שרייבן פארמעסט
- דיכטער
- שריפטשטעלער
- הודעות: 288
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 13, 2023 8:50 pm
- האט שוין געלייקט: 730 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1527 מאל
שרייבן פארמעסט
אריינקומען פארברענגען אין קאווע שטיבל איז א געבענטשטע זאך. וואו איז פארהאן עפעס בעסערס פון קומען פארברענגען און וויילן מיט חברים און גוטע פריינט, זען און מיטהאלטן וואס עס טוט זיך אפ אינעם אפענעם וועלט, הערן און מיטטיילן געשיכטעס און עפיזאדן, טוישן און בייטן מיינונגען און ערפארונגען, קאמיוניקירן און פארבונדן געדאנקען און געפילן.
כדי צו נעמען דער ערפארונג צום קומענדיגן שטאפל, קלער איך פון פארלייגן א פארשלאג. איך גלייב אז עס איז שוין געטוהן געוארן דא, אויף דעם אופן אדער אויף אן אנדערן, אבער אזוי ווי איך בין היינט געבוירן, הייב איך אן מיט דער גאנצע פרישקייט און דער וואס האט נאך עפעס חשק פארבליבן, איז געלאדענט זיך מיט צו כאפן.
און דער פארשלאג איז, אזוי ווי עס דרייען זיך דא פילע טאלאנטפולע און ערפארענע שרייבער, טראכט איך אז מען זאל אנהייבן א פארמעסט פון שרייבעריי, וועלכע זאל לויפן אויף אזא אופן:
איינער הייבט אן צו באשרייבן א געשיכטע, נישט סתם א שיינע מעשה’לע מיט א מוסר השכל, נאר ענדישע א טיפע קאמפליצירטע געשיכטע און נאכן אפשרייבן דעם ערשטן קאפיטל צו וואס, געבט ער דאס איבער פאר א צווייטער פארצוזעצן און דער צווייטער דארף ווייטער שפינען דער שילדערונג פון וואו דער ערשטע האט זיך אפגעשטעלט און דאן פארט עס צום דריטן ביז עס פארמירט זיך א פולע, זעלבסטשטענדיגע, פארטיגע געשיכטע.
וואס זאגט איר דערצו? איר זענט גרייט? אדער בין איך דא אריינגעפאלן אין א וועטארין היים וואו נאר די מאנשאפט האט צוטריט צו דער הויף...
טאמער איז דא איינער וואס האט אן אינטערעסע אין דעם, זאל זיך ביטע דא מעלדן און מיר וועלן צוזאמען אויסארבעטן די דעטאלן און איינצעלעהייטן.
א גרויסן דאנק אייך, יושבי השטיבל ומבקרי בהיכלו.

-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1665
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 27, 2017 6:30 pm
- געפינט זיך: הלוואי ווען כ'וואלט געוויסט
- האט שוין געלייקט: 6003 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3632 מאל
- דיכטער
- שריפטשטעלער
- הודעות: 288
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 13, 2023 8:50 pm
- האט שוין געלייקט: 730 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1527 מאל
Re: שרייבן פארמעסט
שעפטאל: איך ווייס נישט טאמער דו דארפסט מיין חיזוק אבער דו שרייבסט א מחיה אז ס׳גייט א רויך.
אפשר טוישסטו פארט דיין מיינונג און דו כאפסט זיך מיט?
אפשר טוישסטו פארט דיין מיינונג און דו כאפסט זיך מיט?
- דיכטער
- שריפטשטעלער
- הודעות: 288
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 13, 2023 8:50 pm
- האט שוין געלייקט: 730 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1527 מאל
שרייבן פארמעסט
כ׳מיין מען זאל מאכן א ליסט פון אלע וואס ווילן אנטייל נעמען אין דעם פראיעקט - דאס מיינט אז זיי זענען גרייט זיך צו קאמיטן אריין צוקומען לפחות יעדער איין, צוויי טעג און לייענען מיט געדולד וואס אנדערע שרייבן און אליין שרייבן ווען עס קומט זיין טור.
דערווייל האמיר:
@דיכטער
@דער גאלדערנער אדלער
@שעפטאל
ווער נאך איז אינטערעסירט? פליז אריינקומען מיט די נעמען.
א גרויסן יישר כח.

רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום דיכטער, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
- צוזאמגעדרייט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 568
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 03, 2022 9:27 pm
- געפינט זיך: גלייב מיר דו ווילסט נישט וויסן...
