ייסורי הספק - וואס איז דאס?

מחשבה, השקפה ועיון
באניצער אוואטאר
ברוך שפינוזה
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1132
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 23, 2017 12:38 pm
געפינט זיך: אויפ'ן צווייטן שטאק
האט שוין געלייקט: 1646 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2040 מאל

ייסורי הספק - וואס איז דאס?

שליחה דורך ברוך שפינוזה »

אסאך איז שוין ארומגערעדט געווארן דא אין שטיבל איבער דאס פענאמענאן וואס רופט זיך "ייסורי הספק", ד.ה. אז א מענטש וואס זיין גאנץ לעבן איז געוואוינט געוועהן צו טוהן א געוויסע טאהט און ס'קומט צו א פוינט אין זיין לעבן וואו ער פאנגט אן צווייפלען צו דאס טאהט פעלט טאקע אזוי שטארק אויס געטוהן צו ווערן אדער אפשר זענען דא עטוואס וויכטיגערע ענינים אויף וואס מ'דארף זיך ענדערש פארלייגן, דאן ווערט געשאפן ביי איהם א ווייטאג, ויקרא שמו בישראל "ייסורי הספק".

איז מיר לעצטנס נולד געווארן אזא פראגע, דאס הייסט אזוי, געווענליך ווען מ'רעדט פון ייסורי הספק רעדט מען ווי ס'אפעקטירט רעליגיע, צ.ב. א קראישער איד איז צוגעוואוינט זיין גאנץ לעבן צו עסן שבת קאלטע עסן און איין גרויזאמען טאג ווערט איהם נולד א ספק צו אפשר זענען נישט די רבנישע אידן גערעכט מיט זייער פשט אין לא תבערו אש. אדער לאמיר זאגן א רבנישער איד וואס איז צוגעוואוינט זיין גאנץ לעבן צו צינדן חנוכה לעכט און איין טאג ווערט ביי איהם געבוירן א ספק צו אפשר זענען נישט די קראישע אידן גערעכט מיט זייער פשט אין לא תסור. דאס איז א פענאמענאן מיט וואס מ'שטויסט זיך אן אסאך, וואס איז אבער מיט ספיקות וואס האבן לאו דווקא מיט רעליגיע פער סע? צ.ב. א רעדנעק וואס איז אויפגעוואקסן זיין גאנץ לעבן מיט מסירות נפש פאר'ן צווייטן אמענדמענט, ער האט ביי זיך אין שלאפציממער אן ארסענאל מיט ביקסן און רעוואלווערס מיט אמוניציע וואס שטייען גרייט על כל צרה שלא תבוא ווען די פארשאלטענע FBI שלוחים פונעם זקן ממרא ביידען וועלן זיך אריינרייסן אין זיין קודש הקדשים, וואס געשעהט ווען איין טאג באקומט ער ספיקות צו די צווייטע אמענדמאנט קען מען אפשר אנדערש פארטייטשן, אדער ח"ו ח"ו ס'זאל נישט אויסגערעדט זיין, ער פאנגט ליידער אן צו האבן ספיקות אין די הייליגקייט און וויכטיגקייט פון די גאנצע קאנסטיטוציע רח"ל. מעגליך אז א ווערימל פון צווייפלעניש גריבלט אין זיין הארץ צו אפשר איז ביידן גארנישט אזא זקן ממרא, די FBI גארנישט אזא סטרא אחרא ווי זיין רבי אין חדר האט איהם אויסגעלערנט, בקיצור, איר האט ארויס דעם בילד, איא? וואס געשעהט דאן? צו ליידט ער אויך אזלעכע ייסורי הספק ווי דאס וואס מיר קענען פון רעליגיעזע ספיקות? זעלבסטפארשטענדליך אז יעדע פערזענליכע שיטה וואס א מענטש האט אינוואלווד אויך די עגא און די געראנגל צווישן די עגא מיט די טענות/ראיות/פאקטן פון די צד שכנגד איז דאך גורם עטוואס ייסורי הספק, די שאלה איז אבער צו דיזע ייסורי הספק זענען טאקע אויף די זעלבע לעוועל פון פיין ווי רעליגיעזע ייסורי הספק, אדער אפשר איז עס לייכטער?

פארוואס פרעג איך דיעס פראגע? ווייל פון מיין עקספיריענס זענען ייסורי הספק וואס זענען נישט געבינדן צו רעליגיע פיל מילדער, אויב בכלל עקזיסטירענד. מייסטנס מענטשן אינעם אויבנדערמאנטן ביישפיל וואלטן פארקויפט דאס געווער, זיך אפגעווישט דאס נאז, און זיך געגאנגען ווייטער. און דא קומט דאס קערנפונקט פון די פראגע וואס האט מיר כמעט פארשאפט "ייסורי הספק"... מאי האי? וואס איז טאקע פשט אז די עגא האט אזא שטארקע קאנטראל דייקא אויף רעליגיעזע שיטות און נישט אויף אנדערע גלויבונגען? איך האב גראדע אן היפאטעזיע, אבער דאס אינוואלווד שוין מיסטישע אמונות תפילות רח"ל צו וואס דער עולם דא איז זייער סענסיטיוו (ייסורי הספק? :P ), עכ"פ ערשט וויל איך הערן וואס דער עולם האט צו זאגן און שפעטער וועט מען זעהן צו איך וועל האלטן ביים אריינגיין אין מיינע גארבידש.
פרעג נישט "וואס קען איך אויסלערנען די וועלט?", פרעג "וואס קען די וועלט מיך אויסלערנען?". - ברוך שפינוזה II
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

ס׳איז זייער סימפל פארוואס יסורי ספק איז שטארק ביי רעליגיע ווייל מ׳האט מורא אז מען מיטשעט זיך אפ א לעבן אולי על דבר. היינו טעמא ד׳וויקטאר פרענקל וכו׳

אזוי אויך האט עס עכט צוטון מיט existential anxiety אז מ׳לערנט זיך אויס צו דילן מיט ענקזייעטי ווערט עס גרינגע, צומאל קען זיך עס ענדיגען מיט ווערן א נארמאלע מאמין, גארנישט גייט געשען
באניצער אוואטאר
ברוך שפינוזה
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1132
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 23, 2017 12:38 pm
געפינט זיך: אויפ'ן צווייטן שטאק
האט שוין געלייקט: 1646 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2040 מאל

שליחה דורך ברוך שפינוזה »

וואס הייסט "זיך אפמוטשען"? איך מיין אז געווער קאסט מער געלט ווי חנוכה לעכט.
פרעג נישט "וואס קען איך אויסלערנען די וועלט?", פרעג "וואס קען די וועלט מיך אויסלערנען?". - ברוך שפינוזה II
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

לויטן Atheist איז די וועלט אהן א תכלית מילא די מינוט ס׳ווערט שווער פאר איינעם פילט ער נישט א סיבה צו לעבן
אלע צוזאמען
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 838
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 11, 2021 5:39 pm
געפינט זיך: צופארן אין די ריזיגע וועלט
האט שוין געלייקט: 1835 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1044 מאל

שליחה דורך אלע צוזאמען »

רעליגיע איז די אמת, דעריבער איז עס אזוי שווער ווען מ'הייבט אן האבן קשיא'ס.
You have to think anyway, think big.
Donald Trump
מתבודד
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 771
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 14, 2022 1:50 pm
האט שוין געלייקט: 1291 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1552 מאל

שליחה דורך מתבודד »

די פחד איז אויף די עתיד מער ווי אויף די עבר. רעליגיע פארנעמט צו א שטארקע מקום אינעם מענטש ער זאל זיך קענען ערלויבן צו אויסוועלן וועלכע ס'קוקט אים אויס געשמאקער. אפגערעדט ביי אונז וואס אין דעם איז דאך תלוי די לנצח'דיגע לעבן לאחר המיתה.
ס'סאונד צו שרעקעדיג אונז זאל'מיר קענען גיין ראונג...
רעכן זיך נישט מיט די וועלט, די וועלט רעכנט זיך נישט מיט דיר.
באניצער אוואטאר
ברוך שפינוזה
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1132
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 23, 2017 12:38 pm
געפינט זיך: אויפ'ן צווייטן שטאק
האט שוין געלייקט: 1646 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2040 מאל

שליחה דורך ברוך שפינוזה »

אלע צוזאמען האט געשריבן:רעליגיע איז די אמת, דעריבער איז עס אזוי שווער ווען מ'הייבט אן האבן קשיא'ס.
א. די פענאמענאן פון ייסורי הספק זעהט מען אויך ביי רעליגיעס וואס זענען נישט אמת.

ב. איך פארשטיי אז דו ביזט א לינקער וואס גלייבט נישט אין די צווייטע אמענדמענט גארבידש דערפאר זאגסטו אז ס'נישט אמת, איז לשיטתך איז די גאן קאנטראל שיטה די אמת, איז ווייטער די זעלבע קשיא, פארוואס דארט זעהט מען נישט אזוי די ייסורי הספק?
פרעג נישט "וואס קען איך אויסלערנען די וועלט?", פרעג "וואס קען די וועלט מיך אויסלערנען?". - ברוך שפינוזה II
מתבודד
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 771
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 14, 2022 1:50 pm
האט שוין געלייקט: 1291 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1552 מאל

שליחה דורך מתבודד »

ברוך שפינוזה האט געשריבן:
אלע צוזאמען האט געשריבן:רעליגיע איז די אמת, דעריבער איז עס אזוי שווער ווען מ'הייבט אן האבן קשיא'ס.

ב. איך פארשטיי אז דו ביזט א לינקער...
ביסט סארקאסטיש האף איך...
רעכן זיך נישט מיט די וועלט, די וועלט רעכנט זיך נישט מיט דיר.
אלע צוזאמען
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 838
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 11, 2021 5:39 pm
געפינט זיך: צופארן אין די ריזיגע וועלט
האט שוין געלייקט: 1835 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1044 מאל

שליחה דורך אלע צוזאמען »

ברוך שפינוזה האט געשריבן:
אלע צוזאמען האט געשריבן:רעליגיע איז די אמת, דעריבער איז עס אזוי שווער ווען מ'הייבט אן האבן קשיא'ס.
א. די פענאמענאן פון ייסורי הספק זעהט מען אויך ביי רעליגיעס וואס זענען נישט אמת.

ב. איך פארשטיי אז דו ביזט א לינקער וואס גלייבט נישט אין די צווייטע אמענדמענט גארבידש דערפאר זאגסטו אז ס'נישט אמת, איז לשיטתך איז די גאן קאנטראל שיטה די אמת, איז ווייטער די זעלבע קשיא, פארוואס דארט זעהט מען נישט אזוי די ייסורי הספק?
רעליגיע, בעצם, איז אמת, כ'האב נישט געזאגט וועלכע רעליגיע, ווייל יעדע רירט אן דעם אמת.

חוץ מיין לינקע האנט און לינקע פיס, איז גארנישט ביי מיר לינק.
לכאורה בין איך פון די מערסט רעכסטע דא אין שטיבל.
You have to think anyway, think big.
Donald Trump
שמן למאור
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3266
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
האט שוין געלייקט: 3320 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל

שליחה דורך שמן למאור »

ס'איז זייער פשוט פארוואס ייסורי הספק ביי רעליגיע איז פולפאכיג שטערקער, און דאס איז ווייל the stakes are much higher.

האסט א חסידישן איד וואס זיין גאנצע טאג, וואך און יאר איז פארדרייט ארום א רעליגיע, ער מעג נישט דאס, און ער מוז יענץ. ער ספענדעט אוצרות מיט געלט אז זיינע קינדער זאלן גיין צו היימישע מוסדות, אז ער זאל קענען וואוינען נעבן א ביהמ"ד און מקווה, צו עסן דווקא כשר'ס וכ' וכ' וכ', א שטיקל חיי צער תחיה אבי ער ווייסט אז עט די ענד אוו די געים וועט זיין פעקל אויסגעמוטשעטע ביינער אנקומען אין גן עדן. יעצט ווען פייגלעך הייבן אים אן אריינצופליען אין קאפ, לייגט עס זיין גאנצע לעבן אינטער א פראגע צייכן. ס'נישט א שאלה פון יא געווער אדער נישט געווער, ממש יעדע מינוט פון טאג וואלט דער אידל זיך אנדערש אנגעפירט ווען אידישקייט איז ווען שקר.

די זעלבע איז פארקערט, דער פרייע לינקער איד אין א קיבוץ שטויסט זיך אן אין עפעס א שיעור פון זמיר כהן אויף הידברות, ער הערט עפעס נייע מושגים פון גאט, תורה, עולם הבא, און גיהנם. ער כאפט זיך ביים קאפ, איין מינוט! וואס טוט זיך מיט מיר? איך בין ביזי אריינצוכאפן ווי מער מיידלעך, געלט, עסן טרינקען און כלערליי שוואוילטאג, אבער וואס וועט זיין מיט מיין נשמה נאך 120?

אזעלכע מחשבות זענען פיל שארפער ווי סיי וואס, און דאס לאזט נישט קיין מנוחה פאר איינער וואס נעמט זיין לעבן ערנסט.
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד

I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-

אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
באניצער אוואטאר
ברוך שפינוזה
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1132
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 23, 2017 12:38 pm
געפינט זיך: אויפ'ן צווייטן שטאק
האט שוין געלייקט: 1646 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2040 מאל

שליחה דורך ברוך שפינוזה »

@שמן למאור: דאס איז אלץ א גוטע ענטפער פאר ספיקות אין רעליגיע as a whole, מיין קשיא איז אבער אז מ'זעהט כמעט אן ענליכע לעוועל פון ייסורי הספק אפילו ביי ספיקות אין קליינע דעטאלן איננערהאלב די רעליגיע.
פרעג נישט "וואס קען איך אויסלערנען די וועלט?", פרעג "וואס קען די וועלט מיך אויסלערנען?". - ברוך שפינוזה II
באניצער אוואטאר
ברוך שפינוזה
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1132
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 23, 2017 12:38 pm
געפינט זיך: אויפ'ן צווייטן שטאק
האט שוין געלייקט: 1646 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2040 מאל

שליחה דורך ברוך שפינוזה »

אלע צוזאמען האט געשריבן:רעליגיע, בעצם, איז אמת
קענסט אפשר מסביר זיין וואס דאס מיינט?
פרעג נישט "וואס קען איך אויסלערנען די וועלט?", פרעג "וואס קען די וועלט מיך אויסלערנען?". - ברוך שפינוזה II
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

ברוך שפינוזה האט געשריבן:@שמן למאור: דאס איז אלץ א גוטע ענטפער פאר ספיקות אין רעליגיע as a whole, מיין קשיא איז אבער אז מ'זעהט כמעט אן ענליכע לעוועל פון ייסורי הספק אפילו ביי ספיקות אין קליינע דעטאלן איננערהאלב די רעליגיע.
איך מיין דא בארירסטו שוין OCD וואס געוויסע האבן אויף רעליגיע זאכן
תוהו ובוהו
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 551
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2020 8:08 pm
האט שוין געלייקט: 725 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2126 מאל

שליחה דורך תוהו ובוהו »

לדעתי איז דער עיקר אז יעדע זאך וואס איז עקזיסטענציאל אין א מענטש'נס אויגן; ער קוקט זיך גענצליך אן מיט די גלעזער, וועט אים אויפשאקלען און נישט געבן קיין רו - נישט קיין חילוק וואו גרינג אדער שווער פיזיש און פראקטיש די טרענזישאן איז.

רעליגיע, ביי חרד'ישע אידן, ווערט איבערגעגעבן, בדרך כלל, אויפ'ן מערסט עקזיסטענציעלן וועג פארהאן; ווען מ'פארלירט דאס ווייסט מען ניטאמאל וואס מ'איז יא - א ציוני? א משכיל? א גוי? א באשעפעניש בכלל? מ'איז נישט נאר משועבד דערצו צוליב משפחה און סאציאלע נארמעס, נאר מ'ווערט גענצליך פראגראמירט דערמיט - אן קיין פלען בי.

אין קרייזן וואו עס ווערט טאקע נישט 'דעליווערט' אויף אזא טאטאלן און אבסאלוטן וועג; דאס איז נישט דער ערשטער, לעצטער און מיטלסטער אידענטיטעט פונעם מענטש; מ'אנערקענט אינעם נאטירליכן עקזיסטענץ און אויף דעם בויען זיך גלויבונגען און דאגמעס - איז, לדעתי, די ייסורי הספק אין דעם הינזיכט פיל לייכטער.

דאס האט לאו דווקא מיט'ן קלעימען אן אבסאלוטן אמת ווי @אבטולמוס האט געשריבן אין זיין 'אמונה פשוטה' ארטיקל, נאר מער אין דער 'דעליווערי'. מיין טאטע קען האלטן - און איבערגעבן - אבסאלוט אז סנחריב האט געהאט אין זיין ארמיי מיליאנען סאלדאטן און אז ר' מיילעכ'ס בארד אז נאך געווען נאס ביים אויפגראבן, און ס'גייט קיינעם נישט אריינטראגן אין שווערע ייסורי הספק. (חוץ אפשר די עקיפינ'דיגע קאנסעקווענצן: וואס עס זאגט אויף חז"ל, אויף חרדים, וכדומה.)

מיין טאטע האט מיר אויסגעלערנט אז מאריכוואנא איז שעדליך, מיט נאך א גאנצער ליסטע פון דרכי החיים, וואס האבן גאנץ קנאפ געמיינט פאר מיר ווען זיי זענען צעפאלן, ווייל זיי זענען נישט אריינגעבאקן געווארן צו בארעכטיגן מיין עצם עקזיסטענץ.

דאס איז אויך א פאקטאר אין דער ארויסוואנדערונג פון דער חרד'ישער געזעלשאפט ביים קליגערן עולם, אפטמאל אן קיינע פלענער אדער אלטערנאטיוון. ווען א מענטש ווערט צעשאסן אין זיין עצם עקזיסטענץ קען ער נישט פארבלייבן אפילו ווען ס'קען זיין אז ער גיבט אויף גאר אסאך; ווען ער דערזעט זיך אן דעם אבסאלוטן אידענטיטעט, פארלירט ער פסיכאלאגיש די מעגליכקייט דארט צו פארבלייבן. 'בלייבן' מיינט ביי אים לעבן אין קאנפליקט 7/24 און דער איינציגער וועג פטור צו ווערן דערפון איז 'פארלאזן', קיין חילוק וואו.

אין שטיבער וואו מ'האט עס באקומען מיט א מער נאטירליכער דעליווערי, נישט קיין חילוק ווי פרום אדער אויפגעקלערט, וועט זיך מער מאכן אז אפילו נאך אן אמונה-קריזיס וועלן זיי זיין אומשטאנד צו פארבלייבן, און וועלן זיך פרובירן אן עצה צו געבן אויף סיי-וואספארא אופן.
תרמב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1322
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 29, 2020 9:28 am
האט שוין געלייקט: 10906 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2379 מאל

שליחה דורך תרמב »

רעליגיע איז ממה נפשך זייער בינדנד צו א מענטש, אויב איז עס אמת דאן מיינט עס אז ער גייט ליידן פאר זיינע שריט אויב ער באנערישט זיך, טאמער איז עס נישט אמת איז עס אזוי גוט דעזיינט אז מענטשן זאלן בלייבן סטאק דארט, פאר עפעס א סיבה זענען מענטשן געבינדן צו רעליגיע פאר טויזענטער יארן, ווייל ס'איז דעזיינט אז מ'זאל בלייבן אנגעבינדן דערמיט, ס'האט אסאך פיעטשערס אין זיך אנצושרעקן א מענטשן גענוג שטארק אז ער זאל עס נישט קענען אפלאזן אזוי שנעל, משא"כ סעקאנד אמענדמענט וכדומה זענען נאך נישט גענוג באפעסטיג ביי די מענטשן'ס מוחות אז ס'איז מעגליך גרינגער עס אוועקצונעמען פון זייערע מוחות.
פארשפארט