ווי אזוי צו זיין א סוקסעספולע גרוש
- שעפטאל
- שריפטשטעלער
- הודעות: 889
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 19, 2023 6:40 pm
- געפינט זיך: אין די גרויסע דשונגל
- האט שוין געלייקט: 7215 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2418 מאל
ווי אזוי צו זיין א סוקסעספולע גרוש
ביי וועם ביסטו א איידעם?
ביסט א גרוש? אוי!
האסט קינדער? [אה, ב"ה! קינדער איז די ארגסטע. אדער. אוי וויי! מ'לאזט דיך זיי זעהן?]
[מיט א פריינטליכע שמייכל] פארוואס האסטו זיך ג'גט? וואסי געוועהן די מעשה?
--
א איידעלער אינגערמאן האט זיך גע'גט 3 חדשים נאכן חתונה. גיי פארשטיי די צער פון א אכצן יעהריגער בלום וואס זיין גאנצע לעבן האט זיך אפגעשטעלט. ער האט געכאפט א היטש. וכך היה השמועס. בערך.
דרייווער: ביי וועם ביסטו א איידעם?
גרוש: [נאכן רויט ווערן, ער האלט קוים אפאר וואכן נאכן גט] עהם, ס'נישט נוגע.
דרייווער: נאַ, כ'בין סתם נייגעריג. ווער איז דיין שווער?
גרוש: לאמיר רעדן פון עפעס אנדערש
דרייווער: ס'גייט דיך אהן אויב איך ווייס? כ'גיי עם גארנישט זאגן וועגן דיך. דשאסט זאג מיך, ביי וועם ביסטו א איידעם?
גרוש: כ'וויל נישט רעדן דערפון. סאו פליז..
דרייווער: דו קוק'סט אויס ווי א פיינער יונגערמאן, קאם אן, ביי וועם ביסטו א איידעם?
גרוש: [נאכן אזוי פיהל פגר'ן, מעג ער שוין פיהלן גילטי. זאל ער זיך כאטש לערנען א לעסען] כ'בין ג'גט. פארדעם האב איך נישט געוואלט ענטפערען.
דרייווער: אויב אזוי, ביי וועם ביסטו געוועהן א איידעם?
[כאן צריכים לצחוק?]
נאך דעי אלע ט'עיפשים [וואס מ'האט זיי נישט מחנך געוועהן אז מ'פרעגט נישט.] ענדיגען רעדן.
מ'קען זיין א סוקסעספול גרוש, (ובחור)! ווי אזוי?
יעדער וואס האט א נאנטע קרוב א גרוש וואלט מודה געוועהן ס'וואלט נישט געוועהן קיין שלעכטע פלאן צו מאכן א קאורס: ווי אזוי צו זיין א סוקסעספול גרוש.
לאמיר צונעמען די געווענדליכע פלאגענישן פון א סינגל.
דאוט'ס. [ס'געוועהן מיין שולד כ'וואלט נישט געדארפט טוהן-זאגן כך וכך. זי אפלאזן. חתונה האבן מיט איר. וכו' [און וואס כ'האב יא געדארפט טוהן]
בושה [די בליק וואס א גרוש האט אויף זיך אליין]
איינזאם'קייט
קאורט - דין תורות
צעבראכנקייט
סטראגל'ס אין טרעפן די לפי מעשיו 'דיגע
ועוד הרבה.
---
ק"ש איז א בית וועד לחכמים. אסאך דא ווייסען פון סוקסעספולע סינגל'ס און קענען ברענגען זייערע עצות. ס'קען טוישן אסאך זאכן פאר דעי וואס ליידן.
ביטע נישט אריינפאלן אין לאנגע טענה'רייען. קומט מיט עצות.
בעיקר. ס'נישט נוגע פאר מיך נאר פאר מיינע חברים. מיט דעם האב איך מוצא געוועהן אלע מגיבים. ענק אלע שרייבן נאר בשם א חבר, א קרוב, וכדו'. אדער אנאנים. [כ'מיין נישט צו רייטן חלילה, נאר לויזער צו מאכן דעם הייקעלן נושא]

רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום שעפטאל, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
- ברוינשטיין
- שריפטשטעלער
- הודעות: 404
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 14, 2021 3:44 pm
- האט שוין געלייקט: 1008 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 913 מאל
Re: ווי אזוי צו זיין א סוקסעספולע גרוש
שכוח @שעפטאל פארן ארויפברענגען אזא וויכטיגע טעמע, דאס איז צו מיר זייער פערזענליך!
