זיידעס, אויב זיי האבן עס נישט געטוהן, אבער מ'קען עס אויך פארענטפערן, ווייל די גאנצע חתונה אויסשטעל איז נישט געווען אויף דעם פארנעם.
אנטשולדיגט, אבער ווער ס’ווערט ווילד פאר א רבי’שע כלה, -וואס אזי בדרך כלל נישט מורא’דיג אויסגעפיצט- זאל גיין לערנען מוסר ספרים, וועגן דעם גייסטו פייניגן א מיידל.
You have to think anyway, think big.
Donald Trump
פארשפארט