חנן בן ארי!

אלעס איבער דעם עולם המוזיק
תוהו ובוהו
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 551
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2020 8:08 pm
האט שוין געלייקט: 725 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2126 מאל

חנן בן ארי!

שליחה דורך תוהו ובוהו »

חנן בן ארי!

חנן בן ארי איז איינער פון די טאלאנטפולסטע רעליגיעזע ארטיסטן אין ארץ ישראל וואס זיינע ניגונים זענען גאר שטארק אריין אין דער מעינסטריעם ישראל'ישער גאס, און גאנץ לעצטנס - אויך אין דער היימישער, חרדי'שער גאס. ער פארדינט אוודאי אן אשכול פאר זיך, איז קודם א שטיקל ביאגראפיע.

חנן בן-ארי איז געבוירן אין 1988 צו א מער פרומע דתי-לאומי משפחה, אין דער התנחלות 'קרני שומרון'. (בן-ארי איז זיין פאמיליע נאמען. זיין פעטער איז דער בארימטער כהנא אקטיוויסט און געוועזענער חבר כנסת מטעם 'האיחוד הלאומי', דר. מיכאל בן-ארי. אויך איז ער פון די מייסדים פון דער 'עוצמה יהודית' פארטיי פון איתמר בן-גביר און האט אפילו געדארפט זיין א ח"כ מטעם דער פארטיי ביז מ'האט אים גע'פסל'ט אלס 'ראסיסט' מיט עטליכע יאר צוריק. פאר ווער ס'לערנט אין מיר: אויב ווילט איר זיך אנזאפן מיט אביסל אהבת ישראל און שנאת ישמעאלים - ער געבט א שיעור יעדן ליל שישי אין הרב כהנא'ס ישיבה נעבן דושינסקיא.)

אין ישיבה איז ער געגאנגען אין א חרד"ל'ישער ישיבת הסדר אין מצפה רימון, און פון דארט איז ער אריין אין מיליטער אין 'נצח יהודה' (א.ק.א. נחל חרדי). ביי די צוואנציג האט ער חתונה געהאט, און זיך אריינגעזעצט אין כולל - ווי אסאך חרד"לים.

געטון אין מוזיק האט ער אייביג, אבער ארויסגעגעבן זיין אפיציעלן ערשטן סינגל איז געווען אין ענדע 2014. 'ממך עד אליי' האט זייער מצליח געווען, און ער האט געעפנט א קאמפיין צו פאנדן זיין בעפארשטייענדן אלבום. ארום א יאר דערויף האט ער ארויסגעגעבן נאך א סינגל פונעם אלבום; דאס טשיקאוו לידל 'החיים שלנו תותים', וואס האט איינגענומען די מדינה אין א שטורעם און איז אנגעקומען צום ערשטן פלאץ ביי 'גלגלצ'. (ס'האט אפילו באקומען א פּאראדיע אויף דער בארימטער 'ארץ נהדרת' סאטירא שאו - וואס איז אזא סארט מעסטער פאר הצלחה אין ישראל...) באלד דערויף האט ער טאקע ארויסגעגעבן זיין ערשטן אלבום 'איזון', וואס פארמאגט צווישן אנדערע דעם טראגישן ניגון 'אמא אם הייתי'.

זינט דאן האט ער ארויסגעבן פילע ניגונים וואס כמעט אלע פון זיי זענען געווארן נאציאנאלע היטס; אין 2017 האט ער ארויסגעגעבן דעם געוואלדיגן ניגון 'וויקיפדיה' - א ניגון וואס שפיגלט אפ דעם צעשפליטערטן מצב אינעם שבטים-פולן ישראל, וואו יעדער דרייט זיך ארום מיט סטיגמעס איינער אויפ'ן צווייטן. דער ניגון וואס האט באקומען געוואלדיגע קריטיק, און איז אויך געווארן געשערט אויף פעיסבוק דורך יאיר לפיד.

א יאר דערויף איז ארויסגעקומען זיין סינגל 'מה אתה רוצה ממני' - א ניגון פול מיט בענקשאפט, יאוש און אנטריסטונג אויף גאט אוין אויף וואס ער וויל. דער ניגון האט באקומען צענדליגער קאווערס און איז פון זיינע פאפולערע לידער. שפעטער האט ער ארויסגעגעבן זיין צווייטן און לעצטן אלבום - 'לא לבד'.

אין 2019 האט ער ארויסגעגעבן זיין פענאמענאלן ניגון 'אלוף העולם' - א הערליך קינסטליך לידל געשריבן מיט 'נתן גושן' וואס האט איבער 30 מיליון וויאוס אויף יוטיוב.

אויך האט ער ארויסגעגעבן א הערליכן ניגון 'שבורי לב', וואס אויף זיין הצעה האט אברהם פריד ארויסגעגעבן א קאווער דערויף. מוטי אילאוויטש האט אויך רעקארדירט א קאווער דערויף אין אידיש.

במשך די לעצטע פאר יאר האט ער ארויסגעגעבן נאך אפאר סינגלס, צווישן זיי: 'דור' - א פראוואקאטיווער ניגון איבער'ן פלאץ פון מסורה און פרימיטיווקייט אין אידישקייט, 'שמש' - א הערליכער געגועים-ניגון, און 'אמן על הילדים' - איבער די פחדים און דורכגאנגען פון 'פאטערשאפט'. דער ניגון, בעיקר, האט אים אריינגעברענגט אין די היימישע קרייזן - דא און אין ישראל.

אין 2021 האט ער ארויסגעגעבן דעם מורא'דיגן ניגון 'חולם כמו יוסף' - א געוואלדיגער ניגון וואס גייט דורך די פאסירונגען פון תנ"ך ווי מצבים און סיטואציעס אין וואס יעדער געפינט זיך צומאל.

זיין סטיל איז זייער פשוט און אויפריכטיג, און מערסטנס פון זיינע לידער זענען לאו דווקא רעליגיעזע. ער שרייבט גאונות'דיג און קלאר צו דער זעלבער צייט. נישט קיין התחכמות'דיגע טעקסטן, אבער וואס ברענגען ארויס קריסטאל-קלאר די נשמה פונעם ניגון.

אלס פולער רעליגיעזער ארטיסט איז ער לכאורה דער גרעסטער אין ישראל. ער פילט אן ריזיגע זאלן: קיסריה, היכל התרבות, זאפה ועוד, פארקויפט טויזנטער קאפיס און איז גאר שטארק געהערט אויף דער ראדיאו.

אין די לעצטע פאר יאר - בעיקר זינט זיין אויסערגעווענליכער הצלחה - איז ער געווארן מער און מער דאס וואס מ'רופט אן "דתי לייט". נעמליך, ער איז מער מיקל אין כל מיני עניינים, זינגט צומאל רעליגיעז פראוואקאטיווע טעקסטן (א שטייגער ווי "לא נציג של אלוקים" אין 'וויקיפדיה' און זיין 'מה אתה רוצה ממני') און כאטש וואס ער זינגט נישט - דערווייל - מיט קיין פרויען אויפ'ן סטעידזש, מאכט ער כסדר לייווס וואו זיין אויפוואקסנדע טאכטער זינגט און דערקלערט אז זי גייט אין די וועגן פון איר טאטן. אויך איז ער לעצטנס ערשינען אין א ספעציעלן עפיזאד פון דער פאפולער ריאליטי טיווי שאו 'הכוכב הבא', וואו יונגן און מוידן האבן געזונגען זיינע ניגונים.

זיין לעצטיגער ניגון 'אלא בי' האט אנגעמאכט א מיני-שטורעם אינערהאלב די פרומערע מזרח'יסטישע רינגען, ווען אויפ'ן ווידיאו זעט מען פרויען טאנצן רח"ל, און אפאר רבנים/דעה-זאגער האבן דערקלערט אז "חנן התבלבל" - נישט מער און נישט ווייניגער.

לסיום, אט האט איר א שיינער ווידיאו פון שלום לעמער, בעני פרידמאן און איציק דדיה - א מעדלי פון חנן בן ארי'ס ניגונים.
שמן למאור
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3266
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
האט שוין געלייקט: 3320 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל

שליחה דורך שמן למאור »

זייער שיין אראפגעלייגט!

נאך דיינע שיינע באשרייבונגען אויף שולי רנד און ישי ריבו, האב איך שוין ארויסגעקוקט מיט שפאנונג פאר א שיינע באשרייבונג פון דיר אויף חנן בן ארי.

און ווי ערווארטעט האסטו אונז נישט אנטוישט...
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד

I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-

אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

א הערליכע ארטיקל @תוהו ובוהו, איך האב באמערקט אז אין די לעצטע פאר יאר בכלל האבן אסאך אזעלעכע ״דתי לייט״ ווי די רופסט עס אויפגענומען א שיינע חלק פון די אויבנאן אין ישראלישע מוזיק, פארשטייט אז יעדער איינער האט זיך זיין גדר פונקטליך ווי ווייט דתי אדער לייט ער איז, אבער אויבן אויף זעען זיי אויס די זעלבע, לדוגמא ישי ריבו, עקיבא, שולי ראנד, נתן גושן (ווענדט זיך וועלעכע מאאד ער איז), יונתן רזאל, אלע פון זיי זענען שומרי שבת און עסן כשרות אבער נישט סתם אזוי ווי מסורתיים נאר אויף א שטערקערע לעוועל, און מיט דעהם אלעמען זענען זיי זייער פאפולער און ווערן בעיקר אויסגעהערט דורך חילונים, ווי ווייט ס׳זעהט מיך אויס פלעגט קיינמאל נישט זיין אזא זאך, נאר די עיקר גרויסע זינגערס פלעגן זיין אינגאנצן פרייע אידן לדוגמא שלומי ארצי, אייל גולן, שלומי שבת, משה פרץ, ס׳ווייזט אביסל אויף די חומה צווישן פרומע און פרייע אז ס׳ווערט אביסל שוואכער.

אויב איך מעג וויל איך צולייגן צו דיין הערליכע ליסט נאך אפאר שיינע ניגונים וואס איך האב זייער ליב פון חנן, חנניה א ניגון פול מיט ענערדשי וואס ער האט לעצטענס געשריבן וועגן זיין זיידע וואס איז לעצטנס אוועק, אדון הסליחות געבויט אויף די פיוט וואס מ׳זאגט ביי סליחות, און מקום א ניגון וועגן זיין יוגנט.

דא איז א אינטערסאנטע אינטערוויו מיט חנן בן ארי
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום [NAMELESS], רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

נאך א אינטערעסאנטע זאך וואס איך האב באמערקט איז אז חוץ פון די רעליגיעזע חלק וואס האט זיך אסאך געטוישט, האבן זיך די טעמעס איבער וואס מ׳שרייבט ניגונים אויך זייער אסאך געריקט, רוב פאפולערע ישראלישע ניגונים פון די לעצטע פערציג יאר און אפילו נאך היינט ביי זייער אסאך מעינסטריעם זינגערס זענען בעיקר ראמאנס און זאכן וועגן פאפ קולטשער, ס׳איז שווער צו געבן משלים אבער אזעלעכע זינגערס ווי עומר אדם, עידן ריכל, נועה קירל, אדער אפילו אריק איינשטיין מאכן ניגונים בעיקר וועגן די אלע זאכן, משא״כ די מער פרומע זינגערס רעדן וועגן לעבן, שוועריקייטן, זאכן וואס דארפן א טויש אזוי ווי סיבת הסיבות, וויקיפעדיע,און אפילו החיים שלנו תותים, בין קודש לחול, פשוטים, נחכה לך וכ״ו, ס׳איז מסתמא געבינדן די צוויי זאכן רעליגיע און purpose (דאס וועט @מי אני וויסן בעסער ווי מיר…), און איך מיין אז עס מאכט אז אפילו פרייע זינגערס זאלן אדאפטן די סארט סטייל, און די מעינסטרים מוזיק ווערט מער תוכנ׳דיג (פארשטייט זיך אז תוכן מיינט פאר יעדעם איינעם עפעס אנדערש אבער איך רעד פון מיין דעפענישן פון תוכן).
באניצער אוואטאר
שאלתיאל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 846
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 02, 2022 1:03 pm
האט שוין געלייקט: 1634 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2228 מאל

שליחה דורך שאלתיאל »

שכ'ח תוהו ובוהו פאר די מעכטיגע ארטיקל!

