עפענען א ביזנעס אדער בלייבן ארבעטן

אלעס איבער האנדל וואנדל
טמיר
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1145
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 21, 2015 4:07 pm
האט שוין געלייקט: 5304 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1338 מאל

Re: עפענען א ביזנעס אדער בלייבן ארבעטן

שליחה דורך טמיר »

דער עולם מאכט טאקע 100ק א יאר? כ'מיין אז רובא דרובא נישט. האב איך א טעות?

חוץ אויב מען רעכנט אריין אלע אינקאם אינקלאדינג פראגראמען און טעקס ריטוירן
געשריבן לזכות א גוטע חבר וואס זיכט א חברותא אין ווילי http://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.p ... 83#p535783
באניצער אוואטאר
קורקלענד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3203
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 2:28 pm
האט שוין געלייקט: 2383 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2624 מאל

שליחה דורך קורקלענד »

טמיר האט געשריבן:דער עולם מאכט טאקע 100ק א יאר? כ'מיין אז רובא דרובא נישט. האב איך א טעות?

חוץ אויב מען רעכנט אריין אלע אינקאם אינקלאדינג פראגראמען און טעקס ריטוירן
מיט פראגראמען קען מען טאקע מערסטנס נישט האבן די השגות. אבער איינמאל מ'געט אויף די פראגראמען טוישן זיך אלע השגות. וואויל איז פאר דער וואס טוהט עס וואס אינגער.
דער גאלדענער אדלער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1665
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 27, 2017 6:30 pm
געפינט זיך: הלוואי ווען כ'וואלט געוויסט
האט שוין געלייקט: 6003 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3632 מאל

Re: עפענען א ביזנעס אדער בלייבן ארבעטן

שליחה דורך דער גאלדענער אדלער »

קורקלענד האט געשריבן:
טמיר האט געשריבן:דער עולם מאכט טאקע 100ק א יאר? כ'מיין אז רובא דרובא נישט. האב איך א טעות?

חוץ אויב מען רעכנט אריין אלע אינקאם אינקלאדינג פראגראמען און טעקס ריטוירן
מיט פראגראמען קען מען טאקע מערסטנס נישט האבן די השגות. אבער איינמאל מ'געט אויף די פראגראמען טוישן זיך אלע השגות. וואויל איז פאר דער וואס טוהט עס וואס אינגער.
אדער בכלל נישט. איינמאל מ'הייבט אן דערמיט איז שווער זיך אפצושאקלן דערפון

Sent from my SM-S911U using Tapatalk
טמיר
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1145
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 21, 2015 4:07 pm
האט שוין געלייקט: 5304 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1338 מאל

Re: עפענען א ביזנעס אדער בלייבן ארבעטן

שליחה דורך טמיר »

קורקלענד האט געשריבן:
טמיר האט געשריבן:דער עולם מאכט טאקע 100ק א יאר? כ'מיין אז רובא דרובא נישט. האב איך א טעות?

חוץ אויב מען רעכנט אריין אלע אינקאם אינקלאדינג פראגראמען און טעקס ריטוירן
מיט פראגראמען קען מען טאקע מערסטנס נישט האבן די השגות. אבער איינמאל מ'געט אויף די פראגראמען טוישן זיך אלע השגות. וואויל איז פאר דער וואס טוהט עס וואס אינגער.
א דאנק פאר די וויכטיגע אינפארמאציע.

איך האב געפרעגט צי רוב עולם (אידיש רעדנדע מענטשן. צי זיין קלארער) פארדינט 100ק. אויב האט איר די ענטפער וואלט איך מיך זייער געפרייט
געשריבן לזכות א גוטע חבר וואס זיכט א חברותא אין ווילי http://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.p ... 83#p535783
טמיר
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1145
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 21, 2015 4:07 pm
האט שוין געלייקט: 5304 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1338 מאל

Re: עפענען א ביזנעס אדער בלייבן ארבעטן

שליחה דורך טמיר »

דער גאלדענער אדלער האט געשריבן:

דבריך צריכים ביאור
געשריבן לזכות א גוטע חבר וואס זיכט א חברותא אין ווילי http://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.p ... 83#p535783
באניצער אוואטאר
קורקלענד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3203
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 2:28 pm
האט שוין געלייקט: 2383 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2624 מאל

שליחה דורך קורקלענד »

טמיר האט געשריבן:

רוב אידיש רעדנדע משפּחות מיט בערך פיר קינדער קאסט א יאר מער ווי הונדערט טויזנט, און די געלט דארף קומען פון ערגעץ.....
החוקר
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1098
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 25, 2016 3:53 pm
האט שוין געלייקט: 619 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 916 מאל

Re: עפענען א ביזנעס אדער בלייבן ארבעטן

שליחה דורך החוקר »

איך האב שוין אסאך מאל געשמועסט מיט מענטשן דערוועגן און איך האלט אז עס איז נישט וואר אז מען 'קען נישט' לעבן מיט ווייניגער.

לענינינו, @טמיר פרעגט צו די רעאליטעט איז אז רוב עולם, אידיש רעדנדע ווי ער שרייבט, מאכן די נאמבערס. נישט אויב מען וואלט ווען געדארפט מאכן.

איך וויל שוין לאנג מאכן אן אשכול דערוועגן. דארף איך זיך טאקע צופלייסן און נישט אפשטופן.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום החוקר, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
שערי יושר
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 486
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 06, 2023 5:07 am
געפינט זיך: ישיבת שערי יושר
האט שוין געלייקט: 697 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 771 מאל

Re: עפענען א ביזנעס אדער בלייבן ארבעטן

שליחה דורך שערי יושר »

צוליב מיין שוואכע מצב הפרנסה וועל איך נישט מגיב זיין
טמיר
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1145
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 21, 2015 4:07 pm
האט שוין געלייקט: 5304 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1338 מאל

Re: עפענען א ביזנעס אדער בלייבן ארבעטן

שליחה דורך טמיר »

קורקלענד האט געשריבן:
טמיר האט געשריבן:
קורקלענד האט געשריבן:
טמיר האט געשריבן:דער עולם מאכט טאקע 100ק א יאר? כ'מיין אז רובא דרובא נישט. האב איך א טעות?

חוץ אויב מען רעכנט אריין אלע אינקאם אינקלאדינג פראגראמען און טעקס ריטוירן
מיט פראגראמען קען מען טאקע מערסטנס נישט האבן די השגות. אבער איינמאל מ'געט אויף די פראגראמען טוישן זיך אלע השגות. וואויל איז פאר דער וואס טוהט עס וואס אינגער.
א דאנק פאר די וויכטיגע אינפארמאציע.

איך האב געפרעגט צי רוב עולם (אידיש רעדנדע מענטשן. צי זיין קלארער) פארדינט 100ק. אויב האט איר די ענטפער וואלט איך מיך זייער געפרייט
רוב אידיש רעדנדע משפּחות מיט בערך פיר קינדער קאסט א יאר מער ווי הונדערט טויזנט, און די געלט דארף קומען פון ערגעץ.....
גערעכט, און טאקע וועגן דעם האבן א גרויסע מערהייט פראגראמען, וואס איז געווענליך מער פון 50ק.

כ'בין זייער נייגעריג וויפיל פראצענט היימישע אין ביזנעס (אייגענע אדער נישט כלי-קודש דזשאב) פארדינען איבער 100ק.
געשריבן לזכות א גוטע חבר וואס זיכט א חברותא אין ווילי http://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.p ... 83#p535783
באניצער אוואטאר
קורקלענד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3203
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 2:28 pm
האט שוין געלייקט: 2383 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2624 מאל

שליחה דורך קורקלענד »

ווען איך האב געשריבן הונדערט טויזנט האב איך נישט אריינגערעכנט פראגראמען, נאך אלע פראגראמען קאסט נאכאלץ דאס לעבן א מאיאנטעק. רוב האבן היינט נישט מער קיין סעקשאן אכט, און די אנדערע פראגראמען חוץ העלטה קעיר דעקן נישט.
דערהויבענע איד
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 622
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יוני 30, 2021 2:24 am
געפינט זיך: כשושנה בין החוחים
האט שוין געלייקט: 4274 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1077 מאל