- פאליטיקאנט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1413
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 19, 2018 4:53 pm
- געפינט זיך: אין דמיון
- האט שוין געלייקט: 765 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל
Re: ווי אזוי צו זיין א סוקסעספולע גרוש
-טרעפן חברים אינעם זעלבן פעקל ווי אמשנעלסטן.
-פרובירן צו עפענען א ביזנעס אדער טוען סעילס / בראוקערעדש, עס איז גוט פאר די עקסטערע צייט וואס מ'האט און ברענגט שטארקע סיפוק. אז נישט דאס כאטש א שטארקע האֲבבי.
-נעמען צייט פאר זיך אליין און זיך פעיסן, שטופ נישט אוועק דיינע געפילן.
-קען דיין פאמיליע: אויב וואוינסטו ביי דיין טאטע און ס'איז נישט איבעריג באקוועם, גיי אוועק. סעודות שבת איז נישט אזוי ב'טעמ'ט, פאר אוועק אויף שבת!
-מאך זיכער נישט אריינצופאלן אין ווערן 'וויטדראון' און אז יא זע זיך ארויס ווי שנעלער (זוך הילף, בעסער פון איינער וואס איז עס דורך).
-אז דו האלטסט גלייך נאכן זיך גט'ן: ווייס אז עס גייט וויי טוען אנהייב און נאר צייט גייט פארהיילן.
מ'קען מאריך זיין, און כ'על אפשר שפעטער צולייגן. אבער אזויפיל יא, מ'קען באמת שטארק מצליח זיין און הנאה האבן אזויווי מ'איז, זע עס אויסצונוצן און יאג דיך נישט אין ערגעץ. איין טאג וועסטו נאך צוריקקוקן און זען ווי גוט עס האט זיך אויסגעשטעלט!

-
- ידיד ותיק
- הודעות: 671
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 16, 2021 11:45 am
- האט שוין געלייקט: 388 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 869 מאל
ווי אזוי צו זיין א סוקסעספולע גרוש? דורכ׳ן ׳זיין׳ א סוקסעספולע גרוש!
די נקודה איז די ׳מיינד-סעט׳.
סאסייעטי האט אסאך טעותים, איינע פון זיי איז צו רופן א כינוי שם (וואסיז אגב פון די געציילטע עבירות וואס ווערן אויסגערעכנט אלץ ׳אין להם חלק לעולם הבא׳) אויף א איד וואס האט יארן צוריק ׳מגרש געווען זיין ווייב; כדת וכדין של תורה; פאר לעגיטימע סיבות׳ בשם: ג-ר-ו-ש.
דיס דאזענט מעיק עני סענס!!
יעצט; וואק ארויס מיט דעם מיינסעט און ווען איינער פרעגט דיר ביי וועם דו ביזט אן איידעם, הייב אָן לאכן הויך אויפן קול: ״איידעם?? פארוואס טראכסטו אז איך בין אן איידעם...??! (כ׳ווייס אז איזיער סעיד דען דאן, אבער כ׳וויל דאך ארויסברענגען דעם געדאנק שבו, אולי העט מען ׳עפעס׳ אויפטון).

טייערע חברים. אונז אלע האמיר שוין גענוג געליטן! קשיות. ספיקות. קוועטשענישן. פחדים.
לאמיר פארברענגען לייוו איבער א גלעזל טיי און ארויסגיין מצרה לרוחה, מאפילה לאורה ומשעבוד לגאולה
פאר מער אינפארמאציע שיק מיר אן אימעיל: teauvent@gmail.com
לאמיר פארברענגען לייוו איבער א גלעזל טיי און ארויסגיין מצרה לרוחה, מאפילה לאורה ומשעבוד לגאולה
פאר מער אינפארמאציע שיק מיר אן אימעיל: teauvent@gmail.com
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 838
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 11, 2021 5:39 pm
- געפינט זיך: צופארן אין די ריזיגע וועלט
- האט שוין געלייקט: 1835 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1044 מאל
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 330
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 25, 2013 11:10 am
- האט שוין געלייקט: 102 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 474 מאל
איך פארשטיי נישט די שאלה פונעם קעפל. אויב וויל ער זיין א גרוש איז ער מיטן ווערן א גרוש געווארן סוקסעספול. ממילא אויב איינער פרעגט אים עפעס וועגן זיין פערזענלעכקייט זאל ער זאגן "איך בין א גרוש ב"ה, איך האב דאס געוואלט און איך בין ענדליך ב"ה אנגעקומען צו מיין ציל. טראג מיר נישט אן קיין שידוכים ווייל איך וויל זיין א גרוש." אויב אבער ער וויל נישט זיין קיין גרוש איז ער מיטן ווערן א גרוש ליידער נישט סוקסעספול אין איז א רחמנות פונקט ווי איינער וואס פרובירט זיך ארויס צו דראפען פון ארעמקייט. קיינער וועט נישט פרעגן ווי אזוי קען מען זיין א סוקסעספול ארימאן נאר אויב ער וויל זיין אן ארימאן. אויף דעם וועט מען אים זאגן נעם אלע רעגירונג פראגראמען, ארבעט נישט, אינוועסטיר נישט וועסטו זיין א סוקסעספול ארימאן. פאר איינער וואס וויל נישט זיין קיין גרוש און איינער פרעגט אים וועגן זיין פערזענלעכקייט, זאל ער ענטפערן "איך בין ליידער א גרוש, איך הער אויס שידוכים, דעס און דעס זוך איך דעס און דעס בין איך מסכים און אויב דו ווייסט פון עפעס קאל מיך." אין די מיען טיים וועט ער האבן א ביטער לעבן.
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 771
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 14, 2022 1:50 pm
- האט שוין געלייקט: 1291 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1552 מאל
אט דאס איז אויף וואס די אשכול איז געבויעט, פאר אזא איינער וואס וויל נישט זיין קיין גרוש אבער איז יא, זאל נישט האבן קיין ביטער לעבן, נאר פארקערט, מאכן זיין לעבן זיס וויאזוי ס'איז.yatzmachp האט געשריבן:איך פארשטיי נישט די שאלה פונעם קעפל. ......... פאר איינער וואס וויל נישט זיין קיין גרוש און איינער פרעגט אים וועגן זיין פערזענלעכקייט, זאל ער ענטפערן "איך בין ליידער א גרוש, איך הער אויס שידוכים, דעס און דעס זוך איך דעס און דעס בין איך מסכים און אויב דו ווייסט פון עפעס קאל מיך." אין די מיען טיים וועט ער האבן א ביטער לעבן.
זעהסטע, שאלת יצמח חצי תשובה..
רעכן זיך נישט מיט די וועלט, די וועלט רעכנט זיך נישט מיט דיר.
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
ס'איז (זעלבסט) פארשטענדליך.ברוינשטיין האט געשריבן:שכוח @שעפטאל פארן ארויפברענגען אזא וויכטיגע טעמע, דאס איז צו מיר זייער פערזענליך!
דו האסט שוין געהערט אז ברוינשטיין איז "נישט" א גרוש?.
ס'איז ווי די מעשה מיט יענע פרוי. זי איז שוין געווען אן עגונה. א גרושה. און די אנדערע זאכן וועלכע שטייען אין פסוק (אין פ' אמור). און צום סוף איז זי געווארן אן אלמנה אויך. איהר (געוועזענער) מאן איז (ל"ע) געשטארבן...!
דאס דערמאנט מיך א מעשה: ס'געווען א פרוי וואס איז ארומגעגאנגען זאגן אז זי איז אן אלמנה. האט מען איהר געפרעגט...דו האסט דאך א מאן?! האט זי געענטפערט אז ווען זי גייט מיט אן אנדער'ן האט זי איהר מאן אין ד'רעדד...לאל
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 259
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 27, 2023 11:03 pm
- האט שוין געלייקט: 194 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 307 מאל
קיינער אין די וועלט וויל נישט זיין קיין גרוש חוץ איינער וואס ליידט אויף נעקסט לעוועל דיפרעסיע, אבער פארוואס פארשטייסטו אז זיין ג'גט ל"ע איז א סתירה צו סוקסעס? ער קען זיין א צופרידענע סוקסעספולע ביזנעסמאן, מיט שיעורים, חברים וכו' און ער גייט דורך א שווערע דורכגאנג- פאר סיי וועלכע סיבה ס'זאל נישט האבן צוגעברענגט ער זאל זיך דארפן שיידן פון זיין אשת נעורים- און ער דארף עצות, חיזוק, און טיפס ווי אזוי דורכצומאכן דעים דזשורני גרינגער ע"כ.yatzmachp האט געשריבן:איך פארשטיי נישט די שאלה פונעם קעפל. אויב וויל ער זיין א גרוש איז ער מיטן ווערן א גרוש געווארן סוקסעספול. ממילא אויב איינער פרעגט אים עפעס וועגן זיין פערזענלעכקייט זאל ער זאגן "איך בין א גרוש ב"ה, איך האב דאס געוואלט און איך בין ענדליך ב"ה אנגעקומען צו מיין ציל. טראג מיר נישט אן קיין שידוכים ווייל איך וויל זיין א גרוש." אויב אבער ער וויל נישט זיין קיין גרוש איז ער מיטן ווערן א גרוש ליידער נישט סוקסעספול אין איז א רחמנות פונקט ווי איינער וואס פרובירט זיך ארויס צו דראפען פון ארעמקייט. קיינער וועט נישט פרעגן ווי אזוי קען מען זיין א סוקסעספול ארימאן נאר אויב ער וויל זיין אן ארימאן. אויף דעם וועט מען אים זאגן נעם אלע רעגירונג פראגראמען, ארבעט נישט, אינוועסטיר נישט וועסטו זיין א סוקסעספול ארימאן. פאר איינער וואס וויל נישט זיין קיין גרוש און איינער פרעגט אים וועגן זיין פערזענלעכקייט, זאל ער ענטפערן "איך בין ליידער א גרוש, איך הער אויס שידוכים, דעס און דעס זוך איך דעס און דעס בין איך מסכים און אויב דו ווייסט פון עפעס קאל מיך." אין די מיען טיים וועט ער האבן א ביטער לעבן.
אגב איז דאך ידוע אז איינס פון די זאכן וואס מאכן די זאך אויסקוקן מער דורכגעפאלן ווי ס'איז, איז דער צו-נאמען "גרוש" וואס האט פשטות נישט קיין משמעות וואס די באדייט פון די ווארט איז, די ריכטיגע ווארט קומט באמת צו זאגן, אנטשולדיגט כ'בין א "מגרש"... ס'גיט איגאנצן א אנדערע אימעדזש אויפ'ן סיטואציע...
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 671
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 16, 2021 11:45 am
- האט שוין געלייקט: 388 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 869 מאל
ווייל דאס ווארט "גע'גט" שפירט זיך נעגעטיוו.אלע צוזאמען האט געשריבן:וואס איז אזוי שווער צו ענטפערן 'כ'בין גע'גט, און מ'רעדט נישט ווייטער פון די נושא', צו וואס פעלט אויס דאס דרייען מיט די צינג?
כ'מיין מ'דארף פשוט טוישן די שפראך; אזא זאך ווי א 'גרוש' עקזיסטירט מער נישט! ס'דא א 'פארהייראטער' און ס'דא א 'סינגל'. פינטל.
טייערע חברים. אונז אלע האמיר שוין גענוג געליטן! קשיות. ספיקות. קוועטשענישן. פחדים.
לאמיר פארברענגען לייוו איבער א גלעזל טיי און ארויסגיין מצרה לרוחה, מאפילה לאורה ומשעבוד לגאולה
פאר מער אינפארמאציע שיק מיר אן אימעיל: teauvent@gmail.com
לאמיר פארברענגען לייוו איבער א גלעזל טיי און ארויסגיין מצרה לרוחה, מאפילה לאורה ומשעבוד לגאולה
פאר מער אינפארמאציע שיק מיר אן אימעיל: teauvent@gmail.com
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
נאר וויאזוי און פארוואס איז ער/זי געווארן א "סינגל"?! פון דעם רעדט מען (שוין) נישט.
איך ווייס איבער א קעיס פון א פרוי וועלכע האט געלאזט פאלן פאר איהר מאן די פאלגענדע ווערטער (נישט קיין חילוק די שפראך אין וועלכע זי האט דאס געזאגט) "דו מיינסט (אז) איך דארף דיך... מ'שטייט (די זכרים) אין די ליין נאך מיר"...!
די רעאקציע האט נישט געשפעטיגט צו קומען... נאכדעם האט זי קאמפלעינט אז איהר מאן איז זייער ברוטאל צו איהר...! און זי איז געווארן אן "עגונה". זי איז געווען די אלע אנדערע זאכן אויך וואס ס'שטייט אין פסוק. נאר וויאזוי די גאנצע מעשה האט זיך אנגעהויבן האט זי נישט פארציילט...!
דאס האט מיר געמאכט פארשטיין דעם מאמר חז"ל אין די משנה אין פרקי אבות... "נזם זהב באף חזיר, אשה יפה וסרת טעם"... דער אייבישטער האט איהר געשאנקען שיינקייט (פרטים זענען איבעריג), נאר ווייל זי איז נישט געווען קיין איידעלע פרוי האט זי עס נישט געקענט טראגן, האט דאס גורם געווען א סאך טראגעדיעס פון צער און עגמת נפש, ספעציעל פאר איהרע עלטערן...!
די איבעריגע חלקים פון די מעשה זאלט עטץ ליינען אין דעם מעשה ביכל וואס איך געב ארויס...!