אויב כ'מעג צולייגן, לדעתי האט זיך חנן נישט געטוישט אין זיין רעליגעזע שטאנדפונקט נאר ער איז אזוי געווען פון אנפאנג אָן. ער געהערט פשוט צו די מער ליבעראלע ''פיינשמעקערישע'' מזרחי לאגער. אגב, ער איז שטארק דערקעגן מען זאל אים דעפיניצירן אלץ ''רעליגיעזע זינגער'' און אין אלגעמיין איז ער זייער קעגן סטיגמעס און קעגן קאטעגאריזירן מענטשן, ווי ער זינגט דאך אין זיין מעכטיגן ''וויקיפעדיע'' ניגון. ס'קוקט אויס אז ער האט שטארק הנאה צו צוברעכן יעדער סארט סטיגמע אדער באגרעניצונג וואס איז כאילו דא אויף אים מכח זיין קאפל אויפן קאפ.

פון פערזענליכן שטאנדפונקט איז בן ארי זייער א צוגעלאזענע מענטש מיט א הארץ פון פוטער, אָן די אלע גינוני שחצנות וואס איז איינגעפירט ביי גרויסע זינגערס אויף זיין לעוועל. צומאל אפילו 'צו' שטארק צוגעלאזן וואס מאכט אביסל א שמאלציגן איינדרוק.

@עמקות המחשבה, די סארט רעליגיעזע מוזיק איבער וואס דו רעדסט איז ממש געווארן א טרענד אין די לעצטע יארן אין איזראעיל און זיי רופן עס ''פופ אמוני''. עס האט זיך אנגעהויבן נאך מיט שולי רנד און אריאל זילבר וואס זענען געווען באקאנט מלכתחילה אויך פאר די פרייע גאס צוליב זייערע פריערדיגע קאריערעס אלץ חילונים. דאס זעלבע מיט אביתר און אהוד בנאי, עמיר בניון און נתן גושן זיי אלע זענען שוין געווען באקאנטע ארטיסטן ווען זיי האבן געוואנדן זייערע טריט אין ריכטונג פון מוזיק מיט רעליגיעזע מאטיוון. ישי ריבו איז לכאורה געווען דער רעוואלוציאנער וואס האט מצליח געווען דורכצוברעכן די מעינסטרים גלגלצ פלעיליסטס אלץ חרדי למהדרין וואס איז געווען אנאנים פאר די ברייטע גאס און שפעטער איז געקומען חנן בן ארי, עקיבא וכדומיהן. די פופ אמוני האט אויך א מכובד'יגע פרויען פארטרעטונג דורך נרקיס און אודיה וואס זענען ביידע סופער-סטארס און שטארק מצליח, בעיקר אודיה וואס האט לעצטנס אויפגעפאפט אין גרויסן.

דא איז א שטארק שטיקל איבער די פופ אמוני פון ''ארץ נהדרת''
https://www.mako.co.il/tv-erez-nehedere ... 0a10acRCRD
Life is not a problem to be solved, but a reality to be experienced- Soren kierkegaard
באניצער אוואטאר
בענדזשאמין פרענקלין
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 764
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 14, 2012 10:53 pm
האט שוין געלייקט: 2326 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3284 מאל

שליחה דורך בענדזשאמין פרענקלין »

שיינע באשרייבונג, איך גיי נישט פאר זיין נגינה, ער האט צו א באסיווע שטימע. איך וואלט אים מגדיר געווען אלץ איינער וואס שרייט (און פאדערט) זייער שיין. ניגונים מאכט ער אבער זייער צו דער זאך, אמן על הילדים שלי איז מיין פעיוואריט, חולם כמו יוסף איז געוואלדיגע ליריקס.
באניצער אוואטאר
Tachlis
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 51
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 28, 2020 4:23 pm
האט שוין געלייקט: 86 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 116 מאל

שליחה דורך Tachlis »

"שבורי לב" איז אייזענע ניגון פון אים, סיי די ליריקס און סיי די טאן, אבער איך טרעף אויך זיין שטארקייט צו זיין אין ליריקס ענדערש ווי אין קאמפאזן די טאן אדער אין זינגען
דער וואָס איז גרייט אויפצוגעבן זיין לעבנסוויכטיגע פרייהייט צו באַקומען אַ ביסל צייטווייליגע סעיפטי, פאַרדינט נישט קיין פרייהייט און נישט קיין סעיפטי. - בנימין פרענקלין
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

איך האס חנן בן ארי, סיי זיין פערזענליכקייט און סיי זיין באסאווער שרייענדער שטימע.

