יאָפס, ברוינשטיין האָט אַרויסגענומען דאָס טייפרייטער, אָפגעקלאַפט דאָס שטויב פונעם קי-באָרד, אַרויפגעשאַרט דאָס אַרבל און זיך גענימען האַלטן וואָרט אויף אַ נעקסט לעוועל לייק נעווער ביפאר.
דאָס פאָלגענדע האָב איך פאַרשפראָכן אינעם אַרטיקל זיידי ברוינשטיין'ס מיטמאכענישן
https://r.tapatalk.com/shareLink/topic? ... source=app
ברוינשטיין האט געשריבן:איך בין ב"ה באשאנקען געווארן מיט דריי וואוילע קינדער, א טאכטער און דערנאך צוויי זין וועלכע איך ליב מיט מיין גאנצע הארץ און איך זארג מיך אויף זיי שטענדיג, איך בין מתפלל אויף זיי א יעדעס טאג אז אלעס זאל זיי גיין אין לעבן צום בעסטן, זייערע פענימער וועלכע איך האב שוין נישט געזען פאר פיר און פופציג יאר, נאכדעם וואס מען האט זיי פון מיר בארויבט צוליב דער פארשאלטענע גט פרשה (איך וועל דאס נאך איין טאג מיטטיילן מיט ענק אי"ה) ליגן מיר תמיד פאר די אויגן מיט בענקשאפט ווי כאילו איך וואלט זיי ווען היינט געגלעט. נישט זיי און נישט מיינע אייניקלעך ווילן זען מיין פנים, צוליב די נאסע ליילעך וואס מען האט יארן צוריק אויף מיר ארויפגעשלייערט.
עס קומט אַן ארטיקל און מיט דעם וועט קומען צום שלוס דאָס ברוינשטיין עפאָכע, וואַרט מיט שפאַנונג!