- האט שוין געלייקט: 1344 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1231 מאל
- פאליטיקאנט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1413
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 19, 2018 4:53 pm
- געפינט זיך: אין דמיון
- האט שוין געלייקט: 765 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל
Re: שרייבן פארמעסט
איך וועל זיין די קריטיקירער.
ערנסט גערעדט, דאס קען זיין זייער גוט, כ'געדענק די מדריכים עס טוען אין קעמפ אויפן מייק.
ערנסט גערעדט, דאס קען זיין זייער גוט, כ'געדענק די מדריכים עס טוען אין קעמפ אויפן מייק.
- צוזאמגעדרייט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 568
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 03, 2022 9:27 pm
- געפינט זיך: גלייב מיר דו ווילסט נישט וויסן...
- האט שוין געלייקט: 1344 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1231 מאל
- שעפטאל
- שריפטשטעלער
- הודעות: 889
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 19, 2023 6:40 pm
- געפינט זיך: אין די גרויסע דשונגל
- האט שוין געלייקט: 7215 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2418 מאל
@פאליטיקאנט: קליינע הערה. אינו דומה נידון לראיהפאליטיקאנט האט געשריבן:דאס קען זיין זייער גוט, כ'געדענק די מדריכים עס טוען אין קעמפ אויפן מייק.
אין קעמפ מאכט מען אויך א מאק וועדינג. @דיכטער רעדט נישט פון סתם געהאקטע האלב געבראטענס. מ'רעדט פון עהרענסטע טאלאנט.
ווארום. ביי א נאוועל, אדער א מאווי פון סעריעס. האט שוין דער שרייבער א קלארע ציהל פון אנפאנג. ווי אזוי ס'וועלן שטומען שפעהטער אסאך זאכן. ווי אזוי וועסט זיך פליצלינג כאפן ווער איז דער שלעכטער. וכדו'.
דא וועט א צווייטער קינצלעך אריינשפינען אינעם ערשטענ'ס ווערק. ניטאמאל די פינעף חומשים זענען אזוי גוט צוזאמגעשמ--ששאַ. יעדע חומש הערט זיך ווי א מעשה פאר זיך, אנדערע אגענדעס און מאטיווען.
--
אגב. @כוואליעס אפשר קומסטו מיט?
- דיכטער
- שריפטשטעלער
- הודעות: 288
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 13, 2023 8:50 pm
- האט שוין געלייקט: 730 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1527 מאל
אקעי.
סאוי, אונז האמער:
@דיכטער
@דער גאלדערנער אדלער
@שעפטאל
@צוזאמגעדרייט
איך מיין מען קען אנפאנגען.
איך וועל באלט אפיר לייגן דער ערשטע קאפיטל, דער זאך וועט לויפן לויט וואו דער עולם וועט עס פירן, ס'היייסט טאמער איינער האט סיי וועלכע הערה, קריטיק, באמערקונג וכ"ו, זאל ער זיך נישט פארמיידן פון עס ארויפברענגען און אזוי וועט מען פירן דער זאך ווייטער.
איך לייג עס ארויף דא אויף דעם אשכול און טאמער מ'עט וועלן, וועט מען עס אריבערלייגן צו אן אשכול פאר זיך.
דער סדר פון די רייעס וועט גיין לויט דער סדר פון די איינגעשריבענער. אויסער אויב איינער וויל אנדערש.

רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 4 אום דיכטער, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
- דיכטער
- שריפטשטעלער
- הודעות: 288
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 13, 2023 8:50 pm
- האט שוין געלייקט: 730 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1527 מאל
ערשטע קאפיטל
דורך: דיכטער.
זיינע פיס האבן איהם שווערליך געטראגן, זיינע הענט זענען געווען שווער און געפיללאז, ער האט זיך קוים באוואויגן א טריט נאך א טריט מיט א געצווינגענקייט, זיך שלעפענדיג ווי א טויטע מיט זיינע איבערגעבליבענע ביסל כוחות וועלכע האבן זיך נאך געטראפן פליסן אין זיינע אדערן צווישן די אויסגעמאטערטע טראפן בלוט.
פון זיין פנים האבן געטראפט קליינע טראפן בלוט וועלכע האבן זיך אויסגעמישט מיט די שווייס וועלכע האבן זיך געגאסן פון איהם. ער האט יעדער עטליכע פאר סקונדן אויפגעהויבן זיין האנט צו זיין געזיכט צו ווישן די פלעקן בלוט וועלכע האבן פארשטערט זיין וויזיע דורכן צודעקן זיין רעכטע אויג.
ער איז געגאנגען, ער האט זיך נישט אפגעשטעלט פאר קיין רגע צוריק צו קוקן אדער אפילו כאפן א בליק פון הונטערוויילעכס, נישט צוליב דעם וואס עס האט איהם נישט גענייגערט צוריק צוקוקן נאר טאקע ווייל ער האט געוואלט פארמיידן אט דאס, צוזען מיט זיינע פליישיגע אויגן דאס וואס ער האט געטראכט אין זיין קאפ, זאל עס כאטש פארבלייבן א ווילדן חלום.
ווי ווייטער זענע טריט האבן איהם געפירט אלס שנעלע איז געווארן זיין שפאן. ער האט אנגעהויבן פראגרעסיוו צו פארשנעלערן זיינע טריט און זיי טראנספארמירט אין א געלויף וועלכע איז פארשנעלערט געווארן מיט יעדער פארבייגייענדע סעקונדע, ביז ער האט זיך געטראפן לויפן צווישן די הויכע גראזן און שפיציגע פעלזן אינדרויסן פון שטאט.
ער האט נישט אפגעשטעלט זיין געלויף, טראץ דעם וואס זיינע מידע כוחות האבן שוין געגעבן דעם סיגנאל אז זיי גייען אריין אין אן ערענצטן מאנגל. ער האט זיך געפונען לויפן אויף די גראזן צווישן הויכע בערג און נידעריגע טאלן, אויף וועגן וועלכע זענען איהם שוין יעצט געווען פרעמד און אומבאקאנט.
די זון האט נאך א לאנגע טאג, אנגעהויבן צו נייגן אויף מערב זייט איבערלאזענדיג אלעס וואס איז אונטער איר אין די הענט פון דער קאלטע נאכט וועלכע האט צוביסליך איבער גענומען די מאכט.
אויסגעמאטערט און מאכטלאז האט ער זיך אנידערגעווארפן אויף א שטיין וועלכע איז געלעגן צווישן די הויכע גראזן אינמיטן דעם בארג ווען ער אטעמט מיט א ווילדע שנעלקייט און זיין הארץ זעצט אן אויפהער און לאזט זיך שפירן אין זיין גאנצע קערפער. נאך א קליינע שאקל האט זיך דער שטיין אויסגעגראדט אויפן ערד. ער האט אויסגעצויגן זיינע מידע פיס און זיינע הענט זענען געפאלן אויף זיין שויס ווי קלעצער. ער האט א קוק געגעבן איבערן האריזאנט וועלכע איז געווען אין די לעצטע פאזעס איידערן ווערן אינגאנצן פארטינקלט, ער האט נאך געקענט עטוואס זען עפעס קעגן איבער און צופוסנס פונעם בארג איידער דאס שלאף האט איהם באהערשט.
נאך א קורצע דרימל מיט א האלבע אויג אפען, האט ער זיך געגעבן א כאפ אויף. ער האט ווילדערהייט ארום געדרייט זיין קאפ צו אלע ריכטונגען מיטן ציל צו אויפכאפן סיי וועלכע ליכטיגקייט אבער אן ערפאלג, דער נאכט איז געווען שטאק פינסטער. די איינציגסטע ליכטיגקייט וועלכע האט באוויזן צו דערגרייכן זיינע פארפלאגטע אויגן זענען געווען די פינקלענדע שטערענס, פול פול אין צאל, וועלכע האבן אריין געפינקלט איז זיינע אויגן ווען ער האט ארויף געקוקט צו אויבן אין ריכטונג פונעם הימל.
ער האט זיך מיט אכט אראפ געלייגט אויפן גראז און ארויף געקוקט צו די שטערענס, גראד אריין אין דער וויסטע הוילקייט וועלכע זיי באלייכטן מיט זייערע איידעלע שיין. ער קוקט און באטראכט און אט באמערקט ער, שור דער מזל פון חודש אייר, אויפשיינען העכערן האריזאנט, ער זעט ווי כימה דער גרופע פון שטערענס וועלכע פליען פרייערהייט צווישן טלה מיט שור, הענגן אין די לופטן און קומען ארויף העכערן האריזאנט מיט א באקאנטע היימישקייט.
נישט לאנג האט איהם גענומען צו דערקענען און אנאליזירן וואו ער געפונט זיך און אין וועלכע ריכטונג ער זאל זיך ווענדן, ניצענדיג זיינע קענטעניסן אין די גאנג פון די שטערענס און זייערע פאזיציעס אין דער הימל.
ער האט געוואנדן זיינע טריט קיין חאסול, דער קליינע, באשיידענע דערפל נישט ווייט פון די וועגן וועלכע פירן קיין ראמסאל.
שטיל און פינסטער איז די נאכט געווען, עס האט זיך נישט געהערט קיין שום גערויש, נישט אפילו פון קיינע באשעפענישן וועלכע רוען אין די וויסטענישן, א פוסטע שטילקייט, ווי ווען גארנישט עקזיסטירט, נאר די שטערנס וועלכע האבן איהם געוויזן דעם וועג, האבן איהם דערמאנט אז עפעס עקזיסטירט נאך און עס איז נאך פארהאן האפענונג אז דער טאג וועט נאך אויפשיינען און וועט אויסשפרייטן ליכט איבער אלעס וואס עקזיסטירט און זיי געבן א נייע לעבן.
א קליינטשיק גערויש, א דינע קול האט פלוצלונג אפגעשטעלט זיינע טריט. ער דרייט זיך ארום פראבירענדיג צו דערגיין פון וועלכע ריכטונג די שטימע שטאמט און צי איז עס א ווירקליכקייט אדער אן אילוזיע אבער ניין, ער הערט א קול פון וויינען, איינער וויינט.
ער שטעלט נאך א טריט מיט אומזיכערקייט און דער קול ווערט העכער און קלארע. ער שפאנט אין ריכטונג פון זיינע אויערן און ער ווערט מער און מער איבערצייגט אז דאס איז די שטימע פון א מענטש און נישט פון אן אנדערע באשעפעניש.
זיינע אויערן פירן איהם מיט פארזיכטיגקייט אויף דעם פעלד צו דער ריכטונג פון דער שטימע ביז ער הערט איר עטליכע פיס אוועק פון וואו ער שטייט. ער שטעלט זיך אפ און פרובירט צו באטראכטן דער שטימע.
ווער איז דאס? זאל איך מיך לאזן הערן?
***
נעקסט: @דער גאלדערנער אדלער

צווייטער קאפיטל
דורך: דער גאלדענער אדלער
אפשר איז דאס מיינס א רעטטער אדער אפשר גאר אויך איינער וואס איז אנטלאפן און איז אין די זעלבע שיך ווי מיך?
טראכטענדיג און פאנטאזירענדיג פון די גוטע צייטן, נישט אזוי לאנג צוריק, ווינציגער פון א וואך צוריק איז נאך גדי געזעצן אין זיין שטיבעל און אנגעפירט מיט די דיסקוסיעס איבער ווער וועט געווינען די קריג? די אליאירטע קרעפטן גאלאפירן פאראויס מיט גרויס שנעלקייט. און די עותומאניש'ר עמפייר ווערט צוברעקעלט און צופיצלט און האלטן אין איין מאכן ריקצוגן. גדי האט ניטאמאל געחלומט אין בייזן חלום אז אויך ער פונקט ווי אנדערע וועלן ברויכן אנטלויפן און נאכדערצו אויף אזא מסוכן'דיגע אויפן. גדי איז שטענדיג געווען דער וואס האט געטרייסט אנדערע און היצטערט מוז ער צוקומען צו אנדערע זאלן עם טרייסטן.
ווער ווייסט וואס איז געבליבן מיט זיין שטיבעלע, זיין הויז, זיין משפחה. זיין מקוה, וואו מ'פלעגט זיך ווייקן יעדן אינדערפרי דורך בלעטערנדיג די לעצטע נייעס. קוים קען ער ווארטן די פינסטערע נאכט זאל שוין זיין היסטאריע. קיין הייסע טערקישע קאווע קען ער טאקע נישט ערווארטן דא אינעם קאלטן פרייען פעלד פארווארפן צווישן גראז און שטיינער. א פיינעם שישקעבאב מיט הייסע פעפער צו דער זייט וואס זיין ליבליכע ווייב האט עם צוגעשטעלט טעגליך איידער ער איז געגאנגן צו דער ארבייט טראכט ער ניטאמאל צו באקומען. ווער רעדט נאך פון א דעליקאטע שאווארמא אינטערגעבעט מיט פיינע ווארעמע פרישע לאפא און גרינע סאלאטן פון דער זייט. צו פיינע פרישע פלייש באליס אידאך אפגערעדט.
