עס איז ניט קיין סוד אַז איך בין אַ ליובאַוויטשער, ווען אַלץ וואָלט דאָ לויפן ווי נאָרמאַל וואָלט איך עס אפילו ניט דערמאָנען.
אָבער אַזוי ווי אין אַ נאָענטן אשכול איז געוואָרן אַ רייד וועגן דערויף, מוז איך דאָך אָפּרופן.
צי מיר זײנען אפיקורסים צי ניט – ווייס איך ניט. יבואו גדולי ההוראה ויורו.
איר ווילט מסתמא וויסן וואָס מ׳רעדט אין חב״ד גופא, ניט וואָס מ׳ווייזט פאַר הפצה.
וועל איך זײן אַ „הולך רכיל מגלה סוד”. יעדער קינד אין חב״ד אין די לעצטע דרײסיק יאָר האָט זיך אויפגעהאָדעוועט אויף די פאָלגנדע צוויי ווידאָוּס, ביידע טאַקע אויף ענגליש.
דער ערשטער איז ווי קינדער לערנען פון דעם רבי׳ן ווי צו זיך אויפפירן, און דער צווייטער איז מער כללות׳דיק וועגן דרכי החסידות.
דער ערשטער hand in hand:
[youtube]https://www.youtube.com/watch?v=oePF4GLrnUo[/youtube]
דער צווייטער I'm a chossid
[youtube]https://www.youtube.com/watch?v=5w4D9xtZzBQ&t=81s[/youtube]
דער ליובאַוויטשער חינוך
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 216
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 23, 2020 9:26 pm
- האט שוין געלייקט: 95 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 389 מאל
דוראק האט געשריבן:עס איז ניט קיין סוד אַז איך בין אַ ליובאַוויטשער, ווען אַלץ וואָלט דאָ לויפן ווי נאָרמאַל וואָלט איך עס אפילו ניט דערמאָנען.
אָבער אַזוי ווי אין אַ נאָענטן אשכול איז געוואָרן אַ רייד וועגן דערויף, מוז איך דאָך אָפּרופן.
צי מיר זײנען אפיקורסים צי ניט – ווייס איך ניט. יבואו גדולי ההוראה ויורו.
איר ווילט מסתמא וויסן וואָס מ׳רעדט אין חב״ד גופא, ניט וואָס מ׳ווייזט פאַר הפצה.
וועל איך זײן אַ „הולך רכיל מגלה סוד”. יעדער קינד אין חב״ד אין די לעצטע דרײסיק יאָר האָט זיך אויפגעהאָדעוועט אויף די פאָלגנדע צוויי ווידאָוּס, ביידע טאַקע אויף ענגליש.
דער ערשטער איז ווי קינדער לערנען פון דעם רבי׳ן ווי צו זיך אויפפירן, און דער צווייטער איז מער כללות׳דיק וועגן דרכי החסידות.
דער ערשטער hand in hand:
[youtube]https://www.youtube.com/watch?v=oePF4GLrnUo[/youtube]
דער צווייטער I'm a chossid
[youtube]https://youtu.be/5w4D9xtZzBQ[/youtube]
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 771
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 14, 2022 1:50 pm
- האט שוין געלייקט: 1291 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1552 מאל
אז ביסט שוין יא א מגלה סוד וויל איך פרעגן אזוי, וויפיל פראצענט פון דיינע ליובאוויטשע חברים וויסן פון 'קאווע שטיבל' צו זאגן?
אגב, ס'א נחת צו ליינער אייערע ווערק געשריבן מיט אן ארגינעלער זאפטיגק אידיש ווי איר זאלט נאך גאר ביים רבי'ן אין ליאזני איצטערט זיין...
אגב, ס'א נחת צו ליינער אייערע ווערק געשריבן מיט אן ארגינעלער זאפטיגק אידיש ווי איר זאלט נאך גאר ביים רבי'ן אין ליאזני איצטערט זיין...
רעכן זיך נישט מיט די וועלט, די וועלט רעכנט זיך נישט מיט דיר.
- ברוך שפינוזה
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1132
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 23, 2017 12:38 pm
- געפינט זיך: אויפ'ן צווייטן שטאק
- האט שוין געלייקט: 1646 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2040 מאל
א. ס'איז אינטערעסאנט ווי דו דרוקסט זיך אויס "וואס מ'רעדט אין חב"ד גופא, נישט וואס מ'ווייזט פאר הפצה", כ'האב דאס שוין באמערקט א לאנגע צייט צוריק אבער כ'האב נישט געוואוסט וויאזוי צו לייגן דעם פינגער דערויף ביז יעצט. ד.ה. אז חב"ד אלס א הפצה מאשין שטעלט אהער א געוויסע סארט מאדערנע/אינטעלעקטואלע ווערסיע פון זיך, בעת ווען צווישן זיך זענען זיי מער ווייניגער די זעלבע טשולענט און הערינג און חאניאקיש (אויף זייער אופן) ווי אלע אנדערע חסידים.
ב. די "פולחן הרבי" פון די צוויי ווידיאוס טראגן זייער א שטארקע ענליכקייט צו די פולחן הרבי אין קארלין-סטאלין (אנדערש ווי די פולחן הרבי אין סקווירא צ.ב. וואס דארט איז מען מער פאוקוסד אויף דער רבי אלס א פערזענליכקייט ווי איידער א ראול מאדעל פאר'ן חסיד), איז עס אלץ אזוי געוועהן אדער ס'איז אזוי געווארן נאך דער רבי איז אוועק און דער רבי אלץ א פערזענליכקייט איז שוין נישט אזוי ווייט געוועהן נוגע?

פרעג נישט "וואס קען איך אויסלערנען די וועלט?", פרעג "וואס קען די וועלט מיך אויסלערנען?". - ברוך שפינוזה II