צו מיר זעט ער אויס צו זיין דאס וואס מען רופט אויף העבראיש א ׳מתייפיף׳ וואס זוכט זיך צו געפעלן ביים חילוני׳שן ציבור און שפירט שלעכט אז ער מוז אויך יוצא זיין ביים פרומען לאגער. פאר ווער עס קען נישט זיין פאמיליע; ער געהער צו א גאר פרומע פראקציע פון די מזרח׳יסטן, זיין פעטער איז ד״ר מיכאל בן ארי וואס איז געווארן אנגעקלאגט אויף ראסיזם און אידישע טעראר, און פון דעם קען מען כאפן עטוואס צו וואס פארא פאמיליע ער געהער, עס איז אזוי ווי די בני יואל פון די דתיים לאומיים.

איך האב נישט ליב זיין געמאכטע תמימות און באטעמ׳טקייט, ווי ער בארימט זיך מיטן כשר׳ן טעלעפאן זיינער וכו׳ וואס ער האט נאר צוליב זיין פרומע קהילה און פאמיליע. איך האב אויך נישט ליב זיינע ריקודים מיט פרויען וואס אנשטאט פייפן אויף די וואס קריטיקירן אים דערפאר מאכט ער זיך תמ׳יש ווי כאילו ער כאפט נישט וואס מען וויל פון אים. בקיצור, א פאלשע פערזענליכקייט מיט א מיאוס׳ע שטימע וואס מאכט שיינע ניגונים אבער פלאכע טעקסט און זינגט נישט גוט.

זו דעתי.
אדוני המלך
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 28
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 05, 2023 1:37 am
האט שוין געלייקט: 11 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4 מאל

שליחה דורך אדוני המלך »

באמת שיין אראפגעלייגט. חנן האט אזוי פיל טאלאנט
מרדכי מרדכי
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 586
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אוגוסט 02, 2019 11:12 am
האט שוין געלייקט: 223 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 453 מאל

שליחה דורך מרדכי מרדכי »

יהורם האט געשריבן:
איך האס חנן בן ארי, סיי זיין פערזענליכקייט און סיי זיין באסאווער שרייענדער שטימע.

צו מיר זעט ער אויס צו זיין דאס וואס מען רופט אויף העבראיש א ׳מתייפיף׳ וואס זוכט זיך צו געפעלן ביים חילוני׳שן ציבור און שפירט שלעכט אז ער מוז אויך יוצא זיין ביים פרומען לאגער. פאר ווער עס קען נישט זיין פאמיליע; ער געהער צו א גאר פרומע פראקציע פון די מזרח׳יסטן, זיין פעטער איז ד״ר מיכאל בן ארי וואס איז געווארן אנגעקלאגט אויף ראסיזם און אידישע טעראר, און פון דעם קען מען כאפן עטוואס צו וואס פארא פאמיליע ער געהער, עס איז אזוי ווי די בני יואל פון די דתיים לאומיים.

איך האב נישט ליב זיין געמאכטע תמימות און באטעמ׳טקייט, ווי ער בארימט זיך מיטן כשר׳ן טעלעפאן זיינער וכו׳ וואס ער האט נאר צוליב זיין פרומע קהילה און פאמיליע. איך האב אויך נישט ליב זיינע ריקודים מיט פרויען וואס אנשטאט פייפן אויף די וואס קריטיקירן אים דערפאר מאכט ער זיך תמ׳יש ווי כאילו ער כאפט נישט וואס מען וויל פון אים. בקיצור, א פאלשע פערזענליכקייט מיט א מיאוס׳ע שטימע וואס מאכט שיינע ניגונים אבער פלאכע טעקסט און זינגט נישט גוט.

זו דעתי.
עס זעהט מיר אויס אז די מישט אביסל אויס פרומקייט און עקסטרעמקייט
א סמארטפאון אין זייער קהילות איז נישט קיין פראבלעם
חובב ציון
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 79
זיך רעגיסטרירט: זונטאג פעברואר 19, 2023 9:41 pm
האט שוין געלייקט: 92 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 108 מאל

Re: חנן בן ארי!

שליחה דורך חובב ציון »

וואס זאגט די עולם צו חנן׳ס נייע אלבום?