אבער גדי איז נישט קיין אויפגעבער, פרובירט זיך צו שטארקן מיט אלע כוחות. וואס איז מיט די אלע שיעורים פון חיזוק וואס ער האט זיך די אלע יארן אנגעהערט? מיט די אלע שיינע ווארעמע ווערטער מיט וואס ער האט מחזק געווען אנדערע?
נאפ! טראכט גדי צו זיך, נישט מיך! איך גיי ווייטער אנגיין און כ'גיי מיך נישט לאזן ווערן צוקלאפט אפילו פאר איין רגע. ער קען קוים ווארטן די זון זאל ארויסלאזן אירע מעכטיגע שטראלן, אויסשטרעקן אירע ווארעמע ארעמס, באשיינען מיט איר זיסע ליכטיגע פנים, איר שיינעם שמייכל צו די מענטשהייט, און געגאנגן!
אבער די פינסטערע נאכט האלט זיך נישט ביים אפטראגן און דאס געוויין פונעם מיסטעריעזן קול ווערט נישט שוואכער, וואס א מינוט גייט פארביי און די קול ווערט שטערקער. גדי קוקט זיך אום צו די ד' רוחות אבער זעהט ניטאמאל קיין רוח, קיין שד, און ניטאמאל קיין מלאך?? אוואו בין איך יעצט? טראכט ער אזוי באזארגט, אפשר בין איך יעצט אויף א סייקעדעליק טריפ?? און מ'האלט שוין לאנג נאך די מלחמה?? צומישט און צוחישט ליגט ער דארט אזוי. אבער ווער איז דער וואס וויינט אזוי??
Sent from my SM-S911U using Tapatalk

קאפיטאל דריי . דורך שעפטאל
אפי' אויב ער איז א שונא. אויב וויינט ער, וועט ער לכאו' נישט אטאקירן. אפשר איז דאס גאר א אידיש קינד?
גדי נעמט די מוט און רופט זיך אהן דעי ווערטער וואס גראמט נאר ביי די ספרדים: צור משלו אכלנו ברכו אמָונֵי. שבענו והותרנו כדבר אדָנֵ-י.
די געוויין האט זיך אויפגעהערט. קיין אנטווארט. שא שטיל.
אפשר האט ער נישט געהערט מיינע ווערטער?
גדי הייבט אהן מיט א זיכערע קול דעם ספרד'ישען באקאנטען נוסח שמע ישראל ה' אלוקינו ה' א-ח-ד אחד אחד
א שטיל'ן בלאסען קול הערט זיך: מחדרים תּשַׁכֵּל חרב ומחוץ אימה.
אוי וויי א אידישע ברידער. ער איז פארכאפט? כ'זאל אנטלויפן? פארוואס פארדרייט ער דעם פסוק? אהא ס'איז א מעסעדש. ער איז נעבן א הייזקע. כ'זאל נישט צו קומען ווייל אין די חדרים דוקא זענען דא רוצחים. מיסטעריעז.
וואס גייט פאר? פרעגט גדי. כ'קען קומען אייך העלפען?
די ענטפער איז געוועהן א הילכיגע שטיל-שווייגעניש!
גדי'ס אינדרענעלין האבן אנגעהויבן שיסן אזוי שטארק אז ער שפירט ניטאמאל דעם וואונד פון זיין שטערן, ער געדענקט ניטאמאל אין וואס פאר א צרה ער איז. כ'גיי אהים טרעפן. ער זעהט אין זיין דמיון ווי זיין ווייב נעמט זיך שרייען: גדי! ביסט צעדרייט?! אנטלויף! אבער זיינע פיס נעמען אהים שטאלצערהייט צו די ריכטונג פון ווי די געוויין האט געקומען.
א שטילע קרעכץ הערט זיך פון זיין לינקע זייט. ס'אנטפלעקט זיך, נישט ווייט פון עם איז דא א קליינע חורבה. אינדערויסן אויף די ערד ליגט א געשטאלט. געקליידעט אין שווארצן. יענער ווייזט עם מיט די האנט עפעס וואס אין די טינקלקייט זעהט נישט גדי אויב ער צייכנט אהן צו קומען אדער גאר צו אנטלויפן.
גדי דערנענטערט זיך שטיל אהן קיין ווארט. ווען ער קומט אהן נענטער ווערט עם קלאר א שוידערליכען בילד.
גדי כאפט צוריק זיין געשריי פון ארויסקומען ווייל יענער ווייזט מיט'ן פינגער אויפן מויל.
ער קומט שטילערהייט און בייגט זיך צו. מיטאמאל הערט זיך ארויס פונעם חורבה א בייזוויליג'ן שפאטיש'ן געלעכטער.

- ידיד השטיבל
- הודעות: 257
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 24, 2013 2:23 am
- האט שוין געלייקט: 287 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 708 מאל
איך וועל נאר מאכן דעם ״אין קורצן פון פריער״
די מעשה שפילט זיך אפ אינמיטן די מלחמה פון די אליאירטע קרעפטן מיט די עיתונאישע.
גדי איז פארוואונדעט געווארן ביים אנטלויפן פון זיין היימשטאט ער פילט ווי סרינט אים בלוט פון די שטערן. גדי לויפט צו די ריכטונג פון חאסול ביז ער טרעפט זיך אינמיטן א ליידיגע פעלד. פלוצלינג הערט ער א שטילער געוויין באגלייט מיט טיפע זיפצן, ווי איינער וואלט ווען געווען פארוואונדעט. ער שטארקט זיך און גייט נענטער צום ריכטונג פון די געוויין. אין די שטאק טונקלקייט קומט ער אן צו א קליינע פארחורבה׳טע בודקע. גדי באמערקט א געשטאלט וואס ליגט אויף דער ערד הארט דערנעבן, נישט זיכער צו דאס איז א איד זאגט ער שמע ישראל. יענער ענטפערט מיט אן אנדערן פסוק וואס באשטעטיגט אז ער איז טאקע א איד. אבער עפעס איז ער מרמז פאר גדי וועגן רוצחים אין די בודקע. גדי איז דערציטערט ביז גאר, אבער אנשטאט אנטלויפן גייט ער צו נענטער צום בודקע ווי אייזערנע קייטן וואלט אים ווען אהינגעשלעפט. עס אנטפלעקט זיך פאר אים א שוידערליכע בילד אבער נאך פאר ער עספיעט צו פארדייען וואס עס איז יעצט געשען האקט אים איבער א הילכיגן געלעכטער.
און יעצט ליינט ווייטער מיט שפאנונג
די מעשה שפילט זיך אפ אינמיטן די מלחמה פון די אליאירטע קרעפטן מיט די עיתונאישע.
גדי איז פארוואונדעט געווארן ביים אנטלויפן פון זיין היימשטאט ער פילט ווי סרינט אים בלוט פון די שטערן. גדי לויפט צו די ריכטונג פון חאסול ביז ער טרעפט זיך אינמיטן א ליידיגע פעלד. פלוצלינג הערט ער א שטילער געוויין באגלייט מיט טיפע זיפצן, ווי איינער וואלט ווען געווען פארוואונדעט. ער שטארקט זיך און גייט נענטער צום ריכטונג פון די געוויין. אין די שטאק טונקלקייט קומט ער אן צו א קליינע פארחורבה׳טע בודקע. גדי באמערקט א געשטאלט וואס ליגט אויף דער ערד הארט דערנעבן, נישט זיכער צו דאס איז א איד זאגט ער שמע ישראל. יענער ענטפערט מיט אן אנדערן פסוק וואס באשטעטיגט אז ער איז טאקע א איד. אבער עפעס איז ער מרמז פאר גדי וועגן רוצחים אין די בודקע. גדי איז דערציטערט ביז גאר, אבער אנשטאט אנטלויפן גייט ער צו נענטער צום בודקע ווי אייזערנע קייטן וואלט אים ווען אהינגעשלעפט. עס אנטפלעקט זיך פאר אים א שוידערליכע בילד אבער נאך פאר ער עספיעט צו פארדייען וואס עס איז יעצט געשען האקט אים איבער א הילכיגן געלעכטער.
און יעצט ליינט ווייטער מיט שפאנונג
- צוזאמגעדרייט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 568
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 03, 2022 9:27 pm
- געפינט זיך: גלייב מיר דו ווילסט נישט וויסן...
