איך ווייס נישט אויב איר האט געזען דעם ווידאו.אלבערט איינשטיין האט געשריבן:מיין שאלה איז, 10 יאר צוריק איז גוגל ארויסגעקומען מיט אזא פראדוקט און עס האט נישט מצליח געווען. מיט וואס וועט דאס זיין אנדערש?
האלט איר אז מענטשן וועלן גיין אויפן גאס דערמיט?
אינדערהיים איז דא א קאמפיוטער.
מיין אפשאצונג איז עס וועט זיין א כלי מער פאר די טעק ליבהאבער. פאר די סארט חברה וואס האבן די געימינג קאמפיוטערס מיט קאלירטע לייטס, און וועט לכאורה נישט זיין א זאך וואס וועט זיין די סטאנדארט פאר יעדעם.
עפל וויל שטארק אז יעדער וואס ארבעט אויפן קאמפיוטער זאל ארבעטן אויפן גלעזער. אבער די סארט זאכן וועלן לכאורה נישט געשעהן צוליב פראקטישע אורזאכן. איי טי קאמאפניס וועלן עס זיכער נישט אינסטאלן אין אפיסעס.
דער דעווייס וועט איבערנעמען דעם לעפטאפ אין אן אויגנבליק.
גרעסערע סקרין.
גרינגער צו שלעפן.
פולקאמע פריוואטקייט.
צו דעם האט עס אויך די מעלה פון 3d קאמערע וואס מיינט אז מ'וועט ממש איבערלעבן ווען מ'קוקט איבער דעם קליפ, (ס'גייט לכאורה צוברענגן א נייע זשאנאר פון מאוויס וואס דער מענטש וועט שפירן ווי ער איז ממש דארט בשעת מעשה.)
גוגל ברילן איז געווען א גאר אומבאלימפעטן חפץ וואס האט נישט געהאט כמעט קיין איינע פון די מעלות וואס דאס האט.