עפענען א ביזנעס אדער בלייבן ארבעטן
- שעפטאל
- שריפטשטעלער
- הודעות: 889
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 19, 2023 6:40 pm
- געפינט זיך: אין די גרויסע דשונגל
- האט שוין געלייקט: 7215 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2418 מאל
עפענען א ביזנעס אדער בלייבן ארבעטן
כ'געב חומש שוין א גוטע פאר יאהר. לכו"ע חומש געלט מאכט רייך (גר"א) און גארנישט. כ'האב אפי' פארלוירן אסאך געלט דעם יאהר נאכן אויפגעבן א סייד דשאב. [כ'קען נאך איינער וואס טענה'ט די זעלבע].
א גוי וואלט געזאגט: דער אייבישטער לאכט מיך אין פנים. ער זאגט ובחנוני און ער האלט נישט ווארט.
אבער אונז אידן ווייסן דאך קלאר אז מ'פארשטייט נישט דעם אייבירשטען'ס חשבונות.
---
שיידוועג
כ'שטיי אין א מצב. מיט דעי ביסל אפגעשפארטע געלט קען איך קויפן א הויז, אדער עס (דער)לייגן אין דעם סטאק מארקעט. און ווייטער ארבעטן ווי א פערד פאר נאך א הונדרעט קעי א יאהר. אדער. עפענען א ביזנעס.
מיינע מחשבות טראגן מיך פון איתמר גינזבערג'ס ביזנעס קורס, צו אהרן גאטליב'ס ריעל עסטעיט'ס קורס. פון דארט צו Rich dad
דאן קומט ארויף די פחדן אין מיך וואס זאגט: לאז געמאך. בלייב ביי דיין דשאב, אינוועסט אין ריעל עסטעיט דורך קאמפעני'ס. צו קויף זיך אליין א הויז. פון עפענען אליין'ס ווייסטו קלאר אז דו וועסט ניטאמאל מאכן קיין פופציגער די ערשטע יאהר צוויי. דו האסט ניטאמאל קיין ביזנעס איידיע.
אבער מיין אינערליכע מיך נאגט. כ'וויל ווערען רייך. כ'וויל אנקומען צו פיינענשיל פרידאם. לאמיך כאטש פראבירן.
קיין יתקיימו שניהם איז נישטא. ווייל מיין דשאב טראגט אזויפיהל אחריות אז כ'בין צו דרעינד אוט צו טראכטן פון עפענען עפעס אליין אין די זייט.
כ'גלייב אז דא אויף ק"ש דרייען זיך גענוג חברה וואס לעבן פון רענט, א ביזנעס, אהן צופיהל ארבעטן. כ'וויל זייער שטארק הערן ענקער מיינונג.
אויב איר זענט נישט סוקסעספול פיינענשעלי, ביטע זייט נישט מגיב. ס'מיר גענוג מיין אייגענע פערענויע!

- ברוך שפינוזה
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1132
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 23, 2017 12:38 pm
- געפינט זיך: אויפ'ן צווייטן שטאק
- האט שוין געלייקט: 1646 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2040 מאל
אז דו זוכסט סתם financial freedom קענסטו קויפן א triplex אין די סובורבס, וואוין אין אייינס און פארדינג די אנדערע צוויי. אז דו קענסט אויך צובויען אן airbnb אין די בעק און עס מאכן פראפיטעבל וועסטו נאך א צוויי יאר האבן אפגעשפארט גענוג געלט צו קויפן נאך איינס, וחוזר חלילה...
פרעג נישט "וואס קען איך אויסלערנען די וועלט?", פרעג "וואס קען די וועלט מיך אויסלערנען?". - ברוך שפינוזה II
דערמאנט מיך ווען איך האב פארלאזט מיין דשאב איינמאל פאר אלעמאל פון ארבעטן ביי א צווייטען..
איך האב אמאל געליינט איבער א גרויסע CEO פון א גרויסע טעק קאמפעני אז בימים הראשונים ווען ער האט זיך געמיטשעט שרעקליך און געדארפט ביי א פרשת דרכים וועלן צווישן אויפגעבן אדער נעמען נאך א לאון און ווייטער שטיפן די באן - האט ער געמאכט א חשבון אז אין ערגסטע פאל אז ער נעמנט די לאון און שטיפט ווייטער אפילו עס ארבעט זיך נישט אויס, וועט ער אין פינף יאר פון יעצט ווייניגער חרטה האבן ווי אויב ער וואלט יעצט אלעס געדראפט.. נעם א ריסק ערגסטן פאל וועט זיך עס נישט ארבעטן.
אויב ביזטו אין א מצב וואס די קענסט עפארדען אפאהר חדשים אהן אינקאם איז נישט קיין ספק זאלסט געבן א שפרינג. דאס אליינס אז די פרעגסט מיינט אז די האסט די פאטענשעל צו זיין אן אייגן בעה״ב. ערגסטען פאל אז ס׳ארבעט זיך נישט אויס וועסטו זיך אונטערווישן און נעמען א נייע דשאב.
געדענק קיינער שטארבט נישט פון הונגער היינטיגע צייטן ביי אונז.. אז דיין קלינינג גויטע לעבט וועסטו אויכעט…
א חלום פון ארבעטן ביי א צווייטע פאל טיים און טון עפעס אויף די זייט געווענליך בלייבט ביים חלום
The future is now

-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1145
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 21, 2015 4:07 pm
- האט שוין געלייקט: 5304 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1338 מאל
מיינע 2 סענט: וואס מיינסטו מיט עפענען א ביזנעס? רובא דרובא ביזנעסער זענען נישט מצליח. אבער טאמער האסטו א פאך אין די האנט און אנשטאט ארבעטן פאר יענעם קענסטו טון די זעלבע סערוויס פאר קליענטן דירעקט (און נישט דיין בעה"ב זאל מאכן געלט אויף דיין פיקל), דאס מאכט שוין אסאך סענס.
נאכדעם איז דא האנדלן מיט ריעל עסטעיט, מיין איך האט יא א הויכע סוסקעס רעיט.
הנלענ"ד (באמת עניות) כתבתי, ואין לסמוך ע"ז.

געשריבן לזכות א גוטע חבר וואס זיכט א חברותא אין ווילי http://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.p ... 83#p535783
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 838
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 11, 2021 5:39 pm
- געפינט זיך: צופארן אין די ריזיגע וועלט
- האט שוין געלייקט: 1835 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1044 מאל
- שעפטאל
- שריפטשטעלער
- הודעות: 889
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 19, 2023 6:40 pm
- געפינט זיך: אין די גרויסע דשונגל
- האט שוין געלייקט: 7215 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2418 מאל
קליינע הערה. ס'דא סוקסעס און ס'דא מער געלט. ריעל עסטעיט איז מער געלט. איך זיך די מערסטע!!אלע צוזאמען האט געשריבן: ריעל עסטעיט און די סטאק מארקעט האבן בערך די זעלבע סוקסעס ראטע אינעם לאנגן טערמין.
סעיף סטאק'ס גייען טאקע ארויף, אבער ס'טאפלט זיך נישט אזוי שנעל ווי ריעל עסטעיט.
[הגם קאמפאינד איז שייך ביי ביידע]
טעקס איז ביי ריעל עסטעיט א מחיה קעגען סטאק מארקעט וואס מ'נעמט פון יעדע פעני וואס דו מאכסט.
ביי ריעל עסטעיט מאכסטו אויך געלט אויף די חלק המארגעדש משא"כ סטאק'ס וואקסט נאר וואס דו האסט אריינגעלייגט.
נאך א ריפיינענס הייבט מען אהן מיט א נאך דירה בשעת מ'מאכט נאך געלט אויף די אלטע [דאס קען געשעהן יעדע 3-4 יאהר אויב מ'גייט מיט א קלארע סטראטעיגיע]
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1665
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 27, 2017 6:30 pm
- געפינט זיך: הלוואי ווען כ'וואלט געוויסט
- האט שוין געלייקט: 6003 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3632 מאל
שעפטעל זיסער;
קו"כ שאקל דיך אפ פון סגולות, ס'פירט דעם מענטש אין באד אריין. ס'פארהאן א ספעשל יצר הרע וואס הייסט סגולות, ער נער'ט אונז אריין דערין און נאכדעם לאכט ער אונז אין פנים.
דער פסוק פון מלאכי פרק ג', "הביאו את כל המעשר אל בית האוצר ויהי טרף בביתי ובחנוני נא בזאת אמר ה' צבאות אם לא אפתח לכם את ארבות השמים והריקתי לכם ברכה עד בלי די". לכאורה פון די גמ' אין מס' תענית דף ח. און פון די מעשה וואס תוס' ברענגט דארט צו איז משמע אז דער ובחנוני נא בזאת גייט נאר אן ביי מעשר ארץ וואס איז א דאורייתא.
ס'האט מיר גענומען א שיינע פאר ובחנוני נא בזאת צו געוואר ווערן אז דאס גייט נישט אן ביי די חומש וואס א מענטש גיבט פון זיינע רווחים אדער פעי טשעק וואס מ'פארדינט.
בכלל וועסטו כמעט נישט געפונען עשירים וואס גיבן א חומש אדער אפילו מעשר פון זייערע פארדינסטן, נאר די סגולות נאכלויפערס, ארימעלייט וואס פאנטאזירן פון עשירות בין בגלגול זה בין בגלגול אחר, אדער די וואס לויפן קיין ראדאשיץ, עמוקה, אדער קערעסטיר דריי מאל א יאר צו קענען קריגן זייער משאלות לבם.
די אלע פשט'לעך וועלכע פרובירן אויפווייזן אז דער ובחנוני גייט אויך אן ביי מעשר כספים קען איך אויך. אינטערעסאנט אבער איז אז דער מציאות הדברים ארבייט פארקערט. כ'געדענק מיט יארן צוריק האב איך אויך געגעבן א חומש פון עפעס רווחים און טאקע יענע געלט פון וואס כ'האב אראפגענומען אזוי עהרליכערהייט דעם חומש און געשטיצט א יוד א ת"ח דערמיט, יענע געלט האב איך אנגעזעצט!!
דאס טאר אבער נישט אוועקנעמען דעם אפעטיט צו געבן און טיילן צדקה ביד רחבה וברוח נדיבה, איש איש כמתנת ידו וכברכת ד' אלקיך אשר נתן לך. אבער נישט בדרך סגולה. גוטס מיט א צווייטן איד איז מען שטענדיג מחויב צו טוהן.
יעצט צו דיין שאלה וואס דו זאלסט טוהן לגבי עפענען אליין א ביזנעס אדער אינוועסטירן אין ריעל עסטעיט. ס'שווער צו עצה'נען יענעם, כ'קען דיך נישט און כ'קען נישט דיינע נאטורן, וויפיל דו ביסט גרייט צו שוויצן, דיין משפחה סייז, ווי אלט דו ביסט וכו' וכו'. אין דזשענעראל וואלט איך געזאגט אזוי, אויב פארדינסטו שיין, ד"ה אז דו קענסט נאך אוועקלייגן אין סעיווינגס, דאן וואלט איך דיר געראטן, סעיוו דיר אן ווי מער, און די סעיווינגס לייג נישט אריין אין סטאק מארקעט, ווייל גאר ווייניג האבן מצליח געווען דערין. און אויב קענסטו דיך נישט גאר גוט אויס דערין דאן איז עס א זיכערע פארלוסט!
לייג עס אריין אין ריעל עסטעיט, הייב אן מיט קלענערע זאכן און ארבייט דיך ארויף דעם לייטער. פרוביר נישט צו קייען דעם דריטן קיי פאר דו שלינגסט אראפ דעם ערשטן. געדענק פרוטה פרוטה מצטרפת, קיינער האט נישט געמאכט דעם דריטן מיליאן פאר די ערשטע הונדערט טויזענט דאללער. מענעדזש עס אליין אין די איבעריגע צייט וואס דו האסט, און גיי צום נעקסטן און אזוי ארום צוביסלעך וועסטו זיין א שיינער עושר. לאז דיך נישט איבעררעדן פון די פליפערס און קנאקערס, גיי צוביסלעך.
זאלסט מצליח זיין און אינדזשויען דיין הצלחה!!

פיינעלי איינער רופט מיך אהן זיס!!דער גאלדענער אדלער האט געשריבן: שעפטעל זיסער;
כ'האב גראדע געפאלאיט די מאלטי פאָל. כ'בין שוין געוועהן דאין מיט 24K יעצט בין איך ב"ה נאר דאין מיט 3 טויזענט. די ראילער קאוסטער איז געוועהן גענוג מיך צו דערשרעקן און זיך ווילען אפ'גט'ן פון זיידער גאלדענער אדלער האט געשריבן: די סעיווינגס לייג נישט אריין אין סטאק מארקעט, ווייל גאר ווייניג האבן מצליח געווען דערין. און אויב קענסטו דיך נישט גאר גוט אויס דערין דאן איז עס א זיכערע פארלוסט!
אמן ואמן!דער גאלדענער אדלער האט געשריבן: לייג עס אריין אין ריעל עסטעיט, הייב אן מיט קלענערע זאכן און ארבייט דיך ארויף דעם לייטער. פרוביר נישט צו קייען דעם דריטן קיי פאר דו שלינגסט אראפ דעם ערשטן. געדענק פרוטה פרוטה מצטרפת, קיינער האט נישט געמאכט דעם דריטן מיליאן פאר די ערשטע הונדערט טויזענט דאללער. מענעדזש עס אליין אין די איבעריגע צייט וואס דו האסט, און גיי צום נעקסטען און אזוי ארום צוביסלעך וועסטו זיין א שיינער עושר. לאז דיך נישט איבער רעדן פון די פליפערס און קנאקערס, גיי צוביסלעך.
זאלסט מצליח זיין און אינדזשויען דיין הצלחה !!
- טראפעלע
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 66
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 04, 2023 5:06 pm
- האט שוין געלייקט: 326 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 59 מאל
כ'קען דיר נישט ענטפערן אויף דיין שאלה אבער ביטע לאזט אונז וויסן דא ווען דו האלטסט ביי דיין ערשטע מיליאָן בעז"ה בקרוב.שעפטאל האט געשריבן:כ'גלייב אז דא אויף ק"ש דרייען זיך גענוג חברה וואס לעבן פון רענט, א ביזנעס, אהן צופיהל ארבעטן. כ'וויל זייער שטארק הערן ענקער מיינונג.
אויב איר זענט נישט סוקסעספול פיינענשעלי, ביטע זייט נישט מגיב. ס'מיר גענוג מיין אייגענע פערענויע!
-
- א גאסט אין שטיבל
- הודעות: 14
- זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2023 11:35 pm
- האט שוין געלייקט: 38 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 45 מאל
Re: עפענען א ביזנעס אדער בלייבן ארבעטן
קענסט קומען צו מיר פאר "פיינענטשעל עדווייס", $1300 א שעה. לאל.
תכלית, זאלסט האבן סוקסעס אין וואס דו טוסט!
תכלית, זאלסט האבן סוקסעס אין וואס דו טוסט!
- ברוך שפינוזה
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1132
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 23, 2017 12:38 pm
- געפינט זיך: אויפ'ן צווייטן שטאק
- האט שוין געלייקט: 1646 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2040 מאל
וויפיל שעה דארף מען זיצן ביי דיר אויף צו קענען צוריקמאכן די געלט?בילדינג פליפער האט געשריבן:קענסט קומען צו מיר פאר "פיינענטשעל עדווייס", $1300 א שעה. לאל.
תכלית, זאלסט האבן סוקסעס אין וואס דו טוסט!
פרעג נישט "וואס קען איך אויסלערנען די וועלט?", פרעג "וואס קען די וועלט מיך אויסלערנען?". - ברוך שפינוזה II
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 324
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך סעפטעמבער 21, 2016 10:42 pm
- געפינט זיך: אין די הייסטע פלאץ אין גיהינום
- האט שוין געלייקט: 221 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 319 מאל
פיינענשעל פרידאם פון ריעל עיסטעיט האט מען נישט פון א טרייפלעקס אין די סובארבס. פארקערט, נאר עגמת נפש. צו מאכן צוויי הונדערט טויזענט א יאר נעט פון ריעל עיסטעיט דארף מען האבן א שיינע פארטפאליא און א נישטיגע דאון פעימענט פון אפגעשפארטע געלט גייט דיך נישט נעמען צו ווייט נאכדערצו יעצט ווען אפילו די בעסטע און געשולטע לענדלארדס בלוטיגן. ריעל עיסטעיט איז אינוועסטמענט נישט קיין ביזנעס.
צו עפענען א ביזנעס, אויב קומסטו מיט אן ערנסטע פלאן דאן קענסטו גרינגעהייט טרעפן א געלט שותף. דארפסט נישט נעמען די גאנצע ריסק.

לא באתי לנצח (שולי)
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3266
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
- געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
- האט שוין געלייקט: 3320 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל
קויפן הייזער איז א גוטע אינוועסטמענט פאר די לאנג טערם. לייגסט יעצט אראפ א 100k דאונפעימענט פאר א הויז וואס איז ווערט 500k, און דרייסיג יאר ארום, אפילו די ווערט פונעם הויז בלייבט די זעלבע און דו האסט דורכאויס די גאנצע 30 יאר נישט געמאכט קיין פעני, האסטו 500k אייגענע געלט, דאס הייסט האסט געהעריג צוריקגעמאכט 5 מאל דיין געלט. ווער רעדט נאך אז די פרייז פון הייזער גייען ארויף, און מען מאכט יא א אינקאם פון די רענט איז עס ממש א שטארקע אינוועסטמענט.
דעט באינג סעד, די ריעל עסטעיט מארקעט איז זייער טריקי און בכלל איז יעצט נישט די בעסטע צייט צו אינוועסטירן. פרייזן זענען געפערליך ארויף און די ראטעס זענען הויעך ווי קיינמאל בעפאר. א הויז וואס מען האט געקענט קויפן בערך צוויי יאר צוריק, און מען וויל קויפן ממש די זעלבע הייזקע היינט, וועט די פרייז יעצט זיין מיט איבער 100k מער, און די ראטעס זענען טאפלט די הייעך. דאס עסט ממש אויף די גאנצע ריווח, און מען מאכט כמעט נישט קיין געלט.
וואס איך וויל ארויסברענגען איז, מיט אפאר הונדערט אלפים קען מען עכט נישט היינט קויפן הייזער און לעבן דערפון, עס איז א גוטע אינוועסטמענט אויף חתונה צו מאכן די קינדער, אבער אויף צו לעבן דארף מען א דזשאב אדער א ביזנעס.

"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד
I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-
אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-
אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
- ברוך שפינוזה
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1132
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 23, 2017 12:38 pm
- געפינט זיך: אויפ'ן צווייטן שטאק
- האט שוין געלייקט: 1646 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2040 מאל
- קורקלענד
- חבר ותיק
- הודעות: 3203
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 2:28 pm
- האט שוין געלייקט: 2383 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2624 מאל
אראפלייגן הונדערט טויזנט, און ארויסקומען מיט א נישטיגע פונף מאות אין דרייסיג יאר, האנדל'ט זיך פון א פונף און האלב פראצענט פער יאר. וואס איז א נישטיגע סומע ווען מען פארגלייכט עס צו די אינדעקס פאנד מארקעט ריטורנס. ספעציעל ווען מ'נעמט ריזיקע אינאכט.... איך פארשטיי אז ס'דא מעגליכקייט אז ס'זאל זיין מער פארדינסטן אין מערערע פעלער. איז אבער אויך וויכטיג צו פארשטיין אז א שטעקן האט צוויי זייטן.
ווייניג מענטשן רעדן פון זייערע דורכפעלער, און דעריבער איז די עולם איינגערעדט אז יעדער וואס קויפט ריעל עסטעיט ווערט רייך. ס'איז א גראבע שקר.
האיך שיהיה, אויב האסטו א בּעד עקספיריענס, זייט אזוי גוט און אפדעיט אונז אויך.
ווייניג מענטשן רעדן פון זייערע דורכפעלער, און דעריבער איז די עולם איינגערעדט אז יעדער וואס קויפט ריעל עסטעיט ווערט רייך. ס'איז א גראבע שקר.
האיך שיהיה, אויב האסטו א בּעד עקספיריענס, זייט אזוי גוט און אפדעיט אונז אויך.
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3266
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
- געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
- האט שוין געלייקט: 3320 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל
גערעכט אז בלויז צו מאכן 500k פון די גאנצע שפיל איז גאנץ ווייניג. אבער מען דארף נעמען אין באטראכט צוויי זאכן, קודם כל וועט די ווערט לכאורה זיין אין 30 יאר ארום לכה"פ 700k אויב נישט מער. בנוסף לזה מאכט מען אויך ריווח חודש'ליך, און די רענט גייען נאר ארויף. דאס הייסט אז אפילו אויב יעצט מאכט מען גארנישט, אדער בלויז 500 דאלער א חודש ריווח, קען מען אין 5 יאר מאכן טאפלט.קורקלענד האט געשריבן:אראפלייגן הונדערט טויזנט, און ארויסקומען מיט א נישטיגע פונף מאות אין דרייסיג יאר, האנדל'ט זיך פון א פונף און האלב פראצענט פער יאר. וואס איז א נישטיגע סומע ווען מען פארגלייכט עס צו די אינדעקס פאנד מארקעט ריטורנס. ספעציעל ווען מ'נעמט ריזיקע אינאכט.... איך פארשטיי אז ס'דא מעגליכקייט אז ס'זאל זיין מער פארדינסטן אין מערערע פעלער. איז אבער אויך וויכטיג צו פארשטיין אז א שטעקן האט צוויי זייטן.
ווייניג מענטשן רעדן פון זייערע דורכפעלער, און דעריבער איז די עולם איינגערעדט אז יעדער וואס קויפט ריעל עסטעיט ווערט רייך. ס'איז א גראבע שקר.
האיך שיהיה, אויב האסטו א בּעד עקספיריענס, זייט אזוי גוט און אפדעיט אונז אויך.
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד
I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-
אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-
אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 47
- זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש נאוועמבער 12, 2022 6:43 pm
- האט שוין געלייקט: 338 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 81 מאל
אפשר ביסטו מרחיב פארוואס עס הייסט געמאכט 5 און א האלב פראצענט פער יאר?קורקלענד האט געשריבן:אראפלייגן הונדערט טויזנט, און ארויסקומען מיט א נישטיגע פונף מאות אין דרייסיג יאר, האנדל'ט זיך פון א פונף און האלב פראצענט פער יאר.
אויב לייגט ער אראפ 100 מאות און ער האט נאך 30 יאר 500 מאות, קומט אויס אז ער האט געמאכט 400,000 דאלער דורכאויס 30 יאר. דאס קומט אויס בערך 13,000 דאלער ריווח א יאר.
פארוואס ריפט מען דאס 5.5 פראצענט און נישט 13 פראצענט?
- הערסטע
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 45
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 13, 2016 7:10 pm
- האט שוין געלייקט: 190 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 26 מאל
Re: עפענען א ביזנעס אדער בלייבן ארבעטן
נישט יעדער איז געמאכט צו פירן אן אייגענע ביזנעס, פרעג זיך נאך ביי דיינע חברים וואס האבן געעפנט ביזנעסער וועסטו זעהן אז נישט יעדער איז מצליח, זיי ארבעטן ביטער שווער און שלאפן נישט קיין נעכט.שעפטאל האט געשריבן:כ'געב חומש שוין א גוטע פאר יאהר. לכו"ע חומש געלט מאכט רייך (גר"א) און גארנישט. כ'האב אפי' פארלוירן אסאך געלט דעם יאהר נאכן אויפגעבן א סייד דשאב. [כ'קען נאך איינער וואס טענה'ט די זעלבע].
א גוי וואלט געזאגט: דער אייבישטער לאכט מיך אין פנים. ער זאגט ובחנוני און ער האלט נישט ווארט.
אבער אונז אידן ווייסן דאך קלאר אז מ'פארשטייט נישט דעם אייבירשטען'ס חשבונות.
---
שיידוועג
כ'שטיי אין א מצב. מיט דעי ביסל אפגעשפארטע געלט קען איך קויפן א הויז, אדער עס (דער)לייגן אין דעם סטאק מארקעט. און ווייטער ארבעטן ווי א פערד פאר נאך א הונדרעט קעי א יאהר. אדער. עפענען א ביזנעס.
מיינע מחשבות טראגן מיך פון איתמר גינזבערג'ס ביזנעס קורס, צו אהרן גאטליב'ס ריעל עסטעיט'ס קורס. פון דארט צו Rich dad
דאן קומט ארויף די פחדן אין מיך וואס זאגט: לאז געמאך. בלייב ביי דיין דשאב, אינוועסט אין ריעל עסטעיט דורך קאמפעני'ס. צו קויף זיך אליין א הויז. פון עפענען אליין'ס ווייסטו קלאר אז דו וועסט ניטאמאל מאכן קיין פופציגער די ערשטע יאהר צוויי. דו האסט ניטאמאל קיין ביזנעס איידיע.
אבער מיין אינערליכע מיך נאגט. כ'וויל ווערען רייך. כ'וויל אנקומען צו פיינענשיל פרידאם. לאמיך כאטש פראבירן.
קיין יתקיימו שניהם איז נישטא. ווייל מיין דשאב טראגט אזויפיהל אחריות אז כ'בין צו דרעינד אוט צו טראכטן פון עפענען עפעס אליין אין די זייט.
כ'גלייב אז דא אויף ק"ש דרייען זיך גענוג חברה וואס לעבן פון רענט, א ביזנעס, אהן צופיהל ארבעטן. כ'וויל זייער שטארק הערן ענקער מיינונג.
אויב איר זענט נישט סוקסעספול פיינענשעלי, ביטע זייט נישט מגיב. ס'מיר גענוג מיין אייגענע פערענויע!
דאס מיינט אבער נישט אז דו דארפסט בלייבן ביי דיין הונדערט קעי א יאר, אז דו האסט א טאלאנט (ביי די וועי, יעדער האט, נישט נאר זינגערס און שפילערס) שארף עס אויס און מאך זיכער אז דו ווערסט באצאלט דיין ווערט אדער דורכן עס פארקויפן דירעקטלי צו דיין קאסטומער, דיין אייגענע ביזנעס, אבער סקומט מיט אלע דיטעלס פון האבן אן אייגענעם ביזנעס, סעיל'ס, פעיראל, אפעראשאון, פיינענשאלס, טעקסעס וכו'. אדער קענסטו גיין ארבעטן ביי א צווייטן וואס די קענסט פאוקעסן אויף דיין טאלאנט אין ארויס קעשן דיין ווערט, דיין דזשאב וואס דו טוסט יעצט מיינט נישט אז ס'איז דיין טאלאנט, קען זיין ביסט פונקט אנגעקומען אהין אבער באמת וואלסטו ווען געווען אסאך בעסער ערגעץ אנדערש.
יעדנספאל, אז דו גייסט יא אליין אריין אין ביזנעס, איך האט אויסגעהערט the emyth revised פון מייקל גערבער, זייער הנאה געהאט.
Sent from my SM-S908U using Tapatalk
- קורקלענד
- חבר ותיק
- הודעות: 3203
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 2:28 pm
- האט שוין געלייקט: 2383 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2624 מאל
איך האב גערעכנט אויפן חשבון וואו די געלט וואקסט סטעדי פאר דרייסיג יאר און יעדעס יאר פארדינט מען אויך צינזן אויפ'ן פאריאריגע פארדינסטן.שלמה משנתו האט געשריבן:אפשר ביסטו מרחיב פארוואס עס הייסט געמאכט 5 און א האלב פראצענט פער יאר?קורקלענד האט געשריבן:אראפלייגן הונדערט טויזנט, און ארויסקומען מיט א נישטיגע פונף מאות אין דרייסיג יאר, האנדל'ט זיך פון א פונף און האלב פראצענט פער יאר.
אויב לייגט ער אראפ 100 מאות און ער האט נאך 30 יאר 500 מאות, קומט אויס אז ער האט געמאכט 400,000 דאלער דורכאויס 30 יאר. דאס קומט אויס בערך 13,000 דאלער ריווח א יאר.
פארוואס ריפט מען דאס 5.5 פראצענט און נישט 13 פראצענט?
- איך הער..
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 120
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 03, 2023 3:00 pm
- געפינט זיך: דעם אנדערען זייט סמבטוין
- האט שוין געלייקט: 316 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 300 מאל
Re: עפענען א ביזנעס אדער בלייבן ארבעטן
שווער צי זאגען וואס איז בעסער ווייל פירען א ביזנעס איז נישט פאר יעדעם
אבער ווי איך קיק עס אן איז לאמיר זאגען אז איינער איז שוין פון די אויבערטשטע צען פראצענט פון ארבעטער'ס וויפעל קען מאכן 250k? אפשר אויב די ביסט ממש ביי די לייצס 300k? (וואס אגב איז גארנישט שלעכט מיט דעם) און פארדעם וועט שוין דער בע"ה ערווארטען די זאלסט אוועק געבען דיין לייב און לעבען פאר די ביזנעס, אבער ווען די האסט דיין אייגענע ביזנעס האסט די פאטענציעל מיט די זעלבע מאס ארבעט צי מאכן אסאך מער ווי דעם.
די איינציגסטע אויסנאם וואלט געווען א
סעילסמאן וואס האט פון ביידע וועלטן, סיי די פאטענציעל פון מאכן גאר שיין און סיי די מנוחת הנפש פון אן ארבעטער, אויב איז מען מצליח אלס א סעילסמאן קענסטי זיך ארימדרייען מיטען שווים כאלאט און מאלדיוויס בעת דיין בע"ה זיצט און אפיס און שוויצט זיכער מאכן אז דיינע ארדערס גייען ארויס און צייט
לגבי קויפן א אייגענע הויז, איז מענטשען צימישען א הויז אלס א asset דער אמת איז א הויז איז א liability, איז פארוואס נעמען א liability אויף זיך פאר מ'איז פיינעטשעלי מסדר.
און לגבי א הויז פאר איוועסטמענט איז אזוי יעצט איז אייגענטליך נישט די בעסטע צייט, פרייזן זענען הויך אינטרעסט ראטע'ס אויך הויך און דיין ROI אדער cap rate אדער ווי אזוי די ווילסט עס ריפען וועט נישט זיין ווער ווייסעך וואס, אויך ערווארט נישט צי מאכן גרויס געלט מיט דעם קליינעם הויז וואס די ווילסט קויפען, ריעל עסטעטע איז גיט פאר איינער מיט איבריג געלט וואס קען פארקן זיין געלט פאר א לאנגע צייט אין קען ווארטען אז די פראפערטי זאל עפרישיעטען אין די מארטגעדזש זאל זיך אראפ צאלן
נ.ב. אן עצה טובה פון א גיטע פריינט לאז דיך אפ פון די ווארט "רייך" קודם לאמיר פאקעסען אויף מאכן געלט נאכדעם וועלן מער זיך זארגען אויף זיין "רייך"

.Commen sense is not commen
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 622
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יוני 30, 2021 2:24 am
- געפינט זיך: כשושנה בין החוחים
- האט שוין געלייקט: 4274 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1077 מאל
איך גלייב אז ס'איז דא אסאך מענטשן וואס האבן דערלייגט די הויזן, אבער פון די אנדערע זייט איז דא מענטשן ווואס האבן געמאכט גראב געלט.שלמה משנתו האט געשריבן:אפשר ביסטו מרחיב פארוואס עס הייסט געמאכט 5 און א האלב פראצענט פער יאר?קורקלענד האט געשריבן:אראפלייגן הונדערט טויזנט, און ארויסקומען מיט א נישטיגע פונף מאות אין דרייסיג יאר, האנדל'ט זיך פון א פונף און האלב פראצענט פער יאר.
אויב לייגט ער אראפ 100 מאות און ער האט נאך 30 יאר 500 מאות, קומט אויס אז ער האט געמאכט 400,000 דאלער דורכאויס 30 יאר. דאס קומט אויס בערך 13,000 דאלער ריווח א יאר.
פארוואס ריפט מען דאס 5.5 פראצענט און נישט 13 פראצענט?
טראכט פון די הייזער אין די היימישע געגנטער, איז דא יארן ווי ס'גייט ארויף אזויפיל ווי 15 -25 % א יאר, אויב קענסטו עס קאווערען - למשל אין מאנסי - קען זיך אויסצאלן. קענסט אין ווייניגער פון 10 יאר מאכן דאפעלט פון די הויז.
אין עני קעיס, איז נישטא אזא זאך ווי ''די ריעל עסטעיט מארקעט'' אדער ''דיעי געיגענט'', אלעס ווענד זיך וואספארא דיעל דו האסט געטראפן, בעזר הבורא.
נאכאמאל, נעם נישט קיין עדווייס פון דא, און ס'איז דא מענטשן וואס דערלייגן געלט אין ריעל עסטעיט, איך ברענג נאר ארויס די אנדערע זייט.
- קורקלענד
- חבר ותיק
- הודעות: 3203
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 2:28 pm
- האט שוין געלייקט: 2383 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2624 מאל
מ'קען נאר דן זיין ווען מ'קען זעהן די פול פיקטשער, כמעט אלע סברות און ראיות פון הצלחה אין ריעל עסטעיט זענען אין בעסטן פאל פשוט אנאקטאודל, אין מערערע פעלער איז עס איבערגעטריבן, אדער סתם שקר אויך.
אפי'אין די היימישע געגענטער, קוקסטו אויף די לעצטע פאר יאר. האסטו פרובירט די לעצטע פופציג יאר? הונדערט יאר? וואס איז דאן די עווערידזש? פיק חזו

- הודעות: 257
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 24, 2013 2:23 am
- האט שוין געלייקט: 287 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 708 מאל