- האט שוין געלייקט: 1344 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1231 מאל
Re: שרייבן פארמעסט
ס'גייט נעמען לכאורה נאך א צוויי טעג. כ'בין זייער פארנומען, איך טשעק אבער אריין אין ק"ש זיכער צו מאכן אז איך פארפאס נישט עפעס א פרישע פעדעפיליע אנטוויקלונג וכדו'.
איך זוך נאָך אַ קאָו-סיינער [Co-signer]
- צוזאמגעדרייט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 568
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 03, 2022 9:27 pm
- געפינט זיך: גלייב מיר דו ווילסט נישט וויסן...
- האט שוין געלייקט: 1344 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1231 מאל
Re: שרייבן פארמעסט
חלק 4#: @צוזאמגעדרייט.
שפין געוועב און שטויב הענגען פון די צעבויגענע לאָמטערנעס אויפן דאַך, בלויז אַ קליינע לעכטל צאַנקעט ביים ווינקל פון חורבה. אַ גלאנציגע שטערן און אַ שניי ווייסע באָרד ריפלעקטירט אַנקעגן דאָס לעכטל, מען זעהט בלויז זיין קאָפ וועלכער איז נאָנט צום לעכט, אַלעס אַרום איז חושך טונקל! דער אַלטע איד קוקט ווייטער אַריין אין דאָס לעכטל ווי כאילו דאָס וואָלט געווען אַ בוך.
דער זקן האָט געלאַכט און זיך אונטער געמורמלט, דו האָסט פאַרגעסן ווער איך בין? האַ? האָט דער אַלטער צוגעלייגט מיט אַן אויסגעמוטשעטע קול. גדי האָט פרובירט צו אַפיר זוכן אין זיינע מחשבות צו ער האָט אים שוין אַמאל געזען, עפעס איז אים קענטליך אָבער גדי קען נישט דערגיין פון וואו.
דער זקן האָט אויפגעהויבן זיין קאָפ און זיך גענימען רעדן שטייטליך און שווער. גדי, דו געדענעקסט "געפילטע חרוסת"
פון שוהל ביי שלש סעודות? יאָ דער אַלטע איד וואָס פלעגט זיצן ביים עק בית המדרש איינזאם, קיינער האָט אפילו נישט געוויסט מיין עכטע נאָמען, מען האָט בלויז געוואוסט פון מיין צו-נאָמען געפילטע-חרוסת.
געדענקסט ווי דו אַלס אינגל פלעגסט גנב'ענען מיין בילקע יעדעס וואָך? און צו דעם אַלעם מיך נאָכגעשריגן געפילטעחרוסת!, צוגעכאַפט מיין היט פרייטאָג צונאַכטס, געמאַכט לעכער אין מיין שירעם און געלאַכט מיט אַלע קינדער ווי איך ווער נאַס? זאָג נאָר, דו געדענקסט יענע פרייטאָג נאָכמיטאג וואָס דו האָסט אריינגעגאָסן פיש זאַפט אין מיין טיי? דו ווייסט פון דעם אַז איך האָב נישט געהאַט וואָס אַריינצונעמען אין מויל אַגאַנץ פרייטאָג ביז די סעודה ביים רבי'ן! גדי דערמאנט אייך ווען מ'האָט גענימען מיינע קליידער פון מקווה, ווי איך האָב געדאַרפט זיך בעטן ביי מענטשן אַז מען זאָל מיר באָרגן אינטער-וועש. ווער איז געוועזן דער אָנפירער געדענקסטו?
גדי האָט געשפירט ווי אַ דייעגנאָזירטער! גדי האָט נישט געקענט ארויסרעדן קיין וואָרט. איך האָב אָפגעפייניגט דעם נשמה, ער איז אַוועק נעבעך איינזאם אָן קיין קינדער. געוואַלד טראַכט גדי צו זיך. וו-אָ-סס איז י-יעצט, פרעגט גדי פונעם איינגעבויגענעם זקן.
דער זקן קלאָרט אויס זיין האַלדז און רופט זיך אָן מיט אַ שמייכל: יעצט גיי איך נקמה נעמען!

רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 3 אום צוזאמגעדרייט, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
איך זוך נאָך אַ קאָו-סיינער [Co-signer]
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 216
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 23, 2020 9:26 pm
- האט שוין געלייקט: 95 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 389 מאל
איך וואָלט אויך געווען אַ בעלן זיך צוצושטעלן.דיכטער האט געשריבן:אקעי.