Sent from my iPhone using Tapatalk
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

חנן האט ארויס געגעבן א הערליכע נייע אלבום מיט אסאך חידושים, סיי אין די עצם תוכן פון די ניגונים און אזוי אויך אין די מוזיק מיקס, מיינע צוויי פעיוועריטס:
הינדיק א ניגון וועגן די באוויסטע משל פון א קינד וואס האט איין טאג אפגעמאכט אז ער איז א טורקי, (מיך ליגט אין קאפ אז די משל קומט פון רבי נחמן) די מוזיק איז זייער מינימיליסטיק בבחינת ״לעס איז מאור״, די וואוקעלס זענען אויך זייער שיין טיפיקעל חנן סטייל.

אחד עד עשר א גאר שטארקע ניגון לענ״ד איבער פחד פון די וועלט און החיים עצמם, איך האב זייער ליב די ניגון, ס׳איז גאר ארטיסטיש געשריבן מיט אסאך רעפרענסעס צי טעגליכע שוועריקייטן בכלליות, און צי זיין אייגענע ספיקות און פחדים, אזוי ווי ״פוחד להתמכר לכתר״, ״ ושוב בחירות אבל עוד לא בחרתי כי אין למי ואין למה, אם אני לא המושל על המשל אליו נמשלתי״
האי פרושא
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 85
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 18, 2023 1:56 am
האט שוין געלייקט: 137 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 92 מאל

שליחה דורך האי פרושא »

וויפיל מאל דארף איך אויסהערן זיין אלבום צו קאנעקטן?, איך האב עס שוין אויסגעהערט דריי מאל אבער עפעס נישט...

זיינע פאריגע ניגונים האב איך ליב געהאט

עומר אדם'ס אלבום האט מיר געכאפט ביי די ערשטע מאל.
באניצער אוואטאר
פונדאַמענטאַל
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 320
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 26, 2023 12:12 am
האט שוין געלייקט: 677 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 944 מאל

Re: חנן בן ארי!

שליחה דורך פונדאַמענטאַל »

עמקות המחשבה האט געשריבן:
חנן האט ארויס געגעבן א הערליכע נייע אלבום מיט אסאך חידושים, סיי אין די עצם תוכן פון די ניגונים און אזוי אויך אין די מוזיק מיקס, מיינע צוויי פעיוועריטס:
הינדיק א ניגון וועגן די באוויסטע משל פון א קינד וואס האט איין טאג אפגעמאכט אז ער איז א טורקי, (מיך ליגט אין קאפ אז די משל קומט פון רבי נחמן) די מוזיק איז זייער מינימיליסטיק בבחינת ״לעס איז מאור״, די וואוקעלס זענען אויך זייער שיין טיפיקעל חנן סטייל.

אחד עד עשר א גאר שטארקע ניגון לענ״ד איבער פחד פון די וועלט און החיים עצמם, איך האב זייער ליב די ניגון, ס׳איז גאר ארטיסטיש געשריבן מיט אסאך רעפרענסעס צי טעגליכע שוועריקייטן בכלליות, און צי זיין אייגענע ספיקות און פחדים, אזוי ווי ״פוחד להתמכר לכתר״, ״ ושוב בחירות אבל עוד לא בחרתי כי אין למי ואין למה, אם אני לא המושל על המשל אליו נמשלתי״
הינדיק איז שוין געווען אויף א א פריעדיגע אלבום 'איזון'. איך גלייך די אלטע ווערסיע מער.
https://youtu.be/E8TzC7S8v_8

Sent from my M2101K7BG using Tapatalk
There's no relationship between being smart & being wise (Jordan Peterson)
הַמְפוֹרָשׁוֹת סְתוּמוֹת. הַגְּלוּיוֹת עֲלוּמוֹת. הַמְּבֹאָרוֹת חֲתוּמוֹת. הַמְּשֻׁנָּנוֹת עֲצוּמוֹת. הַחֲקוּקוֹת רְשׁוּמוֹת:
חובב ציון
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 79
זיך רעגיסטרירט: זונטאג פעברואר 19, 2023 9:41 pm
האט שוין געלייקט: 92 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 108 מאל

Re: חנן בן ארי!

שליחה דורך חובב ציון »

איך קען איבערהערן איינמאל און נאכאמאל זיין לעצטע אלבום א שטיק נשמה און געפיל
די אני ישנה שניידט שטיקער יש כאן יותר מזה קומט אריין קלאר און א א קאלטען רעגענדיגע נאכט, און אזוי ווייטער חנן איז א ריעל ארטיסט.
פארשפארט