היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
לייביששרייבער
שריפטשטעלער
הודעות: 595 זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 28, 2023 6:18 am
האט שוין געלייקט: 285 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1344 מאל
שליחה
דורך לייביששרייבער » פרייטאג יוני 09, 2023 7:16 pm
berlbalaguleh האט געשריבן: ס'איז אפשר א ביסל שארף. אבער א יעדעס ווארט איז אמת ויציב. כולי עלמא מודי אז דא האנדלט זיך נישט פון א הלכה'דיגע פראבלעם אדער חשש. ס'איז א ריין פינאנציעלער סיכסוך. נאר מ'האט עס מלבש געווען כאילו ס'איז דא א פראבלעם פון כשרות.
זיכער אויב ס'וואלט געווען דער קלענסטער חשש איבער כשרות וואלט א יעדער ערליכער איד אוועקגעשטאנען פון דעם. ווייל מ'האט זיך שוין (ליידער) אפגעבריהט מיט "פינקל".
דער ואלאווער רב שליט"א איז נאך דא אזא בר סמכא ווי סיי וועלכער פון די רבנים וועלכע האבן אונטערגעשריבן דעם קול קורא.
דער חידוש איז נאר אויף הרב הילל וויינבערגער שליט"א אז ער האט זיך געבויגן פאר טעראר.
ר' הלל וויינבערגער שליט"א איז דער ערשטער וואס וועט טעראריזירן ווען עס עס קומט צו די געלט זאכן פון די התאחדות הר(ע)בנים.
אינטערסאַנט איז נאר אז ר' הלל וויינבערגער שליט"א גיט א הכשר אויף הערצאג וויינען אפי' התאחדות הר(ע)בנים וואלטן ווען געדאַרפט זיין די בעלי מכשירים אויף די וויינען. נאר וואס דען? זיין געלט וואס ער באקומט באצאלט פון הערצאג שטייט נאך אלץ העכער התאחדות.
הק' לייביש שרייבער
א פאקט איז א פאקט נישט קיין חילוק פון ווי עס שטאמט.
אבטח ולא אפחד
מאנשי שלומינו
הודעות: 75 זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש מאי 13, 2023 9:58 pm
האט שוין געלייקט: 26 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 87 מאל
שליחה
דורך אבטח ולא אפחד » מאנטאג יוני 12, 2023 5:30 pm
סאטמאר (מהרז"ל) האבן נארוואס געלאזט וויסן אז אנדערש ווי אלע יארן וועלן די קינדער אין קעמפס נישט מעגן ברענגן עסן מיט די וואלאווע הכשר...
Yesh
מאנשי שלומינו
הודעות: 147 זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 23, 2023 3:59 pm
האט שוין געלייקט: 235 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 108 מאל
שליחה
דורך Yesh » מאנטאג יוני 12, 2023 5:50 pm
אבטח ולא אפחד האט געשריבן: סאטמאר (מהרז"ל) האבן נארוואס געלאזט וויסן אז אנדערש ווי אלע יארן וועלן די קינדער אין קעמפס נישט מעגן ברענגן עסן מיט די וואלאווע הכשר...
וואס איז די שטראף פאר איינער וואס ברענגט?
רוחין חדתין
מאנשי שלומינו
הודעות: 79 זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 02, 2022 10:28 pm
האט שוין געלייקט: 74 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 60 מאל
שליחה
דורך רוחין חדתין » מאנטאג יוני 12, 2023 5:59 pm
אלו הצאן מה חטאו?!
אלע צוזאמען
ידיד ותיק
הודעות: 838 זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 11, 2021 5:39 pm
געפינט זיך: צופארן אין די ריזיגע וועלט
האט שוין געלייקט: 1835 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1044 מאל
שליחה
דורך אלע צוזאמען » מאנטאג יוני 12, 2023 6:02 pm
רוחין חדתין האט געשריבן: אלו הצאן מה חטאו?!
נאך א מיטל צו פייניגן די עלטערן.
You have to think anyway, think big.
Donald Trump
[NAMELESS]
שליחה
דורך [NAMELESS] » מאנטאג יוני 12, 2023 6:38 pm
אבטח ולא אפחד האט געשריבן: סאטמאר (מהרז"ל) האבן נארוואס געלאזט וויסן אז אנדערש ווי אלע יארן וועלן די קינדער אין קעמפס נישט מעגן ברענגן עסן מיט די וואלאווע הכשר...
א וויץ?
[NAMELESS]
שליחה
דורך [NAMELESS] » מאנטאג יוני 12, 2023 6:41 pm
רוחין חדתין האט געשריבן: אלו הצאן מה חטאו?!
צאן תחת צאן!
מ'ניצט פלייש צו פארדינען אויף פלייש.
Yesh
מאנשי שלומינו
הודעות: 147 זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 23, 2023 3:59 pm
האט שוין געלייקט: 235 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 108 מאל
שליחה
דורך Yesh » מיטוואך יוני 14, 2023 1:36 pm
נישט צום גלייבען די זיי שעמען זיך ניטאמאל כלל נייעס האט עס באשטעטיגט
Yesh
מאנשי שלומינו
הודעות: 147 זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 23, 2023 3:59 pm
האט שוין געלייקט: 235 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 108 מאל
שליחה
דורך Yesh » מיטוואך יוני 14, 2023 1:37 pm
c/p
אין קורצן: צוויי געשעפטן, ראזמערי און פו-דו, האבן געוואלט נעמען פלייש פון די 82 סאטמארע בוטשער און זיי האבן געהאלטן ביים שליסן א דיעל, דאן האט זיך כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א זיך אריינגעמישט און אפגעשטעלט די דיעל צוליב מכשולות וואס קען ארויסקומען פון פארקויפן פלייש אין א סופערמארקעט.
סאטמאר האט דא געקענט מאכן ריזיגע געלטער פון צושטעלן פלייש פאר די סופערמארקעטס וואו זיי וואלטן נישט געדארפט געבן דיסקאונטס פאר מעמבערס וכו' אבער סאטמאר רבי שליט"א האט קלארגעשטעלט אז כשרות קומט בעפאר פארדינסטן און ער האט עס אפגעשטעלט.
די צוויי סופערמארקעטס האבן דאן גע'חתמ'עט א דיעל מיט התאחדות, און נאך בקשות פון אלע רבני וויליאמסבורג, האבן זיי זיך ארויסגעצויגן פונעם דיעל צוליב די מכשולות וואס עס קען צוברענגען.
אין די ענדע האבן זיי באקומען א הכשר פון וואלאווע - קהילת סאטמאר האט קלארגעשטעלט פאר וואלאווע בעפאר זיי האבן געגעבן די הכשר אז אויב זיי גייען ברעכן די תקנה קען סאטמאר נישט שטיצן די הכשר, דערפאר האט סאטמאר באשלאסן אויפהערן קויפן פראדוקטן פאר זייערע מוסדות וואס פארמאגט א הכשר פון וואלאווע.
נאכאמאל, נישט טעראר, נישט פאשקעווילן, נישט נאכשרייען אין די גאסן ממזרים - בלויז נישט נוצן פראדוקטן פון וואלאווע אין זייערע מוסדות, ווייל: סאטמאר קען נישט שטיצן א הכשר וואס טוט טרעטן אויף א תקנה וואס סאטמאר איז מקפיד.
לאמיר עס ארויסשרייבן אין א קלארע אידיש פאר די אלע וואס שפילן אויפגעשוידערט פון די א.ג. טעראר; קליענטן האבן א רעכט צו אויפהערן קויפן פראדוקטן פון א געשעפט/ברענד/הכשר פאר סיי וועלכע אורזאך!
איך אויך
חבר ותיק
הודעות: 6351 זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 8611 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2811 מאל
שליחה
דורך איך אויך » מיטוואך יוני 14, 2023 1:59 pm
קרן זוית האט געשריבן: רוחין חדתין האט געשריבן: אלו הצאן מה חטאו?!
צאן תחת צאן!
מ'ניצט פלייש צו פארדינען אויף פלייש.
דערמאנט מיר די מעשה ווי דער הייליגער צעהלימער רב זצ"ל האט צוגעפיקסט סאכדעם מיט א זעכציג-זיבעציג יאר צוריק ביי א מעשה מיט קליינ'ס אייזקרים.
