דו פרצופין נבראו - ווי אזוי?
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 832
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 22, 2012 10:35 pm
- האט שוין געלייקט: 239 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 572 מאל
דו פרצופין נבראו - ווי אזוי?
ווען מען לערנט אין חומש {לשיטת רש"י} אז דער אייבערשטער האט באשאפן דעם מענטש, דו פרצופין, צוויי פרצופין צוזאם געקלעבט,
איז זייער אינטרעסאנט ווי אזוי האט דאס געארבעט?
1) איז דאס געווען צוויי מענטשען מיט צוויי מיילער, נעזער, און צוויי מוחות?
2) את"ל אז ניין, {וואס לכאו' איז מסתבר אז} נאר אדם האט געקענט רעדן, אבער זיין פרצוף פון די אנדערע זייט נישט.
וואס האט אדם געמיינט אז אזוי גייט דאס בלייבן, איין מויל רעדט און איינס נישט, {אדער ביידע האבן גערעדט אינאיינעם}?
3) עס שטייט אז אלעס איז באשאפן לקומתן ולצביונם, דאס הייסט יעדער בעל חי האט געזען ווי אזוי ער גייט אויס זעהן נאך זיין באשאף, און ער האט מסכים געווען דערצו,
וויי למשל דער כלב אז ער גייט גיין אויף פיר, דער עלעפאנט אז זיין נאז גייט זיין גרויס, און אז ער גייט זיין ריזיג.
יעצט ווי אזוי האט מען געוויזן פאר אדם זיין געשטאלט, דו פרצופין, און צו דעם האט ער מסכים געווען? דאן ווי אזוי האט מען עס נאכדעם געטוישט ער זאל אויסזעהן ווי א צוטיילטער מענטש?
4) את"ל אז ער האט מסכים געווען צו דעם, צו אויס זעהן נאר ווי איין פרצוף, דאן איז מיין קשיא האט די פרצוף פון אונטן אויס געזעהן ווי א זכר אדער נקבה?
ואת"ל ווי א זכר, ווען האט מען דאס געטוישט פאר א נקבה, און וואו שטייט דאס אין פסוק?
ואת"ל נקבה דאן הדרה קושיא לדכותיה וואס האט אדם געטראכט פפארוואס זעהט ער אויס אנדערש איין פרצוף ווי די אנדערע?
מען קען נאך אסאך אריינגיין אין די נושא, אבער דאס זענען די הויפט קשיות
טייערע חברים, ווער עס קען עפעס ארויסהעלפן, תשואות חן חן לו.

דיין חתימה איז טאקע גוט,
זעה נאר דיין תגובה זאל אויך שטימען.
זעה נאר דיין תגובה זאל אויך שטימען.
- לעיקוואד
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3911
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
- האט שוין געלייקט: 1536 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
- קאנטאקט:
דא בין איך דער אויבער חכם וואס זאגט אז די אגדה איז נישט כפשוטו און איז מרמז אויף עולמות עליונים. פאר א הסבר אין די עולמות ראה בכתבי האר"י באריכות.
I have a dream
Martin Luther King ~
Martin Luther King ~
-
- חבר ותיק
- הודעות: 2933
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 20, 2012 6:00 pm
- האט שוין געלייקט: 513 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1430 מאל
אויס מענטש האט געשריבן:ווען מען לערנט אין חומש,{לשיטת רש"י} אז דער אייבערשטער האט באשאפן, דעם מענטש, דו פרצופין, צוויי פרצופין צוזאם געקלעבט,
איז זייער אינטרעסאנט ווי אזוי האט דאס געארבעט ?
1) איז דאס געווען צוויי מענטשען מיט צוויי מיילער, נעזער, און צוויי מוחות ?
2) את"ל אז ניין, {וואס לכאו' איז מסתבר אז} נאר אדם האט געקענט רעדן, אבער זיין פרצוף פון די אנדערע זייט נישט.
וואס האט אדם געמיינט אז אזוי גייט דאס בלייבן, איין מויל רעדט און איינס נישט, {אדער ביידע האבן גערעדט אינאיינעם} ?
3) עס שטייט אז אלעס איז באשאפן לקומתן ולצביונם, דאס הייסט יעדער בעל חי האט געזען ווי אזוי ער גייט אויס זעהן נאך זיין באשאף, און ער האט מסכים געווען דערצו,
וויי למשל דער כלב אז ער גייט קיין אויף פיר, דער עלעפאנט אז זיין נאז, גייט זיין גרויס, און אז ער גייט זיין ריזיג.
יעצט ווי אזוי האט מען געוויזן פאר אדם זיין געשטאלט, דו פרצופין, און צו דעם האט ער מסכים געווען, ? דאן ווי אזוי האט מען עס נאכדעם געטוישט ער זאל אויס זעהן ווי א צוטיילטער מענטש ?
4) את"ל אז ער האט מסכים געווען צו דעם, צו אויס זעהן נאר ווי איין פרצוף, דאן איז מיין קשיא האט די פרצוף פון אונטן אויס געזעהן ווי א זכר אדער נקבה, ?
ואת"ל ווי א זכר, ווען האט מען דאס געטוישט פאר, נקבה, און ווי שטייט דאס אין פסוק?
ואת"ל נקבה דאן הדרה קושיא לדכותיה וואס האט אדם געטראכט פפארוואס זעהט ער אויס אנדערש איין פרצוף ווי די אנדערע ?
מען קען נאך אסאך אריינגיין אין די נושא, אבער דאס זענען די הויפט קשיות
טייערע חבירים, ווער עס קען עפעס ארויסהעלפען, תשואות חן חן לו.
טאמער מען זאל אנלערנען דו פרצופין כפשוטו.
1. יא, צוויי אלעס.
3. לאמיר זאגען אז אים האט מען נישט געפרעגט, ווייל ווען מען הייבט פרעגען א בחור וואס פארע ווייב ער וויל, ווערט ער נישט פערטיג. ואת"ל אז מען האט אים יא געפרעגט, איז וואס? קען מען נישט טוישען?
4. פין אונטען א נקיבה, ווי פארשטענדליך, איש ואשתו, מיינט א זכר ונקיבה.
דארפסט פארשטיין איין נקודה.
קוק אריין אין די פסוקים וועסטו זעהן אז די בריאת האדם חזר'ט זיך איבער. דאס ערשטע מאל אין די זעקסטע טאג פין די בריאה, די צווייטע מאל א קאפיטעל ווייטער, ווי די תורה הייבט נאך אמאהל אהן פין אלף, ווי די אויבערשטער האט באשאפען אדם. איך וויל נישט אריין גיין וואס די אפיקורסים האלטען וועגען די צוויי פרשיות. אבער חז"ל און אלע מפרשים, פראבירען אויסצוגלייכען צווישען ביידע קאפיטלעך אז עס זאל נישט זיין קיין סתירה.
פארדעם זאגען חז"ל אז די ערשטע פרשה איז רעדט זיך פין דו פרצופין, נאך דעם האט דער אויבערשטער זי אראפגענומען און געמאכט א סעפעראט גוף. און פין דעם רעדט זיך די צווייטע פרשה.
אנדערע מפרשים זאגען אנדערע תירוצים.
למשל די אר"י הקדוש לערנט אז אדם האט געהאט א ווייב וואס איז באשפען געווארען באזונדער (ערשטע פרשה) און די שידוך האט זיך נישט אויסגעארבעט, האט ער זי משלח געווען, און די אויבערשטער האט פארדעם געמאכט נאך א ווייב. (איך מיין ער לערנט אזוי ע"פ פשטות נישט קבלה), ביטע פרעגט מיר נישט א מראה מקום אויף דעם.
א משוגענער באלאנגט אין משוגעים הויז, און א מאלעסטער באלאנגט אין תפיסה!!
אדם המוכה מחבירו יכול לילך לקבול לפני עכו"ם אע"פ דגורם למכה היזק גדול (רמ"א סי' שפ"ח ס"ז), מותר לקצץ ידיו על ידי גוי (ש"ך ס"ק מ"ה).
אדם המוכה מחבירו יכול לילך לקבול לפני עכו"ם אע"פ דגורם למכה היזק גדול (רמ"א סי' שפ"ח ס"ז), מותר לקצץ ידיו על ידי גוי (ש"ך ס"ק מ"ה).
- לעיקוואד
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3911
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
- האט שוין געלייקט: 1536 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
- קאנטאקט:
אויב וויל מען א מער פשטותדיגער הסבר אין די אגדה [אבער אויך נישט כפשוטו ממש], קען זיין אז אין אנפאנג פון זיין אנטוויקלונג איז נישט געווען א חילוק פון א זכר און א נקדה ביי א מענטש, אזויווי סנאך דא היינט אזעלכע חיות וואס יעדער האט סיי אברי זכרות און סיי נקבות, און נאר צוביסלעך האט זיך עס אנטווילקט צו זיין צויי עקסטערע מינים. עווילוציוניש איז נאכנישט קלאר וויאזוי דאס איז געשעהן און סזענען דא סברות ארום דעם על דרך זה .
אדער קען מען לערען אז דאס גייט בעיקר אויף די דעת פון א מענטש וואס קודם האט ער נישט מבדיל געווען בדעתו צווישען די מינים ביידע האבן זיך געפילט אייניג און סנישט געווען די גאנצע הבנה וואס סדא היינט ארום דעם, ביז סהאט זיך געטוישט. אויך אויף דעם איז דא סברות אז אמאל איז נישט געווען די מושג פון א זוג אזויווי היינט.

רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום לעיקוואד, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
I have a dream
Martin Luther King ~
Martin Luther King ~
- לעיקוואד
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3911
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
- האט שוין געלייקט: 1536 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
- קאנטאקט:
איחוד פעלד האט געשריבן:
אנדערע מפרשים זאגען אנדערע תירוצים.
למשל די אר"י הקדוש לערנט אז אדם האט געהאט א ווייב וואס איז באשפען געווארען באזונדער (ערשטע פרשה) און די שידוך האט זיך נישט אויסגעארבעט, האט ער זי משלח געווען, און די אויבערשטער האט פארדעם געמאכט נאך א ווייב. (איך מיין ער לערנט אזוי ע"פ פשטות נישט קבלה), ביטע פרעגט מיר נישט א מראה מקום אויף דעם.
זה מדרש בראשית רבה (תיאודור-אלבק) פרשת בראשית פרשה כב
מתוך כן ויקם קין וגו', יהודה בר' אמר על חוה הראשונה היו הדינין, אמר ר' איבו חוה ראשונה חזרה לעפרה
והאר"י מפרש שזה היה בחי' לאה וכו'.
I have a dream
Martin Luther King ~
Martin Luther King ~
- יאיר
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4765
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
- האט שוין געלייקט: 6187 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל
מענין לענין:
איינער ווייסט אויב עס עקזיסטירט נאך אן אדרוגינוס אדער טמטום היינט צוטאגס?
אלס קינד פלעג איך מיינען אז א שיינע פראצענט מענטשן זענען טמטום ואנדרוגינוס, נעמענדיג אין באטראכט ווי אפט די גמרא רעדט דערפון כאילו ס'איז א טאג-טעגליכע שאלה. ווער רעדט נאך אלס יונגער בחור ווען איך האב אנגעהויבן אריינקוקן אין מנחת חינוך האט מיך ממש אנגעכאפט א פחד וואס טו איך אויב איך האב אזא קינד...

האדם לא נברא אלא להתענג
-
- חבר ותיק
- הודעות: 2933
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 20, 2012 6:00 pm
- האט שוין געלייקט: 513 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1430 מאל
אלעס איז דא.
דער טמטום איז א זכר נאר דער אבר איז פארשטעקט, סא מיט אפיראציעס קען מעו עס גרינג היילן.
אנדרוגינוס ווערן אויך געבארען, מיט די היינטיגע טעכניק קען מען אפשניידן דעם אבר, און זיי מאכן פאר א געהעריגע נקיבה.
אין מנחת יצחק איז דא א לאנגע תשובה וועגן דעם, ווי ער טוט אדורך אלע הלכה'דיגע אימפליקעשענס, צ.ב.ש. ייחוד ווען זי ווערט עלטער, אויב זי מעג חתונה האבן, חמערייזעל אין די גאנצע ניין יאר.
דער טמטום איז א זכר נאר דער אבר איז פארשטעקט, סא מיט אפיראציעס קען מעו עס גרינג היילן.
אנדרוגינוס ווערן אויך געבארען, מיט די היינטיגע טעכניק קען מען אפשניידן דעם אבר, און זיי מאכן פאר א געהעריגע נקיבה.
אין מנחת יצחק איז דא א לאנגע תשובה וועגן דעם, ווי ער טוט אדורך אלע הלכה'דיגע אימפליקעשענס, צ.ב.ש. ייחוד ווען זי ווערט עלטער, אויב זי מעג חתונה האבן, חמערייזעל אין די גאנצע ניין יאר.
א משוגענער באלאנגט אין משוגעים הויז, און א מאלעסטער באלאנגט אין תפיסה!!
אדם המוכה מחבירו יכול לילך לקבול לפני עכו"ם אע"פ דגורם למכה היזק גדול (רמ"א סי' שפ"ח ס"ז), מותר לקצץ ידיו על ידי גוי (ש"ך ס"ק מ"ה).
אדם המוכה מחבירו יכול לילך לקבול לפני עכו"ם אע"פ דגורם למכה היזק גדול (רמ"א סי' שפ"ח ס"ז), מותר לקצץ ידיו על ידי גוי (ש"ך ס"ק מ"ה).
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 6959
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
- האט שוין געלייקט: 4586 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 832
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 22, 2012 10:35 pm
- האט שוין געלייקט: 239 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 572 מאל
איחוד פעלדטאמער מען זאל אנלערנען דו פרצופין כפשוטו.
1. יא, צוויי אלעס.
3. לאמיר זאגען אז אים האט מען נישט געפרעגט, ווייל ווען מען הייבט פרעגען א בחור וואס פארע ווייב ער וויל, ווערט ער נישט פערטיג. ואת"ל אז מען האט אים יא געפרעגט, איז וואס? קען מען נישט טוישען?
4. פין אונטען א נקיבה, ווי פארשטענדליך, איש ואשתו, מיינט א זכר ונקיבה.
קודם וועל מיר גיין על ראשון ראשון.
אויב צוויי אלעס
דאן ווער האט געהאט די מיינונג דער פון פארנט אדער פון אונטן
ווען מען האט געוואלט גיין, ווי איז מען געגאנגען פארנט אדער אונטן?
דערנאך, וואס די זאגסט וועגן פרעגן א בחור איז נישט נוגע ווייל אדם דער יציר הבריאה
האט מען געהאט געפרעגט אלעס און ווי דער אייבערשטער אליינס האט הנאה געהאט פון די דעת וואס ער האט געהאט בייפ רופן אלע חיות מיט זייער ריכטיגער נאמען.
בקיצור סה"כ זעה איך נישט קיין געהעריגן פשט
און דאס וואס די זאגסט אז זיי האבן געהאט אנדערע איברים איז זייער שווער וואס האט אדם געטראכט וועגן די אנדערע פרצוף?
דיין חתימה איז טאקע גוט,
זעה נאר דיין תגובה זאל אויך שטימען.
זעה נאר דיין תגובה זאל אויך שטימען.
- דולה ומשקה
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2732
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 2:19 pm
- האט שוין געלייקט: 308 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1652 מאל
יאיר האט געשריבן:מענין לענין:
איינער ווייסט אויב עס עקזיסטירט נאך אן אדרוגינוס אדער טומטום היינט צוטאגס?
אלס קינג פלעג איך מיינען אז א שיינע פראצענט מענטשן זענען טומטום ואנדרוגינוס, נעמענדיג אין באטראכט ווי אפט די גמרא רעדט דערפון כאילו ס'איז א טאג טעגליכע שאלה. ווער רעדט נאך אלס יונגער בחור ווען איך האב אנגעהויבן אריינקוקן אין מנחת חינוך האט מיך ממש אנגעכאפט א פחד וואס טו איך אויב איך האב אזא קינד...
אין שו"ת שבט הלוי איז דא תשובה איבער א טימטום וואס איז געבוירען אין מיימאנאדיס שפיטאל,
די שאלה דארט איז זייער קאמפלאצירט, היות דעם טימטום קען מען מאכען מיט א אפעראציע פאר א נקיבה, צו וועט אויס האבען אלע דיני נשים אדער נישט.
2) צו דער סארט טימטום פון וואס חז"ל רעדן מיינט אז ס'בלייבט אזוי כל ימי חייו,
"די מבהיל'דיגע בקיאות זעה איך נישט"... (קרעדיט: געוואלדיג)
"אפשר זאלסטו אויפקומען מיט בעסערע [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל]"...(קרעדיט: שבת אחים)
"אפשר זאלסטו אויפקומען מיט בעסערע [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל]"...(קרעדיט: שבת אחים)
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 832
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 22, 2012 10:35 pm
- האט שוין געלייקט: 239 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 572 מאל
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 31
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אקטאבער 18, 2012 11:13 am
- האט שוין באקומען לייקס: 10 מאל
עס איז נישט א סגולה אריין טראכטען אין די דו פרצופין, כך קבלתי מרבותי.
אפילו די רמב"ן זאגט עפעס אזוי, ווען ער איז מסביר אז די הולדה איז געגאנען דורך א ווריד וואס ער האט מוריק גווען די זרע צו די אנדערע זייט.
אבער דאס אריין טראכטען אין דעם קען ברענגען צו הרהור רח"ל.

פרום איז ר"ת פ'יל מ'צוות ו'וייניג ר'שעות
-
- א גאסט אין שטיבל
- הודעות: 4
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יוני 11, 2012 4:44 pm
- האט שוין געלייקט: 7 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1 מאל
פרומאק האט געשריבן:עס איז נישט א סגולה אריין טראכטען אין די דו פרצופין, כך קבלתי מרבותי.
אפילו די רמב"ן זאגט עפעס אזוי, ווען ער איז מסביר אז די הולדה איז געגאנען דורך א ווריד וואס ער האט מוריק גווען די זרע צו די אנדערע זייט.
אבער דאס אריין טראכטען אין דעם קען ברענגען צו הרהור רח"ל.
דו לץ איינער. דער איז פיינע נייעס.
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 351
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 02, 2012 10:16 am
- האט שוין געלייקט: 229 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 194 מאל
יאיר האט געשריבן:מענין לענין:
איינער ווייסט אויב עס עקזיסטירט נאך אן אדרוגינוס אדער טמטום היינט צוטאגס?
אלס קינד פלעג איך מיינען אז א שיינע פראצענט מענטשן זענען טמטום ואנדרוגינוס, נעמענדיג אין באטראכט ווי אפט די גמרא רעדט דערפון כאילו ס'איז א טאג-טעגליכע שאלה. ווער רעדט נאך אלס יונגער בחור ווען איך האב אנגעהויבן אריינקוקן אין מנחת חינוך האט מיך ממש אנגעכאפט א פחד וואס טו איך אויב איך האב אזא קינד...
מאך נאר א search, shemale
א משוגענער באלאנגט אין משוגעים הויז, און א מאלעסטער באלאנגט אין תפיסה!!(איחוד פעלד)
אבער נאר די חוקי התורה קען אפמאכען ווער עס איז א מאלעסטער!!!

- היימישער ליטוואק
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1658
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג דעצעמבער 20, 2012 5:26 pm
- האט שוין געלייקט: 1449 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1074 מאל
פרומאק האט געשריבן:עס איז נישט א סגולה אריין טראכטען אין די דו פרצופין, כך קבלתי מרבותי.
אפילו די רמב"ן זאגט עפעס אזוי, ווען ער איז מסביר אז די הולדה איז געגאנען דורך א ווריד וואס ער האט מוריק גווען די זרע צו די אנדערע זייט.
אבער דאס אריין טראכטען אין דעם קען ברענגען צו הרהור רח"ל.
זעהט דא אז איז פארהאן אזא סארט הולדה.
"אי השימוש בשכל הישר, הוא מקור כל הטומאה, שורש כל הרשעה שבעולם כולו"
- טעפל
- חבר ותיק
- הודעות: 2048
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 17, 2012 5:25 am
- האט שוין געלייקט: 4610 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 821 מאל
יאיר האט געשריבן:מענין לענין:
איינער ווייסט אויב עס עקזיסטירט נאך אן אדרוגינוס אדער טמטום היינט צוטאגס?
אלס קינד פלעג איך מיינען אז א שיינע פראצענט מענטשן זענען טמטום ואנדרוגינוס, נעמענדיג אין באטראכט ווי אפט די גמרא רעדט דערפון כאילו ס'איז א טאג-טעגליכע שאלה. ווער רעדט נאך אלס יונגער בחור ווען איך האב אנגעהויבן אריינקוקן אין מנחת חינוך האט מיך ממש אנגעכאפט א פחד וואס טו איך אויב איך האב אזא קינד...
מיין טאטע האט מיר צוגעוויזען אויף איינעם וואס איז חתונה געהאט שוין אסאך אסאך יאר אהן קיין קינדער אז ער איז אן אנדרוגיניס אדער טמטום, איין זאך ווייס איך אז יענער גייט קיינמאל נישט אין מקוה....