שליחה דורך דערהויבענע איד »

קורקלענד האט געשריבן:מ'קען נאר דן זיין ווען מ'קען זעהן די פול פיקטשער, כמעט אלע סברות און ראיות פון הצלחה אין ריעל עסטעיט זענען אין בעסטן פאל פשוט אנאקטאודל, אין מערערע פעלער איז עס איבערגעטריבן, אדער סתם שקר אויך.

אפי'אין די היימישע געגענטער, קוקסטו אויף די לעצטע פאר יאר. האסטו פרובירט די לעצטע פופציג יאר? הונדערט יאר? וואס איז דאן די עווערידזש? פיק חזו
איך האלט אז אסאך וואס האבן אינוועסטעט פינעף יאר צוריק אין מאנסי - לינדען - סעטעטן איילענד - לעיקוואד האבן שיין פארדינט, און ס'איז נישט ענעקדאויטעל.

ווען ער טראכט פון געלט טראכט ער נישט פון 50 יאר צוריק אדער 100 יאר צוריק, מ'טראכט פון 30-40 יאר. קיינער ארבעט נישט פאר די ירושה, נאר פאר ווען מען איז דא.

אבער אדרבא, אויב דו קענסט ביטע ברענגען דיינע געפינסן לגבי ריעל עסטעיט פון די לעצטע 100 יאר.
באניצער אוואטאר
קורקלענד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3203
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 2:28 pm
האט שוין געלייקט: 2383 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2624 מאל

שליחה דורך קורקלענד »

דערהויבענע איד האט געשריבן: איך האלט אז אסאך וואס האבן אינוועסטעט פינעף יאר צוריק אין מאנסי - לינדען - סעטעטן איילענד - לעיקוואד האבן שיין פארדינט, און ס'איז נישט ענעקדאויטעל.

ווען ער טראכט פון געלט טראכט ער נישט פון 50 יאר צוריק אדער 100 יאר צוריק, מ'טראכט פון 30-40 יאר. קיינער ארבעט נישט פאר די ירושה, נאר פאר ווען מען איז דא.

אבער אדרבא, אויב דו קענסט ביטע ברענגען דיינע געפינסן לגבי ריעל עסטעיט פון די לעצטע 100 יאר.
איך האב אסאך צו רעאגירן, אבער די צייט און געדולד לאזן נישט. דעריבער, וועט מען עס מאכן אויפן שפיץ גאפל.
יא, אסאך וואס האבן אינוועסטירט אין די פאר געגענטער האבן געזעהן די ווערד פון זייערע פראפערטיס ארויפגיין אסאך. אבער די שאלה איז, פארוואס איז עס פונקט איצט ארויף? איז דאס א טרענד וואס גייט שוין אן וויפיל יאר? און ווילאנג קען עס אזוי דיין ווייטער. דאס אז מענטשן האבן פארדינט אין די עבר, איז שוין אצינד נעכטיגע נייעס. וואס גייט זיין אין די נעקסטע פאר יאר?

אויב קוקט מען צוריק אויף לענגערע תקופות, זעהט מען אבער א אנדער בילד אינגאנצן. מ'זעהט אז אזעלכע יארן מאכן זיך נישט אפט, און אויב האלט מען דרייסיג פערציג יאר איז עס מעגלעך א שוואכע אינוועסטמענט.

אויך דארף מען אינאכט נעמען די פאקטאר פון אינפלאציע, צו רעכענען וואספארא השפעה ס'האט געהאט אויף די אפרישיעשאן.
באניצער אוואטאר
פונדאַמענטאַל
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 320
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 26, 2023 12:12 am
האט שוין געלייקט: 677 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 944 מאל

Re: עפענען א ביזנעס אדער בלייבן ארבעטן

שליחה דורך פונדאַמענטאַל »

פון דיינע ווערטער איז משמע אז די פארמאגסט נאכנישט קיין אייגן הויז (אדרבה correct me if I'm wrong). אויב דאס איז די קעיס דאן וואלט איך געזאגט אז צום ערשט זאלט איר דאס טוהן. אנשטאט לייגן טויזענטער דאלער לטמיון באצאלענדיג רענט, און אנהייבן צאלו מארגעדש צוואנציג יאר צו שפעט, וועט יעדע דאלער בלייבן ביי דיר און דיר צוגעבען ריזיגע סכומים in the long run.

Sent from my M2101K7BG using Tapatalk
There's no relationship between being smart & being wise (Jordan Peterson)
הַמְפוֹרָשׁוֹת סְתוּמוֹת. הַגְּלוּיוֹת עֲלוּמוֹת. הַמְּבֹאָרוֹת חֲתוּמוֹת. הַמְּשֻׁנָּנוֹת עֲצוּמוֹת. הַחֲקוּקוֹת רְשׁוּמוֹת:
Ford
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 3
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 09, 2023 11:58 pm
האט שוין געלייקט: 1 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4 מאל

שליחה דורך Ford »

The following is based on my experience
Real estate is very profitable, If you can survive the swings, it usually dosen't work according to plan and you need to be able to fund It, expenses are usually more than you think, you get stuck with bad Tennant's however almost any property bought 5 years ago, can be sold for a nice profit,

If you have enough funds and time, buy something that needs to be renovated, many times you can get a mortgage for the full investment, sometimes for more then what you invested, and you can buy again with the same funds

Getting advice on a public chat is risky. Because for all I know, your maximum potential is packing boxes at a grocery
באניצער אוואטאר
קורקלענד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3203
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 2:28 pm
האט שוין געלייקט: 2383 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2624 מאל

שליחה דורך קורקלענד »

פונדאַמענטאַל האט געשריבן:פון דיינע ווערטער איז משמע אז די פארמאגסט נאכנישט קיין אייגן הויז (אדרבה correct me if I'm wrong). אויב דאס איז די קעיס דאן וואלט איך געזאגט אז צום ערשט זאלט איר דאס טוהן. אנשטאט לייגן טויזענטער דאלער לטמיון באצאלענדיג רענט, און אנהייבן צאלו מארגעדש צוואנציג יאר צו שפעט, וועט יעדע דאלער בלייבן ביי דיר און דיר צוגעבען ריזיגע סכומים in the long run.

Sent from my M2101K7BG using Tapatalk
איינער פון די גרעסטע פאַלאַסיס אין אזא שמועס איז אז 'געלט וואס מ'צאלט פאר רענט גייט לטמיון', ס'איז פשוט נישט קיין אמת'ע סטעיטמענט. די סטעיטמענט קען אפשר געזאגט ווערן אויף די 'קליינע' חלק פון די רענט וואס בלייבט ריוח פארן בעל הבית. ווידער ס'רעשט חוץ די ריוח איז די זעלבע געלט וואס גייט פאר די קאסטן אויפצוהאלטן דאס שטוב פונקט ווי ווען איר זענט דער בעל הבית. ס'וועט כמעט אייביג קאסטן פיל טייערער צו קויפן ווי צו דינגען (פאר די ערשטע פאר יאר) און ס'דא א סיבה דערפאר. מערסטנס ווייל א הויז איז באקוועמליכקייט פיל מער ווי א אינוועסטמענט. ספעציעל אז ווען מען וואוינט דארט קען מען אויף דעם קיין ריוח נישט ארויסנעמען.

איך האלט זייער שטארק פון קויפן א הויז. אבער אינוועסטמענט איז נישט די אויסשליסליכע דעטירמינג פאקטאר ַ
ישראל הלוי
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 11
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 04, 2023 7:22 pm
האט שוין געלייקט: 1 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 10 מאל

שליחה דורך ישראל הלוי »

א גוטע פראגע,

איך האב פראבירט עפענען אליינס א ביזנעס, אבער נאך א שטיק צייט האב איך געזען אז דאס איז נישט געמאכט פאר מיר.
נישט וועגן סטרעס און נישט ווייל עס האט נישט אויס געזען ווי איך גיי נישט מאכן געלט. נאר פשוט עס איז נישט מיין כאראקטער פון זיצן און אפיס.

למעשה איך וויל נישט זאגן ווי אלט איך בין און אויך נישט און וועלעכע אינדרוסטי. אבער איך טוה סעילס. ב’’ה הקב’ה האט מיר באשאנקען מיט א גוטע שפראך און אויך זיין א עקסיקיוטער. ולמעשה שטיי איך היינט צוויי יאר שפעטער און איך האב פארדינט איבער א מיליאן דאללער פון סעילס.
איך האב נישט קיין שום אויווערהעד איך קען נעמען וואקאציע ווען איך וויל. סא אויב האסטו די שפראך גיי אריין און סעילס.
מען מאכט נישט אן אייביגע החלטה, פון א צייטוויליגע מציאות.
באניצער אוואטאר
קורקלענד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3203
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 2:28 pm
האט שוין געלייקט: 2383 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2624 מאל

שליחה דורך קורקלענד »

עס איז גראדע באקאנט אז סעילס לייט זענען די העכסטע פארדינער, אפטמאל מער ווי די בעל הבית.

מענטשן מיינען אויך אז ווען איינער האט א אייגענע ביזנעס איז מען פיל פרייער, געווענליך איז פארקערט.
באניצער אוואטאר
פונדאַמענטאַל
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 320
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 26, 2023 12:12 am
האט שוין געלייקט: 677 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 944 מאל

Re: עפענען א ביזנעס אדער בלייבן ארבעטן

שליחה דורך פונדאַמענטאַל »

קורקלענד האט געשריבן:
פונדאַמענטאַל האט געשריבן:פון דיינע ווערטער איז משמע אז די פארמאגסט נאכנישט קיין אייגן הויז (אדרבה correct me if I'm wrong). אויב דאס איז די קעיס דאן וואלט איך געזאגט אז צום ערשט זאלט איר דאס טוהן. אנשטאט לייגן טויזענטער דאלער לטמיון באצאלענדיג רענט, און אנהייבן צאלו מארגעדש צוואנציג יאר צו שפעט, וועט יעדע דאלער בלייבן ביי דיר און דיר צוגעבען ריזיגע סכומים in the long run.

Sent from my M2101K7BG using Tapatalk
איינער פון די גרעסטע פאַלאַסיס אין אזא שמועס איז אז 'געלט וואס מ'צאלט פאר רענט גייט לטמיון', ס'איז פשוט נישט קיין אמת'ע סטעיטמענט. די סטעיטמענט קען אפשר געזאגט ווערן אויף די 'קליינע' חלק פון די רענט וואס בלייבט ריוח פארן בעל הבית. ווידער ס'רעשט חוץ די ריוח איז די זעלבע געלט וואס גייט פאר די קאסטן אויפצוהאלטן דאס שטוב פונקט ווי ווען איר זענט דער בעל הבית. ס'וועט כמעט אייביג קאסטן פיל טייערער צו קויפן ווי צו דינגען (פאר די ערשטע פאר יאר) און ס'דא א סיבה דערפאר. מערסטנס ווייל א הויז איז באקוועמליכקייט פיל מער ווי א אינוועסטמענט. ספעציעל אז ווען מען וואוינט דארט קען מען אויף דעם קיין ריוח נישט ארויסנעמען.

איך האלט זייער שטארק פון קויפן א הויז. אבער אינוועסטמענט איז נישט די אויסשליסליכע דעטירמינג פאקטאר ַ
די סטעיטמענט אז געלט וואס מען צאלט פאר רענט גייט לטמיון איז געזאגט געווארן באופן וואס מען פלאנט צו קויפן א הויז שפעטער. אויב פלאנט איר צו צאלן רענט כל ימי חייך דאן קענסט איר זיין גערעכט אז עס איז לאו דווקא א גרעסערע געלט פארדינסט אלס א אינוועסטמענט (כאטש וואס עס איז נאכאלץ דא אנדערע בענעפיטן, ווי למשל - איר האט א הויז אין אייער בעלות וואס וועט בלייבן פאר אייערע קינדער). אבער אויב פלאנט איר צו קויפן א הויז - לאמיר זאגן נאך צוואנציג יאר צאלן רענט, דאן יא! די אלע געלטער וואס איר האט געצאלט די אלע יארן וואלט יעצט געקענט זיין אין דיין אייגן הויז - און נאך צען יאר אינגאנצען אויסגעצאלט, אנשטאט איר זאלט הערשט יעצט אנהייבן צו צאלן פאר אייער אייגן הויז - און די אלע געלטער וואס איר האט געצאלט ביז היינט איז נישט צום געפינען. קען זיין אז איך בין נישט געניג באקאנט מיט די פאקטן, אבער איז די מציאות אזוי אז עס קאסט אויפצוהאלטן א הויז (חוץ פון די מארגעדש) אזוי פיל ווי עס קאסט צו צאלן רענט?

Sent from my M2101K7BG using Tapatalk
There's no relationship between being smart & being wise (Jordan Peterson)
הַמְפוֹרָשׁוֹת סְתוּמוֹת. הַגְּלוּיוֹת עֲלוּמוֹת. הַמְּבֹאָרוֹת חֲתוּמוֹת. הַמְּשֻׁנָּנוֹת עֲצוּמוֹת. הַחֲקוּקוֹת רְשׁוּמוֹת:
באניצער אוואטאר
ברוך שפינוזה
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1132
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 23, 2017 12:38 pm
געפינט זיך: אויפ'ן צווייטן שטאק
האט שוין געלייקט: 1646 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2040 מאל

שליחה דורך ברוך שפינוזה »

קורקלענד האט געשריבן:ס'וועט כמעט אייביג קאסטן פיל טייערער צו קויפן ווי צו דינגען (פאר די ערשטע פאר יאר) און ס'דא א סיבה דערפאר.
אין די געגנד וואו איך וואוין איז מארטגעדש+אינשורענס געווענליך ביליגער ווי רענט. (זעלבסטפארשטענדליך אז אויב דו פעקטארסט אריין די דאון פעימענט און די געלט וואס וואס מ'לייגט סתם אזוי אריין אין די הויז ווייל ס'דאך סייווי מיינס דאן קומט עס יא אויס טייערער...)
פרעג נישט "וואס קען איך אויסלערנען די וועלט?", פרעג "וואס קען די וועלט מיך אויסלערנען?". - ברוך שפינוזה II
כפתור
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 305
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 09, 2014 3:52 pm
האט שוין געלייקט: 371 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 273 מאל

שליחה דורך כפתור »

א הויז און א אידישע געגנט וועט אלעמאל אפרישיעטן, פארשטייט זיך אויב מ'צאלט נישט איבערגעטריבן. אדרבה, איינער ווייסט פון א הויז וואס האט זיך פארקויפט ווייניגער ווי מ' האט עס געקויפט?
אפילו און מאנטיסעלא געגנט זענען די הייזער גאנץ שיין ארויף די לעצטע פאר יאר.
אויך ארום אידישע געגנטער, ווי נייעק, העוועסטרא, ניובורג אד"ג זענען שטארק ארויף.
איך קען נישט טראכטן פון איין געגנט וואס די פרייזן זענען אראפ.
דאס מיינט נישט מ' זאל קויפן אן א חשבון.
ס' איז אסאך בעסער צו קויפן ווי מ'קען אליינס מענעזשען, ווייל מענעזשמענט עסט אויף אסאך פראפיט, סיידען אז מ' קויפט א גרעסערע אינוועסטמענט
אויב ביסט נישט הענדי, קויף א נייערע בילדינג וואס ברויך נישט אסאך מעינטענענס
נאך דא אסאך צו שרייבן אבער נישטא צופיל צייט, ועוד חזון
פארשפארט