חכמה: א מעלה אדער א חסרון

מחשבה, השקפה ועיון
רעאגיר
באניצער אוואטאר
איך הער..
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 120
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 03, 2023 3:00 pm
געפינט זיך: דעם אנדערען זייט סמבטוין
האט שוין געלייקט: 331 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 303 מאל

חכמה: א מעלה אדער א חסרון

שליחה דורך איך הער.. »

איך וויל מיך באציען צי א אשכל וואס אונזער מייסטער שריפשטעלער @שמן למאור האט געפענט לגבי צי ס'איז בעסער צי זיין א נער אדער נישט, עס האט מיך דערמאנט פון א מעשה וואס איך האב געהאט מיט א צייט צריק, כ'האט געטראכט צי לויפן אויף אביסל א אנדערע ליניע כדי נישט צי צישטערען די שמועס האב איך געפענט א צווייטע אשכל.

א שטיק צייט צריק האב איך געדארפט גיין וועגן א געוויסע ענין צי א מיטינג מיט איינער א שטארק אנזעהנער מענטש איינער וואס הייסט א נגיד און א שטיקל איש מכובד, איך בין געגאנגען מיט נאך א צוויי אינגעלייט אהין, אינז האבען זיכער געמאכט אנציקימען אין צייט נאך וואס דער איד האט אונז אנגעגעבען אז ער איז זייער פארנימען, ארויפקומענדיג האט ער אינז שיין אויפגענימען און ס'האט האט זיך פארצויגען א שטיקעל שמועס, גלייך פון אנפאנג איז ער עפעס נישט א אדורך געקומען על כל פנים צי מיר ווי עפעס א גרויסע תנא קמא אדער א ברייטע קאפ מילד גערעדט, איך האב עפעס נישט געקענט אנכאפען ממש וואס דאס איז אבער איך אוועקגעמאכט די געדאנקען, וואס פארשטיי איך? קיק אן דעם איד ער האט א הערליכען אפיס אויסגעצויגען אויפען גאנצע פיפטע שטאק מיט גאנצעטע רייעס פון טישליך מיט סקרעטעריס ס'טיט זיך א מצב דא לכאורה איז ער גארנישט אזא נער ווי ער קיקט אויס.

נאך אפאר מינוט ווארטען ברענגט דער איד אינז אריין און הערליכע קאנפרענס ראם ער זעצט אונז אוועק און מ'הייב מיר אן שמוסען, דער אנדערער אינגערמאן הייבט אן מסביר זיין פארוואס אינז זעמער דא און וואס אינז ברעגען צים טיש וכו, איך בין לאו דווקא געווען פון די גרויסע בעל דרשנים דארט איך בין געזיצען און א זייט און אויסגעהערט דא און דארט האב איך אריינגעווארפען א ווארט אדער צוויי אין דאס אלעס, נאך א שטיק צייט שמוסען אהין אין צריק איז מיר באשטעטיגט געווארן מיינע פריערדיגע חשד און ס'געווארען ברא כשמש אז דער איד דער בעל הפירמע האט ממש נישט די מינדערסטע השגה וואס ער רעדט ער האט ממש גערעדט שטותים שלא כענין געמאכט נארישע וויצען און סתם נישט גערעדט צים דבר איך זיץ אזוי דארט אין איך שטוין.. הזאת נאמי?? פון דעם רעדט מען? דאס איז דער נגיד דער סאקסעפולער איד פון וועם מ'רעדט אין די גאס דער איז דאך ממש נישט מיט אינז! דער איד קען לכאורה נישט ציילען ביז צוויי אפגערעדט פון פירן אזא מעכטיגע אפערציע אין א סאקסעפולע ביזנעס מיט דריי צענדליגע ארבעטערס, איך זיץ דארט און האף אז מיט די צייט וועט אפשר דאך עפעס זאכליך ארויסקימען פון דעם איד'ס מויל אבער ניין! ער גייט אן מיט א שטארקייט ממש א טוילעט פון שטותים, איך זיץ און קראץ מיר דעם קאפ כ'האב ממש נישט געקענט פארשטיין ווי אזוי מאכט ער דאס? ווי אזוי האט דער איד באוויזען אנציקימען ווי ער איז אנגעקימען און זיין אזוי קורצקעפיג?.

אויפען וועג אהיים האבען אינז געהאט א היפש אביסעל טרעפיק און מיין מח האט מיר אוינגעהויבן לויפן, ווי אזוי ארבעט דעס טאקע? כ'קען אזוי פיל מענטשען מיט אזוי פיל טאלאנטן, מענטשען מיט ברייטע קעפ וואס פארשטייען באמת צי ביזנעס זענען גוט און מעטעמטיקס זיי שרייבן גוט רעדען גיט זיי פארשטייען אן עסק מען קימט זיך כסדר אדורך רעדען מיט זיי, אין מיט דעם אלעם ארבעטען זיי און א ניין טא פייוו דזשאב מיט א בעל הבית וואס איז לכאורה נישט קליגער ווי דעם איד וואס איך האב נארוואס געטראפען, פארוואס איז עס אזוי ס'וואלט לכאורה געדארפט זיין פינקט פארקערט! פארוואס איז דא אזויפיל קליגע מענטשען וואס מיטשענען זיך מצליח צי זיין? מיט זייער קליגשאפט וואלט ווען זיי געדארפט זיין די בעסטע ביזנעסלייט, זיי זאלן זיין די מיט די מילאנען דאלארען און די באנק און נישט דער פלאטישטקע אידל מיט די שכל פון א צוויי יעריג'ס נישט אז איך פארגין אים עס נישט אבער שכל זאגט אז דאס דארף זיין פינקט פארקערט! איז דען דא א מעגליכקייט אז זיין חכמה איז א שטער מער ווי א בענעפיט
איז חכמה א מעלה אדער א חסרון?

געוויסע וועלן זאגען ס'נישט ממש ווי די זאגסט כ'קען נעראנים וואס זענען ארים און קליגע וואס זענען מצליח, אלעס קען זיין איך זאג נישט, איך שרייב נאר פון מיין אבזערוואציע און אדרבא איך בין נייגעריג צי הערן וואס דער עולם האלט.

נ.ב. איך האב גרייט אפגעשריבן מיינע אייגענע שיטות פארוואס דאס איז אזוי אבער כ'וועל לאזען דעם עולם קודם שפינען און ווער ווייסט אפשר וועט אלעס פארענטפערט ווערן.
.Commen sense is not commen

דער אשכול פארמאגט 17 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר