די מדינה געדאנק הייבט אן צו באקומען הענט און פיס, די רעדע פון די געדאנק הייבט אן שלאגן ווארצלען ביי די וועלט טאטעס. דערפאר וועלן מיר עפענען א נייעם אשכול.
זעלבסטשטענדיגקייט פון א אידישע מדינה ווערט די געשפרעך פון וועלטס פירער.
פון יאר תק"ס - תש"ח (1800 - 1948 למס') איז געוועזען די דעמאגראפיע אין פאלעסטינע זייער אינטערסאנט. עס איז וויכטיג צו באטאנען, כדי צו פארשטיין אין קורצן ווי אזוי די זאך איז ענדליך געווארן פון א מדובר צו א פאקט.
ווי דערמאנט אינעם אשכול "דאס געבורט פון מדינת ישראל" די כסדרדיגע קאנפליקטן און די אגרעסיווע באהאנדלונגען וואס די אידן (ציונים) האבן גענומען לגבי ווערן א זעלבסשטענדיגע אומה ולשון, און ווי אזוי דער אראבער האט פרובירט מיט אלע כוחות דאס אפצושטעלן.
אין יאר תק"ס 1800 למס' האט געוואוינט אין פאלעסטינא זעקס טויזענט און זיבען הונדרעט אידן (6,700). און להבדיל הונדרעט זעקס און אכט'ציג טויזענט (186,000)אראבער.
אכט'ציג יאר שפעטער אין יאר תר"מ 1880 למס' האבן שוין געוואוינט אין פאלעסטינא פיר און צוואנציג טויזענט (24,000) אידישע איינוואוינער. און פינעף הונדרעט פינעף און צוואנציג טויזענט (525,000) אראבער, להבדיל. אין די אכט'ציג יאר האט זיך געהעכערט די אידישע איינוויאנער מיט צוויי הונדערט און אכט פיפציג פראצענט. דאס קומט אויס צו כמעט צו צוויי פראצענט (1.81 %) א יאר. די אראבער האבן זיך געמערט ביי פינעף און ניינציג פראצענט 1.71% פער יאר
פינעף און דרייסיג יאר שפעטער תרע"ה 1915 למס' זענען געווען זיבען און אכט'ציג טויזענט און פינעף הונדרעט
( 78,500) אידען. ביי די אראבער להבדיל זענען געוועזען פינעף הונדרעט און ניינציג (590,000)טויזענט. דאס איז הונדרעט און זעקס פראצענט (106.0735%) דאס קומט אויס צו צוויי און כמעט א דריי פערטעל פראצענט ( %2.73) א יאר. און די אראבער אין די זעלבע תקופה האבן זיך געמערט מיט עלעף פראצענט (11.65%) דאס קומט אויס פער יאר ווייניגער ווי א האלבע פראצענט פער יאר (0.30%)
זכטצען יאר שפעטער תרצ"א 1931 למס' זענען געוועזען הונדרעט פיר און זיבעציג טויזענט (174,000)אידען. להבדיל אראבער אכט הונדרעט זיבען און דרייסיג טויזענט (873,000) אראבער. איז פינעף און זיבעציג פראצענט (75.6436%) דאס קומט אויס צו כמעט פיר א האלב (%4.23) פער יאר. און די אראבער במשך די יארן זענען געוואקסען מיט אכט און דרייסיג פראצענט (38.68% ) פער יאר, קומט דאס אויס עטוואס מער ווי צוויי פראצענט (2.13%)
זיבעצען יאר שפעטער תש"ז 1947 למס' איז שוין געוועזען זעקס הונדרעט דרייסיג טויזנט (630,000)אידן כ"י. להבדיל אראבער א מיליאן דריי הונדרעט און צען טויזענט (1,310,000). דאס איז הונדרעט און דרייטצען פראצענט (113.4328%) נאנט צו פיר פראצענט (3.71%) און די אראבער מיט בערך פערציג פראצענט
(40%) דאס קומט אויס פער יאר מיט קארגע צוויי און א האלב פראצענט 2.46% א יאר.
דער גרויסער חילוק אין די פראצענטן פון די אידישע און די אראבישע געוואקס איז אויך געווען א גאר שטארקער סיבה אז די ממלכת העולם וואס האבן דאן געפירט די וועלטליכע מאפעס און געטוישט געביטן, געריקט גרעניצען, אלימינירט מדינות (ליטא, גאליציע, זענען געווארן א חלק פון פוילן וכדו') (אמעריקא, ענגלאנד, און רוסלאנד) צוטיילנדיג זיך מיט די ירושה וואס דער דייטש האט איבער געלאזט אויף הפקר נאך וואס זיי האבן פארלוירן דעם צווייטן וועלטס קריג. אלע אייגענומענע געביטן וואס זענען געבליבען אן קיין גואל וקרוב. זענען צוטיילט געווארן צווישען די אויבן דערמאנטע וועלטס מאכטן. אלע געביטן וואס האבן געהאט גלות רעגירונגען ווי פראנקרייך, פוילן, אונגארען וכדו' זענען גלייך צוריק געגאנגען צו זייערע רעגירונגען.
די וועלטס מאכטן האבן זיך ווידער געטראפן מיט דער פאלעסטינא פראגע ווער וועט קאנטראלירן דעם פאלעסטינער געביט, פונקט ווי ביים ערשטען וועלטס קריג. ווער זאל פארפיגען אויף די שטחים אין פאלעסטינא. פאלעסטינא איז אריבער געגאנגען צו אן ענגלישער מאנדאט נאכן ערשטען וועלטס קריג, נאך וואס די ענגלענדער האבן פארטריבען די אטאמע עמפייער פון פאלעסטינא. און אזוי ווי איצטערט איז בכלל נישט פאלעסטינא געווען אונטער קיין פראגע פארשטייט זיך איז עס ווייטער געבליבן אין די האנט פון די ענגלישער מאנדאט.
מידעל-איסט:
דער געגענט פון פאלעסטינא זענען דאס מאל געראטעוועט געווארן פון די דייטשע חיילות. אין די יארן פון תרצ"ט - תש"א ווען דער דייטש האט פארכאפט איין מדינה נאכן צווייטן ממש כמעט אן קיין ערענסטע ווידערשטאנד. א יעדעס פראוו זיך אנטקעגען שטעלן דעם דייטשען חיה האט זיך געענדיגט מיט א איבערוויגענדע געווינס פארן דייטשער מיליטער. די וועלט האט אנגעהויבן איינזעהן אז דער היטלער הייבט אן באקומען איבער געטריבענע קאנפידענס אין זיין מיליטער, און ער גרייט זיך צו אינוואדירן א יעדעס לענדל וואס ער קומט נאר אנטקעגען אפי' א גרעסערע לענדער פאר זיינע שגעונ'ן און סטראטעגיע.
דער היטלער ימ"ש האט מחליט געווען איין צופרי, ער קען זיך אן רוסלאנד אויך אן עצה געבן, זעענדיג זיינע נצחונות. לענדער פאלן ווי די פליגען פאר זיין מיליטער, גרענעצען עפענען זיך ממש ווי א פשוטער אריבער-גאנג האט ער מחליט געווען אריבער צו גיין צו דעם מידיטרעניעם ים צו אינוואדירן געוויסע לענדער אין מזרח התיכון (Middle Eastern Countries) וואס האט געשטימט מיט זיין מלחמה סטראטעגיע. ווי למשל, אויל איז דא אין מזרח מער ווי אין אייראפע, פאר אזא ריזיגער מיליטער דארף מען האבן זייער אסאך אויל צו קענען אנפירען מיט די אפעראציעס אן קיינעמס טובות, און ווי אויך קען ער דורך די אויל רעזערווען פינאצירן לעולמי עד דעם דייטשן רייך'ס טרוים.
כדי אריבער צו גיין צו די מידיטרעניעם דורכ'ן לאנד האט ער געדארפט אריבער שפאצירן דרום אייראפע ווי עס קומט אויס די דרום גרעניץ פון רוסלאנד. ביז דאן איז רוסלאנד, סטאלין געוועזען אין אן אילייענס מיט היטלער. אבער ווי נאר סטאלין האט איינגעזעהן אז היטלער הייבט אן האבן ווייניג דרך ארץ פאר אים, און היטלער הייבט זיך אן איינרעדן אין זיין מיליטער און גרייט זיך צו אינוואדירן רוסלאנד אפי' ער האט געשוואוירען אן אילייענס מיט'ן רוסישען בער ווייל היטלער דארף האבן דעם דרום זייט צו אדורך שפרייזען צו די אנדערע זייט אייראפע אנצוקומען קיין מזרח האבן די רוסן זיך גענומען גרייטן אויף די אינוואזיע, די רוסן האבן צוגעגרייט א שיינער ברוך הבא פארן דייטש. דער דייטש האט נישט געקענט אריבער קראזירן צו דרום גרינגערהייט. אן ווערן צו שטערט דורך די רוסען. די רוסן האבן טאקע געליטן פון שווערע פארלוסטן אבער פארט האט דער דייטש נישט געקענט אדורך ברעכן און זיך רוקן פםאראויס קיין מזרח.
אנדערע פראנטן האט דער דייטש אויך פרובירט צו עפענען מיטן פאשיסטישען אקס מיליטער פון מוסאליני דער פרעימער פון איטאליע וואס איז געגאנגען אינעם זעלבן גאגנ ווי היטלער, נאך וואס ער האט געמאכט מיט מאסאליני א שלום פאקט און געארבעט באנאזאם מיט א געמיינזאמער שותפות, נאך לאנגע און שווערע באמיאונגען מיט שווערע פארלוסטן איז עס אים פארט נישט געגאנגען.
די היסטאריע פון די צווייטע וועלטס קריג מאפע ווי אזוי די מלחמות זענען צו-געגאנגען ווער עס האט זיך געשלאגען מיט וועם, און ווי, איז גאר קאמפליצירט, און זייער לאנג מיר ווילן נישט באטאנען די דעטאלן פון אט די היסטאריע דא ווייל עס וועט אונז אוועקפירן פונעם ציהל פון אונזער ארטיקעל דא.
עס זענען דא זייער אסאך פאקטן וואס עס איז אויסגעלאזט געווארן אין די קורצע שורות דא פון די באשרייבונג פון דער פאלעסטינא פלאן פון היטלער און דערגרייכונגען און דורך פעלער. אכמ"ל. אי"ה אויף ביי א צווייטער געלעגענהייט).
אזוי ווי די ליג אף נעישאנס League of nations האט אין יאר תרפ"ב 1922 למס' איבער געגעבען דעם אטאמישע אימפעריע נאך וואס זיי זענען באזיגט געווארן דורך די בירטישע מיליטער אינעם ערשטען וועלטס קריג (ווי שוין דערמאנט אין די פריערדיגע ארטיקלען) אין די בריטישע הענט צו פארפיגן אויף דעם אום-קאנטראלירטער לאנד און ארומיגע שטחים, האט זיך דער ביריטישע מאנדאט אין יאר תש"ז 1947 אנטזאגט פון ווייטער קאנטראלירן פאלעסטינא נאך וואס זיי האבן פארפעלט, און נישט געקענט אין ארדענונג ברענגען דעם געגענט פון די אומרוען וואס האט דארט כסדר געהערשט צווישען די צוויי פראקציעס די אראבער און להבדיל די אידן פאר די לעצטע פינעף און צוואנציג יאר.
די לכתחלה'דיגע פלאן פון די ליג אף נעישאנס איז געווען אז די בריטען'ס זאלן דאס אנהאלטן און קאנטראלירן ביז א זעלבסט-שטענדיגער מדינה נענטער צו די געוועזענע אטאמען וועט איבער נעמען די שטחים און עס קנאטראלירן ווי א לאנד דארף ווערן קאנטראלירט און געפירט. אבער קיין צעוויליזירטע לאנד אין די מידל איסט Middle East האט זיך נישט דאן געטראפן וואס זאל דעם שטח וועלן איבער נעמען און קאנטראלירן . די וואס זענען יא געווען ציוועלעזירט האט זיך נישט געזוכט די אום ציוויליזירטע געגענט דארט.
נאכן צווייטן וועלטס קריג ווען דער ריעון הציוני האט אנגעהויבן טראגן געוויכט אויף די אלטוועלטליכע פלאטפארמע ווייל דער איין איינציגער ציהל וואס דער היטלער ימ"ש האט געוואלט א ריינער ראסע זענען געווען געציהלט אויף די אידן בפרט און אויף אפאר אנדערע פעלקער בכלל, היטלער'ס פלאן צו מאכן אייראפא אידנ-ריין איז געווען דער הויפט אגענדע געשפרעך פון די מענטשענ'ס רעכטן גרופעס, און ווי אויך צווישען די פאליטיקאנטען נאך וואס הרב מיכאל בער ווייסמאנדעל זצ"ל. די דזשוינט פירער האבן אריין געברענגט א לעבעדיגע עדות יאן קארסקי Jan Kartski איינע פון די אויפשטענדלער און אינטער-גרונד פארטיזאנישע גרופעס אין פולן איז געברענגט געווארן צו פרעזידענט רוזעוועלט אינעם וויסען הויז כדי צו איבער געבען ערשט האנטיגע עדותשאפט פארן פרעזידענט ווי אזוי די אידן און להבדיל די שונאים פונעם רייך ווערן באהאנדעלט ביי די דייטשען אין די געטאס און אין די לאגערן אין די דייטשע אקופירטע לענדער. די אידישע טעמע איז דאן ארויף געלייגט אויפן טיש פון פרעזידענט רוזעוועלט דורך פארשידינע לאביאיסטן וואס זענען געווארן באצאהלט דורך די דזשוינט קאסע. (עס איז דא א לעגענדע איך האב נישט געטראפן קיין מקור, אדרבה צייגט מיר עס אן אז הרב הצדיק ר' מיכאל בער זצ"ל האט געשיקט אן אנגעצייכענטע מאפע פאר די אמעריקאנע מיליטער ווי צו באמבאדירן די שינעס וואס פירט קיין אוישוויץ כדי די דעפארטאציעס קיין אוישוויץ טרעבלינקע זאלן מוזן ווערן אפגעשטעלט, אבער די מיליטער האט דאס איגנארירט) עס איז געקומען די צייט וואס דאס אידישע פאלק זאל האבן א גואל הדם עס איז העכסט צייט אז די אידישע רעליגיע זאל נישט זיין קיין אנגענומענע סיבה פון זייער פארטיליגונג זייער בלוט איז הפקר און מען קען זיי הרגענען און שלאגען ווייל זיי האבן נישט ווער עס זאל זיך פאר זיי אנ-נעמען.
נאך יארן פון האראוואניע פון די ערשטע ציוניסטישע קעפ ווי דר. חיים ווייצמאן און דוד בן גריון וואס האבן שוין אין די פריע דרייסיגער יארן אריין געשיקט צו די ליג אף נעישאנס פארשידענע פראפאזעלס וואס קען געבן פאר די ציונים לעגיטימאציע. איז געווען דער פיל פראפזעל Peel Proposal וואס איז געווארן אנגעפירט ביי לארד פיל Lord Peel אין יאר תרצ"ו 1936 למס'. דער לארד פיל איז געווארן אריין געזעצט אין די געגענט פונקט אינדערמיט צווישען די צוויי פראקציעס און געדארפט שטודירן וואס עס גייט פאר דארט אין די געגענט, און ווי אויך פארוואס עס קען דארט קיין ארדענונג נישט ווערן.
אין יענע צייט האבן די אראבער אדמענעסטירט א זעקס חדשים'דיגע סטרייק אנטעקען די בריטיש רויאל קאמיסיע. די סטרייק האט זיך גערופן די אראב דזשענעראל סטרייק Arab general strike.
עס האט זיך אנגעהויבן אין אפריל 19 און אנגעגאנגען ביז אקטאובער תרצ"ו 1936 נישט האבענדיג וואס צו טוהן אזוי לאנג האט זיך שרעקליכע רעוואלטן אנטקעגן די בריטישע מאנדאט. די סטרייק איז געווארן נאכגעפאלט פון פארשידענע דעמאנסטראציעס וואס די אראבישע מדינות האבן אנגעפירט פריער אנטקעגן א יעדע פראווו צו ערלויבען די אידישע פראקציע צו עקזעסטירן און זיך בויען א מקום מנוחה ונחלה אין די רידשען פון פאלעסטינא, דהיינו די ביריטינס אמעריקאנער די פראנצויזען וכ"ו. די סטרייק האט אוטאמאטיש נישט פארגרינגערט די לאגע דארט אין פאלעסטינא און די געשלעג איז געווען היבש אנגעצויגען במשך די צייט. לארד פיל האט בכלל נישט געקענט אנאלעזירן די מצב וואס עס טוהט זיך אויסער זאגען אז די אראבער זוכען פשוט פאר אומרוען און אומציוויליזאציע.
פון יאר תרפ"ב 1922 ביז די יאר וואז תרצ"ו 1936 איז כסדר געוועזען אזאנא סטרייק מיט בוי-קאטס Boycuts אנטקעגען די אידישע איינוואוינער. די דאן נייער גרופע שומרים הגנה ישראל וואס איז באשטאנען פון היציגע אידישיסטישע קיבוץ אינגען האבן כסדר געזוכט ווי מען קען זיכער מאכען צו ראטעווען די אידישע איינואוינער וואס זענען אדער יא אדער נישט געטשעפעט געווארן פון אן אראבער. ווען די אינגען האבן געכאפט איינעם נאר טראכטן פון טשעפען א איד איז פאר דעם אראבער געווען אחת דתו.
די הגנה האט אפיציעל פרובירט צו ארבאטן צוזאמען מיט דעם פאליציי פון פאלאסטינא (אזוי ווי שומרים שמירה היינט) אבער כסדר האט די הגנה גענומען אקציעס אין זייער אייגענע האנט וואס האט זייער באאומרואיגט די אראבישע באפעלקערונג. (עס זאל נישט אוסגערעדט זיין. די פאגראם אויף חברון אין די תקופה איז מעגליך געווען אן עטנפער אויף די הגנה ישראל, אבער ווען מען האט זיי געדארפט זענען זיי נישט געוען צום האבן)
די קומענדיגע פאראגראף איז אן היסטארישע שטיקעל וואס האט פאסירט אסאך שפעטער הערשט אין די יארן פונעם צווייטן וועלטס קריג ווי אידיש בלוט איז ממש געווען הפקר אין אייראפע. אבער די שיטה פון ואס די קומענדיגע שורות ווערן געשריבען האט זיך טאקע אנגעהויבן בעפאר די חברונישער פאגראם.
"רבותי די קומענדיגע פאר שורות זענען זייער קאנטריווערסיאל".
די הגנת ישראל* זענען געווען צוזאם געשטעלט פון אינגע היציגע אינגען און מוידען וואס זענען געווען פון די חובבי ציון גרופע וואס זענען ארויף געקומען פון אייראפע צווישען די יארן צווישען פון תר"פ - תש"ח אין יאר תש"ח 1948 למס' איז די הגנהת ישראל געווארן די אפיציעלער מיליטער פון די מדינה מיטן צו נאמען IDF ישראלישער דיפענס פארס Israel Defence Force.
דער אפיציעלער תפקיד פון די הגנה איז געווען ווי שוין דערמאנט געווען צו באשיצען די סעטעלמענטס פון די אראבישע איבערפאלן וואס עס פלעגן זיך אפט מאכן (טאמער איז געווען שטיל און קיין איבערפאל האט זיך נישט געמאכט האט די הגנה געמאכט זיכער צו אנדרייען אן איבערפאל).
(עס איז פשוט זייער איטערסאנט אז ביי די חברונער פאגראם האט זיך די הגנה בכלל נישט געפונען אפן ארט צו מציל זיין די איבערגעפאלענע פון די איבערפאלער. אבער עס קען גאר זיין אז דאס איז געווען אן אויס-גערעכנטע קאנספיראציע אז קיין הצלה זאל נישט פארקומען בשיטות דר. חיים ווייצמאן וואס מען האט געזעהן שפעטער ביי די וועלטס קריג זיין מיינונג געשריבען אין בריווען צום דזשוינט און נאך "רק בדם תיהיה לנו ארץ" ד.מ. אזוי. די גאנצע סיבה פארוואס דער בריטשער מאנדאט האט זיך שפעטער אנטזאגט פון פאראלירן די שטחים אין פאלעסטינא איז געווען דערפאר ווייל א יעדען איינציגער טאג איז געווען אומרוען דארט, די ישראלישע אינגען האבן פראוואקירט אנטקעגען די ביריטישע כוחות זיי נישט צו לאזן און העלפן. די בריטישע הילף האט געדארפט צו גיין מיט פשרות, און פשרות איז דא קיין אפציע געווען פארהאן די אידן מוזן זיין פונקט די זעלבע אנערקענטע איינוואוינער ווי די אראבער אן קיין שום אונטערשייד. און די בריטישע פאליציי האט אייביג פארדאמט די אידישע איינוואוינער פארן צוברעכן די רואיגקייט אין די שטחים אפי' די אראבער זענען 100 פראצענט געווען די וואס האבן פראוואקאטירט די אטאקע. די הגנה האט געזעהן אז פון די בריטישע פאליציי וועלן זיי גארנישט האבן און אייביג זענען די אראבער געווען גערעכט און די פאליציי האט אייביג באשטראפט דעם איד פאר די אטאקעס ממילא האבן זיי אייביג געמאכט זיכער אז די בריטישע פאליציי זאלן זיך נישט קענען קיין עצה גיבען אן די הגנה זיין אויפן פלאץ און האלטן די ארדענונג. וועלן מיר זיך נישט אללינס קיין עצה געבען וועלן מיר זיך נישט מקריב זיין און געבן אונזער אייגען בלוט וועלן מיר קיינמאל קיין מדינה נישט האבן מיר וועלן אייביג זיין אונטער א ממשלה וואס וועט זיך אדער יאר אדער נישט אננעמען םאר אונזערט וועגן. ממילא מוזן מיר אויך זיך מקריב זיין מיט בלוט צו ווייזן פאר די מאנדאט אז מיר וועלן טוהן אלעס וואס מיר קענען און פי' געבן בלוט פאר אונזע באשיצונג. און ווען מיר די הגנה וועלן נישט זיין אויפן פלאץ וועט זיך גיסען בלוט אין די גאסען און עס וועט נישט זיין קיין וועג ווי אזוי דאס אפצושטעלן. און אזוי איז טאקע ל"ע געשעהן ביי די חברונער אטאקע. די הגנה איז נישט דארט געווען צו מציל זיין די באטראפענע אידן, עס זענען געהארגעט געווארן אריבער 120 מענטשען פון ביידע זייטן און ווינציגער ווי 24 שעה רח"ל).
אפאר יאר שפעטער אין יאר תרצ"ט 1939 ווען דער צווייטער וועלטס קריג האט אויס געבראכן איז אידיש בלוט געווען הפקר אין גאנץ אייראפע האט דאן דר. חיים ווייצמאן געקאפעט מיט די פיס און ארום געארבעט מיט די הצלה (אדער אנטקעגען די הצלה) ווייזענדיג פאר די פריער וועלט וואס עס פאסירט מיט די אידן אין פרעמדע לענדער מיר מוזן האבן אן אייגענעם לאנד אז ווען דער פרייער וועלא ווערט פאר אידן א פלאץ ווי זיי זענען אויס געשטעלט צו ארבעה מיתות בי"ד זאל זיין ווער עס זאל זיך פאר זיי אנ-נעמען.
די אינטערנאציאנאלער וועלט'ס טאטעס האבן דערהערט דעם וויי געשריי פון דר. חיים ווייצמאן. דער וועלט זאל געבן א מאכט פאר די אידן זיך צו באשיצען פון די וואס ווילן זיי כסדר שלעכטס טוהן. דאס איז געווען א גוטער געלעגענהייט פאר די בריטישע מאנדאט זיך צו אנטזאגען פונעם שטח בדרך כבוד און עס איבער געבען אין די האנט פון די ציוניסטישע באוועגונג פירער, דר. חיים וויצמאן וכת דיליה, זעהנדיג, די שטחים ווי די סעטעלמענט איינוואוינער האבן זיך באזעצט הערשט אן אייגענעמער איינזאמער אקאנאמיע, מיט א פיינער אגריקולטור וואס די אידן האבן געארבעט אויף די לעצטע 20 - 30 יאר. עס האט אויס געזעהן ווי גאר א גוטער אפציע. די אראבער בעצם האבן גארנישט פראדאצירט, נאר אנגעזייט טעראר און זיך ארום געשלאגען (דאס איז געווען די בליק דאן אין די וועלט)
די יונייטעד נעישאנס United Nations האט צוזאם געשטעלט א ספעציעלע קאמיטע וואס זאל זיך מיט די פראגע פון מאכין די ציוניסטישע גרופע פאר א לאנד אויף די מאפע צו נישט. די קאמיטע איז גערופן געווארן UNSCOP יונייטעד נעישאנס ספעציעלע קאמיטע פאר פאלעסטינע. די ספעציעלע קאמיטע איז ווארשיינלעך צוריק געקומען מיט די רעקאמאנדאציע. די אראבער און די אידן דארפן ווערן צוטיילט פאר צוויי באזודערע לענדער. ווי לאנג דער איד וועט נישט האבן זיין אייגענער פלאץ אויף די מאפע און וועלן וואוינען צוזאמען מיט די אראבער וועט דארט אין די רידזשען Reagon קיין אראדענונג נישט זיין. און ווי אויך האט די קאמיטע גענומען אין באטראכט די ציפערן פון די וואוקס פראצענט צווישען די אידן און די אראבער. וועט דאס ווייטער אזוי שטייגען איז די וואוקס א רעסעפי פאר דיזעסטער אן מאכן א טיילונג גאר שנעל. די אידן און די אראביער וואקסען אויף הייבן אין די געגענט און די איינציגסטע לעזונג פאר די פראבלעימען צווישען זיי איז אפטיילן.
*FOOT NOTE:
די הגנה האט אויך א גאנצער היסטאריע אונטער זיך ווי-אזוי זיי זענען געקומען צו די מציאות פון הגנה וואס מיר וועלן נאך בעז"ה מרחיב זיין אין אן עקסטערע ארטיקעל אין אן אנדערער געלעגענהייט. אין קורצען: אין יאר תרס"ד 1904 וואס איז געווען די צווייטע גרויסער עליה פון אייראפע קיין פאלעסטינא האבן די אראבער אנגעהויבן מערקן א טויז אין די אומגעגענט ווידי אידן נעמען צוביסלעך איבער מער און מער טעריטאריע דאן האבן די אראבער אנגעהויבן באמערקן אז זיי ווערן איבער געפארן פון א לייץ פון עולים וואס קומען ממש איבער נעמען זייער וואוין ארט אז די אומריען פון תרס"ד - תרס"ז זענען געווארן מער און מער עד כידי כך אז עס איז אויף געקומען בר גיורא וואס האט געגרונדעט א גרופע מיטן נאמען השומר. די השומר גרופע זענען געווען פון די ישראלישע עליטע מיליטערלייט אין די בריטישע ארמיי וואס זייער ארבעט איז געווען פארטיזאנישע אקציעס אן אן אפיציעלער אנצייגוונג אז די בריטישע מיליטער האט דערמיט א שייכות. וויבאלד אומרוען האט כסדר געהערשט אין די געגענטער אין יענע יארן האבן די 100 אידישע חברה וואס האבן געדינט אין די בריטישע אונטערוועלט גרופע זיך צוזאם גענומען און געמאכט די השומר גרופע מיטן זעלעבן מהלך נאר אונטער ערדיש און זענען געווען געדעקט ביי די בריטישע מיליטער בתנאי אז עס זאל נישט קענען אנגעצייגט ווערן אז דער בריטישער מיליטער האט עפעס דערמיט. ווי נאר דאס בריטישע מלוכה איז געווארן די אפיציעלער מאנדאט דארט אין פאלעשטינא האבן זיי איינגעזעהן אז אידישע שוץ וועט זיין א געוואלדיגער אויף טוה אין די פאליסטינא שטחים האבן זיין געמאכט די גרופע אן אפיציעלער פאליציי הילף און זיי האבן זיך גערופן הגנה. די הגנה האט שוין געהאט אן אפיציעלער פערמיט צו פיגורירן אין די שטחים אלץ שמירה צווישען די צוויי פראקציעס.
מדינת ישראל אויף די וועלטליכע מאפע - חלק א'
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 595
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 28, 2023 6:18 am
- האט שוין געלייקט: 285 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1344 מאל
מדינת ישראל אויף די וועלטליכע מאפע - חלק א'
הק' לייביש שרייבער
א פאקט איז א פאקט נישט קיין חילוק פון ווי עס שטאמט.
א פאקט איז א פאקט נישט קיין חילוק פון ווי עס שטאמט.