Yesh
מאנשי שלומינו
הודעות: 147 זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 23, 2023 3:59 pm
האט שוין געלייקט: 235 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 108 מאל
שליחה
דורך Yesh » מיטוואך יוני 14, 2023 2:56 pm
איך אויך האט געשריבן: קרן זוית האט געשריבן: רוחין חדתין האט געשריבן: אלו הצאן מה חטאו?!
צאן תחת צאן!
מ'ניצט פלייש צו פארדינען אויף פלייש.
דערמאנט מיר די מעשה ווי דער הייליגער צעהלימער רב זצ"ל האט צוגעפיקסט סאכדעם מיט א זעכציג-זיבעציג יאר צוריק ביי א מעשה מיט קליינ'ס אייזקרים.
וואס איז די מעשה?
כלבאשבוע
שריפטשטעלער
הודעות: 1028 זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 03, 2014 10:12 am
האט שוין געלייקט: 4 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1082 מאל
קאנטאקט:
שליחה
דורך כלבאשבוע » מיטוואך יוני 14, 2023 3:06 pm
לְבַר נַטְלִין, וְלָא עָאלִין, הַנֵי כִּלְבֵין דַחֲצִיפִין.
סקעפטיקער
שריפטשטעלער
הודעות: 1202 זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 19, 2022 2:57 pm
האט שוין געלייקט: 4853 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1695 מאל
שליחה
דורך סקעפטיקער » מיטוואך יוני 14, 2023 3:10 pm
כלבאשבוע האט געשריבן: IMG_6783.JPG
אן אומגעלונגענע פאטאשאפ (דארט ווי די פעפער איז צוקנייטשט זענען די אותיות נישט)
-----
יעצט זעה איך עס איז שוין געטוישט
שמן למאור
שריפטשטעלער
הודעות: 3266 זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
האט שוין געלייקט: 3320 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל
שליחה
דורך שמן למאור » מיטוואך יוני 14, 2023 3:19 pm
IMG_20230614_141310_031.jpg
דער עסער
מאנשי שלומינו
הודעות: 28 זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 28, 2022 2:27 pm
האט שוין געלייקט: 5 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 12 מאל
שליחה
דורך דער עסער » מיטוואך יוני 14, 2023 4:16 pm
נאכאמאל, נישט טעראר, נישט פאשקעווילן, נישט נאכשרייען אין די גאסן ממזרים - בלויז נישט נוצן פראדוקטן פון וואלאווע אין זייער מוסדות, ווייל: סאטמאר קען נישט שטיצן א הכשר וואס טוט טרעטן אויף א תקנה וואס סאטמאר איז מקפיד.
לאמיר עס ארויסשרייבן אין א קלארע אידיש פאר די אלע וואס שפילן אויפגעשוידערט פון די א.ג. טעראר; קליענטן האבן א רעכט צו אויפהערן קויפן פראדוקטן פון א געשעפט/ברענד/הכשר פאר סיי וועלכע אורזאך!
זייט ווען איז מען מקפיד אין סאטמאר?
תפוח
מאנשי שלומינו
הודעות: 87 זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 12, 2021 6:46 pm
האט שוין געלייקט: 18 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 77 מאל
שליחה
דורך תפוח » מיטוואך יוני 14, 2023 5:11 pm
Yesh האט געשריבן: בולתא דשיטא
דאס איז פשוט אז דער וואס האט געשריבען די מעסעדזש מיינט עס נישט אמת'דיג.
דאס איז פשוט אז דער וואס האט געשריבען די מעסעדזש ווייסט אז רוב מענטשן וואס גייען ליינען זיין מעסעדזש ווייסן אז ער מיינט עס נישט אמת'דיג.
דאס איז פשוט אז דער וואס האט געשריבען די מעסעדזש ווייסט אז רוב מענטשן וואס גייען ווייטער פארווערדען זיין מעסעדזש ווייסן אז ער מיינט עס נישט אמת'דיג.
איז ווי קען א מענטש שרייבן א מעסעדזש וואס ער גלייבט נישט אין, רוב מענטשן גלייבן נישט אין און ער ווייסט אז רוב מענטשן ווייסן אז ער אליינס גלייבט נישט אין עס?
ווען די זעלבע געשעהט אין חצר סאטמאר-קר"י, הייבן די סאטמאר-וומסב"ג חסידים אהן שרייען "חלה דעקל"...
ענד איי געט היי אן די בורא עולם!!
ערנסטגערעדט
ידיד השטיבל
הודעות: 257 זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 24, 2013 2:23 am
האט שוין געלייקט: 287 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 708 מאל
שליחה
דורך ערנסטגערעדט » מיטוואך יוני 14, 2023 5:33 pm
איך פארשטיי נישט דער עולם סאונד אויפגעשוידערט אז אלץ איז געראָנט ביי קעש
סיסטעם און קאנטראל אינקלאדעד
וואס איז דער ויצעקו מיטאמאל?
איך הער..
מאנשי שלומינו
הודעות: 120 זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 03, 2023 3:00 pm
געפינט זיך: דעם אנדערען זייט סמבטוין
האט שוין געלייקט: 316 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 300 מאל
שליחה
דורך איך הער.. » מיטוואך יוני 14, 2023 6:04 pm
היפאקרעסי האט אויך א שיער, אזוי אפען און ביליג אראפ צירייסען וועלאווע הכשר נאר ווייל עס שטימט נישט מיר זייער אגענדע, געווענטליך פראבירן זיי כאטשיג אביסל זיך צי פארשלייערן מיט די תרצים אבער דא איז עס אפען און גראב ממש צום שטוינען!! בושות..
.Commen sense is not commen
[NAMELESS]
שליחה
דורך [NAMELESS] » מיטוואך יוני 14, 2023 7:46 pm
כלבאשבוע האט געשריבן: IMG_6783.JPG
אומגלויבלעך
איך אויך
חבר ותיק
הודעות: 6351 זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 8611 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2811 מאל
שליחה
דורך איך אויך » מיטוואך יוני 14, 2023 7:51 pm
בד"ץ ירושלים מיינט רבנות מהדרין?
שערי יושר
היימישער באניצער
הודעות: 486 זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 06, 2023 5:07 am
געפינט זיך: ישיבת שערי יושר
האט שוין געלייקט: 697 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 771 מאל
שליחה
דורך שערי יושר » מיטוואך יוני 14, 2023 7:54 pm
הכשרים ווערן יעצט א פאליטישע זאך? אדער עס דעקט נאר אויף עפעס וואס איז שוין לאנג די מציאות?
דער גאלדענער אדלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1665 זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 27, 2017 6:30 pm
געפינט זיך: הלוואי ווען כ'וואלט געוויסט
האט שוין געלייקט: 6003 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3632 מאל
שליחה
דורך דער גאלדענער אדלער » מיטוואך יוני 14, 2023 8:06 pm
איך אויך האט געשריבן: בד"ץ ירושלים מיינט רבנות מהדרין?
ניין. רבנות מהדרין איז די רבנות. נאר מהדרין פארמאגט מער חומרות ווי די רבנות רגיל היות די מער פרומערע עולם האט דאס פארלאנגט.
אבער בד"ץ ירושלים איז בד"ץ, עדה החרדית
דער גאלדענער אדלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1665 זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 27, 2017 6:30 pm
געפינט זיך: הלוואי ווען כ'וואלט געוויסט
האט שוין געלייקט: 6003 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3632 מאל
שליחה
דורך דער גאלדענער אדלער » מיטוואך יוני 14, 2023 8:09 pm
איך הער.. האט געשריבן: היפאקרעסי האט אויך א שיער, אזוי אפען און ביליג אראפ צירייסען וועלאווע הכשר נאר ווייל עס שטימט נישט מיר זייער אגענדע, געווענטליך פראבירן זיי כאטשיג אביסל זיך צי פארשלייערן מיט די תרצים אבער דא איז עס אפען און גראב ממש צום שטוינען!! בושות..
ס'איז אסאך בעסער אזוי, ווייל אזוי זעהן מער מענטשן דעם אמת. מ'זעהט עניוועיס ווער ס'וויל זעהן, אבער יעצט אפילו אזא איינער וואס וויל גיין מיטן קאפ אין וואנט ווי די בת היענה קען זיך אויך נישט ארויסדרייען.