ניגון הפארקינג

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
ערנסטגערעדט
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 257
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 24, 2013 2:23 am
האט שוין געלייקט: 297 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 710 מאל

ניגון הפארקינג

שליחה דורך ערנסטגערעדט »

דער עולם וואס וואוינט אין ברוקלין וועט הנאה האבן אויף א אינטרעסאנטע בליק מיינער
ססאונד אביסל פאָני ווייל איך קום מיט א בארואיגונגס מיטל פון כמו השגחה עליונה צו א פראבלעם מיט וואס רוב מוטשען זיך
די ניגון דארף געזינגען ווערן אויף א Regaton rhythm ״פאמפ״ דארף זיין כאילו דער kick
בקיצור סאיז אביסל צער און אביסל קאמעדי, אפשר וועט עס נאך עפעס איינער געהעריג אדאפטירן מיט א גוטע ניגון


פאמפ פאמפ פאמפ פאמפ
פאמפ פאמפ פאמפ
דרייוו וועי
פאמפ פאמפ פאמפ פאמפ
פאמפ פאמפ פאמפ
דרייוו וועי


אהיימגעקומען אויסגעמאטערט
דראפ די פעקלעך משפחה פארנט פון הויז
וועג געדויערט אפאר שעה קנאפע
אנשטאט אהיימגיין אויף א שווערן זוך ארויס

א גאר באקוועמע קאר האב איך טאקע
מיט אלע פיטשיווקעס וואס סנאר דא
דאס אלעס איז אבער ווערד א מכה
ווען מדארף זוכן פארקינג פאר דריי פערטל שעה

די גאסן טויט די עולם שוין אין בעט
די לעקטער פארמאכט, געשפארט דאס הויז
האפנטליך געשעהן אז איינער וועט
פונקט יעצט זיך געבן א רוק ארויס

ארומגעסירקלט די גאסן האט מען שוין
איבער צען מאל זיכער
אט אט קומט עס מיין באלוין
אין איינע פון די לעכער

דא קען איך נישט פארקן ווייל….

פאמפ פאמפ פאמפ פאמפ
פאמפ פאמפ פאמפ
דרייוו וועי
פאמפ פאמפ פאמפ פאמפ
פאמפ פאמפ פאמפ
דרייוו וועי


ביי די לייט כשטיי אויסגעברענט
אויפן רעדל כאפ א דרימל
א קאר כאפט זיך אריין הייב די הענט
נישט ווערד צו מאכן קיין טומל

יעצט איז דא צוויי וואס זוכן
סגארנישט דא צום געפונען
חשבונות געמאכט לויט אלע וועגן און רוחין
עפעס א פלאן צאמצושפינען

פונדערווייטנס א קאר צינדט אן די לעקטער
זאל עס נישט זיין א יונגערמאן סתם אויף זיין סעל
א בעק אריין אין גאס, די געזעץ מעקט ער
די פענסטער אראפ , די קאר אַן אפשטעל

גייסט ארויס? פרעג מיט האפענונג פיל
זיין ענטפער איז א קאלטע גראבע ניין
מיט אייזערנע קייטן זיך צו האלטן קיל
סגליטשט זיך אבער ארויס א שטילע געוויין

דא קען איך נישט פארקן ווייל….

פאמפ פאמפ פאמפ פאמפ
פאמפ פאמפ פאמפ
דרייוו וועי
פאמפ פאמפ פאמפ פאמפ
פאמפ פאמפ פאמפ
דרייוו וועי


וואס פעלט מיר עס אויס פארוואס דארף איך דאס האבן
צו וואוינען אין ברוקלין מיט אירע פראבלעמען
פארקינג מזוכט כמעט ביז סהייבט אן טאגן
וואס פעלט מיר דאס אויס, זאג מיר פאר וועמען

פאמפס דרייוו וועיס און אסאך נאו סטענדינגס
אויב איז מען גליקליך צו צאלן די מיטער
כאפסט דיך אויף אין צייט איז דא א גוטע ענדינג
אז נישט א גראבע ארענדזשע טיקעט מפיטערט

פון אכטע ביז עלעווע א שווערע פארקער
סטאק אונטער גארבעדזש טראקס צוקוועטשן מישן
פון דריי ביז זעקס נישט זיין אין גאס מער
מיט געלע באסעס בטל בששים

טראקס שטייען דאבל פארקט אויף די גאסן די קלענסטע
חסידים הראשונים זיך געפירט צו פייפן מיט כעס
וואס גרעסער די קאר איז ווער רעדט נאך געטינטעטע פענסטער
ויפן כה וכה וירא די רויטע לייט אדורך מ׳שמייסט

דא קען איך נישט פארקן ווייל….

פאמפ פאמפ פאמפ פאמפ
פאמפ פאמפ פאמפ
דרייוו וועי
פאמפ פאמפ פאמפ פאמפ
פאמפ פאמפ פאמפ
דרייוו וועי


קלער אריין , אן אטעם געב א טיפע
וואס איז אין קיין אנדערע שטאט נישט פארהאן
יא יא דא אין ברוקלין די צוקוועטשטע די שיפע
איי די חיזוק די אמונה די אורות ס׳שיינט

סבלנות די באס טוט אויסלערנען זיי רואיג
קיינער קען דיין פארקינג נישט צונעמען
די פייף דא דיר אויפצווועקן ריק דיך שוין דו חרוג
הער שוין אויף צו קרעכצן און קלעמען

צו טרעפן א פארקינג דעם אייבירשטן בעט
א געלעגנהייט צו קאנעקטן צום מנהיג הבירה
אן אים קענסטו פארגעסן גארנישט געשעט
האב בטחון וועסטו ווערן רואיג כשורה

דא קען איך נישט פארקן ווייל….

פאמפ פאמפ פאמפ פאמפ
פאמפ פאמפ פאמפ
דרייוו וועי
פאמפ פאמפ פאמפ פאמפ
פאמפ פאמפ פאמפ
דרייוו וועי


די לעיקוואדער מאנסיער זענען גאר די וואס פארפאסן
צו האבן א אפטע התקשרות צו גאט
דווקא אין ברוקלין נישט קיין חוזק שפאסן
א גרעסערע רואיגקייט דא מ׳האט

סווערד צו צאלן די הויכע רענט פרייזן
די קינדער נישט האבן ווי צו שפילן
די באסעס און טראפיק מדארף נישט אויפלייזן
אפילו די שומרים געבלאקטע גאסן קען מען דיעלן

זייט דעם נייעם בליק וואס איך האב
שוין מער נישט נערוועז אלעס איז גוט
שמייכלדיג אינמיטן א טרעפיק א גראב
אויך ביים זוכן פארקינג פאר פופציג מינוט

דא קען איך ברוך השם טענק יו האשעם נישט פארקן ווייל….

פאמפ פאמפ פאמפ פאמפ
פאמפ פאמפ פאמפ
דרייוו וועי
פאמפ פאמפ פאמפ פאמפ
פאמפ פאמפ פאמפ
דרייוו וועי

דער אשכול פארמאגט 6 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר